Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

קאווע שטיבל • יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
350 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 380 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2175
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:24 am#54556
יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
אצינד קומט די בשורה אז מען וועט נישט אנקלאגן דעם בחור פון קרוינהייטס, וועמען די פאליציי האט ברוטאל אטאקירט און דערנאך ארעסטירט פאר 4 טעג אין רייקערס איילענד. נאך א מזל ס'איז דא א ווידיאו.

פאר 3 חדשים צוריק איז געווען אין די נייעס, אז מען האט באפרייט פון תפיסה (אויך רייקערס איילענד) א מ'כלומר'טשן מערדער וועלכער איז פאר'משפט געווארן אויף 20 יאר, און נאך 15 יאר קעמפן מיט ציין און נעגל האט ער אויפגעוויזן אז ער איז נישט געווען דער מערדער, נאר ליבערשט א אומשולדיגער שעיר לעזאזל אויף וועמען די פאליציי אגענטורן מיט די פראקורארן האבן זיך אנגעטשעפעט.

און די פאסירונגען זענען נישט קיין איינצעלנע. עס גייט נישט אדורך קיין קורצע תקופה, וואס מען הערט נישט נאך אזעלכע האר-אויפשטעלנדע באריכטן, ווי אומ'יושר'דיג דער "יוסטיץ סיסטעם" אין אמעריקע איז. ווער עס לייענט (רח"ל) דער שטערן/שפאקטיוו, האט זיך שוין זיכער אנגעשטויסן אין מערערע באשרייבונגען וועלכע פאראורזאכן הארץ ווייטאג אז מיר לעבן אין אזא "מלכות של חסד" מיט סדומ'ער געזעצן, אן קיין יושר, רשעות און בלבולים, שווערע רשעות'דיגע תפיסות, קאלטע בלוטדורשטיגע פראקורארן, אלעס אונטערן נאמען פון יוסטיץ. אבער מען קען טרעפן גענוג פארווייטאגטע ארטיקלען אפילו פשוט אין די היימישע צייטונגען.

און די גרעסטע חידוש איז נאך, אז מיליאנען מענטשן זענען איינגערעדט און פארגלויבט דערין. גיב נאר א קוק אביסל אין די קאמענטס אויף "וואס איז נייעס", און באמערק די בלינדע באגלויבטקייט אינעם "סיסטעם". די קאמענטירער און גלויבער פארשטייען נישט אז זיי (די יוסטיץ דעפארטמענט) קענען טרעפן ביי יעדן מענטש צענדליגער קרימינאלע אנקלאגעס, זאל דאס זיין אפילו אויפן פרעזידענט אליין. דאס איז דערפאר ווייל ברצותם קענען זיי דרייען וואס דער מענטש האט געטון און געזאגט און געמיינט און געטראכט, און יעצט שטעל זיך אויפן קאפ. און אז זיי ווילן איינעם חרוב מאכן דאס לעבן, הכח בידם. אלמלא מען טרעפט נישט דעם ווידיאו פון דעם בחור'ל, וואלט ער מסתמא באקומען צוגעטיילט נישט ווייניגער ווי 6-7 יאר. וויפיל ווידיאוס ווערן בכלל נישט געטראפן אדער רעקארדירט, וואס וואלטן געקענט העלפן שטעלן א קעיס אינעם ריכטיגן פרעספעקטיוו?

די בלוט ברויזט ווען מען לייענט זיך אן אדער מען הערט די שרעקליכע מעשיות, און די עינויים וואס די אנגעקלאגטע גייען אדורך, ממש נוסח רוסלאנד און מיטל-אלטער. איי וועסטו פרעגן, וואס וועט דער אשכול אויפטון? איז קודם כל "ישיחנה", איך וויל מיר אויסרעדן אין פאבליק, און נאכדעם, אפשר וועט דאס איינער פון די פאליטישאנס לייענען און עפעס טון דערוועגן (פליז וועקטס מיך נישט אויף).

איך בין זייער שטארק פאר "יוסטיץ רעפארם". אונזער סיסטעם מוז זיך דראסטיש טוישן. די אן א שיעור מעשיות וואס איך האב שוין געהערט און געלייענט, איז איבער גענוג צו זיין איבערצייגט אז עס פאדערט זיך אן ערנסטן תיקון. (אגב, 2 סייטס - צווישן אנדערע - וואו איך האב זיך אסאך אנגעלייענט זענען m http://www.prisontalk.com m און m http://www.prisoners.com m . די צווייטע איז דעמאקראטיש געשטימט, און איז בעיקר פון פענסילוועניע, אבער נעווער-דע-לעס, גיט א גוטן בליק אריין אינעם סיסטעם, די גיהנם וואס די אומגליקליכע גייען אדורך).

וואס גענוי דארף מען טוישן? , אה, די ליסטע איז גאר א לאנגע. איך וועל נישט אנקומען צו אלעם יעצט, אבער לאמיר כאטשיג אנהייבן, און מ'וועט ממשיך זיין שפעטער אי"ה. און איר קענט צולייגן אייער אייגענע.

צום ערשטן אלעם, די תפיסות אליין דארף ווערן געטוישט לטובה. די רשעות און די צרות וואס די אינמעיטס גייען אדורך איז הארצרייסענד. בפרט נעמענדיג אין באטראכט אז מערערע פון זיי זענען אומשולדיגע! לאמיר נישט רעדן פון די געצעלטן תפיסות פון דעם שטרענגן שעריף "דזשאו" ימ"ש, אין אריזאנע, וואס איז דער טייוול אליין און האט הנאה ווי מער צו פייניגן זיינע ארעסטאנטן ממש ברוטאל. איך רעד פון דורכשניטליכע תפיסות, בפרט ביי די הויכע-סעקיוריטי תפיסות.

לאמיר נעמען א משל. אין די מאקסימום-סעקיוריטי תפיסות, געפינט זיך אין יעדן ענגן צימערל – וואו מען שטופט אריין מער מענטשן וואו עס קען פארנעמען, צוליב מאנגל אין פלאץ – א טוילעט, וועלכע איז אפן לעיני כל. וויבאלד די ארעסטאנטן זענען פארשלאסן אינעם פיצעלע צימער פאר 23 שעה א טאג, מיטן אויסנאם פון איין שעה וועלכע זיי טוען עקסערסייז אדער נעמען שאוערס וכדומה, מוזן זיי האבן דעם טוילעט אין צימערל. אבער היות די ארעסטאנטן דארפן זיין אנזעהבאר 24 שעה, און זיך נישט קענען באהאלטן, איז די טוילעט ברבים אז מען קען אריינזעהן פון די האלוועיס, און פארשטייט זיך אז אינעם צימערל אליין לעבט מען ווי א בהמה. די טוילעט איז לעבן דיין בעט, און ווען דו אדער איינע פון דיינע סעל מעיטס וויל גיין הכנות, גייט ער בפרהסיא, יעדער הערט, זעהט און שמעקט אלעס ארום. דאס איז א מין נידריגקייט וואס לאזט זיך נישט זאגן.

