Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » חרדישע נייעס אין ארץ ישראל.

חרדישע נייעס אין ארץ ישראל.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 53 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #25
מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:57 pm#110
חרדישע נייעס אין ארץ ישראל.
חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה

די ספרדיש-חרדישער ראדיא סטאנציע אין ארץ ישראל, "קול ברמה" איז נעכטן געקומען אונטער פייער פארן גענצליך פארבאטן פרויען צו רעדן אויף זייער ראדיא פראגראמען. אנדערש ווי דער עלטערער חרדישער ראדיא סטאנציע "קול חי", וואס האט פרויען פראגראמען וואס היימישע פרויען פירן, און אזוי אויך לאזן זיי פרויען אריינרופן צו אלע זיערע פראגראמען, טוט קול ברמה גענצליך פארבאטן פרויען פון ערשיינען אויף זייערע פראגראמען, סיי דורך אריינרופן וכש"כ פירן פראגראמען.
דער אנפירער פון קול ברמה פראגראמען אבי מימראן האט גע'טענה'ט אז אין די עבר ווען זיי האבן פאר א שטיק צייט ערלויבט פרויען צו ערשיינען, זענען די נומערן פון צוהערערס שטארק געפאלן. דער חרדישער חבר כנסת מטעם ש"ס, הרב נסים זאב האט מחזק געווען מימראן'ס טענה. "איך דערף הערן השקפה פון א רב'ס ווייב? אזוי נידעריג האט דער [ראדיא] סטאנציע געזונקען?. צולייגענדיג אז "ווען איך הער א פרוי רעדן אויפן ראדיא, פארלעש איך עס". (מקור: הארץ)
מיטוואך פעברואר 29, 2012 2:23 pm#114
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
זייער אונטערסאנט
מיטוואך פעברואר 29, 2012 2:31 pm#115
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
ס׳הייסט אז ביי די חברה האט עס גארנישט צו טאן מיט פרומקייט, נאר פשוט ווי המן האט געטענעט ״ להיות כל איש שורר בביתו״. טאקע אינטערעסאנט.
מיטוואך פעברואר 29, 2012 4:01 pm#119
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
אינטערעסאנט ווי רעליגיע ווערט געמישט מיט דער געזעלשאפטליכער דימענסיע.
א צייט צוריק, מסתמא א צוויי יאר צוריק, איז געווען אין די נייעס אז מ'האט פארבאטן פון א זינגער צו זינגען אויף דער חרדי'שער ראדיא וויבאלד זיין שטימע הערט זיך ווי א פרוי'ס...
מיטוואך פעברואר 29, 2012 9:26 pm#152
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יא, אפילו אריינקאלן טארן זיי נישט, אפילו א יונגערע מיידל אויך נישט
(דער ספרדישער הרב עובדיה יוסף האט זיכער קלאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם און א פרוי מעג רעדן אויף די ראדיא. זענען בכלל דא וואס האלטן אז עס איז א שאלה עפי הלכה, אדער איז עס פשוט ווייל די פרומערע צוהערער זענען נישט אינטערעסירט זיי צו הערן?).
מיטוואך פעברואר 29, 2012 9:53 pm#155
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
שרגא האט געשריבן:יא, אפילו אריינקאלן טארן זיי נישט, אפילו א יונגערע מיידל אויך נישט
(דער ספרדישער הרב עובדיה יוסף האט זיכער קלאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם און א פרוי מעג רעדן אויף די ראדיא. זענען בכלל דא וואס האלטן אז עס איז א שאלה עפי הלכה, אדער איז עס פשוט ווייל די פרומערע צוהערער זענען נישט אינטערעסירט זיי צו הערן?).

