מאנטאג יאנואר 20, 2014 5:44 pm#177751
אויף יואטוב ווי הארפער ווערט פארשריגען דורעך די אראבישע דעפוטאטען,
טריפל אידער פריים מיניסטער פון קאנאדא האט מיטגענומען מיט זיך א דעלעגאציע פון 130 אידישע עסקנים און כלל טוער, צעווישן זיי עטליכע היימישע. דער באקאנסטע פון זיי איז דער באבובער עסקן ר' מנחם מאיר פייג וועלכע איז שוין געפארן פאר שבת און וועט אין יד ושם פרעזענטירן פאר'ן פריים מיניסטער מאלערייען וואס זענען געמאלעוועט געווארן דורך קאנאדעשע מעלערס וואס האבן איבערגעלעבט די קריג.
פון טאראנטא זענען א פאר היימישע עסקנים מיטגעפארן מיט'ן פריים מיניסטערס פליגער. לכתחילה האט דער פליגער געזאלט אפפארן מוצאי שבת זייגער זעקס, אבער נאכדעם וואס די היימישע אידן האבן געבעטן אז צוליב קדושצ השבת וועלן זיי נישט קענען אנקומען צו די עירפארט באצייטנס, האט מען אפגעשטיפט דאס ארויספארן אויף איין שעה שפעטער.
דער גבאי פונעם טאהש'ע רבי ר' משה ראטמאן האט אויך באקומען אן איינלאדענונג, אבער צוליב אידישע פאליטישע חשבונות (לייען: פחד פון סאטמאר) האט ער אפגעזאגט די גרויסע כבוד.
חזקיהו המלךפארוואס ארבעט נישט די יואטוב אימבעד


איש עבריווארט נאר צו זעהן ווי די אינטערנאציאנאלע פרעסע וועט מאכן א ברייטל ווי מען פייניגט א "אומשולדיגע" אראבער
עוד מישהוא חלק האט די אייזערנע קאפל אראפגעשאסן, (ווי אזוי רופט מען כיפת ברזל אין ענגליש?).
איסלאמישע זשיהאד האט גענומען קרעדיט פאר די באמבאדירונג פון די ראקעטעס.
איש עברידעיוויד קאמעראן האט געזאגט היינט א רעדע אין כנסת, ווארשיינליך די ערשטע אויסלענדער וואס טרעהט אויף דאס יאהר אין כנסת אהן קיינע אינצידענטן
איש עבריווארט נאר צו זעהן ווי די אינטערנאציאנאלע פרעסע וועט מאכן א ברייטל ווי מען פייניגט א "אומשולדיגע" אראבער