לויט א בריוו וואס איך האב געלייענט אין איינע פון די סייטס הנ"ל, ווערן די טורמע אפיצירן געטרעינט נישט צו פייניגן די ארעסטאנטן, נאר זיי ווייסן אז "צונעמען די פרייהייט" איז בעיקר די שטראף, ותו לא. אבער ווער עס ווייסט אביסל די הפקרות וואס טוט זיך אפ, ווי די סי.או'ס טוען ככל העולה על רוחם הטמא, אלע געמיינהייטן, און ליידער איז נישטא קיין דין וחשבון ווער עס קוקט זיי נאך, עס איז געהעריג א הפקר וועלט, מען פייניגט, מ'יאגט און מ'שלאגט, מען באשטראפט (בפרט אינעם לאך, ווי כ'וועל שפעטער מאריך זיין). זייער ווייניג גייען אנקלאגן זייערע אפיצירן, אפגערעדט בשעת דו זיצט נאך ווען דו האסט נישט קיין רעכטן, דו ביסט גענצליך תלוי בדעת אחרים; אבער אפילו נאכן ארויסגיין פון דעם קאשמאר, זעירין אינון אזעלכע וואס ווילן זיך זעהן צוריק אין קאורט, אפילו נאר כדי אנצוקלאגן אנדערע.

ווער רעדט נאך פון די הפקרות וואס טוט זיך צווישן די ארעסטאנטן, וועלכע רצח'ענען זיך ארום צווישן זיך, און די טורמע טאטעס אינטרעסירט עס נישט. וויפיל מענטשן – גענצליך אומשולדיגע – זענען שוין ארויס צוקלאפט און צוביילט, צובלוטיגט און פאר'חלש'ט פון די וואונדן וואס זיי האבן געכאפט פון די רוצחים. און אפילו טויטע! לעצטנס איז געווען אין די נייעס (אויך אין רייקערס איילענד) ווי איינער איז אויסגעגאנגען פון די וואונדן, נאכן ווערן אנגעהאקט און אראפגעווארפן אלע טרעפ מיט א רציחה. ואין פוצה פה ומצפצף. קיינער נעמט זיך נישט אן פאר די אומשולדיגע (אקעי, שולדיגע!) קרימינאלן. זיי זענען א שטח הפקר וואס זייער בלוט איז גרין און עס שטערט נישט קיינעם. קיינער פארלירט נישט קיין שלאף דערוועגן (חוץ זייערע נאנטע פארווייטאגטע קרובים).

איך וועל זיך דא אפשטעלן און באלד מאריך זיין ווייטער.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:02 am#54558
I heard in Otisville in the camp there is only "taking away the freedom " !
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:49 am#54563
זיי ביטע מסביר וואס דו זעהסט אלץ דער יסודתודיגער סיסטעמאטישער פראבלעם, נישט פרטיתדיגע עוולות וואס איז דא אין יעדער סיסטעם כל זמן וואס די וועלט ארבעט אויף מענטשען און זיי האבן שלעכטע מידות אדער טעותים. וואס איז ביסוד נישט ריכטיג אין וויאזוי דער סיסטעם ארבעט, און וואס קען מען טוהן עס צו פאררעכטן?
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:50 am#54564
שמעקעדיג, שקויעך פארן עפענען די אשכול איך האב שוין אויך לאנג געוואלט עפענען אזא אשכול.
לכשהזמן יפנה וועל איך אנפילן דעם אשכול מיט מעשה'ס וואס האר פון קאפ קענען זיך אויפשטעלן, איך קען אביסל אין די ענינים, ווייל איינער פון מיינע משפחה מיטגלידער טוט אין דעם.

איך וועל אנהייבן מיט א באקאנטע מעשה וואס האט פאסירט מיט ארי יאקאבאוויטש, די ערשטע טאג ווען ער איז אריינגעקומען, ס'דא אזא בעלל אין דשעיל וואס ס'איז געמאכט צו רופן דעם אויפזעהער, זעהט זיך אויס אז ארי האט עפעס געוואלט האט ער דאס געקוועטשט, מ'האט זיך נישט וואוסענדיג געמאכט, )ווייל פאר דו ביסט נישט א חודש אין דשעיל ביסטו בכלל נישט קיין מענטש, ביסט א ראזינקע, און אלעס וואס דו וועסט בעהטן וועט ווערן צוריקגעוויזן, ביז דו וועסט דא זיין א חודש, וועסטו געוואר ווערן וואס דא טוט זיך, נאכדעם וועט מען אויסהערן וואס דו האסט צו זאגן), איז ארי געגאנגען און געקוועטשט נאכאמאל, דער אויפזעהער האט אים געוויזן מיטן פינגער ער זאל אויפהערן, ארי האט אבער געקוועטשט נאכאמאל, לכבוד דעם עולה איז ער געזיצן 24 שעה אינעם לאך.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:21 am#54571
די עיקר פראבלעם איז, אז פאליטישענ'ס לויפן אוועק פון דעם ווי פון פייער, ווייל מ'זאל זיי נישט חושד זיין אז זיי האבן פוטער אויפן קאפ (און ס'איז נישט popular, וועגן דעם ווען ס'דא איין מעשה גניבה וואס רודערט אויף די לאנד וועט איין משוגע'נער קאנגרעסמאן אריינגעבען א אומנארמאלע שטרענגע געזעץ, וועט קיינער נישט וואטן דערקעגן, און סתם עמך מענטשן וואס פאלן אריין מיטן געזעץ וועלן יארן נאכדעם ליידען צרות צרורות ר''ל.

אנטער די קוליסען לאביט מען איצט מיט קאנגרעסלייט וואס זאל העלפן אחב''י, און מ'קייט ליידער שטיינער.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:56 am#54582
איך מיין אז מיר דארפן דא באהאנדלען דריי פונקטן. איינס, דעם וועג וויאזוי מ'באשולדיקט מענטשן; צוויי, וויאזוי די אורטיילן ווערן צוגעטיילט; און דריי, וויאזוי באשולדיקטע ווערן באהאנדלט אין טורמע. (כדי נישט צו ווערן אריינגעשלעפט אין נגיעות'דיקע געפעכטן לאמיר נישט דערמאנען קיין ספעציפישע פעלער, א-ווי רובאשקין.)

