Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב מאיר כהנא הי"ד,

הרב מאיר כהנא הי"ד,

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
79 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 80 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2469
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:04 pm#66945
הרב מאיר כהנא הי"ד,
אסאך האבן געהערט פון אים, די עלטערע געדענקן אים, ווער עס איז אמאל געווען אויף א באזוך אין ארץ ישראל, האט זיכער געזען די גראפיטי "כהנא צדק". עס איז מיר אינטערסאנט צו וואוסן מער איבער דער מענטש.

וואס איך ווייס, ער איז געבוירן אין אמעריקע, געלערנט אין מירער ישיבה אין ניו יארק, און געווען א רב ערגעץ אין ניו יארק. ער אויפגעשטעלט די JDL וואס איז אנערקענט ביי קאנגרעס אלס א טעראר גרופע.

אין די למ"ד יארן איז ער געקומען קיין א"י, ער האט דארט אויפגעשטעלט די כך באוועגונג, וואס נאכן לויפן פארן כנסת עטליכע מאל און פארלירן, האט ער געוואונען אין יאר מ"ד, אבער אין די וואלן פיר יאר נאכדעם האט מען געמאכט זיין פארטיי אומלעגאל.

ער איז אנגענומען אלס אן עקסטרעם רעכטער ראדיקאלע ראסיסט, צו האט דאס א גרונד? וואס איז זיין אידעאלאגיע? וואס האט ער געהאלטן?

אן אראבער האט אים געשאסן י"ח חשון תשנ"א אין מאריאט האטעל אין ניו יארק.

אגב אויף יוטויב זענען דא קליפס פון אים, זיין ענגליש איז זייער א גוטע, זיין עברית איז די אלטע סטייל אבער זייער כאריזמאטיש און א גוטע רעטאריקער, א געלונגענע דעמאגאג.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:06 pm#66946
האט ער עפעס מיט מאיר כהנא וועלכער האט זיך יארן געדרייט אין ראדני שול און אונטערגעהאלטן דעם עולם?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:08 pm#66947
ניין.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:26 pm#66950
m http://www.youtube.com/watch?v=866zQ-DFy1E m

א דרשה אויף ענגליש פון כהנא וואו ער רעדט איבער די מצב דעמאלסט אין ארץ ישראל.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:52 pm#67029
בעצם איז ער גערעכט געוועהן, נאר זיינע עצות זענען נישט פראקטיש.
ער פלעגט רעדען ווי מען דארף אויסשחטן אלע אראבער וכו'.
בעצם איז ער אזוי ווי חאמאס, נאר אויף די אנדערע זייט.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:54 am#67052
איחוד פעלד האט געשריבן:ער פלעגט רעדען ווי מען דארף אויסשחטן אלע אראבער וכו'.

עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן א קליפ וואס ער זאגט די ווערטער. איך האב אביסל געקוקט דא און דארט קליפ'ס פון אים, וואס איך האב געזען ער זאגט, אז ער האלט נישט מען דארף שחט'ן אלע אראבער'ס, נאר עס זאל זיין א גירוש אראבער'ס פון א"י, און כלפי די וואס באהאלטן און שטיצן די אראבישע טעראר, זיי זאל מען הרג'נען צוזאמען מיט די טעראריסטן.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 12:50 pm#67158
איינמאל זייענדיג אין חברון אויף א שבת מיט עטליכע יאר צוריק, האב איך געפרעגט ברוך מרזל, איינער פון זיינע מער באוואוסטע תלמידים, ער זאל מיר זאגן אין קורצן ווער זיין רבי איז געווען.

ער האט מיר געזאגט בזה"ל איבערגעטייטשט פארשטייט זיך. "ער האט נישט פיינט געהאט אראבער ווייל זיי זענען אראבער, ער האט ליב געהאט יעדע איד ווייל ער איז א איד". איך האב נישט ארויסגעהאט וואס ער האט מיט דעם געמיינט, האב איך געפרעגט פון ברוך מרזל וואס ער זאגט אויף גאלדשטיין מיט זיין מאסן רציחה אין די מערת המכפלה, האט מיך מרזל געענטפערט אויף דעם, אז עס קעגן די שיטה פון זיין רבי, צו הרגנען סתם אראבערס אין די וועלט אריין.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 12:13 pm#67508
עוד מישהו האט געשריבן:איינמאל זייענדיג אין חברון אויף א שבת מיט עטליכע יאר צוריק, האב איך געפרעגט ברוך מרזל, איינער פון זיינע מער באוואוסטע תלמידים, ער זאל מיר זאגן אין קורצן ווער זיין רבי איז געווען.

