Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » די א' ב' פון סייענס

די א' ב' פון סייענס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
55 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 128 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3030
פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:08 pm#89859
די א' ב' פון סייענס
אין די לעצטע צוויי הינדערט יאר האבען מענטשן באוויזן ארויסצוגעבן אן א שיעור פליאה'דיגע טעכנאלאגישע ערפונידוגען אנהייבנדיג (אביסל פריער) פון א וועלט פון בלויז די שטיינער, צמחים, פייער א.א.וו. וואס איז געווען מיט מענטשהייט מימות עולם. קיין מלאך אדער בעל רוה"ק איז נישט פלוצלונג איין טאג אנגעקומען מגלה זיין די זאכען. וויאזוי איז דאס געשען? טעכנאלאגיע איז נאר איינער פון די פירות פון די סייענטיפישע רעוואלוציע ווען מענטשהייט האט אונגעהויבן אויפדעקן די סודות פון די טבע. די פראצעס גייט נאך אן בתקפו, און וואס מער מ' געפונט אויס (אין רוב מקצועות) אלץ מער איז דא צו וויסן, אבער מיר האבן שוין אין א וועג גאר א קלארע בילד וויאזוי די וועלט ארבעט.

איך וויל דא פראבירן--ברשות די חשובע חברי השטיבל הגדולים ממני בחכמה--אראפצולייגן (בקיצור מאוד) די יסודות פון וויאזוי די וועלט ארבעט אין די אויגן פון סייענס פאר די ליינער וועליכע זענען בכלל נישט באקאנט דערמיט. ערשט וויל איך מאכען א מודעה רבה אז מיר אלע גלייבן אוודאי אז הקב"ה האט באשאפן און פירט די וועלט, אז מיר האבן א נשמה א.א.וו.. סייענס באציט זיך בכלל נישט מיט, און איז בכלל נישט סותר, די ענינים, אבער זי ווייזט א בילד אז די אלע ענינים זענען זייטיג צו די פארשטאנד פון די טבעיות'דיקע חלק פון וויאזוי די וועלט פירט זיך. מיין זיך נישט באציען צו אידישקייט און רוחניות אין די ארטיקל זאל נישט ח"ו גענומען ווערען אלץ א באציאונג.

די סייענטיפישע רעוואלוציע האט זיך אנגעהויבן אין די סוף 1500'ס. ביז דענמאלט האבן מענטשן אנגענומען אומגע'ספק'ט דעס וואס פריערדיקע האבען געשריבן, וועליכע מ' האט געהאלטען זענען געווען קלוגער פון יעדען לעבידיגע מענטש, וו.צ.ב.ש. (און בעיקר) אריסטו. די פריערדיקע חכמים זענען טאקע געווען זייער קלוג, אבער זיי האבען געהאט איין פעלער. זיי האבען זיך געלאזט איינרעדען פון זייער מח. זיי האבען נישט איינגעזען ווי שטארק איז די כח פון דער מח איינצורעדען א מענטש באמונה שלימה אז אלעס איז אזוי ווי ער זעט עס (סיי בנוגע גלויבונגען וואס מ'האט באקרוגען פון אזוי אויסוואקסען און סיי וואס מ'האט זיך אליין איינגערעדט), ממילא האבען זיי נישט געהאלטען פאר וויכטיג צו מאכען עקספערימענטס. לדוגמא אריסטו האט געשריבן אז א זאך וואס וועגט דאפעלט פון א צווייטען פאלט דאפעלט אזוי שנעל. נישט ער, נישט קיינער פאר די נעקסטע קרוב צו 2000 יאר האבען געהאלטען פאר וויכטיג דאס פשוט אויסצופרובירן. עד דאתי גאלילעא, עס אויספרובירט, און געוויזען אז ס' הייבט זיך נישט אן. נישט נאר מערט זיך נישט די שנעלקייט כפי ערך פון דער וואג, נאר דער וואג האט נישט קיין שום השפעה אויף דער שנעלקייט! א שווערע און א לייכטע זאך וואס ווערען אראפגעלאזט צוזאמען פון די זעלבע הויכקייט פאלען אין איינעם און דערגרייכן דער ערד די זעלבע צייט. (לופט טוט יא אפשוואכן די שנעלקייט פון א לייכטע זאך מער ווי א שווערע זאך, אבער דאס ארבעט אינגאנצן אנדערש ווי אריסטו האט פארשטאנען און האט נישט קיין אונמערקליכע השפעה אין רוב פעלער. און וואו ס' נישט דא קיין לופט, למשל אויף די לבנה, האבען סייענטיסטן באוויזן אז אפי' א פעדער (פון א פייגל) פאלט אין איינעם מיט א שווערע זאך. אריסטו איז געווען גערעכט אז דער כח המושך מערט זיך כפי ערך פון דער וואג. די סיבה פארוואס זיי פאלען אין איינעם איז ווייל, מאידך גיסא, ווי שווערער די זאך אלץ שווערער פאר דער כח המושך עס אראפצוציען).

דאס מיינט נישט אז קיינער האט נישט געהאט אזא מושג פון עקספערימענטן. געוויסע חוקרים אפי' פון גאר פריערדיגע דורות האבען יא צומאל געמאכט עקספערימענטס, אבער דער מהלך פון בוחן זיין זאכן עקספערימענטיש איז נישט געווען אויסגעארבעט אדער אנגענומען. אינטערסאנט אז דער תנא ר' שמעון בן חלפתא האט געהאט די השקפה בוחן צו זיין זאכן עקספערימענטיש. די בריתא (חולין נז:) האט אים גערופן אן "עסקן בדברים." די בריתא דערציילט דארט צוויי עקספערימענטן וואס ער האט געמאכט אויף הינער בנוגע הלכות טריפות, און די גמ' דערציילט דארט אן עקספערימענט וואס ער האט געמאכט אויף מוריטשקעס צו מברר זיין פאר זיך צו שלמה המלך (משלי ו') איז געווען גערעכט (!) אז זיי האבען נישט קיין קעניג.

אנהויבנדיג מיט די ארבעט פון געציילטע חוקרים אין די מיטן 1500'ס, האבן די נייע ערפונדונגען גע'ספיירעלט (spiraled) צו תוצאות וואס קיינער וואלט נישט געקענט פאהרזען. מער און מער נייע פרישע מוחות האבן זיך אנגעהויבן אריינטון אין סייענס. נייע סייענטיפישע ערפונדונגען האבן,און טוען ווייטער עד היום, מוליד זיין נייע טעכנאלאגישע ערפונידוגען, וואס (אחוץ זייערע אנדערע מערערע השפעות אויף ציוויליזאציע) זענען ווייטער מוליד נייע סייענטיפישע ערפונדונגען וחוזר חלילה... די ערפונדונגען האבן געצווינגען א גאנץ נייע וועג פון זען די וועלט.

וואס ווייסן מיר היינט?

יעדער זאך אין דער וועלט וואס מ' קען דירעקט אבזערווירן (שפירן מיט איינער פון די "5 חושים"), שטערנס, לופט, צמחים, מענטשן... יעדער זאך אן קיין אויסנאם, איז צאמגעקלייגט פון אטאמס (ליכטיגקייט איז אן אנדערע גדר און נישט געמאכט פון אטאמס. איך וועל רעדען פון דעם שפעטער). אטאמס זענען צאמגעקלייגט פון נאר 3 זאכן: פרוטון'ס, נוטרון'ס, און עלעקטרון'ס (protons, neutrons, electrons). די 3 זאכן זענען אליין נאר דריי התלבשות'ן (manifestations) פון חומר (matter) און נאר 16% פון די חומר אין די וועלט (universe). די איבעריגע 84% איז "טונקעלע חומר" וועליכע מ' קען נישט דירעקט אבזערווירן. מיר ווייסן נאר אז זיי עגזיסטירן (און פרטים וועגן אסאך סורטען פון זיי) דורך הוכחות. עס זענען דא 92 "עלעמענטן" (ד.ה. מינע אטאמס), און סייענטיסטס האבען באוויזן צו באשאפן נאך 16 עלעמענטן וואס זענען נישט סטעבל (זיי קענען זיך נאר האלטן פאר א צייט און דערנאך צופאלן זיי און ווערען אנדערע עלעמענטן און אנדערע מינע חומר). וואס מאכט איין עלעמענט אנדערש פון א צווייטן? די צאל פון די פרוטון'ס. אטאמס (און ממילא די זאכן וואס זענען געמאכט פון זיי) פירן זיך אויף אנדערש אויב זיי האבן אן אנדערע צאל פרוטון'ס. אפאר דגמאות: אן אטאם מיט איין פרוטון איז היידרוג'ען (hydrogen). מיט צוויי איז היליום (helium), מיט 8 איז אוקסיג'ען (oxygen),מיט 26 איז אייזן, 79 איז גאלד, און 92 איז די גרעסטע סטעבל אטאם (אטאם וואס האלט זיך) יורעניום (uranium). אזוי ווי פריער דערמאנט, איז נאר דא בערך 100 עלעמענטן. פארוואס? ווייל אן אטאם קען פארמאגען סיי וועליכע צאל פרוטון'ס ביז 92 און בלייבן סטעבל. מער פון דעם פאלט עס צאם. און מער פון 118 (92 + 16) קען זיך נישט האלטן אפי' פאר א מיליונסטל פון א סעקונדא. דער כח פון עלעקטריק (ווי איך וועל שפעטער מסביר זיין) איז גורם אז אטאמס (פון רוב עלעמענטן, מיט די אויסנאם פון 6 עלעמענטן וואס הייסן "נובעלע גאזן" (noble gasses)) זאלען זיך צאמקלעבען צו פארמירען (to form) מולעקולס (molecules). מולעקולס קנענן זיין פון איין עלעמענט (צ.ב.ש. צוויי היידרוג'ען אטאמס ווערט איין מולעקול פון היידרוג'ען גאז) אדער פון פארשידענע עלעמענטן (צ.ב.ש. צוויי היידרוג'ען אטאמס מיט איין אוקסיג'ען אטאם ווערט א מולעקול פון וואסער (אדער אייז אדער סטים, ווענדענדיג אין די ווארעמקייט)).

