Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » גוגל נייעס

גוגל נייעס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
102 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 128 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2840
מיטוואך יולי 16, 2014 8:33 pm#212246
נייעס אין גוגל: לייגט אריין דעם ווארט translate, קומט אויטאמאטיש ארויף א קעסטל וואו איר קענט אריינלייגן דעם ווארט וואס איר ווילט איבערטייטשן.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:31 pm#213474
גוגל מעפס לייגט צו אן "עקספלאור" פונקציע צו זייער עפפ.

m http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=14368 m
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:04 pm#213493
געוואלדיג. מ'דארף אבער אפדעיטעטן די עפפ.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 8:48 pm#213649
גראדע מיין גוגל מעפס עפפ האלט אין איין קראכן. כ'קען עס נישט נוצן פאר gps ווייל ס'קראכט פונקט אין די ערגסטע צייטן...
עצה?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:13 pm#213686
נייע פאון מיט מער RAM
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 9:17 pm#216737
נישט קײן נײעס אבער דאך גוגל.
דא איז א לינק מיט 25 טריקס אדער שארטקאטס װען מען נוצט גוגל שנעלער אן צוקומען צו װאס מען זוכט
מיט מער פונקליך אינפארמאציע.

m http://bgr.com/2014/08/13/top-25-google ... ps-tricks/ m
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:30 pm#231353
כ'ווייס נישט צי ס'איז גוגל נייעס אדער ענדרויד נייעס, אבער מאטאראלע פאר ווערייזאן האבן היינט אנאנסירט א מעכטיגן ענדרויד פאון אשר כמוהו לא נהי' עד הנה, די ספעקס שטייגן איבער יעדן פאון וואס איז נאר געווען ביז היינט, די שארפסטע סקרין מיט די מערסטע PPI, די שנעלסטע פראסעסאר און די מערסטע מעמארי, 21 פיקסל קעמערע, א גרויסן בעטערי, עס רופט זיך 'דראויד טארבא'.

פאר מער דרוקט 2, אדער דעם לינק דא
m http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2471113,00.asp m

בילד
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:28 pm#231370
וועט עס זיין אזוי ביליג ווי די אנדערע מאטאראלע פאונס, אדער וועלן זיי טשארדזשען אזויווי די ביג בויס?
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:29 pm#231402
זיי שרייבן דארט ווי פאלגענד:
The 32GB Droid Turbo will cost $199.99 with contract and the 64GB model will cost $249.99, both available starting Oct. 30
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:32 pm#236315
גוגל האט צוגעלייגט שעירינג און קאלאביראציע אפציעס צו זייער נאוט סערוויס גוגל קיפ. יעי!
מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 1:39 pm#236316
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'ווייס נישט צי ס'איז גוגל נייעס אדער ענדרויד נייעס, אבער מאטאראלע פאר ווערייזאן האבן היינט אנאנסירט א מעכטיגן ענדרויד פאון אשר כמוהו לא נהי' עד הנה, די ספעקס שטייגן איבער יעדן פאון וואס איז נאר געווען ביז היינט, די שארפסטע סקרין מיט די מערסטע PPI, די שנעלסטע פראסעסאר און די מערסטע מעמארי, 21 פיקסל קעמערע, א גרויסן בעטערי, עס רופט זיך 'דראויד טארבא'.

פאר מער דרוקט 2, אדער דעם לינק דא
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2471113,00.asp

בילד

נאר מיט ווערייזאן?
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:06 pm#236656
געפילטע פיש האט געשריבן:גוגל האט צוגעלייגט שעירינג און קאלאביראציע אפציעס צו זייער נאוט סערוויס גוגל קיפ. יעי!

כאב שוין געזעהן sharing זייער לאנג צוריק

וואס איז קאלעבאראציע?
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:45 pm#236674
ידען האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:גוגל האט צוגעלייגט שעירינג און קאלאביראציע אפציעס צו זייער נאוט סערוויס גוגל קיפ. יעי!

