Under maintenance
הויפט זייט » חג כ"א כסלו על שום מה

חג כ"א כסלו על שום מה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2457
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:15 am#164566
כ"א כסליו
חג "רכבת" שמח לכל חסידי סאטמאר
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:31 am#164569
פון די וויליאמסבורגע אייוועלט סייט
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:05 am#164587
smartinof האט געשריבן:איך האב דאס באקומען און אישי, קען מיר איינער מסביר זיין פשט?

smartinof האט געשריבן:ניין קיין שייכות מיט סאטמער

atmybest האט געשריבן:אהא.
אגב, האסט זיך שוין אויסגעריבן היינט?

ער איז א טאטאלער קראנקער זכר, נעם עס נישט פערזענליך
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:55 am#164590
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פונקט פארקערט, ווען סאטמארע רב וואלט נישט געראטעוועט געווארן דורך די ציונים, וואלט נישט געווען אזויפיל לצים און שלעגערס אינעם יהדות החרדית,


כ'ווייס נישט וויזוי די שעמסט זיך נישט צי אזוי פרעך אטאקירען א איד וואס איז אפילו לויט זיינע קעגנער געווען פין די גרעסטע פינעם פריערדיגען דור, (אפגעזעהן צי זיי האבען יא אדער נישט מסכים געווען מיט אלעס וואס ער האט געטוהן),

די שרייבסט ווי א אומפארשעמטע יונג, חוץ אין דיין געטשקעלע אין וועם די גלייבסט מיט א מיטל אלטער שכל'לאזע אייזל'קייט, האסטו זעהט אויס נישט קיין שום רעספעקט פאר די מענטשהייט, אפילו משה רבינו שלעפסטו ארויס פין קבר ווען ס'זעהט דיר אויס פאר וויכטיג אים אריינצילייגען אין איין טאפ מיט דיין געטשקע,

ס'מיר א בושה צי שטיין מיט דיר אין ווארט, נאר כ'האב נישט געקענט שטיל בלייבען ווען די דערווייגסט דיר צי עפענען דיין פיסקל מיט אזאלכע דברי הבל,

ווי עס זעהט אויס וואלסטו זיך נישט אפגעשטעל פאר גארנישט ווען ס'קומט צי דיין געטשקעלע, כ'בין כמעט זיכער אז ווען דיין געטשקעלע ברענגט ווען אריין א דבר אחר'ל יום כיפור ביינאכט אין שעכט עס אין געבט דיר א שטיקל וואלסטו עס געגעסען אן צי טראכטען צוויי,

אין די וואס די קענסט זיך נישט באפרייען פין דיינע משונה'דיגע קולטיסטישע דמיונות אין חלומות, די וואס די ווייסט נישט די חילוק צווישען דמיון אין פאקט, די גייסט קומען פארקויפען השקפה איבער אלץ אין אלעמען...., קודם ווייז אז די האסט די אייגענשאפט צי ניצען דיין שכל אין צי טראכטען גלייך, אין נאכדעם עט מען זעהן ווייטער,

ממילא ביטע האלט זיך אין די ראמען אין פארשמיר נישט די ווענט דא,

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אדרבה חסידות וואלט שנעלער געבליט און גדולי ישראל וואלט ניט בעדארפט אנטלויפן פון ווילי ווי דער בעל השכחה האט 'נישט געהייסן' שלאגן, 'נאר' געהייסן טון מצוות..

זעהט אויס אז היסטאריע קענסטו אויך נישט, דאס אז "נשתכחה תורה הבע"ש" האט געזאגט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע,
סאטמארע רב איז אויך געגאנגען מיט דעם שיטה, (וואס ביי דע וועי איז אויך די מציאות אויף די גאס) (סאטמארע רב איז געבוירען פין א ברכה פין דעם צאנזער רב)


מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט ווען כלל ישראל וויינט אויפן חורבן וואס זיי האבן אנגעזייעט, לאכן זיי.. עפעס א חאגע מ'רייסט זיך ביי די קעפ ווער ס'האט מער פלייש


משא"כ אין סקווער איז מען בכלל נישט אינטערעסירט אין פלייש, טאקע פארדעם איז סקווער א שטארק ליבעראלע פלאץ ווי יעדער קען שיקען די קינדער אין וועלכע מוסדות ער וויל, יעדע גאס אין סקווער האט צענדליגער בתי מדרשים, ווייל סקווער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין א עולם, זאל זיך יעדער דאווענען ווי ער וויל, סקווער איז א סימבאל פין ליבעראלע אידישקייט אין מענטשען רעכטען.....