המשך יבא. יעדער איז געלאדענט צו פרעגן, ענטפרן, צוצולייגן, און מעיר זיין.
פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:15 pm#89863
ערשטער טעות: די צאל נישט סטעבל עלעמענטן איז 26. (total is 26 + 92 = 118)
פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:24 pm#89866
:like א גרויסן יישר כח, שלום עליכם א חשובער גאסט.
מיר האבן דא אין שטיבל אסאך וויסנשאפטלער און איר וועט זיך פילן זייער באקוועם, די האסט זייער וויכטיג אויסגעפעלט ווייל די וויסנשאפטלער דא רעדן זייער הויך, קאלעדזש סייענס. מיר דארפן עלעמענטערי סקול סייענס. גיי ווייטער, לערן אונז אויס וועלן מיר קענען גיין ליינען יידל-יאנקל-יאיר-פשוט קאמפליצירט-לעיקוואד וחבריהם.
ווען די ענדיגסט די אב פון סייענס גיי צו די אב פון סאשעל סטאדיס, מאטעמטאטיק, לאמיר דא מאכן א שטיקל סקול אין אידיש, כוועל אויך ארויסהעלפן.
חזק ואמץ!
פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:50 pm#89905
עליכם שלום, קופערניקוס!
.Thanks for the welcome. It takes me long to type in Yiddish so I will not be posting as often as would like, but I hope to continue soon after Purim
פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:13 pm#89911
שלום עליכם עסקן בדברים! איר זענט קע"ה עוסק אין די ריכטיגע דברים, ייש"כ, איך האב הנאה געהאט.
פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:49 pm#89939
ווילקאמען צום שטיבל, עסקן!
אזא קלארער און תוכנ'דיגע פאוסט איבער קאמפליצירטע סייענטיפישע מושגים האב איך שוין לאנג נישט געליינט, איך קען קוים ווארטן צו ליינען דעם המשך. כלל ישראל דארף נאך אזעלכע עסקנים ווי אייך!
פרייטאג פעברואר 22, 2013 4:20 pm#89943
Thank you so much
מוצ"ש פעברואר 23, 2013 10:43 pm#89988
עסקן במעשה, זייער שיין.
'' אטאמס זענען צאמגעקלייגט פון נאר 3 זאכן: פרוטון'ס, נוטרון'ס, און עלעקטרון'ס (protons, neutrons, electrons). די 3 זאכן זענען אליין נאר דריי התלבשות'ן (manifestations) פון חומר (matter) און נאר 16% פון די חומר אין די וועלט (universe). די איבעריגע 84% איז "טונקעלע חומר" וועליכע מ' קען נישט דירעקט אבזערווירן.''
די 84 פארצענט טונקעלע חומר איז און יעדע זאך ?
למשל א שטיינדעל האט 84 פארצענט חומר וואס מיר קענען נישט אבסעווירן?
מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:58 pm#90141
נולד מאוחר האט געשריבן:עסקן במעשה, זייער שיין.
'' אטאמס זענען צאמגעקלייגט פון נאר 3 זאכן: פרוטון'ס, נוטרון'ס, און עלעקטרון'ס (protons, neutrons, electrons). די 3 זאכן זענען אליין נאר דריי התלבשות'ן (manifestations) פון חומר (matter) און נאר 16% פון די חומר אין די וועלט (universe). די איבעריגע 84% איז "טונקעלע חומר" וועליכע מ' קען נישט דירעקט אבזערווירן.''
די 84 פארצענט טונקעלע חומר איז און יעדע זאך ?
למשל א שטיינדעל האט 84 פארצענט חומר וואס מיר קענען נישט אבסעווירן?

ניין, איך האב גערעדט פון די טוטאלע חומר אין די וועלט (universe). א זאך וואס מ' אבזערווט האט נישט קיין טונקעלע חומר. ייש"כ, נולד מאוחר, פאר דעס העלפן קלאר מאכן. דרך אגב, כמעט אלע טונקעלע חומר (נאך אלס (בערך) 84%) ווייסט מען נאך נישט וואס דאס איז.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:10 pm#90146
בכל יום ויום אני אומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי למביהמ"ד. בנוגע די גמ' חולין נז: וואס איך האב דערמאנט אינ'ם ערשטן תגובה אז דער "עסקן בדברים," ר' שמעון בן חלפתא, האט געוואלט מברר זיין פאר זיך צו מוריטשקעס האבען טאקע נישט קיין קעניג אזוי ווי די פסוק זאגט, איז מיר נעכטן (פורים) איינגעפאלן א פשט (אנדערש ווי די מפרשים) וואס לויט דעם איז ער בכלל נישט געקומן מאכן חקירות קלוגער פון תמימות'דיג אננעמען דעם פסוק. איך האב עס געשריבן אינ'ם אשכול פאר חניוקישע יונעלייט ( l viewtopic.php?f=13&t=2173&p=90145#p90145 l )
מאנטאג פעברואר 25, 2013 5:15 pm#90163
המשך פון ערשטע תגובה

אנדערע מולעקולס זענען זייער קאמפלעצירט, צאמגעלייגט פון מליונער אטאמס. דער כח העלעקטריק איז ווייטער גורם אז מולעקולס זאלען זיך צאמקלעבן, אבער שוואכער, צו פארמען (to form) אלעס וואס מיר קענען זעהן אדער טאפן אין די וועלט. נישט אלעס איז צאמגעלייגט פון מולעקולס. עטליכע זאכען זענען צאמגעלייגט נאר פון אטאמס (א.א.וו. זיי האבן נאר איין מדרגה פון סטרוקטור), צ.ב.ש. זאלץ, קוילן, און מעטאלן. דיימאמטן זענען אויך צאמגעלייגט נאר פון אטאמס (קארבון, carbon, דער זעלבע פון וואס קוילן איז געמאכט), אבער זיי קלעבן אזוי שטארק איין צום צווייטן אזוי ווי אין א מולעקול. ממילא איז יעדער דיימאמט איין ריזיגע מולעקול!

ווייסן מיר שוין אלע חומר וואס ס' איז דא אין דער וועלט (פרוטונס, נוטרונס, און עלעקטרונס. (און טונקלע)). אבער דעס איז נאר העלפט פון די מעשה. דער אנדערע העלפט וואס מיר דארפן נאך פארשטיין איז, וואס געשענט מיט זיי? (אדער אפשר ענדערש: ווייסן מיר די עקטערס, אבער וואס איז די מעשה?) קודם לאמיר קלאר מאכן די שאלה: וואס מיינט "געשענט"? אז איר טראכט אביסל אריין וועט איר זיך אויפווייזן אז "געשענט" מיינט זיך רוקן. ס' איז גארנישט דא מער צוצולייגן מסביר צו זיין פונקטליך סיי וועליכע זאך וואס ס' איז געשען ווי זאגען פונקטליך וואו און ווען יעדעס אטאם האט זיך גערוקט. (באלד וועל איך מסביר זיין אז זען, הערן, שמעקן, וויי טון, טראכטן וכו' זענען אויך נישט מער פון אטאמס און עלעקטרונס זיך רוקן). ממילא אויב מ' קען אלע כללים פון וויאזוי אטאמס און זייערע חלקים ריקן זיך (סיי ווען זיי ריקען זיך באזונדער און סיי ווען זיי רוקן זיך אסאך צוזאמען) קען מען גאנץ סייענס, ווייל מ' ווייסט שוין וויאזוי די גאנצע וועלט ארבעט.
נאר וואס דען? ס' קען אלץ זיין מער און מער קאמפלעצירטע וועגן וויאזוי אטאמס און זייערע חלקים (וואס האלטן שוין אין מיטן זיך רוקן אלע מינע וועגן) זענען אויסגעשטעלט, וואס איז גורם נייע כללים ארויסצושפראצן פון די אלטע, וואס וואלט נישט געקענט קיינעם איינפאלן פון די אלטע. (מיט "אויסגעשטעלט" מיין איך דיינאמיש, דהיינו וואו איז יעדעס איינס און אין וועליכע דירעקציא אין ווי שנעל גייט עס אויב עס רוקט זיך).
די זעלבע זאך איז מיט מאטעמאטיק. יעדעס קינד (וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג) פארשטייט קלאר די פשוטע יסודות פון נומערן. נאך אלץ איז נומערישע מאטעמאטיק א פעלד שאין לה סוף, ווייל ס' שפראצט כסדר ארויס נייע פאטערנס און כללים פון מער קאמפלאצירטע חשבונות פון די זעלבע נומערן וואס מ' קען שוין לאנג די פשוטע יסודות. דאס איז נישט קיין משל; ס' איז היינו הך, ווייל וויאזוי קאמפלאצירטע אויסשטעלעכצן פון אטאמס (אדער סיי וואס, צו מציאות'דיגע, צו פאנטאזירטע) וועלן זיך רוקן, וויסנדיג אירע יסודות'דיגע כללים, איז א ריין מאטעמאטישע שאלה. אבער מיר האלטן נישט ביי דעם צו ניצן מאטעמאטיק אליין צו פארשטיין די וועלט, ווייל ס' איז, פארשטייט זיך, נישט דא קיין שיעור צו וויפיל וועגן חומר קען זיין אויסגעשטעלט, און בעיקר ווילן מיר וויסן וויאזוי זאכן פון די מציאות'דיגע וועלט (פלאנעטס, צעלן, חיות...) ארבעטן, און מיר ווייסן פשוט נישט רוב פון וויאזוי זיי אדער זייערע חלקים זענען אויסגעשטעלט. אויך געווענטליך פארמאגן מיר דערווייל נאך נישט גענוג שטארקע קאמפיוטערס צו קענען מאכן די מאסיווע חשבונות אין גענוג א קורצע צייט. אויב מיר וואלטן יא געהאט די קאמפיוטערס, און מיר וואלטן גענומען למשל א חיה'לע און אריינגעלייגט אין א קעסטל (כדי צו פארמאדן געשעענישן פון דערויסן וואס מיר קענען נישט אויסרעכענען), אויב מיר וואלטן געוואוסט פונקטליך די אויסשטעלעכץ פון די אטאמס פונ'ם קעסטל, די לופט דארט, און די חיה, וואלטן מיר געקענט וואוסן פונקטליך וואס דער חיה וועט טון ביז ס' שטארבט און פונקטליך וואס וועט דערנאך געשען מיט זיין גוף.
(ס' איז אויך פאראן פיל מקצועות וואס ארבעטן אויף יסודות'דיגע זאכן פון חומר וואס מיר פארשטייען נאך נישט. אויך בנוגע זייער קליינע זאכן, אזויווי חלקים פון אן אטאם, איז נישט שייך אויסצורעכענען פון פריער זייער אויפפירונג. אבער דאס אלעס איז נישט נוגע פאר פארשטיין וויאזוי כמעט אלע "נארמאלע" מציאות'דיגע זאכן, אזוי ווי פלאנעטס, וועטער, צמחים, חיות, מענטשן וכו' ארבעטן אויפן פארנעם וואס מיר אבזערווירן מיט די "5 חושים," וואו די אויפפירונג פון די אינערווייניג פון יעדער באזונדערע אטאם האט נישט קיין שום השפעה).