וואס איז עס דען אנדערש ווי קול מבשר? זיי פרובירן סערווירן זייער ציבור, איי געס.
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:02 am#182
הרב יובל שרלו: הארץ בעסער ווי יתד נאמן
ישיבה וועלט נייעס באריכטעט אז דער פראמינענטער מזרח'יסטישער רב, הרב דר. יובל שרלו פון פתח תקוה האט אין א רעדע געזאגט אז דער שטארק לינקער סעקולארע צייטונג "הארץ" איז בעסער ווי דער אולטרא-חרדישער "יתד נאמן". "עס איז נישט דא נאך א צייטונג וואס פארמאגט אזויפיל לשון הרע און פארשעמט [מענטשן] ווי יתד נאמן. ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל שמוץ עס איז דא דארט".
א שטייגער ווי זאגן "דער איד/בלאט איז ערגער ווי דער פארווערטס"...
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:43 pm#189
Re: הרב יובל שרלו: הארץ בעסער ווי יתד נאמן
וויאזוי רעדסטו אויף מיין טייערן "יתד"? דו ווייסט וואספארא עבודת הקודש עס גייט אריין אין יעדן תג וואס ווערט געדרוקט אין אט דער הייליגער צייטונג?
לייען דא אביסל וועסטו זען:
m http://www.y-or.co.il/blog/2012/02/16/% ... 08VrSd5mc0 m
זונטאג מערץ 04, 2012 6:12 am#388
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
איך בין נייגעריג וויאזוי מען שילדערט די מעשה פון פורים אויף דעם ראדיא סטעישאן. וואס פאר א טעם האט די מגילה אז מען נעמט ארויס ושתי, אסתר מיט זרש'ל?
זונטאג מערץ 04, 2012 1:10 pm#404
גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכורים
בחדרי חרדיםבאריכטעט אז אין לעקוואד איז פארעפנטליכט געווארן א בריו דורך לאקאלע גבירים און נדבנים ווי זיי שרייבן אז זיי גייען די פורים נישט געבן קיין געלט פאר שיכורים. און די בריוו, וואס איז געשיקט געווארן צו די מנהלי המוסדות והישיבות שרייבן זיי אז "מדי שנה מגיעים אלינו הביתה עשרות בחורים ואברכים שיכורים כלוט, מקיאים על כל מקום אפשרי, משתוללים, שוברים כלים יקרי ערך, מבלי אפילו להבחין או להתנצל או להציע תשלום עבור החפצים שנשברו. זו לא דרכה של תורה, זו לא מצות פורים".
די פראבלעם איז אן אלוועלטליכער, און לדעתי דארפן די וויליאמסבורגע, בארא פארקע, און פלעטבושע עשירים און נדבים גיין און זייערע לעקוואדע קאלעגעס פוסטריט.
זונטאג מערץ 04, 2012 1:25 pm#408
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
איך וואלט צוגעלייגט אז מען זאל נישט געבן פאר גרופעס וואס גייען ארום מיט לימאזינז און פארטי באסעס. פעה!
זונטאג מערץ 04, 2012 1:31 pm#410
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
ביינונז איז דא אן אנדערע דאגה: אין די לעצטע פּאָר יאר ווערט פאר פורים נתפרסם אויף דעם "לוח המודעות" אז גבירים זאלן נישט געבן קיין געלט פאר גרופעס וועלכע זינגען נישט-היימישע ניגונים.
זונטאג מערץ 04, 2012 1:59 pm#417
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
יידל האט געשריבן:בחדרי חרדיםבאריכטעט אז אין לעקוואד איז פארעפנטליכט געווארן א בריו דורך לאקאלע גבירים און נדבנים ווי זיי שרייבן אז זיי גייען די פורים נישט געבן קיין געלט פאר שיכורים. און די בריוו, וואס איז געשיקט געווארן צו די מנהלי המוסדות והישיבות שרייבן זיי אז "מדי שנה מגיעים אלינו הביתה עשרות בחורים ואברכים שיכורים כלוט, מקיאים על כל מקום אפשרי, משתוללים, שוברים כלים יקרי ערך, מבלי אפילו להבחין או להתנצל או להציע תשלום עבור החפצים שנשברו. זו לא דרכה של תורה, זו לא מצות פורים".
די פראבלעם איז אן אלוועלטליכער, און לדעתי דארפן די וויליאמסבורגע, בארא פארקע, און פלעטבושע עשירים און נדבים גיין און זייערע לעקוואדע קאלעגעס פוסטריט.

