Under maintenance
הויפט זייט » לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2907
מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:35 am#86008
לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב
רבני הרכב הבוררות הדן בסכסוך בין שתי חצרות באבוב קבעו: שני הצדדים ימשיכו להשתמש בשם באבוב, אך צד הרמ"ד יוסיף לשמו את הספרה 45 • מי יזכה בשם 'קהל שערי ציון'? ואיזו חצר תכונה 'קהל שערי שלמה'? • ומתי תינתן ההכרעה בסוגיות הממוניות? • כל הפרטים

הסוף למתיחות בין חצרות הקודש באבוב?

לאחר קרוב לשמונה שנים של דיונים ומאבקים אינסופיים, ערכו אתמול (א) דייני בית הדין המיוחד שדן בסכסוך בחצר באבוב הצבעות בין הרבנים, וסיכמו על חלק מפסק הדין הצפוי לצאת בקרוב.

חברי בית הדין שהשתתפו בדיוני הבוררות הם: הגאון רבי יצחק ברגר, דיין בעיר מנצ'סטר, ששימש כבורר מטעם צד האדמו"ר הרמ"ד מבאבוב; הגאון רבי זלמן גראוז, הבורר מטעם צד האדמו"ר הרב"צ מבאבוב; והבוררים הגאון רבי יצחק חיים זלטנרייך, אב"ד טשאקאווא, הגאון רבי יחיאל באב"ד, אב"ד טארטיקוב, והגאון רבי אברהם ברוך רוזנברג, דומ"ץ במכון להוראה במונסי.

על פי החלטת בית הדין, שצפויה להתפרסם במלואה בקרוב, מכיוון ששני האדמו"רים הינם יורשים על פי דין תורה - וממשיכיהם של אדמור"י באבוב זצ"ל, לכן שניהם יכולים להמשיך להשתמש בשם באבוב.

לפני כשבע שנים, בחודש אייר תשס"ה, הגיש צד האדמו"ר הרב"צ מבאבוב תביעה נגד צד האדמו"ר הרמ"ד מבאבוב, במסגרתו ביקשה הקהילה צו מניעה נגד החצר המתחרה, כדי שזו לא תוכל להשתמש בשם באבוב.

אתמול החליט בית הדין לדחות את התביעה, וקבע כאמור, ששני הצדדים יכולים להמשיך להיקרא 'באבוב'.

עד כה, השתמשו שתי הקהילות בשם 'קהל שערי ציון' על שם האדמו"ר רבי בן ציון מבאבוב הי"ד, בעל ה'קדושת ציון'. אולם מכאן ואילך יחול שינוי בעניין.

על פי ההסכמים, יכתבו הדיינים בפסק הדין, כי לצד השימוש בשם באבוב, צד א' (הרמ"ד מבאבוב) יוסיף למען השלום וההיכר, את הספרה 45 לאחר כתיבת המילה באבוב, כפי שנהוג עד היום ששתי החצרות נקראות בפי העם, באבוב 48 (הרב"צ מבאבוב) ובאבוב 45 (הרמ"ד מבאבוב), על שם הרחובות בהם ממוקמים בתי המדרש של החצרות.

עוד הוחלט, כי קהילתו של האדמו"ר הרב"צ מבאבוב, זכאית להחזיק בשם 'קהל שערי ציון', כפי שהיה עד כה. מאידך, קהילת האדמו"ר הרמ"ד מבאבוב, תיקרא להבא, 'קהל שערי שלמה' על שם האדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זצ"ל.

בית הדין טרם הוציא את הפסיקה בכתב. בתקופה הקרובה תינתן הפסיקה המורחבת, לאחר תום מסכת הדיונים, שתכלול גם התייחסות לנושא הנכסים - נושא טעון ושנוי במחלוקת עמוקה - וגם, כאמור, על נושא נשיאת שמה של 'באבוב'.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=50738
מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:40 am#86009
אויף אזא באמבע פסק האט מען געדארפט ווארטן 8 יאר?
דאס האט מען שוין געוואוסט ביז יעצט אויך אז ביידע הייסן אויף די לעצטע נאמען באבוב, די ערשטע נאמען מאכט סיי ווי נישט צופיל אויס.
מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:11 pm#86015
איין עמ-הארצ'ישע שאלה, אויב "ששני האדמו"רים הינם יורשים על פי דין תורה - וממשיכיהם של אדמור"י באבוב זצ"ל, לכן שניהם יכולים להמשיך להשתמש בשם באבוב", דאן פ"וו איז מען מוסיף נומערן נאר נאך איינס פון די רבי'ס, נישט נאך דעם צווייטן?
ועוד קשה, אויב איך בין זיך נישט טועה האט צד הרה"צ רמ"ד שליט"א גערופן צו ד"ת, ריכטיג? טא, וואס מיינט דאס אז די תביעה איז ארויסגעווארפן?
מאנטאג פעברואר 11, 2013 12:23 pm#86019
דאס זענען אלעס בלויז שמועות,
נאך נישטא קיין שום קאנפערמטע פסק.
מאנטאג פעברואר 11, 2013 1:29 pm#86039
Full coverage איז אין צימעס. דארט האמיר לייוו רעפארטערס פון די קריים סין
l viewtopic.php?f=33&t=1223&start=150 l
דינסטאג מערץ 19, 2013 4:13 pm#98531
אן קיין פאליטשע און געלטרייסענדיגע חשבונות דארף איינער פון זיי זיך בדרך נארמאלי (- צחות) טוישען/צילייגען די נאמען אלטס שלא יחלף פון וועלכע מען רעדט,

לאמער עס צולייגען אויף קליין געלט:
גייסט צי א סאטמארע , "וועלכע חסיד בוסטו?," פרעגסטו איהם, אויב איז ער אן ארויני וועט ער דיך זאגען מיט א שטאלץ "א סאטמארע", "וועלכע?" "עס איז נאר דא איינס" ( א אויפענמיינדעד וועט ארויס קוועטשען "רבי אהרן"-ליידער האלט מען דאך
ביים נשתכח תורות הבעל שם, און דאס האט דעם בעל שם געבלוטיגט).
אויב איז ער א זלויני וועט ער ענטפערן גלייך- ווען די פרעגסט איהם ווי ער געהערט- אז ער איז פון די זלוינים (אזוי ווי ווען מען פרעגט א פאפענער "ווי וואונסטו?" וועט ער ענטפערן "פלאשינג קר. ..." אנשטאט וועלכע שטאט ער שטאמט).
פרעגענ'דיג א בעלזער וועט ער ענטפערן בעלזא!
אויב וועסטו האבען די חוצפה און פרעגען וועלכע, וועט ער זיך אויסדרייען און אוועק גיין, ווען רויך שפריצען פון זיינע אויערן.
א מחנובקא וועט גלייך גיין צום פונקט אז ער איז "בעלז מחנובקא".
פרעגענדיג א וויזניצער?
ישראליסט: די גרויסע ויזניץ ( בכמות ובמידה...)
מענדיליסט: די "הייליגע" ויזניץ אדער מרכז ויזניץ
מאנסי: א מאנסי'ער ( א ידיד מאנסי: ר' מאטעלע).
שאינו יודע לשאול -פאפא'נער ?: "א פאפענער!, האסט א פראבלעם!??!".
א.א.וו.
משא"כ א פאפופער ( איכא דאמרי באבובער)
וועלען ביידע (להוי ידוע עס איז איז דא צוויי) ענטפערן מיטן גאליציאנער פארביסענקייט """עס איז נאר דא איין""""!!!!!!!
ווי ווייס איך צי ער איז פון די שווארצע צי די גרינע
פרייטאג מערץ 22, 2013 12:31 am#99383
ענטפער צו וואלפה
ס'איז גרינג צו לאכן פון יענעמ'ס צרות. אבער דער עצם פאקט אז ס'דא צוויי פראקציעס אין באבוב (און ר' בנציון איז בן אחר בן) ווייזט אז ס'איז דא א פראבלעים מיט'ן מקוריות'דיגן. ווייל אחרי ככלות הכל. די חסידים פון רמ"ד לייקענען נישט אז ר' בנציון איז רבי. נאר אז זייער רבי איז אויכעט אדמו"ר מבאבוב. אני הקטן, בין נישט קיין באבוב'ער. אבער אלס נייטראלער אבזערווירער האלט איך אז רמ"ד וועט מער מצליח זיין סיי אין כמות און סיי אין איכות. ווייל רב"ץ ליידט שטארק אויפ'ן שמינית שבשמינית. און רמ"ד איז זייער צוגעלאזן צו אלע זיינע תלמידים וחסידים.
פרייטאג מערץ 22, 2013 1:37 am#99400
און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין באבוב, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א באבובער זאל אוועקגיין פון רב"ץ, פון די ארגינעלע פראכטפולע 48 שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ר' שלמה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו א איידעם וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט רב"ץ'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.

אויב איינער קען מיר דאס גוט צולייגן אויף קליין געלט וואלט איך עס גאר אפרישיעטעד
פרייטאג מערץ 22, 2013 2:50 am#99416
זר זהב האט געשריבן:און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין באבוב, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א באבובער זאל אוועקגיין פון רב"ץ, פון די ארגינעלע פראכטפולע 48 שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ר' שלמה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו א איידעם וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט רב"ץ'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.

אויב איינער קען מיר דאס גוט צולייגן אויף קליין געלט וואלט איך עס גאר אפרישיעטעד

זר, דו אליינס האסט עס אזוי שיין צולייגט, ביסט נאר געבליבן אינדערמיט. איז לאמיך דיר עס צוענדיגן.

און דאך, טראץ די אלע זאכן וואס דו האסט דערמאנט, דאך איז אזא גרויסער ציבור אוועק פון דארט און געגאנגען אין גלות בארץ לא זרוע, איז דאך די גרעסטע ראי' אז עס ליגט דא עפעס אסאך טיפער, און די מענטשן זענען טאקע גרייט מוותר צו זיין אויף דעם גאנצן סימבאליזם און נאסטאלגיע. דאס טאקע ווייזט ווי שטארק דער אפאזיציע איז.
פרייטאג מערץ 22, 2013 3:01 am#99420
איך האב נישט געלייקענט אז ס'דא אן אפאזיציע, כ'וויל עס נאר פארשטיין.
פרייטאג מערץ 22, 2013 3:05 am#99421
אינטערעסאנט ווייל מעיקרא האט עס לאו דוקא געהייסן אפאזיציע צו ר' בנציון דוקא. ווען נישט סאיז דא ר' נפתל'טשע וואלטן זיי נישט אוועק פון באבוב בבוא עתו של רב"ץ למלא מקום.
פרייטאג מערץ 22, 2013 3:44 am#99427
זר זהב האט געשריבן:און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין באבוב, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א באבובער זאל אוועקגיין פון רב"ץ, פון די ארגינעלע פראכטפולע 48 שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ר' שלמה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו א איידעם וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט רב"ץ'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.

אויב איינער קען מיר דאס גוט צולייגן אויף קליין געלט וואלט איך עס גאר אפרישיעטעד

און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין סאטמער, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א סאטמערער זאל אוועקגיין פון ראדני, פון די ארגינעלע פראכטפולע ראדני שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ברך משה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו אן אנדערע ברודער וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט די ראדני רבי'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.
ר' זר דאס פארשטייסטו שוין יא?
פרייטאג מערץ 22, 2013 9:07 am#99437
קודם כל אין אנפאנג האבען די וואס זענען אוועק געגאנגען נישט געוויסט אז זיי וועלען פארלירען דער "נאסטאלאגיע" זיי האבען שווער געארבעט אויף די נאסטאלאגיע, און זטי ארבעטען נאך אלץ.

אסאך וואס זענען ביי 45 זענען טאקע נישט אינטרעסירט אין דער "נאסטאלאגיע" אבער די וואס יא באדערט עס טאקע, און ווען רב"ץ לאזט זיי צוריק אדער עס איז דא א דרך סלולה וויאזוי צוריקצוגיין, וואלטען זיי אפשר צוריק געגאנגען למחצה לשליש כאפען אביסעל נאסטאלאגיע. אבער רב"ץ איז א גרויסע קנאי, און איינער וואס האט דארט איבער געטרויטען דער שוועל קען ביי אים נישט געפינען קיין מקום.
פרייטאג מערץ 22, 2013 10:18 am#99441
הדד בן בדד האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין באבוב, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א באבובער זאל אוועקגיין פון רב"ץ, פון די ארגינעלע פראכטפולע 48 שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ר' שלמה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו א איידעם וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט רב"ץ'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.

אויב איינער קען מיר דאס גוט צולייגן אויף קליין געלט וואלט איך עס גאר אפרישיעטעד

זר, דו אליינס האסט עס אזוי שיין צולייגט, ביסט נאר געבליבן אינדערמיט. איז לאמיך דיר עס צוענדיגן.

און דאך, טראץ די אלע זאכן וואס דו האסט דערמאנט, דאך איז אזא גרויסער ציבור אוועק פון דארט און געגאנגען אין גלות בארץ לא זרוע, איז דאך די גרעסטע ראי' אז עס ליגט דא עפעס אסאך טיפער, און די מענטשן זענען טאקע גרייט מוותר צו זיין אויף דעם גאנצן סימבאליזם און נאסטאלגיע. דאס טאקע ווייזט ווי שטארק דער אפאזיציע איז.

דאס דארף זיין אן ערנסטער חומר למחשבה פאר הרב"ץ און זיינע מקורבים אז מ'דארף עפעס טוישן. ווייל דער קאנטראסט מיט ר' שלמה'לע זצ"ל און די יעצטיגע הנהגה איז צו שטארק..
פרייטאג מערץ 22, 2013 10:43 am#99447
אוודאי איז עס חומר למחשבה, אבער דער יודעי האמת בכל אתר ואתר ווייסען אז די הצד השווה שבהן איז, אז יעדער רבי האט שיטות וואס איז די בעסטע פאר זיין חסידות, ודו"ק.
פרייטאג מערץ 22, 2013 12:24 pm#99488
טעפל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין באבוב, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א באבובער זאל אוועקגיין פון רב"ץ, פון די ארגינעלע פראכטפולע 48 שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ר' שלמה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו א איידעם וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט רב"ץ'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.

אויב איינער קען מיר דאס גוט צולייגן אויף קליין געלט וואלט איך עס גאר אפרישיעטעד

און איך אלץ ניייטראלער, אן קיין שום באקאנטשאפט אין סאטמער, קען נישט פארשטיין פארוואס פונקטליך א סאטמערער זאל אוועקגיין פון ראדני, פון די ארגינעלע פראכטפולע ראדני שול. דארט איז די זאך, דארט ליגט די נאסטאלגיע, דארט זענען ענק אויפגעוואקסן, ער איז א רעכטער זון פון ברך משה. איז מה לי ולצרה הזאת? -- קען זיין איך סאונד נאריש, איך וואלט לכאורה נישט אוועק אין גלות צו אן אנדערע ברודער וואס ס'קען טאקע זיין אז הלכה'דיג קומט זיך עס פאר אים, כ'מיין זייט ווען ביניך עפעס אזא שו"ע איד? און איך ווייס גראדע זייער גוט די ראדני רבי'ס שארטקאמינגס, ס'מאכט דאך נישט אויס.
ר' זר דאס פארשטייסטו שוין יא?

זר איז טאקע געבליבן אין ראדני
פרייטאג מערץ 22, 2013 12:29 pm#99490

נייו!

איר פארגלייכט עפלס מיט מייאנעיז! אין די סאטמארע מילעי איז די רעדע פון 2 ברודערס! ביידע מיט די זעלבע לעצטע נעמען! ר' אהרן איז עלטער און לויט אסאך גאר מער קוואליפיצירט. ראדני איז נאר איין חלק, ר' אהרן האט די גרויס נאסטאלגיע שול אין מאנראו. ס'דא נאך 1405 חילוקים צווישן סאטמאר און באבוב, תן לחכם ויחכם... און דערווייל ווארט איך נאך א תשובה אויף מיין קושיא.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:48 am#381114
די פשרה איז נאך ווייט פון פערטיג
גאר שארפע בריוון דא
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 12:59 pm#381129
געווען א קלוגער אידל האט ער אמאל געזאגט, דער רבי איז טאקע דער יורש דאורייתא אבער איך בין נישט די ירושה.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס פאר א בעלות ר' בנציון האט אויף דברי תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך א גבאי'ן און איז פארקויפט געווארן פאר שלאף?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:04 pm#381132
ווער האט פארקויפט פאר שלאף?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:05 pm#381133
בית דין הגר"נ קרליץ שליט"א
בית דין הגר"נ קרליץ שליט"א
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:38 pm#381141
חצוצרות האט געשריבן:געווען א קלוגער אידל האט ער אמאל געזאגט, דער רבי איז טאקע דער יורש דאורייתא אבער איך בין נישט די ירושה.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס פאר א בעלות ר' בנציון האט אויף דברי תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך א גבאי'ן און איז פארקויפט געווארן פאר שלאף?

כ'האב מורא ביסט פשוט נישט באהאווענט אין די ענינים.
זיין טאטעס האט געהאט א כותב אויפ געהעריגע פעי ראלל צו שרייבען זיינע תורות (כקען טרייען צו שאפן די גבאי'ת 1099), אויסדריקעלך פאר די רבי פריוואט, נישט ארויס צו געבן פארן כלל פארו איבער ארבייטען.
אפי אמאל געווען וואס בחורים האבן געלייגט א האנט אויפן כתבים אין געדריקט אביסעל, ס'איס דעמאלטס ארויס געקומען א אויפציעלע מוחאה פון בית רבינו צו פארדאמען די אקט.
קומט דא אפייר א גנב, ער האט ארויגעכאפט פון יארן צירוק פריוואטע תורות וואס געהערט צו א רבי, אין דריקט דאס, ווי איז שייך א גרעסערע גניבה פון דעים??

והשנית? שלאף אפגעקויפט?? פון וועם פונקטליך? ער זאגט קלאר אז די כתבים איז געקומען פון א דריטע פארטי (חיים בער גרינפלד) וואס יעדער ווייסט אז חיים בער וואלט נישט פארקויפט די זאכן פאר קיינער אין זיכער נישט פאר שלאף אדער איינער וואס האט א מינעמאלע שייכות מיט יענער צד
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:01 pm#381149
דער חיבור איז אפיציעל פון 45 ?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:55 pm#381155
מחאה פוןן די חדבני"ם פון די פריערדיגע רב ז"ל
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:56 pm#381156
עיקול פון התאחדות הרבנים דארה"ב
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 3:57 pm#381157
דברי מחאה. דאכט זיך אז עס איז אן איבערטייטש פון די תוכן פון די בריוו פון די חדבני"ם
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:21 pm#381162
דער וואס געדענק מיר דא ווען די מחלוקת איז געווען הייס ווייסט אז איך בין ווארעם פאר 45. איך פאל אריין פון צייט צו צייט.

בנוגע דעם חיבור חכמת שלמה, לפי עניית דעתי, אויב איינער נעמן אהן אז די פריערדיגע רב ז"ל האט טאקע געוואלט אז נאר די באבוער רב שליט"א זאל זיין ממונה אויף זיינע כתבים, איז דאס דריקן א געוואלדיגע עוולה. עס איז לכאורה אויך גניבה.

איך פארשטיי אז הרב יחזקאל שלאף האלט אז דאס אליינס ער נישט מסכים און ממילא האט ער א רעכט (און לויט ווי ער האט געשריבן- איז ער עס גאהר שולדיג פארן רב און פאר ר' יהושע וואלף ז"ל), ממילא איז ער געגאנגן און עס געדרוקט.

פאר דער וואס קען ר' חזקאל, וועט פארשטיין אז עס איז נישט רעקאמענדירט זיך מיט אים צו שלאגן, און עס וועט נישט ברענגן קיין כבוד פאר קיים שום צד. ולכן האב איך געהאט א צד, אז לויט ווי איך קען די קלאסישקייט פון באבוב (די ארגינעלע- אדער ווי טייל זענען זיי מכנה 48) וועט זיי נישט פאסן זיך מיט אים צו קריגן. אבער כנראה אז זיי האלטן אז זיי מוזן דאס פייטן עד הסוף. איך וואינטש זיי גאר הצלחה אויף דעם מיסיע.

איך וויל אבער באטאנען אז כאטש וואס די חסידים פון באבוב 45 זענען זייער צופרידן אז ער האט דאס געטוהן, און זיי זענען גאהר דיע וואס וועלן בענעפיטן פון דעם, האט עס גאהר נישט מיט די חסידות און מיט בית צדיקים כי הוא זה (לויט מיינע ידיעות).

נאך אינפארמאציע איז וויכטיג צו באטאנען, אז דאס איז נישט די ערשטע מאהל וואס דיע (אזויגערופענע) צוואה איז פארלעצט געווארן. נכדו הרב שמעון גאלדבערגער בן חתנו הרב יהונתן בנימין שליט"א האט ארויס געגעבן צווי בענדער נועם שלמה. (דרך אגב ער איז נישט געחתמ'ט צוזאמען מיט זיין שואגערס- קען זיין צוליב חולשה, אדער קען זיין אז בני משפחתו האבן נישט געלאזט. דער ספר איז געווען מעוטר מיט א בריוו פון די רב ז"ל (כ"ק מרן אדמו"ר מהרנ"ץ זצ"ל) וואס ער איז אים מחזק אז ער זאל ארויס געבן. לפי די צוואה אז נאר די היינטיגע באבובער רב מעג דריקן זעה איך נישט וויאזוי די רב ז"ל האט עס געמעגט געבן.

שמעתי (איך האב נישט מברר געווען) אז אברהם אהרן האט אים געאפערט צו געבן זיבן מיאות אז ער זאל פארקויפן די גענצע סטאק און מער נישט ארויס געבן קיין ספרים. ר' שמעון איז נאר געווען גרייט פאר צוויי מיליאן.

על כל פנים קיין עיקול און מחאה איז נישט ארויסגעקומען ביי יענע ספר.

ביטע נעמען אין אכט אז איך שרייב דאס נאר פאר אינפארמאציע ציל און נישט צו בארעכטיגן קיין צד. דאס איז צוליב ווייל איך בין א נוגע בדבר, און על פי טבע איז דא אביסל א נקמה געפיל, ממילא פארלירט מען די גלייכגעוויכט צו קענען באמת זעהן צו ר' יחזקאל האט געטוהן אן עוולה אדער נישט.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:26 pm#381163
מאי שנא, פארוואס ביי די חיבור פון גאלדבערגער איז געווען שטיל.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:33 pm#381165
יעצט וויל איך זאגן מיין פערזענליכע הרגשים לגבי דעם זאך. איך רעד נישט יעצט על פי תורה נאר פראקטיש.

די באבובער חסידים פון ביידע באבובער טיילונגען האבן א שטאקע ציה און בענקעניש צו די פריערדיגע רב ז"ל. ומהאי טעמא ווען די באבובער רב שליט"א האט ארויס געגעבן די ערשטע באנד דברי שלמה פון פרשת בראשית ביז חיי שרה, האב איך גלייך געקויפט פאר מיר און פאר מיינע בחורים. איך האב זיך געפרייט כמוצא שלל רב אויף דעם. אבער איך זעה אז די אינגערע דור פון באבוב 45 האט א פראבלעם מיט דעם, היות זיי ווייסן אז די רב האט געשניטן און אריין געלייגט זיין אייגענע לשונות, און פילן נישט באקוועם צו לערנען אין דעם. און די אוצר הפרים פון בארא פארק האט מען עס נישט אריין גענומען לעת עתה. כפי ידיעתי איז עס יא דא בבית די באבוב 45גער רבי. אויך אין טייל בתי מדרשים אין די וועלט האט מען עס יא אריינגענומען. דאס איז אלץ, על אף אז ער האט עס ארויס געגעבן, אבער היות מען האט נישט קיין ברירה מוז מען עס לערנען. אבער עס איז א שטארקע בדיעבד און עס שטערט פאר טייל פון חסידים עס צו ניצן.

(איך האב משווה געווען תורות וואס זענען געדריקט אין דברי שלמה צו תורות וואס איך געדענק, אדער צו תורות וואס זענען געדריקט אין נועם שלמה. עס איז קלאהר אז דברי שלמה האט פארלוירן די ארגינעלקייט וויאזוי עס איז געזאגט געוארן.)

בנוסף לזה, ביז עס וועט ארויס קומען די אנדערע חלקים פון דברי תורה ודרשות, זעהט אויס אז איך גיי נאך האבן אור אייניקלעך.

ממילא איך פערזענליך האב זיך געפרייט אז די כתבים פון ר' יהושע וואלף ז"ל קומען ארויס כמו שהוא (כאטש עס קומט אפילו נישט צו, צו די שיינקייט פון דברי שלמה). אזוי איז כאטש דא עפעס וואס צו לערנען און צו ברענגן די נאסטאלגיע פון די פריערדיגע רב ז"ל.

דאס זענען נאר מיינע הרגשים. און דאס טוהט ח"ו נישט בארעכטיגן קיין שום עוולה אדער מעשה גניבה אויב עס איז דא געווען.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 4:36 pm#381166
מנוחה ושלוה האט געשריבן:מאי שנא, פארוואס ביי די חיבור פון גאלדבערגער איז געווען שטיל.

איך ווייס נישט. אבער כנראה אז היות עס איז געווען געדריקט מיט אן הסכמה פון די רב ז"ל, האבן זיי נישט געוואלט אריין שלעפן אין א גאנצע וויכוח צו די רב ז"ל האט יא אדער נישט געהאט א רעכט צו געבן דעם בריוו. (הערה: איך בין נישט איבערצייגט אז די רב ז"ל האט טאקע געגעבן די הסכמה, אדער אפשר איז עס נאר יצא 'מבית' רבינו. אדער אפשר האט ער עס געגעבן אחרי הסתלקותו וד"ל)
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 5:42 pm#381169
ווען איז דער נועם שלמה ארויסגעקומען און ווי פארקויפט מען דאס?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:38 pm#381175
מעניין שאחד מהחתנים הרב יונתן בנימין גולדברגר שליטא לא חתום
מעניין שהבית דין המקורי לא הוציא עיקול
מעניין שהבתי דין החדשים שהוציאו את העיקול לא כותבים אפילו ברמז שצד 48 זכה בבית דין להדפיס בלעדי
מעניין שהחתנים לא כותבים אפילו ברמז שיש להם פסק בית דין שיש להם בלעדיות להדפיס
מעניין שזבל״א ישב קרוב ל10 שנים ובעלות של מיליונים והפסק לא שוה כלום בגלל חשד שוחד שטוענים צד 45?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:06 pm#381178
65th האט געשריבן:מעניין שאחד מהחתנים הרב יונתן בנימין גולדברגר שליטא לא חתום
בנו של הרב גולדברגר ג"כ חיבר ספר מד"ת של רבי שלמה זצ"ל

