Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א שאלה צום רב

א שאלה צום רב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2728
מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:21 pm#79939
שמעקעדיג האט געשריבן:מעגליך אז לצורך פרנסה איז א שטיקל אונס.
אפילו היינטיגע צייטן האט מען מתיר געווען אסאך איסורים, ווי אינטערנעט, גיין קיין מאנהעטן, לאס וועגאס, לצורך פרנסה.

איך קען א יוד? וואס ער מאכט אויף זיין סטאר אום שבת. ערשטנס דרוקט ער דעם קנעפל כלאחר יד. חוץ דעם וואס דעם שליסל פאר'ן קאנטראל באקס האט ער אנגעבונדן אויפ'ן גארטל (ער טראגט נישט מיט'ן עירוב). און די לייטס און דער רעדזשיסטער גייען ביי איהם אויף א שבת זייגער. חוץ דעם טענה'ט ער אז ר'איז א שטיקל אונס. ער דארף פרנסה. אבער ער איז מקפיד אהיימצוגיין עסן טשולנט לכבוד שבת.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 12:10 am#79948
ר' בערל. איך פארשטיי נישט גענוי וואס עס דרוקט אייך. (אפשר דער הקפדה'דיגער טשולענט?)
דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:39 pm#80081
שמעקעדיג האט געשריבן:ר' בערל. איך פארשטיי נישט גענוי וואס עס דרוקט אייך. (אפשר דער הקפדה'דיגער טשולענט?)

דער טשולנט דרוקט נישט, ב"ה. וואס ס'דריקט יא איז אז דער איד, מאנ"ש איז מקפיד נישט צו טראגן מיט'ן עירוב. און ער קען אין די זעלבע צייט וואס ער גייט אויפמאכן זיין סטאר אום שב"ק שרייען אויף א צווייטן יוד "שגץ, דו טראגסט מיט דעם טמא'נעם עירוב".
דינסטאג יאנואר 15, 2013 2:58 pm#80091
אבער ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול אריין.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 3:32 pm#80106
יידל האט געשריבן:אולי ווען עס איז א פארמאלער אקט (אזוי ווי מ'טוט היינט אין די מערב וועלט, עיין כאן בדקה ה-3:35)

דאס איז נישט חיבוק,
האסט אפשר דאס געוואלט צוצייכענען..
m http://www.youtube.com/watch?v=pkjeaa4vyC0 m
ביי 0:03 און 5:14
מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:00 am#80194
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול אריין.

אז ר'איז א אונס און ער דארף פרנסה .לכן מאכט ער אויף דעם סטאר אום שב"ק. נאר דער אבסורד פון דעם גאנצן מצב איז, אז ער האלט זיך נאך פאר א צדיק און שייגעצט אן אנדערע יודן וואס טראגן מיט'ן עירוב.
מיטוואך יאנואר 16, 2013 4:36 pm#80350
לאדיך אפ האט געשריבן:וועגאס, מאנהעטן, אינטערנעט, און נאר נישט פרויען אין אפיסעס?



שמעקעדיג האט געשריבן:פארשטענדליך, ווייל דאס האט שוין געברענגט גרויסע מכשולות אינעם עבר. משא"כ די אנדערע.


אינטערנעט האט נישט געברענגט קיין מכשולות?
מיטוואך יאנואר 16, 2013 6:15 pm#80381
שני תשובות בדבר,

ערשטנס, עס איז מעגליך אנע מיידלעך אין אפיסעס, משא"כ די אנדערע;
צווייטענס, זיצן מיט מיידלעך יעדן טאג אין אפיס און עס ווערט לבו גס בה איז מער קרוב למכשול ווי די איבריגע, וועלכע מען קען קאנטראלירן למחצה ולשליש ולרביע, ווי לייגן פילטערס וכדומה.
ופשוט הוא.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:20 pm#80553
הרב שמעקעדיג
ערשטענס עס איז דא טעטעס וואס קענען נישט חתונה מאכען זייערע טעכטער אנדעם
צווייטענס איך קען מער מענטשן וואס האבן געגליטש וועגן אינטערנעט ווי מענטשן וואס זענן נכשל געווארן פון לבו גס בה [אייגענטליך קען איך נישט קיינעם, אויסער די ליטעראטור-מעשיות וואס ווערט פארשפרייט אין בתי מדרשים].
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:44 pm#80564
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ווי קומט עס אהער אין דעם אשכול אריין.

