Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תורה קאודס - אמת אדער נישט?

תורה קאודס - אמת אדער נישט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
66 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 71 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #287
דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:51 pm#441474
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאר קלארצושטעלן, לויט יענע ירושלמי איז די וועלט א האלבע באל וואס שווימט ארום אין די אושען, די גרעסטע דשאוק איז ס'איז אפילו דא א קלארע עדות'שאפט פון אלכסנדר מוקדון, און נאכדעם ווילן זיי נאך פארשטיין פארוואס די חוקרים נעמען נישט ערנסט די אלע "פאקטן" און "עדות'שאפטן" פון די תורה.


און וועלכע חדר טיישט מען כדור א האלבע באל? שמקיף מיינט נישט אז עס שווימט.

חוץ מזה תוס' קומט מיט דעם מסביר זיין די הלכה אז א געטשקע וואס האלט אין די האנט א באל איז סימן אז מען דינט צו דעם, און דער הלכה רעדט מען זיכער פון א גאנצע באל.
דינסטאג יאנואר 14, 2020 6:28 pm#441477
פינטעלע איד האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:עס איז ליידער אן אפטע ערשיינונג אז אין די גרויס געיעג צו מאכזיר ביטשיווע זיין פארקויפט מען די חברה לאקשן, מען זאגט זיי אז די זוהר האט געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג


איך ווייס נישט וועגן זוהר, אבער תוס' מסכת עבודה זרה מ''א עמוד א' ד''ה ככדור: שהעולם עגול כדאיתא בירושלמי שאלכסנדרוס מוקדון עלה למעלה עד שראה כל העולם ככדור ואת הים כקערה פי' ים אוקינוס שמקיף את כל העולם:

וואס די חידוש אויב א ראשון ווייסט? אפילו אויב די ירושלמי ווייסט איז נישט קיין גרויסע חידוש.

אויב די זוהר ווייסט, און אויב די גאנצע זוהר איז געשריבן בימי רשב"י, וואלט עס געווען חידוש פאר מיר אז די תנאים האבן שוין געוואוסט אין א צייט וואס אסאך חכמי אוה"ע האבן נאכנישט געוואוסט.
דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:21 pm#441490
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.

קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט

בכלל איז משמע פון דים אז חז״ל האבן גענומען די ידע פון מוקדון (ס׳קען זיין אז די חכמה איז דאס וואס זיי האבן מקבל געווען זיין עדות׳שאפט אנטקעגן די דעמאלטסדיגע אקצעפטירטע קאנצעזוס.
דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:21 pm#441491
פינטעלע איד האט געשריבן:און וועלכע חדר טיישט מען כדור א האלבע באל? שמקיף מיינט נישט אז עס שווימט.

אויב די אושען איז ווי א שיסל מיט וואסער (כקערה), און די שיסל וואסער נעמט ארום די וועלט, דאס רוף איך "שווימען". קען זיין אז די באל וואס איז ארומגענומען מיט (שווימט אין) די שיסל וואסער איז א גאנצע באל, אבער די חלק וואס שטעקט זיך ארויס אויף וואס מ'זאל קענען וואוינען קען נאר זיין א האלבע באל.
דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:23 pm#441492
וויאזוי אריסטו האט אויסגערעכנט אז די וועלט איז רונדיג, געדענקט אז ער איז געווען עלטער פון רשב"י מיט אלכסנדר מוקדון צוזאמען...
דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:33 pm#441494
טראכטכמוני האט געשריבן:קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.

קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט

אדער קען זיין אז ס'איז סתם א לעגענדע (במילים מכובסות: למעלה מהשגתינו...).
מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:13 am#441498
Re: תורה קאודס - אמת אדער נישט?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:קודם פירוש המילות:
תוס׳ זאגט אז: דער ירושלמי זאגט אז: אלקסנדער מוקדון האט - לכאורה - געזאגט אז: אז ער האט געזען אז די וועלט איז רונדיג.

קומט אויס:
1. תוס׳ האט געוואוסט
2. ירושלמי האט געוואוסט
3. אלקסנדר מוקדון האט געוואוסט

אדער קען זיין אז ס'איז סתם א לעגענדע (במילים מכובסות: למעלה מהשגתינו...).

