שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מאכענדיג פסחדיג מיינע אימעילס האב איך געטראפן וואס מיינער א באקאנטער האט מיר געשיקט אראפגעשריבען זיינע הרגשים אלס אלטע בחור, און זיינע שוועריקייטען וואס די סאסייעטי און זיינע עלטערן געבן צו צו זיין מיטמאכענישען אלס אלטע בחור,
האפענליך אז לשנה הבאה בני חורין זאל ער שוין זיצן מיט זיין ווייסע קיטל, וז"ל:
דאס זענען געווען מיינע געפילן ביי די הגדה זיצענדיג ביים סדר ביי מיינע עלטערן...
מוזגין לו כוס שני וכאן הבן שואל.........
די ווערטער ווערן געווענטליך געזאגט בשעת די טישטעך און מענטשען זענען ווייס אנגעקלייד, די נערווען האבן זיך שוין בארואיגט פון די לעצטע פאר שעה אדער טעג, און מען זיצט ביים טיש כאילו ס'איז נישט געווען קיין נעכטען און ס'קומט נישט קיין מארגען מיט די פולסטע רואיגקייט.
אבער ביי מאנכע כאפט די ווערטער א שטיקל ציפ - יא מען זיצט אפשר אויפען בענקל די גוף איז רואיג אבער די מחשבות ארבעטען פונקט פארקערט,
מוזגין פאר וועמען בין איך ווערט אז איינער זאל מיך מחשיב זיין און אנגיסען? די עלטערען? לעבען אין עולם הדמיון אז איך לעב אין די עולם התוהו, משפחה? זיי קענען מיך נאר ווען זיי דארפען מיין הילף אדער נדבה פארן גו פאנד מי, חברים? ביי זיי זענען זיי דאך שוין לאנג פארגעסען וואס מיינט צו זיין א בחור און רוב פון זיי האבען שוין א גרויסער יונגעל וואס איז מקיים די וכאן הבן שואל.
אין אמתן קיינער פרעגט מיך נישט אבער איך אין הארץ וויל איך אפאר קשיות פרעגען מה נשתנה פארוואס בין איך איך פארענדערט געווארען ביי מיינע חברים אוכלים חמץ ומצה און שאר ירקות און איך בלייבט מיט די זעלבע בחורישע "מצב ומרור" זייט די בר מצוה, שבכל החברים יושבין מסובין זיי האבען שוין זייערע עזר כנגדו זיך צו אנליינען אבער אני בלילה הזה אין די לאנגע בחורישע נאכט כולו חושך איך דריי זיך ארום עלנד און פארשעמט ווי פרעה מיט זיין פעזשאמעס ....
יא יא די קשיא קען מען פאר קיינעם נישט פרעגען ווייל קיינער וועט דיר נישט העלפען און ענפערען אבער די בעל הגדה ענפערט די קשיא אויך.
עבדים היינו לפרעה במצרים סאיז געווען א מלך פרעה וואס ער האט מצליח געווען צו נעמען א עם שלם און מיט זיי געשלאגען כפרות..... ווי די מדרש פארציילט אלע האר אויפשטעלענדיגע מעשיות.... איינער פון די זאכען וואס שטייט אין מדרש איז אז מען האט געגעבען פאר פרויען מענערישע ארבעט און פאר מענער פרויערישע ארבעט און ווי די ספרים הקדושים זענען מסביר אז די גלות מצריים איז חוץ די פיזישע קושי השעבוד איז געווען א שטערקערע גייסטישע קושי השעבוד מיטען נעמען מענטשען און זיי מאכען טוען זאכען וואס איז נישט פאר זיי און דאס האבען זיי געליטען ביז שנגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקדוש ב"ה און אונז ארויס גענומען פון מצרים און באשטראפט מידה כנגד מידה מיט מכות משונות וואס וויפיל די חרטומים האבען פראבירט צו פארווישען און פארדרייען מיטן נאז האט עס געהאלפען א מכה.........
בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים די אזוי גערופענע מנהיגי הסאסייעטי פראבירען צו פארווישען זייער בושה און זייערע אויפגעמאכטע כללים ווי די חרטומים אין מצרים נעמען ערליכע יושרדיגע בחורים און שלאגט מיט זיי כפרות מיטן איינבאקען א אידילאגיע אז ביזן חתונה ביזטו געמאכט געווארען צו קוועטשען א באנק טאמער נישט נישט וועסטו זיין ווערט א מכה...... און טאמער מען זעהט אז די בחור האלט עס נישט אויס - אדער טאמער די בחור ווייזט אויף א אנדערע בחור וואס ארבעט און איז ערליך קומען די חרטומים אויף מיט כישופים און בלבולים אויסגעצויגען פון פינגער אבי נישט מודה זיין על האמת אז אצבע אלוקים הוא וואס וויל די באשעפער טאקע.
טייערע בחור די צובראכען קייט, ווערטלאזקייט און דענירדערטקייט איז נאר אז מען בלייבט אין מצריים און מען טוט די אומריכטיגע זשאב ניין דיין זשאב איז נישט צו זיין דיין מאמעס נחת יונגעל אזוי ווי אפאר פאריקטע יענטעס האבען איינגערעדט די המון עם און דיין זשאב איז נישט צו זיצען אויף א באנק אזוי ווי די ישיבה קטנה יארן אז די האלט שוין נישט צו קוועטשען א באנק גיי ארויס און טרעף דיינע אמתע זיכערע וועג - זוך אין די עולם המסחר, גיי איינמאל און פאר אלעמאל ארויס פון די ביטערע מצרים האב נישט מורא פון אפאר פאריקטע הונט וואס בילען אז דו זאלסט נישט ארויס גיין
און איינמאל דו גייסט ארויס פון מצרים וועסטו קענען זעהן "את עצמו" דיין "זיך אליין" ווי ווערט און גרויס דו ביסט און נישט נאר ווער דו ביסט נאר אלעס וואס פארסירט וועסטו זענען ווי גוט סאיז און ווי די בעל הגדה זאגט שפעטער כמה מעלות למקום עלינו איך מיין פונקט יעצט קומט אריין די דיינו מען קען עס זאגען יעדער טאג?
נאר איינמאל מאיז ארויס פון מצרים מען פיהלט די ערך עצמו און מען לאט זיך נישט פון פרעה זעהט מען איין מיט א זיסקייט "כמה מעלות למקום עלינו" ווי זיס די לעבען איז,
האבנדיג געווען אן אלטע בחור קען איך צושטומען צו א גרויס חלק, אבער איך וויל צולייגן אז אסאך ווענד זיך אין די בחור אליין, דהיינו אפי' אויב ער פילט אז ער קען / וויל נישט ארויס ארבעטן זענען דא אנדערע אלטערנאטיוון, גיין לערנען אין א"י קען שטארק ארויסהעלפן - דאס זיין מיט אסאך אנדערע אין דיין מצב טוט אומגעהויער פארגרינגערן (און אסאך דארט יאגן זיך ממש נישט אין ערגעץ...).
רעדנדיג פון אלטע בחורים / גרושים וויל איך צולייגן אז דאס יאר שבועות היות מעז'יבוש איז פארמאכט, וועלן א גרויס חלק פון זיי זיכן ווי צו זיין אויף שבועות, איז זייט אזוי גוט און אויב ווייסט איר פון איינער וואס קען ניצן א סעודה (יא אפי' א אלטע בחור) רופט עם צו אייך!
אפ' ער וועט עס בפשטות אפזאגן וועט עס נאכאלס זיין א תועלת......