לאמיר דיר עפעס זאגען, זיכער סאטמאר איז ווייט פין פערפעקט, אבער געלויבט דער באשעפער אז נישט סקווער האט געפירט די היימישע גאס, אפגעהיטען זאל מען ווערען וויזוי דאס אידישקייט וואלט היינט אויסגעזעהן, ס'וואלט געווען א אינטערנאציאנאלע "קריים עגעינט הומעניטי", די קאמאניסטישע איינפעלער וויזוי סקווער פירט זייער חסידות איז פאר סאטמאר אפילו אין חלום נישט איינגעפאלען....
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:54 pm#164617
ר' מאטעלע פון וויזניץ מאכט זיין סעודת הודאה יעדעס יאר לד בעומר ער פארציט זיין לג בעומר טיש ביז'ן נאכ'ן זמן מעריב כדי די סעודה זאל זיך ארייןציען אום לד בעומר איך הער מ'זינגט דארט ספעציעלע נגונים לכבוד זיין יום הצלה

פאר סאם ריזען איז סאטמאר און סקולען די איינציגסטע וואס מאכן אזא פראפעגאנדע דערפון
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:23 pm#164622
קראון הייטס m http://www.jdn.co.il/news/283498 m
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 1:33 pm#164626
קליפ פין א האלבע מיניט אין קראון הייטס m http://youtu.be/mjxqfDJ4-VM m
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:07 pm#164666
כי במקלי עברתי את הירדן הזה, ועתה הייתי לשני מחנות

כ''א כסלו....jpg
כ''א כסלו....jpg (44.62 KiB) געזען געווארן 1163 מאל
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:39 pm#164682
ס'פאראן נאך איטליכע מחנות ניש אלע זענען אריבער בירושה צו די צוויי ברידער

עדרים עדרים
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:51 pm#164690
לול פאר עטליכע מחנות...
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:57 pm#164694
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'פאראן נאך איטליכע מחנות ניש אלע זענען אריבער בירושה צו די צוויי ברידער

עדרים עדרים


ווי למשל אזעלכע ווי די נא אויף אזעלכע ווי די האט ער געבעטן הצילנו נא מיד אחי מיד עשיו
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:59 pm#164696
יעדע מחנה איז ממשיך די זעלבע מאטיוון
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:04 pm#164698
מנשה לוסטיג האט געשריבן:יעדע מחנה איז ממשיך די זעלבע מאטיוון


אויף מהר"א טארסטו נישט רעדן ווייל דיין שמייליגער וואס האט נאכנישט געטשעפעט קיין פליג אין זיין לעבן (פליגן נישט מענטשן יא ) איז זייער גוט מיט אים זיי זענען זיך כסדר מחזק
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:06 pm#164993
מיינע געפילן פון כ"א כסלו
כ"א כסלו עס הענגט צעטלן אין אלע גאסן גרויסע פלאקאטן מיט קידוש לבנה אותיות יום הצלה והשחרו של רבנו. דער מאכט א ריזיגע סעודה דא דער מאכט דארט.
וואס האט דאס מיט מיר?
קענען זיי נישט שיקן איינלאדענונגס בריווען אין די פאסט, אדער אין זייער צייטונג?
איך פארשטיי אז יעדער יאד וואס איז געראטעוועט געווארן ביי די מלחמה אי ז א שמחה, אין א ודאי א אדם חשוב, אדער מענטש וואס האט תורם געוועהן צום אידישען קולטור. אין אודאי איז א שמחה ווען עס איז געראטעוועט געווארן א גדול בישראל. אבער וואס האט עס מיט מיר, אז זיי פראקלאמירן אין אלע גאסן אז היינט איז נישט א פשוטער טאג, נאר יום הצלה והשחרור... אין ממילא כאילו עס האט מיט יעדער איד.
אזוי? מוז איך שוין טראכטן וואס האט דאס מיט מיר?
זיי זאגן אז ווען נישט דער סאטמערער רבי ז"ל וואלטן אלע אידען נישט געוועהן ערליך!!
אזוי? וואס איז מיט אלע אנדערע גדולים וואס זענען בחסדי השם געראטעוועט געווארן, ווי ביי די חסידים- אמרי אמת. ר' אהרן ראטה, אמרי חיים ובניו, בעלז (ובילגעריי), באבוב ובנו, סקווירא, פאפא, נייטרא, ועוד שלא הזכרתי. אין ביי די ליטווישע/ישיבישע- ר' אהרן קאטלער. בריסק, רב בירנבום מיר, פינקעך, אבראמסקי, לעווינשטיין, דסלק, הוטנער, מינדעלאוויטש, קאמענעצקי, פיינשטיין, שוואב, ועוד שלא הזכרתי. זיי וועלטן נישט געקעירט וועגן די ערליכקייט פון זייער נאך פאלגער?
וואס האט כ"א כסלו מיט מיר?
די סאטמערער רב האט אויפגעשטעלט פון די גרעסטע קהילות (איך בין נישט זיכער וועגן די גרויסקייט, בנוגע ר' אהרן קאטלער וממשיכיו, אין די ריי"צ וחתנו ממשיכו בחב"ד, ווער פון די דריי איז גרעסער) דא אין אמעריקא לשם ולתפארת אזוי אויך בקצוי תבל.
אבער פארוואס פילט א סאטמערער חסיד אז כ"א כסלו מיינט נישט נאר זיי, עס איז א טאג פאר אלע אידער, פארוואס? פארוואס?
מיט די מחשבות גיי איך שוין ארום א פאהר יאהר ביי די צייט פון כ"א כסלו.

