Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ברוך שפינאזע

ברוך שפינאזע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 111 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2333
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:48 am#60156
ברוך שפינאזע
אזויווי דער עולם האט זיך דא אינרעסירט איבער דער באוווסטער יידושער פילאסאף שפינאזע, וועל איך דא שרייבען בקיצור די היסטאריע פון עם און פון זיינע שיטות. בעיקר וועל איך אנרירען די היסטאריע פון עם און זיינע רעיונות, און די התייחסות פון גדולי ישראל צו דעם. איך וועל נישט מאריך זיין מבאר צו זיין פונקטליך זיינע שיטות ווייל דאס גייט אריין אין גאר טיפע און דקותדיגע ענינים, נאר אויפן שפיץ גאפל, און ווער עס וויל קען אליינס נאכקוקען.
בילד

ברוך שפינוזה איז געווען א האלאנדישער יוד וואס האט געוואוינט אין אמסטערדאם און איז געווען אן אייניקל פון אנוסים וואס זענען אנטלאפען פון פארטוגאל און האבען זיך באזעצט אין האללאנד, ווי עס איז געווען גרינגער פאר אידן צו וואוינען.
ברוך האט געלערנט אינעם אידישער תלמוד תורה אזויווי אלע אידישער קינדער פון אמסטערדאם, צווישען זיינע רבי'ס איז געווען ר' שאול מורטירה, דער רב פון דער ספרדישער געמיינדע "עץ חיים" אין אמסטרדם, און ר' מנשה בן ישראל, וועמנ'ס נאמען איז מער באוואוסט.
מען שפעקולירט אז ער איז געווען אן עילוי און וואלט געקענט אויסשטייגען שטארק אין תורה, למעשה אבער איז שפינאזע נישט געבליבען אין ישיבה און אינם עלטער פון זיבעצן יאר איז ער שוין ארויס פון ישיבה צו ארבעטן אין זיין משפחה'ס ביזנעס. זייענדיג א גוטע קעפל האט ער זיך באקענט מיט פארשידענע חכמים וואס האבען עם געפענט צו פארשידענע חכמות ולימודים.

אינ'ם טאג ו' אב תט"ז, האט דער קהילה אין אמסטערדאם ארויסגעגעבן א שארפער חרם אויף שפינוזה, דער חרם ליינט זיך אזוי (פון ויקי):
האדונים מן המעמד [קרי, הפרנסים] מודיעים לכבוד מעלתכם כי מאחר שמזה זמן נמסר על השקפותיו ומעשיו הרעים של ברוך דה אספינוזה, והם ניסו בדרכים ובהבטחות שונות להשיבו מדרכיו הרעים, אך לא עלה בידם לתקנו, ואדרבה, כל יום הגיעו לידיעתם ידיעות נוספות על כפירות נוראות שעשה ולימד, ומעשים עצומים שחולל, ויש בידם עדויות רבות וראויות לאמון שנמסרו כולן בנוכחות האדונים החכמים [קרי, הרבנים] לכן נמנו וגמרו על דעתם של אלה כי אספינוזה הנ"ל יוחרם וינודה מעדת ישראל, והרי הם מטילים עליו את החרם דלהלן: "בגזירת עירין ובמאמר קדישין אנו גוזרים חרם, נידוי, אלה ושמתא על ברוך דה אספינוזה, בהסכמת האל יתברך וכל הקהל הקדוש הזה.. ארור יהיה ביום וארור בלילה, ארור יהיה בשוכבו וארור בקומו, ארור בצאתו וארור בבואו, וא[דוני] לא ירצה בכפרתו ותבער בו חמת א[דני] וקנאתו... "ואתם הדבקים בא[דני] א[להיכם] חיים כולכם היום" ואנו מזהירים שאיש אינו רשאי להתקשר עמו בעל פה או בכתב, ולא לעשות לו שום טובה, ולא לשהות עמו תחת קורת גג אחת... ולא לקרוא שום חיבור שעשה או שכתב.


אזויווי מקען זעהן פון די ווערטער וואס איך האב מדגיש געווען, שרייבען זיי נישט קלאר ארויס וואסארא דברי כפירה עצומים ער האט געזאגט און על מה חרי האף הגדול הזה. למעשה דונגען זיך היסטריקער עד היום פונקטליך וואס עס האט גורם געווען דער חרם, הגם אז פון זיינע ספרים וואס ער האט געשריבען שפעטער זעהט מען נישט 'קלאר' קיין איין זאך, וואס וואלט דאס געקענט גורם זיין, דאך דינגט מען זיך ארום דעם פאר כמה סיבות. איינס איז, אז פארשידענע זאכען וואס ער זאגט לאזט זיך ספק'נען צו דאס איז כפירה אדער נישט, און עס איז אינטרעסאנט צו זעהן וויאזוי די קהילה אין אמסטערדאם האט אויפגענומען אזעלכע חידושים. צווייטענס איז דא וואס טענה'ן אז די עיקר שארפקייט פונ'ם חרם איז געוווען דורך פרעשור פון די קריסטליכע קירכעס וואס האבן תובע געווען פון די קהילה מחרים צו זיין וויל ער האט כופר געווען אין תנ"ך וואס איז זיי אויך הייליג.

עס איז כדאי אנצומערקן אז אויף די חרם זענען נישט אונטער געחתמ'ט די אויבענדערמאנטע רבני הקהלה וואס זענען געווען גדולי ישראל, נאר די פרנסים, דהיינו די ראשי קהילה פון אמסטערדאם. וואס דאס מאכט א ספק וויפיל מ'קען זיך לערנען פון דער חרם לגבי יסודות פון השקפה. נאך מער, איז דא וואס טענה'ן אז דער רב ר' שאול האט גאר אויך געהאלטן מיט געוויסע זאכן אזויוי שפינאזע, ווי מקען ליינען אין דער וויקי ארטיקל וואס איך האב געלינקט אויף עם. פאשרטייט זיך אויך אז דאס עפענט א פתח צו טענה'ן אז דער עיקר חרם איז געווען פאר כל מיני סיבות וואס פאסט מער פאר עסקנים ווי פאר רבנים.

איבער דער יחס פון גדולי ישראל אין שפעטערדיגע דורות צו דער חרם קען מען ליינען דא אין דער פורום ספרים וסופרים, מיט פילע אינטרעסאנטע מקורות ביניהם א מורחבדיגע תשובה פון הרב הערצאג, ווי אויך דא אין פורום עצכח.

נאך דער חרם איז שפינאזע אוועק פון אמסטערדאם און האט געוואוינט אין פארשידענע אנדערע שטעט, ער האט זיך גענומען א לאטינישער נאמען benedictus אנשטאט ברוך, און האט זיך געחבר'ט און געשריבען מיט פארשידענע גויישע דענקערס און פילאסאפען. פרנסה האט ער געמאכט בעיקר פון מאכען לענזעז פאר מיקרסאסקאפס וכדומה. קיין תומ"צ האט ער נישט געהיטן, אבער זיינע ביאגראפערס באשרייבען עם, ווי איינער וואס האט געלעבט דער ריכטיגער פילאסאפישער לעבן, דהיינו ערליך און בעיקר עוסק געווען אין ענינים פון פילאסאפיע און מחשבה.

בחייו האט ער ארויסגעגעבן נאר איין ספר, דער Theological-Political Treatise, אדער "מאמר תיאולוגי מדיני", וואס איז אפשר דער מערסטע כפירהדיגער ביכל זיינע, ווי ער רעדט וועגן רעליגע און פרייהייט, און תורה מן השמים. הגם ער האט עס ארויסגעגעבן בעילום שם, האט עס אבער אויסגערופען גרויס אלארם ביי די דעמאלטס'דיגער גלייבעדיגע וועלט אזוי אז מער האט ער נישט געדרוקט קיין ספרים בחייו.
לאחר מותו האט מען געדריקט אנדערע ספרים זיינע, בעיקר זיין עטיקס, אדער "ספר המדות, וואס איז באטראכט אלס זיין עיקר ספר, הגם עס איז גאר שווער צו פארשטיין און ארויסהאבן פונקטליך וואס ער וויל און איז זעהט אויס געשריבען דווקא אזוי אז מזאל נישט פארשטיין וואס ער האט באמת געהאלטן.

