Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » פארוואס עוואלוציע איז פאלטש

פארוואס עוואלוציע איז פאלטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2344
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:39 pm#60751
פארוואס עוואלוציע איז פאלטש
"עוואלוציע" וואס איז ערפינדען געווארן דורך דארווין איז היינט די יסוד פון מינות וכפירה איבער די וועלט. אין יעדן דור איז דא א צווייטע עבודה זרה וואס איז געמאכט צו באלאנצירן די אמונה וואס שרייט ארויס פון די וועלט, מיט א נארישע כפירה'דיגע טעאריע, אז ס'זאל בלייבן א בחירה. אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים ווייסן אבער דעם אמת - נישט ווייל מיר זענען נאריש חלילה, נאר פונקט פארקערט ווייל מיר זענען אן עם חכם ונבון, און מיר ווייסן ווי אזוי דורכצוזעהן די טעאריעס, און זעהן דעם אמת. לאמיר דא אביסל אריינגיין אין די פאלטשקייט פון די טעאריע פון עוואלוציע, וואס ווער עס טוהט עס נאר אביסל דורך, זעהט גלייך אז די גאנצע סיבה פארוואס געוויסע וויסנשאפטלער האלטען זיך נאך דערצו איז נאר צוליב נגיעות, נישט צו קענען איינזעהן דעם ה' הוא האלוקים.

די פינקטליכקייט פון די וועלט'ס פאזיציע:
אונזער וועלט איז באלאנצירט פינקטליך אין אונזער גאלאקסיע. די וועלט האט אלעס וואס מ'דארף האבן אנצוהאלטען לעבן, אריינגערעכענט דאס אז ס'איז פונקט נישט צו נאנט און נישט צו ווייט פון די זון (וואס סייענטיסטן רופן די "גאלדילאקס זאון"), פונקט גענוג וואסער, די "עקסיס" אביסעלע געדרייט פאר די סעזאנען, א מעגנעטישע פעלד וואס היט אפ די וועלט פון ראדיאציע וכל מרעין בישין, אלע וויכטיגע עלעמענטן פון ביאקעמיסטרי. עס איז נישט דא קיין שום אנדערע פלאנעט וואס מ'ווייסט וואס האט אלע אינגרידיענטס פון לעבן אזוי ווי אונזער וועלט.
בילד
די גאלדילאקס זאון

עבודה זרה'דיגע מקור פון עוואלוציע:
מענטשן מיינען אז עוואלוציע איז אויפגעקומען דורך גאר קלוגע וויסנשאפטלער וואס האבן "איינגעזעהן" אז די וועלט איז באשאפן געווארן בהדרגה. למעשה קומט דער געדאנק פון עבודה זרה'דיגע מיטאלאגיע און איז פארגעשטעלט געווארן דורך גריכישע פילאזאפן ווי אנאקסומאנדער און דעמאקריטוס. זיי האבן געהאלטן אז אמאליגע זומפן האבן אנגעהויבן לעבן, און נאכדעם זענען געוועהן "חיה'דיגע" מענטשן וואס האבן געוואוינט אין היילן, וואס האבן צוזאמענגענומען עסן, און האבן אנטדעקט פייער, און האבן געמאכט שפראך. דאס איז אלעס די יסודות פון עוואלוציע וואס דארווין האט געגעבן א וויסנשאפטליכן פנים.
בילד
אנאקסימאנדער

פאָסיל שווינדלערייען:
די גאנצע טעאריע פון עוואלוציע איז געבויעט אויף שפעקולאציעס און שווינדעל. עס זענען דא אזויפיל שווינדלערייען דאקומענטירט אין די היסטאריע פון די טעאריע פון עוואלוציע, אז יכלה הנייר והם לא יכלו. א טיילווייזע ליסטע נעמט אריין: פילטדאון מען, נעבראסקע מען, אקרע מען, קרא-מאגנאן, און ניענדערטאל. נאך א באקאנטע שווינדעל איז העקעל'ס עוברים (ווי אזוי ער האט געמאכט אז די שטאפלען פון א עובר זאלן אויסזעהן ווי די כלומרשטע שטאפלען פון עוואלוציע). העקעל'ס שווינדעל ווערט נאך געניצט אין טעקסט ביכער צו אינדאקטרינירן קינדער אז זיי האבן זיך אנטוויקלט במעי אמם דורך פארשידענע פארמען פון בעלי חיים.... נישט קיין ספק אז העקעל'ס שווינדעל האט א שייכות מיט די צענדליגער מיליאנען אבארשענס וואס זענען שוין געמאכט געווארן אין אמעריקע אין לויף פון די יארן, ווי דער וויסנשאפטלער סאגאן האט געשריבן אז אומגעבוירענע קינדער זענען נאר בעלי חיים, עפ"ל.
בילד
העקעל'ס פאלטשע עוברים

די אומגלויבליכע צוזאמארבעט פון אלע חלקים פון לעבן:
די גאר קאמפליצירטע סדר פון יעדן חלק פון א צעל מאכט א אומגלויבליכע מאשין. עס איז אוממעגליך משיג צו זיין ווי פינקטליך א פשוט'ע פראטין איז, וואספארא פיציעלע חלקים ארבייטן מיט הארמאניע, און אלעס שטימט. און דאס אלעס אין יעדן איינציגן פראטין! עוואלושאניסטן האבן נישט קיין וועג מסביר צו זיין ווי אזוי אזעלכע זאכן קענען זיך אנטוויקלען.
בילד
פראטין מאשינערי

די ען עי:
מענטשן לערנען זיך ווי אזוי צו קאמיוניקירן אין קאמפליצירטע שפראכן און קענען שרייבן קאמפליצירטע קאמפיוטער קאודס. אבער לויט עוואלוציע האט דער נאטור "בטעות" פארמולירט איר אייגענע קאוד וואס פארמאגט מער ווי א ביליאן ביטס פון דאטא אין איר פשוט'סטן לעבן פארמאט. אנדערע האבן שוין אנגעוויזן אז אויב וואלט געקומען צו אונזער וועלט א מעסעדזש פון ספעיס וואס וואלט געוועהן בלויז א מיליאנסטעל פון איין די ען עי וואלט יעדער פראקלאמירט אז מ'האט געטראפן "אינטעליגענטע לעבן" אין ספעיס...
בילד
די ען עי

קארבאן 14:
קארבאן 14 האט א האלב-לעבן פון 5730 יאר, און דארף צו זיין א גוטע וועג ווי אזוי צו נאכקוקן ווי אלט זאכן זענען, ווייל מ'קען זעהן וויפיל קארבאן 14 עס פארמאגט נאך. לויט די רעכענונג קענען זיי צומאל זאגן אז געוויסע זאכן זענען 60,000 אדער 80,000 יאר אלט. אבער עס זענען דא געוויסע פאסילס וואס לויט עוואלוציע זענען זיי מיליאנען יאר אלט, אבער זיי פארמאגן אסאך מער קארבאן 14 וואס איז מעגליך אויב ס'איז טאקע אזוי אלט. דאס ווייזט אז די חשבון ארבייט נישט, און אז די האלב-לעבן פון קארבאן 14 איז נאר באזירט אויף די יעצטיגע מציאות, און קען זיין אז ס'איז געוועהן אמאל אינגאנצען אנדערש.
בילד
א בדיקה אויף ביינער מיט קארבאן 14

די געזעץ פון "קאוס און עפעקט":
א געזעץ אין פיזיקס זאגט אז יעדע אפעקט האט עפעס וואס האט עס גורם געוועהן. יעצט גיי צוריק צו די ערשטע אפעקט וואס איז געוועהן אויף די וועלט – לאמיר עס רופן "ביג בענג" – און די שאלה בלייבט וואס איז געוועהן די "קאוס" פון דעם אפעקט? דאס ווייזט אז אונטער די אלע נאטורליכע אפעקטן איז דא איין מאכטפולע "קאוס", וואס מיר אלע ווייסן וואס דאס איז.
בילד
"ביג בענג" האט אויך געמוזט האבן א "קאוס"!

