Under maintenance
הויפט זייט » די אסתי אקערמאן סומאטאכע

די אסתי אקערמאן סומאטאכע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2665
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:09 pm#74859
די אסתי אקערמאן סומאטאכע
ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן אהן די אומשולדיגע נשמות נעבעך פון די קינדער זייערע מיט גויאישע ספארט, מעשה יונים, און דערנאך האבן זיי נאך די חוצפה זיך אויפצוטוהן אז די פינטעלע ייד האט זיך אומוועלענדיג צופלאקערט אויף א מינוט ביים קינד און זי וויל נישט שפילן שבת מיט עשיו׳ס אייניקלעך. פוי! פוי! פוי!

ווי לאנג נאך וועלן מיר לאזן די בני בניו של מענדלסאן אונז פארשמירן בעיני העמים?!

מיר מוזן אויסשרייען מיטן גאנצן כוח:
אונזער פאלק איז נישט זייער פאלק!
אונזער תורה איז נישט להבדיל זייער %{€¥+!|?
אונזער גלויבן איז נישט זייער גלויבן!!

אפשר אזוי וועלן די גוים פארשטיין אז מיר האבן נישט קיין שום שייכת מיט די אזוי גערופענע ארטאדאקסן! זאל די וועלט שוין וויסן אז מיסטער שווארץ דער דענטיסט מיטן קליינעם קאפל רעפעאזינטירט נישט כלל ישראל. עכטע יידן מאנספערזאנען טראגן נישט קיין קידושין רינגלעך, און שפילן נישט קיין ספארט, און לאזן זיכער נישט די קינדער שפילן פינג פאנג רח״ל.

m http://www.nypost.com/p/news/local/devo ... paMGIT3z9K m
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:13 pm#74861
איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:14 pm#74862
שווארץ קוקער!
האסט א פאסיגען ניק

----
איינער האקט. איך רעד צו דער פותח האשכול, כמובן
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:16 pm#74864
משה בער האט געשריבן:
אפשר אזוי וועלן די גוים פארשטיין אז מיר האבן נישט קיין שום שייכת מיט די אזוי גערופענע ארטאדאקסן! זאל די וועלט שוין וויסן אז מיסטער שווארץ דער דענטיסט מיטן קליינעם קאפל רעפעאזינטירט נישט כלל ישראל. עכטע יידן מאנספערזאנען טראגן נישט קיין קידושין רינגלעך, און שפילן נישט קיין ספארט, און לאזן זיכער נישט די קינדער שפילן פינג פאנג רח״ל.

http://www.nypost.com/p/news/local/devo ... paMGIT3z9K

און עכטע אידן מאנספערזאנען ליינען נישט די נא יארק פאסט.....
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:41 pm#74871
ליידער זענט איר פלעינע סעלף העיטינג דשוז נעבעך.
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:46 pm#74872
ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן

?????????????????????????????????????????????
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:54 pm#74874
משה בער האט געשריבן:ליידער זענט איר פלעינע סעלף העיטינג דשוז נעבעך.


פארוואס? וויאזוי...זיי גלייבן אין די זעלבע תורה און ג-ט פון אברהם,יצחק, און יעקב

מיר האבן גרעסער פראבלעמן..אסימילאציע..אנטיסעמיטיזם..

טאקע זיי פירן נישט ווי עס דארף צו זיין אבער סעלף העיטינג?...
מיטוואך יאנואר 02, 2013 9:58 pm#74876
טאקע זיי פירן נישט ווי עס דארף צו זיין אבער סעלף העיטינג?...

וואס האסטו שוין געטוהן ארויסצונעמען יונתן פ. פון תפיסה?
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:02 pm#74879
קאווע טרינקער האט געשריבן:
טאקע זיי פירן נישט ווי עס דארף צו זיין אבער סעלף העיטינג?...

וואס האסטו שוין געטוהן ארויסצונעמען יונתן פ. פון תפיסה?


איך פארשטיי נישט
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:06 pm#74880
הרב פסח לרנר, יו"ר ארגון ישראל הצעיר א דף יומי מגיד שיעור, איז עוסק 24/לשחרר את פולארד
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:14 pm#74886
קאווע טרינקער האט געשריבן:הרב פסח לרנר, יו"ר ארגון ישראל הצעיר א דף יומי מגיד שיעור, איז עוסק 24/לשחרר את פולארד


ok...
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:23 pm#74889
וואס גייט שוין ווייטער פאר?
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:34 pm#74893
אה נאר דאס פעהלט מיר אויס, נאך א סומאטאכע :)
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:39 pm#74895
איך טראכט די ווארט סומאכטע האט באקומען אן אימאשנעל עטעטשמענט צי זיך. מ'זאל דאס נאר ניצן פאר ריכטוגע סאמאכטעסס.
מיטוואך יאנואר 02, 2013 10:56 pm#74901
אדער זאל בכלל נישט זיין קיין סומאטאכע׳ס..!!
מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:00 pm#74902
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ליידער ליידער זענען די יאנג איזריעל חברה אזוי פארזונקען אין מ״ט שערי טומאה, זיי פאקן

?????????????????????????????????????????????