שפינאזע איז געשטארבן אין שנת 1677, תל"ז, זייענדיג אלט 44 יאר. ער ווערט עד היום הזה בארעכנט אלס איינע פון די גרעסטע און ערשטע פילאסאפן פון דער נייער תקופה, זייענדיג פון די ערשטע וואס האט גענצליך געטראכט אליינס אן קוקען צו רעליגיע אויף וואס מ'מעג טראכטן, און האלטנדיג שטארק פון דער רעכט פון יעדער איינער צו לעבן און טראכטן וויאזוי ער וויל אן א קהילה און עליגיע זאל עם זאגן וואס צו טוהן און טראכטען. מאנכע באטראכטן עם אלס דער ערשטער פרייער יוד", און דער ערשטער "בייבל קריטיקירער".

אין דער קומענדיגע קאפיטל וועל איך בל"נ אנרירען די עיקר חלקים פון זיין שיטה און זייער יחס צו אידישקייט.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:06 am#60159
[הערה: רוב לינקס צו וויקי געב איך צו דער העברייאישער וויקי ווייל מן הסתם איז דאס גרינגער פאר אונזערע ליינערס צו ליינען ווי ענגליש, דאך דארף איך אנמערקן אז בדרך כלל איז דער ענגלישער רייכער און מער פונקטלעך. מקען אנקומען צו דער ענגלישע אויף די זייט פון יעדער פעידזש אין וויקי איז דא א קנעפל פאר דער ארטיקל אין אנדערע שפראכן. אויף מסובכדיגע נושאים פון פילאסאפיע אד"ג איז וויקי בכלל נישט מדוייק און בעסער איז צו ליינען אויף עמטליכע פילאסאפישע סייטס וואס איך וועל לינקען בל"נ ווען איך וועל שריבען איבער זיין פילאסאפיע.]
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:30 am#60187
א דאנק הרב מלעיקוואוד פאר דיין אינהאלטסרייכע מאמר. איך וויל צולייגן עטליכע פונקטן. שפינאזע איז געווארן גאר שטארק צוריקגעצויגן אין זיינע לעצטע יארן, ער פלעגט זיצן פארשפארט ביי זיך אין צימער שעות ארוכות און שרייבן און ליינען. זיין השפעה אויף די גוי'אישע וועלט איז אומשאצבאר, כאטש דאס איז געווען מער לאחר מיתתו. ער ווערט באטראכט אלס דער פאטער פון דער ענלייטענמענט. דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען דער ערשטער ביבל קריטיקירער, פילע פאר אים האבן שוין פרובירט צו אפפרעגן דער מסורה אז משה רבינו האט געשריבן די גאנצע תורה מפה הקדוש ברוך הוא, סיי פון די אידישע וועלט און סיי פון די קריסטליכע וועלט. לויט ווי איך געדענק האט מען געוויסע פון זיי געצווינגען דורך די קאטוילישע קירכע צוריקצוציען פון זייערע רייד. אלענפאלס, איז דאס געווען א מורא'דיגע קוראזש פון ברוך שפינאזע ארויסצוטרעטן אפן און אזוי שארף קעגן אלעם הייליגן ביי אידן, און נאכמער אז ער האט זיך נישט געשראקן פון די חרם ווען ער איז געווארן אויסגעשלאסן פון די גאנצע אידנטום. (אלס א ביישפיל קענט איר זיך פארשטעלן, ער איז געווען אויסגעשלאסן פונקט ווי נ. ר. היינטיגע צייטן, אפשר נאך ערגער). אלזא, אפגעזען אויב מען שטימט צו מיט זיינע שיטות, קען מען נתפעל ווערן פון זיין קוראזש אליינס ארויסצוטרעטן קעגן די גאנצע וועלט.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:53 am#60193
א גרויסן דאנק לעיקוואד פאר דעם הערליכן קאפיטל. וואס מיר איז דאס מערסטע אינטערעסאנט פון דער גאנצער געשיכטע איז דער ווייטגרייכנדער אפעקט פון דעם חרם, און ווי דאס האט טראומאטיזירט די ווייטערדיגע אידישע דענקער עד היום הזה, אזש אין ישראל איז געווען א רעדע ביי די חוגים המשכילים אז מ'זאל אפיציעל אראפנעמען דעם חרם - ווי כאילו דער חרם האט עפעס א צויבערקראפט וואס קען שטערן השכלה.

אגב, אן אינטערעסאנט אידיש ביכל איבער שפינאזא'ן.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:56 am#60194
אגב, בענעדיקט איז נישט קיין נאמען "אנשטאט" ברוך - נאר איז די לאטיינישע ווערסיע פון דעם זעלבן נאמען. דאס אידיש ווארט "בענטשן" שטאמט פון זעלבן שורש.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:02 am#60197
יאנקל האט געשריבן:אגב, בענעדיקט איז נישט קיין נאמען "אנשטאט" ברוך - נאר איז די לאטיינישע ווערסיע פון דעם זעלבן נאמען. דאס אידיש ווארט "בענטשן" שטאמט פון זעלבן שורש.

גערעכט. דער כוונה איז אז ער האט זיך גערופען ביים לאטיינישער ווערזיע. נאר קוריוז איז אז ער ווערט געדענקט אלץ "מוחרם" בשעת ווען א וועג דאס צו זאגן איז "ברכוהו" בלשון סגי נהור ;)
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:45 am#60203
יאנקל האט געשריבן:אגב, בענעדיקט איז נישט קיין נאמען "אנשטאט" ברוך - נאר איז די לאטיינישע ווערסיע פון דעם זעלבן נאמען. דאס אידיש ווארט "בענטשן" שטאמט פון זעלבן שורש.

פון דעם קומט אויך דער נאמען ברוך בענדיט, אזוי ווי יצחק אייזיק.
דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען דער ערשטער ביבל קריטיקירער, פילע פאר אים האבן שוין פרובירט צו אפפרעגן דער מסורה אז משה רבינו האט געשריבן די גאנצע תורה מפה הקדוש ברוך הוא, סיי פון די אידישע וועלט און סיי פון די קריסטליכע וועלט.

שבתי וראיתי אז מסתם האט לעיקוואוד געמיינט אז ער איז געווען דער ערשטער ביבל קריטיקירער אויפ'ן פארעם וואס איז היינט אנגענומען ביי די אקעדעמיקער, איך ווייס נישט אויב מען מעג עס מסביר זיין אויף קאווע שטיבל.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:57 am#60204
עס דארף הייסן אז איינשטיין האט זיך פארריפן מיט עטליכע זאכן אויף שפינאזע, זאגנדיג אז ער איז געווען דער שליסל פון זיין בליק אויף דער טבע.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:59 am#60207
שפינאזע אליין זאגט אבער אז דער אבן עזרא איז געווען דער ערשטער. והמשכיל ידום.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:14 am#60216
יואליש האט געשריבן:שפינאזע אליין זאגט אבער אז דער אבן עזרא איז געווען דער ערשטער. והמשכיל ידום.

ערשטער אויף וואס?

איז דא שיטות פין שפינוזה וואס זענען נישט כפירה אזוי אז מען זאל קענען זיין תוכו אכל?
אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך זיימע מיטמאכענישען און השפעה און גדלות קטנות און וויסעכוואס אלץ.

וואס האט ער געזאגט פאראגוט יאר?
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:55 pm#60322
m http://www.yiddishbookcenter.org/books/search m לייגט אריין ביי די קיווארד סורזש, שפינוזה, קען מען טרעפען אסאך ביכער אין אידיש
זיין לשון איז״ ברור כשמש שחמשת חומשי תורה לא נכתבו בידי משה ״ דאכט זיך אז זיין ריאה איז פין די אבע״ז אויף דברים א׳ ה׳ ,קען איינער מסביר זיין די ריאה
הרב קוק בספרו עקבי הצאן, אין מאמר דעת אלוקים איז מסבר די פראבלעם מיט זייינע השקפות
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:27 pm#60342
א ריאה דארף מען בודק זיין, נישט מסביר זיין.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:33 pm#60343
געפילטע האסט עפעס א חוש יעדעס מאל מיר צו מאכן לאכן מיט די פאסיגע ווערטער.....
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:39 pm#60345
אוהב דעת האט געשריבן:http://www.yiddishbookcenter.org/books/search לייגט אריין ביי די קיווארד סורזש, שפינוזה, קען מען טרעפען אסאך ביכער אין אידיש
זיין לשון איז״ ברור כשמש שחמשת חומשי תורה לא נכתבו בידי משה ״ דאכט זיך אז זיין ריאה איז פין די אבע״ז אויף דברים א׳ ה׳ ,קען איינער מסביר זיין די ריאה


אני הקטן פרעג אנדערש. קען איינער מסביר זיין דעם אבן עזרא אין דברים, מיט אלע זיינע רעפרענצען צו רענדאם פסוקים, אויב נישט אזוי ווי שפינאזע?