צוריק צו אונזער שאלה: וואס זענען די כללים פון וויאזוי חומר רוקט זיך? די כללים זענען היבש פשוט. לאמיר אנהייבן מיט א וועלט (אזויווי דער מציאות'דיגער) וואו זאכן רוקן זיך כל מיני דירעקציעס און כל מיני שנעלקייטן (אריינגערעכנט זאכן וואס רוקן זיך די שנעלקייט פון נול (zero) ד.ה. זיי רוקן זיך נישט), און פרעגען, וויאזוי וועלען זיי זיך רוקן פון יעצט און ווייטער? יעדער זאך (א באזונדערע אטאם אדער וויפיל ס' זאל נאר זיין צוזאמענגעקלעבט) וועט אייביג בלייבן מיט זיין שנעלקייט און דירעקציע אויזער אויב א "כח" (force) צוט אים. ווילאנג דער כח צוט טוט זיך די שנעלקייט פון די זאך כסדר פארמערן (ווי שטערקער די כח אלס מער אויף א מאל) אין די דירעקציע פון דעם כח. (אויב די כח צוט צו די פארקערטע דירעקציע פון'ם ארגינעלעם דירעקציע איז דער כח גורם אז די זאך זאל גיין שטייטער און שטייטער בוז די שנעלקייט דערגרייכט נול, און דערנאך הייבט עס אן גיין שנעלער און שנעלער אין'ם דירעקציע פון'ם כח. וואס איז מיט צוויי כחות? לאמיר זאגן כח א' איז 4 מאל אזוי שטארק פון ב'. אויב זיי צוען און'ם זעלבן דירעקציע, זענען זיי צוזאמען די זעלבע ווי איין כח וואס איז 5 מאל אזוי שטארק פון ב' (1 + 4 = 5 ,אדער 1.25 מאל אזוי שטארק פון א'). אויב זיי צוען אין די פארקערטע דירעקציעס זענען זיי צוזאמען די זעלבע ווי איין כח וואס צוט אין'ם דירעקציע פון א' אבער נאר דריי פערטל אזוי שטארק 1 - 4 = 3. די זעלבע פשוטע חשבונות איז מיט מערערע כחות). ווי מער א זאך וועגט (ד.ה. וויפיל חומר (פרוטונס, נוטרונס, און עלעקטרונס) ס' פארמאגט) אלס ווייניגער שנעל מאכט אים א כח גיין, ד.ה. אלס מער כח דארף מען עס צו מאכן גיין די זעלבע שנעל. קומט אויס אז אויב מ' ווייסט דעם ארגינעלעם שנעלקייט און דירעקציע פון א זאך (פון אן אטאם בוז א שטערן אדער גרעסער), וויפיל חומר ס' האט, די שטארקייטן און דירעקציעס פון כחות וואס צוען עס, און ווי לאנג יעדער כח איז ווירקליך, קען מען גרינג אויסרעכענען די נייע שנעלקייט און דירעקציע.

אבער וואס זענען די כחות? כחות זענען די צו (אדער שטופ) וואס איין שטיק חומר צוט (אדער שטופט אוועק) א צווייטן. די נאטור פון חומר איז אז ס' צוט א צווייטן אין פיר מינע אופנים. דאס הייסט אז ס' זענען דא פיר מינע כחות אין די וועלט. אבער זארג דיך נישט; איך וועל נישט דורך גיין אלע פיר, ווייל צוויי פון זיי (די "שטארקע און שוואכע נוקליערע כחות") האבן נאר א השפעה מורא'דיגע נאנט, און ממילא זענען זיי נאר נוגע פאר אינערווייניג פון אן אטאם (למשל דער שטארקע נוקליערע כח האלט פרוטונס צוזאמען אין אן אטאם קעגען די עלעקטישע כח). נאר צוויי כחות ווירקן אויף חומר אן אטאם און גרעסער: דער עלעקטישע כח, אדער עלעקטרו-מאגנעטיזם (בקיצור: ע"מ) און גרעוויטי. ע"מ מיינט אז א פרוטון און אן עלקטרון צוען זיך אייביג איינס צום צווייטן, אבער א פרוטון שטופט אייביג אוועק א צווייטן פרוטון, און אן עלקטרון שטופט אייביג אוועק א צווייטן עלקטרון. גרעוויטי מיינט אז חומר צוט אייביג צו זיך אנדערע חומר, נישט קיין חילוק וועליכע מין. דאס הייסט אז לדוגמא צוויי פרוטונס ווירקן צוויי פארקערטע כחות אויף זיי. ע"מ שטופט זיי אוועק איינס פון צווייטן, און גרעוויטי צוט זיי צאם. אבער ע"מ איז טריליאנען מאל שטערקער פון גרעוויטי, ממילא איז גרעוויטי נאר גורם אז דער שטופ זאל ווערן א קליין משהוא שוואכער (אדער שטערקער אין דער אופן פון דעם צו ציווישן א פרוטון מיט אן עלקטרון).

אזוי ווי פריער דערמאנט רעכענען זיך כחות (וואס צוען אין די זעלבע דירעקציע) צאם צו ווערן אזויווי איין שטארקע כח. ממילא ווי מער פרוטונס אדער עלקטרונס (בנוגע ע"מ) אדער חומר (בנוגע גרעוויטי) צוזאמען אלס שטערקער (כפי ערך) איז זייער כח . נאך א זאך: ווי ווייטער אוועק אלס מער וועפט זיך אויס די כח, אבער נישט כפי ערך, נאר כפי ערך מאל כפי ערך. צ.ב.ש. דער כח (ע"מ) וואס צוט א פרוטון מיט אן עלקטרון צוזאמען ווערט 100 מאל שטערקער יעדעס מאל זיי קומען 10 מאל אזוי נאנט. די זעלבע איז מיט גרעוויטי.

וויבאלד דער כח פון גרעוויטי איז אזוי שוואך, האט עס נאר אן אנמערקליכע השפעה ווען כאטשיג איינס פון די צוויי שטיקער חומר איז ריזיג, אזויווי שטערנס און פלענעטס. דער כח וואס צוט צוויי שטיקער חומר איינס צום (אדער אוועק פונ'ם) אנדערן איז אייביג אייניג. די סיבה פארוואס גרעוויטי איז גורם אז א חפץ פאלט אראפ צום ערד (צו אינזער פלאנעט), אבער מ' זעט נישט אז די פלאנעט זאל פונקט אזוי קומען צום חפץ איז ווייל, אזוי ווי פריער דערמאנט, וויפיל מער חומר א זאך האט אלס ווייניגער ווירקט אויף דעם די זעלבן כח. די פלאנעט גיבט
זיך אזא קליינעם רוק (אויב ס' נישט דענמאלט דא א פארקערטן כח פון כינא) אז מ' קען עס נישט אבזערוון

ע"מ ברענגט צאם עלקטרונס און פרוטונס אין יעדן אטאם. ווען די צאל עלקטרונס דערגרייכט די צאל פרוטונס הערט אויף קומען נייע עלקטרונס, ווייל דער כח פון די עלקטרונס פונ'ם אטאם וואס שטופט זיי אוועק איז שוין פונקט אזוי שטארק ווי די כח פון די פרוטונס וואס צוט זיי. אבער עלקטרונס טוען זיך (90% פון די צייט) ארומדרייען ארום די "נוקלעוס" (צענטער פונ'ם אטאם וואו ס' דא די פרוטונס (און אויך די נוטרונס)) אין שעלס (shells) אזויווי די שעלס פון א צוויבל. די שעלס זענען נאר סטעבל (האלטן זיך פעסט) אויב זיי האבן די ריכטיגע צאל עלקטרונס. דער ערשטע שעל (נענסטע צום נוקלעוס) דארף האבן צוויי עלקטרונס, די נעקסטע צוויי אכט, די נעקסטע צוויי 18, און די נעקסטע צוויי 32. איז למשל א היליום אטאם וואס האט צוויי פרוטונס באקומט איין שעל פון צוויי עלקטרונס. ער איז אינגאנצן סטעבל, און ממילא וועט ער זיך נישט פארבונדן מיט קיין אנדערע אטאם. די זעלבע זענען די אטאמס וואס פארמאגן 10 (8+2) פרוטונס (און ממילא אויך עלקטרונס), 18 (8+8+2), 32 (2+8+8+18), און אזוי ווייטער. די זענען די "נובעלע גאזן" וועליכע האבן א גאנצע שעל. אבער אנדערע אטאמס זענען די עלקטרונס אין זייער דערויסנסטע שעל נישט סטעבל, ממילא ווערן זיי צוגעצויגן (דורך די כח פון ע"מ) צו אנדערע אטאמס און פארבונדן זיך. די שטארקקייט פון די בונדן ווענט זיך אין די אויסשטעלכץ פון די עלקטרונס פון די פארבונדענע אטאמס. אטאמס וואס זייערע דערויסנדיגע עלקטרונס ווערען זייער סטעבל דורך א פארבונדענע אויסשטעלכץ (פון צוויי אדער מערערע אטאמס) זענען שטארק פארבונדן און זענען א מולעקול. אויב זיי ווערען נאר אביסל מער סטעבל קלעבן זיי ווייניגער שטארק צוזאמען. ע"מ איז אייביג די כח וואס האלט חומר (פון אן אטאם און גרעסער) צוזאמען סיי צו זיין איין שטיק, און סיי א זאך וואס קלעבט קוים, אזויווי א שוואכע סקאטש טעיפ, אויסער דעס וואס ריזיגע זאכן אזויווי שטערנס און פלענעטס האלטן זיך צוזאמען וואס דאס קומט פון גרעוויטי.