ער האט מיר געזאגט בזה"ל איבערגעטייטשט פארשטייט זיך. "ער האט נישט פיינט געהאט אראבער ווייל זיי זענען אראבער, ער האט ליב געהאט יעדע איד ווייל ער איז א איד". איך האב נישט ארויסגעהאט וואס ער האט מיט דעם געמיינט, האב איך געפרעגט פון ברוך מרזל וואס ער זאגט אויף גאלדשטיין מיט זיין מאסן רציחה אין די מערת המכפלה, האט מיך מרזל געענטפערט אויף דעם, אז עס קעגן די שיטה פון זיין רבי, צו הרגנען סתם אראבערס אין די וועלט אריין.

מסתמא מיינט ער אז ער האט נישט פיינט געהאט סתם אן אראבער נאר די וואס זענען טערעריסטו וכדומה, אבער משא"כ א איד האט ער אלעמאל ליב געהאט, ודו"'ק.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 1:25 pm#67523
איך ווייס נישט וואס ער האט געמיינט מיט דעם, איך ווייס נישט וואס זייער שיטה איז, וואו איך האב פארשטאנען דא וואס באנוצערניק האט געשריבן, האט ער געוואלט פארטרייבן די אראבער פון ארץ ישראל, און אויף טעראריסטן זאל מען הרגנען, מאכן לעגאל טויט שטראף.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:01 pm#154725
איך האב איינגעהאנדעלט עטליכע דיקע ביכער פון די כ''ך פארטיי, און מ'שטודירט עס.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:26 pm#154734
כ"ך הוא דרכו של יצה"ר, היום אומר לו עשה כ"ך ומחר אומר לו עשה כ"ך, עד שאומר לך עבוד ע"ז והולך ועובד.......
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:34 pm#154736
וואס מיינסטו צו זאגן, דו מיינסט צו באשמוצן דעם פארטיי?
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:42 pm#154738
ניין, איך באשמוץ נישט קיינעם. סתם א מליצה'לע.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:44 pm#154741
איך הער אז די שטארקע פירער פון זיי, ווי למשל ר' ברוך מרזל, זיי זענען זייער אפגעהיטן אין כשרות ספעציעל, זיי עסן נאר פון השגחת בד''ץ. מפי מקור נאמן
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:48 pm#154756
עס איז דא א בוך פון זיין ביאגראפיע אויף ענגליש עס איז צוויי דיקע בענדער און עס איז זייער אינטערסאנט.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:57 pm#154775
אויף ברוך גאלדשטיין איז אויך דא א היסטארישע ביכל 'ברוך הגבר'. ליידער האבן זיי שוין עטליכע גיבורים איינגעשלעפט, אבער זיי זענען למעשה מצליח צו מאכן א גערידער מיטן 'תג מחיר' וואס ווייניג זענען מצליח בנוגע שלום המדינה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:19 pm#154787
א מורא'דיגער בריוו פון כהנא.

AN OPEN LETTER TO THE WORLD


Dear World,
I understand that you are upset by us, here in Israel.

Indeed, it appears that you are quite upset, even angry.

Indeed, every few years you seem to become upset by us. Today, it is the "brutal repression of the Palestinians"; yesterday it was Lebanon; before that it was the bombing of the nuclear reactor in Baghdad and the Yom Kippur War and the Sinai campaign. It appears that Jews who triumph and who, therefore, live, upset you most extraordinarily.

Of course, dear world, long before there was an Israel, we - the Jewish people - upset you.

We upset a German people who elected Hitler and upset an Austrian people who cheered his entry into Vienna and we upset a whole slew of Slavic nations - Poles, Slovaks, Lithuanians, Ukrainians, Russians, Hungarians and Romanians. And we go back a long, long way in the history of world upset.