הגם ס'איז בכלל נישט מוכרח אז דער אבן עזרא האט געגרייכט די זעלבע מסקנה ווי שפינאזע, איז לכאורה קלאר אז דער אבן עזרא האט געליסט די אלע פסוקים אלס האבענדיג די זעלבע "פראבלעם. "

אין פאקט, אין וישלח גייט דער אבן עזרא ארויס אין א שארפע סארקאסטישע מלחמה קעגן איינער יצחקי איבער די מסקנה. פון די אנדערע זייט איז ער זייער שטיל און סודות'פול ווען די ענינים קוועטשן אים. קען זיין ער האט נישט געמעגט שרייבן מער אפען?
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:52 pm#60349
דער אבן עזרא האט זיך מעיקרא אריינגעלייגט אין א קראנקען בעט ווי מ'זאגט, מיט זיין אדיקות צום פשט הפשוט.

יואליש, רוב מענטשן וועם מ'דרוקט צום וואנט איבער דעם אבן עזרא וועלן צום סוף מסכים זיין אז ידי זרים שלטו בו.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:59 pm#60350
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

דר"א דער א"ע איז אין פסוק ב'.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:00 pm#60351
געפילטע פיש האט געשריבן:א ריאה דארף מען בודק זיין, נישט מסביר זיין.

הה"ד סר"ך ראי'...
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:02 pm#60352
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:45 pm#60431
יידל האט געשריבן:דער אבן עזרא האט זיך מעיקרא אריינגעלייגט אין א קראנקען בעט ווי מ'זאגט, מיט זיין אדיקות צום פשט הפשוט.

יואליש, רוב מענטשן וועם מ'דרוקט צום וואנט איבער דעם אבן עזרא וועלן צום סוף מסכים זיין אז ידי זרים שלטו בו.

וואס מיינט רוב מענטשען?
סתם מעמטשן אדער פארשטייער'ס?
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:47 pm#60436
סליחה, נישט רוב מענטשן, רוב ארטאדאקסן.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:55 pm#60442
כהאב אמאל געהערט עפעס אן אויבערחכמישע ריספאנס פון שפינאזע לגבי דעם חרם. ווייסט איינער מער דערוועגן?
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:57 pm#60445
יידל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.

אין דעם מאמר פרעגט הרב ברויער אפ די אלע ריאות וואס שפינוזא ברענגט פין אבע״ז
m http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/broyer.htm m
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:00 pm#60446
זיין בילד דערמאנט מיר פון איינע פון די ערשטע אמעריקאנע פרעזידענטן?!?
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:05 pm#60449
אוהב דעת האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.

אין דעם מאמר פרעגט הרב ברויער אפ די אלע ריאות וואס שפינוזא ברענגט פין אבע״ז
http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/broyer.htm

ער פרעגט נישט אפ, ער ברענגט נאר יואליש'ס נקודה וועגן דעם אבן עזרא'ס מלחמה מיט דעם קראי יצחקי, און ער טענה'ט אז זיינע סודות מיינען טיפערס.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:25 pm#60455
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב אמאל געהערט עפעס אן אויבערחכמישע ריספאנס פון שפינאזע לגבי דעם חרם. ווייסט איינער מער דערוועגן?

שפינאזע אליינס האט זיך גאנץ וייניג געקימערט וועגן דער חרם. און האט נישט געשפירט אז ער פארלירט אסאך פונ'ם אויסגעשלאסען ווערן פון דער יידושער געמיינדע אין וועמנס אמונה ער האט סייווי נישט געגלייבט. לויט ווי מפארציילט האט ער למעשה געשריבען אן אנטווארט זיך צו פארענטפערן פאר די קהלה, וואס איז פארלוירען געווארן, אבער וואס מאיז משער איז אז דארט איז נישט געווען קיין סאך הכנעה פאר די תורה און ראשי הקהילה נאר מער אויפן נוסח פון דער מאמר תיאולוגי מדיני זיינע וואס נעמט זיך שטארק אן פאר די רעכט פון טראכטן פריי און אפען.
עס ווערט פארציילט אז ווען מהאט עם געזאגט וועגן דער חרם האט ער זיך אנגערופען עפעס צום עפעקט פון"זייער גוט, דאס צווינגט מיר נישט צו טוהן קיין שום זאך וואס איך וואלט נישט געטוהן אן דעם ווען איך האב נישט מורא פון א סקאנדאל".
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:05 am#61642
יאיר וויאזוי קענען מיר מחליט זיין ווער סאיז גערעכט דו אבן עזרא אדער אור החיים און רביני בחיי.
אז רוב האבן געהאלטן קעגען אבן עזרא איז א סיבה צי זאגן דו רוב איז גערעכט?

לעקוואד סארי פארן ממשיך זיין דא מיט די שמועס איך עגרי אז מען זאל דא פאקסען אויף שפינזא.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:28 am#61646
צוערשט דארף איך גראטולירן לעיקוואדן פאר זיינע הערלעכע ארטיקלען איבער שפינאזאן און זיינע שיטות. באמת שיין, קלאר, קורץ, און געשמאק צו לייענען. עטלעכע מאל האב איך שוין געטראכט צוצולייגן געוויסע פונקטן (א שטייגער ווי דעם אונטערשיד צווישן פאנטעאיזם און פאנענטעאיזם), אבער צו אלעמען זענט איר אליין צוגעקומען.
יאיר האט געשריבן:מצד שני, די וואס זענען שוין מסכים צו גלייבן אין א גאט וואס איז אן טאפ פון די חוקי הטבע, אבער ער איז נישט קיין פערסאנעל גאט. לויט ווי איך פארשטיי איז ער פונקט ווי די חוקי הטבע, נאר אויף א העכערע פארמאט, דאס הייסט ער איז דער קאמפיוטער פונ'ם קאמפיוטער. די אנהענגער פון די שיטה זענען דיאיסטס, און זענען נענטער צו דעם טעאיסט ווי דער פאנטעאיסט. באמת קען מען דן זיין וואס אזא גאט פעלט בכלל אויס, פארוואס זענען די חוקי הטבע נישט גענוג. קען מען זאגן אז די חוקי הטבע לאזן איבער לעכער וואס פארלאנגען אז עס זאל קומען א שטערקערער כח וואס איז העכער זיי און קענען ערפילן די לעכער. לכאורה איז דאס געווען דער אמת'ער גאט פון איינשטיין. און דאס איז ענליך צו אריסטו'ס גאט.

א דאאיסט איז נישט צופרידן בלויז מיט די חוקי הטבע נישט נאר צוליב מעטאפיזישע און פילאסאפישע חקירות, נאר וויבאלד זיי פארמאגן דעם רעליגיעזן געפיל וואס טרייבט זיי צו גלייבן אין א העכערן איבערנאטירלעכן כוח, און די איבערצייגעניש אז טבע וועט קיינמאל נישט דערגרייכן צום ערשטן כוח. א דאאיסט איז נישט צופרידן מיט די חוקי הטבע, ווייל ער וויל דווקא א גאט וועלכער איז איבערנאטירלעך (פאר אן אינטערעסאנטן בוך איבער דער סברא פאר דאאיזם, לייענט דעם פילאזאף אנטאני פלו'ס בוך 'עס איז דא א גאט').