די געזעץ פון "ביאגענעסיס":
לואי פאסטאר איז געוועהן דער וואס האט באשטעטיגט אז לעבן קומט נאר פון לעבן, און לעבן קען נאר פראדוצירן לעבן וואס איז ענדליך צו עס. דאס איז א קלארער וויסנשאפטליכער פאקט, און הונדערטער טעסטס האבן דאס נישט געקענט אפפרעגן. און טאקע ביז היינט האט נאך קיינער נישט באוויזן צו באשאפן לעבן אין א לאבאראטאריע, ווייל לעבן קען נאר קומען פון לעבן. אבער די עוואלושאניסטן טענה'ן אז אנפאנגט איז לעבן ארויסגעטאנצען פון זיך אליין.....
בילד
לואי פאסטאר, דער ערפינדער פון ביאגענעטיקס
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:52 pm#60759
מעסיוו שיטה!!!
נאר ביטע זיי מסביר וואס מיינט דאס "האלב לעבן"??
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:10 pm#60764
I liked but not cuz I agree but cuz it's a nice article.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:10 pm#60781
א חלק טענות דיינע זענען גוט א חלק נישט, הצד השווה שביניהם אז כמעט קיין איינע פון זיי פרעגט נישט אפ עוולוציע.
לאמיר גיין על הסדר בקיצור:
1- די פונקטליכקייט פון די וועלטס פאזיציע. נניח אז עס איז א טענה. [הגם שיש לחלוק], איז עס א טענה נאר קעגן בלינגע עוולוציע אן קיין סיבה. נישט קעגן עוולוציע בעצם וואס מקען זאגען אז דער איבישטער האט עס געפירט אז סזאל זיין פונקט אזוי, אדער א אנדערע סארט פון מכוונדיגע עוולוציע.
2- די ע"זדיגע מקור [הגם איך בין גאר מסופק צו דאס איז אמת בכלל, ביטע ברענג אויף דעם מקורות], איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט. זאל זיין אז אן אלטע ע"ז איז שוין בייגעפאלן דער איינפאל, ווערט עס נישט וועגן דעם אויס סייענס. פאקטיש נעמט מען עס היינט אן וועגן די סייענס און נישט וועגן די ע"ז.
3- דאס אז עס זענען געווען א פאר שווינדלען מיינט נאך גארנישט. אדרבה, דאס איז די שטארקייט פון סייענס אז סוף געפינט מען אויס אז דאס זענען שווינדלען. און נישט די גאנצע טעאריע איז באזירט אויף דעם בכלל. אויך די בילד וואס דו ברענגסט וועגן א עיבור איז נישט א שווינדעל נאר א טעות.
4- די צאמארבעט,
5 - די ען עי, די ביידע זענען טענות [הגם האסט בכלל נישט ריכטיג אראפגעלייגט די טענה וואס דאס מיינט, אז זיי זענען irreductly complex וואס אן דעם איז דאס גארנישט קיין טענה] , איז ויטער נאר א טענה קעגן בלינדע עוולוציע. און נישט קעגן עוולוציע מיט א מכוון אדער אפילו א בורא.
6- די טענה קעגן קארבן 14 איז גאר א לעכעריגע ווי שוין אויסגעשמועסט דא ערגעץ אנדערש. און אפילו אז יא, איז עוולוציע גארנישט געבויט אויף דעם און אז דאס איז נישט אמת בלייבט נאך די טעאריע שטיין.
7- די שאלה פון קאוז איז שוין א פילאסאפישע נישט א סייענטיפישע. און אפילו נניח ער איז אמת ווארפט דאס נישט אפ די וטעאריע עס מאכט נאר מיר זאלן זוכען א קאוז פאר די ביג בענג, און אז מיר וייסען נאכנישט וואס דאס איז איז גארנישט. סייענטיפיש אבער האט נישט קיין זון צו זוכען א קאוז פאר דעם וואס עס איז דא עפעס בכלל און די געזעץ פון קאוז גייט דארט נישט אן. נאר פיליאסאפיש גייט עס אפשר אן איז קענסטו זאגען אז גאט האט עס געמאכט.
8-כולי עלמי מודי אז מען וייסט נישט פונקט וויאזוי לעבן הייבט זיך אן הגם עס זענען דא אין דעם פארשידענע מהלכים. דאס פרעגט נאכנישט אפ אלע אנדערע חלקים פון עוולוציע קען זיין אז דער ערשטער צעל האט דער אייבישטער געמאכט און פון דארט אט עס עוואלווט, אדער קען מען זאגן אז מווייסט נאנכישט און זוכען א נאטורליכע וועג.

הכלל העולה, האסט צומישט פארשידענע טענות קעגן פארשידענע אנדערע נקודות און דאס אלץ באטיטלט ראיות קעגן עוולוציע און דו ביסט בכלל נישט מבאר וואס איז דאס דער עוולוציע קעגן וואס דו רעדסט.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:19 pm#60834
ווי "לעיקוואד" האט שוין אזוי שיין ארויסגעברענגט, זענען פאראן ערנסטע לאגישע לעכער אין די ארגומענטן פון שיטה מקובצת, און ס'רוב פון זיי אדרעסירן נישטאמאל זיין קעפל: "פארוואס עוואלוציע איז פאלש". לאמיר אנפאנגען מיט דעם אז עוואלוציע פאר זיך איז נישט קיין שום סתירה צו אמונה, און קען דעריבער נישט באלאנסירן דעם פראבלעם פון בחירה און אמונה. אמת, עוואלוציע ווערט אויך גענוצט דורך כופרים קעגן אמונה, אבער אויך די דערפינדונגען פון לואיס פאסטאר - וועלכע שיטה מקובצת האט גענוצט ווי א טענה קעגן עוואלוציע - ווערן גענוצט דורך אנטי-אמונה עלעמענטן.
לגבי דער פונקטלעכקייט פון דער וועלט מוז איך זיך קריגן מיט "לעיקוואד" און זאגן אז עס איז נישטאמאל א באווייז קעגן געטלעך-געפירטער עוואלוציע, ווייל עס איז נישט אזוי רחוק אז צווישן טריליאנען פלאנעטן זאל איין פלאנעט פונקט זיין צוגעשטעלט פאר לעבן, און וואו וואלט איר דערווארטעט לעבן אויב נישט אויף אזא פלאנעט?
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:26 pm#60836
סופר ומונה האט געשריבן:לגבי דער פונקטלעכקייט פון דער וועלט מוז איך זיך קריגן מיט "לעיקוואד" און זאגן אז עס איז נישטאמאל א באווייז קעגן געטלעך-געפירטער עוואלוציע, ווייל עס איז נישט אזוי רחוק אז צווישן טריליאנען פלאנעטן זאל איין פלאנעט פונקט זיין צוגעשטעלט פאר לעבן, און וואו וואלט איר דערווארטעט לעבן אויב נישט אויף אזא פלאנעט?

דאס האב איך טאקע געמיינט ווען איך האב געשריבען הגם שיש לחלוק. אינעם עצם טענה בין איך נישט זיכער אז דאס וואס דו שרייבט איז א תשובה. 1- איז א ספק צו עס זענען טאקע דא בכלל גענוג פלאנעטן וואס זאלן מאכען דאס וואס איינע פון זיי איז צוגעשטעלט צו לעבן א דבר מסתבר מבחינת סטקטיסטיקה. 2- אפילו ווען מפארענטפערט דאס איז נאכאלץ דא דער פראבלעם פון די חוקי הפיזיקס וואס זענען גלייך אין אלע גאלאקסיז וואס זענען אויך צוגעשטעלט אויף א געוויסע אופן וואס שטימט צו דער לעבן, און צו פארענטפערן דער פראבלעם האט סטעפען האקינג געדארפט אויסטראכטען מולטיפול יוניבעסרסע וואס דאס איז נישט אזוי מסתבר. 3- אפילו ווען עס איז יא מסתבר סטאטיסטיש בין איך נאכנישט זיכער אז ווען איין פלאנעט שטימט איז דאס נישט א ראיה אויף א כוונה.
[דער שטערקערע טענה וואס איז דא דא איז דער פרינציפעל וואס זאגט אז עס איז נישט שייך צו פרעגן די שאלה וויל ווען עס וואלט געווען אנדערש וואלט מען נישט געקענט פרעגן אבער אכמ"ל]
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:20 am#60962
אייער מאמר דא ר' שיטה פאסט זיך ענדערש פאר די יושבי חושך וצלמות. ווי ארויסגעברענגט מאכט איר א קוגל פון פארשידענע זאכן וואס זענען אומפארבינדן. צום עצם זאך פון עוואלוציע איז דא צוויי חלקים, איין חלק איז דער פאקט אז מען טרעפט פאסילס מיליאנען יאר אלט און אז זיי קומען אראפ בהדרגה ווי שפעטער אלץ נאנטער צום היינטיקן מציאות דאס איז א פאקט וואס לייקענען איז ווי איר וועט זאגן די וועלט איז פלאך. דער צווייטער חלק איז דארווינס טעאריע פון נאטירליכע סעלעקציע וואס טוט מסביר זיין וויאזוי די בריאה איז געגאנגען ארויף נאטורליך. דאס איז נאכאלץ א טעאריע און פיל מיט קשיות אויב עס איז אויסגעהאלטן איר זענט פולשטענדיק בארעכטיקט צו גלייבן אז בראשית ברא שטייט אונטער אלעם די בריאה איז טאקע געווען בהדרגה דורכן אחד יחיד ומיוחד און ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד איז געווען ווי מיליאנען יאר היינט גארנישט איז א סתירה מיט אמונה.
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:55 pm#61249
איך באדאנק לעיקוואד, סופר ומונה, און בן תמליון פאר זייערע נקודות.
בן תמליון האט געשריבן:אייער מאמר דא ר' שיטה פאסט זיך ענדערש פאר די יושבי חושך וצלמות.

די יושבי חושך זענען דווקא די וואס קלעבן אן נארישע באשולדיגונגען אויב זיי האבן נישט וואס צו ענטפערן פאר איינעם: משכיל, כופר, אפיקורס, אויפגעקלערנטער, אנגעליינטער, איפכא מסתברא'ניק, אויבער חכם, וכו' וכו'. זיך צו נעמען שמירן אז וואס איך שרייב פאסט פאר דעם אדער יענעם, איז געגאנגען בדרך די וואמפירן און יושבי חושך.
וועגן די עצם טענות. לאמיך קודם קלאר מאכן אז "עוואלוציע" מיינט נישט דווקא די "סייענטיפישע" וועג ווי אזוי די וועלט איז כלומרשט "אנטוויקעלט" געווארן. עס איז א גאנצע "בעליף סיסטעם" באזירט אויף כפירה. יעצט ס'אמת אז נישט אלעס וואס איך האב געשריבן פרעגט אפ די סייענטיפישע חלק פון עוואלוציע, אבער ס'ברענגט ארויס די פאקט אז די רעליגיע וואס ריפט זיך עוואלוציע שטייט אויף הינערנע פיס.

לעיקוואד האט געשריבן:2- די ע"זדיגע מקור [הגם איך בין גאר מסופק צו דאס איז אמת בכלל, ביטע ברענג אויף דעם מקורות], איז נישט קיין ראיה אויף גארנישט. זאל זיין אז אן אלטע ע"ז איז שוין בייגעפאלן דער איינפאל, ווערט עס נישט וועגן דעם אויס סייענס. פאקטיש נעמט מען עס היינט אן וועגן די סייענס און נישט וועגן די ע"ז.