אויסער ווען זאכן ווערן צוגעצויגן צו שטערנס אדער פלענעטס וכדומה (למשל ווען א חפץ פאלט אראפ) איז ע"מ אויך אייביג דער כח וואס מאכט זאכן (פון אן אטאם און גרעסער) זיך טוישן זייער שנעלקייט/דירעקציא (אויף אן אנמערקליכע אופן). ווען איך שטופ א חפץ מיט מיין האנד, וואס מאכט דעם חפץ זיך רוקן? ווען די עלקטרונס פון מיין האנט קומען זייער נאנט צו די עלקטרונס פןנ'ם חפץ שטופן זיי אוועק איינס דעם צווייטן. אבער וואס מאכט מיין האנט זיך רוקן? ווייטער ע"מ'ישע כחות פון עלקטרונס פון אטאמס פון די צעלן פון די מוסקלען פון די ארעם און האנט וואס האבן באקומען די לעצטע שטופ פון אטאמס/עלקטרונס פון מח. די כחות קומען ווייטער פון ע"מ'ישע כחות פון די אטאמס פון די עסן...
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:00 pm#90208
לגבי וואס דו האסט געשריבן וועגן אריסטו.
ווער זאגט אז ער האט גערעדט ווען די לבנה?
אז איך ווארף אראפ א האנטוך, אזוי אויך א שטיין. וועלכע גייט אנקומען קודם?
איך ווארף אראפ. קליינע ביכל און א גרויסע חתן ש״ס פון 6 שטאק הויעך. וועלכע פאלט קודם??
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:25 pm#90211
ממי_שאמרו האט געשריבן:לגבי וואס דו האסט געשריבן וועגן אריסטו.
ווער זאגט אז ער האט גערעדט ווען די לבנה?
אז איך ווארף אראפ א האנטוך, אזוי אויך א שטיין. וועלכע גייט אנקומען קודם?
איך ווארף אראפ. קליינע ביכל און א גרויסע חתן ש״ס פון 6 שטאק הויעך. וועלכע פאלט קודם??

מכח גראוויטעט וועלן ביידע אנקומען די זעלבע צייט, נאר די ווינט וועט זיך אריינמישן און גורם זיין אז דער חתן ש"ס (רחמנא ליצלן, פון וואו נעמסטו אזעלכע איידיעס?) וועט אנקומען שנעלער. ממילא, אויף די לבנה וואו עס איז נישטא קיין ווינט, אדער אויף סיי וועלכע עקספערימענט וואו מען מאכט זיכער אז די ווינט זאל נישט קענען צומישן די רעזולטאטן, וועלן אלע אביעקטן אראפפאלן לויט די זעלבע ראטע.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:32 pm#90212
יאיר האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:לגבי וואס דו האסט געשריבן וועגן אריסטו.
ווער זאגט אז ער האט גערעדט ווען די לבנה?
אז איך ווארף אראפ א האנטוך, אזוי אויך א שטיין. וועלכע גייט אנקומען קודם?
איך ווארף אראפ. קליינע ביכל און א גרויסע חתן ש״ס פון 6 שטאק הויעך. וועלכע פאלט קודם??

מכח גראוויטעט וועלן ביידע אנקומען די זעלבע צייט, נאר די ווינט וועט זיך אריינמישן און גורם זיין אז דער חתן ש"ס (רחמנא ליצלן, פון וואו נעמסטו אזעלכע איידיעס?) וועט אנקומען שנעלער. ממילא, אויף די לבנה וואו עס איז נישטא קיין ווינט, אדער אויף סיי וועלכע עקספערימענט וואו מען מאכט זיכער אז די ווינט זאל נישט קענען צומישן די רעזולטאטן, וועלן אלע אביעקטן אראפפאלן לויט די זעלבע ראטע.

יאיר פליט צו דער לבנה פשוט ווייל ממי האט אנגעכאפט א האנטוך פאר א משל. א האנטוך שפרייט זיך אויס אין דער לופטן און שטייט דעריבער אויס צו א סך פריקשען מיט די לופט. אבער אפילו אויף אונזער וועלטל, אז דו וועסט אראפווארפן א שטיין וואס וועגט צוויי פונט צוזאמען מיט א שטיין פון דריי טויזנט פונט וועלן ביידע אנקומען צוזאמען אויף דער ערד.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:32 pm#90213
עסקן, מיינע אויגן שווינדלען שוין פון די ברייטע און טיפע ידיעות וואס דו ווארפסט דא צוזאם. איך וועל דאס מוזן אוועקלייגן אויף א רואיגע צייט ווען איך וועל שוין זיין גענצליך אויסגעניכטערט פון די פורים סומאטאכע.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:42 pm#90218
איז אריסטו יא געווען גערעכט סוף פסוק.
סוף כל סוף וועט דער שווערערע זאך אנקומען שנעלער.

יאנקל, טאקע צוליב דיין תירוץ האב איך אויך געניצט די ביכל דוגמה.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:49 pm#90220
ממי_שאמרו האט געשריבן:איז אריסטו יא געווען גערעכט סוף פסוק.
סוף כל סוף וועט דער שווערערע זאך אנקומען שנעלער.

כ'האב דיר יעצט געענדיגט זאגן אז עס איז נישט אזוי. אריסטא האט זיך טועה געווען ווייל ער האט נישט געכאפט אז ביי געוויסע חפצים מישט זיך לופט אריין.
אגב, א שטיינדל וואס וועגט א צענטל פונט וועט מסתמא שנעלער אנקומען ווי א פאפיר וואס וועגט אביסל מער.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:51 pm#90221
אדרבה, גיב מיר א דוגמה פון צוויי חפצים. איינס וועגט 5 פונט, איינס וועגט 10 פונט. ביידע זאלן לאנדן אקוראט די זעלבע צייט פון 6 שטאק הויעך.
מאנטאג פעברואר 25, 2013 9:57 pm#90237
ממי_שאמרו האט געשריבן:אדרבה, גיב מיר א דוגמה פון צוויי חפצים. איינס וועגט 5 פונט, איינס וועגט 10 פונט. ביידע זאלן לאנדן אקוראט די זעלבע צייט פון 6 שטאק הויעך.

יאנקל האט דיר דאך געגעבן אזא משל, א שטיין!!!
מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:23 pm#90254
וועלן מיר דאס פראבירן מארגן אי״ה
דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:02 am#90263
מען האט עס שוין אויספראבירט פאר דיר...

דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:30 am#90273
איך רעדט נישט אויף די לבנה. אריסטו האט דען גערעדט אויף די לבנה? ער האט גערעדט וועגן דא אויף אונזער היימישן וועלטל ווי עס איז יא דא גרעוויטי.

און בכלל, סתם פאר נייגעריגקייט. אויב עס נישט דא קיין גרעוויטי בכלל אויפן לבנה, פארוואס איז עס בכלל אראפגעפאלן??
דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:32 am#90274
חדא מתורצת בחברתה.

(אויף די לבנה איז נישט דא קיין לופט).
דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:40 am#90276
אוודאי איז דא גרעוועטי אויף די לבנה! נאר זייער ווייניג. יעדע מעס האט גרעוועטי.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 12:44 am#90278
ממי, דר"א, זאגט די פשוט'ע סברא אויך אזוי.

שטעל זיך פאר אז דו האסט צוויי 10 פונטיגע שטיינער און דו צושניידסט איינע פון זיי אויף צעהן חלקים פון 1 פונט יעדע, דו כאפסט אהן דעם 10 פונטיגער אין איין האנט און די צעהן 1 פונטיגע אין די אנדערע האנט און דו לאזט זיי ביידע אראפ, ווער וועט קודם אנקומען?

ביידע וועלן אנקומען אין די זעלבע צייט, ווייל וואס איז דען א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו די 10 פונט זענען צוגעקלעבט איינער צום צווייטן, אדער מען האט זיי גראדע צושניטן?

דאס וואס מושכל ראשון זאגט אז א שווערע זאך דארף אנקומען שנעלער, נעמט זיך פון דעם וואס עס איז שווערער צו האלטן אין דער האנט, אבער אז מען טראכט אריין איז די חילוק פשוט, שווערער איז עס טאקע ווייל ביי 10 פונט שלאגסטו זיך קעגן 10 מאהל אזויפיהל גראוויטי ווי ווען דו האלטסט א 1 פונטיגע שטיין, אבער לגבי ווי שנעל עס זאל פאלן האט עס קיין שייכות, פאר די גראוויטי איז נישט קיין חילוק צו ער שלעפט איין 1 פונטיגע שטיין אדער צעהן איין פונטיגע וואס רירן זיך אן איינע די אנדערע [דהיינו א 10 פונטיגע שטיין].
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:20 pm#91384
גוט, איך קען קוים ווארטן זאלסט אנקומען דערצו דאס אויסצושמועסן.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:21 pm#91385
:) yes, I would ask anyone who wants to argue to wait until I actually write about it
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:32 pm#91386
יישר כוח, עסקן, פאר א סופער דזשאב. איך ווארט אויפ'ן המשך, בפרט אויפ'ן שמועס איבער קאנשאסנעס. איך בין פאסצינירט מיט דער טעמע.
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:05 pm#91392
אגב, פשוט קאמפליצירט, איך ווייס אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר אבער כ'וועל דאך פרעגן: האסטו שוין אמאל געליינט דעם בוך "The Feeling of What Happens: Body and Emotion in the Making of Consciousness" ( m http://www.amazon.com/The-Feeling-What- ... 0156010755 m )?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:32 pm#91400
נישט געלייענט. זעט אויס אינטערעסאנט. שייך צו פאר'סך הכל'ן דעם חידוש אין א פאראגראף?
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:35 pm#91401
אין א פאראגראף? כ'גלייב נישט. עכ"פ איך זיכער נישט.
פרוביר: m http://www.hedweb.com/bgcharlton/damasioreview.html m
m http://www.nytimes.com/books/99/10/24/r ... lvint.html m
און
m http://blogcritics.org/books/article/bo ... g-of-what/ m
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:50 pm#91404
That takes care of it.