א) בנוגע דעם וועג וויאזוי פראקורארן באשולדיקן א מענטשן איז דער עיקר פראבלעם וואס עס איז נישט דא קיין סיסטעם צו פארזיכערן אז זיי זוכן יושר. עס איז א פאקט אז פיל מאל ווענדט זיך צי מען גייט ארויס שולדיק צי נישט בלויז אויב מ'האט זיך ערמעגלעכט א גוטן אדוואקאט. א יושרדיקער יוסטיץ-סיסטעם וואלט געדארפט אויסשפייען אומשולדיקע אפגעזען צי דער אנגעקלאגטער איז גענוג פארמעגלעך זיך צו באצאלן א טייערן אדוואקאט.

ב) בנוגע אורטיילן - עס איז גענצלעך אומאקצעפטירבאר אז א געלט-שווינדלער - אפגעזען דעם סכום פון זיין שווינדל - זאל פארוויילן אין טורמע נאך מער ווי א ברוטאלן מערדער, ובפרט לויט דעם היינטיקן סיסטעם אז די געזעלשאפט פארדינט גארנישט פון אן ארעסטאנטס וויילן אין טורמע.

ג) דער פראבלעם אין תפיסות גופא איז צווייפאכיק. 1) ווי שמעקעדיג האט שיין אויסגעשמועסט: דאס צומאל-ברוטאלע באהאנדלונג אויף די ארעסטאנטן. 2) אנשטאט די געזעלשאפט זאל פארדינען דורך די ארעסטאנטן, קאסט גאר גרויס געלט פאר די שטייער-צאלער אויסצוהאלטן יעדן ארעסטאנט. ארעסטאנטן וואלטן געדארפט ארבעטן פאר דער געזעלשאפט; אין יעדער טורמע וואלט געדארפט זיין א פירמע צו פראדוצירן פראדוקטן פאר דער ברייטער געזעלשאפט (לאמיר זאגן אויל פאר אויטאמאבילן, אראפצוקלאפן די הויכע פרייזן), און די ארעסטאנטן וואלטן געדארפט באקומען באצאלט ווייניק, אבער גענוג אז זיי זאלן קענען שיקן עפעס געלט פאר זייערע משפחה-מיטגלידער וועלכע זענען פארבליבן אן קיין פרנסה-ברענגער, ווי אויך צוביסלעך צאלן גניבות - אין פאל פון א געלט-שווינדלער. אזא פירמע וואלט געדארפט ווערן געפירט פונקט ווי א ביזנעס, און די 'ארבעטער' וואלטן געדארפט זייער מענטשלעך באהאנדלט ווערן.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:58 am#54618
סופר ומונה, איך מוז דיר קאנגראטולירן פאר דיין תגובה, האסט קלאר און דייטליך ארויסגעברענגט, אין בלויז געציילטע שורות, כמעט אלע מיינע געדאנקען, פון וואס איך האב געפלאנט מאריך אף צו זיין...

איז אזוי, לאמיר עס טאקע צוטיילן אין די 3 חלקים, יעדע איינע איז כדאי לעצמו צו באשרייבן באריכות.

חלק א':

בנוגע באשולדיגן א מענטש, איז דער סיסטעם בכלל נישט יושר'דיג מחמת כמה סיבות. קודם כל, די פראקורארן זוכן "נישט" קיין יושר. נאר כבוד. עס איז גאר געווארן א כבוד ווי מער "פארברעכער" מען באשולדיגט און ווי לענגערע טערמינען מען זעצט אים איין. איזהו מכובד? המענה את הבריות. ער פייניגט אנדערע. דער פראקוראר גייט אהיים פרעסן און געבן/באקומען ליבשאפט פון זיין ווייב און קינדער, פארגעסנדיג אז ער האט איינעם חרוב געמאכט דאס לעבן, און מארגן גייט ער חרוב לייגן א צווייטנס.

דער סיסטעם איז ווייט פון יושר פאר נאך א סיבה. די פראקורארן, אויספארשער און דעטעקטיווס, און אנדערע פעדעראלע אדער סטעיט אגענטן, האבן די וועלטס צייט און די וועלטס געלט. זיי זיצן על סיר הבשר אויפן פעטער סעמ'ס קאנטע, און קענען נאכגיין א זאך יארן לאנג, מיט האלב אמת'ע און גאנצע ליגנטס, און האבן צו די זייט וויפיל געלט זיי דארפן. ווען דער אנגעקלאגטער דארף זיך פארטיידיגן, דארף ער זוכן א לאיער, וואס אויב האט ער גענוג געלט, צייט, און מזל, כולי האי ואולי קען ער אפקומען גרינגער. אויב האט ער נישט קיין געלט, וועט די רעגירונג אים צושטעלן א לאיער... א לאיער האבעך געזאגט? ענדערש א שוסטער. פארוואס זאל נישט זיין אייניג? דער לאיער זאל באקומען די געלט און די צייט וואס די אנקלעגער באקומען, צו פארזיכערן א יושר'דיגן משפט!

לאמיר נאר צוריקגיין א רגע בעפארן אנקלאגן. ווען מען ארעסטירט א מענטש, וואס מען טאר נישט רעזיסטען, נאר זיך לאזן שיין ווי א חדר אינגל, כאטש עס איז מעגליך א חושד בכשרים, טראגט מען דעם ארעסטאנט צו א פלאץ וואס איז נאך ערגער ווי א תפיסה, מיט כל מיני רוצחים און כאלאזן מיט א הפקרות, אנע עסן אן א בעט צו שלאפן, אונטער אומנארמאלע אומשטענדן. פארוואס קומט זיך עס אים? מען האט אים נאך אפילו נישט אנגעקלאגט! די רעגירונג וואלט געדארפט צושטעלן א נארמאלע פלאץ, פאר די אומשולדיגע-אנטיל-פראווען-גילטי מענטשן!

חלק ב':

בנוגע אורטיילן און תפיסה טערמינען. יוסי געשטעטנער שרייבט אויף זיין סייט, אז מען וואלט געדארפט איבערשרייבן אלע געזעצן פון סקרעטש. אמעריקע האט מיליאנען (אויב נישט ביליאנען) געזעצן, קיינער ווייסט נישט אלע פון זיי, און קיינער קען נישט געדענקען אלע פון די יעדע מינוט אין לעבן, אבער טאמער האסטו פארגעסן אדער נישט געוואוסט, באקומסטו א שטראף, נישט וויסן איז נישט קיין תירוץ, לא ראינו אינו ראיה.