א מקור זעה דא אין די וויקי פעידזש פון אנאקסימאנדער: m http://en.wikipedia.org/wiki/Anaximande ... _humankind m
ווען מיר קריטיקירן די קריסטליכע רעליגיע ווייזן מיר אויף אז זייער אסאך פון זייערע נארישקייטן שטאמען פון אמאליגע עובדי עבודה זרה. צום ביישפיל, דאס וואס זיי זאגען אז יאשקע איז געווארן געבוירן פון א בתולה דעצעמבער 25 , איז שוין געוועהן א לעגענדע נאך פאר די תקופה פון די קריסטליכע גלויבן. אבער מיט לעיקוואד'ס לאגיק קען א קריסט קומען טענה'ן אז "אמת אז אמאליגע עובדי ע"ז האבן אויך אזוי געגלייבט, אבער יעצט גלייבן מיר אזוי נישט וועגן ע"ז נאר וועגן די קריסטליכע רעליגיע!... די פוינט איז אז מיט'ן אויפווייזן אז די דעות פון די רעליגיע פון עוואלוציע שטאמט פון אמאליגע עובדי ע"ז ווייזט עס אז אין כל חדש תחת השמש, און עס איז שוין דא א פרעצעדענט פאר די נארישע אפיקורסישע דעות.
לעיקוואד האט געשריבן:8-כולי עלמי מודי אז מען וייסט נישט פונקט וויאזוי לעבן הייבט זיך אן הגם עס זענען דא אין דעם פארשידענע מהלכים. דאס פרעגט נאכנישט אפ אלע אנדערע חלקים פון עוולוציע קען זיין אז דער ערשטער צעל האט דער אייבישטער געמאכט און פון דארט אט עס עוואלווט, אדער קען מען זאגן אז מווייסט נאנכישט און זוכען א נאטורליכע וועג.

דא איז נאכאמאל נוגע וואס איך האב שוין געזאגט, איך רעד וועגן די אפיקורסישע רעליגיע פון עוואלוציע בכלליות, נישט פון די סייענטיפישע חלק דערפון אליין. אז דו ווילסט אריינריקן דעם אויבערשטן דערין, וועל איך מיך יעצט נישט טענה'ן דערויף. די זעלבע איז נוגע דיינע איבעריגע טענות.
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:16 pm#61254
איז זאג בקיצור דו רעדסט קעגן אפיקורסים און אפיקורסות. דאס האט אבער קיין כי הוא זה נישט צוטוהן מיט עוולוציע , סתם איז דיר עפעס אריין אין קאפ אז עס איז דא עפעס א רעליגיע וואס דו רופסט עוולוציע און איז מכחיש א בורא. קיין איינע פון דיינע טענות איז אבער נישט שייך לגבי דער נקודה ממילא איז דיין טיטל ווי אויך דיין גאנצע ארטיקל פארפירענד. אויב ווילסטו רעדן קעגן אפיקורסות און עטאיזם האט דאס אבער גארנישט מיט עוולוציע צו טוהן, ווילסטו רעדן וועגן עולוציע האט דאס גארנישט וועגן אמונה צו טוהן.

לגבי דער ע"ז דיגע מקור, וועל איך נאכקוקען ואוס דו צייכנסט צו בל"נ. אבער לגופם של דברים ביסטו גערעכט, לויט מיין לאגיק ווערט טאקע יאשקע'ס געבורט נישט אפגעפרעגט מיט דעם וואס עס איז געווען אזא מיטוס פאר עם און א קריסט דארף טאקע נישט נתפעל ווערן פון אזא טענה. פונקט ווי אונז ווערן נישט נתפעל אז מווייסט אז עס זענען דא ענליכע לעגענדע'ס וועגן נח אדער משה רבינו אין אנדערע פריערדיגע קאלטארען. נאר מזאגט דאס איז אמת און דאס נישט אדער לאו דווקא.
עס איז אבער אויך דא א חילוק צווישען היסטאריע מיט סייענס. אין היסטאריע טאמער וויל מען חוקר זיין צו איז יאשקע טאקע געבוירען פון א בתולה אדער אפשר נישט און דאס איז נאר א מעשה ואס מענטשען דערצילען, איז דאס וואס מזעהט אין פארשידענע אנדערע מיטעלאגיעס אזא מעשה א שטיקל הוכחה צו דעם אז נישט דאס אז עס איז טאקע אזוי געווען נאר ווייל אזעלכע מעשיות האט מען ליב געהאט דעמאלטס צו דערציילען אויף מחזק זיין פארשידענע רעליגיעס. משא"כ לגבי סייענס, איז קיין שום נפקא מינה נישט ווער עס איז איינגעפאלן דער טעאירע צום ערשט. וייל דער וואס גלייבט דלייבט נישט וועגן דער היסטאריע נאר וועגן די סייענטיפישע ראיות וואס איז דא דערצו. על דרך משל, די טעאריע פון אטאמען האט אויך אויסגעטראכט גריכישע חכמים לאנג פאר די היינטיגע מהלך פון דעם, דאך האבן די צווי רעיונות קיין שום שייכות נישט, און היינט גלייבט מען נישט דערין ווייל עטליכע יוונים האבן געבלייבט דערין נאר ווייל עס איז מוכח סייענטיפיש.
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:31 pm#61256
שיטה מקובצת האט געשריבן:די פינקטליכקייט פון די וועלט'ס פאזיציע:
אונזער וועלט איז באלאנצירט פינקטליך אין אונזער גאלאקסיע. די וועלט האט אלעס וואס מ'דארף האבן אנצוהאלטען לעבן, אריינגערעכענט דאס אז ס'איז פונקט נישט צו נאנט און נישט צו ווייט פון די זון (וואס סייענטיסטן רופן די "גאלדילאקס זאון"), פונקט גענוג וואסער, די "עקסיס" אביסעלע געדרייט פאר די סעזאנען, א מעגנעטישע פעלד וואס היט אפ די וועלט פון ראדיאציע וכל מרעין בישין, אלע וויכטיגע עלעמענטן פון ביאקעמיסטרי. עס איז נישט דא קיין שום אנדערע פלאנעט וואס מ'ווייסט וואס האט אלע אינגרידיענטס פון לעבן אזוי ווי אונזער וועלט.
בילד
די גאלדילאקס זאון

הייסט אז אויב טרעפט מען נאך א פלאנעט וואס סאסטעינד לייף וועסטו יא גלייבן אין עוועלושאן? ...
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:05 am#61273
געפילטע פיש האט געשריבן:

ניין. דאס אז היינט ווייסט מען נישט פון נאך אזא פלאנעט ווייזט נאר ווי ווייניג אזעלכע פלאנטען עס זענען דא. אפילו אויב מ'וועט ביום מן הימים טרעפן אזא זאך, וועט עס נאך אלץ זיין זייער זעלטען.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:07 am#61275
שיטה שרייבט: ״עס איז נישט דא קיין שום אנדערע פלאנעט וואס מ'ווייסט וואס האט אלע אינגרידיענטס פון לעבן אזוי ווי אונזער וועלט.״

קענסטו אפשר מסביר זיין וויאזוי דער פאקט אז *פונקט* אויף דער איינציגסטער פלאנעט ווי לעבן קען זיך אנטוויקלען האט זיך לעבן טאקע אנטוויקלט (לאפיקא פלאנעטן ווי לעבן קען זיך *נישט* אנטוויקלען, וואס פונקט דארט האט זיך לעבן טאקע נישט אנטוויקלט... duh ), וויאזוי איז דאס א באווייז אויף א בורא עולם?
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:38 am#61279
שיטה שרייבט: "ניין. דאס אז היינט ווייסט מען נישט פון נאך אזא
פלאנעט ווייזט נאר ווי ווייניג אזעלכע פלאנטען
עס זענען דא. אפילו אויב מ'וועט ביום מן הימים
טרעפן אזא זאך, וועט עס נאך אלץ זיין זייער
זעלטען."
איך פארשטיי אבער נישט ווי אזוי דאס אז מיר לעבן אין א וועלט וואס האט "פונקט" אלע צוגעהערן צו סאפארטן לייף און באשיצן פון "מרעין בישין" איז א ראי' אקעגן עוועלוציע אדער צו "איטעלעגענט דיזיינער.
אויף דעם האב איך געפרעגט צוויי פאכיג, איינס, אויב וועט מען טרעפן נאך אזא פלאנעט וועט זיך דיין שיטה טוישן? אז קען זיין עוועלוציע איז יא אמת און קען זיין (עפ"ל) אז ס'געשען פון זיך אליין? און אויב ווען דיין ראי' ווערט אפגעפרעגט איז דאס נישט סותר דיין הנחה, דאן איז דאס קיין ראי' נישט.
צוויי, וואס כ'האב געלינקט אין די דריי פינטלעך, צו שעיקספעירס אינפיניט מאלפע, אז די פראבאביליטי פון א אויסערגעווענליכע זאך זאל געשען, אז א מאלפע זאל אפטייפן שעיקספעירס א שפיל, איז טאקע זייער קליין, אבער מאטעמאטיש איז לא ימלט אז ס'זאל נישט געשען, אויב אזוי איז דיין ראי' פון אונזער וועלט וואס שטייט "פונקט" אויפן גוטן פלאץ נישט קיין ראי' אויף אינטעליגענטע דיזיין, ווייל אויב שפילסטו איבער די זעלבע זאך גענוג מאל, אויף גענוג א לאנגע שטרעקע פון צייט, איז לא ימלט אז אזא "פונקט" זאל געשען.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:41 am#61280
כהאאב נאכגעקוקט די מעשה מיט דער אנאקסימאנדע, איז ער איז נישט קיין עבודה זרה נאר א אלטע גריכישע פילאסאף [פאר סוקראט] וואס האט גערעדט טבעיש און סייענטיפיש עפעס וואס אפשר איז דאס ענליך צו דארווין, עכ"פ מיט ע"ז האט דאס נישט. קען זיים דער פילאסאף פרעזענליך האט גדינט די גריכישע אפגעטער אזויווי אנדערע אבער עכ"פ דער השערה זיינע האט גארנישט מיט ע"ז.
נאך א זאך, דארווין וחבירו האבן נישט גענומען פון עם דער געדאנק, נאר נאכדעם וואס עס איז אנגענומען דארווין'ס געדאנק וייזען אנדערע אויף עם אלץ א פריערדיגע וואס איז עם איינגעפלאן א ענליכע געדאנק.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:45 am#61283
געפילטע פיש האט געשריבן:שיטה שרייבט: "ניין. דאס אז היינט ווייסט מען נישט פון נאך אזא
פלאנעט ווייזט נאר ווי ווייניג אזעלכע פלאנטען
עס זענען דא. אפילו אויב מ'וועט ביום מן הימים
טרעפן אזא זאך, וועט עס נאך אלץ זיין זייער
זעלטען."
איך פארשטיי אבער נישט ווי אזוי דאס אז מיר לעבן אין א וועלט וואס האט "פונקט" אלע צוגעהערן צו סאפארטן לייף און באשיצן פון "מרעין בישין" איז א ראי' אקעגן עוועלוציע אדער צו "איטעלעגענט דיזיינער.
אויף דעם האב איך געפרעגט צוויי פאכיג, איינס, אויב וועט מען טרעפן נאך אזא פלאנעט וועט זיך דיין שיטה טוישן? אז קען זיין עוועלוציע איז יא אמת און קען זיין (עפ"ל) אז ס'געשען פון זיך אליין? און אויב ווען דיין ראי' ווערט אפגעפרעגט איז דאס נישט סותר דיין הנחה, דאן איז דאס קיין ראי' נישט.
צוויי, וואס כ'האב געלינקט אין די דריי פינטלעך, צו שעיקספעירס אינפיניט מאלפע, אז די פראבאביליטי פון א אויסערגעווענליכע זאך זאל געשען, אז א מאלפע זאל אפטייפן שעיקספעירס א שפיל, איז טאקע זייער קליין, אבער מאטעמאטיש איז לא ימלט אז ס'זאל נישט געשען, אויב אזוי איז דיין ראי' פון אונזער וועלט וואס שטייט "פונקט" אויפן גוטן פלאץ נישט קיין ראי' אויף אינטעליגענטע דיזיין, ווייל אויב שפילסטו איבער די זעלבע זאך גענוג מאל, אויף גענוג א לאנגע שטרעקע פון צייט, איז לא ימלט אז אזא "פונקט" זאל געשען.

