Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן)

ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 124 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2128
מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 5:48 am#65493
גוט מארגען, איינער איז נאך אויף?
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 6:14 am#65869
די אשמורת הבוקר קומט שוין באלד צו א ענדע, און איך בין גע'הרג'ט מיד,
און איך קען נאך נישט גיין שלאפן,

איך דארף מיר נאך אויסוויינען צום רבון כל העולמים, יעצט ווען מיר האלטן אין א מצב פון:
שדה אדום - ר"ת א'ין ד'ורש ו'אין מ'בקש

זיך גרייטן:
לדורן (די בעסטע מתנה פארן אייבערשטען איז דמעות "מלך מתרצה במעות"), ולתפלה, אפילו ווען מען האלט נאך פאר, ולמלחמה, (פארן מלחמת היצר)
מתפלל זיין אז עס זזאל שוין זיין "הנוטר בריתו שורה עליו שם ש-ד-י"
עס זאל זיין "אני קל ש-ד-י (דורך) פרה ורבה (מקיים זיין פרי' ורבי' בהידור רב) מיט די ריכטיגע "ברכות שדים ורחם"
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 6:05 am#72049
העלא???? (נישט די ניק),
איינער איז דא?
דינסטאג אפריל 09, 2013 1:02 am#102759
איך טרעפ נישט קיין אשכול וואו דאס געהערט ע''כ מעלדט איך דאס דא..
אז איר ווילט זיך רייסן פאר גילעכטער רופט קול מבשר 1 1 4 דרוקט # ביז איר הערט ר' דרעזנער בענין ברכת אילנות.
איר וועט הערן א אלטע איד מאכט נאך יואלי לעבאוויטש
הערט אויס ביז צום סוף
א גוטע נאכט
דינסטאג אפריל 09, 2013 2:30 am#102799
איך קען נישט איינשלאפן!
דינסטאג אפריל 09, 2013 9:17 am#102818
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך טרעפ נישט קיין אשכול וואו דאס געהערט ע''כ מעלדט איך דאס דא..
אז איר ווילט זיך רייסן פאר גילעכטער רופט קול מבשר 1 1 4 דרוקט # ביז איר הערט ר' דרעזנער בענין ברכת אילנות.
איר וועט הערן א אלטע איד מאכט נאך יואלי לעבאוויטש
הערט אויס ביז צום סוף
א גוטע נאכט

פאר ווער עס קען דעם איד איז עס גאר אינטערעסאנט, א איד איבער די תשעים קע"ה, א תלמיד חכם עצום, ער לעבט און לאכט, ער גייט אליינ'ס ארום, און מאכט פרייליך יעדן וואס קומט מיט אים אין ווארט.
דינסטאג אפריל 09, 2013 10:54 am#102838
האט ער עפעס מיט די פלייישמאן וואס איז אוועק די וואך? פון וויען
דינסטאג אפריל 09, 2013 10:55 am#102840
א ערשטע קאזין
מאנטאג יוני 17, 2013 2:23 am#125415
מיר שטייען באשמורת הבוקר,
דעם "שמאלו תחת לראשי" (די ערשטע העלפט נאכט שלאפט מען אויף די לינקע זייט) האב מיר שוין מקיים געווען ברוך השם
דעם "וימינו תחבקני" (די צווייטע העלפט נאכט שלאפט מען אויף די רעכטע זייט) קען מען ליידער נאך נישט מקיים זיין,

על אף וואס "אשמורת הבוקר וכו' אשה מספרת עם בעלה"
מאנטאג יוני 24, 2013 2:01 am#127412
אהער און אהין כ'קען נישט איינשלאפען...
כ'בין זייער נערוועז צוליב'ן תענית דינסטאג.
ווען וועלן שוין די תענתים בטל ווערן?
פארוואס קומט נישט משיח? פארוועם ווארט ער?
מאנטאג יוני 24, 2013 2:10 am#127415
איך קען אויך נישט שלאפן.

איך בין צו מיד צו איינשלאפן.
מאנטאג יוני 24, 2013 9:45 am#127428
קאווע טרינקער האט געשריבן:אהער און אהין כ'קען נישט איינשלאפען...
כ'בין זייער נערוועז צוליב'ן תענית דינסטאג.
ווען וועלן שוין די תענתים בטל ווערן?
פארוואס קומט נישט משיח? פארוועם ווארט ער?