וועגן דעם חרם. היינט איילט מען זיך צו באשולדיקן די רבנים וועלכע האבן פארחרמט שפינאזאן ווי פאנאטיקער. מען דארף אבער אין באטראכט נעמען אז די קהילה אין אמסטערדאם איז אין יענער תקופה געווען צוזאמענגעשטעלט פון די מאראנען פון שפאניע פון פארטוגאל וועלכע האבן פרובירט אנצופאנגען א ניי לעבן. ס'איז געווען זייער שווער און זייער האקל צו באלאנסירן אפנקייט, מיט דעם וויכטיקן ציל צו פארגיטיקן פאר די פארלוירענע יארן אונטער דער אינקוויזיציע.
אויך איז אינטערעסאנט א סברא וואס איך האב מיר געטראכט (און נישט געזען אז אנדערע זאלן זאגן) אז די התנגדות צום בעש"ט מיט א זיבעציק יאר שפעטער האט מעגלעך געהאט א שייכות מיט אן אפקלאנג צו דער התנגדות פון שפינאזאס פילאסאפיעס. מיר ווייסן דאך - און ווי לעיקוואד האט דערמאנט - אז געוויסע ענלעכקייטן עקסיסטירן צווישן די צוויי שטארק-פארשידנארטיקע דענקער.
אט דא איז אן אינטערעסאנטן ארטיקל פון הירשע דוד כץ איבער שפינאזאן, וועלכער טענהט אז די אמעריקאנער קאנסטיטוציע איז שטארק באאיינפלוסט געווארן פון שפינאזאן, דורך דער השפעה פון זיין תלמיד דזשאן לאק.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:00 am#61658
אז דו האסט דערמאנט פלו'ס בוך, מיין איך אז דאס איז דוקא א ראי' אויף פארקערט. פלו איז געווען א גרויסער דענקער און אן אויסגעשפראכענער אטעאיסט אלע זיינע יארן, וועלכער איז בכלל נישט געווען קיין רעליגיעזר מענטש, און ער האט "חוזר בתשובה" געווען סוף ימיו און איז געווארן א דעאיסט. איך האב נישט געליינט זיין בוך, אבער לויט ווי איך האב עס געזען באשרייבן לייגט ער דוקא יא אראפ די טענות אויף אן אופן אז עס זענען דא לעכער אין נאטור, למשל אז עס איז נישט מעגליך אז די קאודס פון די ען עי זאלן האבן געשריבן געווארן פון זיך אליין.
אגב, איינשטיין, למשל, איז דוקא נישט געווען א מענטש וועלכער האט געגלייבט אין העכערע זאכן, נאר ער איז אזוי נתפעל געווארן פון די חוקי הטבע, אז ער האט נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז עס איז פארהאן עפעס העכערס דערין מער ווי די טרוקענע חוקי הטבע (זע די בריוו וועגן דאווענען וואס לעיקוואוד לינקט אויבן). איך ווייס נישט אויב דו רופסט דאס אן א רצון צו גלייבן אין העכערע זאכן.
לעיקוואוד האט שוין פריער ארויפגעברענגט אז איינע פון די סיבות פארוואס זיי גלייבן אין גאט איז צוליב די קאסמאלאגישע ארגומענט. בעצם איך פארשטיי דאס נישט אזוי גוט, ווייל פארוואס קען נישט דער חוק הטבע זיין דער פירסט מואווער. אדרבה, אויב איז דא בפועל א סיבה ראשונה, ווערט דאך שווער ווער איז זיין סיבה, מוזטו דאך סייווי צוקומען אז ער איז א גייסטיגע וועזן וואס דארף נישט קיין סיבה, אויב אזוי קענסטו דאך שוין בלייבן ביי חוקי הטבע.
אויך האט ער אויפגעברענגט אז זיי דארפן איינעם וואס איז מחוייב המציאות, פארשטיי איך ווייטער נישט פארוואס קען נישט דער חוקי הטבע זיין דער מחוייב המציאות. דער טבע איז טאקע נישט קיין מציאות פאר זיך, אבער גאט איז דען יא?
וועגן די סברא וועגן דעם בעל שם טוב, איך גלייב שווער אז די התנגדות צום בעל שם טוב איז געקומען צוליב אזעלכע דקות'דיגע פילאזאפישע סברות, בפרט ווען דער בעש"ט האט דאך דירעקט אין פראקטיק געלערנט דאס פארקערטע, אז אפילו דער פשוט'ער מענטש קען אויך האבן א פערזענליכע דביקות אין באשעפער. און בפרט אז די פילאזאפיע פון חסידות איז געבויעט אויף די יסודות פון די פריערדיגע, און דאס עיקר התנגדות איז נישט געבויעט אויף זיין תורה, נאר אויף זיינע מעשים. אויך, איך ווייס נישט וויפיל פון די מתנגדים אין מזרח אייראפע האבן בכלל געהערט פון שפינאזע.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:32 am#61663
נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר וויאזוי קענען מיר מחליט זיין ווער סאיז גערעכט דו אבן עזרא אדער אור החיים און רביני בחיי.
אז רוב האבן געהאלטן קעגען אבן עזרא איז א סיבה צי זאגן דו רוב איז גערעכט?

לעקוואד סארי פארן ממשיך זיין דא מיט די שמועס איך עגרי אז מען זאל דא פאקסען אויף שפינזא.

דאס גייט אריין אין די דיון אויב עס איז שייך צו פסק'נען אין שאלות וואס זענען נישט נוגע למעשה. יעצט וועסטו פרעגן ווי אזוי מען דארף פסק'נען אין דער נושא אליין :D.
אויסער דעם, לויט ווי עס איז ניכר אין זייערע ווערטער בפרט פונ'ם אור החיים, האבן זיי געהאלטן אז אפילו אויב דאס איז נישט קיין כפירה, דאך איז דאס נישט עפעס וואס מען קען מגלה זיין פאר'ן המון עם (דאס מיינט ווארשיינליך דער אבן עזרא מיט זיין "סוד") ווייל עס קען ברענגען צו כפירה, ממילא אפילו אויב איינער וויל אזוי אננעמען פריוואט, האבן זיי געהאלטן אז מען טאר דאס נישט קובע זיין אין א ספר אלס א דבר מוסכם. דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי איך קען עס פארענטפערן.
אגב, איך מיין מען זאל דוקא יא לאזן די נושא אין דעם אשכול, משום שהן מהדברים שהצניעות יפה להן.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:28 pm#61791
יאיר האט געשריבן:אז דו האסט דערמאנט פלו'ס בוך, מיין איך אז דאס איז דוקא א ראי' אויף פארקערט. פלו איז געווען א גרויסער דענקער און אן אויסגעשפראכענער אטעאיסט אלע זיינע יארן, וועלכער איז בכלל נישט געווען קיין רעליגיעזר מענטש, און ער האט "חוזר בתשובה" געווען סוף ימיו און איז געווארן א דעאיסט. איך האב נישט געליינט זיין בוך, אבער לויט ווי איך האב עס געזען באשרייבן לייגט ער דוקא יא אראפ די טענות אויף אן אופן אז עס זענען דא לעכער אין נאטור, למשל אז עס איז נישט מעגליך אז די קאודס פון די ען עי זאלן האבן געשריבן געווארן פון זיך אליין.
אגב, איינשטיין, למשל, איז דוקא נישט געווען א מענטש וועלכער האט געגלייבט אין העכערע זאכן, נאר ער איז אזוי נתפעל געווארן פון די חוקי הטבע, אז ער האט נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז עס איז פארהאן עפעס העכערס דערין מער ווי די טרוקענע חוקי הטבע (זע די בריוו וועגן דאווענען וואס לעיקוואוד לינקט אויבן). איך ווייס נישט אויב דו רופסט דאס אן א רצון צו גלייבן אין העכערע זאכן.
לעיקוואוד האט שוין פריער ארויפגעברענגט אז איינע פון די סיבות פארוואס זיי גלייבן אין גאט איז צוליב די קאסמאלאגישע ארגומענט. בעצם איך פארשטיי דאס נישט אזוי גוט, ווייל פארוואס קען נישט דער חוק הטבע זיין דער פירסט מואווער. אדרבה, אויב איז דא בפועל א סיבה ראשונה, ווערט דאך שווער ווער איז זיין סיבה, מוזטו דאך סייווי צוקומען אז ער איז א גייסטיגע וועזן וואס דארף נישט קיין סיבה, אויב אזוי קענסטו דאך שוין בלייבן ביי חוקי הטבע.
אויך האט ער אויפגעברענגט אז זיי דארפן איינעם וואס איז מחוייב המציאות, פארשטיי איך ווייטער נישט פארוואס קען נישט דער חוקי הטבע זיין דער מחוייב המציאות. דער טבע איז טאקע נישט קיין מציאות פאר זיך, אבער גאט איז דען יא?
וועגן די סברא וועגן דעם בעל שם טוב, איך גלייב שווער אז די התנגדות צום בעל שם טוב איז געקומען צוליב אזעלכע דקות'דיגע פילאזאפישע סברות, בפרט ווען דער בעש"ט האט דאך דירעקט אין פראקטיק געלערנט דאס פארקערטע, אז אפילו דער פשוט'ער מענטש קען אויך האבן א פערזענליכע דביקות אין באשעפער. און בפרט אז די פילאזאפיע פון חסידות איז געבויעט אויף די יסודות פון די פריערדיגע, און דאס עיקר התנגדות איז נישט געבויעט אויף זיין תורה, נאר אויף זיינע מעשים. אויך, איך ווייס נישט וויפיל פון די מתנגדים אין מזרח אייראפע האבן בכלל געהערט פון שפינאזע.