ח"ו דאס איז די דרך פון מתחדשים וואס אלעס דארף שטומען מיטן שכל, לא כן הורינו רבותינו.

1. צדקה דארף מען געבן פאר יעדן איינעם אן קיין חשבונות מיט פשעטלעך. (איך האף אז זיי ווילן נישט דער באשעפער זאל זיי פארהאלטן אויף וואס זיי האבן קאליע געמאכט אין די עולמות עליונים ווען זיי בעטן צדקה פונעם אייבערשטען)

2. שוכרות אין פירום איז א מצות עשה מדברי קבלה, ס'איז טאקע דא שוטות אין די שיעור, אבער מ'טאר נישט האבן טענות אויף איינער וואס גייט כשוטת המחבר און גדולי הרשונים.

3. די הלכה איז אז ווען א שיכור צוברעכט עפעס, דארף ער נישט באצאלן (און אודאי נישט מתנצל זיין).

אויב שוינט ער אזוי זיינע כלים זאל ער עס לייגן אין אן אנדערע צימער, דאס איז בלי ספק דרכי היצר זיך צו טרעפן תרוצים זיך צו פטר'ן פון צדקה, באצטלי דרבנן, און ער ער מיינט ער איז נאך א צדיק אז ער האלט נישט פון שיכור'ן, (א שאר חז"ל האבן זיך נישט דורכגערעדט מיט זיי, פארן מאכן אזא אונטערסאנטע מצוה).
זונטאג מערץ 04, 2012 5:26 pm#449
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
:like
דברי קאווע נראין.
זונטאג מערץ 04, 2012 6:59 pm#451
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
קאווע
:like
זונטאג מערץ 04, 2012 8:44 pm#465
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
יא, איך פארשטיי אז מ'קען קרומען אויף די חברה וואס טרעפן תורות און פלוצלינג נעמען זיי נישט אן דעם "חייב אדם לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי" פשוטו כמשמעו. אידן וואס זענען מדקדק אויף יעדן קוצו של יו"ד און יעדע חומרא למהדרין מן המהדרין נעמען זיי ווי א "חיוב גמור", אבער דא פלוצלינג ביים עד דלא ידע איז מען "מיקל" און מען געט זיך אן עצה מיט א דרימל אנשטאט, וואס איז נישט דער פשוטער פשט.
אבער באמת, זאגן זיי דאס מסתמא נאכ'ן זען די איבערגעטריבענע שכרות, טאקע בעיקר פון די בחורימ'לעך, וואס איז אפשר נאך ווייטער ווי "בלויז" עד דלא ידע און זיי גלייכן מסתמא נישט די רעזולטאטן וואס די שכרות ברענגט.
און גראדע איז עס נישט לויט יעדן אז מען איז פטור אויב מען האט עפעס מזיק געווען בשעת מען איז שיכור. אבער אפילו נישט, איז דאס נאר אויב ער לאזט אריין די שיכורים און זיי האבן מזיק געווען קען ער נישט בעטן תשלומין, אבער איז דען א ספק אז ער האט די רעכט צו זאגן פון פאראויס "טייערע בחורים , אויב איר ווילט שיכור'ן, טרעט נישט איבער מיין שוועל." ער מוז דען יענעם לאזן אריינקומען און זיך אריינלייגן אין ספק פון א שאדן? זיכער אז נישט. ער קען טאנצן מיט זיי אויף די גאס.
זונטאג מערץ 04, 2012 8:54 pm#466
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
אנטושלדיגט אבער איר האט א טעות מיט די נקודה אז עס איז א חיוב גמור זיך אנצושיכור'ן. לבסומי טייטשט נישט שיכור. לבסומי מיינט אויפגעהייטערט. שיכור אין אראמיש איז "רויא". זע מער אין משה צוריאל'ס פאוסט אויף ספרים בלאג.
זונטאג מערץ 04, 2012 9:15 pm#469
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
יידל האט געשריבן:אנטושלדיגט אבער איר האט א טעות מיט די נקודה אז עס איז א חיוב גמור זיך אנצושיכור'ן. לבסומי טייטשט נישט שיכור. לבסומי מיינט אויפגעהייטערט. שיכור אין אראמיש איז "רויא". זע מער אין משה צוריאל'ס פאוסט אויף ספרים בלאג.