קוק אין מיין תגובה אויווען דא l viewtopic.php?p=60836#p60836 l
וועסטו זעהן אז סנישט פונקט אזוי, וויבאלד עס איז נישטא אן א שיעור צייט פון דער ביג בענג ביז היינט, ממילא קען מען נאכאלץ רעכענען אויב עס איז פראבעבל אז עס זאל אויסקומען אזא זאך. לויט די טענה איז נישטא גענוג צייט און פלאנעטן אין דער יוניבערס וואס זאל דאס מאכן מסתבר סטאטיסטיש וממילא זי דאס א ראיה אויף א דעזיינער.
מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:16 am#61287

ווי איך האב שוין געזאגט רעד איך פון די רעליגיע פון עוואלוציע. און וואס איך האב געשריבן איז נישט דווקא א ענטפער צו די סייענטיפישע "באווייזן" אויף עוואלוציע, נאר אויף די וואס טענה'ן קעגן א בורא עולם ווייל זיי זענען גע'שמד'טע צו די עוואלוציאנערישע רעליגיע.
איך וויל זאגן נאך א זאך. איך בין נישט דער גרעסטער מומחה אויף עוואלוציע. און עס קען זיין אז לעיקוואד און געפילטע און אנדערע האבן פיל מער געליינט ווי מיר איבער דעם. אייגענטליך, נישט "ס'קען זיין", נאר זיכער אזוי. איך האב נישט געברענגט מיין ליסטע מיט סיבות קעגן די רעליגיע פון עוואלוציע ווייל איך קען מיך נאכדעם פארטיידיגן פאר די אלע וואס האבן געליינט די קאפ פארדרייענישן פון די עוואלוציאניסטן. בסך הכל האב איך געוואלט שיין צאמנעמען א רייע הויפט סיבות וואס פשוט'ע מענטשן און וויסנשאפטלער וואס זעען איין דעם שקר פון עוואלוציע פארשטייען אז ס'איז א שטארקע פירכא. כמובן ווערן די אלע זאכן אויסגעשמועסט בפרוטרוט אין ספרים הק' פון רבינו הג' רבי אביגדור מיללער זצ"ל, בעיקר עורה כבודי, רננו צדיקים, אז נדברו (לאן). עיי"ש, ושוחרי האמת ימצאו נחת.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 6:36 pm#61848
לעיקוואד האט געשריבן:קוק אין מיין תגובה אויווען דא viewtopic.php?p=60836#p60836
וועסטו זעהן אז סנישט פונקט אזוי, וויבאלד עס איז נישטא אן א שיעור צייט פון דער ביג בענג ביז היינט, ממילא קען מען נאכאלץ רעכענען אויב עס איז פראבעבל אז עס זאל אויסקומען אזא זאך. לויט די טענה איז נישטא גענוג צייט און פלאנעטן אין דער יוניבערס וואס זאל דאס מאכן מסתבר סטאטיסטיש וממילא זי דאס א ראיה אויף א דעזיינער.

ווער זאגט אז ס'איז באגרעניצט צו "אונזער" ביג בענג?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 8:20 pm#61918
געפילטע, ווער האט אנגעשטעלט אז די יוניווערס זאל פרובירן צו מאכן א ביג בענג איין מאל און נאכאמאל ביז ס'וועט געלונגען?
אין אנדערע ווערטער, אפילו די אינפינייט מאנקי טעאראם דארף אויך א דעזיינער, ווייל א דעזיינער דארף שטעלן די מאלפעס איבער די קאמפיוטער און זיי אויסלערנען צו קלאפן אויף די אותיות, אזוי אז עס זאל עווענטועל אויסקומען אז זיי זאלן פראדוצירן שעיקספעירס.
אויסער דעם, דיין טענה אז עס הייבט זיך נישט אן פון אונזער ביג בענג איז נאר שייך אויף די עצם ביג בענג, אבער לגבי אנדערע זאכן ווי למשל די ען עי וואס האט זיך נישט געקענט אנהייבן בעפאר די ביג בענג, ווייל דעמאלט וואלטן מיר עס נישט געזען אין אונזער וועלט, נאר אין די ערשטע וועלט וואס איז נישט געלונגען, איז ווייטער שווער אז עס איז נישטא גענוג צייט פונ'ם ביג בענג אז עס זאל האבן פרובירט אזויפיל מאל ביז עס איז לא ימלט אז איינמאל זאל עס געלונגען.
נאך א טענה וואס איך האב דערקעגן איז, אז מען דארף נוצן שכל. וואס איז מער מסתבר, אז א דעזיינער האט דאס פראדוצירט, אדער אז פון גזיליאן יארן צוריק האט געהאלטן אין איין געשען ביג בענגס ביז איינס איז "פונקט" געלונגען? אדער לאמיר פרעגן אויף אן אנדער אופן, אויב מיר וואלטן געוואוסט אז פאר'ן ביג בענג האבן געלעבט מענטשן וואס זענען געווען בכח צו מאכן אזא יוניווערס ווי וואס מיר זעען, וואלטן מיר גלייך געזאגט אז זיי האבן דאס געמאכט, אדער מיר וואלטן נאכאלס געהאלטן אז עס איז נישט מוכרח און עס איז פונקט אזוי מעגליך אז עס איז פון זיך אליין באשאפן געווארן. (אמת אז דאס איז נישט אזא שטארקע טענה ווען עס קומט צו מוכיח זיין אז עס איז דא א גאט, אבער דאס ווייזט אז דער אטעאיסט נוצט אויך די אינפינייט טעאראם ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, און נישט ווייל עס איז א פשוט'ע זאך).
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:13 pm#61937
יאיר האט געשריבן:געפילטע, ווער האט אנגעשטעלט אז די יוניווערס זאל פרובירן צו מאכן א ביג בענג איין מאל און נאכאמאל ביז ס'וועט געלונגען?
אין אנדערע ווערטער, אפילו די אינפינייט מאנקי טעאראם דארף אויך א דעזיינער, ווייל א דעזיינער דארף שטעלן די מאלפעס איבער די קאמפיוטער און זיי אויסלערנען צו קלאפן אויף די אותיות, אזוי אז עס זאל עווענטועל אויסקומען אז זיי זאלן פראדוצירן שעיקספעירס.

די 'אומענדלעכע מאלפע טעארעם' טוט אפפרעגן די טענה פון 'דעזיין', נישט די טענה פון 'ערשטע אורזאך' (באקאנט מיט דעם לאטיינישער נאמען 'פרימום מאווענס', און אין ענגליש ווי 'פוירסט קאוז'). אלזא, א פירכא אויף דער טעארעם קען נישט גיין צו דער אנדערער טענה, נאר דארף זיך באציען צו דער טענה פון דעזיין קעגן צופעליקייט ('רענדאמנעס').
יאיר האט געשריבן:אויסער דעם, דיין טענה אז עס הייבט זיך נישט אן פון אונזער ביג בענג איז נאר שייך אויף די עצם ביג בענג, אבער לגבי אנדערע זאכן ווי למשל די ען עי וואס האט זיך נישט געקענט אנהייבן בעפאר די ביג בענג, ווייל דעמאלט וואלטן מיר עס נישט געזען אין אונזער וועלט, נאר אין די ערשטע וועלט וואס איז נישט געלונגען, איז ווייטער שווער אז עס איז נישטא גענוג צייט פונ'ם ביג בענג אז עס זאל האבן פרובירט אזויפיל מאל ביז עס איז לא ימלט אז איינמאל זאל עס געלונגען.

די טענה איז נישט קיין טענה, ווייל אויב זענען געווען גענוג אוניווערסן און גענוג ביג-בענגס האט די-ען-עי געקענט פאסירן ביי איינס פון זיי אפילו אויב אין יענעם אוניווערס זעלבסט איז נישט געווען גענוג צייט. משל למה הדבר דומה: אז איין מענטש זאל פרובירן צו געווינען די לאטעריע וועט ער מוזן שפילן מיליאנען מאל ביז ער זאל האבן א לאגישן שאנס צו געווינען, אבער אויב שפילן מיליאנען מענטשן אין דער לאטעריע וועט א מענטש געווינען נאך אפילו בלויז עטלעכע מאל שפילן, טראץ דעם וואס די עטלעכע לאטעריעס וואס ער האט געקויפט גיבן אים בכלל נישט קיין לאגישן שאנס צו געווינען.

