Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?

וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 156 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2684
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:34 am#77860
וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?
אין די קומענדיגע וואכן וועל איך האבן די זכי' צו זיין מיין ערשטע מאהל אין ארץ ישראל. איך וועל אי"ה טוהן וואס איך דארף דארטן טוהן (זיך באטייליגן ביי א געוויסע חתונה), איך וועל אי"ה זיין אין מירון צפת טבריה און אנדערע מקומות הק'. אבער וואס נאך קען איך טוהן? איך וויל נישט צוריקקומען פון דארטן און נאכדעם הערן "אוי, ביסט נישט געגאנגען דארטן?! נע, א שאד!"
וועלכע אינטערסאנטע פלעצער לוינט זיך צו גיין?
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:37 am#77862
אויב דו ביסט נישט קיין סאטמערער זאלסטו זען צו גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א סאטמערער זאלסטו נישט גיין צום כותל.
אויב דו ביסט א אויפגעקלערטע סאטמערער זאלסטו גיין צום כותל און זאגן אז דו האסט גארנישט געשפירט עפעס העכערס דארט.
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:43 am#77864
איךהאב שוין געשריבן אז מקומות הק' איז געקאווערט. איך רעד פראקטיש וועגן וואס נאך מ'קען טוהן.
זונטאג יאנואר 06, 2013 2:47 am#77865
פראביר אויס דעם ים המלח אביסל, ווי אויך קענסטו פראבירן אביסל די בערג אין חרמון ווי מען קען געווענדליך גיין אייז סקיניג אין די ווינטער חדשים.
זונטאג יאנואר 06, 2013 6:06 am#77892
וויליאמסבורגער האט געשריבן:איךהאב שוין געשריבן אז מקומות הק' איז געקאווערט. איך רעד פראקטיש וועגן וואס נאך מ'קען טוהן.

לעבען כותל איז דא סעגוועיס.
m http://www.segwayz.co.il/ m
זונטאג יאנואר 06, 2013 12:45 pm#77926
אויף צו גיין סקיען דארפסטו נישט קריכן קיין אר"י, האסט סאך העכערע, שענערע, בעסערע בערג דא אין ניו יארק, ווי אויך איז חרמון ארויס פון וועג, זייענדיג די צפון שפיץ פון א"י.
זונטאג יאנואר 06, 2013 1:34 pm#77948
גיי צו ראש הנקרה דאס איז לדעתי איינע פון די שענסטע פלעצער אין ישראל
מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:16 am#78147
עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:16 am#78160
ס'איז שווער צו זאגן וואס ס'וועט דיר זיין אינטערעסאנט, ס'דא דארט אן אויסוואל פון אלע מיני אטראקציעס, זאג צו די ווילסט זען נאטור, שיינע סינעריס אדער וואסער פאלן, דאן קענסטו גיין קיין עין גדי, באניאס, מצפה רימון, וכו', פאר אנדערע מיני סינעריס קענסטו טאקע גיין קיין אילת, ווי איחוד זאגט, אויב היסטאריע האסטו גאנץ אלט שטאט ירושלים, עכו, חברון, מצדה, און אן א שיעור נאך, בעדער האסטו אין ים המלח, חמי טבריה, חמת גדר, וואסער ספורטס איז דא אין אילת, טבריה, אסאך שטעט וואס זענען אויפן בארטן, ווי תל אביב, הרצליה, איך נתניה, ועוד, מוזיאון (מאזעאמס) איז דא אן א שיעור אין תל אביב, ווי אויך אין ירושלים...
אקיצור, איך קען שרייבן ביז מארגן, ס'ווענד זיך וואס דו זוכסט, ס'איז אן ארץ אשר כל בו.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 1:17 am#78161
איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.

אה האב איך געמאכט א לעבן אין אילת. דער גאנצער טריפ איז געווען ווערד בלויז פאר דעם.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 2:53 am#78170
לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 12:07 pm#78215
איחוד פעלד האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ א שטאט מיט דער נאמען אילת, ערגעץ איז עס נעבען עציון גבר.