אויספלאצטי. והמ"י.
מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:56 pm#77351
משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.
אויב מפרסם זיין זאל מען דאס מפרסם זיין, אז כולנו בני איש אחד נחנו, נישט ח"ו אז זיי זענען נישט איינס מיט אונז.
שנית, וואס איז "גלחים" מיט "קעטש די פלעג" וכדומה בעסער ווי ספארטס?
פארוואס מעג מען יענס יא שפילן און דאס נישט?
מיטוואך יאנואר 02, 2013 11:59 pm#77353
איך פארשטיי נישט, משה בער, וואס הייסט זיי פארשמירן אונז בעיני העמים, זיי מיר פונקטלך מסביר וואס עס שאט דיר אז דער גוי האלט אז מר. שווארץ דער דענטיסט איז אן ארטאדאקסט ווי די ? הא?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:04 am#77354
דער וואס איז מיד פון סומאטאכעס קען אריבערגיין צו זאַווערוכעס...
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:38 am#77371
איך פארשטיי נישט פארוואס מעג זי נישט שפילן שבת פינג פאנג?
פארוואס האט זי זיך ארויסגעלאזט?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 1:29 am#77377
משה בער האט געשריבן:ווי לאנג נאך וועלן מיר לאזן די בני בניו של מענדלסאן אונז פארשמירן בעיני העמים?!

http://www.nypost.com/p/news/local/devo ... paMGIT3z9K


מבני בניו של מענדעלסאן למדו מלחמה בוומס"ג.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 2:15 am#77389
ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.


סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 2:28 am#77392
בדחן האט געשריבן:
ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.


סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?


as is of course known, the size of a kappel has a direct correlation with holiness.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 2:31 am#77393
אויך איז באוויסט אז בייטאג איז ליכטיג, עני מאר אינפאו?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:25 am#77400
משה בער האט געשריבן:ליידער זענט איר פלעינע סעלף העיטינג דשוז נעבעך.

ניין. פרימיטיווע מוחות. משוגעים. פינצטערע שווארץ מאה'ניקעס. נעה. ס'איז נישט אזוי געפערליך. סתם בהמות.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:29 am#77401
ענן כבד האט געשריבן:אה נאר דאס פעהלט מיר אויס, נאך א סומאטאכע :)

צו די ערשטע סומאטאכע האט מען נישט אזוי שטארק דערלייגט. מיט 120 בלאט כ"י.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:41 am#77402
I don't see what the problem is. She chose not to play on shabbos. If you read the comments on the article, you'd see that it is a kiddush Hashem.

Try to find the good in people.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:26 am#77407
געוואלד געשריגן האט געשריבן:I don't see what the problem is. She chose not to play on shabbos. If you read the comments on the article, you'd see that it is a kiddush Hashem.

Try to find the good in people.

כ'מיין אויך אזוי, זיי זענען נישט די זעלבע מאטריאל וואו אונז..
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 12:26 pm#77423
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.

איך ווייס נישט וועגן די גאנצע עולם דא, אבער מיין סארקאזם דיטעקטער האט זיך צופופען. (צופיפען?)
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 6:33 pm#77516
משה בער האט געשריבן:די קינדער שפילן פינג פאנג רח"ל.

רח"ל! דארטן הייבן זיך אן ליידער די פראבלעמען!
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 8:53 pm#77557
טישו באקס האט געשריבן:
משה בער האט געשריבן:די קינדער שפילן פינג פאנג רח"ל.

רח"ל! דארטן הייבן זיך אן ליידער די פראבלעמען!


כ'האב געמיינט אז דארט קומט מען אן?

יעצט זעה אז דארט הייבט מען ערשט אן, סאו וואו ענדיג זיך דאס?
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:11 pm#77581
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.

איך ווייס נישט וועגן די גאנצע עולם דא, אבער מיין סארקאזם דיטעקטער האט זיך צופופען. (צופיפען?)