דאס איז טאקע די פראבלעם!
אז דו ביזט ״נערוועז״ פאר׳ן תענית, זאלסט וויסן אז רוב שוועריגקייט פון תענית איז מער אין קאפ ווי אין בויך, אז דו וועסט טראכטן אז עס איז גארנישט אז מ׳עסט אביסל שפעטער, און העסטענס וועסטו אויפשטיין פארן עלות צו טרינקן (און עסן אויב דו ווילסט, אבער מיט א תנאי פאר׳ן גיין שלאפן כהלכה), און וויפיל מאל מאכט זיך דיר אז דו ביזט אזוי פארנומען אז עס קומט נישט אויס אז דו זאלסט עסן פון פרישטאג ביז סאפפער, אז דו וועסט אזוי טראכטען וועסטו זעהן אז עס וועט דיר גיין גרינגער.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:57 am#128472
עס כאפט מיר נישט דער שלאף!
וואס טוט מען?
דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:25 am#128474
מסיינט ארויס פון קאווע שטיבעל
דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:06 am#128481
כבין געווען ברור אז כוועל נישט קענען שלאפן. למעשה ביניך גוט איינגעשלאפן, א מחיה. די עי סי נויז געט אסאך צו. די קישען איז גאאז דאון גאר באקוועם. איך חלום זיך עפעס מאדנע, א סיבירישער טיגער טרינקט פאלשע פיש זאפט און געלונגען שרייט לאל, א רגע כבין דאך אין די ראנג אשכול דא
דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:21 am#128486
זר ביסט נאך דא??
דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:29 am#128512
ניין
דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:49 am#128519
אויב אזוי איז גוט.
פרייטאג יוני 28, 2013 2:48 am#128810
בין שוין אויף עטליכע שעה, די יצר לב האדם לאזט מיר נישט צוריק גיין שלאפן
פרייטאג יוני 28, 2013 3:04 am#128812
הערצי רואיגע מוזיק וואס די האסט ליב,
פרייטאג יוני 28, 2013 3:07 am#128813
זר זהב האט געשריבן: איך חלום זיך עפעס מאדנע, א סיבירישער טיגער טרינקט פאלשע פיש זאפט


די געדענקסט נאך ?
פרייטאג יוני 28, 2013 3:12 am#128814
חזקי' וואס? מוזיק אין די 3 וואכן?

כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בנחמתה, איך וויל נישט זיין די היפך ח"ו
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 5:44 am#145595
היינט גייט זיין א 5-שעה-ענערגיע טאג.
(יישר כח ATUB @סאשי פיש ATUB פאר די לינק)
זונטאג פעברואר 16, 2014 5:50 am#183930
איך פלאטץ אוועק
ס'איז שוין באלד די עלות
און איך קען נישט איינשלאפען
זונטאג פעברואר 16, 2014 10:24 am#183952
נאך אפאר שלאפלאזע נעכט און הרב זאקס אליינס וועט זיך מאכן א ניק דא ..
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 2:34 am#231893
מיעד אבער סע גייט נישט



איינער קען אוועק נעמען מיין סעלפאן?
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 4:49 pm#231990
ס'שוין באלט שבת און ס'שלאפט זיך נישט....