אילת איז נישט א טייל פון ארץ ישראל
מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:36 pm#78352
ארץ ישראל = דאס אידיש לאנד. אדער דאס לאנד פון אידן.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:39 pm#78353
לאליפאפ האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פארט איר צום סאטמארער חתונה, ממילא א סאטמארער יונגערמאן וואס פארט אויף אלע גוטע מקומות איז בעיסיקלי קאווערד ווייל אין די אלע מוזעומס און בכלל אין תל אביב וועט איר זיך שפירן ווי א גוי אין ברטנורא, לענ״ד השפל.

איך גלייב ער איז נישט קיין סאטמערער, ווען יא וואלט ער נישט געזיכט ארומצופארען אין געפאלט די רבי
מאנטאג יאנואר 07, 2013 6:54 pm#78359
עס לוינט צו גיין זעהן די גרויסע כוללים, אויך די גדולים וואס לעבען היינט אין ארץ ישראל הרב קניבסקי, הרב שטיינעמאן, הרב עובדיה

גרויסע אידישע בנינים פון די גרויסע פארטייען-חסידותן

די סיפריה הלאומית אין ירושלים

פארען אין די שטחים זעהן ווי די מתנחלים לעבען א לעבען פון מסירת נפש ממש
מאנטאג יאנואר 07, 2013 7:13 pm#78371
כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 1:28 am#78497
כאפ א שפאציר אינעם שטאט צפת לאוו דווקא קברים, עס איז דא דארט אזויפיל הסטאריע, מען קען דארט שפאצירען טעג און וואכען, וועסט נישט חרטה האבן.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 2:33 am#78509
טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 5:25 am#78522
יאיר האט געשריבן:
טישו באקס האט געשריבן:כאפ א שפאציר אין אלט שטאט ירושלים, (אפילו סאטמארע גייען אהין און מ'קען זעהן דעם כותל פון א הויכן פלאץ פון אנטקעגן). פארשטייט זיך מיט איינעם וואס איז שוין באקאנט אינעם געגנט, כדי נישט בטעות אריינצובלאנדזשען אינעם אראבישן קווארטל.

דו דערמאנסט מיר גוטע צייטן, ווען איך האב פרובירט אליין ארויסצושפאצירן פון אלט שטאט דורך שער יפו מיט מיין אשת חיל. א שרעק האט אונז באפאלן זעענדיג די לאנגע געדרייטע וועג אזוי ווי א מעיז און ביז עטליכע סעקונדעס בין איך געווען פארבלאנדזשעט אין א מעיז פון שרעקעדיגע אראבער מיט נארגיילעס אין פיסק און טיכלעך אויפ'ן קאפ זיצן מיט צוזאמגעלייגטע פיס ביי די טירן פון זייערע געשעפטן. די מאדנע ריחות פון די טויזנטער געווירצן האבן נאך צוגעגעבן צו די פארכטיגע שטימונג, און איך האב געמיינט אז מיין נשמה פליט מיר ארויס. צום מזל האב איך אויפ'ן פלאץ געכאפט אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פאר'ן באזוכן דעם כותל, און תיכף ומיד געמאכט א קבלה אז לדעתי, לדעתי, טרעט איך מיר נישט אריין אינ'ם טריפה'נעם כותל און מערת המכפילה וכל שם וחניכא דאית להו, ווען נישט דעם וואלט איך נאך היינט געווען דארט. ווען איך האב זיך דערזען מיט גאנצע גלידער הינטער דעם ברייטן טויער וואו א שנארער מיט אפגעהאקטע פיס האט מיר שוין אפגעווארט אויף א ווילטשעיר און א טעלער שקלים, האב איך אפגעאטעמט און תיכף ומיד מרוב התרגשות צוריקגעגאנגען צום כותל אפגעבן א שבח והודיה פאר'ן אויבערשטער.