קודם וואלט איך פארגעשלאגן אז מען קען נישט געבן מער ווי איין שטראף אויף 1 עוולה. אין איסור חל על איסור. למשל אויב האט איינער געזאגט ליגנט פאר די באנק אויפן טעלעפאן, קען מען אים אנקלאגן פאר 2 עבירות, באנק-פראוד און ווייער-פראוד, און מען קען אים באשטראפן פאר ביידע. פארוואס? דאס איז נישט קיין יושר. רובאשקין איז דוכט זיך געווארן באשולדיגט מיט קרוב צו 2,000 קאונטס, איך געדענק נישט דעם נומבער פונקטליך. צו וואס איז די משוגעת??? און בכלל דאס אויפזוכן פארשטופטע עבירות און געזעצן וואס קיינער ווייסט נישט דערפון איז אויך א משוגעת שאין כמוהו. ורובאשקין יוכיח. מען האט אפירגעקראצט עפעס אן אומבאקאנטן געזעץ אז מען דארף צאלן בהמה סוחרים אין צייט, קיינער האט נישט געוואוסט דערפון, אבער איין פראקוראר האט דאס אויסגעטראפן און מען האט דאס צוגעלייגט צו זיין ליסטע פון עבירות.

נאכדעם, האלט איך אז א ערשטע מאל וואס מען באשולדיגט איינעם אויף ווייט-קאלער קריימס זאל ער נישט באקומען קיין מערדערליכע שטראפן. איינס-צוויי יאר איז פונקט גענוג צו שיקן א שטארקן מעסעדזש. געבן 20-30 יאר איז סתם משוגע פאר פארשידענע סיבות, אבער בעיקר ווייל עס בלייבט נישט איבער ווי אזוי צו באשטראפן די עכטע קרימינאלן. אזא מעידאף מוז מען געבן "סימבאלישע" 150 יאר, אויך מיר א שטראף.

מען דארף טוישן אלע געזעצן פון "יארן" צו "חדשים". אין "די צייטונג" איז געווען שיין באשריבן ווי יארן צוריק האבן די געזעץ געבער געזעהן א שטיקל שוואכקייט אין היטן די געזעצן, בעיקר אין דראגס, האט מען זיך גענומען העכערן שטראפן אין די וועלט אריין. למעשה זאגן זיי היינט אז ס'האט קיין סאך נישט אויפגעטון. רוב ארעסטאנטן קומען צוריק אן אין תפיסה. מער וועגן דעם, אין חלק ג'.

די לאנגע טערמינען מאכט שאדן פאר די סאסייעטי אין אסאך וועגן, קודם כל, ווי סופר ומונה האט שוין דערמאנט, קאסט עס אפ די שטייער צאלער ממון ודמים, און בשעת די רעגירונג דערשטיקט זיך מיטן בודזשעט, וואלט מען רואיג געקענט שניידן ביליאנען דאלארן א יאר. אין קאליפארניע איז געווען באריכטעט אז זיי גייען באפרייען איבער 16,000 ארעסטאנטן צוליב זייער דעפיציט.

נאכדעם אן אנדער פראבלעם, (אויך שוין דערמאנט) איז אז די משפחה דארף ליידן און בלייבן אנע ברויט אין שטוב. ס'איז נישט יושר.

===

איך מוז יעצט גיין, אבער מיין פעדער איז נאך אנגעפילט מיט טינט.
פארזעצונג קומט בקרוב אי"ה.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:12 am#54623
מר' שמעעדיג עס קוקט אויס ווי דו ארבעסט און א פדון שביום ארגענזאציע.... זייער שיין אראפ געלייגט
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:58 am#54649
שמעקעדיג האט געשריבן: גיב נאר א קוק אביסל אין די קאמענטס אויף "וואס איז נייעס", און באמערק די בלינדע באגלויבטקייט אינעם "סיסטעם".

מ'טאר נישט ליינען די קאמענסט אויף VIN, סע קען גורם זיין הארץ ווייטאג.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:29 pm#54667
איך ווייס נישט צו דו וועסט טרעפן איינער וואס זיצט אין תפיסה און ער וועט האלטן אז ער איז שולדיג.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:44 pm#54672
קליגער איד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דו וועסט טרעפן איינער וואס זיצט אין תפיסה און ער וועט האלטן אז ער איז שולדיג.


איך ווייס נישט אויב ס'איז אמת,
אבער אלענפאלס, דאס איז נישט מעלה אדער מוריד כלפי אונזער שמועס דא.
יוסטיץ איז צובראכן און צושמעטערט. טיף אין די אדמה. מ'דארף עס פאררעכטן.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:19 pm#54687
דער פוינט פון אז א שווינדלער טאר נישט זיצן מער ווי א רוצח איז וואס איז די מערסטע ראנג מיט אמעריקע! דער לעבן איז גארנישט אלעס איז געלט. אין קאנאדע איז דער סיסטעם אזוי סאך בעסער, דארט ווארפט זיך נישט קיין יארן אין תפיסה פאר איינער וואס שווינדעלט, איבערהויפט דאס ערשטע אפפענס. אמעריקע איז א סדום לאנד.

ווער האט נאר געשריגן אז מ'דארף גיין וואוטען דא ווייל זיי געבן פרידאם? א הויקער. ווילסט פרידאם? מוף קיין קאנאדע! אמעריקע איז א סדום לאנד און די סעפט 11 אטאקעס איז זיך זיי ערליך געקומען, נאר אשאד ס'האט מיטגענומען אומשולדיגע מענטשן.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:20 pm#54691
זר! צוריך איז נישט בעסער מיט דעים???
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:22 pm#54692
זר זהב האט געשריבן:דער פוינט פון אז א שווינדלער טאר נישט זיצן מער ווי א רוצח איז וואס איז די מערסטע ראנג מיט אמעריקע! דער לעבן איז גארנישט אלעס איז געלט. אין קאנאדע איז דער סיסטעם אזוי סאך בעסער, דארט ווארפט זיך נישט קיין יארן אין תפיסה פאר איינער וואס שווינדעלט, איבערהויפט דאס ערשטע אפפענס. אמעריקע איז א סדום לאנד.

ווער האט נאר געשריגן אז מ'דארף גיין וואוטען דא ווייל זיי געבן פרידאם? א הויקער. ווילסט פרידאם? מוף קיין קאנאדע! אמעריקע איז א סדום לאנד און די סעפט 11 אטאקעס איז זיך זיי ערליך געקומען, נאר אשאד ס'האט מיטגענומען אומשולדיגע מענטשן.


רעד נישט אזוי אויף אונזער לאנד, ווען באמת איז דאס א מלכות של חסד. איינמאל דו פארפלאנטערסט זיך מיטן געזעץ, דעמאלס איז ממש... קיין איד זאל נישט אנקומען אהין.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:26 pm#54698
מען רעדט טאקע דא פון איינעם וואס האט זיך פארפלאנטערט מיטן געזעץ.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:29 pm#54701
ס'נישט מיין לאנד און ס'גארנישט מער מלכות של חסד ווי קאנאדא. קאט איט. אויף "דיין" לאנד גייט דאס ווארט:

YOU ARE ONE MISTAKE AWAY FROM PRISON
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:29 pm#54705
לעמיל האט געשריבן:זר! צוריך איז נישט בעסער מיט דעים???