קודם א דאנק, ער מאכט א גוטן קעיס.
אבער באמת, כ'בין בכלל נישט אזוי צופרידן צו זאגן אז דער פשוטער פשט מיינט שלאפן. וואלט נישט די גמ' זאגט דעם גרינגערן אפענעם לשון עפעס ווי "חייב איניש לבסומי בפוריא עד שיפול למשכבו וירדם"? כ'מיין ער האט דאך נישט סתם אזוי געשריבן אלס מליצה אז "עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי".
רש"י טייטשט יא דעם "לבסומי" אז דאס מיינט "להשתכר ביין", און רוב מפרשים טייטשן בכלל נישט אזוי דעם פשט אז דאס מיינט ביז מען גייט שלאפן. און מ'זעט די מעשה פון רבי זירא אז מען האט דא בכלל נישט געמיינט קיין שלאפן. לענ"ד מיינט פשוט פשט אז מען זאל זיך מבסם זיין ביז דער קאפ הייבט אן שווינדלען פון וויין און מ'קען נישט געהעריג האלטן קאפ צווישן "ארור המן" און "ברוך מרדכי" נאר מען טוישט זיי אויף ווי דער סדר פון איינעם וואס איז אנגעטרונקען און קען נישט קאנצענטרירן געהעריג.
בקיצור, עס איז דא גענוג לויט וועמען די שכרות מיינט שכרות כפשוטו, סאו יש להם על מי לסמוך.
זונטאג מערץ 04, 2012 10:12 pm#480
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
קאווע
פארוואס זאל נישט א גביר מעגן מאכן ראל"ס פאר וועם ער וויל יא געבן צדקה אין פאר וועם נישט?? מ'רעדט פון איבערגעטריבענע שיכור'יי וואס מ'ברעכט וכו' - איז דאס נארמאל?! דארף מען דאס צולאזן?!
מאנטאג מערץ 05, 2012 11:02 am#515
ציגאנער אין ירושלים!
יא, אזויווי איר הערט. עס איז דא א קאמיוניטי פון ציגאנער וואס וואוינען אין ירושלים! ליינט אן אינטערעסאנטע ארטיקלאין דזשרוסאלעם פאוסט איבער די ירושלימע "דאמארי" ציגאנער.
מאנטאג מערץ 05, 2012 6:41 pm#547
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
רואיק האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי מען שילדערט די מעשה פון פורים אויף דעם ראדיא סטעישאן. וואס פאר א טעם האט די מגילה אז מען נעמט ארויס ושתי, אסתר מיט זרש'ל?

אזא טעם
בילד
מאנטאג מערץ 05, 2012 7:50 pm#555
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
געפילטע פיש :like
מאנטאג מערץ 05, 2012 9:35 pm#558
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...
דינסטאג מערץ 06, 2012 2:04 am#601
Re: גבירים און לעיקוואד שרייבן: מיר גייען נישט געבן פאר שיכו
דער נייער תקנה איז דוכט זיך נישט פון די גבירים, נאר פון עסקנים וואס זוכן צו פארמינערן די טרונקעכץ. אדרבה, די גרופעס ווערן שיכור בעיקר פון וואס די גבירים טרונקן זיין אן!
מיטוואך מערץ 07, 2012 2:57 am#802
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יאנקל האט געשריבן:אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...


