פרייטאג אקטאבער 26, 2012 4:58 pm#55868
חסידי סאטמאר פארווייטאגט צוליב אנגייענדער בילדער-קאנספיראציע
א שווערע וואך איז אריבער אויף תלמידי וחסידי סאטמאר, נאכדעם וואס כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אזוי ביטער געטראפן געווארן דורך אנשי בליעל, וועלכע האבן זיך פארמאסטן אריינצוכאפן אין דעם גיגאנטישן הענקי-זאל און האבן מיט גרויס חוצפה געכאפט בילדער ממש פארנט פון רבי'ן, ולא נחה דעתם ביז זיי האבן עס ארויפגעשטעלט אויף דער ערשטער זייט פון דעם מאגאזין "א בליק", כדי מצער צו זיין דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, וועלכער איז ווי באקאנט אויסגעשפראכן קעגן דרוקן בילדער פון צורתו הקדושה.
ווי שוין באריכטעט פארגאנגענע וואך, איז דער סאטמארער רבי געווען שרוי בצער גדול נאכדעם וואס ער געזען די געמיינע אקט וואס מ'האט געטון קעגן אים. נאך באלד ווי דער משמש בקודש האט ווי יעדע וואך איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם "א בליק" איז דער רבי נחוור געווארן כסיד, אפילו נאך פאר'ן אויפרייסן דעם פלאסטיק. דער רבי איז באלד פארגאנגען אין א געוויין, און האט זיך גאר שטארק מצער געווען אויף די בילדער. ווי שוין באריכטעט איז דער פאקט אז די אנשי בליעל האבן אויסגעקליבן דווקא די וואך פון דער גרויסער שמחה אויף דער שענדליכער מעשה נבלה געווען א גאר שווערער פיל אראפצושלונגען, און דער רבי האט אויך איבערגעזאגט זיין שיטה צו וועלכער ער האט זיך תמיד געהאלטן נאך זינטן ווערן דער גענעראל בראש המחנה אנצופירן די מלחמה לה' בעמלק, אז ביי שמחות און לוויות מישט מען נישט קיין פאליטיק.
די וואך זענען פארגעקומען די מלכות'דיגע שבע-ברכות'ן וואו די באגאזשן פון חיזוק והתעוררות זענען נאך מער איבערגעפילט געווארן אזש מ'האט געמוזט צוקויפן פרישע האנט-באגאזשן. די שמחה איז געווען עלה על כל גדותיו, און מ'האט פרובירט צו פארגעסן פון דעם גרויסן צער וואס די בילדער האבן געשאפן, און זיך אויסקורירן פון דעם שענדליכן פאטש וואס אייגענע ברידער, אזעלכע וועלכע פאררופן זיך "סאטמארער", האבן מיט חוצפה און א מצח נחושה קאנספירירט.
אבער סוף וואך איז געקומען א ידיעה פון שבר על שבר. ווען דער סאטמארער רבי שליט"א האט גענומען אין דער האנט דעם נייעם "כל העולם כולו" האט ער תיכף אויסגעבראכן אין א הילכיגן געוויין. די ארומיגע בני בית און משמשים בקודש זענען געווען אחוז בשרעפים זעענדיג דעם רבי'ן אזוי פאר'צער'ט, און האבן צוזאמען מיטגעכליפעט מיט גרויס ווייטאג. עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז דער רבי האט געקענט קומען צום ווארט, און דערנאך האט ער ווידער אויסגעדרוקט זיין ביטערער ווייטאג, און האט מיט טרערן אין די אויגן אויפגעהויבן די הענטעלעך צום הימל רעדנדיג ברוב עוונתנותו צו כביכול כבן המתחטא לפני אביו, "אוי טאטע זיסער, איך ווייס אז איך בין ליידער מלא חטאים ופשעים, אבער דאך, מיר האלטן דאך אינמיטן א שמחה, וואס קומט מיר אזא צרה - אזא צער?" אין שטוב האט געהערשט א גרויס התעוררות, און מ'האט בחוש געשפירט ווי דער רבי נוצט זיין פערזענליכער צער אויף מעורר רחמים זיין פאר אידישע קינדער.
דאס ווייטאג איז די וואך געווען פילפאכיג מער, צוליב דעם וואס דאס בילד פון רבי'ן האט נאך בלאקירט א טייל פון די פארענטשעס פון דער לינקער זייט, און א גרויס טייל פון די בחורים וועלכע זענען געקומען פארוויילן אויף די 26-שטאקיגע פארענטשעס אז דער רבי שליט"א זאל אויף זיי קענען מאכן דעם ברכת הנהנין פון "שאו סביב עיניך וראו כולם נקבצו באו לך", זענען ליידער ארויסגעשניטן געווארן פון דעם בילד.
דער רבי שליט"א האט ווידער אנגעזאגט אין שטוב אז בנוסף צו דעם באיקאט פון פארגאנגענער וואך קעגן דעם "א בליק" זאל מען פון די וואך און ווייטער מער נישט קויפן דעם "כל העולם כולו". אזוי אויך, ווי אין דער פארגאנגענהייט ווען אויסגאבעס האט געדרוקט זאכן וועלכע האבן זיך מתחצף געווען אויף א רבן של ישראל, האבן חשוב'ע עסקנים וועלכע קלאמערן זיך אין דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א אנגעפאנגען א מערכה קדושה ארויסצואווארפן די טמא'נע אויסגאבעס, און ב"ה אז 73 וויליאמסבורגער גראסעריס האבן שוין ארויסגעווארפן דעם "א בליק" און "כל העולם כולו" פון די געשעפטן עפ"י פקודת הקודש.
ויהא רעווא אז מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין צער, ויתקיים בנו הפסוק ולא ישמע עוד שוד ושבר בתמונותינו, עביגו"צ ומלכינו בראשינו, בב"א.