:lol: :lol: :lol: לדעתך לדעתך ביזטו צום סוף יא געגאנגען צום טרייפענעם/הייליגען כותל?
פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:51 am#79212
יד ושם לאז נישט אויס
זונטאג יאנואר 13, 2013 3:39 am#79377
וויליאמסבורגער, כ'קען נישט דיין תכונות הנפש, ווי געפילטע האט שוין געשריבן איז די ערשטע זאך דארפסטו וויסן וועלכע סארט אטראקציעס דו זוכסט. איך פערזענליך בין נישט קיין אטוואנטור-ליבהאבער, און אזוי אויך בין איך (נאכ)נישט אנגעקומען צו די מער עקזאטישע פעלעצר און דערווייל נאר באזוכט אין די מער פאפולערע מקומות. איך רעקאמאנדיר (דאס מיינט, איך בין דארט געווען און הנאה געהאט):
אין ירושלים:
מנהרות הכותל, מוזיאון ישראל, מוזיאון ארצות המקרא, יד ושם.
אין דרום:
א הייק אין עין גדי (איך ווייס נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), א שווים אין ים המלח (ווידער ווייס איך נישט וויאזוי ס'איז אין די ווינטער), מצדה.
אין צפון: חרמון (חוץ אז דו קענסט נישט סקיען ;) ), ראש הנקרה, די צפת'ע געסעלעך, אפשר א טאג אין טבריה.

וואס נאך? אויפן מינוט געדענק איך נישט. אבער אויב ביסטו נישט געווען אין לכה"פ 60% פון די אויסגערעכנטע פלעצער ביזטו נישט געווען אין ארץ ישראל (לענ"ד השפלה).
זונטאג יאנואר 13, 2013 4:55 am#79398
קרעקער האט געשריבן:יד ושם לאז נישט אויס

״יד ושם״ קען מען נישט געבן אזא כאפ אריין, דארט קען מען פארוויילן א פילן טאג און נאך אלץ נישט זיין פארטיג. סאיז דא א געוואלד וואס צו זעהן דארטן. אויך איז אינטערסאנט צו באמערקן אז דארט קאסט נישט קיין געלט אריינצוגיין
דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:13 am#79985
יידל, טאמער ביזטו א מוזיאום טייפ, האסטו אויסגעלאזט די תל אביב'ער מאזעאמס, בית התפוצות, בית התנ"ך, מוזיאון ארץ ישראל, און נאך.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:11 am#79997
בית התפוצות האב איך טאקע פארגעסן צו רעקאמאנדירן. אין די אנדערע בין איך נאכנישט געווען, אי"ה עוד חזון למועדים. נאך איינס וואס כ'האב מיך דערמאנט, נישט עפעס מורא'דיג אבער גאנץ זיס (גוט אפשר פאר א קורצע פרייטאג וואס מ'וויל אנפילן) איז מוזיאון גוש קטיף.

אויך האב איך פארגעסן צו רעקאמאנדירן פלעצער ווי שוק מחנה יהודה אין ירושלים, שוק העיר העתיקה וכו', אבער די אמת איז אז די זאכן איז נישט אזוי אינטערעסאנט נאר אז מ'לעבט דאס דורך, נישט אז מ'קומט ווי א טוריסט.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 5:15 am#80005
אויב זענט איר א וויין ליב-האבער איז דא א שיינע פאר וויין פירמעס, בעיקר ביי די גולן בערג, וואס זענען אפן צום פובליק און מ'קען באקומען א טור אינעם פאבריק, און דערנאך פארזוכן א פיינעם וויין...