אח"כ נחה דעתי בזה: אז די אלע גדולים וואס האבן געטראכט פון בויען אידישקייט, האבן בעיקר געטראכט פון בויען מוסדות התורה. מיט דעם זענעם לאע גדולי ישראל ומנהגיו גלייך. אלע האבן געברענט צו ראטעווען די דור. יעדער האט אויף געטוהן גדולות ומצורות כפי ערכו.
אבער מיט דעם איז סאטמערע רב געוועהן אנדערש, אז ער האט אויך געטראכט פון די אינפארסרוקטור!
למשל ביי רוב גדולים האט מען געשטיפט די כולל געדאנק אז אינגערלייט זאלן זיצן אין כולל, אבער ער האט גישטיפט די עולם צו גיין ארבעטן ער האט נישט געהאלטן פון כולל, נאר פאר בני עליה..
די סאטמערע עולם האט תורם געוועהן צו די ביזנעס זייער אסאך. זיי זענען געוועהן אגרעסיוו. אין דורך דעם האבן אנדערע זיך אפגעלערנט פון דעם. ועוד די סאטמערע עולם איז געוועהן די ערשטע צו גיין אין מאנהעטען מיט די היימישע לבוש. ביז דעמאלס האט מען זיך געשעמט צו גיין אזוי.
די אידישע סארט ביזנעס קומט בעיקר פון זיי. ווען נישט סאטמאר וואלטן מיר נישט געהאט היינט אזא רחבות פון קוקוש קעיק וכדומה. עס איז אן אריכות אבער דאס האט שוין יא שייכות מיט מיר!

כדי דאס צו פארשטייט וועל איך פארציילן א מעשה:
מען פארציילט אז רבי פייוויל מענדלאוויטש ז"ל האט געוואלט מאכן א קעמפ. האט ער געדינגען צוויי גרויסע BARNS אין ער האט עס צוטיילט אין צוויי שטאק, אזוי אז דא האט ער געלייגט די בחורים צו שלאפן דא האט מען געקאכט דא איז די ביהמ"ד דא איז די לאנטש רום וכו'. אז עס איז נישט געוועהן קיין פלאץ פאר אים מיט זיין איידעם די ראש הישיבה צו שלאפן זענען במסירו נפש געשלאפן א גאנצע זומער אינדערויסן אויף די פארטש!! אזוי אויך פלעגט רבי פייוויל גיי יעדער נאכט 3:30 פארטאגס מעלקן די קיא, אז די בחורים זאלן צופרי האבן פרישע חלב ישראל.
יתכן אז ווען נישט סאטמערע רב וועלטן אונזער אשי ישיבות אין רבנים נאך אלץ געשלאפן אויף די פארטש, אין אונז וואלטן נאך אלץ געדארפט גיין אליינס מעלקן די קיא.
אבער בחסדי השם איז ער ניצול געווארן אין סאטמאר בליעט, מיט דעם האבן מיר הערליכע קעמפס אלע פיינע מאכלים מיט א 'היימישע הכשר', מיר האבן אלע מיני רעסטאראנטען, מיליכיגס אין פליישיג, פיצע, טשייניס סושי, ועוד ידם נטויה, מיר האבן אלעס וואס מיר דארפן ועוד יותר. מיר זענען (פאטעציאלע) שיינע בעלי פרנסה. אין IT GOA ON AND ON.
יא יעצט האב איך שוין יא וואס צו זיין פריילעך!