וואס איך מיין צו זאגן איז אז אויב דער וואס האט דא ציטירט דער תוס׳ נוצט דאס אלץ ראי׳ דא אהער ׳מוז׳ ער אננעמן אז אפי׳ דער תוס׳ איז מסכים מיט די אויבנדערמאנטע מוכח מתוכו׳דיגע דריי פונקטן.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:54 am#441504
ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא,

אנע בישות שרייבן אז דאס איז גאר א סוד!?!
ווען קינד און קייט און אלע ווייסען, אלס א דבר פשוט, נישט נאר אז דו וועלט איז רינדיג נאר אלעס אלעס וואס די זוהר רעכענט דא אויס
מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:10 am#441505
תוספות האט זיכער געהאלטען אז די וועלט איז פיר עקעכדיג אזוי ווי דער פשטות פין פסוק ארבע כנפות הארץ, נאר ברענגט דער אלכסנדר מוקדון צו ווייזען אז מענטשן מיינען עס איז רינדיג, און דערפאר וכו'.

די וואס ברענגן דער זוהר אז דער זוהר האט שוין געוויסט וכו', פין דער זוהר איז א ראי' אז דער זוהר איז ניי, ווייל אין דער צייט פין דער תנאים ואמוראים האט מען נישט געוווסט אז עס דא אנדערע טיים זאהנס אויף דער וועלט.
מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:11 am#441506
אדער איז דאס א ראי' אז ורזא דא אתמסר למאריהון דחכמתא
מיטוואך יאנואר 15, 2020 1:51 am#441508
אישתישבי האט געשריבן:תוספות האט זיכער געהאלטען אז די וועלט איז פיר עקעכדיג אזוי ווי דער פשטות פין פסוק ארבע כנפות הארץ, נאר ברענגט דער אלכסנדר מוקדון צו ווייזען אז מענטשן מיינען עס איז רינדיג, און דערפאר וכו'.

לייג נישט אריין תוספות אין דיין באקס פון פשטות הפסוק. איך למשל, האלט זיכער אז די וועלט איז רינדעכיג אזוי ווי דער פשטות פון תוספות שהעולם עגול.

אישתישבי האט געשריבן:די וואס ברענגן דער זוהר אז דער זוהר האט שוין געוויסט וכו', פין דער זוהר איז א ראי' אז דער זוהר איז ניי, ווייל אין דער צייט פין דער תנאים ואמוראים האט מען נישט געוווסט אז עס דא אנדערע טיים זאהנס אויף דער וועלט.


ממה נפשך אויב מען רעדט אז זיי האבן געוואוסט בקבלה וכדו' פון די תורה דאן איז עס נישט געבונדן צו וואס "מען האט נישט געוואוסט וכו"

און אויב רעדט מען צו זיי האבן עס געוואוסט פון סייענס, דאן האט תוספות געטייטשט דעם פסוק אזוי ווי איך און די טייטשן עס היינט.
זונטאג מערץ 08, 2020 12:37 pm#443697
יענער סייט ליינט זיך ווי אן אש סייט. וועלהאוזען איז גאר די ראיה צו תורה מן השמים! די איינציגטסע וועג ווי אזוי צו ׳גלויבן׳ אין וועלהאויזען איז נאך דעם וואס מ׳נעמט ניטאמאל אלס א צד אז תורה מן השמים. און דערנאך גיבט דער דריידל א ספין און ווייזט עס גאר אויף!
זונטאג מערץ 08, 2020 1:51 pm#443699
ער מאכט דארט ליצנות פון זיך אליינס,
Bible codes are also an incredible resource
.... for predicting future events, right after they happen
זונטאג מערץ 08, 2020 3:20 pm#443704
דארט האב איך טאקע געכאפט אז ס'איז סאטירע.
זונטאג מערץ 08, 2020 9:33 pm#443710
רביה"ק זי"ע: דאס איז די גרעסטע (ערגסטע) דרגא פון ליצנות. געשריבן לכאורה תמימות'דיג. אלס סייענטיפיק ריסוירטש. נאר געמאכט ליצנות פון אלע תמימים (אריינגערעכנט, מיך) וועלכע גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו פון בארג סיני.!

נאר איך האלט אז די גאנצע טעאריע פון תורה קאודס איז פעיק ניוז און פאנטאזיע אויסגעטראכט דורך עטליכע אינטעלעקטואלע דיסהאנעסט פערזענליכקייטן. וועלכע מיינען אריינצונארן די מתחזקים מיט פאלשע טעאריעס און האפענונגען...!