יישר כוח!
דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:07 pm#91447
עסקן בדברים האט געשריבן:באקומען אין אישי: "צו וואלסטו מיר געקענט רעקאמענדירן א בוך אויף ענגליש וואס ערקלערט די אלע זאכן אויף א גרינגע שפראך באריכות?"
די בוך Science Matters, איז זייער שיין מסביר אלע חלקים אין Science. ער איז מסביר אלעס מיט גאר א גרינגע שפראך, און ער ניצט גארנישט קיין מאטעמאטיקס.
זונטאג מערץ 03, 2013 5:36 pm#92256
I'm not an expert on which books are the best out there, but I loved this book years ago when I first started getting interested in science. It covers physics, chemstry, earth science, and astronomy on a conceptual level, no math.Also check out newer editions
m http://www.amazon.com/Conceptual-Physic ... m_sbs_b_59 m
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:08 pm#92756
ממי_שאמרו האט געשריבן:אדרבה, גיב מיר א דוגמה פון צוויי חפצים. איינס וועגט 5 פונט, איינס וועגט 10 פונט. ביידע זאלן לאנדן אקוראט די זעלבע צייט פון 6 שטאק הויעך.


נעם א בוק אין די רעכטע האנט אין א פאפיר אין די לינקע האנט אין לאז זיי אראפ, וועט פארשטייט זיך די בוק אנגעקימען שנעלער צי דער ערד. ווייל די ליפט איז כמעט אזוי שטארק ווי די פאפיר אין עס האלט אן די פאפיר פין פאלען. והא ראיה:

נעם א בוק אין די רעכטע האנט אין א בוק אין די לינקע האנט אין לייג ארויף א פאפיר אויף די בוק פין די לינקע האנט, וועט די פאפיר אראפפאלען אזוי שנעל ווי די בוק (אפילו די פאפיר איז נישט מחובר צי די בוק) ווייל עס איז נישט די קיין ליפט וואס האלט צוריק די פאפיר פין פאלען.
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:17 pm#92763
זייער אינטערעסאנטע געדאנק.
ברוכים הבאים בין עמודי דגירסא, כותלי קוותינו.
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דא.
מאנטאג מערץ 04, 2013 8:45 pm#92777
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער אינטערעסאנטע געדאנק.
ברוכים הבאים בין עמודי דגירסא, כותלי קוותינו.
מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דא.


עליכם שלום - איך האב שוין הנאה...

איך וויל צילייגען איין נקודה צי די וווערטער פין 'העסקן בדברים' בנוגע די חילוק פין אמאליגע סייענס (פילאספיע) אין מאדערן-סייענס.

אמאל פלעגט מען אויך טרייען צי מאכען עקספערימענטען, די מורה נבוכים רעדט שוין פין חכמה מצד נסיון (עקספערימענטען) אין חכמה מצד השכל והסברה (חשבונות, מדמה מילתה למילתה). היינט טיט מען אויך ביידע, מ'טרייט צי מאכען נסיונות אין אויף זאכען וואס מ'קען, אין אויף וואס מ'קען נישט נעמט מען אסאך מאל אן געוויסע הנחות מצד השכל וחשבונות.

עס איז נאר דא 2 חילוקים פין אמאל אין היינט, 1) די "סטענדרעט" פין נסיון איז העכער ווי אמאל, מ'פארלאנגט מער נסיונות (פין אסאך אנדערע וועגען) אנצינעמן אזאך. אין 2), אזאך וואס איז מצד השכל ריפט מען אן "theory" כדי מ'זאל וויסען ווי מ'האלט.

אסאך זאכן וואס מ'האלט היינט זעט מען אריסטו (אדער אנדערע פאר עם) זענען געעוען גערעכט, למשל אז זמן מיינט change; אז די גאנצע וועלט קימט ארויס פין איין קליינע זאך (יולי) וואס ווערט אויך דערמאנט אין גמרא (מאבן שתיה נברא העולם) אין ארימגערעדט ברייט אין די ראשונים ומקובלים. אין דאס ווערט היינט אנגעריפען evaluation אדער inflation. אויך האט Galileo (די פאטער פין מאדערן-סייענס) געזאגט אז ער קימט נאך אריסטו. ד.ה. ער געבויט זאכען אויף געויסע הנחות פין אריסטו.

איך בין זיכער אז אין 100 יאר ארום וועט מען האלטען אנדערש פין געוויסע theory's וואס מ'האלט היינט. למשל, די יארען וואס זיי זאגען ווי לאנג די וועלט איז אלט איז א thorey עס איז אימעגליך צי מאכען א נסיון אויף דעם כמובן. אויך אויף איינצעלנע זאכען פין איינשטיין וואס זעט אויס נישט ריכטיג ווען מען מאכט עקספערימענטען (איינשטיין'ס עיקר חידושים איז געווען עפ"י שכל וחשבונות וואס מ'האט שפעטער געזען אויף אסאך זאכען אז ער איז געווען גערעכט, אין געוויסע זאכען אז נישט).

אויך ווי באקאנט האט איינשטיין אפגעפרעגט געוויסע חשבונות פין אייזיק נאטען, וואס איינשטיין איז גערעכט. (למשל, די GPS סיסטעם האט מען נישט געקענט מאכען לויט נאטענ'ס חשבונות.)
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:29 pm#92803
זייער שיין מאיר, ביטע זיי אונז חונן דעת מיט מער דברי חכמה
מאנטאג מערץ 04, 2013 9:55 pm#92817
ישר כח 'עסקן', הכל נגרר בתר הראשון
מיטוואך מערץ 06, 2013 7:06 pm#93939
וואס איז דאס א לעבעדיגע זאך?
איך האף איר האט שוין געליינט די פריערדיגע שטיקלעך. אויב יא האט איר געזען אז די גאנצע מעשה פון אלעס וואס איז דא און געשענט אין די וועלט איז נישט מער ווי אטאמס וואס ווערן צוגעקלעבט אלע סארט וועגן (דורך ע"מ אדער גראוויטי), און טוישן נישט זייער שנעלקייט אדער דירעקציא ביז א כח (ע"מ אדער גראוויטי) צוט זיי (אויך איז דא באזונדערע ע"מ ענערג'י). אויב אזוי, וואס מאכט א זאך לעבעדיג? איז נישט לעבעדיגקייט נאך א חלק פון דער מציאות וואס איך האב אויסגעלאזט? ניין. א לעבעדיגע זאך איז א מאשין, א מאשין וואס דורך קאמפלעצירטע וועגן וויאזוי זיינע מאלעקולס זענען אויסגעשטעלט טוט עס זיך האלטן, וואקסן דורך ארייננעמען ארומיגע מאלעקולס (חומר מיט ענערג'י), רעפראדאצירן (פרה ורבה זיין), און נאך. (ס' איז נישט קיין מאשין אין דעם זין אז א מאשין איז א כלי מיט א ספיציעלע תפקיד, אבער איך האב נישט קיין בעסערע ווארט). פונקטליך מגדיר זיין וואס הייסט טיארעטיש יא א לעבעדיגע זאך און וואס נישט איז נישט קיין סייענטיפישער שאלה. יעדער קען עס מגדיר זיין וויאזוי איהם געפעלט, אבער למעשה עפ"י רוב זענען די קוואליטעטן תלוי איינס אין אנדערן. א זאך קען זיך נישט האלטן אין איין רעפראדאצירן אויב ס' קען נישט וואקסן דורך ארייננעמען ארומיגע מולעקולס, ווייל די אריגענעלע מולעקולס וועלן זיך אויסנוצן. ווייטער פאר א זאך זיך צו קענען האלטן און וואקסן אויף גענוג א קאמפלעצירטן אופן אז איינער זאל עס וועלן רופן לעבעדיג קען עס נאר נאטירלעך קומען דורך רעפראדאצירן, ווייל אז ס' זאל אליינס ווערן דורך מאלעקולס פונקט צאמקלעבן איז אזוי נישט שכיח אז ס' געשענט כמעט קיינמאל נישט. אזוי אויך דארף א לעבעדגיע זאך (בדרך כלל) זיין אזוי אויסגעשטעלט אז אייביג מוז כאטשיג איינס פון זיינע חלקים זיך רוקן (כאטש ביז ס' רעפראדאצירט זיך, דערנאך מעג עס שטארבן), ווייל אויב ס' דא איין מאמענט וואס קיין איינער פון זיינע חלקים רוקן זיך נישט, וויאזוי וועט דער זאך פלוצלונג אנהייבן זיך רוקן און פונקצונירן? (דער אויסנאם צו דעם כלל איז אויב די מאלעקולס זענען אזוי אויסגעשטעלט אז א כח וואס קומט גענוגג אפט וועט עס קענען צוריק אנדרייען. פארפרוירענע איין- אדער אפאר-צעליגע בע"ח, אריינגערעכנט human embreyos ווערן צוריק לעבעדיג נאך זיי ווערן צולאזט).