חסדי השם כי לא תמנו!!!!
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:15 pm#164996
דאס וואס דער רודף הדת יאיר לפיד שר''י וויל היצ טערארזירען אין אר''י צוליב די קליינער אנוועזנהייט פון חרדים אינעם ארבעט'ס קראפט
צילענדיג דערמיט צו מאכען התבוללות צווישען חילונים און חרדים

האט ל'שיטת ראש הישיבה סאטמאר רב פרעווענטעט שוין מיט זעכציג יאר צוריק שיקענדיג זיינע אידען ארבעטן מיט פארצייטישען לבוש בתוך ה'מאנהעטן ה'אמריקאי

ביי סאטמאר רב איז'ס די בחינה פון כל אחד ואחד נדמה לו כבני אומ(נ)תו
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:30 pm#165003
סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 6:49 pm#165012
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם

ס'וואלט נישט געווען פאר וועם לוסטיג זאל זיך צוקראצן.
דרך אגב נאר א הלצה.
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 7:16 pm#165017
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סך הכול, וואס האט סאטמאר צוגעגעבן פארן יהדות החרדית, וואס וואלט נישט געווען אן עהם

דער דור וואלט נישט געהאט די זכי' זיך צו האבן א צדיק אמת בתוכינו און נהנה זיין מהוד קדשתו,
וואו אויך בזכות הצדיקים האט די וועלט א קיום, כמבואר בחז"ל ומדרש
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 8:44 pm#165043
אה דאס יא.. דאס ערשטע מאל איינער רעדט קלאר און נישט שטעכעדיג אינעם נושא
א רב א צדיק איז ער געווען, נאר נישט דער רבן של כל בני הגולה, ער האט אסאך געטון און אויפגעטון, אבער נישט געהאט די ווארט אויפן כלל, קוים אויף זיין קהילה גדולה און האט ריכטיג סימבאליזירט זיין שיטה, אז מ'דארף נישט נאכלויפן א רב ווי א גאט און עהם אלעס גלייבן. למעשה האט מען עהם יא פארגעטערט ברבות הימים אבער בימים ההם איז ער געווען א גוטע יוד א קלוגע פרייליכע יוד א שטארקע בעל חסד די קנאות לייג אין א זייט ס'האט גארנישט צוגעגעבן
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:37 pm#165387
חג כ"א כסלו על שום מה?
דא האט איר קלאר און דייטליך אין "דער בלאט" על שום מה,
לייענטס און האט הנאה!
-
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:15 pm#165407
אדרבה, טאמער ס'דא נאך אזעלכע נארישקייטן, ברענגט עס אהער, אך קאכעל מיר פאר געלעכטער..
מוצ"ש נאוועמבער 30, 2013 8:39 pm#165568
פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.
זונטאג דעצעמבער 08, 2013 1:32 pm#166950
איך ווייס אז עס איז שוין חודש טבת און כ"א כסלו איז שוין אלטע נייעס, דאך וויל איך אריינלייגן אן ארטיקל פון "דער איד" וואס קען העלפן ווארפן א שטיקל ליכט אויף די מורא'דיגע קשיא (די נעקסט-שווערסטע נאכן בית יוסף'ס) הלמאי דער סאטמאר רב האט געפראוועט די מסיבת כ"א כסלו.

..
זונטאג דעצעמבער 08, 2013 1:59 pm#166954
פרישער האט געשריבן:פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.


ענליך האט זעך געמאכט ביי מיר, כ'בין געפארען אויף מסחר און זיך דערמאנט מיט ווייטאג אז ס'איז היינט בו ביום, און ווי דוד המלך אין מרחץ האב איך זיך געשפירט ערום פון סיי וועלכע פייערונג פונעם יום הצלה והשיחרור, ארומגענימען מיט א ציבור שלא ידע את יוסף און וויסן נישט פון אי לאו האי יומא. אבער כ'זיך דערמאנט אז איך געפין זיך אויף א באן, די על טרעין, און וואס איז שייך בעסערס פון פארן אויף א טרעין ביומא ד'כ"א כיסליו. ליתר שאת האב איך אריינגעווארפן א דאלער פארן פידל ארטיסט אינעם שטאנציאן ער זאל ברומען א תנועה און כ'האב צוגעפאסט די ווערטער בך בטחו, און ס'האט דערפרייט מיין הארץ מער פון א נאדווארנא פידל קוויטשע ביי די חנוכה ליכט.

