דאנערשטאג מערץ 22, 2012 4:33 pm#2353
שקר החן והבל היופי?
א טומל!
אין "דזשואיש פרעס" איז פובליצירט געווארן אן ארטיקל פון דער שרייבערין יוטא האלבערשטאם, איבער דער וויכטיגקייט פון אויסזען ("לוקס") ווען עס קומט צו שידוכים. זי דערציילט ווי זי איז געגאנגען צו א שידוכים-אינציאטיוו צוזאמענקום וואס איז אינדארסירט געווארן דורך פירנדע רבנים, וואו מיידלעך אין שידוכים יאר-גאנג זענען זיך צוזאמענגעקומען פאר דעם צורך פון אנטיילנעמען אין דעם פראגראם.
די שרייבערין דערציילט ווי זי איז שאקירט געווארן פון דעם פאקט אז די מיידלעך האבן זיך נישט זיך אויסגעפיצט כהוגן מיט פנים-פארב און זיך נישט אויסגעארבעט די האר. זי ברענגט ארויס איר אנטריסונג ווי מ'פארהוילט זיך פון דעם פונדאמענטאלן פאקט אז אויסזען איז א שטארקער פאקטאר אין שידוכים, און בני-תורה, פונקט ווי אלע מענער, ווילן שפירן צוגעצויגן ("עטרעקטעד") צו זייער ווייב.
האלבערשטאם דערציילט א געשיכטע איבער האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל. אין קאנצענטראציע לאגער איז געווען א מיידל, וועמען זי רופט חנה, וועלכע האט ארויסגעהאלפן דעם רבי'ן מיט'ן שאפן עסן. צוליב כשרות-סיבות האט דער רבי נאר געוואלט עסן וואס זי האט אים ארויסגעשמוגלט פון קאך. זיי זענען ביידע געראטעוועט געווארן אויף דעם קאסטנער-באן, און חנה האט זיך שטארק געמוטשעט מיט'ן טרעפן א מאן, צוליב דעם וואס זי האט פארלוירן אלע אירע ציין דורכאויס די ביטערע קריגס-יארן. איין טאג האט דער רבי געגעבן פאר זיין רעביצין א בינטל קעש, און איר געזאגט, "ביטע געב דאס פאר חנה, און הייס איר אז זי זאל נוצן דאס געלט פאר פאלשע ציין, און נאכדעם וואס דער ציין-דאקטאר האט פארראכטן איר מויל, ביטע זאג איר אז זי זאל נוצן דאס איבריגע פון דעם געלט פאר פנים-פארב." קורץ דערנאך איז חנה א כלה געווארן.
m http://www.jewishpress.com/sections/fam ... 2/03/19/0/ m
דער ארטיקל רופט ארויס פארשידענע רעאקציעס איבער דעם וועב.