We upset the Cossacks of Chmielnicki who massacred tens of thousands of us in 1648-49; we upset the Crusaders who, on their way to liberate the Holy Land, were so upset at Jews that they slaughtered untold numbers of us.
For centuries, we upset a Roman Catholic Church that did its best to define our relationship through inquisitions, and we upset the arch-enemy of the church, Martin Luther, who, in his call to burn the synagogues and the Jews within them, showed an admirable Christian ecumenical spirit.

And it is because we became so upset over upsetting you, dear world, that we decided to leave you - in a manner of speaking - and establish a Jewish state. The reasoning was that living in close contact with you, as resident-strangers in the various countries that comprise you, we upset you, irritate you and disturb you. What better notion, then, than to leave you (and thus love you)- and have you love us and so, we decided to come home - home to the same land we were driven out 1,900 years earlier by a Roman world that, apparently, we also upset.

Alas, dear world, it appears that you are hard to please.

Having left you and your pogroms and inquisitions and crusades and holocausts, having taken our leave of the general world to live alone in our own little state, we continue to upset you. You are upset that we repress the poor Palestinians. You are deeply angered over the fact that we do not give up the lands of 1967, which are clearly the obstacle to peace in the Middle East.

Moscow is upset and Washington is upset. The "radical" Arabs are upset and the gentle Egyptian moderates are upset.

Well, dear world, consider the reaction of a normal Jew from Israel.
In 1920 and 1921 and 1929, there were no territories of 1967 to impede peace between Jews and Arabs. Indeed, there was no Jewish State to upset anybody. Nevertheless, the same oppressed and repressed Palestinians slaughtered tens of Jews in Jerusalem, Jaffa, Safed and Hebron. Indeed, 67 Jews were slaughtered one day in Hebron in 1929.

Dear world, why did the Arabs - the Palestinians - massacre 67 Jews in one day in 1929? Could it have been their anger over Israeli aggression in 1967? And why were 510 Jewish men, women and children slaughtered in Arab riots between 1936-39? Was it because Arabs were upset over 1967?
And when you, dear world, proposed a UN Partition Plan in 1947 that would have created a "Palestinian State" alongside a tiny Israel and the Arabs cried "no" and went to war and killed 6,000 Jews - was that "upset" caused by the aggression of 1967? And, by the way, dear world, why did we not hear your cry of "upset" then?

The poor Palestinians who today kill Jews with explosives and firebombs and stones are part of the same people who when they had all the territories they now demand be given to them for their state -attempted to drive the Jewish state into the sea. The same twisted faces, the same hate, the same cry of "itbach-al-yahud" (Massacre the Jew!) that we hear and see today, were seen and heard then. The same people, the same dream - destroy Israel. What they failed to do yesterday, they dream of today, but we should not "repress" them.

Dear world, you stood by during the holocaust and you stood by in 1948 as seven states launched a war that the Arab League proudly compared to the Mongol massacres.

You stood by in 1967 as Nasser, wildly cheered by wild mobs in every Arab capital in the world, vowed to drive the Jews into the sea. And you would stand by tomorrow if Israel were facing extinction. And since we know that the Arabs-Palestinians dream daily of that extinction, we will do everything possible to remain alive in our own land. If that bothers you, dear world, well think of how many times in the past you bothered us.