יאיר האט געשריבן:נאך א טענה וואס איך האב דערקעגן איז, אז מען דארף נוצן שכל. וואס איז מער מסתבר, אז א דעזיינער האט דאס פראדוצירט, אדער אז פון גזיליאן יארן צוריק האט געהאלטן אין איין געשען ביג בענגס ביז איינס איז "פונקט" געלונגען? אדער לאמיר פרעגן אויף אן אנדער אופן, אויב מיר וואלטן געוואוסט אז פאר'ן ביג בענג האבן געלעבט מענטשן וואס זענען געווען בכח צו מאכן אזא יוניווערס ווי וואס מיר זעען, וואלטן מיר גלייך געזאגט אז זיי האבן דאס געמאכט, אדער מיר וואלטן נאכאלס געהאלטן אז עס איז נישט מוכרח און עס איז פונקט אזוי מעגלעך אז עס איז פון זיך אליין באשאפן געווארן. (אמת אז דאס איז נישט אזא שטארקע טענה ווען עס קומט צו מוכיח זיין אז עס איז דא א גאט, אבער דאס ווייזט אז דער אטעאיסט נוצט אויך די אינפינייט טעאראם ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, און נישט ווייל עס איז א פשוט'ע זאך).

דער אטעאיסט האט נישטאמאל א דעפיניציע פאר 'גאט' און פירט נישט קיין מערכה מיט אים. ער זאגט, איך ווייס נישט וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן, און איך קען נאר פרובירן צו שפעקולירן. אומצאליקע ביג-בענגס איז א לאגישע שפעקולאציע וויבאלד עס איז עפעס מסביר, און ליגט גוט אין די קנייטשן פון דעם שכל.
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 10:58 pm#61957
דער אטעאיסט האט נישטאמאל א דעפיניציע פאר 'גאט' און פירט נישט קיין מערכה מיט אים. ער זאגט, איך ווייס נישט וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן, און איך קען נאר פרובירן צו שפעקולירן.

גוט געזאגט, און דאס וויל איך טאקע ארויסברענגען. פאר'ן אטעאיסט איז דער ארגומענט פון דעזיין בכלל נישט קיין ראיה אז גאט עקזיסטירט. נישט דוקא ווייל עס איז צו א שוואכע ראיה, נאר ווייל ער האלט אז דער תירוץ פון גאט איז נישט קיין תירוץ פון אנהויב אן, ממילא אפילו מען זאל אים ברענגען הונדערט קשיות וואס קענען נאר ווערן פארענטפערט מיט'ן תירוץ אז עס איז דא א גאט, וועט ער אויך נישט אנהויבן גלייבן, ווייל ווי דו שרייבסט, האט ער בכלל נישט דער ווארט גאט אין זיין לעקסיקאן, און עס איז פונקט ווי מען וואלט אים געזאגט "איך האב נישט קיין ענטפער". ממילא פירן ויכוחים מיט אים און ברענגען הוכחות איז פשוט א שאד די צייט.
עס קומט אויס אז דער מאלפע טעאראם איז נישט קיין פירכא אויפ'ן ארגומענט פון דעזיין, נאר ענדערש א תירוץ אויף סייענטיפישע קשיות וואס זענען נאר שווער פאר'ן אטעאיסט.
אומצאליקע ביג-בענגס איז א לאגישע שפעקולאציע וויבאלד עס איז עפעס מסביר, און ליגט גוט אין די קנייטשן פון דעם שכל.

מיט דעם ערשטן חלק בין איך מודה, אז אלס א לאגישע שפעקולאציע דינט דאס זייער גוט, איך וואלט עס געמאכט ענדערש אלס א לאגישע רעטעניש (וויאזוי איז מעגליך מאטעמאטיש אז א וועלט ווערט באשאפן אן א דירעקטער דעזיינער? ענטפער: מיליאנען וועלטן). אבער עס ליגט גוט אין שכל? ניין. אזוי ווי איך האב שוין פריער געשריבן, אז ווען מיר וואלטן געהאט סיי וועלכע אויסרייד פארוואס עס איז דא א דעזיינער וואס איז נישט קיין גאט וואלטן עס די אטעאיסטן ענדערש גענוצט. הראי', אויף די איבערבלייבענישן וואס מען טרעפט פון אלטע בנינים וכדו' האט נאך קיינער נישט פרובירט זאגן אז דאס איז באשאפן געווארן פון זיך אליין נאך מיליאנען פראבעס. עס איז נאר ווען עס קומט צו דער באשאף פונ'ם יוניווערס וואס דער אטעאיסט האט סייווי נישט קיין געהעריגער תירוץ דערויף, איז אים דער מאלפע טעאראם בעסער ווי גארנישט. מען קען דאס פארגלייכן צו די אנטאלאגישע ארגומענט צו גאט'ס עקזיסטענץ, וואס אפילו אויב מיר זאלן מודה זיין אז דאס איז א גוטע ארגומענט, איז דאס נאכאלס נישט א שכל'דיגע ארגומענט, נאר א לאגישע-מאטעמאטישע. אדער צו זענא'ס פאראדאקסן, וואס אפילו אויב אויפ'ן פאפיר שטימט עס, ווייסט יעדער איינער מיט'ן שכל אז די מסקנות וואס דאס טוט שאפן זענען נישט ריכטיג, עס איז בלויז א ווערטער שפיל.
(דיינע איבריגע טענות וועל איך לעת עתה לאזן אויף א צווייטע געלעגנהייט וויבאלד עס פארלאנגט א טיפערע באהאנדלונג).
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 11:23 pm#61963
געפילטע פיש האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:קוק אין מיין תגובה אויווען דא viewtopic.php?p=60836#p60836
וועסטו זעהן אז סנישט פונקט אזוי, וויבאלד עס איז נישטא אן א שיעור צייט פון דער ביג בענג ביז היינט, ממילא קען מען נאכאלץ רעכענען אויב עס איז פראבעבל אז עס זאל אויסקומען אזא זאך. לויט די טענה איז נישטא גענוג צייט און פלאנעטן אין דער יוניבערס וואס זאל דאס מאכן מסתבר סטאטיסטיש וממילא זי דאס א ראיה אויף א דעזיינער.

ווער זאגט אז ס'איז באגרעניצט צו "אונזער" ביג בענג?

וויבאלד מען רעדט פון אונזער וועלט.
די גאנצע מודעל פון סטאטיסטיקה וואס ווען עפעס איז חורג פון דעם וייזט עס אז עס איז נישט טשאנס איז נאר מציאותדיג וויבאלד מרעדט פון א מוגבלדיגע מציאות וואס אין דער מציאות געשעהט עפעס אויסטערליש. אויך ווען איינער געווינט פערצן מאל דער לאטא אין א צי זאגסטו אז עפעס איז מאדנע און דו פארענטפערסט נישט אז עס זענען דא אינסוף יוניבערסעס וכו' און ממילא איז גאר מסתבר אז פונקט איינמאל האט איינער געווינען פיר טויזנט מאל דער לאטא אין א צי. דאס הייסט אז ווער עס באניצט זיך מיט סטאטיסטיק צו מוכיח זיין א שום זאך אויף דער וועלט מוז מודה זיין אז דאס ארבעט נאר וויבאלד מבאציט זיך צו איין מוגדרדיגע מציאות אין וועם סאיז נאר אזוי מסתבר סזאל עפעס געשעהן. וויבאלד די וועלט וואס מיר זעהן האט זיך אנטוויקלט ווי מיר זעהן דארף מען רעכענען ווי מסתבר דאס איז אין די וועלט און צו זאגען אז אפשר איז דא נאך אן א שיעור עולמות וואס קיינער האט נישט קיינמאל געהערט אדער געזעהן און ממילא איז גארנישט קיין ראיה אויף גארנישט איז שטארק אומשכלדיג במחילה פון די גרויסע חכמים וואס זאגען דאס, ווייל מיט דער סברא קען מען אפפרעגן סיי וועלכע הוכחה אויף סיי וועלכע זאך אויף דער וועלט. די שאלה איז אויב האט געקענט ביי טשאנס זיך אנטוויקלען א וועלט פון אונזער ביג בענג צו דער היינטיגער מציאות בלינדערהייט. [טאקע דער ביג בענג אליינס איז נאכנישט קיין ראיה אויף דעם וייל לגבי יענץ וייסן מיר נישט וויפיל טשאנס עס איז געווען און דאס וויסען דארף מען טאקע רעכנען וואס אנדרש וואלט געקענט געשעהן לגבי דעם]. אזוי ארבעט סייענס און אלע אונזערע וויסנשאפט אין אלע ענינים. סהאט נישט קיין זון אז פונקט ווייל דיר געפעלט נישט דער תשובה פון גאט זאלסטו אויסטראכטען אזעלכע אויסטערלישע און מאדנע המצאות וואס מטראכט נישט אויס ביי קיין שום אנדערע נושא אויף דער וועלט.

[אפגערעדט צו דער איידיע פון גאט כמו שהוא מאכט סענס, אין דער שאלה איז זיכער אז עס מאכט שוין מער סענס ווי דו צוייטע צד. אויב איינער האלט קלאר אז דער איידיע פון גאט איז שטותים אפשר איז מובן ער זאל זוכען אזעלכע דוחקים רחוקים אבער דאן קען מען דאס נישט רופען א ריכטיגע דיון אויף די שאלה פון דעזיין. וויבאלד ער איז שולל אפריורי א דעזיינער גאט, פונקט אזויווי דער מאמין קען נישט אריינברענגען אין דער שמועס קיין אמונה זיינע למשל אין נבואה וייל זייער שיין דו גלייבט אין א גאט מאיזה סיבה אחרת ווערט נאכנישט וועגן דעם דער טענה פון דעזיין שטערקער פונקט אזוי קען נישט דער כופר דא אריינברענגען זיין עקסטערע פראבלעם מיט דער מושג פון גאט ווייל דאס טוט גארנישט אפצופרעגן שער ספעציפישע שאלה פון דעזיין]

[אויך יאיר האט געשריבען גאנץ צו דער זאך כדרכו בקודש]
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 12:50 am#61971
יאיר האט געשריבן:געפילטע, ווער האט אנגעשטעלט אז די יוניווערס זאל פרובירן צו מאכן א ביג בענג איין מאל און נאכאמאל ביז ס'וועט געלונגען?
אין אנדערע ווערטער, אפילו די אינפינייט מאנקי טעאראם דארף אויך א דעזיינער, ווייל א דעזיינער דארף שטעלן די מאלפעס איבער די קאמפיוטער און זיי אויסלערנען צו קלאפן אויף די אותיות, אזוי אז עס זאל עווענטועל אויסקומען אז זיי זאלן פראדוצירן שעיקספעירס.

