מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 10:06 pm#60139
מ'דארף איינמאל פאר אלעמאל אויספראקן דעם צימערמאן
צימעס מיט צימערמאן אפאר וואכן צוריק, בין איך געווען אין ברסלב'ער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אויף א מעריב מוצאי שבת. פלוצלונג קומט אריין צושמעטערן דער ברוינער צימערמאן דער וואס האט ליב מוחה צו זיין אויף יעדע זאך וואס ער זעט און ס'געפעלט אים נישט.
ער לויפט צו צום באלעמער תיכף נאך שמו"ע, קלאפט אויס און פאנגט אן שרייען אז ס'איז א געפערליכע פירצה וואס ס'קומט פאר, א אינגערמאן האט זיך געוואגט צו וועלן עולה זיין קיין ארץ ישראל און די ביהמ"ד פלאנט נאך אפצורעכטן א מסיבת פרידה לכבוד זיין אפפארן. דאס בלוט איז מיר ארויף געקומען אין קאפ. אזוי ווייט האט שוין דערגרייכט זיין חוצפה? עמי בבית קומט ער טיילן דעות און משוגע מאכן מיט זיינע צעדרייטע משוגעת'ן? שפעטער נאכן דאווענען, ווען מען האט אים פארגעהאלטן דערויף נאכן דאווענען, האט ער געשריגן כופר!! כופר!!
כ'האב מיך דערמאנט ווי ער איז אמאל געקומען נאך געלט אין ראדני פאר חמלה ואמונה און ר' ליפא ט"ב (רב דקהל ברך משה) שטעלט אים אפ און פרעגט: פארוואס גייסטו נאך געלט? ס'איז דאך דא די פובליק סקול וואס דער רבי ז"ל האט מייסד געווען!
האט ער אויפגעעפנט א מויל מיט קללות און אנגעהויבן זידלען און שעלטן אותו צדיק הבעל ברך משה. כ'זאג אייך, מער האט אים נישט געפעלט. ס'האט זיך תיכף צאמגענומען א געזעמל מיט מענטשןת אנבעליוועבל, ליפא האט אין אים אריינגעהויבן אזעלכע מכות רצח, ער האט זיך ארויפגעלייגט אויף אים און געמכה'וועט מיט א ווילדע רציחה. ער איז ארויס א האלבע אויסגעציפטע מייערן מיט צימעס. בקיצור א צימעס'דיגע צימערמאן.
דער צימערמאן האט אויף זיין רעזומעי שוין א לאנגע ליסטע מיט אנפאלן אויף אידן און אידענעס, פון אלע סארטן. ווער עס האט ווערט געבעטן בייצושטייערן.