אלט שטאט צפת האט מען שוין דא ערווענט. בלויז א שפאציר אינעם רובע היהודי צו אדורכגיין די אלע היסטארישע בתי מדרשים און בנינים איז א תענוג פאר זיך.
מיטוואך מאי 07, 2014 4:50 pm#199454
פלעין יודיש האט געשריבן:איך וואלט דיר געעצה'ט צו זיין אין ירושלים אויף שבת
מוצ''ש (ל''ג בעומר ביינאכט) דארף זיין זייער שיין דארט


טאקע זייער שיין אבער ווי קומט עס צו, צו מירון אליינס???
זונטאג מאי 18, 2014 11:03 pm#200989
קען מיר איינער זאגען ווען איז די בעסטע צייט צו פארן קיין ארץ ישראל? אויסער סוכות. דאס קען נישט ערפארדען.
איז ראש השנה שיין אין ירושלים? אין מירון ?
מאנטאג מאי 19, 2014 10:07 am#201048
שמו יגער האט געשריבן:אין מירון איז נאר דא ר' שמעון און ר' אלעזר ר' יוחנן הסנדלר וזהו?


קלאפ אויף דיין מויל! מיר האבן בקבלה איש מפי איש ביז רמ״פ שליט״א אז די גאנצע בארג איז א בית הקברות.
מאנטאג מאי 19, 2014 10:15 am#201049
ווער איז רמ''פ?
מאנטאג מאי 19, 2014 10:31 am#201058
ראשעקאל האט געשריבן:ווער איז רמ''פ?

ר׳ מנשה פילאפ שליט״א
דינסטאג מאי 20, 2014 4:52 pm#201383
לית דין בר נש האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:איך וואלט דיר געעצה'ט צו זיין אין ירושלים אויף שבת
מוצ''ש (ל''ג בעומר ביינאכט) דארף זיין זייער שיין דארט


טאקע זייער שיין אבער ווי קומט עס צו, צו מירון אליינס???


ר' יעקב מאיר שעכטערס הדלקה איז פארקויפט געווארן פאר 90 אלפים!!!

מער ווי אין מירון.. און עס האבן זיך באטייליגט שווערע טויזענטער מענטשען
דינסטאג מאי 20, 2014 4:56 pm#201384
חכם עתיק האט געשריבן:
ר' יעקב מאיר שעכטערס הדלקה איז פארקויפט געווארן פאר 90 אלפים!!!