די 'אומענדלעכע מאלפע טעארעם' טוט אפפרעגן די טענה פון 'דעזיין', נישט די טענה פון 'ערשטע אורזאך' (באקאנט מיט דעם לאטיינישער נאמען 'פרימום מאווענס', און אין ענגליש ווי 'פוירסט קאוז'). אלזא, א פירכא אויף דער טעארעם קען נישט גיין צו דער אנדערער טענה, נאר דארף זיך באציען צו דער טענה פון דעזיין קעגן צופעליקייט ('רענדאמנעס').

מיין טענה איז נישט פון די פירסט קאוז, נאר דוקא פון דעזיין. לאמיר נעמען למשל דער מאלפע טעאראם. כדי צו קענען פראדוצירן שעיקספעירס דורך מאלפעס מוז מען האבן, א קיעבאורד, א מאלפע וואס האט גענוג שכל צו קענען קלאפן אויפ'ן קיעבאורד, א שפראך, מושגים איבער וואס דער בוך זאל זיך רעדן, וכו'. ועל כולם מוז מען האבן דעם מענטש מיט'ן שכל וואס זאל ארויפשטעלן דעם מאלפע אויפ'ן קיעבאורד און אים האלטן דארט ביז ער ענדיגט זיין מלאכה. דאס מיינט אז מאלפע טעאראם איז בלויז שייך נאכדעם וואס מיר האבן שוין א געוויסע סארט דעזיין און מיר ווילן עס זאל פראדוצירן אן אנדערע סארט דעזיין שלא בכוונה. אבער עס קען נישט פראדוצירן א דעזיין פון א נישט דעזיינטע זאך. די זעלבע זאך איז מיט די ען עי. ווי אזוי עס באשאפן געווארן? וועסטו זאגן דורך א לעבנלאזע צעל וואס האט פרובירט מיליאנען מאל ביז עס איז געלונגען. אבער ווער האט געגעבן שכל פאר'ן צעל צו פרובירן? ווער האט באשאפן דער מושג פון א קאוד בכלל אז דער די ען עי זאל האבן וואס צו צייכענען? דאס אלעס צייגט נישט בלויז אויף א סיבה ראשונה, נאר אויף א סיבה ראשונה וואס איז א דעזיינער.
יאיר האט געשריבן:אויסער דעם, דיין טענה אז עס הייבט זיך נישט אן פון אונזער ביג בענג איז נאר שייך אויף די עצם ביג בענג, אבער לגבי אנדערע זאכן ווי למשל די ען עי וואס האט זיך נישט געקענט אנהייבן בעפאר די ביג בענג, ווייל דעמאלט וואלטן מיר עס נישט געזען אין אונזער וועלט, נאר אין די ערשטע וועלט וואס איז נישט געלונגען, איז ווייטער שווער אז עס איז נישטא גענוג צייט פונ'ם ביג בענג אז עס זאל האבן פרובירט אזויפיל מאל ביז עס איז לא ימלט אז איינמאל זאל עס געלונגען.

די טענה איז נישט קיין טענה, ווייל אויב זענען געווען גענוג אוניווערסן און גענוג ביג-בענגס האט די-ען-עי געקענט פאסירן ביי איינס פון זיי אפילו אויב אין יענעם אוניווערס זעלבסט איז נישט געווען גענוג צייט. משל למה הדבר דומה: אז איין מענטש זאל פרובירן צו געווינען די לאטעריע וועט ער מוזן שפילן מיליאנען מאל ביז ער זאל האבן א לאגישן שאנס צו געווינען, אבער אויב שפילן מיליאנען מענטשן אין דער לאטעריע וועט א מענטש געווינען נאך אפילו בלויז עטלעכע מאל שפילן, טראץ דעם וואס די עטלעכע לאטעריעס וואס ער האט געקויפט גיבן אים בכלל נישט קיין לאגישן שאנס צו געווינען.

אויף דעם האט מיר שוין לעיקוואוד אויסגעכאפט מיט אן אויסגעצייכנטן ענטפער. איך וויל נאר צולייגן אז אפילו דער אטעאיסט נוצן די מאלפע טעאראם נאר דארט וואו ער האט נישט קיין ברירה, אבער אויב זאל די מאלפע טעאראם זיין אמת, דעמאלט דארף מען נישט האבן די גאנצע עוואלוציע דורך נאטורליכע סעלעקציע, ווייל אויף יעדע קשיא קענסטו ענטפערן מיליאנען יוניווערסן, און ריטשארד דאוקינס' ביכער וואלטן געקענט באשטיין פון צוויי ווערטער: מאלפע טעאראם. דאס מיינט אז דער אטעאיסט אליין נוצט עס נאר ווען עס שמעקט אים.
פרייטאג נאוועמבער 16, 2012 1:08 am#61975
גויל אילו רקיע... דיו אילו ימי... לא ספק פרישותא.
איך וויל צולייגן דאס וואס געראלד שראודער רעכנט אויס, אז אפילו אויב אלע אטאמען אין דער גאנצער יוניווערס וואלטן געווען קאמפיוטער טשיפס וואס פראדוצירן טריליאנען בוכשטאבן יעדע סעקונדע דורכאויס די גאנצע דרייצן ביליאן יארן פון די עקזיסטענץ פון די יוניווערס, וואלט עס נישט געקענט פראדוצירן אפילו איין פאעם פון שעיקספעיר פון 844 בוכשטאבן. פאקטיש איז דאס אלעס בלויז א משהו קעגן די צייט וואס וואלט זיך פארלאנגט צו ערמעגליכן דאס צו פראדוצירן. און טראכט אריין, דאס זענען די רעזולטאטן ווען מען רעכנט איין פאעזיע. מיר רעדן נישט פון א פאעם אדער אפילו א בוך, אדער אפילו אלע אפגעשריבענע אינפארמאציע אין די וועלט. דא רעדט מען פון א וועלט מיט ביליאנען מענטשן, וואס יעדער מענטש האט צענדליגער טריליאנען צעלן, און יעדע איינציגסטע די ען עי צעל האט דריי ביליאן בוכשטאבן געשריבן אויף א פערפעקטער סדר! און דאס איז אויסער די אלע לעבעדיגע צעלן פון געוואוקסן און באשעפענישן. אודאי וועלן באלד קומען די תירוצים פון עוואלוציע וכו' אבער למעשה איז דאס אלעס א רעזולטאט פון א בלויזע עקסידענט לויט די אטעאיסטן.

דאס פרעגט נישט אפ טעארעטיש די מאלפע טעאראם אויב מען נעמט אין באטראכט די מולטיפל יוניווערס טעאריע, אבער דאס גיבט א ריכטיגער בליק איבער וואס די שאלה האנדלט זיך.
[אגב, איך מיין מען זאל טוישן די נאמען פון די אשכול צו עפעס אזויווי "דעבאטע איבער די ארגומענט פון דעזיין".
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 2:57 am#68163
יאיר האט געשריבן:נאך א טענה וואס איך האב דערקעגן איז, אז מען דארף נוצן שכל. וואס איז מער מסתבר, אז א דעזיינער האט דאס פראדוצירט, אדער אז פון גזיליאן יארן צוריק האט געהאלטן אין איין געשען ביג בענגס ביז איינס איז "פונקט" געלונגען? אדער לאמיר פרעגן אויף אן אנדער אופן, אויב מיר וואלטן געוואוסט אז פאר'ן ביג בענג האבן געלעבט מענטשן וואס זענען געווען בכח צו מאכן אזא יוניווערס ווי וואס מיר זעען, וואלטן מיר גלייך געזאגט אז זיי האבן דאס געמאכט, אדער מיר וואלטן נאכאלס געהאלטן אז עס איז נישט מוכרח און עס איז פונקט אזוי מעגליך אז עס איז פון זיך אליין באשאפן געווארן. (אמת אז דאס איז נישט אזא שטארקע טענה ווען עס קומט צו מוכיח זיין אז עס איז דא א גאט, אבער דאס ווייזט אז דער אטעאיסט נוצט אויך די אינפינייט טעאראם ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, און נישט ווייל עס איז א פשוט'ע זאך).

מען האט לעצטנס אויסגעפרעגט מערערע סייענטיסטן און בארימטע שרייבער און פילאזאפן די פאלגענדע שאלה "צו האלט איר אז די יוניווערס האט א ציל אדער נישט?". עס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו ליינען פון א גרויסער סייענטיסט, א נאבעל פרייז געווינער, ענליכע ווערטער צו וואס איך האב געשריבן:
In my opinion, life and mind are such extraordinary manifestations of matter that they remain meaningful, however many universes unable to give rise to them exist or are possible. Diluting our universe with trillions of others in no way diminishes the significance of its unique properties, which I see as revealing clues to the "Ultimate Reality" that lies behind them.