יא, די שוייצע טורמעס זענען א גן עדן קעגן אמעריקעס.
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:33 pm#54711
גיימער אהין?? :lol:
דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:56 pm#54720
זר וואוינט דאך דארטן אין שווייץ...
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:43 pm#58463
די וואך אין "די צייטונג".
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:00 pm#62042
אין די "שפאקטיוו" דעם חודש (כסלו תשע"ג) האט הרב אשר לעווין געשריבן אן אויסערגעווענליכע ארטיקל פון אונזערע תפיסות אין אמעריקע, אין בעפארברייטונג צו די פרעזידענט עלעקשאנס.
יעדעס ווארט איז דאך ליידער אזוי אמת, און שפיגלט אפ מיינע געדאנקען.

איך שפיר אז איך מוז עס ארויפשטעלן פאר אונזערע ליינער דא.
איך בעט מחילה פונעם שפאקטיוו אויב דאס איז קאפירייט מאטעריאל, איך האף אז לכבוד אזעלכע ארטיקלען וועלן זיי פארדינען נאך קונים און אדווערטייזער, און מיט דעם וועט זיך עס האבן געלוינט.
זונטאג נאוועמבער 18, 2012 11:26 pm#62462
Espresso האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: גיב נאר א קוק אביסל אין די קאמענטס אויף "וואס איז נייעס", און באמערק די בלינדע באגלויבטקייט אינעם "סיסטעם".

מ'טאר נישט ליינען די קאמענסט אויף VIN, סע קען גורם זיין הארץ ווייטאג.

איך, אלס גאר אפטער באזוכער אין וו.אי.נ. פאר די לעצטע זיבן יאר, קען עדות זאגן אז אין אנהויב איז עס געווען זייער א געשמאקע סייט. נאר די לעצטע צוויי יאהר איז עס געווארן אנגעפולט מיט שנאה און פערזענליכע אטאקעס דורך געציילטע אינשי דלא מעלי וואס האבן זיך ארויפגעכאפט און זיי שפייען מיט גרויס שנאה. כאטש ס'איז קעגן די תקנות. נאר די עדיטארס לאזן כמעט אלעס אדורך גיין. לדוגמא, אין די פרשה פון רובאשקין האבן די מערסטע פאוסטערס געשריבן בטוב טעם ודעת מיט א אידישן געשמאק. אויסער עטליכע פראסטאקעס וואס האבן געטאנצט מיט א שמחה לאיד אז מ'האט איהם אזוי שטרענג פאר'משפט און זיי האבן געשריבן אז ס'קומט איהם נאך מער. מהאי טעמא שרייב איך שוין דארט כמעט נישט.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:20 pm#62667
שמעקעדיג, א דאנק פארן ברענגען דעם ארטיקל פון הרב אשר לעווין. עס קוקט מיר אויס אביסל מיסטעריעז ווי מיינס א שורה איז אריינגעפלויגן אין הרב לעווינס ארטיקל, כמעט ווארט-נאך-ווארט...
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:10 pm#62683
טאקע אינטרעסאנט.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:25 pm#62688
כ'האב געהאט אמאל א דין ודברים מיט א ליטווישען וואס האט פארשטאנן אז ס'קומט פאר רובאשקין 27 יאר ר''ל, מיט די אויסרייד YOU DO THE CRIME , YOU DO THE TIME

האב איך אים געזאגט, פארשטייסט אז אויב ער טוט דאס אין ירושלים 2000 יאר צירוק וואלט מען אים פארקויפט פאר א עבד עברי פאר 6 יאר(און דאס אויך נישט), אין קאנעדע וואלט מען אים באשטראפט מיט געלט און נישט קיין תפיסה, אין ניו יארק וואלט ער זיכער באקומען ווייניגער, נאר אזוי ווי ער איז געווען אין די אנטיסעמיט'שע 'אייווא' וואס האט אים קודם אונטער געברענגט זיין ביזנעס וואס דאס איז זיכער געווען אנטיסעמיט'יש (ווייל אסאך קאמפעניס האבן NON DOCUMENT ארבייטערס און מ'טוט זיי גארנישט) און דערנאך האט מען געזוכט אויף די אפליקעשאנ'ס פאר עפעס נומערן וואס שטימען נישט.

אויב אזוי , אפשר איז היטלער ימ''ש גערעכט געווען אז ער האט געהארגעט דיין זיידע אין דייטשלאנד, ווייל ער איז געווען א איד, וואס זיי האבן בארויבט די ארימע דייטש, און די געזעץ האט געזאגט אז ס'קומט אים מיתה ר''ל.

מיט אזעלעכע ברודער , ווער דארף נאך אנטיסעמיטן?
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:44 pm#62691
גוט געזאגט, אוטספאקען.
אפשר קען מען צולייגן צום אשכול קעפל די א.ג. "ברודערס" (א חלק פון זיי קאמענטירער אויף וואס איז נייעס) וואס האבן א תאוה צו זעהן אנדערע אידן פוילן אין תפיסה ווייל ער האט געבראכן עפעס א געזעץ.
בכלל האב איך שוין אמאל גע'חלומ'ט צו עפענען א אשכול איבער "געזעץ", וואס איז דער אומזעהבארע כח דערפון. אפשר אונזערע סייענטיסטן, אסטראנאמער און אלס-ווייסערס דא וועלן דאס קענען מסביר זיין.
א געזעץ וואס א מענטש, א בשר ודם ווי איך און דו, האט באשאפן, האט עפעס א אומבאגרעניצטן כח חרוב צו מאכן דאס לעבן פון אנדערע מענטשן און זייערע משפחות מיט קינדער.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:46 pm#62693
שמעקעדיג האט געשריבן:א געזעץ וואס א מענטש, א בשר ודם ווי איך און דו, האט באשאפן, האט עפעס א אומבאגרעניצטן כח חרוב צו מאכן דאס לעבן פון אנדערע מענטשן און זייערע משפחות מיט קינדער.

קודם כל עס איז א איינע פון די ז' מצוות בני נח צו מאכן דינים, צווייטנס "אלמלא מוראה של מלכות" וכו'
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:57 pm#62699
יידל זאגסט א נקודה, כ'הער. אבער איז נישט דער כח צו שטארק? אביסל איבערגעטריבן?
אגב, וואס איז די נייע בילד פון דיין אוועטאר?
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:18 pm#62711
יא, אודאי איז די כוח צו שטארק, אבער וואס איז ענדערש: מער קרימינאלן אויף דער פריי אדער מער אומשולדיגע אין תפיסה? יש לדון בזה טובא.