אזא שייכות ווי רוב תגובות האבן צופ קעפל פון אשכול. והשנית. זיך סתם אראפגערעדט פון הארץ. פאר וועם דען זאליך פארציילן מיינע מעשיות פאר מיין ווייב? זי קען שוין אלע מעשיות פון אויסנווייניג.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:50 pm#80566
יתרו האט געשריבן:הרב שמעקעדיג
ערשטענס עס איז דא טעטעס וואס קענען נישט חתונה מאכען זייערע טעכטער אנדעם
צווייטענס איך קען מער מענטשן וואס האבן געגליטש וועגן אינטערנעט ווי מענטשן וואס זענן נכשל געווארן פון לבו גס בה [אייגענטליך קען איך נישט קיינעם, אויסער די ליטעראטור-מעשיות וואס ווערט פארשפרייט אין בתי מדרשים].

שקויעך. ס'איז שני כתובים המכחישים זה את זה. מוז זיין עד שיבא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם. איכ'ל זיין דער כתוב השלישי. די וואס זענען אפגעפארן צוליב'ן אינטערנעט זענען שוין געווען פארדארבן פון פריער. איך קען מער מענטשן וואס זענען נישט אפגעפארן צוליב'ן אינטערנעט.
זונטאג יאנואר 27, 2013 1:45 am#82622
די וואך האב איך געזעהן אין א בראשור אז דושינסקיא רב שרייט וואס עפעס נאר א צוועלפטע קלאס סעמינאר? עס וואלט געברויכט זיין א דרייצענטע קלאס אויך!, ער זאגט עס וואלט געווען א גאר א גרויסע זאך ווען מען זאל עס קענן דורכפירן.

למעשה אויפ'ן קשיא פון כסף מנלן, כ'מיין פון ווי זאל דער פאטער זיך באקראצן מיט א איבעריגע פינף און צוואנציג טויזענט דאללער חתונה צו מאכן יעדע צוויי יאר, אז ער האט קוים דעם טאג איבערצוקומען?

אויף דעם האבן מיר דעם דובנער מגיד, ער געט א פשוטע עצה, מען פארדינט דאך פון טעקס ריטורען 7 טויזענט דאלער א יאר, נו, אז מען לייגט עס אוועק, קען מען חתונה מאכן א יעדע צוויי יאר נאך א קינד (לויט די תקנות פארשטייצעך).

אין אנדערע ווערטער, דאס נעמט דער מגיד אן פאר א פשוטע זאך אז יעדער, אבער יעדער, מאכט פונעם טעקס ריטורען זיבן טויזענט דאללער, סוף כל סוף רעדט ער דאך נאר צו היימישע מענטשן, אזעלכע וואס האבן נישט קיין טעקסט מעסעדזש אויף זייער אבאמא פאון, איי דער וואס דארף עס צו צאלן די רענט ווייל ער איז נאך אויף די וועיטינג ליסט פון סעקשאן אכט, נו מען רעדט דאך פונעם רוב ציבור וואס האבן שוין.

א קיצור עס וואלט געקענט זיין א היכי תימצא אז אין צוויי טויזענט יאר ארום וועט א יונגעל אדער בחור לערנען א גמרא עפעס אזוי.