In any event, dear world, if you are bothered by us, here is one Jew in Israel who could not care less.
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:26 pm#155644
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:47 pm#156323
הרב בנצי גופשטיין - ממנהיגי תנועת כ''ך, אויפן הר הבית איז מקבל עול מלכות שמים און השתחוויה כנגד קודש הקדשים, און ווערט דערויף איינגעשפארט דורך די משטרה
m http://www.youtube.com/watch?v=tOXk57pRHhM m
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 6:24 pm#156344
מ'האט עהם יעצט באפרייט
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:31 pm#156610
דע כך'ניקעס וועקן אויף די תל אביב'ע איינוואוינער, צו ווייזן וויאזוי ס'הערט זיך די פרעפלעריי פון די אראבישע תיפלות יעדן פארטאגס אין די יישובים ווייט פון תל אביב
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:08 pm#157278
אור הרעיון בשלימות! א 52 מינוטיגע קליפ, וועגן די ריינע און הייליגע לעבן און שיטה פון הרב כהנא זי''ע ועכי''א
m https://www.youtube.com/watch?feature=p ... _EvgsY7Kg8 m
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:36 pm#157285
אינטערסאנטע חברה די כהניסטן
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:36 pm#157286
פארוואס הייסט די פארטיי כך? איך וואלט עס א נאמען כ"ץ אלטץ כהנא צודק..
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:05 pm#157299
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט דעם נאמען, ווייל ס'מיינט כ'הנא כ'נסת - מ'האט דאך געוואלט ער זאל זיין א חבר כנסת, און אזוי איבערדרייען א מצב מיט רשות
דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:32 pm#157369
זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:30 pm#157664
m http://www.youtube.com/watch?v=TG7KBuzLqfE m
הספד אויף הקדוש ר' מאיר כהנא הי''ד, אינעם קליפ זעט מען 'ברוך גאלדשטיין' דער הויעכער מענטש וואס שטייט אונטערן גאלדענעם טאוועל, און האלט די הענט אויפן פנים און וויינט.
דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:05 am#157878
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:51 pm#158282
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 1:20 pm#158375
אזוי ווי איך האב נישט מיינע ספרים תחת ידי און איך זיץ נישט ביים קאמפיוטער יעצט וועל איך פראבירן צו שרייבן וויפיל איך קען בעל פה.

מאיר כהנא הי"ד איז געווען אן אויסערגעווענדליך קלוגע איד מיט א שטארקע שכל הישר, און בעיקר ער האט געלעבט מיטן מציאות און זיך נישט געלאזט פאפן כדאי צו לעבן א בעסערע לעבן.

ער האט איינגעטיילט ארץ ישראל אין עטליכע שטיקער:
די חלק פאר 48,
די חלק וועלכע זענען זייער וויכטיג פאר מדינת ישראל זיכערהייט, ווי למשל ציר הפילידלפי, בקעת הירדן,
די היסטארישע חלקים פון ארץ ישראל, ווי למשל ירושלים, חברון, שכם ועוד.
די חלקים ווי עס זענען דא גרויסע אידישע קהילות.

די חלקים האט ער געהאלטן טאר מדינת ישראל קיינמאל נישט אויפגעבן.

נאכדעם פון די אנדערע זייט איז דא וואס עס ווערט אנגערופן התנחליות בודדות, דאס מיינט פארשטיפטע דערפער פון די מתנחלים. דאס האט ער געהאלטן אז אויב די אראבער וועלן מסכים זיין צו א טרענספער אז זיי וועלן איבערלאזן די שטעט ווי עס איז דא א רוב אידן, וועלן יענע מתנחלים אויך איבערלאזן יענע דערפער. אזא בחינה פון לאסטו אפ מיין בארד לאז איך אפ דיינס.

נאך א זאך, ער האט באמת נישט געגלייבט אז די אראבער וועלן אמאל מאכן שלום מיט די אידן, ער האט פארשטאנען אז די אראבער וועלן קיינמאל נישט אקצעפטירן אפילו די 48 גרעניצן, במילא ווילאנד די אראבער וועלן נישט מאכן אן אמתן שלום מיט מדינת ישראל, פארוואס זאל מען זיי צוריקגעבן די שטחים.

נאך א זאך, ער האט געהאלטן אז יעדע אראבער איז אויך אן אראבער אין הארץ און האט פיינט אידן, במילא האט ער נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי אידן געבן פרנסה פאר אראבער אנטשאט פאר אידן, אזוי ווי נאך די מלחמה וואלט קיינער נישט גענומען א נאצי אז ער זאל זיין די גוי פון בית המדרש, און זיכער זיכער נישט בשעת די מלחמה אליינס.

נאך א וויכטיגע נקודה, ער האט נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי די גוים האבן בכלל א רעכט אריינצורעדן אין מדינת ישראל, דו פייניגסט מיר שוין 2000 יאר און "דו" ווילסט מיר לערנען ווי אזוי זיך צו פירן מיט מענטשן וועלכע ווילן מיר הרג'נען? פון ווי נעמסטו די חוצפה?