מיין אוועטער איז א מעדעצין קאפסול מיט די פארעם פון ד.נ.א. אינעווייניג.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:22 pm#62714
איך וויל מאכן אן אשכול איבער דער כח פון אן עבירה, עס קען מאכן א מענטש אומגליקליך בגשמיות. אויב מען כאפט דיר, ביזטו אויף צרות.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:03 pm#62721
יידל האט געשריבן:וואס איז ענדערש: מער קרימינאלן אויף דער פריי אדער מער אומשולדיגע אין תפיסה? יש לדון בזה טובא.

מ'האט עס שוין ערגעץ ערווענט. איך פערזענליך האלט ענדערש מער קרימינאלן אויף דער פריי. פארוואס זאל א אומשולדיגער ליידן וועגן איבערגעטריבענע יוסטיץ?
אבער ס'מסתמא נאר איך. איך בין בטבע א ווייכער און פארלייד נישט קיין עונשים, בפרט פון ערוואקסענע אויף ערוואקסענע.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:47 pm#62740
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וואס איז ענדערש: מער קרימינאלן אויף דער פריי אדער מער אומשולדיגע אין תפיסה? יש לדון בזה טובא.

פארוואס זאל א אומשולדיגער ליידן וועגן איבערגעטריבענע יוסטיץ?

ווייל די אלטערנאטיווע איז אז מער אומשולדיגע וועלן ליידן פון אונטערגעטריבענע יוסטיץ.
די חשבון איז ווי פאלגנד:
אונטערגעטריבענע יוסטיץ = מער קרימינאלן אויף דער פריי = מער אומשולדיגע מענטשן ליידן פון די קרימינאלן
לעומת
איבערגעטריבענע יוסטיץ (מער אומשולדיגע אונטער ארעסט) = ווייניגער קרימינאלן אויף דער פריי = ווייניגער אומשולדיגע מענטשן ליידן פון קרימינאלן.

די שאלה איז ווי איבערגעטריבן די יוסטיץ סיסטעם איז און וויפיל אומשולדיגע מענטשן זיצן.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:53 am#62868
יידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:א געזעץ וואס א מענטש, א בשר ודם ווי איך און דו, האט באשאפן, האט עפעס א אומבאגרעניצטן כח חרוב צו מאכן דאס לעבן פון אנדערע מענטשן און זייערע משפחות מיט קינדער.

קודם כל עס איז א איינע פון די ז' מצוות בני נח צו מאכן דינים, צווייטנס "אלמלא מוראה של מלכות" וכו'

יא. אבער דער פוינט וואס שמעקעדיג האט געוואלט ארויסברענגען איז אז דער געזעץ וואס א בשר ודם מאכט קען אמאל זיין א חרב פיפיות וואס קען אונטערברענגען א מענטש און חרוב מאכן גאנצע משפחות. אלעס אין נאמען פון געזעץ. אין ספעציפישן פאל פון ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו איז עס געווען ריינער אנטיסעמיטיזם וואס האט געטריבן די אזוי-גערופענע געזעץ היטער צו פארפאלגן און צוברעכן פיזיש און עקאנאמיש א מענטש, זיין משפחה און א גאנצע קאמיוניטי מיט אויפגעבלאזענע חטאים וואס זיי האבן צוגעטשעפעט צו איהם.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:02 am#62870
יידל האט געשריבן:יא, אודאי איז די כוח צו שטארק, אבער וואס איז ענדערש: מער קרימינאלן אויף דער פריי אדער מער אומשולדיגע אין תפיסה? יש לדון בזה טובא.

מיין אוועטער איז א מעדעצין קאפסול מיט די פארעם פון ד.נ.א. אינעווייניג.

ויש אומרים אז דיין נייע אוואטאר איז א סטייראפאום באקס וואס פראטעקט די סחורה אינסייד. וואס אויב מיר זוכן קריטיק קען מען זאגן אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ליבעראלע, ענוויראנמענטל כללים ווייל ס'איז נישט "בייאדיגרעידעבל". נאר אונז זעמיר ב"ה נישט קיין ליבעראלן אדער ענווייראנמענטל עקסטרעמיסטס. :lol:
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:17 am#62872
שמעקעדיג האט געשריבן:אפשר קען מען צולייגן צום אשכול קעפל די א.ג. "ברודערס" (א חלק פון זיי קאמענטירער אויף וואס איז נייעס) וואס האבן א תאוה צו זעהן אנדערע אידן פוילן אין תפיסה ווייל ער האט געבראכן עפעס א געזעץ.

לגבי די טענה וואס דו ברענגסט ארויס אז אויף די וועבסייט "וו.אי.נ." זענען דא "ברודערס" וועלכע זענען אזאלכע שטארקע פאטריאטן פון "געזעץ" אז זיי ווילן זען זייערע אייגענע "ברודערס" זיצן אין תפיסה פאר א לאנגע צייט ווייל זיי האבן געבראכן א געזעץ. דאס איז נישט ריכטיג. נישט דאס אפהיטן פון געזעץ מאטיווירט זיי. נאר די שנאה צו די אייגענע ברודערס. איך פערזענליך בין געווען דארט איינער פון די שטארקע שרייבערס, כידוע, מיט א פאר טויזנט תגובות. ס'כמעט נישט געווען א שטיקל נייעס אויף וואס כ'האב נישט קאמענטירט און דעבאטירט מיט אנדערע פאוסטערס. אבער פאר די לעצטע צוויי אדער דריי יאהר האט זיך אריינגעכאפט אן עלעמענט וואס ווערט געטריבן דורך שנאה און די מה יפית מענטאליטעט. מהאי טעמא האב איך כמעט גענצליך אויפגעהערט צו שרייבן דארט. און די עדיטארס לאזן כמעט אלעס אדורך. כאטש ס'איז קעגן די תקנות.
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 11:21 am#66228
יידל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:וואס איז ענדערש: מער קרימינאלן אויף דער פריי אדער מער אומשולדיגע אין תפיסה? יש לדון בזה טובא.

פארוואס זאל א אומשולדיגער ליידן וועגן איבערגעטריבענע יוסטיץ?

ווייל די אלטערנאטיווע איז אז מער אומשולדיגע וועלן ליידן פון אונטערגעטריבענע יוסטיץ.
די חשבון איז ווי פאלגנד:
אונטערגעטריבענע יוסטיץ = מער קרימינאלן אויף דער פריי = מער אומשולדיגע מענטשן ליידן פון די קרימינאלן
לעומת
איבערגעטריבענע יוסטיץ (מער אומשולדיגע אונטער ארעסט) = ווייניגער קרימינאלן אויף דער פריי = ווייניגער אומשולדיגע מענטשן ליידן פון קרימינאלן.

די שאלה איז ווי איבערגעטריבן די יוסטיץ סיסטעם איז און וויפיל אומשולדיגע מענטשן זיצן.

