מיטוואך פעברואר 13, 2013 4:17 pm#86618
טשיילד אביוז סקאנדאל אין סאטמארער חדר אין מאנסי
פאליציי געפינט זיך יעצט ביי סאטמארע חדר אין מאנסי נאכדעם וואס א מנהל האט אנגע'הרגעט א יונגעל.
אוי טאטי האט געשריבן:שרעקליך!
באלאנגט דאס נישט אין צימעס?
אוי טאטי האט געשריבן:שרעקליך!
באלאנגט דאס נישט אין צימעס?
מורינו הרב האט געשריבן:יא, יהדות החרדית גייט אריבער א מהפך... אונזער קאלטור טוישט זיך אין די דאזיגע טעג.
קרעקער האט געשריבן:קיינער זאל ביטע נישט קלאגען אויף א יוד איז געווארען ארעסטירט
ביי וועבערמאן איז נישט געוועהן קיין עדות האט מען געקענט הערען די חילוקי דיעות
די רביס וואס שלאגען מערדערליכע פעטש אין פנים און מיט קאנטשיגס אויף די הענט זענען רוצחים און מוזן גיין אין דזשעיל פיריאד
הדד בן בדד האט געשריבן:רבותי, ווי איינער האט שוין דא געשריבן, א פאטש אדער א פעטשל איז איין זאך אבער מכות רצח איז גאר שעדליך, און נישט נאר פאר דעם געשלאגענעם נאר אויך פאר די אנדערע קינדער פון קלאס. ווען איך בין געווען א אינגל פון פינף יאר האב איך געהאט א מלמד וועלכער האט געשלאגן מכות רצח, ער פלעגט אנסטראשענען די קינדער אז ער גייט זיי אפגיסן מיט קאכעדיג וואסער, און זיך מאכן ווי ער גייט דאס טון, אדער אז ער גייט זיי צושניידן און צושטעכן, איך געדענק ווי איך פלעג משוגע ווערן פון שרעק. ער פלעג שלאגן אינגלעך פארן דארפן אין ביהכ"ס אינמיטן קלאס, ווייל מען דארף גיין ביי ריסעס און לאנטש. איך געדענק ביז היינט ווי מער ווי איינמאל האב איך גע'קטנ'ט אין די הויזן ווי איידער בעטן צו גיין אין ביהכ"ס.
רציחה האט נישט קיין מקום, און אויב האט מען אים ארעסטירט... נו איך וועל בלייבן דא.
דבילה האט געשריבן:הדד בן בדד האט געשריבן:רבותי, ווי איינער האט שוין דא געשריבן, א פאטש אדער א פעטשל איז איין זאך אבער מכות רצח איז גאר שעדליך, און נישט נאר פאר דעם געשלאגענעם נאר אויך פאר די אנדערע קינדער פון קלאס. ווען איך בין געווען א אינגל פון פינף יאר האב איך געהאט א מלמד וועלכער האט געשלאגן מכות רצח, ער פלעגט אנסטראשענען די קינדער אז ער גייט זיי אפגיסן מיט קאכעדיג וואסער, און זיך מאכן ווי ער גייט דאס טון, אדער אז ער גייט זיי צושניידן און צושטעכן, איך געדענק ווי איך פלעג משוגע ווערן פון שרעק. ער פלעג שלאגן אינגלעך פארן דארפן אין ביהכ"ס אינמיטן קלאס, ווייל מען דארף גיין ביי ריסעס און לאנטש. איך געדענק ביז היינט ווי מער ווי איינמאל האב איך גע'קטנ'ט אין די הויזן ווי איידער בעטן צו גיין אין ביהכ"ס.
רציחה האט נישט קיין מקום, און אויב האט מען אים ארעסטירט... נו איך וועל בלייבן דא.
הדד?
גדעון האט געשריבן:איים סארי צו צושטערן ענקער גרויס פרייד, אבער ווי ווייט איך ווייס האט מען אים נישט ארעסטירט ניטאמאל איז די פאליציי געווען אינוואלווד,
יידל האט געשריבן:די צווייט בילד זעט עפעס אויס ווי א קינד אן די חסידישע פאות לאקן.
נולד מאוחר האט געשריבן:רבתי בארויג'טס ענק.
א מנהל און מלמד דארף נישט ליידן פון יעדען ציווילדווטן ADHD הייפערעקטיוו'ס משוגעתן. וואס לעכטס נאך אביסעל עטנטשען. אפשר רעדט מען פון א קונד וואס איז זיך ווערט דאס געלט. די מלמד רעדט זיך אפ יעדן טאג צים מנהל, איך האלט נישט אויס. אדאנק עם קענען נישט אנדערע 25 קונדער דערגרייככן זייער תכלית. מ'האט שוין פראבירט אלעס. מיו שיינעם. געגעבן מתנות פארן קונד , גערעדט צי די עלטערן, געהייערט א טערעפיסט, דערלאנגט קליינע פעטשעלעך. און גארנישט האט געהאלפן.
די צער וואס די מנהל און מלמד גייט דורך איז עני טיים אזוי פענפאל ווי די פראסקעס.
די געשווילאכטס וועט זיך בעז''ה היילען ביז אפאר טאג. און די אויפטי וועט בלייבן פאר א לאנגע צייט.
געפילטע פיש האט געשריבן:@נולד, די פוינט איז נישט אויב ס'איז זיך געקומען פארן קינד, נאר אז אויף די פעטש און די געשווילאכץ זעהט זיך אן אז זיי זענען נישט געגעבן געווארן בדעה צלולה, נאר א תוצאה פון א קורץ שלוס, און א מענטש וואס קען זיך נישט קאנטראלירן די הרגשים באלאנגט נישט מחנך צו זיין קינדער.
יאיר האט געשריבן:איינער ווייסט וואס איז געווען די חטא פונ'ם קינד?
אגב, איך זע נישט וואס דער עולם איז אזוי צושוידערט, כ'מיין, איר האט קיינמאל נישט מיטגעהאלטן דורכאויס אייערע חדר יארן אז דער מלמד זאל צושלאגן א קינד ביז ער ווערט רויט און טיילווייז געשוואלן?
...
נאך צען מינוט האט ער שוין צוריק באקומען כוח, און אודך, ער האט זיך צוריקגענומען צו דאס זעקל ביינער, פונקט ווי א נאצי. מיין נשמה איז מיר שיער ארויסגעגאנגען.