די פראבלעם מיט זיין מהלך המחשבה איז זייער פשוט, און דעריבער האבן דאס רוב מדינת ישראל נישט געוואלט הערן. לויט די מהלך פארשטייט יעדער קלאר אז לנצח יאכל חרב בלי לשון בתמיה, עס גייט זיך גיסן בלוט אויף אייביג אין ארץ ישראל און קיין שלום וועט נישט ווערן. רוב מדינת ישראל וויל יא טראכטן אז בבוא היום וועט דא הערשטן א נייע מיטל מזרח (כלשון אהוד ברק), וגר כבש עם זאב בחוצות וברחובות ירושלים. און פארדעם איז זיי גרינגער צו לעבן אז אפשר דאך וועט דא אמאל זיין גוט.
דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:19 pm#158446
א קליינע הערה.
'הרב' מאיר כהנא.
ער האט געהאט הוראה און איז פאקטיש בכלל געווען דער לערער פון אן א שיעור וואוילע נשמה'לעך.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 2:27 pm#159084
קאן זיין ער איז געוועהן גירעכט הונדערט און איין פראצענט, אבער זיין מהלך האט נישט געקענט ארבעטן מיטן רעיאליטעט.
די הארטע מציאות שלאגט א סאך שטערקער ווי זיין מהלך און דרך
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:40 pm#159101
א גרויסע פראבלעם מיט כהנא איז אז די גאנצע רעיון פון כחי ועוצם ידי און זיך נעמען א לאנד דורך געבן א יד פאר א תניעה פון אפיקורסים ועוקרי הדת, פאראומגליקליכט דאך נאר דאס אידיש פאלק, נעבעך, דאס איז בניגוד דעם פרומען איד אין איר תורה, זיינע אקטיוויטעטן זענען זייער נובעל פאר די גויי הארצות, ווי פאטריאטיזם אין נאציאנאליזם איז א העראיזם, אבער מיר ווייסן דאך דעם אמת אז די סיבה פון די ליידענישן פונעם אידיש פאלק איז צוליב גזירות הגלות, און מיר ווייסן דעם אמת אז נאר דורך תשובה ומעשים טובים וועט אונז דער מלך המשיח אהיים ברענגן קיין ארץ ישראל, ווי מ'העמיר זיצן איש תחת גפנו שלוים ושקטים, נו אויב מאיר כהנא האט אזוי ליב געהאט דאס אידיש פאלק און זיי אהיים ברענגען קיין ארץ ישראל, אין ער שטעלט זיך נאך אהער אלס א "הרב", וואלט ער געדארפט רעש'ן דאס אידנטום צו תשובה ותיקון המעשים, דערווייל האט ער זיך נעבעך אריינגעלייגט זיין גאנצער עמאושנס און דעם מדינה'לע נעבעך, א באוועגונג וואס איז ליידער נאר מונע דער גליק און וואונטש פון זיין אידיש פאלק, אוי לו ואוי לנשמתו, ואוי להנלוים אליו,
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 4:29 pm#159105
מארגן קומט פאר א הפגנה קעגן כלא עופר, וואס פון דארט גייען באפרייעט ווערן מארגן אראבישע מחבלים.
ווער ס'דא צו רעדן אויף יודיש בלוט, זאל מוחל זיין זיך שטעלן איין רגע אין די שיך פון די צעשאסענע משפחות וואס זענען נעבעך גע'שאכטן געווארן על קידוש השם דורך הני עכברי דרשיעי.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:21 am#159254
באנוצער'ניק האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:ער פלעגט רעדען ווי מען דארף אויסשחטן אלע אראבער וכו'.

עס וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן א קליפ וואס ער זאגט די ווערטער. איך האב אביסל געקוקט דא און דארט קליפ'ס פון אים, וואס איך האב געזען ער זאגט, אז ער האלט נישט מען דארף שחט'ן אלע אראבער'ס, נאר עס זאל זיין א גירוש אראבער'ס פון א"י, און כלפי די וואס באהאלטן און שטיצן די אראבישע טעראר, זיי זאל מען הרג'נען צוזאמען מיט די טעראריסטן.

