מח שליטאיז דען נישט קלאר אמת די 'קלישע' אז די 'סיטי אוף העפפינעס איז לאקעטעד אין די סטעיט אוף מיינד'?
וואס איז דאס געזוכעניש פאר נאך אביסל מאטריאלישע הנאות ווען דאס איז נישט די ישועה?
שרייען דען נישט רוב חכמי האומות אז רוב וועלט לעבט אין 'סיילענט דעספערעישען'?
איז דען די עצה פאר אומצפרידענהייט צו לויפען אהין?
אויב דער אמעריקאנער גוי מבטן ומלידה האט זיך ערווארבען דעם נאמען 'פראזעק נעישאן', מה יעשה אזובי הקיר. וואס פארא לעבן זאל האבען דער חסידישער איד וואס לאזט איבער זיין ווייב, זיין טאטע מאמע, ברידער שוועסטער, חברים אין גיטע פריינט, און, העולה על כולנה, זיינע זיסער קינדערלך.
דארף מען דער פרעגן אונזער ר' שלום היקר וואס פארא לעבען ער האט? הרי אדם דן קל וחומר מעצמו.
טייל מענטשען טענה'ן אז "איך קען נישט לעבן מיט די ליגענטס".
פאקט איז אז סיי דער איד אין סיי דער גוי ארבעט אויס פשרות אויף א יעדע ריר אין לעבן. ד.ה. מיר גייען צו דער ארבעט אפי' עס איז נישט לרוחינו, ווייל מיר ווילען דערנאך קענען הנאה האבען פין א גיטען מאלצייט. מיר געבן נאך פארן ווייב אפי' מיר האלטען אז אויסטון די שיך ווען מען קומט אהיים איז אינגאנצען נישט בגדר. מיר זאגען ליגענט פארן ווייב ווי שיין זי איז אפי' מיר האלטען נישט ממש אזוי. יא מיר זאגען ליגענט אגאנצען טאג אין א גאנצע נאכט. דער איד אין דער גוי.
מען האט שוין מער ווייניגער אויסגעשמועסט אלע צדדים, אבער לאמיר פרובירן צוצולייגן א פלייצע.
דער געדאנק וואס דו ברענגסט ארויס איז א ריכטיגע. צופרידנקייט און שמחה קומט לגמרי נישט פון גשמיות'דיגע הנאה, נאר פון ספיריטועל הנאה, דאס וואס מען רופט אויף אידיש 'סיפוק'. אבער, און דא קומט א גרויסער אבער, מען מוז האבן די געצייג צו קענען פראדוצירן דעם ספיריטועל הנאה כדי צו זיין באמת בשמחה. און דאס איז ביי יעדן אנדערש. למשל רובאשקין איז אין גאר א נידריגער מצב, סיי בגשמיות, און אפילו ברוחניות, ער זעט נישט זיינע באליבטסטע מענטשן, ער קען נישט מקיים זיין מצוות כהוגן, ער קען נישט אנטיילנעמען ביי א חסידישע פארברענג, אלע זאכן וואס געבן פאר א מענטש רוחניות'דיגע הנאה און האבן אים געהאלטן צופרידן זיין גאנץ לעבן. פונדעסטוועגן, היות ער איז זייער א שטארקער כאראקטער און א גרויסער מאמין, גלייבט ער אז זיין זיצן אין תפיסה איז באמת א טובה פאר אים, און מיט זיין שטארקע כאראקטער וואס ער האט בטבע, איז אים געלונגען זיך צו באאיינפלוסן אז זיין לאגיק זאל גובר זיין אויף די געווענליכע מענטשליכע געפילן, עד כדי כך אז עס איז אים גענוג דער מחשבה אז אלעס איז לטובתו כדי אים צו געבן סיפוק. אבער רוב מענטשן זענען נישט אזוי, און וואלטן אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע אין אזא ביטערע מצב, מעגליך ווייל זיי האבן נישט די אמונה, מעגליך ווייל זיי האבן נישט די שטארקייט. אבער דאס איז קלאר אז פאר א געווענליכער מענטש וואלט די מחשבה אז אלע סאיז לטובה נישט געווען גענוג אים צו געבן סיפוק.
און דא בין איך מחולק מיט דיין שטעלונג אז שמחה איז תלוי אין מחשבה, און יעדער מענטש קען זיין בשמחה. דאס איז נאר ריכטיג פאר איינעם וואס האט די אפציע פון פיטערן זיינע גייסטיגע געברויכן, אויב האט ער דאס נישט קען ער נישט זיין פרייליך ווי שטארק ער זאל נאר וועלן. נאר וואס יא, דער מענטש כאפט נישט וויפיל גייסטישע כוחות ער פארמאגט, און וויבאלד למעשה איז צופרידנקייט נישט תלוי אין גשמיות, קען מען געווענליך אייביג טרעפן סיפוק אויף עפעס אן אופן. ממילא צוריק צו אונזער שמועס, אויב למשל דיען, אדער סיי וועלכער אפגעפארענער, האט געפילט אז דער לעבן אלס אנדערקאווער כופר איז אים גורם אומבאשרייבליכע גייסטיגע פיין, דעמאלט איז מעגליך אז ער קען טאקע נישט פילן קיין סיפוק דא און ער האט געמוזט ארויסגיין.
יעצט איז די שאלה, ווען ער גייט שוין ארויס צו האט ער דען יא דעם סיפוק? דער ענטפער איז מעגליך יא. מעגליך אז דאס אליין אז ער קען לעבן זיין לעבן ווי אזוי ער האלט פאר ריכטיג גיבט אים גענוג גייסטיגע צופרידנהייט עס זאל זיך אים האבן געלוינט דעם טויש. דאס הייסט, אפילו דער מאטעריאליסט קען האבן גייסטיגע הנאה פון דעם וואס ער לעבט ווי א מאטעריאליסט. עסן בעקאן און טשיזבורגערס גיבט טאקע נישט קיין סיפוק, אבער דער געפיל אז ער טוט וואס איז ריכטיג לשיטתו גיבט אים יא א גייסטיגע הנאה.
אגב, ווען מען רעדט פון דעם ענין טאר מען נישט אויסלאזן דעם וועלט בארימטן פסיכיאטאר
וויקטאר פרענקל וועלכער איז געווען אין די לאגערן, און ער שרייבט אין זיין בוך
man's search for meaning ווי אזוי ער האט אזוי אויסגעארבעט זיין מחשבות דעמאלט, אז זייענדיג אין לאגער איז ער געווען מער פריי און צופרידן ווי זיינע דייטשע אויבערהארן.