הדד בן בדד,
איך ווייס נישט וואס מנחם מאיר האט דיר "אליין געזאגט"
אבער ער איז מוחזק לשקרן מומחה,
איך ווייס פון אינסייד אינפערמעישן, אז ער רודפט שוין זייט מ'האט משלח געווען פאר חיים הערש מייזליש,
אז מ'זאל אים צוריק נעמען, און ער האט געסטראשעט הערשי פרידמן, אז אויב נעמט ער אים נישט צוריק, וועט ער אים סוע"ן פאר'ן אים משלח זיין שלא ביושר.
פרעג נאר ר' אברהם אהרן רובאשקין פון ב"פ צו מנחם מאיר וויל צוריק גיין, וועסטו שוין הערן,
ביזדערווייל לייג איך דא צו א לינק, זאלסט זעהן אביסל וואס גייט פאר,
ס'דא דארט אויך אביסל שקרים, כגון אז די ou האט אראפ גענומען דעם הכשר, וואס איז נישט אמת,
און אגב, אויף מנחם מאיר'ס פראדוקטן, וועסטו נישט טרעפן קיין ou ווייל זיי טראסטן אים נישט.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=51830">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=51830</a>
און אגב פאר דו שרייבסט "עפעס א פעקעטע"
מאך אביסל סערט"ש וועסטו געוואר ווערן, אז דער "עפעס א פעקעטע" איז גאר "עפעס אנדערש"
שוין דרייסיג יאר אין שחיטות
שוין געגעבן א הכשר אין מעקסיקאו איבער א יאר
אין מאנסי האט ער אסאך קלייענטן וואס עסן נאר זיין פלייש שוין די לעצטע צען יאר (אפשר מער), וואס ער גייט אליין אראפ שעכטן בכל מיני מקומות, למשל ער"פ אין ק"י, (וואס אגב, איז ער "דער איינציגסטער" דרויסנדיגער שוחט, וואס סאטמאר רבי מהר"א האט געלאזט ער זאל דארט שעכטן פאר זיך אליין, די לעצטע פאר יאר),
און גדולי הרבנים אין די ליין פון כשרות פארלאזן זיך אויף אים,
מגד יהודה שליט"א (הרב פאלעטשעק) האט געזאגט פאר אפאר חברה אז אויף דעם "עפעס א פעקעטע" קען מען זיך פארלאזן אויף די שחיטה מיט פארמאכטע אויגן (ווייל דער "עפעס א פעקעטע" האט שטענדיג אפענע אויגן)
און דער "עפעס א פעקעטע" האט איבער געדריקט דעם שמלה חדשה מיט א אייגענע פירוש, וואס אלע שוחטים זענען נהנה דערפון,
און 17 רבנים מיט אפאר זקני השו"בים זענען מעיד עליו בכתב דארטן,
און ווער ביטע געוואר די תקנות וואס דער "עפעס א פעקעטע" האט געמאכט אין אגרי אין די קארגע דריי חדשים (א זאך וואס "קיין שום רב" האט נאכנישט געמאכט אין אזא קורצע צייט, און כ"ש אז רב ווייסמאנדל, האט דאס נישט און וועט דאס קיינמאל נישט מאכן)
די איבעריגע וועל איך לאזן פאר דיר צו מאכן סערדז"ש
און גראדע איז די ou זייער צופרידן פון אים, און זיי זענען אים נאכגעלאפן די ווינטער ער זאל ווערן בעל מכשיר, און ווען דער "עפעס א פעקעטע" האט זיי געזאגט אז אלץ ראש השוחטים קען ער גיין, אבער אלץ בעל מכשיר וויל ער נישט ווייל זיין נאמען איז נישט באקאנט, האבן זיי אים געדריקט דערצו זאגנ'דיג אז זיי וועלן אים מפרסם זיין
נאר קפצה עליו רוגזו של מנחם מאיר (וואס וויל פארמאכן א חשבון מיט הרשי פרידמאן אויף אלטע זאכן, און מיט נאך אפאר אידן דארט, שאכהמ"ל) און באשמוצט אים אין אסאך פלעצער
און דערצו לאזט ער נישט אריין זיין פלייש אין כמה מקומות, און רעדט אפ אנדערע וואס נעמען יא, אז זיי זאלן סטאפן
דערפאר איז געשעהן די גאנצע גראטשקע
אבער סוף גנב לתליה וכולנו מצפים