כלפי סיבת הסיבות, איז אויב נעמט מען אן אז א דבר גשמי קען נישט זיין סיבת עצמו און מען נעמט אן אז דער טבע אזוייוי מיר זעהן עס איז מוגבל וגשמי ממילא קען מען נישט זאגען אז ער איז מחוייב המציאות און סיבת עצמו מוז מען טרעפן אן אנדערע סארט מציאות מחוץ לטבע וואס זאל דאס זיין.
פארשטייט זיך עס זענען טאקע דא וואס טענה'ן אזויווי דיר אז סנישט קיין ראייה.

עס זענען אויך דא נאך פילאסאפישער ראיות צו גלייבען אין גאט ואין כאן מקומם.

צו זאגען למשל אז די ענ עי קען זיך נישט שרייבען אליין איז לאו דווקא א טענה פון god of the gaps סווענט זיך וויאזוי מען זאגט עס, דער אויבנדערמאנטער ביך קען איך נישט אבער מקען זאגען אזא טענה אז סזענען דדא זאכען וואס זענען irreducibly complex און די מערסטע שכלדיגע וועג זיי מסביר צו זיין איז מיט א אינטעלידזשענט דיזיינער [דאס געהערט אבער צו א צוויטע נושא דהיינו די הוכחה אויף גאט פון דער סדר אדער חכמה וואס מזעהט אין די בריאה].

וואס דו זאגסט וועגן אינשטיין איז למעשה מיין איך אז איינע פון די גדרים וסימנים פון א רעליגעזע קוק משא"כ א סייענטיפישע אטעאיסטישע איז די חילוק צו מען כאפט התפעלות און מאיז זיך מתרשם אז דא ליגט עפעס העכער און טיפער, איך מיין אז דאס איז א יסודותדיגער הבחנה צווישען רעליגיע און די שאלה צו א שפינאזע סטייל אמונה איז אמונה אדער נישט. דוקינס למשל כאפט אויך התפעלות פון דער טבע אבער דאס איז נישט רעליגיעז וויל ער זעהט נישט קיין שום איין כח וואס זאל זיין איבער אלעס, [הגם מען קען טענה'ן אז אויך זיי התפעלות איז בעצם רעליגעז און שטימט נישט בלויז מאטיראליסטיש און ער איז זיך מכחיש] משא"כ ווער עס זעהט איין איינציגער געזעץ וואס פירט דער גאנצער טבע נישט קיין חילוק ווי ער רופט דער יסוד, אזויווי שפינאזע, דאס איז שוין רעליגעז.

די זעלבע זאך די דאיסטען, אסאך פון זיי גלייבען טאקע נישט אין נבואה וכדו' דאך גלייבען זיי אין אזא מושג פון נאטורליכע רעליגיע דאס הייסט אז דער טבע איז א התגלות רצון פון גאט אדער אז דער מענטשליכער שכל איז א התגלות פון גאטס ווילען ממילא איז דאס שוין אויך א רעליגעזע שטאנדפונקט און נישט בלויז סייענטיפיש אטעאיסטיש. [קאנט למשל וואס טענה'ט אז דאס וואס א מענטש פילט אז ער מוז זיין מאראליש האלט אז דאס איז גאר א ראיה צו גאט, און עכ"פ אויך ער פארשטייט אז דאס איז א מין רעליגיע]
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:46 pm#71358
לעיקוואד האט געשריבן:
וואס דו זאגסט וועגן אינשטיין איז למעשה מיין איך אז איינע פון די גדרים וסימנים פון א רעליגעזע קוק משא"כ א סייענטיפישע אטעאיסטישע איז די חילוק צו מען כאפט התפעלות און מאיז זיך מתרשם אז דא ליגט עפעס העכער און טיפער, איך מיין אז דאס איז א יסודותדיגער הבחנה צווישען רעליגיע און די שאלה צו א שפינאזע סטייל אמונה איז אמונה אדער נישט. דוקינס למשל כאפט אויך התפעלות פון דער טבע אבער דאס איז נישט רעליגיעז וויל ער זעהט נישט קיין שום איין כח וואס זאל זיין איבער אלעס, [הגם מען קען טענה'ן אז אויך זיי התפעלות איז בעצם רעליגעז און שטימט נישט בלויז מאטיראליסטיש און ער איז זיך מכחיש] משא"כ ווער עס זעהט איין איינציגער געזעץ וואס פירט דער גאנצער טבע נישט קיין חילוק ווי ער רופט דער יסוד, אזויווי שפינאזע, דאס איז שוין רעליגעז.

לעיקוואד, איך וואלט דאנקבאר געווען אויב דו קענסט אביסל מער מאריך זיין איבער דיין אנגעבליכער אונטערשיד צווישן וויסנשאפטליכער התפעלות און רעליגיעזער. פשוט ווייל איך זע נישט דעם חילוק צווישן דעם התפעלות פון איינשטיין און דאקינס (וכבר האריך בזה דאקינס בעצמו בספרו אשליית הא-ל).
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:58 pm#71361
איך וויל פרעגן עפעס אנדערש, ווי אזוי קען א רעזולטאט פון איין עקסידענט (דאוקינס) כאפן התפעלות פון א רעזולטאט פון אן אנדערע עקסידענט (די יוניווערס)?
(מיט עקסידענט מיין איך עפעס וואס איז אולטימעטלי אן עקסידענט, אויב מען גייט צוריק צום סאמע ערשטן פונקט)
פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:05 am#71680
יאנקל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
וואס דו זאגסט וועגן אינשטיין איז למעשה מיין איך אז איינע פון די גדרים וסימנים פון א רעליגעזע קוק משא"כ א סייענטיפישע אטעאיסטישע איז די חילוק צו מען כאפט התפעלות און מאיז זיך מתרשם אז דא ליגט עפעס העכער און טיפער, איך מיין אז דאס איז א יסודותדיגער הבחנה צווישען רעליגיע און די שאלה צו א שפינאזע סטייל אמונה איז אמונה אדער נישט. דוקינס למשל כאפט אויך התפעלות פון דער טבע אבער דאס איז נישט רעליגיעז וויל ער זעהט נישט קיין שום איין כח וואס זאל זיין איבער אלעס, [הגם מען קען טענה'ן אז אויך זיי התפעלות איז בעצם רעליגעז און שטימט נישט בלויז מאטיראליסטיש און ער איז זיך מכחיש] משא"כ ווער עס זעהט איין איינציגער געזעץ וואס פירט דער גאנצער טבע נישט קיין חילוק ווי ער רופט דער יסוד, אזויווי שפינאזע, דאס איז שוין רעליגעז.

לעיקוואד, איך וואלט דאנקבאר געווען אויב דו קענסט אביסל מער מאריך זיין איבער דיין אנגעבליכער אונטערשיד צווישן וויסנשאפטליכער התפעלות און רעליגיעזער. פשוט ווייל איך זע נישט דעם חילוק צווישן דעם התפעלות פון איינשטיין און דאקינס (וכבר האריך בזה דאקינס בעצמו בספרו אשליית הא-ל).


מאריך זיין ווייס איך נישט צו איך קען כרגע, אויף דעם דארף מען מער הכנה, און איך ליג נישט פונקט אין די סוגיא.
איך וועל אבער פראבירען קלאר מאכען וואס איך קלער אויף די נושא.