וליתר דיוק 92000 אלפים דאלער
זונטאג אפריל 26, 2015 9:54 pm#269886
וועקט אייך אויף אשכול טייערע, ס'דא יודן וואס פארן צו רבי שמעון'ען. דיין הילף וועט זיי גאנץ פיין צינוץ קומען.
זונטאג אפריל 26, 2015 10:51 pm#269897
איך גיי טאקע פארען נעקסטע וואך אויף ל"ג בעומר, אבער דאס יאר וועט זיין א חידוש וואס א חוץ פון גיין צום הייליגען כותל אין זיך קושען מיט די הייליגע ווענט אין אראפלאזען א הייסע טרער אויף גלות השכינה, וועל איך גיין צום הר הבית ס'ערשטע מאל אין לעבען כמנהג אחינו בני ישראל וואס גייעהן לעצטענס ארויף דארט אין די פלעצער וי ממעג ארויפגיין.
כ'וואלט מציע געוועהן די סאטמערע עולם וואס גייעהן נישט צום טמא'נע כותל אין פילן דארט נישט קיין העכערקייט טאקע צוליב זייער פארגרעבטקייט, זאלען גיין באזוכען אין הר הבית אזוי וי סאיז לעצטענס נתחדש געווארען, דער רבי ז"ל האט דאס נישט געאסערט.
זונטאג אפריל 26, 2015 10:54 pm#269898
:lol:
אוי אתא ביזט אינטערטעינינגגגג!
מאנטאג אפריל 27, 2015 1:09 am#269959
ר' אתא כדי שלא יאמרו מדשתקו רבנן שמע מינא דניחא להו, וועל איך דיר נאר זאגן א קורץ ווארט וואס איך האב געהערט פון א טייער איד וואס האט געהייסן ר' יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל מעגליך אז דו האסט נאך קיינמאל פון איהם נישט געהערט, ער איז געווען א הייסער קלויזענבורגער חסיד און א ריזן ת"ח, און ער האט ליב געהאט א"י אהבת נפש כסדר גערעדט פון א"י און משתוקק געווען צו וואוינען דארט, ווען מען האט איהם געפרעגט ווען גייסטו קיין א"י האט ער געענטפערט אינעם ערשטן, האט מען איהם געפרעגט דעם ערשטן וואס? האט ער גענטפערט במתק לשונו די ערשטע געלעגנהייט, האט ער מיר אמאל געזאגט תחת אחת השיחים אז לדעתו מעג מען ארויף גיין אויפן הר הבית, האב איך איהם געפרעגט, נו דו גייסט טאקע ארויף, האט ער אויף געציטערט און מיר געזאגט חלילה די גדולי ישראל אסר'ן דאך,
,
לעניניו היות אז עס איז דא גענוג און נאך וואס האבן דאס גע'אסר'ט און עס איז דאך לפחות א חשש כרת נו ברויכסטו דאך מאכן א שאלת חכם צו דו מעגסט מפקיר זיין דיין לעבן מספק ווייל דו האסט א תאוה צו זיין דארט.
מאנטאג אפריל 27, 2015 2:05 am#269983
ב"ה איך האב נישט דער הר הבית תאוה. איך דארף פשוט האבן אפאר פעסטע האטעל'ס כמו שכתוב, און ירושלים, טבריה, און צפת, ובזה יצאתי ידי חובתי בארה"ק. אמן
מאנטאג אפריל 27, 2015 8:03 am#270003
אתא קלילא האט געשריבן:איך גיי טאקע פארען נעקסטע וואך אויף ל"ג בעומר, אבער דאס יאר וועט זיין א חידוש וואס א חוץ פון גיין צום הייליגען כותל אין זיך קושען מיט די הייליגע ווענט אין אראפלאזען א הייסע טרער אויף גלות השכינה, וועל איך גיין צום הר הבית ס'ערשטע מאל אין לעבען כמנהג אחינו בני ישראל וואס גייעהן לעצטענס ארויף דארט אין די פלעצער וי ממעג ארויפגיין.
כ'וואלט מציע געוועהן די סאטמערע עולם וואס גייעהן נישט צום טמא'נע כותל אין פילן דארט נישט קיין העכערקייט טאקע צוליב זייער פארגרעבטקייט, זאלען גיין באזוכען אין הר הבית אזוי וי סאיז לעצטענס נתחדש געווארען, דער רבי ז"ל האט דאס נישט געאסערט.


תחזקנה ידיכם!

אויב זוכסטו א מקוה הער איך אז באבוב אויף רחוב חגי איז אפען אגאנצען טאג

הרב יוסף אלבוים פון עזרת תורה געגענט קען צושטעלן א פרייע הר הבית טור אויף היימיש יודיש אויסגעהאלטן לכל דקדוקי הלכה

בעסער מיטנעמן דעם פאספארט אז די משטרה זאל נישט מאכן קיין שוועריקייטן אדער מניעות ארויפצוגיין

און פארשטייט זיך מיטנעמען די פאנטאפל, אלע אנדערע חפצים ובפרט ספרי קודש או טלית תפילין ווערן נישט ארויפגעלאזט כעת לדאבונינו הרבים

דא קען מען זעהן די שעות וואס מען קען ארויפגיין, מאפעס און נאך פארשידענע ענינים חדשות ועוד


דא קען מען זעהן פארשידענע ליכטיגע מאמרים בהלכה על עלייה להר הבית והמסתעף

נישט פארגעסן זאגן לשם יחוד פארן מקיים זיין די מצות עשה פון מורא מקדש , כיבוש, בנין בית המקדש וכו' וכו' ועוד