פארט אויף די וועגן א טרעין / קיינער ווייסט נישט פארט מען אדער ניין וכו'
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:21 pm#167394
הער אויף צו פראוואקירן מענטשן פון אנדערע חסידות'ן!
גבאי שני
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 7:23 pm#167396
דער מנשה קען נישט שלאפן!! קוק וואס איין כ"א כסליו מאכט אן..
מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 12:31 am#167435
you'r coming to the wrong place. Der yid, the blatt etc is theirs and KS is also theirs
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:46 am#239840
בך בטחו אבותינו..................................................................
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:24 pm#239941
לויט מיין אינפארמאציע איז כ'א כסלו נישט א יום הצלה אז דער פערזענליכקייט איז געראטעוועט געווארען ממוות לחיים, נאר אז יודישקייט איז געראטעוועט געווארען און מען פייערט דעם היינטיגן דור'ס הצלה דורך דעם וואס סאטמאר רב האט געראטעוועט יודי'קייט נאכן קרוג, דאס איז בערך וואס די סאטמערע האלטן
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:14 pm#240040
יואליש האט געשריבן:
פרישער האט געשריבן:פארציילט מיר א חבר, אז ער האט היי יאר שיעור פארגעסן פון די געהויבענע טאג כ"א כסלו, אבער ער האט געבליקט אויפן זייגער און געזעין אז עס איז שוין כמעט בין השמשות, האט ער געגעיבן א לייג ארויף דעים האנט אויפן של ראש, אזוי ווי א היט, מחמת חשש אז אויב וועט ער גיין זיכן א היט וועט ער שפעיטיגן, און געגעיבן בחיפזון א זאג, חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, און האט זיך באריאיגט.


ענליך האט זעך געמאכט ביי מיר, כ'בין געפארען אויף מסחר און זיך דערמאנט מיט ווייטאג אז ס'איז היינט בו ביום, און ווי דוד המלך אין מרחץ האב איך זיך געשפירט ערום פון סיי וועלכע פייערונג פונעם יום הצלה והשיחרור, ארומגענימען מיט א ציבור שלא ידע את יוסף און וויסן נישט פון אי לאו האי יומא. אבער כ'זיך דערמאנט אז איך געפין זיך אויף א באן, די על טרעין, און וואס איז שייך בעסערס פון פארן אויף א טרעין ביומא ד'כ"א כיסליו. ליתר שאת האב איך אריינגעווארפן א דאלער פארן פידל ארטיסט אינעם שטאנציאן ער זאל ברומען א תנועה און כ'האב צוגעפאסט די ווערטער בך בטחו, און ס'האט דערפרייט מיין הארץ מער פון א נאדווארנא פידל קוויטשע ביי די חנוכה ליכט.

פארט אויף די וועגן א טרעין / קיינער ווייסט נישט פארט מען אדער ניין וכו'

יואליש: (אויב דו ביסט נאך דא אין קאווע שטיבל.) דו האסט אלע מעלות. דו ביסט נאך א פאעט, א גראמער און א בדחן. אפשר א שדכן אויך...?...!... :lol:
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:09 am#240091
אביא לקורא הנכבד קטע מספר הנ"ל הנוגע לענינא דיומא,

[עמוד כא] :