אינטערעסאנט, אויף דעם וויקיפעדיע פעידזש שרייבט ער אז פון אברהם אבינו ביי סדום זעהן מיר אז גאט'ס השקפה אויף דעם נושא איז אז אויב וועט איין אומשולדיגע מענטש ליידן טאר מען נישט מעניש זיין א גאנצע שטאט מיט רשעים. דערנאך ברענגט ער פון רמב"ם (סה"מ מצות ל"ת רצ) אויפן פסוק וְנָקִי וְצַדִּיק אַל תַּהֲרֹג, אז גאט וויל נישט אז אפילו אויב עס איז דא א צל של ספק אז איינער איז אומשולדיג אז יענער זאל נענש ווערן.

למעשה איז דא א גרויסע חילוק צווישן דאס און אונזער שמועס, ווייל דאס אלעס רעדט פון קעפיטעל פאנישמענט, ואינו דומה צו תפיסה.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:46 pm#72539
פאר א מינוט אוועק פון אמעריקאנער תפיסות-

האט איינער דא געלייענט דעם שוידערליכן באריכט אין "די צייטונג" פון די באליוויע תפיסה וואו ר' יעקב עסטרייכער האט זיך געפינען?
הרב שאול קליין איז אראפגעפארן באזוכן ר' יעקב, און פארציילט וואספארא שרעקליכע תפיסה דארט איז, די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן.

-- צוריק צו אמעריקאנער תפיסות.

איך ווייס נישט צי מען מעג ארויפברענגען דא דעם נושא, איך וועל פרובירן צו רעדן מער ברמיזה.
איינע פון די גרעסטע ווייטאגן אין א תפיסה (פון וואס מען רעדט נישט הויך), איז מען האט נישט קיין צייט צו פארברענגען מיט די אייגענע ווייב. מען ווערט געהעריג צוריק א בחור. וירא את ענינו - זו פרישות דרך ארץ.
ס'רוב לענדער האבן שוין היינט איינגעפירט זייטיגע שטיבלעך ווי די קאפעלס קענען פארברענגען אינאיינעם פאר א געוויסע צייט;
אמעריקע איז דערווייל גאר שטרענג דערקעגן, אין פעדעראלע תפיסות איז עס בכלל נישט ערלויבט, ביי סטעיט ווענדט זיך וועלכע סטעיט, יעדע האט זיך זייער אייגענע געזעצן, יא צי ניין, און ווי אפט, ווי לאנג.
אין מדינת ישראל איז די תפיסה פיל גרינגער ווי אמעריקאנע, צוליב מערערע סיבות. און דאס איז אויך אריינגערעכנט, אז מען איז מתיר די סארט וויזיטס.

אין וויקיפידיע רעדט ער אביסל ארום דערוועגן:

m http://en.wikipedia.org/wiki/Conjugal_visit m
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:12 pm#72837
א מערקווירדיגע זאך זעהט מען יעצט, בשעת די נייעס איז נאך הייס, אז א מערדער האט אונטערגעצינדן א פייער און דערנאך געשאסן אויף טויט 2 פייערלעשער, און פאליציי האבן געטראפן די געביין פון נאך א קרבן נעבעך פארברענט, ווארשיינליך א שוועסטער פונעם מערדער, און זיי זאגן אז דער מערדער האט בעפארן זיך נעמען דאס אייגענעם שמוציגן לעבן געלאזט א נאטיץ, אז ער וויל הרג'ענען ווי מער מענטשן, ה"י. און אויך אז דער גאן איז דער זעלבער סארט ווי דער מערדער פון די סענדי-הוק שולע האט גענוצט.

אלעס פיין און וואויל. איין שטיקל נייעס אבער, וואס באקומט נישט די פארדינע אויפמערקזאמקייט, מוז איך דא אונטערשטרייכן. דער יונגאטש איז שוין געזעצן אין תפיסה 17 יאר, פארן אומברענגען זיין אייגענע באבע!

פארוואס שטעלט מען זיך נישט אפ ביי דעם שטיקל נייעס, און זאגן: האלט!!! איין מינוט! ווי אזוי איז דאס מעגליך? 17 יאר?? און ער האט זיך גארנישט דערלערנט? און איז נאר געווארן ערגער? א גרעסערע רוצח? איז אפשר עפעס ראנג מיט דעם "קארעקשאנס דעפארטמענט"?

פונקט ווי ביי די גאן געזעצן זאגן די NRA משוגעים אז נאר "מער גאנס" וועט לייזן דעם פראבלעם, אזוי וועלן די נארישע געזעץ-געבער, כדרכם, זאגן "מער תפיסה" איז די לייזונג. (אפשר טאקע, פאר רוצחים).

הטרם תדע כי אבדה אמעריטשקע.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:14 pm#72876
האסט א שטיקל פוינט, אבער לאמיר זיך נישט נארן - עס זענען פאראן פסיכאפאטן וואס וועלן אייביג בלייבן קאלטבלוטיגע רשעים, און קיין שום רעהאביליטאציע וועט זיי נישט העלפן. פון איין מעשה'לע קען מען קיין סך נישט לערנען (כאטש בשיטה בין איך מיט דיר).
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:08 pm#72914
שמעקעדיג, ס'פאלט דיר נישט ביי צו טראכטן פארקערט? ווען מ'לאזט ווען דער מענטש באקומט ווען לעבנסלענגליכע תפיסה וואלט די טראגעדיע געשען? ווי יאנקל האט געשריבן, דער איז געווען א פשוט'ע פסיכאפאט.
דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:20 pm#72918
יידל, איך האב דאס אנגעמערקט אין מיין תגובה. אז פאר רוצחים, אפשר טאקע יא.
בכל אופן ווייזט דאס אויף עפעס אומריכטיג, פארקערט פון קארעקשאן.
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:24 am#73002
א באלערנדער ארטיקעל אויף דעם נושא פונעם APA) American Psychlogical Association)
לויט זיי איז עס יא ווי שמעקעדיג זאגט אז גאר דע תפיסה קען זיין דער גורם
APA איז די גרעסטע סייקא ארגענייזעשין אין אמעריקע, און זיי ווייטאגט אויך די מצב התפיסות און Justice system אין די US
m http://www.apa.org/monitor/julaug03/rehab.aspx m
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:25 am#73072
די פאלגענדע 3 ארטיקלען, אלע פון "דער בלאט" פרשת ויגש.

