Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » WhatsApp והמסתעף

WhatsApp והמסתעף

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 216 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2724
דינסטאג מאי 15, 2018 2:41 pm#402742
דינסטאג מאי 15, 2018 8:34 pm#402771
שעמקעדיג: ייש"כ. כ'האב פונקט געוואלט אויפמאכן אן אשכול איבער די טוויטער'ערס ווי האסידיק 1. וואס הגם זיי אליינס זענען נישט די מקור פון רישעות. זענען זיי אבער די פאסיליטעיטארס. (ערמעגליכערס) פון אזעלכע רשעים ווי חיים'קע שאולזאן. וועלכע טרינקען דאס בלוט פון יחידים און פאבליק מענטשן טעגליך...!

את חטאי אני מזכיר. איך האב אויך (אזוי ווי א סאך אנדערע) א יצר הרע צו קוקן די לעצטע נייעס און גאססיפ אויף טוויטטער. ספעציעל פון האסידיק 1. איך רעד שוין נישט פון דעם פאקט אז ער גנב'עט א סאך שטיקלעך פון קאווע שטיבל. און פון יחידים וועלכע שרייבן דא. למשל פון מיר האט ער שוין גענימען עטליכע ווערטלעך און חידושים און איבערגעשריבן אן געבן קרעדיט. איך בין איהם מוחל...!

אבער וואס ס'האט מיך ארויסגענומען פון די כלים. איך זאג שוין אז איך האלט אז דאס האט ער גענומען פון דעם רשע חיים'קע שאולזאן...! איז דער פאקט וואס ער שרייבט סתם אזוי איבער עלילות שווא. און שקר. און אומ-פונקטליכקייטן. אבי צו באשמוצן א איד ברבים...!

אין איינס פון זיינע ליקוטים האט ער געברענגט א פיקטשער פון א רבי. (אן א נאמען) ווי ער זיצט אויף א פרייוועט פלעין. שרייבט ער (איבער) אזוי..די היינטיגע רעבעס פארן אויף פרייוועט פלעינס קיין אוקראינע וואו מ'קען עס באקומען פאר 50 דאללער. און זיי זענען גרויסע רעבעס...!

איך גיי נישט לערנען קיין פשט אין א יעדעס ווארט וואס ער שרייבט איבער פון דעם רשע הידוע לשימצה חיים'קע שאולזאן. נאר ער האט נישט די פאקטן...!

דער רבי וועם ער ברענגט אין זיין (רי)-טוויט איז דער ספינקער רבי פון בארא פארק. הרה"צ ר' נפתלי ווייס שליט"א. און ער איז געפארן מיט דעם פרייוועט פלעין פאר א ספעציעלע סיבה. אין קליוולאנד איז יענעם טאג (ערש"ק פ' אמור) נפטר געווארן א חשוב'ער איד א גביר. א גרויסער שטיצער פונ'ם ספינקא רבי'ס כולל. אויך איז ער געווען דער בעל אכסניא פונ'ם ספינקער רעבי'ן ווען ער פארט קיין קליוולאנד. ממילא האט ער געמוזט זיין בי די לויה. וויאזוי ער האט זיך פארשאפט די נסיעה האביך נישט קיין אנונג. אדער דורך גוטע ידידים, וואוילע אידן וועלכע פארמאגן אט די כלי. אדער האט ער פשוט געדינגען דעם עראפלאן.

אבער צו שרייבן אזעלכע שקרים ובילבולים סתם אינדערוועלט אריין. דאס מוז נאר קומען פון יענעם רשע הידוע. מיין טענה צו האסידיק 1 און די אנדערע שוויצערס איז. פארוואס טשעקט עטץ נישט אויס קיין פאקטן פאר עטץ לייגטץ ארויף אזא פאטענציעאלע רישעות'דיגע שקריות'דיגע שטיקל...! צו דעם רשע דעם ממציא פון דעם און אנדערע בייזוויליגע שקרים האביך נישט קיין טענה. ער וועט שוין זיכער האבן זיין מיאוס'ן סוף אויב ער וועט נישט תשובה טון...! אבער צו נארמאלע מענטשן האביך יא א טענה...!
מיטוואך יוני 20, 2018 12:11 pm#406726
Re: WhatsApp והמסתעף
מוז זיין אז זיי זענען אויך נישט קיין נארמאלע מענטשן...
מיטוואך יולי 11, 2018 7:40 am#408476
געענדיגט מיט די ק/פ....

m https://www.theverge.com/2018/7/10/1755 ... d-messages m
מיטוואך יולי 11, 2018 8:13 am#408477
Re: WhatsApp והמסתעף
זיי כוונה איז נישט ק/פ, זיי זיכן וועגן צו פארמינערן די פאלשע אינפארמאציע וואס ווערט געשיקט. זיי האפן אז דורכדעם וואס א מענטש וועט זען אז א מעסעדזש "פארט ארום", וועט מען צוויי מאל קלערן אויב עס איז אמת.
m https://www.washingtonpost.com/world/as ... 2a15f3ab90 m