איך האב שוין געליינט דעם אשכול אפאר מאל. הערשט יעצט באמערקט דעם עמקות
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 3:17 pm#309120
לכבוד יום הגדול והנורא
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 8:24 pm#309163
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
געהערט פון דער וואודרידזש'ע רב שליט''א - סאטמאר האט דריי חגאות, כ''א כסלו, כ''ו אב און ה' אייר.
וש''י ודפח''ח
מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 9:00 pm#309166
מהאט גזאגט פארן רבין אז סברענגט אריין געלט פאר די מוסדות האט
נולד מאוחר האט געשריבן:ס'איז באוויסט ביי זקני סאטמר אז די רבי האט נישט געוואלט פראווענען כ''א.
איי פארוואס האט ער למעשה יא געפארווט? ווייס איך נישט.
זונטאג נאוועמבער 29, 2015 7:28 pm#310747
.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 4:53 am#310804
הכסף יענה את הכל.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:19 pm#310830
זעהט אויס אז זיי פסק'ענען אז די טרעין איז לעיכובא
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 3:05 pm#311228
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 3:14 pm#311230
עס איז אויך ערשינען אויף אייוועלט.
דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 3:28 pm#311234
וואס איז היי יאר געווען די היילייט פון די דרשות ביי ביידע רבי'ס? וואס האבן זיי מחדש געווען?
מיטוואך מערץ 23, 2016 9:42 pm#326270
איך ווייס נישט צו איינער האט דאס שוין געשריבען, אויב יא, חטאתי עויתי ופשעתי.

איך לערן יעצט פורים (בין מגילה למגילה איז דאך אן ענין, לויט די שנארער בריווען פאר אומאויספעלבארער קוילעלים) און איך קוק אין חיי אדם הלכות פורים. ער שרייבט דארט אז מ'מעג מאכען אן אייגענע פורים אויף אן אייגענע מופת. דערציילט ער דארט א מופת וואס האט איהם פאסירט מיט א פייער פון פולווער אין זיין חצר, און ער מיט זיין משפחה זענען געראטעוועט געווארען, ווען 31 מענטשען זענען אוועק ל"ע.
דער יו"ט זיינע הייבט זיך אן מיט א תענית, אבער א יו"ט מאכט ער.
מיטוואך מערץ 23, 2016 11:00 pm#326274
ענליך צום פנ"י'ס מעשה.
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 11:19 am#326289
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
ער האט דאך קיין יו"ט נישט געמאכט, נאר זיך אונטערגענומען צו לערנען וכו'

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 11:32 am#326291
דער תוי"ט האט געלאזט צוואה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך, צו האלטן געוויסע טעג אין יאהר פאר ימי חג , און געוויסע טעג וואס ער האט געהאט א צרה אלס ימי תענית. די צוואה איז געדרוקט.
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 11:35 am#326292
דער כח פון סאטמאר רב! אום סאמען הייליגן טאג פורים רעדט מען פון כ''א כסליו!!!...
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 1:04 pm#326296
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
נהורא נפישא האט געשריבן:דער תוי"ט האט געלאזט צוואה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך, צו האלטן געוויסע טעג אין יאהר פאר ימי חג , און געוויסע טעג וואס ער האט געהאט א צרה אלס ימי תענית. די צוואה איז געדרוקט.

קוק צוריק אין אנהייב אשכול. איך האב גערעדט פון דעם אז אנדערע זענען געשטארבען און פון דעסטוועגען האט ער געפרייט זיין ישועה. דער תוי"ט האט געהאט א פריוואטע צרה און א פריוואטע ישועה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג מערץ 24, 2016 8:05 pm#326328
כ'האב טאקע נישט געזעהן דעם אשכול פון אנהויב. ולעצם הענין פארשטיי איך נישט די שאלה, צו מאכט מען דען נישט די ברכה שעשה לי נס אין פאל אז אנדערע מענטשן זענען דארט געשעדיגט געוווארן, אדרבה דאס ווייזט הערשט ווי גרויס די סכנה איז געווען, דאס איז די הודאה כלפי הקב"ה, אוודאי איז אבער צו די זעלבע צייט אויף דא א סברא אז מדארף ארויסווייזן סענסיטיוויטעט פאר די עולם וואס האט נעבעך יא מיטגעמאכט
פרייטאג מערץ 25, 2016 8:30 am#326334
Re: חג כ"א כסלו על שום מה
די טענה איז נישט דאס דאנקען דער אויבישטער אזוי ווי דער אנשטעל וואס ס'מאכט. כאילו דער ס"מ האט געוואלט אויסשעכטען אלע אידען, און מ'האט געזיגט, דומה צו פורים. דערווייל אבער איז עס גאנץ א פיינעם זיג פאר'ן ס"מ. קוים מיט די נעגליך עפעס אויסגעראטעוועט. דאנקען קען מען, אבער א פורים מאכען דערפון כאילו מ'האט געוואנען? דאס מאכט אוועק די צרה דערפון.
עכ"פ דאס איז די נושא, און צו דעם האב איך געברענגט פון די חיי אדם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:05 pm#357634
.
מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:19 pm#357638
.