:lol:

דערמאנסט מיך, סהאט מיר געשיקט אין בליץ פאסט איינער א לינק צו א סייט וואס געט רעיטינגס אויף איבער צוויי טויזענט גויאישע קינדער ביכער. וואס פארא רעיטינג וואלטן זיי געגעבן פארן תנ"ך? m http://savvima.com/wp-content/uploads/2 ... cover1.pdf m
מיטוואך מערץ 07, 2012 11:03 am#811
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יאנקל האט געשריבן:אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...

ס'שרייבט מיר איינער אין אישית אז איך "מאך חוזק פון תנ"ך". חס ושלום צו זאגן אזא זאך, די נקודה איז פונקט פארקערט. די תוה"ק זאגט אונז וואס איז אויסגעהאלטן און וואס נישט. מ'האט היינט געמאכט אזעלכע עקסטרעמע גדרים, אנגעבליך מקיים צו זיין די תורה, אז די תוה"ק זעלבסט איז שוין נישט מקיים די גדרים... וואס זאגט דאס אונז? אז ס'איז דא א פראבלעם מיט דער תורה ח"ו, אוודאי נישט - דער פראבלעם איז מיט די גדרים. אז ס'איז דא א גדר נישט צו שרייבן קיין נעמען פון קיין פרויען, און מיר זעען אז די תורה האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, דאן צו וועלכן אויטאריטעט ווענדן מיר זיך ביים מאכן דעם גדר?
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:26 pm#819
Re: חרדישער ראדיא סטאנציע אונטער פייער איבער קול אשה
יאנקל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...

ס'שרייבט מיר איינער אין אישית אז איך "מאך חוזק פון תנ"ך". חס ושלום צו זאגן אזא זאך, די נקודה איז פונקט פארקערט. די תוה"ק זאגט אונז וואס איז אויסגעהאלטן און וואס נישט. מ'האט היינט געמאכט אזעלכע עקסטרעמע גדרים, אנגעבליך מקיים צו זיין די תורה, אז די תוה"ק זעלבסט איז שוין נישט מקיים די גדרים... וואס זאגט דאס אונז? אז ס'איז דא א פראבלעם מיט דער תורה ח"ו, אוודאי נישט - דער פראבלעם איז מיט די גדרים. אז ס'איז דא א גדר נישט צו שרייבן קיין נעמען פון קיין פרויען, און מיר זעען אז די תורה האט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, דאן צו וועלכן אויטאריטעט ווענדן מיר זיך ביים מאכן דעם גדר?

אין א געוויסן פארום האב איך אויך געזען ווי איינער צייכנט צו צו דעם אשכול אלץ ביישפיל "אז מ'מאכט דארט חוזק פון תנ"ך רח"ל". די היפאקריווסטע שרייט ביזן דאך. אנשטאט כאפן זיך ווי עקסטרעם אנדערש ער איז פון השקפת התורה און פון וויאזוי מ'האט זיך געפירט אלע יארן פאר די נייע אויפגעקומענע חומרות חדשים לבקרים זענען ערשינען, מיינט ער אז מ'מאכט חלילה חוזק פונעם הייליגסטען.