כאב שוין געזעהן sharing זייער לאנג צוריק

וואס איז קאלעבאראציע?

אז צוויי מענטשען קענען צולייגן און עדיטן די זעלבע נאוט.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 6:24 pm#241277
נאך ואס גוגל מעפס האט שוין אין א פאר פארלעמענטס און אנדערע גאווערמענט בילדינגס סטריט וויאו, ווי מען קען ממש ארימשפאצירן דארט אויפן קאמפיוטער,
m https://www.google.com/maps/views/stree ... nces?gl=us m
האט היינט גוגל אין מדינת ישראל געמאלדן אז מען קען שוין ארימשפאצירן אין א גרויס חלק פונעם כנסת, עס איז זייער אינטרעסאנט פאר די וואס קענען די פלאץ, מען קען זעהן די מליאה פון די פלאץ פונעם יושב ראש הכנסת, און נאך,
m https://www.google.com/maps/views/view/ ... 76&fovy=75 m
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:59 am#241416
גוגל האט פארעפנטליכט די טאפ-10 זוכענישן אויפן גוגל וועבסייט פונעם פארגאנגענעם יאר, 2014.

.
מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:07 am#249168
נאר ביי מיר איז גוגל.קאמ געווען דאון פאר עטליכע מינוט?
מיטוואך יאנואר 21, 2015 11:09 am#249169
ארבייט פיין ביי מיר.
דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:11 am#251473
גוגל ארבעט אויף א טעקסי סערוויס אזוי ווי uber.
מסתמא פלאנען זיי צי ניצען קארס אן דרייווערס.http://www.vosizneias.com/193514/2015/02/02/new-york-report-google-preparing-to-launch-ride-hailing-service/
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 1:03 am#253110
גוגלס פיר פיסיגע ראבאטס
Forbes Now: Meet Another, Slightly Less Scary Robot From Google - This One's A Puppy. m http://google.com/newsstand/s/CBIwoNaikBI m
זונטאג אקטאבער 25, 2015 11:19 pm#306161
YouTube Red
דאס איז די נייע אפפער פון גוגל. עס וועט קאסטן 10 דאלער א חודש פאר א סובסקריפשאן, דאס וועט האבן 2 מעלות איבער די רעגולער יוטאב, איינס אז נישטא מער קיין עדס (wow), והשנית אז מען וועט קענען זען געוויסע מאוויס נאר אוועילעבל פאר סובסקרייבער.
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 12:25 am#306167
Re: גוגל נייעס
petergrifin האט געשריבן:נישט קײן נײעס אבער דאך גוגל.
דא איז א לינק מיט 25 טריקס אדער שארטקאטס װען מען נוצט גוגל שנעלער אן צוקומען צו װאס מען זוכט
מיט מער פונקליך אינפארמאציע.

http://bgr.com/2014/08/13/top-25-google ... ps-tricks/

ייש"כ זייער ניצבאר. מ'דארף דאס איינחזרן פון קינדווייז אהן אז עס זאל זיין כמונח בקופסא
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:10 pm#306276
ביי מיר איז קיינמאל נישט פאראן עדס אויף יוטוב, ווי ארבעט דאס?
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:16 pm#306277
יעדער קען האבן אלעס אן קיין קאומערשילעס פאר בחנם דורך צוטשעפענען דעם בראוזער צו Adblock Plus ארבעט א מחי׳ ביי מיר און ס׳בלאקירט אלעס אן א אויסנאם!