צעלן קומען פון צעלן. DNA
וויפיל סארט לעבעדיגע זאכן ווייסן מיר פון? פארשטייט זיך אז וואס הייסט א סארט איז תלוי בשיקול הדעת, אבער אין א וועג איז די בעסטע ענטפר: איינס! אזויווי איר וועט באלד זעהן.
יעדער לעבעדיגע זאך (וואס מיר ווייסן פון, פון באקטעריא צו הייוון צו אלע סארט צמחים צו חיות און מענטשן) איז א צעל אדער צאמגעקלעבטע צעלן. צעלן זענען מורא'דיגע קאמפלעצירטע מאשינען וואס האבן פיל מיט קלענערע מאשינען (organelles) אין זיך. די צעלן פון א מענטשנ'ס לעבער, צ.ב.ש., זענען אנדערש ווי פון זיין אויג (וועגן דעם איז דעס לעבער און דעס אויג), און אודאי זענען צעלן פון א חיה אנדערש ווי פון גראז. די גרעסטע חילוק איז ציווישן א' פרימיטיווע prokaryote צעלן פון באקטעריא אין ארכעיא (archae ,bacteria) און ב' eukaryote צעלן וואס האבן אסאך הוספות. די זענען די צעלן פון אלע אנדערע מיני לעבעדיגע זאכן אויסער באקטעריא אין ארכעיא. אבער אלע צעלן פון סיי וועליכע מין (אפי' פון באקטעריא אין ארכעיא) זענען עד אין שיעור מער ענדליך ווי נישט. זיי אלע האבן פול מיט אייניגע חלקים אין זייער סטרוקטור (למשל membrane, ribosomes). זיי פראדאצירן מולעקולס וואס הייסן ATP פאר אוועקלייגן ("איינגעפאקטע") ענערג'י. און זיי אלע האבן דעם סיסטעים: זייער סטרוקטור, און די כלים מיט וואס זיי בויען עס, ווערן געבויעט מיט און דורך גרויסע מאלעקולס וואס הייסן "פראוטין" (protein). יעדער פראוטין מאלעקול ווערט צאמגעשטעלט אין די צעל פון טויזענטע קלענערע amino acid (אא) מאלעקולס. ס' דא 20 מיני אא'ס אין פראוטין. דער מורא'דיגע זאך פון פראוטין איז אז ס' דא עד אין שיעור מיני סטרוקטורס פון פראוטין וואס פארמען זיך פון לאנגע קייטן פון אא'ס (די קייטן פאר זיי פארמען א פראוטין (אזויווי yarn איידער זיי פארמען א סוועטער) הייסן polypeptides) און דער פונקטליכער סטרוקטור פון די פראוטין וואס וועט זיך פארמען ווענדט זיך נאר אין איין זאך: די פונקטליכער סדר פון די אא'ס אין דעם קייט, אין אנדערע ווערטער, וועליכע פון די 20 מיני אא'ס גייט אין יעדן פון די טויזענטע "רינגלעך" אינ'ם קייט. וויאזוי שטעלן זיך צאם די אא'ס פון יעדן צעל פונקט אין די ריכטיגע סדר צו מאכן פונקט די ריכטיגע פראוטינס? די מאשינקע (ribosome) וואס שטעלט צאם די אא'ס ארבעט פון א צעטל. די צעטל איז RNA (אדער messenger-RNA) וואס ווערט "נאכגעשריבן" פון די ענדליכע DNA. DNA (און אזוי אויך RNA) איז אויך א לאנגע קייט פון קלענערע מאלעקולס, אבער נישט 20 מיני, נאר פיר מיני, לאמיר זיי רופן פיר מיני "אותיות". יעדער דריי אותיות פון RNA איז נאך א ווארט. מיט 4 מיני אותיות און 3 אותיות פער ווארט קען אויסקומען 64 ווערטער. מיר דארפן נאר 21 ווערטער, 20 צו זאגן וועליכע אא, און איינס פאר "סטאפ" (די polypeptide איז שוין פארטיג), אבער כמעט יעדער אא (און אויך סטאפ) ווערן רעפריזענטירט דורך עטליכע ווערטער (ווערטער וואס האבן די זעלבע באדייט), ממילא האט יעדעס פון די 64 ווערטער וואס קענען אויסקומען א באדייט. פאר א dictionary פון די 64 ווערטער פון "גאט'ס בוך" (פרעזידענט קלינטון) קליקט אויף דעם לינק. ספיציעלע מאלעקולס (transfer-RNA) קלעבן זיך צו פון איין זייט צו א ווארט (דריי אותיות) פון messenger-RNA און פון א צווייטן זייט צו די ריכטיגע אא און פירן אריין די אא צו דער מאשינקע (ribosome) עס צוטשעפענען צום polypeptide קייט. די זעלבע צייט געבן זיי א רוק דעם messenger-RNA דריי אותיות און ברענגן דעם נעקסטן ווארט צום מאשינקע וואו א צווייטער transfer-RNA וואס קלעבט זיך צו צו יענעם ווארט וועט ברענגן די נעקסטע אא, און אזוי ווייטער. (דער גאנצער פראצעס איז נאר דער רעזאלטאט פון די כח פון ע"מ). אבער וויאזוי באקומט דער צעל דער DNA צעטל מיט פונקט די ריכטיגע ווערטער? פון וואו דער צעל אליין קומט. יעדער צעל קומט פון א פריעריגן צעל וואס האט זיך צוטיילט און איז געווארן צוויי, און איידער א צעל צוטיילט זיך קאפיט זיך (איז זיך מעתיק) די גאנצע DNA. (פארוואס קען נישט דער צעל קאפיען די פראוטין דירעקעט אן צוקומען צו DNA? פאר עטליכע סיבות, איינס ווייל פראוטין קען זיך נישט קאפיען). פאר מער וועגן DNA זעה דעם אשכל
RNA ווערט נישט נאר גענוצט פאר דעם די זאכן. עס ווערט אויך גענוצט פאר אסאך אנדערע פונקציעס וואס צו זיי איז אויך נוגע די סדר פון די פיר מיני מאלעקולס (אבער פאר די אנדערע פונקציעס דינען זיי נישט אלץ א שפראך ווי יעדער דריי מולעקולס איז א ווארט). דעם RNA ווערט אויך געמאכט דורך זיך נאכשרייבן פון DNA.

עוואלוציע פון צעלן
דעס אלעס האב איך גערעדט וועגן יעדער צעל אין די וועלט פון באקטעריא ביז מענשט! וויבאלד מיר ווייסן אז צעלן קומען פון אנדערע, און פאר א צעל אליין צו ווערן איז כמעט נישט מעגליך, איז גענוג א חידוש אז די ערשטע צעל איז געווארן (זעה מער וועגן דעם באלד), אבער ס' פשוט אז די מערסטע מסתבר'דיגע וועג וויאזאוי אלע צעלן אין די וועלט זענען געקומען איז פון איין ערשטע. צו זאגען אז ס' געשען צוויי אדער מערערע מאל איז לכאורה סתם אנצונעמען אז א כמעט אוממעגליכע זאך איז געשען אן קיין שום באווייז אדער סיבה דעס צו זאגען.
פארשטייט זיך אז איינער האט יא א סיבה צו זאגן אז נישט אלע צעלן קומען פון איינס (למשל ער איז א קריסט וואס נעמט אן די מעשה בראשית כפשוטו ווייל ביי איהם שפילן נישט קיין ראלער דער רמב"ם, רש"ר הירש, רב קוק, ר' גדליה נאדל (ביטע שמייכלט)) וועט לפי דעתו טאקע זיין מער מסתבר צו זאגן פארקערט. אבער איך רעד וויאזוי מ' זאל אנקוקען די זאך אן קיין זייטיגע חשבונות. אזויווי, לאמיר זאגען, איין טאג קומסטו אהיים און דו טרעפסט פלוצלונג א פלאד (flood) אין דיין הויז. אויב דו האסט א סיבה צו טראכטן אז ס' געשען דורך א נס אדער עפעס א משונה'דיגע וועג וועט יענס טאקע זיין די ערשטע הסבר, אבער אז נישט וועסטו פשוט ארומקוקן אויף די פייפס וכו' אין טראכטן פון די בעסטע נאטירליכע הסבר.
וועט איינער פרעגן: התינח אז דו ביסט שוין אזוי איינגעזינקען אין סייענס אז דו גלייבסט שוין נאר זאכן וואס האבן א גשמיות'דיגע באווייז, און דו ביסט שוין ח"ו א כופר בעיקר, דענמאלט איז ריכטיג צו טראכטן פון די "נאטירליכע הסבר" פון מעשה בראשית (למשל וויאזוי צעלן זענען געווארן) אבער אויב דו גלייבסט נאך אז ס' דא א גאט, פארוואס זאלסטו צוגלייכן וויאזוי די וועלט (למשל בע"ח) איז געווארן צו אנדערע נאטירליכע פראצעסן? אבער מ' קען פונקט אזוי ניצן די באשעפער צוצומאכן די אויגן פון נאטירליכע הסברים פון יעדן חלק פון סייענס. מיר גלייבן און זענען מחויב צו גלייבן פונקט אזוי אז השי"ת פירט די וועלט ווי אז ער האט עס באשאפן. טא ווי איז בכלל די א מקום פאר סייענס? פארוואס זאלן זאכן דארפן א נאטירליכער הסבר? השי"ת טוט דאך אלעס! און אזוי וואלטן טאקע רוב מענטשן געענטפרט אויף א טבע שאלה מיט אפאר הינדערט יאר צוריק.
אזוי אויך איז דא מערערע פסוקים וואס כופרים אין סייענס וואלטן געקענט נוצן (ונתתי מטר ארצכם בעתו וגו', הנותן שלג כצמר וגו'), אבער היינט איז קלאר אז סוכ"ס פירט זיך אלעס מיט נאטירליכע כללים. און דער זעלבע איז לגבי וויאזוי די וועלט איז געווארען די וועג וויאזוי ס' איז היינט. ס' איז היינט ברור כשמש אז די פראצעס האט פונקט אזוי א נאטירליכן הסבר אזוי מיר וועלען אביסל באלד זעהן.

ווען DNA קאפיט זיך איבער מאכט עס אפאר מאל טעותים. די טעותים קענען אדער בכלל נישט אויסמאכן (אדער ווייל די ווארט טוישט זיך צו א צווייטן מיט די זעלבע באדייט, אדער ווייל די אויפטויש פון די איין אלטן אא צום נייעם טוישט נישט די פראוטין אין א וויכטיגע וועג, אדער פאר אנדערע סיבות) אדער קענען שעדיגן אדער אפילו זיין פאטאל צום צעל אזויווי מ' וואלט זיך פארגעשטעלט, אבער איינס פון מיליאנען מאל קומט פונקט אויס אז די טעות מאכט בעסער. למשל ס' מאכט די צעל שטערקער און ממילא האבן א בעסערע טשענס אנקומען צו רעפראדאצירן. וויבאלד די נייע מעלה איז אין זיין DNA וועט עס אריבער גיין צו אלע זיינע אפשטאמיגע. די נייע מין צעל וואס רעפראדאצירט שנעלער וועט ביז אפאר דורות איברנעמען און ווערן דעם רוב. באלד וועלן זיין מיליאנען דערפון, און ביז א קארצע צייט וועט ביי איינס פון די מיליאנען זיך פונקט מאכען נאך עפעס א נייע הוספה. אזוי איבער מיליאנער יארן באשאפט זיך מער און מער קאמפלעצירטע אויסגעארבעטע צעלן ספעציעליזירט צו קענען דורכלעבן אלע סכנות אין זייער סביבה און ארויסנעמען וואס זיי קענען דערפון. דעם פראצעס זעהט מען מעשים בכל יום ווען באקטעריא ווערן ריזיסטענט צו אנטיביאטיק.

