אלטע בילדער פון רבנים.
הכמממ...
🎤 אךך כ'בין אינגאנצן שטויביג, ריקט דיך, וואטש, אוי די אשכול ליגט אין קעלער פאר 5 יאר, שוין, עני וועי.
איז אזוי, איך זוך אלטע בילדער פון רבנים פון פארן קריג, אדער אפילו נאכן, אבער נאך שווארץ און ווייס (גוטע הגדרה?). אבער וויפיל איך קוק, טרעף איך נישט קיין שום וועבסייט איבער דעם, וואס איך זעה נאר אז אז ס'איז אלעס איז בעיקר אין היימישע פארומס, ווי אין: אוצר החכמה, פורום לתורה, אייוועלט.
כ'ווינדער מיר צו די אלע זענען טאקע אפלאודעט געווארן דורך די חברי הפורומים, וואס איז א שטיקל חידוש, ווי זאל אנקומען צו היימישע אזאלכע ארכיון.
אבער ביי יעדע בילד באזונדער, נוצענדיג גוגל סערטש, צייכנט ער מיר צו טאקע אלס אט דיזע 3 פורומס.
איך טוה שפעקולירן אז אפשר פארפאס איך עפעס אין די געוועב, ווי דארט באהאלטן ליגן אוצרות.
🤔
איז איימיצער באקאנט אין א וועבסייט איבער דעם? אדער איז ביכולת צו מאכן א ליסט פון וועבסייטס איבער אלטע אידישע בילדער בכלל, וואס אפשר דארט צווישן א געמיש פון פארשידענס איז דא דארט אסאך היימישע ארכיוון?
יישר כח, איך דארף לויפן צו מיינע שאף.
🐐🐑