Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » Riddles

Riddles

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 76 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2324
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:56 am#59961
Riddles
איך מיין אז דערוילעם דא וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול, ווער ס'האט זאל ארויפלייגן עפעס אינטערסאנטע רידעלס,
איך בעהט א טובה סזאל זיך נישט טוהן דא א ציטירעכטס און אפפרעגערייען נאר בלויז צום ענין. יישר כח למפרע.

ובזה החלי, וואס איז דאס, דער מענטש וואס קויפט עס ניצט עס נישט און דער מענטש וואס ניצט עס ווייסט נישט אז ער ניצט עס?

תירוץ: א ארון
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:59 am#59962
ווי מער דו נעמסט, אלס מער לאזטו איבער

תירוץ: פיסטריט
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:03 pm#60042
חכם מחוכם האט געשריבן:איך מיין אז דערוילעם דא וואלט הנאה געהאט פון אזא אשכול, ווער ס'האט זאל ארויפלייגן עפעס אינטערסאנטע רידעלס,
איך בעהט א טובה סזאל זיך נישט טוהן דא א ציטירעכטס און אפפרעגערייען נאר בלויז צום ענין. יישר כח למפרע.

ובזה החלי, וואס איז דאס, דער מענטש וואס קויפט עס ניצט עס נישט און דער מענטש וואס ניצט עס ווייסט נישט אז ער ניצט עס?

תירוץ: א ארון

איך מיין אז קיין שום מענטש קויפט זיך נישט די אייגענע ארון. (אפשר ביי די גוים איז אנדערש).
פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:53 pm#60060
איך אייביג ארויף און איך קיינמאל אראפ, ווער בין איך?

תירוץ: דיין יאהרגאנג
דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 6:58 pm#85427
וואס גייט ארויף און אראפ די קארפעט און ס'ריקט זיך נישט?

וואס קען מען כאפן אבער מ'קען עס נישט ווארפען?

וואס גייט ארום די וועלט אבער ס'בלייבט אין א ווינקעל?
דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 7:15 pm#85436
ראשעקאל האט געשריבן:וואס קען מען כאפן אבער מ'קען עס נישט ווארפן?


א פאטש, א ציפ (איך רעד פון עקספיריענס) ;)
דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:20 pm#85480
וואס גייט ארום די וועלט אבער ס'בלייבט אין א ווינקעל?[/quote]

postage stamp
דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 10:27 pm#85481
ראשעקאל האט געשריבן:וואס גייט ארויף און אראפ די קארפעט און ס'ריקט זיך נישט?


?" The riddle goes "what goes up and down but does not move
answer carpet on the stairs
דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:52 pm#122591
מענטשן צאלן הנאה צו האבן דערפון א באשטימטע פרייז, סיי צו מ'האט נאר הנאה דערפון 6 מינוט סיי צו מ'האט הנאה דערפון א שעה!
דר'עולם וויל פערטיגען דערמיט ווי שנעלער, און מ'רעגט זיך ווען ס'נעמט לאנג.
די פרייז איז אייביג די זעלבע.
וואס איז דאס?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 7:58 pm#122598
די טאלל.

דערמאנסט מיר וואס איך האב געהערט פון איינעם וואס האט זייער הנאה ווען סאיז דא טראפיק אויפן וואשינגטאן בריק און דער וועג נעמט לאנג, ער טענה'ט, אז איך צאל שוין יא די 12 דאלער לאמיך הנאה האבן דערפון אויכעט...
פרייטאג יוני 07, 2013 12:38 am#122697
וואספארא זאך איז דאס?

עס איז רויט און עס פארט ארויף און אראפ?


ענטפער: א טאמאטע אין א עליוועיטער
פרייטאג יוני 07, 2013 12:45 am#122699
צו טיעף
פרייטאג יוני 07, 2013 7:38 am#122743
טראכט א 3 דידזשיט נומער הויך צו נידריג לינקס צו רעכטס. זאל זיך נישט ענדיגן מיט א 0. עקזעמפל 321.
דריי ארום די נומבערס 123. רעכן אראפ פון די העכערע. 321-123 = 198. יעצט דריי ארום צו 891. רעכן צוזאם. 198+891=1098.
נישט קיין חילוק וועלכע 3 נומבערס די האסט געטראכט וועסטי יעצט האלטן ביי 1098.
פרייטאג יוני 07, 2013 3:21 pm#122874
פארוואס זאגסטו ס׳זאל זיך נישט ענדיגן מיט א 0 ? ס׳ארבייט אפילו מיט א 0 .
למשל
540
45-
495=
594+
1089=
די איינציגסטע נומערן וואס ארבייט נישט איז אויב די ערשטע מיט די לעצטע נומבער זענען נאר אפגערוקט איינס למשל 100 110 112 122 322 443 433 אבער אלץ בלייבסטו סטאק ביי 99
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:45 am#156491
געפין אויס
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 1:20 pm#156535
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:52 am#157102
לאמיר זעהן וויפיל חברה געדענקען דעם riddle.

וואס איז דאס?
שטייט אויפ'ן דאך...
האט צוויי פיס...
מאכט קו קו רי קו...
און עס איז נישט א האן...
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:55 am#157128
ברסלב'ער?

וואס האט דער קאטשקע געזאגט פאר דער טשיקען, ווער ער האט געקראסט דער ראוד?

אפשר ברענגט מען אהער אלע לעפפי טעפפי דזשאוקס?
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:18 pm#157186
האסט דריי פארמאכטע טירן און מזאגט דיר אז אינטער איינע פון זיי ליגט א מיליאן דאלער טשאס איינס און סאיז דארט די געלט געווינטסטו עס און לעטס סעי די טשאסט לאמיר זאגן טיר נומער 3 נאך דעם עפען איך אויףטיר נומער 2 און איך ווייז דיר אז דאס געלט טיז נישט אונטער טיר נומער 2 יעצט סאיז אדער אונטער נומער 3 -1 ריכטיג
יעצט גיב איך דיר אן אפטשעןצו טוישן דיין טשאוס פון טיר נומער 3 צו נומער 1 שאלה איז צו סלוינט זיך צו סוויטשען???
אין אדער ווארטס ווי האסטו א בעסערע טשענס צו ביים בלייבן ביי נומער 3 אדער סוויטשען צו1
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 1:57 pm#157216
מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:01 pm#251808
וואס פאר א זאך איז דאס?

דער וואס מאכט דאס, דארף דאס נישט...

דער וואס קויפט דאס, וויל עס נישט...

דער וואס נוצט דאס, ווייסט נישט אז ער נוצט עס...

ענטפער: א ארון
מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:22 pm#251811
העי, וואס זאגסטו אויס? כ'האב געוואלט געסן.
מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:25 pm#251812
וועלעכע זאך ווארפט מען ארויף הויך אין די לופט און עס בלייבט דארט שטיין?


א שטיין
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:05 am#251866
יאיר האט געשריבן:העי, וואס זאגסטו אויס? כ'האב געוואלט געסן.


אנטשולדיגט מיר, איך וועל פרעגען נאך איינס... (און נישט ענטפערען)

וואס פארלירט דעם קאפ צופרי, און באקומט עס צוריק ביינאכט?
דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 10:16 am#251868
וואס פליט ווען עס ווערט געבוירען...

ליגט ווען עס לעבט...

און לויפט וועט עס שטארבט...

*

משה האט 4 זיהן. איעדע זוהן האט א שוועסטער...

וויפיל קינדער האט משה?