די תפלות דארטן ווערן נתקבל אויף אן אופן ווי קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט, עיין בכלי יקר פרשת ואתחנן
מאנטאג אפריל 27, 2015 8:36 am#270010
קודם כל ייש"כ אויף די חיזוק,
ולעצם העניין אן אריינצוגיין און צופיל דיטעלס לגבי די סוגייא פון ארויפגיין קיין הר הבית צו סאיז אסור צו נישט, נראים הדברים אז יא! אין מיט א גרויסע אל"ף, און דער גאנצער טעם האיסור איז נאר וועגען דעם וואס מענטשען וואס ווייסען נישט ביז וי ממעג גיין און ביז וי ממעג נישט קענען זיך טועה זיין באיסורי כריתות, אבער היינט וויסען מיר קלאר די גרענעצען ממילא גייט מען ח"ו נישט אריין במקום המקדש ממש.
נאך א סיבה לאיסור איז התגרות באומות, וואס לדעתי מצווה גדולה יש בדבר והמתגרה באומות תבוא עליו ברכה.

לגבי די מקווה גיי איך אין מעיין השילוח אין סילאוואן כדרכי יעדעס מאל פאר איך גיי צום כותל.
די אלע עניינים מיט מכון המקדש זענען שוין לאנג מסודר
אין ביטע לתועלת הכלל זיי מסדר אז די לינק וואס די האסט ארויפגעלייגט זאל זיין קלינגבאר ייש"כ.
מאנטאג אפריל 27, 2015 9:46 am#270019
הרב אתא דו קענסט אפשר צוצייכענען מער דעטאלן וויאזוי מען קומט אן צום מעיין השילוח ווי פונקטליך און צו מען קען אהינגיין אלע שעות?
מאנטאג אפריל 27, 2015 9:50 am#270023
נאך אפאר אינטערעסאנטע פלעצער צו גיין באזוכן

סיבוב שערים איעדען ערב ראש חודש כדי לקיים מה שנאמר סובו ציון והקיפוה

די פלאץ פון שילה הקדומה משכן שילה און תפלה חנה
מען קען נעמען א דירעקטע באס פון פסגת זאב
ווי אויך צו אלע אנדערע התנחליות און ישובים בנחלות בנימין ואפרים ומנשה בהרי שומרון עיין בהאתר למעלה

אוטובסים מיט בולעט פרוף פארזיכערהייט
m http://www.afikim-t.co.il m
m http://www.kav-layla.co.il/Web/He/Lines/Default.aspx m

ווי אויך קבר יוסף מיט מיליטערישע באגלייטונג איעדע שטיק צייט

צוויי גוטע וועב זייטן פאר טוריסט אינפארמאציע
m http://www.goisrael.com m
m http://www.tourplanisrael.com m

חווית צומת טכנולוגיה בהלכה

טיולי תנ"ך

ארצינו טורס

הגן התנכ"י יד השמונה

מוזיאון חיל האויר
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:17 am#270037
לגבי די מעיין השילוח,
די פלאץ איז אפען ביז 10AMסאיז ממש נישט ווייט פון כותל בעהט א קאר סערויס אויף עברית "אני רוצה להגיע למעיין השילוח" די בעסטע זאך מאך דאס ארום 7 אזייגער צופרי ווען די אראבער חרופען, פון כותל מיט א קאר סערויס וועט דיר קאסטען 20 שקל.
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:21 am#270041
אתא קלילא האט געשריבן:לגבי די מעיין השילוח,
די פלאץ איז אפען ביז 10AMסאיז ממש נישט ווייט פון כותל בעהט א קאר סערויס אויף עברית "אני רוצה להגיע למעיין השילוח" די בעסטע זאך מאך דאס ארום 7 אזייגער צופרי ווען די אראבער חרופען, פון כותל מיט א קאר סערויס וועט דיר קאסטען 20 שקל.