נכנסו חכמי ישראל להמגיד ואמרו לו -עמך ישראל צריכים פרנסה, אמר להם -לכו והתפרנסו זו מזו, אמרו לו -כיצד, אמר להם, הבנים- מלמדים, משמשים, רבנים, דיינים, גבאים, עסקנים וכו' והבנות- מורות, ועסקניות, אמרו לו, -אין הקומץ משביע את הארי! אמר להם לכו ופשטו ידיכם בגדוד, מיד יועצים במשה דוד, ונמלכים באריה לייב, ושואלים את הבענעפיט עקספערט, ועליהם שרי התאחדות הרבנים .
זונטאג יאנואר 27, 2013 2:15 am#82628
גוטע וואך בענדשי.
זונטאג יאנואר 27, 2013 2:32 am#82631
אין 2 טויזענט יאר ארום? אין אלף השמיני? נע...
זונטאג יאנואר 27, 2013 2:41 pm#82747
ענטפער צו בענדזשאמין פרענקלין
שקויעך פאר'ן אראפלייגן וויאזוי די גמרא וועט אויסזעהן אין צוויי טויזנט יאהר ארום. ס'איז נאר דא איין פראבלעם. דאמאלס וועט שוין שטיין (אין די נייע גמרות) "אין לך עני בישראל שאין לו אינטערנעט".און אפילו מיט עלעקטראניק פיילינג וואס ער'ט פיילן פאר'ן טעקס קרעדיט וועט די ממשלה קענען זעהן וויפיל מאל די משפחה איז געפאהרן קיין פלארידא און קיין אומאן און אויף ל"ג בעומר קיין מירון. און זיי וועלן דאס אלעס אראפרעכענען . אזוי אז ר'עט ח"ו בלייבן נקי. די איינציגע עצה איז אז ר'זאל פאהרן אויף א צווייטן נאמען און ארבעטן אויכעט און דער שטייער קרעדיט זאל גיין אויף זיין נאמען.
דינסטאג יאנואר 05, 2016 3:19 pm#316139
בענדזשעמין האט געברענגט א שיינע מעשה און א פסק פונעם חות יאיר לקולא, איז וויכטיג צו אנמערקן אז כפי ששמעתי (איך האלט אינמיטן זוכן דעם מקור) האט דער חות יאיר מחבר געווען די ספר נישט לפי שאלות וואס איז אנגעקומען צו איהם, נאר יעדע ענין וואס ער האט געוואלט דורך טוהן האט ער אויסגעשטעלט בדרך שאלה ותשובה, והוא נוגע הרבה לענין הלכה.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 1:16 am#316261
ATUB @געוואלדיג ATUB ביסטעך טועה דאס זאגט מען אויף'ן תרומת הדשן (און אויף שוו"ת תורה לשמה פונעם בן איש חי).
מיטוואך יאנואר 06, 2016 1:21 am#316262
קען זיין, אויפן תרומת הדשן איז זיכער אזוי מקובל, לכאורה איז טאקע אויף איהם דאס געזאגט געווארן און נישט אויפן חות יאיר, ואיתי תלין משוגתי.
מיטוואך יאנואר 06, 2016 10:38 am#316277
געוואלדיג האט געשריבן:קען זיין, אויפן תרומת הדשן איז זיכער אזוי מקובל, לכאורה איז טאקע אויף איהם דאס געזאגט געווארן און נישט אויפן חות יאיר, ואיתי תלין משוגתי.


אויפן תרומת הדשן שרייבט דאס דער ש"ך און קצ"ו
מיטוואך יאנואר 06, 2016 10:40 am#316278
אויב איז טאקע אזוי וואלט עס געוויזן מער לקולא ווייל אז עס איז א שאלה פראבירט מען ווי מען קען מקיל כדי א איד זאל בלייבן מיט פרנסה אבער אז אזא מעשה איז קיינמאל נישט געווען זעהט עס אויס מער ווי א לכתחילה
מוצ"ש מאי 28, 2016 11:00 pm#334957
זיך דערמאנט פון דעם אשכול.
מארק שפירא אין זיי היינטיגען מאמר אויף ספרים בלאג, איז דן איבער די ראמאנטישע שאלות אין חוות יאיר
m http://seforim.blogspot.com/2016/05/r-y ... f.html?m=1 m
מוצ"ש מאי 28, 2016 11:30 pm#334960
געוואלדיג האט געשריבן:קען זיין, אויפן תרומת הדשן איז זיכער אזוי מקובל, לכאורה איז טאקע אויף איהם דאס געזאגט געווארן און נישט אויפן חות יאיר, ואיתי תלין משוגתי.

ביסט זיכער אז ס'גוט גע' ספעלל'ט...?!
מוצ"ש מאי 28, 2016 11:31 pm#334961
אין א פריערדיגע פאוסט ברענגט ער פון ר' ראובן מרגליות איבער עפעס וואס איז א גרויסע נידון אין שטיבל:

In earlier years parents would arrange marriages for their sons, and the overwhelming majority of the marriages
succeeded. This is alluded to by the verse in Proverbs:
מצא אשה מצא טוב
Now, however, things are different, and young men find their own brides, “and most of the time there isn’t peace between them after the marriage.” This is alluded to by the verse
ומוצא אני את האשה מר ממות.
In other words, if I find a wife for myself, most of the time it will turn out to be “more bitter than death.”
זונטאג מאי 29, 2016 3:15 pm#335040
טמיר, דאס האסטו ארויסגענומען פונעם גאנצן פאוסט?
דאנערשטאג יוני 20, 2019 4:40 pm#432153
פאר עפעס א סבה האב איך זיך געטראפען אין די SEFORIM בלאג, און דארט האב איך געזען די אשכול ציטירט. קוקט'ס דא
דאנערשטאג יוני 20, 2019 6:37 pm#432157
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פאר עפעס א סבה האב איך זיך געטראפען אין די SEFORIM בלאג, און דארט האב איך געזען די אשכול ציטירט. קוקט'ס דא


וואו?
דאנערשטאג יוני 20, 2019 6:39 pm#432158
Re: א שאלה צום רב
ער ברענגט אז ישכר כץ האט עס איהם געוויזען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk