שלום עליכם טייערע אידן.
לכתחילה האב איך מיך נישט געוואלט דא איינשרייבן צוליב וואס דא ווערט געשריבן טיילמאל אפענע אפיקורסות, אבער אזוי ווי איי-וועלט איז לעצטענס געווארן ממש עקסטרעם אז זיי לאזן נישט זאגן א מיינונג אנדערש ווי די פירער דארט, (איך בין שוין א מעמבער דארט א שיינע פאר יאר, מיט א שטיקל הפסק אינדערמיט און א נייע נאמען), און איך אליינס פיל דעם חילוק פון יעצט און עטליכע יאר צוריק, האב איך נישט קיין ברירה און איך האב מיך געמוזט דא איינשרייבן.
אלץ ראי לדברי וועל איך ברעגנען א תגובה וואס איך האב דארט געשריבן און די חברה האבן עס אראפגענומען, עס איז ליידער געשען מיט עטליכע, נאר די האב איך געסעיווט, און אדרבא ירא הקהל וישפוט וואס עס איז שלעכט מיט די תגובה.
alte zida האט געשריבן:יעדער האט דא פיינע פלענער און עצות,
יעדער (כמעט) איז דא צישאסן און ציבראכן.
יעדער פון מיינע גוישע ארבייטער קוקט מיך און ווי א מידגליד פון א שעדליכן קולט נאכן ליינען אלע העסליכע נייעס ארטיקלען.
יעדער איד וואס האט פיינט א חסיד קוקט מיר אן מיט א שמייכל, נו מיר האבן ענק פיין ציגעפיקסט!
די וועבערמאן קינדער שרייען מיט געוויין און פאר די קליינע קען מען ניטאמאל מסביר זיין וואס די בילבול איז.
ר׳ נחמי זיצט און תפיסה מיט די ערגסטע פארברעכער וואס יעדע מינוט הענגט א סכנה אויף זיין לעבן.
יעדע בלאג פאסקוועמאקעט זיך מיט שמיץ אויף אינז וואס זענען ליגנט למחצה שליש ולרביע.
יעדע יודישע ראדיא סטאנציע איז אויף און בשמחה און זאגט אז עס איז א נס חנוכה עפ״ל.
נ״ר באשמיצט יעדן רב, רבי, עסקן מיט דאס ערגסטע וואס מעגליך.
נ״ר גייט אן מיט וויטנעס אינטימעדעישן אויף זיין האטליין אויפן העכסטן פארנעם!
ווי זענען אונזערע רבנים????
ווי זענען די געבערס פאר נטרונה??? פארוואס איז נאכנישט דא קיין פול פעידזש עד און אלע גוישע צייטאנגען מסביר זיין אונזער שטעלונג?
פארוואס איז דא אויף איי וועלט נאר דא פארשלאגן??? גענוג מיט די עצות מען דארף טון למעשה די הויט ברענט!
ווי זענען אונזערע עסקנים???
ווי לאנג נעמט צו הייערן א פי אר קאמפעני.
״מיר שלאפן אזוי ווי די אידן זענען געשלאפן ווען היטלער האט געדראעט די אידן פאר די צווייטע וועלט מלחמה״
דאס האב איך געבערנגט אין א פריער'דיגע תגובה
"מיין מיינונג איז מהרז"ל זאלצוזאמרופן א מיטינג מיט ערענסטע רבנים ובתוכם זיין נעפיו די רב פון די אנדערע סאטמארע קהלה אין וויליאמסבורג, און עם שיין מסביר סזיין וואס דא גייט פאר, עם מסביר זיין וואס אונזער קאמיוניטי איז, און וואו שיין מען האט מיט עם מיטגעארבייט איבער קול הצדק, און ווייזן אז מען האט יא געטוהן, אפשר טאקע נישט גענוג, אבער מיר האבן היבש קעיר גענומען פון אונזערע מאלעסטערס, אא"וו.
עם פארהאלטן היתכן נחום רז"ב האט א פרייע האנט צו סלענדערן און אינטימידעיטן אנדער, און ווען אנדער האבן געכאפט בילדער נישט פאר אינטימידעיטן נאר ווייל זיי האבן געטוהן א קינדערישע שריט גייט מען גיין אקעגין זיי מיטן חומר הדין, פארהאלטן איבערן עולה וואס ער האט געטוהן מיט ארעסטירן דיע מישקאלצער קינדער זתם ווייל זיי האבן אראפגענומען זייער טאטעס השגחה פון דייטש'ס געשעפט.
עם פרעגן היתכן דא וואס קיין הארד עווידענס איז נישט געווען עס איז געווען נאר א הי סעיד און שי סעיד, וויאזוי האבן די דזשוריס ארויסקומען נאך 90 מינוט מיט א פארטיגע גילטי פסק, דערנאך וואס מען האט געזעהן קלאר אז די אנדערע דזשורארס האבן געהאלטן אס עס וועט זיין א ספליט פסק, איז נישטא קיין ספק וויאזוי די מידיע האט אונז אונטערגעברענגט צוזאמען מיט די די עי, מען האט אונז באטיטולט אלץ די ערגסטע מענטשן אין אמעריקא, אלץ א געפערליכע קולט, אדרבה פרעג עם וואו ער האט מער פראבלעימען דא ביי אונז צו און אונזער שכינות, מען זאל עם צייגן וויפיל טויזענטער יודן האבן אנגעפילט די ארמארי'ס ביי די כ"א כסליו, און א כינוס אקעגין דיח אינטערנעט וואס די גוי קוקט אויך ארויף, זאל פאפא ווייזן זיירע קהלה, און זאוי בעלז וויזניץ קלויזענבורג אא"וו, און ווייזן די OTD וויזאוי זייער התנהגות איז און וויפיל זיי זענען,
מען זאל זיך פארנעמען עם צו פראטעקטן אלל די וועי, עם צייגן וואס וועט דיר נחום ברענגן און וואס וועלן מיר דיר ברענגן, מיר וועלן אויפנעמנען א פי אר קאמפאני די זאלסט אונז פראטעקטן, מיר וועלן מיט דיר מיטארבייטן, אבער נישט יעדע זאך מוז גיין צו די פאליס,
אולי ואולי עס וועט עפעס אויפטוהן
קרעדיט ק"ש"
נאר אזוי קוקט מען אויס ווען מען האט עסקנים ווי קלאר-צימערמאן וואס קענען נאר שרייען שבת וואס דאס איז היינט די גרעסטע עבירה אדער מאכן יעדע צווייטע טאג א פראטעסט פאר איזרעילישע קאנסולאט, אדער קעגן יעדע נייע סטאר אין וויליאמסבורגהבדלה ווייןשר העשר הודעות: 35זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am
צוריק אויבן
--------------------------------------------------------------------------------
Advertisement
דורך יהיה כן » מיטוואך דצמבר 12, 2012 4:36 pm
אם אין דעת 'הבדלה' מנין?
זאג נאר וואס האסטיך אזוי צילאזט?
מען דארף האבן עפעס א 'לייסענס' צו זיין אן עסקן?
אויב נישט, זיי מוחל שלאג דיך אליינס יעצט גוט אן, דערלאנג דיר אליינס צוויי גוטע פראסקעס פארן נישט עסק'נען פאר דיינע 'קלוגע' עצות.
(מילא ווילאנג דו האסט נישט געשריבן קיין נעמען, נו מילא גיס אויס דיין כעס, אבער אז דו שרייבסט שוין יא נעמען, זיי מוחל נעם דיךאיבער דיר אליינס קודם)
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)