איך גיי אין מקוה האט ער נישט געהאט קארבענעי, נאר קארבענעטט מיט צוויי טת'ן....
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:25 am#237770
שוין פאר ווער ס'וויל. א נייע שיעור אין צימעס. איימסארי איך מיין באבוב.
@עזריאל
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:54 am#237952
האט איינער שוין באמערקט אז לעצטענס איז נישטא וואס צו ליינען דא?
זונטאג פעברואר 22, 2015 2:37 am#255095
אוי באשעפער װי לאנג נאך?
מיטוואך מערץ 04, 2015 10:03 pm#257198
וואס איז די מוזיק וואס כ'הער? כ'קען נישט איינשלאפן..
מיטוואך מערץ 04, 2015 10:21 pm#257201
בלילה ההוא נדדה שנת המלך.... ויאמר המלך מי בחצר....
מיטוואך מערץ 04, 2015 10:42 pm#257203
שוין
מיטוואך מערץ 04, 2015 11:56 pm#257206
די געהלע באסעס זענען נאך ערגער ווי די פארטי באסעס, השם ישמרנו. א גרודער.
דינסטאג מאי 17, 2016 1:05 am#333313
עס גייט נישט! דער שלאף וויל מיר נישט כאפן..
דינסטאג מאי 17, 2016 1:08 am#333314
מתאמריה משמיה אז דאס איז א פרויען פראבלעם א מאן זעצט זיך צום גמרא.
לענינו מזעצט זיך צום שטיבל און מען שרייבט עטליכע אשכולות להנות בני אדם.
ביי די וועי עס איז היינט אריינגעקומען אן אנאנימע שלום בית קעיס איך מיין דו קענסט ארויס העלפן דארט
l viewtopic.php?f=22&t=10497#p333266 l
דינסטאג מאי 17, 2016 1:09 am#333315
שמעקעדיג האט געשריבן:עס גייט נישט! דער שלאף וויל מיר נישט כאפן..

איך קען דיר אנקאללען דערציילן א מעשה ביז די שלאפסט איין.... קום אין אישי
דינסטאג מאי 17, 2016 2:07 am#333321
א גוט מארגן...
זונטאג מאי 22, 2016 1:15 am#333937
Re: ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן
פוי איך קען נישט שלאפן.
l viewtopic.php?p=333236#p333236 l
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:54 am#355156
יעדער קען שוין שלאפן לעצטענס?
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:19 am#355162
זעט אויס איך בין נישט יעדער
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:29 am#355165
די סטאטיסטיקס ווייזן אז די יונגע מיט די אלטע קענען נישט שלאפן. די מידעל עידזש שלאפן א מחיה
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:34 am#355166
.
דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 5:35 am#355168
.
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:15 am#355373
Re: ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן
ידען האט געשריבן:מיעד אבער סע גייט נישט



איינער קען אוועק נעמען מיין סעלפאן?

נעם מיינס אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:בלילה ההוא נדדה שנת המלך.... ויאמר המלך מי בחצר....
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 4:16 am#355377
נאכ'ן נישט דא זיין פאר א תקופה בין איך אריינגעקומען פאר א ביקור בזק, כ'ברויך דאך מיטהאלטן דאס לעצטיגע און בלייבן אינפארמירט מיט דאס מארגענדיגע. כ'עפן איין טיר, כ'בייג אריין דאס גולגולת מיינס, כ'זעה א פארלאשענע לעקטער. כ'עפן דאס צווייטער טיר, טאקע אין העמק דבר, דארט ווי די לייבן פלעגן אמאל ברומען, כ'זעה ס'וואקסט שוין שימל אויף די שויבן, און אזוי ווייטער, אלעס איז שטיל.... שא...

פלוצים זעה איך א לעקטער פון דערווייטענס, איך לויף גיך, 'פאר ווער עס קען נישט שלאפן' ליינט ער זיך. מיט א שטראל פון האפענונג, אז טאקע איצט ווען ס'קוקט אויס ווי מ'פראוועט שוין נאכט פאר דריי וואכן גיי איך דא אנטרעפן די חברה, אמער 'וויפיל איז די שיעור פון שלאפן', ווער קען נאך שלאפן? אוודאי איז יעדער דא פארזאמעלט... אבער מה נאמר, כ'בין פארגליווערט געווארן ווי גאלע זעענדיג אז יעדער שלאפט!

ועל זה בכה רבי ואמר: וואס וועט זיין מיט די מוסדות....
דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 10:52 am#355387
אפשר וועלן די אמאליגע ברומעדיגע לייבן אויך צוריקקומען נאך א תקופה בקרוב פאר א ביקור בזק, דעמאלס וועט מקויים ווערן "והימים ימי ביקורי בזקים" און די מוסדות וועלן ווייטער מצליח זיין כבשנים קדמוניות.
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 3:16 am#368666
וואס נאך איז נייעס
דאנערשטאג אפריל 20, 2017 2:05 pm#368673
מיקוה נייעס האט געשריבן:עס וועט נאך קומען צייטן .. די גוטע צייטן גייט זיין אזוי גוט אז דו וועסט פארגעסן אז דו האסט אמאל געהאט שווערע צייטן



איך ווארט נאך אלץ