איך מאך גראדע נישט אוועק רוב פון די היינטיגע חומרות, ווייל איך הער שטארק די סברא אז ירידת הדורות איז גורם אז מ'זאל זיך היינט נישט קענען טראסטען מער אין די ענינים משא"כ אונזערע עלטערן. אבער ווען מ'נעמט אן א חומרא דארף מען אויך וויסן פונקטליך פון ווי די חומרא קומט און וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען. אז נישט ווערט אונזער פעלזן פעסט מסורת צובראכן און צושפליטערט ווען קינדער מיינען אז געוויסע חומרות זענען ההל"מ וכדו'. ס'איז אויך כדי אנצומערקען אז אסאך חומרות קומען פונעם פשוט'ן פארגרעבטן דעת בעל הבית וואס זעט אין יעדע זאך שלעכטס. א דוגמא איז דאס זאגן מזל טוב פאר א קימפעטארן ביי א וואך-נאכט. איך האב געמאכט א וואך-נאכט, איז דער מוהל - א גאר חשובער אנערקענטער רב - ארויפגעקומען צום וואך-נאכט. ער האט נישט געוואלט אוועקגיין ווילאנג איך וועל צורופן די ב"ב ער זאל קענען אנווינטשען. נאכן ברית האט ער זיכער געמאכט ארויפצוקומען און געגעבן פונקטליכע הדרכות פארן מאמע. אנדער חשוב'ע אידן וואס זענען ארויפגעקומען, אז ס'האט זיך געמאכט אז זיי האבן באמערקט דאס מאמע שטיין לעבן קינד וכדו' זיי האבן פארשטאנען אז דאס איז די בעלת שמחה, האבן זיי אנגעווינטשן. ווידעראום פון צווישן די בעלי בתים האט דאס כמעט קיינער נישט געטון! פארוואס? ווייל ס'איז נישט גענוג "פרום". ויש להאריך אבער אכמ"ל.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:42 am#1543
חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהודה
חרדישע עסקנים האבן אנאנסירט אז נאך אפאר חדשים שווערע ארבייט האט מען ענדליך געטראפן א פאסיגע פלאץ וועלכע וועט דינען ווי אן אלטערנאטיווע שוק צו שוק מחנה יהודה. די סיבה פארוואס מ'דארף אן אלטערנאטיוו איז צוליב די צניעות פארלעצונגען וואס קומט פאר אין שוק מחנה יהודה "וואס שאדט די חינוך פון אונזער קינדער". לויט ווי די עסקנים פארציילען קומען פאר רעגלמעסיג אין שוק מחנה יהודה פאסטיוואלן ווי פרויען זינגען אין טאנצען. די באלעבאתים פון שוק מחנה יהודה טענה'ן אבער אז די פאסטיוואלן קומען נישט פאר אין מיטן טאג ווען דער עולם איז דארט, האר ביינאכט, נאכדעם וואס אלע געשעפטן זענען שוין פארשפארט.
ווי די עסקנים געבן איבער וועט די נייע שוק געבויט ווערן אויף אן שטח פון צען דונאם צווישן סנהדריה און הר חוצבים. ליינט מער דעטאלן איבער דעם פלאן אויף וויי-נעט.
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:12 pm#1657
Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו
דאס ברענגט מיט איין טריט נענטער דעם ברודער קריג ציווישן חרדים און חילונים. מחנה יהודה איז א חילונישער מאדערנע פלאץ מיום הוסדה. דער וואס זוכט א ריינערע שוק קען רואיק גיין צי שוק הבוכארים... אויף אזויפיל שטעלט זיך די שוק מחנה יהודה צי צום פרומע געזעלשאפט אז זיי פרובירן צו האלטן די ניווא גענוק הויך אז חרדים זאלן זיך פילן באקוועם דארט איינציקויפן. יעצט אז די חרדים פילן זיך נומעריש מער - טיען זיי סטראשען און פרובירן צו מאניפולירן די גענצליכע אויסקוק פון דעם פלאץ אפילו נישט אין די שעות פון די שוק.
ס'שיינט ווי די חרדים באמערקן נישט אז אויב ווילן זיי גיין מיט דער שטיק ברענגן זיין אראפ די דיאלאג ציווישן זיין און די חילונים אויף א שטאפל ווי זיי שטייען צו פארלירן אפשר מער ווי פארדינען. אוי ווי דער סאטמאר רב איז גערעכט געווען! א חרדי ווען ער פילט זיך בא'גדול'ט און אינדערהיים, האט ער קיין מושג ווי אזוי זיך צי באהערשן. ער האט אין דעם נישט א מסורה און שכל אודאי נישט.
פרייטאג מערץ 16, 2012 12:39 am#1679
Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו
דבילה האט געשריבן: מחנה יהודה איז א חילונישער מאדערנע פלאץ מיום הוסדה.

ווען איך האב לעצטנס באזוכט "שוק מחנה יהודה" צום ערשטן מאל האט עס מיר אויסגעזען ווי א ריין-חרדי'ש פלאץ. כ'האב גארנישט גע'חלומ'ט אז דאס זאל במקורו זיין א סעקולערער פלאץ, און נאך דערצו אז חרדים זאלן זיין דערקעגן.
מאנטאג מערץ 19, 2012 6:33 pm#2075
Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו
גערעכט.
איך בין שוין דארט געווען אסאך מאל. עס זעהט בכלל נישט אויס אוויא א חילונישער מקום, ספעציעל דאנערשטאג און ערב שבת ווען עס איז דא א גרעסער געדרענג וועגען די איינקויפערס פאר שבת.
מאנטאג מערץ 19, 2012 8:02 pm#2086
Re: חרדים אנאנסירן צו עפענען אן אלטערנאטיווע צו שוק מחנה יהו
בקרוב גייט מען איינפירן תקנות וואס וועט זיין א תיקון גדול להרבות טהרה בארץ.
די תקנות ווערן ארויסגעברענגט מיט דעטאלן אינעם פאלגענדן לינק:
http://img2.timg.co.il/forums/1_160032670.pdf
דאנערשטאג מערץ 22, 2012 6:34 pm#2380
פעלשערייען אין בחינות פאר הסמכה לרבנות
ווי ס'ווערט באריכטעט האט מען אויסגעטראפן אז אברכים האבן געצאלט פאר אנדערע צו נעמען די בחינות פאר זיי וויבאלד זיי אליין זענען נישט בקיא אין די לימוד.
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4206250,00.html

ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע פעלער האט פאסירט, און נאכדעם קענען נישט די 'רבנים' פסקנ'ן קיין שאלות, וחרב באה לעולם על עיוות הדין.
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:10 am#3261
Mega Millions לאטערי = $640,000000
די Mega Millions לאטערי געים איז ארויף צו א רעקארד הויעך פון $640 מיליאן, די העכסטע אין די היסטאריע.

---
נ.ב. אויב איינער פון דא וועט קויפן די לאטערי צוליב די דאזיגע תגובה, און וועט געווינען, ביטע נשט פארגעסן אראפצוגעבן מיין חלק. א דאנק :lol: .
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:20 am#3263
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
א גרויסע חכמה. דער פרייז איז דאך פארטאפלט געוואן פון איין דאלאר צו צוויי. איז עס נישט די גרעסטע לאטעריע פער דאלאר.
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:25 am#3266
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
יא יא, אבער פארגעס אויך נישט אז 2 דאלער היינט איז ווי א דאלער אמאל ;)
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:26 am#3267
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
שמואל הלוי האט געשריבן:יא יא, אבער פארגעס אויך נישט אז 2 דאלער היינט איז ווי א דאלער אמאל ;)

איז דעמאלס 476 מיליאן בלויז ווי 238 מיליאן אמאל...
מיטוואך מערץ 28, 2012 12:06 pm#3288
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
יאנקל האט געשריבן:א גרויסע חכמה. דער פרייז איז דאך פארטאפלט געוואן פון איין דאלאר צו צוויי. איז עס נישט די גרעסטע לאטעריע פער דאלאר.

די פאוער באלל איז ארויף צו צוויי טאלער, נישט די מעגא מיליון.
מיטוואך מערץ 28, 2012 12:46 pm#3290
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
500M now
מיטוואך מערץ 28, 2012 1:51 pm#3294
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
מ'קען קויפן אנליין?
מיטוואך מערץ 28, 2012 4:03 pm#3321
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:א גרויסע חכמה. דער פרייז איז דאך פארטאפלט געוואן פון איין דאלאר צו צוויי. איז עס נישט די גרעסטע לאטעריע פער דאלאר.

די פאוער באלל איז ארויף צו צוויי טאלער, נישט די מעגא מיליון.

