מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:42 pm#82571
"פארווערטס" גייט דידזשיטאל, און וויל שלעפן חסידישע ליינערס
די בארימטע אידישע צייטונג "פארווערטס" האט פרייטאג געמאלדן אז אנגעפאנגען פון פעברואר 4 וועט די צייטונג אריבערגעפירט ווערן צו א דידזשיטאלער פארמאט אויף דעם אינטערנעט, וואס וועט ווערן אפדעיטעד פינף טעג א וואך. די פרינט אויסגאבע וועט אנפאנגען צו ערשיינען בלויז איין מאל אין צוויי וואכן.
די אדמיניסטראציע פון פארווערטס האט געזאגט אז זיי פארלירן געלט יעדעס יאר, און זייער ליינערשאפט האלט אין איין פאלן. עס ווערט יעדע וואך געדרוקט בלויז 2,100 קאפיעס, אראפ פון די 250,000 קאפיעס וואס דער פארווערטס האט טעגליך געדרוקט פאר 60-70 יאר צוריק.
דער פארווערטס זעט אויך איין אז די פרייע ליינערס פון אידיש ווערן עלטער, און די יונגע דור רעדט שוין נישט קיין אידיש. די צוקונפט פון אידיש ליגט ביי חסידים. דערפאר ווילן זיי צוציען חסידישע ליינערס דורך א בלאג מיט'ן נאמען "אידיש מיט אן אלף" וואס וועט געשריבן ווערן דורך חסידים.
עס איז נישט צו גלייבן ווי די צייטונג וואס האט אזויפיל יארן געהעצט קעגן פרומע אידן, און האט געהאט א חלק אין אראפפירן מיליאנען אידן פון וועג, מוז יעצט אויסשטרעקן א האנט צו חסידים אז זיי זאלן ראטעווען די צייטונג פון אונטערגאנג. פון די אנדערע זייט קען עס אבער זיין א אינטערעסאנטע וועבסייט, וואו חסידישע געשעענישן וועלן געדעקט ווערן אן די היימישע פילטערס, און מ'וועט קענען געניסן פון אביעקטיווע היימישע באריכטן. ימים ידברו.