די גאנצע קאמפלעצירטע סיסטעים פון DNA, RNA, און פראוטין (און , ribosomes און ATP און אזוי ווייטער) איז זיכער אויך געווארן דורך עוואלוציא אנהויבנדיג פון אסאך א פשוט'ערע סיסטעים וואס האט געקענט רעפראדאצירן אין די סביבה וואס איז געווען אויף אונזער פלאנעט פיר ביליאן יאר צוריק ווען דעם גלגל פון "לעבן" האט זיך אנגעהויבן. א פשוט'ערע סיסטעים וואס האט נאר גענוצט RNA אנשטאט פראוטין איז די בעסטע קאנדידאט פאר די פריערדיגע מיני "צעלן" וואס מיר ווייסן נישט זאלען נאך היינט עגזעסטירן.

סייענטיסטן רעכענען אויס פון די חילוקים פון די DNA פון איין צעל און א צווייטן ווי נאנט זיי זענען אין עוואלוציא איינס צום אנדערן. אויך, וויבאלד טעותים אין DNA געשעען אייביג מער-ווייניגער די זעלבע אפט, קענען סייענטיסטן זעהן פון ווי אנדערש די DNA פון איין צעל און א צווייטן איז, בערך ווי לאנג צוריק די צוויי משפחות האבן זיך אפגעטיילט פון איינער דעם צווייטן.

ארגעניזמס
אבער ס' דא מער צו לעבעדיגקייט ווי צעלן. צעלן איז נאר די ערשטע מדרגה פון לעבעדיגקייט. פונקט אזויווי מאלעקולס קענען צאמקומען אויף א קאמפלעצירטן אופן צו ווערן א לעבעדיגע צעל, קענען צעלן צאמקומען צו ווערן א לעבעדיגע ארגעניזם (organism), א חיות על גבי חיות. (יעדער צומח אדער בעל חי איז אן ארגעניזם). אבער וויאזוי רעפראדאצירט די ארגעניזם? וואס וועט מאכן צעלן וואס טיילן זיך אפ פון איהם זיך צאמקומען די זעלבע קאמפליצירטע וועג? יעדער איינס פון זייערע צעלן האבן אין זייער DNA די אינפארמאציע פון די פראוטינס (צ.ב.ש. transcription factors) וואס זענען געברויכט פאר יעדער תקופה אין דעם אנטוויקעלונג און פאר אלע חלקים (גלידער) פון דעם ארגעניזם, און, בנוסף צו דעם, פון ספיציעלע פראוטינס וואס זייער פליכט איז נאר צו לאזן RNA'ס וואס באדייטן די פראוטינס וואס באלאנגן אין דעם ריכטיגן צייט פון אנטוויקעלונג און פונ'ם ריכטיגן פלאץ (גלידער) זיך איבערשרייבן פון דעם DNA. אזוי ווערט פון איין צעל וואס צוטיילט זיך צו ווערן טריליאנען צעלן (פון איינס אויף צוויי, פון צוויי אויף פיר, אויף 8, 16, 32, 64...) נישט איין גרויסן בארג פון ענדליכע צעלן, נאר אן ארגעניזם.
ארגעניזמס קענען ווייטער צאמקומען אין א סיסטעים צו מאכן א דריטער מדרגה פון לעבן. בינען וואס מאכען האניג זענען אזוי. יעדער משפחה אין א הייוו איז אזויווי א גרויסע ארגעניזם פאר זיך אפילו די "גלידער" זענען נישט באהאפטן. איין בין (די מלכה) איז מיוחד פאר רעפראדאצירן. אנדערע זענען מיוחד פאר איינס אדער מער פון אסאך תפקידים: פיטערן די מלכה, רייניגן די הייוו, מאכן לופט מיט די פליגלען אינ'ם הייוו, מאכן וואקס, און נאך אסאך.

עוואלוציע פון ארגעניזמס איז עוואלוציע פון צעלן
ארגעניזמס ווערן מער און מער פארגעשריטן איבער מיליאנען יארן דורך די זעלבער פראצעס ווי איך האב פריער מסביר געווען לגבי צעלן. וויבאלד דער גאנצער פראגראם פונ'ם ארגעניזם איז ארויסגעשריבן אין דעם DNA פון יעדן צעל, איז א פארגעשריטנעם ארגעניזם נאר די פועל יוצא פון א פארגעשריטנעם צעל. די DNA פון דעם צעל (איינס פון מיליאנען) וואס האט זיך פונקט געמאכט א טעות אין זיין איבערשרייבן וואס וועט מאכן אז די ארגעניזם וואס וועט ארויסקומען פון איהם זאל האבן מער אפשטאמיגע וועט זיך מער פארשפרייטן, און אזוי ווייטער. דער ארגעניזם וואס איז שטערקער (פון די אנדערע אין דער סביבה), וואס קען גרינגער באקומען עסן אדער זיווגים, וואס קען בעסער פארמיידן א מחלה אדער זיך היילן פון איינס, וכהנה וכהנה, וועט בדרך כלל האבן מער קינדער און זיך פארשפרייטן מער ווי די אנדערע. אזוי זענען אלע מורא'דיגע פארגעשריטינע אברים געווארן, דורך טויזנטער הוספות על גבי הוספות וואס יעדער איינער איז געווען א מעלה פאר זיך אין זיין צייט. ליכטיגקייט דיטעקטערס (וואס געפונען זיך אין עטליכע באקטעריא) זענען געווארען מער און מער פארגעשריטן אין רוב חיות ביז זיי זענען געווארן די אלע מיני אויגן וואס מיר זעען היינט אין חיות (און מענטשן), און אזוי ווייטער. דורך אנדערע שינויים אין אנדערע מעמבערס פון אן ארגעניזם איז מיט די צייט געווארן אלע סארט צמחים און חיות (און מענטשן).
איינמאל אן ארגעניזם אדער זיין סביבה זענען שוין אזוי פיל געטוישט פון זיינע אנצעסטערן ("עלטער זיידעס") אז א געוויסע אבר אדער פונקציע קומט שוין נישט צו נוץ, וועט מיט די צייט (טויזנטע/מיליונע יארן) בדרך כלל זיך פארלירן דעם אבר, ווייל יעדער איבעריגער אבר נוצט אויס ענערג'י אומזונסט און קען אויך גורם זיין אנדערע חסרונות (ממילא ווען ס' וועט זיך פונקט מאכען א טעות אין די DNA ביי איינער פון דעם ארגעניזם וואו דער אבר וועט אוועקגיין אדער פארמינערט ווערן וועט אזעליכע DNA מיט די צייט זיך ענדערש פארשפרייטן). אבער נאך אלס איז דא אסאך אברים און פונקציעס וואס זענען נאר דא אין אן ארגעניזם ווייל זיי זענען געווען נוצבאר אין פריערדיגע דורות. איין דוגמא איז דעס וואס אונזער הויט באקומט goose bumps ווען מ' איז קאלט. דעס האט געהאט א תפקיד פאר אונזערע האריגע אנצעסטערן ווייל דאס איז גורם אז די האר זאל זיך אויפשטעלן און דארט האלטן ווארעמע לופט. אין די DNA זעהט מען אסאך מער דגמאות פון DNA וואס האט געהאט א תפקיד אין פריערדיגע דורות אבער היינט ארבעט עס נישט.(יעדער חלק פון DNA וואס באשרייבט איין polypeptide הייסט א ג'ין, gene. א ג'ין הייבט זיך אייביג אהן מיט א לאנגע הקדמה פון א ספיציעלע סדר פון אותיות וואס אהן זיי קען זיך נישט אנהייבן דעם פראצעס פון "איבערטייטשן" דעם ג'ין. אויב ס' ווערט א טעות אין דעם הקדמה איז גארנישט ווערט די ג'ין). א מענטש האט למשל אפאר הינדערט "ציבראכענע" ג'ינס וואס באצייכענען ריצעפטערס (זעה פריעריגן תגובה וועגן חושים) פאר שמעקן מאלעקולס וואס אונזערע אנצעסטערן פלעגן מסתמא קענען שמעקן אבער מיר קענען נישט.

דער געדאנק אז מענטשן שטאמען פון חיות איז אזוי שלעכט ביי עטליכע רעליגיעזע קרייזן אז דער קאמף קעגען דעם (בעיקר פון קריסטן) דורך אויפקומען מיט אלע מיני ראיות און קאנספירעסי טיאריעס אז ס' קען נישט זיין איז גאר שטארק. (דער גרויסן בעל מחשבה הגה"צ ר' אביגדר מיללער זצ"ל האט ביי אונז שטארק מפרסם געווען זייערע געדאנקן). אין אמעריקא היינט גלייבן נאר בערך 50% פון דעם המון עם אין עוואלוציא (אבער כמעט 100% סייענטיסטן וואס זענען עוסק אין די זאכען). דער ציל פון דעם תגובה איז נישט צו זיין א מענה צו זייערע טענות אדער אראפצולייגן די ראיות אז עוואלוציא איז אמת. איך בין נישט קיין פראפעציאנאלער מווכח. איך וואלט זיכער פארלוירן א וויכוח מיט אן עקספערט אויף די שיטה אז אמעריקא אדער מדינת ישראל האבן געמאכט 9/11 (א גאר אמגענומענע שיטה אין דער וועלט, ביי מענטשן וואס ווילן אזוי גלייבן). אזויווי אין די פריערדיגע שטיקלעך שרייב איך פאר ווער עס קוקט מיט א שכל הישר און וויל פארשטיין די יסודות פון די וועלט וואס סייענס האט אנפלעקט און האט נישט קיין זייטיגע סיבות נישט צו וועלן פארשטיין געוויסע ענינים מיט א נאטירליכן הסבר. קען זיין מער צו די בילד ווי וואס דער היינטיגער מושג פון עוואלוציא לייגט אראפ? נישט קען זיין, נאר זיכער איז דא, אזויווי אלע מושגים אין סייענס. נייע געדאנקען קומען צו יעדער שטיק צייט וואס מאכן דעם בילד קלארער און קלארער. אבער די טשאנסעס אז דער פשוטער און גאונישער איינפאל פון טשארלס דארווין וואס איז נתברר געווארן מעל כל ספק פון אסאך אנדערע מקצועות איז אינגאנצן פאלטש זענען נול.