אזעלכע ציונים ווי ענק האבן אויך מורא פון אראבערס ? מה נענה אנן אבתריה...
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:28 am#270051
האמת אודה ולא אבוש,
מחמת קצת פחד ווען איך פאר צום מעיין השילוח מיט די געדינגענע קאר, אין איך קען זיך גיט אויס דארט, לייג איך ארויף אויף מיר א גרויסע כאפייא מיט א ג'אלבייא איך צונד אן א אראבישע מוזיק אין היידע מ'פארט צום שילוח אן קיין פחד....
מאנטאג אפריל 27, 2015 10:31 am#270053
אתא אין א קאפיא, ווער וואלט זיך געגלייבט!! 8-)
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:04 am#270062
ישראל קאפקע האט געשריבן:אתא אין א קאפיא, ווער וואלט זיך געגלייבט!! 8-)

כ'קען דיר שיקען א בילד וי איך בין מיט א כאפייא אין א ג'אלבייא אינדרויסען פון מעיין השילוח.
נאר כהאב מורא מחמת גלוי מוועהט ארויסטראסקענען מיינע קינדער פון סאטמערע ת"ת :)

אגב אז מרעדט שוין, כ'וינדער זיך אויף משה בער בעק אז ער גייט די יידשע לבוש בזמן וואס עם וואלט עכט געפאסט צו גיין מיט א כאפייא אזוי וי חמינאי :)
עולם הפוך ראיתי.
מאנטאג אפריל 27, 2015 11:39 am#270066
Re: וואס קען מען טוהן אין ארץ ישראל?
אזוי ווי איך בין געווען פאראיאר אין ישראל וועל איך אראפשרייבן וואו איך האב הנאה געהאט
1-אלטשטאט ירושלים איז שיין פאר ווער עס האט ליב היסטאריע מזעהט די חורבה די קורדו און די ארכיאולוגיה נעבן די כותל (Davidson center)
2-מצדה נעבן ים המלח וואו מען קען זעהן הורדוס'ס פעסטונג איז שיין און וען עס איז קלאר די וועטער איז הערליך די אויסקוק אויף די גאנצע אומגעגנט
3-און גליל איז אינערעסאנט די חרמון און ראש הנקרה איז הערליך וואו די וואסער האקט אריין און די שטיינער און די היילן
פארשטייט זיך אז עס איז דא נאך אסאך איך שרייב נאר ראשי פרקים וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט
מאנטאג אפריל 27, 2015 3:36 pm#270136
חסידי לאומי האט געשריבן:
די תפלות דארטן ווערן נתקבל אויף אן אופן ווי קיין שום אנדערע פלאץ אויף די וועלט, עיין בכלי יקר פרשת ואתחנן

תגמור דיבורך, ולכן צריך ללכת שמה אפילו שכל גדולי ישראל כולל הרצי"ה והרב קוק אסרו לעלות.

אתא קלילא האט געשריבן:און דער גאנצער טעם האיסור איז נאר וועגען דעם וואס מענטשען וואס ווייסען נישט ביז וי ממעג גיין און ביז וי ממעג נישט קענען זיך טועה זיין באיסורי כריתות, אבער היינט וויסען מיר קלאר די גרענעצען ממילא גייט מען ח"ו נישט אריין במקום המקדש ממש.


וויאזוי ווייסט מען קלאר די גרעניצן און אויף וועלעכע גדולי ישראל ביסטו זיך סומך וואס האבן מברר געווען אז מען מעג טאקע?

אתא קלילא האט געשריבן:האמת אודה ולא אבוש,
מחמת קצת פחד ווען איך פאר צום מעיין השילוח מיט די געדינגענע קאר,

און תוכד"ד
אתא קלילא האט געשריבן:אין היידע מ'פארט צום שילוח אן קיין פחד....
מאנטאג אפריל 27, 2015 5:29 pm#270151
אי משום הא לא קשיא ,כאן לפני הגאלבייא וכאן אחרי הגאלבייא.