עס איז מערקווירדיג אז ער איז דוקא אן אטעאיסט און ער האט געענטפערט אז ניין, די יוניווערס האט נישט קיין ציל.
אגב, די מערסטע איז מיר געפאלן אלי וויזעל'ס ענטפער: איך האף אזוי.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 10:33 am#72063
יאיר איך בין אן עם הארץ לגבי דיין וואוסענשאפט אבער כגעוואלט פרעגן וואו אזוי איז מאלפע טעארעם א הוכחה אז מיליון גאלאקסיז אין ביליון יארן קען יא אמאל צוטרעפןן מרעדט דא פון נייע זאכן א שטייגער וואו א 27צוגסטער אות וואס דאס קען ער נישט ווייל ער זוכט דאס נישט אפילו די זעלבע איז מיט לאטארי נומבערס 2) מיט וואס שיטה האט אנגעהויבן די פונקלעכקייט פון די וועלט לגבי לעבן אין עקסיזטענס פרעג איך על פי משל אין בארא פארק קומן ארויס באראפארקערס אין 5 טאונס 5 טאונערס וועט עמיצער אנווייזן קוק אין בפ איז פונקו דא אלע מכשירים אויפציוואקסן א בפער?
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 9:43 pm#72216

1) די מאלפע טעאראם פארענטפערט נאר די טענה פון fine tuning למשל, פארוואס מען טרעפט אין אונזער יוניווערס אלע אייגנשאפטן אז לעבן זאל קענען צושטאנד קומען. דאס פארענטפערט נישט פארוואס למעשה איז לעבן צושטאנד געקומען, אויף וואס סייענטיסטן האבן נאך דערווייל נישט קיין קלארער ענטפער.
2) איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין שאלה. אויב דו פרעגסט, מיט וואס איז לעבן אין יוניווערס מער באדייטנד ווי דאס אז אין בארא פארק ווערן געבוירן בארא פארקערס, איז דער ענטפער אז כדי לעבן זאל צושטאנד קומען פעלט אויס געוויסע באשטאטנדטיילן וואס נאר אונזער פלאנעט פארמאגט, און וואלטן בפשטות נאר געקענט געמאכט ווערן מיט גאר קאמפליצירטע חשבונות וואס פארלאנגען א דעזיינער. לדוגמא, שטעל זיך פאר אז גאנץ ברוקלין איז א פלאץ וואו חיות טורפות דרייען זיך ארום, און דעריבער פארצוקן זיי אלע מענטשן וואס ווערן דארט געבוירן, אבער נאר בארא פארק (בעסער געזאגט, וויליאמסבורג) איז ארומגענומען מיט א צוים וואס לאזט נישט אריין די מזיקים, וואלסטו דאך אודאי געזאגט אז איינער האט געבויט דעם צוים כדי מען זאל בלייבן לעבן דארט, און נישט אז מען האט משום איזה סיבה מחליט געווען צו אנלייגן העלצער און אייזנס ארום און ארום בארא פארק, פונקט ווי מען דאמפט אייזנס אויף אנדערע ערטער.
דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 4:57 pm#172030
די וואס גלייבן אין עוואלוציע האבן נישט וואס צו ענטפערן ווען מ'בעט זיי פאר פשוט'ע ראיות

דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:09 am#239854
שיטה מקובצת האט געשריבן:די וואס גלייבן אין עוואלוציע האבן נישט וואס צו ענטפערן ווען מ'בעט זיי פאר פשוט'ע ראיות

The Video does not exist...
איז עס נאר מיין פראבלעם?
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:11 pm#239974
האט איינער געזען די דעבאטע פון 'ביל ניי' און 'קען האם'?? ווייל איך האב עס געזען און כ'בין געווען זייער אנטוישט פון קען האם, ביל רעדט זייער צום-זאך.
אגב, טאמיר איך גלייב אין גאט\דעזיינער, פארוואס איז עס בעסער, וויאזוי פארענטפערט עס די קשיא? פארוואס איז כביכול נישט געבינדען צו א דעזיינער, כביכול איז דאך סאך סאך מער וואו דער גאנצע מעכטיגע יונערווערס. ניין?? איך טראכט און טראכט אבער ס'גייט מיך נישט. יאיר אפשר העלפטו ארויס. (די חזו''א שרייבט וועגן דעם אבער זיין תירוץ הייבט נישט אן צו שטימען)
איז בכלל דא א מהלך צו פארשטיין דארט, וועסט דאך ממילא בלייבען שטיין און זאגען פון דארט און ווייטער ווייסט מען נישט? ניין??
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 7:21 pm#239998
לינק ביטע.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 8:35 pm#240016
לא להנאת גופי האט געשריבן:אגב, טאמיר איך גלייב אין גאט\דעזיינער, פארוואס איז עס בעסער, וויאזוי פארענטפערט עס די קשיא? פארוואס איז כביכול נישט געבינדען צו א דעזיינער, כביכול איז דאך סאך סאך מער וואו דער גאנצע מעכטיגע יונערווערס. ניין?? איך טראכט און טראכט אבער ס'גייט מיך נישט. יאיר אפשר העלפטו ארויס. (די חזו''א שרייבט וועגן דעם אבער זיין תירוץ הייבט נישט אן צו שטימען)
איז בכלל דא א מהלך צו פארשטיין דארט, וועסט דאך ממילא בלייבען שטיין און זאגען פון דארט און ווייטער ווייסט מען נישט? ניין??

מדברי החכם טאמאס נעגעל
The negative
part of the argument asserts that the hypothesis of design by God
is useless as an alternative to the hypothesis of chance, because
it just pushes the problem back one step. In other words: who made
God? "A designer God cannot be used to explain organized complexity
because any God capable of designing anything would have to be
complex enough to demand the same kind of explanation in his own
right."

Let me first say something about this negative argument. It depends,
I believe, on a misunderstanding of the conclusion of the argument
from design, in its traditional sense as an argument for the
existence of God. If the argument is supposed to show that a
supremely adept and intelligent natural being, with a super-body
and a super-brain, is responsible for the design and the creation
of life on earth, then of course this "explanation" is no advance
on the phenomenon to be explained: if the existence of plants,
animals, and people requires explanation, then the existence of
such a super-being would require explanation for exactly the same
reason. But if we consider what that reason is, we will see that it
does not apply to the God hypothesis.

The reason that we are led to the hypothesis of a designer by
considering both the watch and the eye is that these are complex
physical structures that carry out a complex function, and we
cannot see how they could have come into existence out of
unorganized matter purely on the basis of the purposeless laws of
physics. For the elements of which they are composed to have come
together in just this finely tuned way purely as a result of
physical and chemical laws would have been such an improbable fluke
that we can regard it in effect as impossible: the hypothesis of
chance can be ruled out. But God, whatever he may be, is not a
complex physical inhabitant of the natural world. The explanation
of his existence as a chance concatenation of atoms is not a
possibility for which we must find an alternative, because that is
not what anybody means by God. If the God hypothesis makes sense at
all, it offers a different kind of explanation from those of
physical science: purpose or intention of a mind without a body,
capable nevertheless of creating and forming the entire physical
world. The point of the hypothesis is to claim that not all
explanation is physical, and that there is a mental, purposive, or
intentional explanation more fundamental than the basic laws of
physics, because it explains even them.

דוכט זיך אז דער חזו''א האט אן אנדערע מהלך, ולא עיינתי כעת,
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:04 pm#240037
דער חזון איש'ס תירוץ איז גאר ענליך צו דעם, נעמליך אז איינמאל מיר גייען ארויס פון אונזערע פיזישע גרעניצן און מיר רעדן פון ריינע רוחנויות'דיגע מושגים, ווי מאטעמאטישע חשבונות, איז נישט שייך צו דן זיין איבער קשיות ווי "ווער האט עס באשאפן?"
דער ארגומענט וואס אטעאיסטן האבן אזוי ליב ווייזט ווי ווייניג זיי פארשטייען וואס דער פילאזאף מיינט ווען ער באנוצט זיך מיט דעם ווארט גאט.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:28 pm#240056
ס'דא אטעאיסטן (נישט אגנאסטיקס) וואס פארשטייען גראדע יא וואס די פילאזאפן מיינען מיט די רוחניות'דיגע מושגים, זיי טענה'ען אבער אז ווילאנג מ'קען דאס נישט אויפווייזן עמפיריש, האט דאס לגמרי נישט קיין משמעות זיך צו בכלל דארפן מתמודד זיין דערמיט אויף קיין שום לעוועל.
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:29 pm#240057
קודם כל ש'כח. און מה נפלאו דברי החזו''א שאפ' גדולי החכמים כותבי כמותו..
איך כאפ עס נישט. ס'איז א שיינער חוליק אן קיין מחלק. וואס א נפ''מ יא פיזיק נישט פיזיק, סוף כל סוף זאגסטו אז ס'איז פארהאן א 'מציאת' וואס האט נישט קיין התחלה, און דער מציאת איז ריזיג מעכטיג? א''כ מאי שנא פיזיקס וואס מוז קומען פון ערגעטץ, וואס איז א די.ענ.עי. אנדערשט ווי א מאטאמאטיקס?? און פארקערט אויכעט, דער חכם וואס פארשטייט אז יעדער זאך 'מוז' דאך האבען א ממציא, וויאזוי איז ער רועג מוטן פאקט אז כביכול האט נישט קיין ממציא. איי דאונט געט איט.
אגב, איך האב אמאל געוויזען דער שטיקל חזו''א צו א ריזן בקי און קבלה, ער איז געבליבען נבהל ונשתומם, ער האט גלייך געזאגט אז ידי זרים שלטו, ס'קען נישט זיין אז חזו''א הט עס עשריבען. ווייל יעדער וואס קען זיך אביסל אויס ווייסט אז 'מאטאמאטיקס' איז באשאפען געווארען דורך כביכול. ס'איז אפיקורסות ממש זיך צו דינגען. כאטש אינזער מויעך קען נישט פארשטיין וויאזוי 4+4 זאל נישט זיין 8..
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:37 pm#240059
לא להנאת גופי האט געשריבן:קודם כל ש'כח. און מה נפלאו דברי החזו''א שאפ' גדולי החכמים כותבי כמותו..
איך כאפ עס נישט. ס'איז א שיינער חוליק אן קיין מחלק. וואס א נפ''מ יא פיזיק נישט פיזיק, סוף כל סוף זאגסטו אז ס'איז פארהאן א 'מציאת' וואס האט נישט קיין התחלה, און דער מציאת איז ריזיג מעכטיג? א''כ מאי שנא פיזיקס וואס מוז קומען פון ערגעטץ, וואס איז א די.ענ.עי. אנדערשט ווי א מאטאמאטיקס?? און פארקערט אויכעט, דער חכם וואס פארשטייט אז יעדער זאך 'מוז' דאך האבען א ממציא, וויאזוי איז ער רועג מוטן פאקט אז כביכול האט נישט קיין ממציא. איי דאונט געט איט.
אגב, איך האב אמאל געוויזען דער שטיקל חזו''א צו א ריזן בקי און קבלה, ער איז געבליבען נבהל ונשתומם, ער האט גלייך געזאגט אז ידי זרים שלטו, ס'קען נישט זיין אז חזו''א הט עס עשריבען. ווייל יעדער וואס קען זיך אביסל אויס ווייסט אז 'מאטאמאטיקס' איז באשאפען געווארען דורך כביכול. ס'איז אפיקורסות ממש זיך צו דינגען. כאטש אינזער מויעך קען נישט פארשטיין וויאזוי 4+4 זאל נישט זיין 8..