מעניין שהבית דין המקורי לא הוציא עיקול
בי"ד המקורי פסק רק בבארא פארק ולא מעבר לים

מעניין שהבתי דין החדשים שהוציאו את העיקול לא כותבים אפילו ברמז שצד 48 זכה בבית דין להדפיס בלעדי
בי"ד המקורי פסק רק בבארא פארק ולא מעבר לים

מעניין שהחתנים לא כותבים אפילו ברמז שיש להם פסק בית דין שיש להם בלעדיות להדפיס
בי"ד המקורי פסק רק בבארא פארק ולא מעבר לים

מעניין שזבל״א ישב קרוב ל10 שנים ובעלות של מיליונים והפסק לא שוה כלום בגלל חשד שוחד שטוענים צד 45?
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:54 pm#381181
תמימותדיגע האט געשריבן:די באבובער חסידים פון ביידע באבובער טיילונגען האבן א שטאקע ציה און בענקעניש צו די פריערדיגע רב ז"ל. ומהאי טעמא ווען די באבובער רב שליט"א האט ארויס געגעבן די ערשטע באנד דברי שלמה פון פרשת בראשית ביז חיי שרה, האב איך גלייך געקויפט פאר מיר און פאר מיינע בחורים. איך האב זיך געפרייט כמוצא שלל רב אויף דעם. אבער איך זעה אז די אינגערע דור פון באבוב 45 האט א פראבלעם מיט דעם, היות זיי ווייסן אז די רב האט געשניטן און אריין געלייגט זיין אייגענע לשונות, און פילן נישט באקוועם צו לערנען אין דעם. און די אוצר הפרים פון בארא פארק האט מען עס נישט אריין גענומען לעת עתה. כפי ידיעתי איז עס יא דא בבית די באבוב 45גער רבי. אויך אין טייל בתי מדרשים אין די וועלט האט מען עס יא אריינגענומען. דאס איז אלץ, על אף אז ער האט עס ארויס געגעבן, אבער היות מען האט נישט קיין ברירה מוז מען עס לערנען. אבער עס איז א שטארקע בדיעבד און עס שטערט פאר טייל פון חסידים עס צו ניצן.
(איך האב משווה געווען תורות וואס זענען געדריקט אין דברי שלמה צו תורות וואס איך געדענק, אדער צו תורות וואס זענען געדריקט אין נועם שלמה. עס איז קלאהר אז דברי שלמה האט פארלוירן די ארגינעלקייט וויאזוי עס איז געזאגט געוארן.)

ווען מ'געבט ארויס א ספר איבערגעשריבן פון טעיפס אדער העתקות דארף מען אייביג משנה זיין, מ'קען נישט שרייבן ארגינעל ווי ס'געזאגט געווארן ווייל אויב יא וועט מען נישט פארשטיין קיין ווארט, און ס'וואלט געווען גאר א לאנגע אריכות וואס נעמט אוועק די טעם פון אזא ספר. ס'איז אלץ דא פלאץ פאר פלעין נאכגעשריבענע דיבורים, אבער כ'גלייב נישט אז דאס רעדט צו חסידי באבוב.

ווען מ'רעדט פון איבער ארבעטן א חסידיש ספר נאכדערצו פון די באבוב'ע גזע וואלט איך געזאגט אז דער באבוב'ע רב איז פון די פאסיגסטע מענטשן דערצו, ווי פארשטענדליך נאר אויב מ'קוקט ריכטיג, און מ'מישט נישט אריין דא זיינע חסרונות אין אנדערע הינזיכטן.

פאר מענטשן וואס גלייכן אים נישט קען שטערן אז ער איז דער מו"ל אויב קוקט מען מיט א שמאלע בליק דערויף. אבער פון דארטן ביזן צונעמען א זכות וואס קומט זיך אים איז א ווייטער מהלך, וכ"ז אמרן אויב האט ער טאקע די זכות, די פונקטליכע פרטים ווייס איך נישט.
מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:59 pm#381203
אז מ'רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז רב"ץ גיט נישט ארויס אלע תורות פון זיין טאטע? וואס דויערט אזוי לאנג עס צו דריקן? און וואס וועט זיין אויב מחמת איז סיבה וועט רב"ץ נישט זיין בכוח ארויסצוגעבן די איבריגע ספרים, לפי מכתב החדבני"ם דארף זיין יהא מונח עד שיבוא אליהו
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:13 am#381208
כ'ווייס נישט צו דער גאלדבערגער קען נאך אינטערשרייבן.

אן עמעראצישע שאלה, גאלדבערגער איז אויך בייז אויף שלאף פארדעם וואס ער האט איבערגעדרוקט זיינע תורות אהן רשות?