1. אן אומשולדיגער מאן באפרייט.
וויפיל מאל נאך וועט מען הערן אזעלכע נייעס?
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:26 am#73074
2. א באנדע יונגאטשעס, עס קומט זיך זיי דעם ערליך-פארדינטן שטראף.
אבער צוגעבן "מער" ווי די פארשריפטן? צו שיקן א מעסעדזש?
זעהען זיי נישט אז די מיליאנען "מעסעדזשעס" ביז היינט קומען נישט אן צו די ריכטיגע אויערן?
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:31 am#73076
א גוט שטיקל עדיטאריעל.
זונטאג יאנואר 13, 2013 12:58 pm#79456
א שטורם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס נעכטן, שבת, האט אהרן שווארץ, א פענאמענאלער קאמפיוטער-גאון, זיך גענומען דאס לעבן אין זיין דירה אין ברוקלין. ער איז געווען 26 יאר אלט. ווען ער איז אלט געווען 14 יאר האט ער געהאלפן אנטוויקלען דעם RSS feed טעכנאלאגיע, און ער איז שפעטער געווען פון די גרינדער פון Reddit. שווארצ'ס מיסיע איז געווען אז ווי מער אינפארמאציע זאל זיין צוטריטליך אויף וועב פאר יעדן.

בילד
אהרן שווארץ

צוויי יאר צוריק, אין יאנואר 2011, איז שווארץ ארעסטירט געווארן פאר'ן "גנב'ענען" 4.8 מיליאן אקאדעמישע ארטיקלען פון JSTOR, מיט דער כוונה אז יעדער זאל קענען צוקומען צו די ארטיקלען אן דארפן באצאלן. שווארץ האט יעצט געהאלטן אינמיטן די געריכטליכע פראצעדורן, און עס האט אים געדראעט צענדליגער יארן אין טורמע.

לארענץ לעסיג, א געזעץ פראפעסאר אין הארווארד, האט אין רעאקציע צו שווארצ'ס טויט אפגעשריבן א שארפן ארטיקל איבער דעם פארדרייטן אמעריקאנער יוסטיץ-סיסטעם. ער שרייבט, אויב אהרן האט טאקע געטון דאס וואס די רעגירונג באשולדיגט אים, קומט אים אוודאי א שטראף דערפאר. אבער איז אהרן געווען א טעראריסט? האט ער פרובירט צו פארדינען געלט דורך גנב'ענען? אדער איז עס געווען אינגאנצן עפעס אנדערש?

    פון אנפאנג האט די רעגירונג געארבעט די שווערסטע וואס זי האט געקענט צו כאראקטעריזירן וואס אהרן האט געטון אויף דעם אבסורדאלסטן און עקסטרעמסטן וועג. די "פראפערטי" וואס אהרן האט "גע'גנב'עט", האט מען אונז דערציילט, איז ווערד געווען "מיליאנען דאלארן" - ווי אנצואווייזן אז זיין ציל איז געווען צו פראפיטירן פון זיין פארברעכן. אבער ווער עס קען זאגן אז מ'קען פארדינען געלט פון א בינטל אקאדעמישע ארטיקלען איז אדער אן אידיאט אדער א שקרן. עס איז קלאר געווען וואס דאס איז נישט, אבער אונזער רעגירונג איז אנגעגאנגען צו שטופן דעם קעיס ווי זי וואלט ווען געכאפט די 9/11 טעראריסטן רויט-האנטיג...

    געדענקט, מיר לעבן אין א וועלט וואו די ארכיטעקטן פון דעם פינאנציעלן קריזיס עסן כסדר סעודות אין דעם ווייסן הויז - און וואו אפילו די וועלכע ווערן געברענגט צו "יוסטיץ" דארפן קיינמאל נישט מודה זיין אויף זייערע פארברעכנס, און אוודאי ווערן זיי נישט באטיטלט ווי "פעלאנס"...

    פופציג יאר אין טורמע, קלאגט אונזער רעגירונג. אויף אן אופן דארפן מיר אויסוואקסן די "איך בין גערעכט דעריבער מעג איך דיר באמבאדירן" עטיקס וואס דאמינירט אונזער צייט. דאס פאנגט זיך אן מיט איין ווארט. שאנדע.

    איין ווארט, און ענדלאזע טרערן.
זונטאג יאנואר 13, 2013 1:11 pm#79462
ער האט אויך געשריבן איבער 200 רייכע ארטיקלן אויף וויקיפעדיע. m http://en.wikipedia.org/wiki/User:AaronSw m
זונטאג יאנואר 13, 2013 5:28 pm#79570
Espresso האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: גיב נאר א קוק אביסל אין די קאמענטס אויף "וואס איז נייעס", און באמערק די בלינדע באגלויבטקייט אינעם "סיסטעם".

מ'טאר נישט ליינען די קאמענסט אויף VIN, סע קען גורם זיין הארץ ווייטאג.

דו ביסט גערעכט. ס'איז נישט צו גלייבן, אבער "וואס איז נייעס" איז אמאל געווען זייער א געשמאק "שטיבל" צו שמועסן און פארברענגען. פאר די אינשי דלא מעלי האבן זיך דארט אריינגעכאפט. איך אליין האב געהאט א מנהג אדורכצוליינען א יעדעס שטיקל נייעס און קאמענטירן אויף די מערסטע. נאר די לעצטע צוויי יאהר האבן זיך אריינגעכאפט געוויסע עלעמענטן וואס האבן א שטארקע שנאה צו ערליכע יודן. און זיי שפייען מיט פייער און אוממענטשליכקייט.
מאנטאג יאנואר 21, 2013 11:01 pm#81364
טשיקאווע
-
דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:54 pm#81630
יאנקל האט געשריבן:א שטורם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס נעכטן, שבת, האט אהרן שווארץ, א פענאמענאלער קאמפיוטער-גאון, זיך גענומען דאס לעבן אין זיין דירה אין ברוקלין. ער איז געווען 26 יאר אלט. ווען ער איז אלט געווען 14 יאר האט ער געהאלפן אנטוויקלען דעם RSS feed טעכנאלאגיע, און ער איז שפעטער געווען פון די גרינדער פון Reddit. שווארצ'ס מיסיע איז געווען אז ווי מער אינפארמאציע זאל זיין צוטריטליך אויף וועב פאר יעדן.

בילד
אהרן שווארץ

צוויי יאר צוריק, אין יאנואר 2011, איז שווארץ ארעסטירט געווארן פאר'ן "גנב'ענען" 4.8 מיליאן אקאדעמישע ארטיקלען פון JSTOR, מיט דער כוונה אז יעדער זאל קענען צוקומען צו די ארטיקלען אן דארפן באצאלן. שווארץ האט יעצט געהאלטן אינמיטן די געריכטליכע פראצעדורן, און עס האט אים געדראעט צענדליגער יארן אין טורמע.

[/list]

די עולה פון די פראקורארן איז נאך גרעסער, ווייל די JSTOR איז נישט געווען אינטערעסירט צו אנגיין מיט די קלאגעס, און זיי האבן שוין געדראפט דעם קעיס, אבער די פראקורארן האבן אויף די אייגענע האנט אים פון פריש אנגעקלאגט. אגב, שווארץ האט אויך געליטן פון כראנישע דעפרעסיע, ממילא קען מען נישט אינגאנצן באשולדיגן דעם יוסטיץ סיסטעם.