דאס איז פשוט אז פיזישע ארטיקלען וואס איך זע פאר די אויגן בעט על פי חוקי לאגיק א ממציא. משא"כ א מושג וואס איך ווייס בכלל נישט ביי וואספארא גדרים, אדער בעסער געזאגט, אי-גדרים זי לויפט, מהיכי תיתי אז לאגיק איז מחייב א ממציא.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 7:26 pm#240262
דו זאגסט אין אנדערע ווערטער, אזאך וואס די קענסט נישט וויסען ביי וועלעכע גדרים זי לויפט, פשוט מכח בלתי התפסה, 'פארלאנגסטו' נישט קיין הסבר. משא''כ אזאך וואס אויף עפעס א פארנעם קענסטו עס מגדיר זיין ממילא איז עס נתפס און דארט קענסטו שוין מער פארלאנגען א הסבר, ווייל מגו דו ביסט תופס עפעס, ווילסטו שוין תופס זיין די גאנצע.. משא''כ ווען ביסט גארנישט תופס, קענסטו נישט נעמען די חוצפה צו פארלאנגען א הסבר..
אזוי האב איך פארשטאנען דיינע ווערטער. טאמיר נישט ילמדנו ילמדנו. [זיי עס מסביר אויף א אופן וואס כ'על מער נישט דארפן טראכטן דערוועגען].
אויב זאגסטו עפעס מעין זה, האב איך בכלל נישט געכאפט די אזוי גערופענע 'פשוטע לאגיק'. יישר כח.
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:17 pm#240283
איך האב נישט געזאגט אז איך דארף יא/נישט קיין הסבר, כ'האב געזאגט אז ווילאנג איך ווייס נישט וועלכע מין הגדרה/אי הגדרה מ'רעדט פון, איז גארנישט אויסגעשלאסן. פונקט אזוי ווי מיין קאר ווייס איך זיכער וואספארא קאליר דאס איז ווייל כ'האב עס געזען, אבער דיין קאר ווייס איך נישט ווייל כ'האב דאס נישט געזען, ס'קען אפשר זיין אז ס'איז די זעלבע קאליר אבער ס'איז נישט מוכרח.
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:35 pm#241991
די תיאריע פון עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי מענטשן זאלן נישט האבן קיין געוויסן, ווייל אויב בין איך באשאפן געווארן פון זיך אליין און איך בין נאר א פארגעשריטענע מאנקי דעמאלטס מעג איך טוהן וואס מיר שמעקט אזוי ווי א מאנקי,
עס קען זיין אז מען קען טרעפן א וועג וויאזוי עוואלוציע זאל זיך נישט סותר זיין מיט תורתינו הק',
נאר אין די מינוט וואס אונז מוטשענען זיך שוין צו צושטעלן אוואלוציע צו די תורה קענען אונז שיון פלעין מסכים זיין אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה איז פונקטליך די אמת פארוואס זאל מען זיך מוטשענען צו צושטעלן די צוויי זאכן ווען עוואלוציע איז נאך אלעס "נאר" א טיאוריע און האט נשיט קיין שום הוכחה צו זיך חוץ פון די אייגענע רצון
און די תורה האט א חשבון פון לכה"פ 3 מיליון עדות צו מעמד קבלת התורה
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:44 pm#241997
דיין השערה/הייפאטעסיס וואס גיט אן די סבה אז עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי נישט צו האבן קיין געוויסן, לעבן א מאנקי-לעבן, איז היסטאריש פאלש.
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:35 pm#242026
סתירה
מאטי האט געשריבן:ווילאנג מ'קען דאס נישט אויפווייזן עמפיריש, האט דאס לגמרי נישט קיין משמעות זיך צו בכלל דארפן מתמודד זיין דערמיט אויף קיין שום לעוועל.

מאטי האט געשריבן:דיין השערה/הייפאטעסיס וואס גיט אן די סבה אז עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי נישט צו האבן קיין געוויסן, לעבן א מאנקי-לעבן, איז היסטאריש פאלש.
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:52 pm#242030
diff האט געשריבן:סתירה
מאטי האט געשריבן:ווילאנג מ'קען דאס נישט אויפווייזן עמפיריש, האט דאס לגמרי נישט קיין משמעות זיך צו בכלל דארפן מתמודד זיין דערמיט אויף קיין שום לעוועל.

מאטי האט געשריבן:דיין השערה/הייפאטעסיס וואס גיט אן די סבה אז עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי נישט צו האבן קיין געוויסן, לעבן א מאנקי-לעבן, איז היסטאריש פאלש.

האסט מיר ארויסגענומען פון קאנטאקסט! טו דאס נישט נאכאמאהל... איך שרייבט דארט אז "ס'איז דא אטעאיסטן וואס זאגן אזוי." משא"כ דא שרייב איך ווי אזוי/פארוואס עוואלוציע איז בכלל צושטאנד געקומען, און נישט פון וואס געוויסע האבן זיך ארויפגעכאפט לאחר המעשה.
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 4:28 pm#242040
געוואלדיג האט געשריבן:די תיאריע פון עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי מענטשן זאלן נישט האבן קיין געוויסן, ווייל אויב בין איך באשאפן געווארן פון זיך אליין און איך בין נאר א פארגעשריטענע מאנקי דעמאלטס מעג איך טוהן וואס מיר שמעקט אזוי ווי א מאנקי,
עס קען זיין אז מען קען טרעפן א וועג וויאזוי עוואלוציע זאל זיך נישט סותר זיין מיט תורתינו הק',
נאר אין די מינוט וואס אונז מוטשענען זיך שוין צו צושטעלן אוואלוציע צו די תורה קענען אונז שיון פלעין מסכים זיין אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה איז פונקטליך די אמת פארוואס זאל מען זיך מוטשענען צו צושטעלן די צוויי זאכן ווען עוואלוציע איז נאך אלעס "נאר" א טיאוריע און האט נשיט קיין שום הוכחה צו זיך חוץ פון די אייגענע רצון
און די תורה האט א חשבון פון לכה"פ 3 מיליון עדות צו מעמד קבלת התורה

"קבלת התורה" אדער "לוחות העדות"?

די גאנצע תורה האט מען געגעיבן אויפן בארג?
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 4:39 pm#242043
zurich האט געשריבן:"קבלת התורה" אדער "לוחות העדות"?

די גאנצע תורה האט מען געגעיבן אויפן בארג?

צוריק צו כיתא א
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 4:52 pm#242045
מאטי האט געשריבן:משא"כ דא שרייב איך ווי אזוי/פארוואס עוואלוציע איז בכלל צושטאנד געקומען, און נישט פון וואס געוויסע האבן זיך ארויפגעכאפט לאחר המעשה.

איך זעה נישט ווי דו שרייבסט, כ'מיין דו גלייבסט
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 5:15 pm#242746
zurich האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:די תיאריע פון עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי מענטשן זאלן נישט האבן קיין געוויסן, ווייל אויב בין איך באשאפן געווארן פון זיך אליין און איך בין נאר א פארגעשריטענע מאנקי דעמאלטס מעג איך טוהן וואס מיר שמעקט אזוי ווי א מאנקי,
עס קען זיין אז מען קען טרעפן א וועג וויאזוי עוואלוציע זאל זיך נישט סותר זיין מיט תורתינו הק',
נאר אין די מינוט וואס אונז מוטשענען זיך שוין צו צושטעלן אוואלוציע צו די תורה קענען אונז שיון פלעין מסכים זיין אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה איז פונקטליך די אמת פארוואס זאל מען זיך מוטשענען צו צושטעלן די צוויי זאכן ווען עוואלוציע איז נאך אלעס "נאר" א טיאוריע און האט נשיט קיין שום הוכחה צו זיך חוץ פון די אייגענע רצון
און די תורה האט א חשבון פון לכה"פ 3 מיליון עדות צו מעמד קבלת התורה

"קבלת התורה" אדער "לוחות העדות"?

די גאנצע תורה האט מען געגעיבן אויפן בארג?

די גאנצע תורה האט מען געגעבן אויפן בארג אדער נישט איז א מחלוקת אין גמ' אבער סיי ווי אזוי איז זיכער אז עס איז תורת אמת און אויב ביסטו נישט זיכער אין דעם גלייב איך אז עס זענען דא אנדערע אשכולות דאס צו אדרעסירן די אשכול איז נאר לגבי עוואלוציע
דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 5:22 pm#242749
מאטי האט געשריבן:דיין השערה/הייפאטעסיס וואס גיט אן די סבה אז עוואלוציע איז ערפונדן געווארן כדי נישט צו האבן קיין געוויסן, לעבן א מאנקי-לעבן, איז היסטאריש פאלש.

באווייז דיינע ווערטער!!!
וועסטו דאך אוודאי פאדערו איך זאל באווייזן מיינע ווערטער...
בקיצור ווייל מען האט נישט קיין געדולד דא פאר אריכות
עס איז נאך נישט געפינען געווארן קיין איין הוכחה צו די טיאריע,
נאך מער דארווין האט געזאגט אז די גאנצע טיאריע איז באזירט אויף די שיכטן ערד און ווי טיפער איז מער עלטער און דאס וועט ווערן אפגעפרעגט דאמאלס איז אלעס פאלש...
וכן הווה מען טרעפט טיפער אין די ערד פיל מער פארגעשריטענע (לשיטתם) באשעפענישן ווי אויבן
און אויב איז עוואלוציע אמת פארוואס איז נישטא היינטיגע צייטן קיין איין באשעפעניש וואס האלט נאך אינמיטן זיך אנטוויקלען
תן לחכם ויחכם עוד
זונטאג פעברואר 15, 2015 2:33 pm#253756
אין גליון שערי מדע האט ער געהאט די וואך (משפטים) אן ארטיקל "כקוף בפני אדם".
m http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20150214&gil=316 m
מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 5:04 pm#416255
מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 5:24 pm#416256
און לאמיר זאגן אז מכוח סברא און אפילו עווידענס איז עוואלוציע טאקע פאלטש איז מוז דערפאר זיין קריעישעניזם? אויף קריעישעניזם איז דא נאך ווייניגער ראיות און סברות און גאר א סך ראיות אויף פארקערט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 4:05 pm#417828
!!!evolution in the making

כפירה אלערט.