ערשטנס, לאמיר ארויסנעמן די מענטשען אלבערט איינשטיין און ריצ'רד דוקינס פון דער בילד, עס איז נישט קיין אמתער נפקא מינה וואס איינשטיין האט געגלייבט אדער וואס דוקינס שפירט, (ביידע אגב ליידען פון די זעלבע פראבלעם, זיי זענען טאקע גוטע סייענטיסטן אבער גאנץ קנאפע פילאסאפער.) דער גאצע נפק"מ פון דעם איז בלויז פי. אר.

עס איז גאנץ מעגליך אז דער מענטש איינשטיין האט זיך טועה געווען און דאס וואס ער האט פארשטאנען אלץ א סארט רעליגיעזע התפעלות [לפי דבריו עצמו- אמנם נישט א פרעזענליכע גאט אבער יא עפעס צווישען דאיזם און פנאתאיזם], בשעת ער האט באמת נישט געפילט מער פון א סייעטיפישע התפעלות וואס האט מיט א גאט גארנישט [כטענת דאקינס] . מאידך גיסא איז גאנץ מעגליך אז ריצרד דוקינס איז זיך טועה און ער פילט אמתדיגע רעליגעזע פילינגס נאר ער טייטשט עס אויס קרום לויט זיינע אתאיסטישע מטיריאליסטישע מיינוגען.

מקען אויך טענה'ן, ווי יאיר האט געשריבען, אז דער גאנצער מושג פון התפעלות האט נישט קיין זין אין א גענצליך מטיראליסטישע וועלט, למעשה אלע הרגשים האבען נישט קיין אמתער זין אין אזא וועלט, וואס מאכט א רעדוקציע פון יעדער סארט הרגש צו כעמישע שינויים אין מח. און וואלט בעצם געדארפט מאכען פונקט די זעלבע אויך צו א"ג ראציונלישע מחשבות, נאר עפעס א מיסטעריעזע אמונה האלט אפ די סארט מטיריאליסטים פון גיין מיט זייער אייגענע שיטה עד הסוף. דאס איז בעצם א שטארקע טענה, נישט א עמפירישע טענה, וייל לעולם קען דוקינס טענה'ן אז אין הכי נמי, נאר א רעיונישיע טענה, כלומר אז די אלע סארט הרגשים, בעצם יעדער טענה וואס גיט אן ערך צו א זאך אז עס איז גוט אדער נישט וכדו', האט נישט קיין שום משמעות אין אזא וועלט. ממילא פאר דוקינס צו פראבירען צו שטיפען מענטשען למשל צו פילען אזא סייענטיפישע הרגש האט נישט קיין שום זין.

לאמיר אבער אפלאזען די סארט פילאספאישע טענות, וואס טענה'ן בעצם אז עס איז נישטא אזא זאך ווי א סייענטיפישע פילינג, אדער לפחות אז די סייענטיסטן האבן זיך געמאכט א אייגענע נייע רעליגיע וואס איר גאט רופט זיך "סייענס" און עס איז פונקט אזוי מבוסס אויף אמונה פשוטה אן גענוג שטארקע עווידענס פונקט ווי יעדער אנדערע רעליגיע [דוקינס וויל זיין פויבסט פון דער רעליגיע, ער, ביחד עם חבריו די א"ג נייע אתאיסטען, פירען א דזשיהאד בשמה. אויך קארל סעיגען'ס ביכער זענען שטארק געפארבט מיט רעליגעזע פארבען און ליינען זיך פשוט ווי א בעל תשובה שרייבט ווי ער האט מגלה געווען דער אור און אמת אין א רעליגיע. אין זיין ספר varieties of scientific experience זעהט מען קלאר ווי סייענס איז געווען זיין רעליגיע פשוטו כמשמעו] , און לאמיר פראבירען מגדיר זיין די חילוק אינ'ם הרגש אליינס פון א סייענטיפישע חילונישע, ביז א רעליגעזע הרגש.

קודם דארף מען זיך באקאנט מאכען אביסעל מיט די ווויכטיגסטע ביכער, פון אנהייב צוואנציגסטער יאר הונדרעט, וואס האבן גיעפנט די נושא פון רעליגיעזע עקספיריענס. די ערשטער איז וויליאם ג'יימס ביך varieties of religious experience, [צו וועמע'ןס נאמען סעיגענ'ס אויבענדערמאטער ביך'ס נאמען איז א ענטפער], און דער צווייטער איז רודולף אוטו'ס בוך, The Idea of the Holy איך קען נישט דא מסכם זיין די גאנצע נושא, איך בין נאר מציין מ"מ אז ווער עס איז אינטרעסירט צו לערען די נושא מוז די צוויי ביכער ליינען. דאס בלייבט אבער זיכער, אז עס איז דא גאנץ ווייניג שייכות צווישען די הרגשים וואס זיי זענען מתאר און די וואס דוקינס האט אליינס און וויל אריינלערנען אין איינשטיין. די הגדרות וואס זיי געבען אויף רעליגיעזע הרגשים זעען זייער קלארע און מקען זיי בכלל נישט פארמישען מיט פילינגס וואס אן עטיאיסט האט. [עס קען יא זיין אז דער אטעאיסט זאל מודה זיין אז ער פילט דאס און דאך טענה'ן אז עס איז נישט מוכיח גארנישט, דאס איז אן עקסטערע שאלה צו די פילינגס קענען מוכיח זיין עפעס, אבער ער קען לענ"ד נישט טענהן אז די פילינגס זענען גאר פראסטע הרגשים. דאכצימיר אז סעם העריס מאכט די נקודה זייער קלאר און האלט אפילו אז עס איז כדאי נאכצולויפען רעליגיעזע און מיסטישע עקספיריענס אן גלייבען אין זיי בכלל.]

מיר דארפן זיך אבער מצמצם זיין נאר צו די סארט הרגשים וואס נעמען זיך פון קוקען אין די בריאה און דער טבע, וואס ארום דעם איז דער וויכוח. לאמיר מגדיר זיין עטליכע קלארע חילוקים פון דער רעליגיעזע סארט התפעלות פון דער טבע און דער סייענטיפישע.

איינס, טיבה של הרגש הדתי, איז אז ער שפירט ער שטייט אנטקעגן עפעס. "נוכח פני ה'.". ווען א מאמין איז זיך מתבונן אין די נפלאות הטבע, כאפט עם אזא מין התפעלות אז ער זעהט דא א געוויסע פנים פון גאט וואס באווייזט זיך אין דער סדר פון טבע. דאס איז בערך די לשונות וואס איינשטיין און שפיאזע באנוצען זיך מיט דעם. די באגעגעניש זיינער מיט דער גאט, אדער לאמיר קלארער זאגען, עפעס וואס איז פיל גרעסער און טיפער פון עם, עפעס וואס איז הייליג, נשגב, וואס ער קען נישט תופס זיין קלאר, [אוטו איז מגדיר אזוי דער הרגש] פילט עם אן מיט אזא מין יראת הכבוד, יראת הרוממות, א געוויסע התבטלות, ענווה, פחד, קעגן דער מציאות.

דאקעגן די חילונישע פילינג, וואס דוקינס וויל רעדן פון דעם, האט נישט קיין איינער פון די סימנים. אויב איז דער התפעלות פשוט פון דער מורכבשאפט קאמפליצירטקייט, אדער גדלות און אינסופיות, פון דער עולם הטבע, קומט נישט אריין דא קיין שום ענווה, קיין שום התבטלות, קיין שום פילינג פון שטיין אנטקעגן עפעס. עס איז פשוט עפעס א התפעלות אזויווי פון גאר א שיינע בילד, עס טראגט גארנישט די אלע ענינים.

איך מוז נאכאמאל קלאר מאכען, דער חילוק וואס איך מאך איז נישט א חילוק פון וויאזוי מפרש זיין די רגש, אדער צו דער שיינקייט און מורכבקייט פון די טבע איז מוכיח עפעס [די ארגומענט פון דיזיין], אדער אויב מען דארף דינען גאט אדער מורא האבן פאר עם וכו'. דאס אלס איז באזונדערע וויכוחים. איך רעד אז דער הרגש אליינס, וואס קומט פאר די אלע פרשנות און למעשה פון דעם, איז דא א חילוק גדול פון דער פילינג וואס איינשטיין רעדט פון דעם און וואס דוקינס און סעיגען רעדן פון.