סעקס
רוב ארגעניזמס (אויך צמחים) רעפראדאצירן נאר דורך די צאמקום פון א זכר און א נקבה וואס פראדאצירן א נייעם צעל וואס האט האלב DNA פון איינס און האלב פון'ם אנדערע. די ביידע האלבע DNA זענען צאמגענומען פון אסאך פלעצער איבער דעם DNA און אייביג אנדערש. אזוי זענען קיינמאל נישט צוויי אפשטאמיגע די זעלבע. דאס באשוצט דעם מין ארגעניזם פון וויירעסן (viruses) און קליינע פאראסיטישע ארגעניזמס וואס רעפראדאצירן און עוואלוון (טוישן זיך דורך עוואלוציא) אסאך שנעלער, וואס וואלטן מיט די צייט עוואלווט זיך איבערצוקלוגן פון די באשוצונגען פון די גרעסערע ארגעניזם אויב אלע מעמבערס וואלטן געווען אייניג.

דער מח
די קאמפלעצירסטע זאך וואס עוואלוציא האט באוויזן צו באשאפן איז דער מח (וואס די ווארט מיינט פשוט די מארעך פון די גלגולת). דער מח מאכט א חיה אסאך בעסער פונקצענירן דורך אסאך וועגן, ובתוכם: קאמפליצירטע אויסגעחשבונ'טע תנועות פון די מוסקלען, זיך לערנען פון זיינע עקספעריענסן דורך זכרון און קענען מאכן קלוגע חשבונות וויאזוי צו באקומען עסן, זיווגים, פארמיידן סכנות, און אזוי ווייטער. די מח איז א מין קאמפיוטער וואס נעמט אריין אינפארמאציע פון די חושים, פראצעסט עס (מיט א פראגראם וואס ווערט נשפע פון די פריערדיגע אינפארמאציע), און גיבט ארויס סיגנאלן אין די ריכטיגע צייט וואס מאכן די ריכטיגע מוסקלען זיך רוקן. (אויזער דעם איז דא חלקים פון דעם מח, אזויווי די hypothalamus, וואס קאנטראלירן אנדערע פונקציעס פון'ם גוף). ביי פשוט'ע חיות אזויווי ווערם שפילט נישט דער מח נישט אזא עיקר ראלער, אבער ביי העכערע חיות איז כמעט אלעס קאנטראלירט פון'ם מח. מיר פארשטייען דערווייל נאך נישט די קאמפיוטער פראגראם פון'ם מח, אבער מיר פארשטייען זייער גוט די וועג וויאזוי סיגנאלן ווערן געשיקט ארום דעם מח. די צעלן אין דעם מח הייסן נוראנס (neurons). זיי האבען לאנגע ווייערס וואס קומען ארויס פון זיי און קענען שיקן עלעקטרישע סיגנאלן.
יעדעס מאל די DNA פון א חיה טוישט זיך פונקט אין א וועג וואס וועט צולייגן "קלוגשאפט" צום מח איז דעס פארשטייט זיך בדרך כלל זייער א שטארקע גורם פאר די חיה צו האבן מער קינדער, אייניקלעך א.א.וו. און פארשפרייטן די נייעם DNA און דעם נייעם מח. די מענטשליכער מח האט עוואלווט די פראגראם פון קענען רעדן און פארשטיין שפראך און פון מאכן גאר טיפע חשבונות. אזוי האט דער מענטש זיך געקענט פארשפרייטן איבער די גאנצע וועלט. אלע מדות און הרגשים וואס חיות און מענטשן האבן און, אין א גרויסע וועג, די מנהגים וואס קומען ארויס פון זיי זענען די פראדוקט פון עוואלוציא, און דארפן פארשטאנען ווערן אלס וועגן וויאזוי זיי האבן געהאלפען פארשפרייטן די DNA וואס האט זיי גורם געווען. וועגען דעם למשל איז ביי רוב חיות (און אויך מענטשן) דער דרך פון א זכר צו זיין צוגעצויגן צו כמעט יעדער נקבה, ווייל וויפיל מער ער איז זיך מזווג פארשפרייט זיך מער זיין DNA, אבער א נקבה וועט זיך נישט פארשפרייטן איהר DNA מער דורך זיך מזווג זיין צו מער זכרים. פאר איהר וועט זיך ענדערש פארשפרייטן איהר DNA דורך אויסקלויבן א געזונטער זכר (און א געטרייע, ביי די חיות אזויווי מענטשן וואס די טאטע העלפט אויפצוען די קינדער). נאך א דוגמא: פארוואס זענען שלענג און עגדיסן בטבע גורם א פחד, אבער נישט קארס (cars) וואס זענען היינט מער סכנה? ווייל ווען אונזער מח האט עוואלווט איז נישט געווען קיין קארס.
פאר אן אריכות צו פארשטיין פארוואס עוואלוציא האט אזוי גורם געווען די וועגן וויאזוי אונזער מח ארבעט רעקאמענדיר איך זייער שטארק די בוך How the Mind Works פון סטיווען פינקער, איינער פון די קלוגסטע סייענטיסטן און א גוטער שרייבער. ער גייט דורך אלע וויכטיגע הרגשים און מדות וואס מענטשן איבער די גאנצע וועלט האבן און איז מסביר וואס האט גורם געווען די מח זאל אזוי זיין. ער בויט נישט אויף סתם תורה'לעך (וואס אונז חרדישע אידן ווייסן בעסער פון רוב מענטשן אז ס' נישט צו שווער אויפצובויען תורה'לעך וואס אויבערפלעכליך שטימען זיי זייער גוט אבער זענען נישט לאמיתה של תורה), נאר ער רעדט וואונדערבאר מיט שכל הישר. פון די זאכען וואס ער רעדט וועגען זענען שפראך, רחמנות, מלחמות, מוזיק, ארט, חברים, לשון הרע, זיווגים, מאדעס, וויפיל איז די השפעה פון ג'ינס אויף התנהגות, און נאך אסאך. וואס ער זאגט איז נישט די לעצטע ווארט, אבער ער עפנט די אויגן!
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:07 pm#93954
משוגע צו ווערן, עסקן! מיינע נוראנס האבען גע'שאָרט פון איבערפלוס.
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:22 pm#93958
באקומען אין אישי "זאג מיר ביטע אז דו קענסט נישט די גאנצע נושא אויסעוויינדיג און דו טייטשט דאס איבער פון ערגעץ..."

איך פלעג'ערייז נישט ח"ו. אז איך וואלט געוואוסט פון א בוך וואס לייגט אלעס אראפ אזויווי איך לייג עס דא וואלט מיין ארבעט געווען אסאך גרינגער עס פשוט איבער צו טייטשן. נאר איך וואלט עס מסתמא נישט געטון. איך בין זיכער אז ס' דא ביכער וואס לייגען עס אפילו אסאך בעסער אראפ, אבער איך ליין זייער ווייניג פאפולערע ביכער. מאידך גיסא, האב איך נישט אלס געשריבן פון זכרון. איך האב עטליכע זאכן געדארפט נאכקוקען אין טעקסט ביכער און וויקיפעדיא. אבער רוב קומט פון אסאך יאר הורעוואניא וואס איך האב נישט די ווערטער ארויסצוברענגען ווי פיל דאס האט אויסגעצאלט.
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:31 pm#93961
שוין לאנג געהאט פינקער'ס בוך אויף מיין 'צו-לייענען' ליסטע, אבער יעצט אז אז עסקן האט דאס רעקאמאנדירט וועלן מיר זיך תיכף ומיד נעמען דערצו. יישר כוח פאר דיינע קלארע דיבורים, כאטש צומאל וואלט א קליינע הרחבה נישט געשאדט.
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:53 pm#93971
יידל האט געשריבן:שוין לאנג געהאט פינקער'ס בוך אויף מיין 'צו-לייענען' ליסטע, אבער יעצט אז אז עסקן האט דאס רעקאמאנדירט וועלן מיר זיך תיכף ומיד נעמען דערצו. יישר כוח פאר דיינע קלארע דיבורים, כאטש צומאל וואלט א קליינע הרחבה נישט געשאדט.

How the Mind Works (א פי.די.עף.)
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:54 pm#93973
יידל האט געשריבן:יישר כוח פאר דיינע קלארע דיבורים, כאטש צומאל וואלט א קליינע הרחבה נישט געשאדט.

יישר כח פאר די קאמפלימענט. אפשר טאקע מעג איך פארשטעלן אז קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרונקא און לייג צו הרחבה ווי ס' פעלט אויס. קיינער קען דאס נישט בעסער ווי דיר!
מיטוואך מערץ 06, 2013 8:56 pm#93974
Boxcover, thanks for the link, but it is only a small part of the book
מיטוואך מערץ 06, 2013 9:13 pm#93984
עסקן, אילו דו וואלסט עס איבערגעטיישט וואלט דיר נאך אלס געקומען א קיש אין שטערן. אבער איך האב נישט קיין ספק אז דאס איז שווערע ארבעט און נישט איבערגעטיישט נאר ביטערע הארעוואניע, עס קומט דיר א קיש אין ביידע באקן און שפתיים יישק אויך! מה רב טובך אשר כתבת לרעיך!!!
מיטוואך מערץ 06, 2013 9:34 pm#93997
Thanks so much!
מיטוואך מערץ 06, 2013 9:51 pm#94008
ישר כח הרב עסקן, איך האלט נאך אינמיטן דורך ליינען אייער באשרייבונג, לאמיר קודם זאגען אן הערה. די סבה פארוואס מ'האט מורא מער פין שלענג ווי פין קארס איז פשוט, ווייל ווייניגער ווי 1 פין 1000 ווערען געשעדיגט פין א קאר דורעכן יאר (25000 מענשטען אין אמעריקא פין 330 מיליאן) משא"כ שלענג שעדיגט סאך סאך סאך מער מענשטען ווען מ'באגעגנט איר. (די סבה פארוואס מ'הערט נישט אז מענשטען זאלען ווערן געשעדיגט פין א שלאנג איז ווייל מ'באגענט זיי נישט כמעט).
מיטוואך מערץ 06, 2013 10:08 pm#94016
very good point about cars, but my point about snakes and spiders is still valid. Many animals including many people have strong phobias to snakes and spiders even when they are in a cage and there is no way they can possibly be harmed and even though they were never exposed to it's danger. This clearly shows that there is an innate fear of these things in the genes. On the other hand, no innate fear of any modern invention, however dangerous, has ever been shown.