I stand corrected.
מיטוואך מערץ 28, 2012 8:59 pm#3374
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:14 pm#3375
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
nescafe האט געשריבן:שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען

עליכם שלום.
איך וואלט נישט געלייגט גרויס האפענונג דערויף, האסט גרעסערע אויסזיכטן צו שטארבן פון א קאר עקסידענט אדער קענסער ווי צו געוואונען די לאטערי.
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:21 pm#3378
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
קול גדול האט געשריבן:
nescafe האט געשריבן:שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען

עליכם שלום.
איך וואלט נישט געלייגט גרויס האפענונג דערויף, האסט גרעסערע אויסזיכטן צו שטארבן פון א קאר עקסידענט אדער קענסער ווי צו געוואונען די לאטערי.

א מאדנער עטיקעט האסטו זיך געשאפן, אויסצוטוישן די ערשטע פאר ווערטער מיט א גאסט איבער עקסידענטן און קענסער.

שלום עליכם נעסקאפע!
מיטוואך מערץ 28, 2012 9:49 pm#3382
Re: Mega Millions לאטערי = $476,000000
יאנקל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
nescafe האט געשריבן:שלום עליכם
איך האף כ'וועל געווינען די לאטא וועל איך האבן "צייט" קענען פארברענגען /שרייבען

עליכם שלום.
איך וואלט נישט געלייגט גרויס האפענונג דערויף, האסט גרעסערע אויסזיכטן צו שטארבן פון א קאר עקסידענט אדער קענסער ווי צו געוואונען די לאטערי.

א מאדנער עטיקעט האסטו זיך געשאפן, אויסצוטוישן די ערשטע פאר ווערטער מיט א גאסט איבער עקסידענטן און קענסער.

ס'האט גארנישט צוטוהן מיט עטיקעט, כ'האב בלויז געברענגט פאקטן. אז די האפענונגן זענען נישט אזוי גרויס מראש ווערט די אנטוישונג נישט זיין אזוי גרויס.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 11:40 am#3435
חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה
היות אין ארץ ישראל קומט דאך א גרויס חלק פון די וואסער פונעם כנרת, אין ביים כנרת דרייען זיך תמיד ארום טוריסטען, איז אויפגעקומען א חשש אז מענטשן וועלן אריינווארפן חמץ אינעם כנרת אין פסח, אין וועלן דערמיט חמצדיג מאכן די וואסער און חמץ בפסח אינו בטל. איז מען אויפגעקומען מיט א געדאנק: חמץ פאליציי... ליינט דעם ארטיקל אין מעריב.
בילד
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:20 pm#3440
Re: חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה
אריינווארפן אין וואסער איז פונקט ווי פארברענען כמבואר בגמ', וכן נפסק להלכה, אלזא קומט בכלל נישט אהער דא קיין ביטול, ס'איז "כמבער" חמץ בפסח און נישט "כמבטל" חמץ בפסח.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:51 pm#3445
Mega Millions לאטערי = $540,000000
CNN Breaking News - Mega Millions jackpot increases to $540 million, largest jackpot in world history, lottery officials say.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 12:56 pm#3446
Re: חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה
שמואל הלוי האט געשריבן:אריינווארפן אין וואסער איז פונקט ווי פארברענען כמבואר בגמ', וכן נפסק להלכה, אלזא קומט בכלל נישט אהער דא קיין ביטול, ס'איז "כמבער" חמץ בפסח און נישט "כמבטל" חמץ בפסח.

די מדובר איז אז מ'טרונקט די וואסער, ממילא העלפט נישט מבטל זיין ודו"ק.
דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:41 pm#3475
Re: חמץ פאליציי געגרינדעט אין טבריה
נאך א שטאפל אויפן וועג צו ווערן א מדינת הלכה. איך מיין אז די אנטי ציונים דארפן איבערטראכטן זייער שיטה, ס'ווערט שוין מער מהודר צו וואוינען אין מדינת ישראל, אין גלות וואלט מען אזוינס נישט געקענט אינפארסירען.