מיין אויך, אבער נאכן זעהן די נאמען פונעם ניק האט זיך מיין דיטעקטער אויסגעלאשן
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:12 pm#77583
היינו דאמר קאווע
האסט א פאסיגען ניק
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 10:14 pm#77584
אזוי ווי די טישו באקס, ער שטייט אלעמאל אין וועג, און ווען מ'דארף עם איז ער נישט דא צו געפינען.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:29 pm#77612
צו משה בער מיינט עס אמתדיג צו נישט, זענען דא פלענטי אקסן וואס האלטן באמת אזוי.

It seems that Moshe Ber stole a page from *Rush Limbaughs book, he would illustrate the absurd by being absurd.

*I used to listen to him before I realized the practical implications of his views.
דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:37 pm#77618
בדחן האט געשריבן:
ענדע צדיק האט געשריבן:משה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.


סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?

זיכער נישט,
אויך נישט פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א 'ס וועט באקומען די זעלבע עולם הבא ווי זיין דרייווער.
וואס ווילסטו זאגן דערמיט?
פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:43 am#77629
געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי ווי די טישו באקס, ער שטייט אלעמאל אין וועג, און ווען מ'דארף עם איז ער נישט דא צו געפינען.

טישו באקס? מיינסט די עכטע אדער אונזער נייער ניק?
פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:11 am#77646
שמעקעדיג האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אזוי ווי די טישו באקס, ער שטייט אלעמאל אין וועג, און ווען מ'דארף עם איז ער נישט דא צו געפינען.

טישו באקס? מיינסט די עכטע אדער אונזער נייער ניק?

איך האב מיך באצויגן צו וואס יתרו האט געזאגט.
מיין אויך, אבער נאכן זעהן די נאמען פונעם ניק האט זיך מיין דיטעקטער אויסגעלאשן
פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:19 am#77648
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דער פותח האשכול איז פרומאק אונטער זיין דריטער ניק. אדער איינער בדומה לו.

איך ווייס נישט וועגן די גאנצע עולם דא, אבער מיין סארקאזם דיטעקטער האט זיך צופופען. (צופיפען?)

צופיפן. שוין, פאר פרומאק און משה בער איז נישט געלונגען דעם שפיצל. איך מיין אז געפילטע פיש וואלט געמאכט א בעסערע דזשאב ווי זיי ביידע צוזאמען. קענסט דיך געבן א נאמען "געפילטע פיש מיט חריף און שיריים פון רבי'ן".
פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:39 am#77654
נו ווער זאגט אז ס'טאקע נישט מיך? נ'וויזוי דען ווייס איך אז ס'סארקאזם...? גיי ווייס...
פרייטאג יאנואר 04, 2013 2:43 am#77655
אויב ס'טאקע דיך וואלסטו דיך געמעגט אויסשארפן דיין פארראסטעטע סענס אוו היומאר. אה, כ'האב פארגעסן אז דו שפילסט משה בער, ער האט טאקע נישט א גאר גוטע סענס אוו היומאר.
פרייטאג יאנואר 04, 2013 12:11 pm#77694
נולד מאוחר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מעג זי נישט שפילן שבת פינג פאנג?
פארוואס האט זי זיך ארויסגעלאזט?

לכאורה אלץ שמה יעבירנו. מ'האט מורא אז נאכען אראפפליען פונעם טיש איינמאל, עט זי נישט טרעפן קענען טרעפן דעם באלי, עט זי צוקומען צו טראגען א נייע ד' אמות ברה''ר. ח''ו

און קאווע פרעגט נאך ווי ס'קען זיך ענדיגן...
פרייטאג יאנואר 04, 2013 3:22 pm#77765
קלוג און יונג האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מעג זי נישט שפילן שבת פינג פאנג?
פארוואס האט זי זיך ארויסגעלאזט?

לכאורה אלץ שמה יעבירנו. מ'האט מורא אז נאכען אראפפליען פונעם טיש איינמאל, עט זי נישט טרעפן קענען טרעפן דעם באלי, עט זי צוקומען צו טראגען א נייע ד' אמות ברה''ר. ח''ו

און קאווע פרעגט נאך ווי ס'קען זיך ענדיגן...