וואס דארפן מיר אנקומען צו גוים, לאמיר לערנען צוזאמען א שטיקל רמב"ם, וואס איז מתאר די הרגשים, און אדרבה, זאג דו מיר צו אין דוקינס' וועלט קען זיין אזוינע הרגשים.

"בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהן חכמתו שאין לה ערך ולא קץ, מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר, ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד צמאה נפשי לאלהים לאל חי. וכשמחשב בדברים האלו עצמן, מיד הוא נרתע לאחוריו ויפחד, ויודע שהוא בריה קטנה שפלה אפלה עומדת בדעת קלה מעוטה לפני תמים דעות, כמו שאמר דוד כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך מה אנוש כי תזכרנו".
(הלכות יסודי התורה, פרק ב' הלכה ב')
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:21 am#73001
לעיקוואד, איך בין מלא השתוממות און התפעלות, פול מיט יראת הכבוד און התבטלות אויף אזא נשגב'דיגע הודעה. כל שורה ושורה תהלל י-ה, אין יעדער שורה זע איך פרישע פילאזאפישע געדאנקען איבער אלוהית און רעליגיעזע ערפארונגען. דיין הגדרה אויף די ביכער פון קארל סעיגען זענען צום פונקט. פונקט ווי א בוך פון "אור שמח" אדער אנדערע בעלי-תשובה ארגאניזאציעס גיט אריין א ליבשאפט, דערהויבנקייט און התלהבות צום אויבערשטן, תורה און אמונה, ממש מיט די זעלבע עמאציאנעלע שטארקקייט דרינגט קארל סעיגענ'ס ליבשאפט צו וויסנשאפט אריין אין די הערצער פון זיינע לייענער.

דו האסט יעצט זייער קלאר מגדיר געווען וויאזוי דו באטראכט דעם חילוק פון איינשטיין-סטיל התפעלות און דאקינס-סטיל, איך בין אבער נאך נישט זיכער צי דאס האט צוטון מיט אנדערשקייט פון די ערפארונגען. מיר קוקט אויס אז דאס האט צוטון מיט די תכונות הנפש פון די דערמאנטע וויסנשאפטלער. די טראציגקקייט און גאוה פון אזא איינער ווי דאקינס איז ווייט פון איינשטיינ'ס פערזענליכקייט - איז נישט מן הנמנע אז איינשטיינ'ס התפעלות זאל ברענגען ענווה, און דאקינס' זאל ברענגען נאך א שטופ פאר כבוד עצמו. דער ציטאט פון רמב"ם מיין איך איז נישט רעלאוואנט אפילו פאר איינשטיין און שפינאזע. איז דען שייך צו זאגן אויף זיי אז "מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר, ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול"?
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:43 am#73007
יאנקל, אנטשולדיגט פאר'ן זיך אריינמישן. איך וואלט אויסגעדרייט דיין שאלה אלס א תשובה. דער ענוה און מדת האמת וואס איינשטיין האט פארמאגט האט אים געברענגט צו גלייבן אין גאט, און דער גאוה פון דאוקינס ברענגט אים צו גלייבן אין מאטעריאליזם און אין זיין אייגענע אקופאציע - סייענס, און דאס נאך אריינצולערנען אין איינשטיין. דהיינו, דער ערפארונג איז אפשר נישט אנדערש, ווי לעיקוואוד האט שוין דערמאנט אז עס איז מעגליך אז דאוקינס האלט אויך נישט דאס וואס ער זאגט, אדער אז ער נארט זיך, אבער למעשה איז מאטעריאליזם זיין פילאזאפישע שיטה, און לויט דעם קומט אויס אז זיין התפעלות דארף אויך זיין מאטעריאליסטיש, און מאטעריאליסטישע התפעלות (אויב עס איז בכלל שייך) איז נישט קיין פארגלייך מיט א טעאיסטישע התפעלות.
דער זאץ פונ'ם רמב"ם שטימט נישט אויף שפינאזע ווייל ער האט געהאט אן אנדער גאט ווי דער רמב"ם, און מיר לערנען אנדערש אפ דעם שטיקל רמב"ם ווייל מיר ווייסן פאראויס וואס זיין גאט איז, אבער רוב פון די תוארים - adjectives שטימען זייער גוט אויך אויף שפינאזע'ס גאט.
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:57 am#73036
שווער צו זאגען פארוואס דער האט אזא סארט התפעלות און דער אזא סארט. און אזויווי יאיר האט באמערקט, קען טאקע זיין עס איז תלוי אין די תכונות הנפש פון ענווה ווערסאס גאווה וכדו'. למעשה אבער איז די פילינג גאר אנדערש, און סנישט אזא נפקא מינה וואס איז די סיבה פון דעם, למעשה עקספיריענסען די צויי מענטשען די זאך אנדערש.

אין חב"ד איז דא א ווארט בשם בעל התניא, וואס איז די חילוק פונ'ם רמב"ם און אריסטו? אריסטו ווי מער ער האט דעוואוסט איז ער געווען מער יש ביי זיך, איך דער גרויסער חכם וכו', הרמב"ם ווי מער ער האט געוואוסט האט עס עם געברענגט מער ענווה און התבטלות, כמתואר למעלה ווכ'.

כלפי אויב ומיד מתאווה תאווה גדולה וכו' איז שייך צו זאגען אויף די גאט פון שפינאזע און איינשטיין, קען טאקע זיין אז דער רמב"ם האט נישט פונקט דער גאט [הגם שאין זה ברור כלל, וכמה מהעוסקים בזה הגיעו למסקנא שהיינו הך] אבער דאס גייט צוריק צו דער וויכוח איבער שפינאזע'ס גאט בכלל, המובא למעלה. בפועל רעדט שפינאזע אסאך פון אהבת אלהים שכלית, וואס איז לויט עם איז דאס די העכסטע גוטסקייט וואס קען זיין, הגם שיש וויכוח וואס דאס מיינט פונקט, וואלט ער דאך געקענט שרייבען וואס הרמב"ם האט געשריבען אויף זיין נושח.
מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:12 am#73044
עס איז פאראן א ווארט בשם הרב קוק ז"ל, קען זיין אז עס באלאנגט דא.
יש אמונה שהיא ככפירה - ויש כפירה שהיא כאמונה
דהיינו צומאל קען זיין איינער זאל גלייבן אין אזא מין מגושמ'דיגע/פארדרייטער גאט וואס לאמיתו של דבר איז ער א כופר אינעם אמת'ן גאט. און אמאל קען זיין ער איז שולל אלע פאנאטישע זאכן וכו', מענטשן האלטן אז ער איז א כופר אבער דער אמת איז אז ער איז דער אמת'ער מאמין.
פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 1:38 am#73521
די פעאזיא האב איך געפונען אויפן געוועב:

דורך דיין הארץ מיין עקזיסטענץ ,
מיר צו באשאפן יש מאין ,
נאר דורך דיין אינטערווענץ ,
אזא קיום פארדייען .

דערפאר שרייב איך דעם חיבור ,
דו זאלסט מיר געבן כוח צו זיין ,
געב מיר צוריק דעם דיבור ,
אפילו אלס דעם גאט פון איינשטיין .

אויף צוריק איז דא א וועג ,
נישט נאר פאר א קאָזע ,
יעצט, וויבאלד יעדע מחשבה מ' ,מעג
נעם אין באטראכט דעם גאט פון שפּינאָזע
פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 6:27 am#73557
בנוגע לענין שפינאזע וחסידות, איז כדאי צו ברענגען דער לשון פון הרה"ח ר' אייזיק'ל האמיל'ער מתלמידיו המובהקים של בעל התניא, וואס מען זעהט פון זיי אז ער האט דערהערט די קירבה פון די רעיונות פון חסידות, בפרט פון הרב בעל התניא וואס האט שטארק מרחיב געווען אויף די נקודה, צו רעיונות וואס אנדערע קענען רופען אפיקורסות, כלומר די פילוסופיה פון שפינאזע.
"ניט זאג ח"ו אז דאס איז אפיקו'[רסות] און פילוסופיא, רק זאג אז דאס איז אמיתות אמונה...ובפרט תלמידי אדמו"ר נ"ע האבין די אמונה...אלץ איז גאט"
(ר' יצחק אייזיק הלוי אפשטיין מהומלע, חנה אריאל, ברדיטשוב תרע"ב, דף ד' ע"ב)
דינסטאג יאנואר 01, 2013 1:10 pm#74313
האט שוין איינער געזען 'יעקב קלצקין'ס [תלמיד פון רבי חיים בריסק'ר] בוך אויף שפינוזה?
דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:15 pm#74546
smartinof האט געשריבן:האט שוין איינער געזען 'יעקב קלצקין'ס [תלמיד פון רבי חיים בריסק'ר] בוך אויף שפינוזה?