m https://adblockplus.org/ m
מאנטאג אקטאבער 26, 2015 10:19 pm#306278
/
דינסטאג אקטאבער 27, 2015 10:18 am#306341
אויף ענדרויד העלפט נישט די עדבלאקס, דארט וועט דאס זיין א ישועה.
דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:21 pm#306364
מען ברויך ניצן זייער בראוזער
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 6:46 pm#307191
Re: גוגל נייעס
האב איך מיר היינט אויפגעסיינט אויף יוטוב רעד פאר 9.99 די ערשטע חודש איז פריי, עס איז ממש א ישועה,
קודם כל די האר אויפשטעלנדע עדס וואס זיי האבן געפערליך פארברייטערט לעצטענס, איז מען פטור דערפון, און אויך די אנדערע פיוטשערס ווי אז עס קען ארבעטן אין די בעקגראונד און מיט א אויסגעלאשענע סקרין, וואס קומט בעיקר צוניץ ווען מען הערט מוזיק אדער ווען מען וויל לייענען א מעסעדז אינמיטן א וידיאו,
אויך די סעיוו פאר אפליין פיוטשער איז גאנץ נוצבאר,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 8:11 pm#307206
וואט דע *** טוט גוגל מיט יוטוב?
איך גיב עס צוויי דריי חדשים ביז זיי גייען אנפאנגען סקרוען די געווענליכע יוטוב באנוצער. עדווערטייזמענטס גייען זיך יערן און מערן, קאנטענט גייט אנפאנגען צו פארשוואונדן פון יוטוב רעכטס און לינקס.
מער ווייניגער טוען זיי ארויפצווינגן א טי.טי.פי. אויף זייערע אומזיסטע באנוצער. :x
איך מיין אז זיי זענען שוין ווייט צו גרויס און אראגאנט, זיי דארפן זיך אויפברעכן אויף קלענערע קאמפעניס.
דאנערשטאג מערץ 10, 2016 6:01 pm#323975
.
פרייטאג מערץ 18, 2016 11:34 am#325618
Alphabet plans analytics platform to help cities solve traffic problems

m http://www.pcworld.com/article/3045676/ ... blems.html m
דינסטאג אפריל 19, 2016 11:28 am#329980
YouTube Launches Live 360-Degree Video Streaming

m http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=17558 m
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 12:50 pm#351721
גוגל אסיסטענט
גוגל איז גארנישט ציפרידן געווען מיט GOOGLE NOW זיי ארבייטן אויף א נייע סיסטעים וואס הייס GOOGLE ASSISTANT

די חילוק איז אז למשל 'גוגל איצט' קען מען פרעיגן ווי קען איך קויפן א פיצא, דאן אויב וויל איך וויסן וויפיל קאסט עס דאן איז עס א נייע סערטש, משא"כ ביי גוגל אסיסטענט קען מען שפינען די קשיא ווייטער און וועט מיט האלטן דעם שמיעס פערפעקט, און דעריבער איז דאס י פיוטשער.

איי וועט איר פרעיגן ווי עס, איך ברויך דאס ריידע וועי האבן, אויף דעם וועט מען מיזן זאגן כאפ נישט קיין הייסע לאקשען, אפילו עקעדיגע לאקשען כאפ נישט, עס איז שוין דא, אבער מען קען דאס נישט האבן נאר אויב מען דאון לאודעט די גענצלעך נייע עפפ וואס גוגל האט רעליעסט וואס גייט בייקומען אלע מעסענדזשער סערוויסעס ווי צב"ש די טריפענע וואצעפ און טעלעגראם ועוד עפל'ס איי מעסעדזש. די נייע עפפ הייסט Google Allo דאס איז א גאר קליגע מעסעדזשינג סערוויס וואס די ערשטע קאנעקשן איז @google און דאס איז דער פערזענלעכער שמש, וואס קען דער שמש אדער גבאי, ווי איינער זאגט א וויץ דיין פערסענעל משה גבאי (חחח אין קעיס איר כאפט נישט די וויץ) מען זאגט דעם שמש פליז וועק מיך אויף פירע פארטאגס, גייט ער אריין צים אלארם עפפ און שטעלט אייך אן די אלארם, אזוי קען מען אים זאגן אלעס און אייביג, ווי למשל ס'טיצעך עפעס נייעס, אויפן ארט קומט אריין אלא נייעס וואס עס טוט זיך אויפן געוועב, ווען קומט ארויס דער וועקער, ענטפער, איך בין דיין גבאי נישט שש משזר'ס. און עס איז אויך עוועילעבל אויף די עפלעך דיווייסעס. דערווייל איז עס נאך נישטא אויפן דעסקטאפ, גיי ווייס פארוואס נישט.
די גוגל אסיסטענט וועעט זיכער זיין א סטענד אלאן עפפ בקרוב, אבער היות עס איז נאך דערווייל אין בעיטע איז עס נאר אזא סניק פיק ווי מען ריפט דאס.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:27 pm#351730
The difference between Google Now and Google Assistant

m https://www.cnet.com/how-to/the-differe ... assistant/ m
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:31 pm#351731
אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'.
גוגל פארלאנגט טאפ דאלער פאר די נייע פאונס, זיי זאגן אז די פאונס איז גארנישט אונטערשטעליג פונעם נייעם אייפאון, און עס פארמאגט אויסגעצייכענטע הארדווער און א גאר קלארע קעמערע מיט גוטע בילדער אפילו פון דער טונקל.
דער פאון וועט זיין די ערשטע צו ענטהאלטן די נייע "גוגל אסיסטענט" הנזכר לעיל.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:15 pm#351732
אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:31 pm#351734
זעהט אויס זיי האבן גא-ץ צו טון זאכן אנדערש ווי דער מיינינג פונעם המון עם ;)
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 5:14 pm#351736
לענ"ד נראה אז די SD קארד איז א שטער פאר געוויסע ביזנעסער, און זיי האבן זיך דא אריינגעמישט.
מיטוואך אקטאבער 05, 2016 5:41 pm#351737
פליקער האט געשריבן:אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.


אין זייער אדווערטייזמענט שרייבן זיי אז די פאון וועט האבן אנלימעטיד סטארעדזש (לכאורה אין זייער קלאוד), וממילא איז די SD איבעריג.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:07 am#351886
Re: גוגל נייעס
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואט דע *** טוט גוגל מיט יוטוב?
איך גיב עס צוויי דריי חדשים ביז זיי גייען אנפאנגען סקרוען די געווענליכע יוטוב באנוצער. עדווערטייזמענטס גייען זיך יערן און מערן, קאנטענט גייט אנפאנגען צו פארשוואונדן פון יוטוב רעכטס און לינקס.
מער ווייניגער טוען זיי ארויפצווינגן א טי.טי.פי. אויף זייערע אומזיסטע באנוצער. :x
איך מיין אז זיי זענען שוין ווייט צו גרויס און אראגאנט, זיי דארפן זיך אויפברעכן אויף קלענערע קאמפעניס.

איך האב שוין נישט געזען עדס פאר חדשים, אינסטאליר א עד בלאקער.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:09 am#351887
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'.

נישט ריכטיג: HTC מאכט די טעלעפאון'ס פאר גוגל.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:16 am#351888
Re: גוגל נייעס
הוגה האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:אבער פארוואס אים גא-ץ ווילן האבן זיי נישט פארגינען די SD קארטל, חבל.


אין זייער אדווערטייזמענט שרייבן זיי אז די פאון וועט האבן אנלימעטיד סטארעדזש (לכאורה אין זייער קלאוד), וממילא איז די SD איבעריג.

קלאוד איז נישט א ריפלעיסמענט פאר פאקטישע סטארעדש. און זיי וועלן נאך מיאוס חרטה האבן אויף דעם עס די שטות פארן נישט אריין לייגן, וועיט ענד סי, און די פאון איז עקסקלוסיוו צי ווירייזאן אבער מען קען קויפן א אויסגעשלאסענע אויף זייער וועבסייט פאר די פולע פרייז.
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:52 am#351891
טרויבן88 האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אנדערע נייעס האט גוגל אויך ערצייגט 2 נייע טעלעפאנען - עס גייט הייסן "פיקסעל" אנשטאט 'נעקסוס' - און די חידוש איז אז זיי ערצייגן אליינס די הארדווער, גענוי ווי עפל - נישט ווי ביז איצט וואס זיי פלעגן אוט-סאורסן זייערע פראדוקציע צו א דריטע פארטי, ווי עסוס, מאטאראלע, וכדו'.

נישט ריכטיג: HTC מאכט די טעלעפאון'ס פאר גוגל.


פון וואו נעמסטו דיין אינפארמאציע?
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:59 am#351893
וואס איז דער משוגעת פון אנלימיטעד סטארעזש ווען מען האט ווערייזאן סערוויס? מען מוז ארבייטען אויף וויי פיי און דו קענסט נישט האבן אנלימיטעד דאטע אויף ווערייזאן אפילו דו ווילסט צאלן דערפאר!
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 10:13 am#351895
שמעקעדיג האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:נישט ריכטיג: HTC מאכט די טעלעפאון'ס פאר גוגל.

פון וואו נעמסטו דיין אינפארמאציע?


א אפענע סוד
m https://www.bloomberg.com/gadfly/articl ... -you-loser m
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 10:50 am#351897
אינטרעסאנט. גוגל פרובירט איינצורעדן אז זיי פראדוצירן עס יא אליינס..

m http://www.forbes.com/sites/jeanbaptist ... not-google m
פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:07 pm#351924
Re: גוגל נייעס
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט. גוגל פרובירט איינצורעדן אז זיי פראדוצירן עס יא אליינס..

http://www.forbes.com/sites/jeanbaptist ... not-google

איך ווייס נישט ןוי די גרעניץ איז ווען מרעדט פון מאכן אליינס אנטקעגן אז איינער מאכט עס פאר דיר, למשל עפל מאכט אויך נישט אליינס זייערע פראדוקטן, foxcomm מאכט עס פאר זיי, איז לאמיר זאגן אז עפל האט א 10 יעריגע קאנטראקט מיט foxcomm מיינט דאס אז זיי מאכן עס אליינס? עס איז עקסקלוסיוו פיין אבער עס איז נישט זייער פעקטארי, זיי קענען אלעמאל אויפנעמען איינעם אנדערש, סא אין דעם חלק קען אפשר אויך הייסן אז גוגל מאכט עס אליינס.
מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 2:55 am#354701
זונטאג פעברואר 26, 2017 10:21 am#363883
קען מען ערווארטן אז בקרוב וועלן אונזערע פילטערס נישט אדורכלאזן טעקסט מעסעדזשעס?

m https://www.wired.com/2017/02/google-support-for-rcs/ m
מיטוואך מערץ 01, 2017 3:26 am#364201
Re: גוגל נייעס
א ראבאט פון באסטאן דיינעמיקס (א גוגל קאמפאני) גייט דורך פארשידענע טעסט'ס.
m https://youtu.be/-7xvqQeoA8c m
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:24 pm#381649
דאס האב איך געשריבן א וויילע צוריק

שמעקעדיג האט געשריבן:אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.

ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.


די אפציע צו טוישן ספיד איז געווען נאר אויפ'ן דעסקטאפ, נישט אויפ'ן טעלעפאן. אצינד האט גוגל געמאלדן אז זיי ברענגען עס אריבער צום מאביל מארקעט.


m https://thenextweb.com/apps/2017/08/07/ ... to-mobile/ m

אויך איז אין די נייעס אז יוטוב וועט האבן אריינגעבויט א מעסעדזשינג פיטשער אין יו-טוב

m http://www.ubergizmo.com/2017/08/youtub ... g-feature/ m

איין זאך וואס איך האב מער ליב אויפ'ן מאביל ווי אויפ'ן דעסקטאפ, הלוואי קען דאס גוגל אריבערברענגען - איז אז מען קען ליינען יו-טוב קאמענטס בשעת דער ווידיאו בלייבט אין פראנט פאר דיר, ד.ה. ווען דו סקראולסט אראפ, סקראולן זיך בלויז די קאמענטארן, און נישט דער ווידיאו וואס שפילט. משא"כ אויפ'ן דעסקטאפ אינעם בראוזער סקרולט זיך דער גאנצער פעידזש אינאיינעם מיט'ן קליפ.