וויפיל תורה האט דער מהר"ש שוין געזאגט אז מען דריקט דריי בענדער דריי מאל, און עס גייט נאך קומען נאך?
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 12:48 pm#381238
איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 1:45 pm#381253
חסיד האט געשריבן:איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...

די שאלה איז א שאלה לשכשלעצמו. די חסידים פון באבוב 45 פרעגן דעם שאלה אז כסדר דרוקט מען דאס און יענץ, און אויזער קונטרסי ילקוט שיחות ופנינים וואס קומט ארויס וועכנטלעך, (גראדע אביסל קינדעריש אבער אונטרעסאנטליך) קומט כמעט גארנישט ארויס פון די רב ז"ל די מהרנ"ץ?

אויף ר' יחזקאל איז נישט שווער ווייל כאטש ער האט געהאלטן זייער שטארק פון די מהרנ"ץ ז"ל און ער האט געהאלטן פון אים עולם ומלואו, אבער א געווייקטער חסיד איז ער פון די פריערדיגע רב ז"ל. ממילא האט ער א משיכה צו דרוקן זיינע תורות, און כלשונו אין די הקדמה 'לקיים רצון צדיק', ער פילט (לדעתו) א חוב דאס צו טוהן.

עס מוז אויך באטאנט ווערן אז די מהרנ"ץ אלץ רבי איז געווען זייער שוואך און כמעט נישט געזאגט קיין תורה. אלעס וואס איז דא איז פון פאר ער איז געווארן רבי. רוב דרשות און שיעורים וואס ער האט געזאגט האט ער על פי רוב נישט געזאגט קיין אייגענע תורות. היינט די מערכת פרובירט צוזאם צו קוועטשן פון זיינע ווערטער אזא געדאנק און אזא כוונה. עס קען זיין אז למעשה וועט זיין זייער שווער צו דרוקן עפעס א למעשה'דגיע ספר פון אים. דאס קען אביסל פארשטיין געבן פארוואס זיי האבן נאך נישט געדרוקט.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 4:56 pm#381278
חסיד האט געשריבן:איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...

כ'פארשטיי איר זענט א קאכעדיגער באבוב-אריגינעל אנהענגער, ביי אייך איז נישט א פעלער צו חוזק'ן אויפן חשבון מהרנ"ץ זצ"ל
צו ווייסט איר דען נישט אז רבי שלמה זצ"ל האט געהאט פילע יארן וואס ער האט בבריאות השלימות געפירט די עדה און כסדר תורה געזאגט?
מהרנ"ץ זצ"ל האט עס נישט געהאט.
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:38 pm#381283
Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב
יא ער ווייסט אבער כ'וויל נישט מאכען א צימעס דא.
ווען מהרמ''ד אונגער האט געשלעפט מיט'ן דרוקן דער שו''ת דברי חיים האבן די חברה פיין חוזק געמאכט סא וואס איז יעצט דער תירוץ? ער האט ש.צ. מיט די געלונגענע מענטשן איז וואס נעמט אזוי לאנג?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 10:36 pm#381322
איש את רעהו האט געשריבן:
חסיד האט געשריבן:איין אינטרעסאנטע באמערקונג,ר' יחזקאל שלאף האט לכאורה געפילט כי לו נאה כי לו יאה צו זיין דער דריקער פון די תורות, און האבנדיג די געלט דערפאר האט ער עס גענימען אויף זיך דעם מצוה ווייל לכאורה פילט ער אז דער דברי שלמה געדורט צו לאנג צו דריקן.

ועל כן שאלתי ובקשתי ר' יחזקאל ווי נישט ווי איז פון כ"ק מהר"ש שוין ארויסגעקומען פיר בענדער תורות און כל הצמאים לדבר ד' האבן ווי אריינצוקוקען,
משא"כ איז שוין צוועלעף און א האלב יאר פון פטירת כ"ק מהרנ"צ זצ"ל און עס איז ניטאמאל דא קיין איין באנד ווי אריינצוקוקען
אשר על כן וואס איז דער פשט פון דוקא גיין דריקן תורות כ"ק מהר"ש זצ"ל? אתמהה! ...

כ'פארשטיי איר זענט א קאכעדיגער באבוב-אריגינעל אנהענגער, ביי אייך איז נישט א פעלער צו חוזק'ן אויפן חשבון מהרנ"ץ זצ"ל
צו ווייסט איר דען נישט אז רבי שלמה זצ"ל האט געהאט פילע יארן וואס ער האט בבריאות השלימות געפירט די עדה און כסדר תורה געזאגט?
מהרנ"ץ זצ"ל האט עס נישט געהאט.

חס מלהזכיר! אודאי פארשטיי איך דאס, איך באטאן די פאקט אז למעשה זענען דא פיר גאנצע בענדער תורות און דאס ארויסגעבן אצינד די דריי איז נישט ווייל הצמאים לדבר ד' האבן געפילט אז מ'קען מער נישט ווארטן, און ר' יחזקאל האט געקענט נעמען די כוחות וואס ער האט אינוועסטירט אין דעם ספר און אריינגעלייגט אין די הונדערטע טעיפס פון די באקאנטע חומש ריש"י שיעורים וואס כ"ק מהרנ"צ זצ"ל האט געזאגט במשך די יארן, דרשות ביי יעדע שמחה, באנקעטן און מסיבות ועוד ועוד, און דערפין ארויסנעמען די אלע הערליכע טייטשן וואס ער האט כסדר געזאגט און ארויסקומען מיט א דבר נאה לכבוד התורה, (איך אליין בין געזעצן ביי כמה וכמה פון די שיעורים און נהנה געוועהן פון דברי תורתו), ע"כ האק נישט אין קאפ אריין מיטן אריינברענגן שמיץ אין יעדע זאך! ודי בזה!
דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 11:07 pm#381324
פארהאן א בריוו וואס אדמו"ר מרנ"ץ האט געשריבען תיכף נאכן אויפשטיין פון שבעה.