איך האב דאס נאכנישט געזען. ביטע דערצייל אונז דערוועגן.
מיטוואך יאנואר 02, 2013 1:34 am#74628
לעיקוואד האט געשריבן:בנוגע לענין שפינאזע וחסידות, איז כדאי צו ברענגען דער לשון פון הרה"ח ר' אייזיק'ל האמיל'ער מתלמידיו המובהקים של בעל התניא, וואס מען זעהט פון זיי אז ער האט דערהערט די קירבה פון די רעיונות פון חסידות, בפרט פון הרב בעל התניא וואס האט שטארק מרחיב געווען אויף די נקודה, צו רעיונות וואס אנדערע קענען רופען אפיקורסות, כלומר די פילוסופיה פון שפינאזע.
"ניט זאג ח"ו אז דאס איז אפיקו'[רסות] און פילוסופיא, רק זאג אז דאס איז אמיתות אמונה...ובפרט תלמידי אדמו"ר נ"ע האבין די אמונה...אלץ איז גאט"
(ר' יצחק אייזיק הלוי אפשטיין מהומלע, חנה אריאל, ברדיטשוב תרע"ב, דף ד' ע"ב)

הרב גיל סטודענט ערקלערט אז דער ווילנער גאון האט באשולדיגט דעם בעל התניא אין פאנעטאיזם וואס איז כפירה לויטן גר"א און די ריכטיגע אמונה לויטן אלטען רבי. דער בעל התניא שרייבט אין שער היחוד והאמונה פרק א און ב אז דער אויבערשטער געפינט זיך אפילו אין דוממים, לית אתר פנוי מיניה כלל. דער גר"א שרייבט אויף דעם אז "דור מה רמו עניו, ומילין לצד עלאה מללו: אלה אלקיך ישראל, כל עץ וכל אבן, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה בפסוק: ברוך כבוד ה׳ ממקומו, ובפסוק: ואתה מחיה את כולם. הוי על הרום הרעים שבהם שבדו מלבם משפט חדש ואולפין חדת, ושתו תלמידים הבאים אחריהם, ושם שמים מתחלל על ידיהם".
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:53 am#307602
יאיר האט געשריבן:לגבי אפלערנען דעם רמב"ם מיין איך איז נישט אזא פראבלעם. סוף כל סוף האט ער מסתם נישט געמיינט צו זאגן "שכל התורה" אפילו אויף די חסירות און יתירות. הגע בעצמך, אפשר האט ער אויך געמיינט אז די גוף הספר תורה וואס מיר האבן איז געגעבן געווארן דורך משה? "תורה" מיינט געווענליך די מצוות, און אויף דעם גייט ער לכאורה ארויף. נאכמער, אפילו אין די תוכן איז דאך אויך דא אזויפיל מחלוקות. דער רמב"ם האט אפשר נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל ער האלט דאך אז אין א הלכה למשה מסיני איז נישטא קיין מחלוקות, אבער רוב זענען דאך מחולק מיט אים.
די שאלה פאר זיך איז אבער אינטערעסאנט צו דן זיין. וויפיל ווערטער דארפן מען מייחס זיין צו א צווייטן כדי צו ווערן א כופר?
אויב איינער האלט אז למשל פרשת בראשית איז נישט געשריבן געווארן דורך משה נאר ער איז געווארן מצווה פון ה' דאס אריינצולייגן אין די תורה, ווערט ער א כופר?
אויב איינער האלט אז די תוכן פון די מצוות איז געגעבן געווארן אויפ'ן בארג סיני, אבער מען האט עס אראפגעשריבן אין אנדערע זמנים, דורך פארשידענע מענטשן, ווערט ער א כופר?

ATUB @יאיר ATUB , כ'האף אז דו פאלסט נאך אריין דא פון צייט צו צייט.

אן אינטרעסאנטער שטיקל האב איך געטראפן אין ספר 'צפנת פענח' עה"ת, לקדמון אחד רבי אלעזר אשכנזי בן רבי נתן הבבלי, געלעבט אומגעפער 650 יאר צוריק [חיבר הספר בשנת קכ"ד]. ער טענה'ט, אז משה רבינו האט געשריבן די תולדות ביז תקופת האבות זייער נישט מדוקדק, וויבאלד ס'איז אים נישט אנגעגאנגען די פרטי המקרים, און דערפאר האט ער געשריבן דרך הגזמה!

וז"ל: ואשר יראה כי אלו הגוזמות הספוריים הבלתי מדוקדקים היה משה ע"ה עובר עליהם בזמן המבול ול­מעלה מפני רחוק הזמן שעבר, וכל עוד שהיה הזמן הולך וקרוב היה מדקדק יותר בספור ענייניהם ושנותיהם, כי לא היתה כונתו ע"ה לספר פרטי מעשה כל דור ודור, רק ממעשה האבות הנביאים היה פורט מעשיהם ומדקדק באמתת עניינם כמו אדם ונח ואברהם ויצחק ויעקב נשותיהם ובניהם ומשפחותיהם וכו', עכ"ל.

פארט ווייס איך נישט וויפיל מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם מחבר הספר, און צו ער איז גענוג בר סמכא אריינצורעדן דערין. אזויפיל איז קלאר, אז דער אברבנאל האט זיך באנוצט מיט זיין פירוש. ועי' כאן למאמר על הספר צפנת פענח.

דא קען מען זען די ווערטער פונעם צפנת פענח דירעקט [ס'הייבט זיך אן בעיקר ביים זעקסטן שורה פון אונטן, און ס'איז אביסל באריכות].
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 3:37 am#307607
מעניין מאד. ועיין מש"כ הגרמ"ש כאן וכאן.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:14 pm#307684
אוהב דעת האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:איך מוז אריינהאקן מיט איין קליינעם אני מאמין וואס אויב גלייבט מען נישט דערין איז מען קיין איד נישט, און נאכער קען מען ווייטער שמועסן. בתקוה להבנה.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.

אונז מיט די תימענע האבען נישט די זעלבע תורה,אויך אונז מיט רש״י (פרשת תרומה )האבען נישט פונקט די זעלבע נוסח.... סא מוזטו מיר מודה זיין אז עפעס איז דא נישט גלאטיג
פון דא און ווייטער, האט זיך געצויגן א לענגערע שמועס איבערן ענין פון די אנדערע לשונות הפסוקים ווי מיר האבן, וואס מיר טרעפן אין חז"ל, ראשונים, וכו'.

כ'ווייס נישט צו דאס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן אין העמק דבר באזונדער. אויב דער עולם וויל א לענגערע אפהאנדלונג דערוועגן, דאן זייטס מיר מודיע, און מ'וועל מיר זיך משתדל זיין צו עפענען אן אשכול איבער דעם היבש קאנטערווערסיעלן נושא, בעז"ה.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 3:50 pm#307696
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:59 pm#307719
Re: ברוך שפינאזע
נמחק ע״פ בקשת ידידי היקר געוואלדיג.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 7:35 pm#307732
דארפסט נישט מורא האבן, ער האט געלייקט ווייל ער האט עס נישט פארשטאנען...
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 5:14 am#307806
ריכטיג האט געשריבן:דארפסט נישט מורא האבן, ער האט געלייקט ווייל ער האט עס נישט פארשטאנען...


אינטערסאנט! כ׳פיר מיך טאקע צו לייקן זאכן וואס איך פארשטיי נישט, פון ווי האסטו אזוי גיט צוגעטראפן? און אז איך רעדט שוין יא מיט דיר אפשר טאקע קענסטו מיר מסביר זיין די גרויסע ״סודות התורה״ דא? זעט אויס ווי דו פארשטייסט יא, ווען קען מען האבן א שיעור אין אבן עזרא אין די סוגיא פון סוד השנים עשר? איך בין גרייט...
דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 11:59 am#307818
שאלתך השלישית מתרצת השני', דער אבן עזרא בעהט אז מען זאל דאס האלטן בסוד פון שבת אחים.