כהנא האט געשריבן א דייערי בשעת'ן שמאכטן אין תפיסה אין שטאט רמלה (חלקים דערפון זענען איבערגעטייטשט אויף עברית, זעה למשל דעם בוך 'כהן ונביא') וואו ער שעלט צאם די מדינה מיט פעך און שוועבל. פאר איינעם אומבאקאנט מיט כהנא'ס השקפה קען זיך דאכטן אז דער שרייבער איז גאר א מעמבער פון די נטורי קרטא. כהנא האט געקעמפט פאר א מדינת הלכה; מדינת ישראל האט ער פיינט געהאט בתכלית השנאה.
כהנא האט אויך געהאלטן פון אפיציעל עפענען א אידישע טעראר גרופע, א שטייגער ווי חאמאס, וואס זאל נקמה נעמען נאך יעדע טעראר אטאקע פון די פאלעסטינער (אזוי שרייבט ער אין זיין דייערי).
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:48 pm#159447
גערעכט איז ער געווען, אבער ליידער אינעם עולם השקר קען מען נישט לעבן בלויז מיטן אמת אמת, ס'דא אין יעדע זאך פאליטיקס וואס פארדרייען יעדע גלייכע זאך פון פשוט פשט.
מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 8:54 pm#160194
מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:05 pm#160199
Of course he was right
m http://www.youtube.com/watch?v=BUZLl3xZZAo m
פרייטאג נאוועמבער 08, 2013 4:46 pm#161715
מנשה, איך זעה אצינד אז אפילו דיין פראפיל בילד איז דעם 'כך' סימבאל (בכפיפה אחת מיט ישראל'ישן פאן ר"ל). ווען ביסטו געווארן אזא כהנא'ניסט?!
מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 7:29 pm#161722
ווען ער האט אויפגעהערט צו באקומען אטענשן אויפן נערמאלן וועג
זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:10 am#161792
שוין. ער האט עס ב"ה געטוישט.
זונטאג נאוועמבער 10, 2013 3:11 pm#161835
אפטעמיסט האט געשריבן:שוין. ער האט עס ב"ה געטוישט.

שרייבסט ברוך השם געטוישט, כאילו געראטעוועט א יוד פון פארקריכן פון ראדני..
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 4:47 pm#162052
אבער האסט נאכנישט מסביר געוועהן וואס די האסט די פלוצלינג אזוי פאר"כך"ט אין "כך"?!
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 5:24 pm#162069
ווייל כ'בין אזוי פארווייטאגט פון די איינרעדעניש אז מ'דארף מורא האבן פונעם חילוני פונעם גוי, אויב איז באשערט גלות דארפן מיר עס מאכן שווערער?
איך האלט קלאר אז 'כהנא צדק', קול דמי אחינו זועקים מן האדמה, ימ'ן בלוט גיסן זיך ואין פוצה פה, מ'לאכט ארום מיט פאליטישע שטותים, 'עץ' 'בית' 'ארץ' ירוק.. ממש שטותים, איין זאך דארף מען, נ-ק-מ-ה-
ווייזן אז מיר זענען נישט געהויקערט, און כאטש נישט אלעס וואס די כך ניקעס טוען, כאטש רוב וואס זיי טוען האט כלל ישראל געדארפט טון, און ס'שטא שטיל ווי ביי תחנון
דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 7:07 pm#170974
חתונה פון 'חנמאל דורפמאן' דער פירער פון 'נוער הגבעות' מיטן חבר הנהלת 'כהנא חי' - בנצי גופשטיין דער אבי הכלה
m http://reshet.tv/%D7%97%D7%93%D7%A9%D7% ... 41589.aspx m
פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 7:25 am#171107
מ'האט פריער דערמאנט די נאמען "כך", וואס דאס מיינט און פון וואנעט דאס שטאמט.
די סלאגאן און סימבאל פון די אצ"ל אדער גערופן ארגון דורך אנדערע, איז געווען רק כך מיט א ביקס און די לענדער א"י און עבר הירדן אין די הונטערגרונט.
כהנא האט זיך געהאלטן פאר א ממשיך אין די דרך פון די אצ"ל, ווען די אלטע אצ"ל מיטגלידער האט געבאדערט זיין באנוץ מיט זייער סימבאל, האט ער עס געטוישט צו אן אנדערע, אבער כ"ך איז געבליבן אין באנוץ.
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:10 pm#232572
בילד
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:33 pm#232575
די ערשטע מאל איך זע אים רעדן. א קרעזי באסטערד
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 8:57 pm#232579
זאג נאר דו ווייסט אפשר וואס די ווארט בעסטערד מיינט?