קיינער האט נישט קיין רעכט צו דריקען די טאטע'ס תורות, אין דאס איז געווען די טאטע'ס רצון.

איי חזקאל שלאף שרייבט קלאר אז די רב ז"ל האט עיהם געבעהטן צו שרייבען?
עלען מיר מוזן איינזעצן אז די רב ז"ל האט נישט געהאט קיינער דא אין ניו יורק וועמען זיך צו פארלאזן אויפ, האט ער אמאל ביי א באזיך אין לאנדאן געטראפן ר' חזקאל אין געזעהן סארא קלוגע, געלונגענע, ערליך, "נארמאלע" מענטש ער האט דא אריין געבאמפט, אין עיהם תיכף געגעבן די זכות.

כנראה אז מרנ"ץ נישט געווען ביי יענער באזיך אין לאנדאן, ווייל ער שרייבט קלאר נאכן פטירה פונעם טאטע אז קיינער טאר נישט ארויס געבן
מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 11:20 pm#381414
הלכה'דיג קען מען אסר'ן נישט צו דריקען תורות?

פין מיינע אויגן זעהט אויס אז מען קען נישט אסר'ן קיינעם פין דריקען תורות וואס מען הערט פין איינעם. צו מען זעהט געשריבען. אפילו די חרמות וואס זענען דא זענען נאר אויף משיג גבול זיין ווען איינער דריקט שוין א ספר.

ווען 48 דריקט א ספר פין מהר"ש און שלאף דריקט עס איבער איז דא די פארצייטישע חרמות. למעשה נעמט ער עפעס וואס איז קיינמאל נישט געדרוקט געווארן, און דרוקט עס, איז וואס איז די הלכה'ישע עוולה?

כ'פארשטיי אז איינער וואס האט מורא פין הקפדה פין די צוויי דריי רעביס וואלט עס נישט געטוהן, אבער זעהט אויס אז דער שלאף איז נישט פין די מענטשען.

דער עיקול וועט האלטען פאר נאך דרייסיג טאג, ביז דער שלאף זאגט ער איז גרייט זיך צוצישטעלן צו א דין תורה, איך קען נישט גלייבן אז 48 וועט גיין צו א בית דין וואס שלאף וועלט אויס.

ווידער דער גאנצער עיקול האט נישט קיין פשט, ווייל לכאורה גייט 48 נישט האבען קיין שום געלט פארלוסטן דורך פארקויפן דער ספר פין שלאף, ווייל יעדער גייט קויפן דער דברי שלמה ווען עס קומט ארויס ממילא. איז וואס קען 48 טענה'ן אז מען מוז טעמפארערי אסר'ן די הפצה פינעם ספר.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:51 am#381421
טעמפערערי קען מען אויפן צד אז מען וועט יא הייסן אין בית דין לבסוף, אז שלאף זאל איבערגעבן פאר די ריכטיגע פרייז די ספר צו הרב"צ וואס האט די אויטאריטעיט מטעם אויטענטיש באבוב צו דריקן כתבי הרבי שלמה זצ"ל.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 7:39 pm#381491
Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב
איש את רעהו האט געשריבן:טעמפערערי קען מען אויפן צד אז מען וועט יא הייסן אין בית דין לבסוף, אז שלאף זאל איבערגעבן פאר די ריכטיגע פרייז די ספר צו הרב"צ וואס האט די אויטאריטעיט מטעם אויטענטיש באבוב צו דריקן כתבי הרבי שלמה זצ"ל.

זיי אפשר הלכה'דיג מסביר דאס
זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:54 pm#381498
אויב וועט בי"ד לבסוף יא געפינען א וועג צו הייסן שלאף עס איבערגעבן, קומט אויס אז יעצט איז עס א שאדן פאר באבוב מח, אויב אזוי זאל באבוב מה זיין יעצט געפרוירען פון ריקן די ספר פאראויס.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:35 am#381553
Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב
@איש את רעהו וואס האט באבוב מה איינגעלייגט מיט דעם ספר?

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:43 am#381556
גראף האט געשריבן:@איש את רעהו וואס האט באבוב מה איינגעלייגט מיט דעם ספר?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

דער מחבר ווען ער איז נישט פון מה, נאר ביי די מח צד וואלט ער עס בלי ספק נישט געטון.
ווען די מחבר האט ווען א הו"א אז די מה רבנים ודיינים וועלן עס פארבאטען וואלט ער עס נישט געקענט ארויסגעבן.
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:50 am#381558
Re: לאחר 8 שנות מאבק: התגבש הסכם פשרה בין חצרות באבוב
ער האט געפרעגט ביי מה וואס צו טוהן? דו קענסט עהם נישט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk
מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:58 am#381559
גראף האט געשריבן:ער האט געפרעגט ביי מה וואס צו טוהן? דו קענסט עהם נישט...

Sent from my XT1096 using Tapatalk

אהן האבן קונים פון מה, וואס האט ער עס געברויכט ברענגן לדפוס.