און זי 'עט זיכער טראגן א טאשטיכל אויפ'ן האלז ווי אונזערע זיידעס שב"'ק אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד. אוי. זי פארט דאך אפילו נישט צום טוירנאמענט. אונז חלומ'ען. דאס ווייזט אז ס'איז דא צווישן אונז פארקרומטע מוחות וואס זענען אייביג גרייט מלמד חובה צו זיין אויף א צווייטן. שטאט'ס מאכן אן אייגענעם חשבון הנפש, זעען ווי ווייט מ'איז פארקראכן. ביי אינז איז אלעס אין גרעסטן ארדנונג. ביי אינז איז גארנישט דא וואס מתקן צו זיין. עורו ישנים משינתכם.
זונטאג יאנואר 06, 2013 1:30 pm#77946
אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:09 pm#77962
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).

דעיס שפילן מוזיק ווען די רעבע האלט נאך אינמיטן שעלעשידעס איז 100% מותר על פי הלכה. ס'זעט אבער נישט אויס שיין. איך האב אויך געוואלט מוחה זיין ווען אין מיין רבינ'ס הויף (אקעי נישט אין הויף נאר אין ביהמ"ד) האט גענומען שפילן מוזיק אינמיטן שלש סעודות. מ'האט מיר אבער געוויזן אז ס'איז מותר. כ'גיי דא נישט אריין גיין אין די גאנצע שקלא וטריא.
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:12 pm#77964
געפילטע, דו ביסט דער ערשטער דא מיט'ן גוטען דיטעקטאר? נישט קיין שאלה אז דאס איז סארקאזם, איך האב דאס קלאר געזעהן ביים לייענען דאס ערשטע מאל, אנגעהויבען ביים ניק און געענדיגט מיט די לאכעדיגע תגובה...
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:12 pm#77965
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).

דעיס שפילן מוזיק ווען די רעבע האלט נאך אינמיטן שעלעשידעס איז 100% מותר על פי הלכה. ס'זעט אבער נישט אויס שיין. איך האב אויך געוואלט מוחה זיין ווען אין מיין רבינ'ס הויף (אקעי נישט אין הויף נאר אין ביהמ"ד) האט גענומען שפילן מוזיק אינמיטן שלש סעודות. מ'האט מיר אבער געוויזן אז ס'איז מותר. כ'גיי דא נישט אריין גיין אין די גאנצע שקלא וטריא.


האסט געמיינט די רבי'ס האבן נישט קיין היתר? זעה דא
א היתר? פאר יענעם בדיעבד
פאר מיר לכתחילה,
מחאות קשיות און היתכן
איז נאר כלפי דעם שכן
מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:30 am#90909
און וויאזוי האט מען געמעגט רעקארדירן סאקמארע רב'ס כל נדרי נאכט???
מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:28 pm#90948
קאווע טרינקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין די א.ג. חסידישע הויפן האט מען נישט חושש געווען שמא יעבירנו, ווען אינמיטן שאלאשידות, בעיצומו של שבת, הייבט די מוזיק אן צו שפילען לכבוד די חתן PLAY (שפיל אין אידיש).

דעיס שפילן מוזיק ווען די רעבע האלט נאך אינמיטן שעלעשידעס איז 100% מותר על פי הלכה. ס'זעט אבער נישט אויס שיין. איך האב אויך געוואלט מוחה זיין ווען אין מיין רבינ'ס הויף (אקעי נישט אין הויף נאר אין ביהמ"ד) האט גענומען שפילן מוזיק אינמיטן שלש סעודות. מ'האט מיר אבער געוויזן אז ס'איז מותר. כ'גיי דא נישט אריין גיין אין די גאנצע שקלא וטריא.


האסט געמיינט די רבי'ס האבן נישט קיין היתר? זעה דא
א היתר? פאר יענעם בדיעבד
פאר מיר לכתחילה,
מחאות קשיות און היתכן
איז נאר כלפי דעם שכן

דיין פוינט און די אפשאצונג פונ'ם מצב בכלליות איז זייער שטארק. און דאס היפאקריטישקייט וואס שטאמט פון טייל רבנים און רעבישע הויפן איז א גרויסער גורם פאר די אפשוואכונג פון אידישקייט ביי א טייל פון די מענטשן. אבער אין דעם ספעציפישן פאל פון שפילן מוזיק (נאכ'ן זמן פון מוצ"ש) דורך יודישע שפילערס איז 100% מותר עפ"י הלכה. דאס האט צו טון מיט'ן דין פון "אמירה לעכו"ם" אום שבת, וואס איז אסור מדרבנן (שבות) אין מערסטע פעלער. אבער א יוד מעג טון א מלאכה. פאר מיר ווען איך האלט נאך שבת.
מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:18 pm#91039
כ'הער, גיב מיר א חודש איבערצוקוקען וואס כ'האב דאן געשריבן, און איך וועל פראבירן צו פארענטפערען.