שרגא האט געשריבן:חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:דער אמת איז אז עס זענען פאראן גענוג משוגענע חומרות, אבער גראדע דאס פארשטיי איך, למעשה איז דאך דא דער פראבלעם פון הסתכלות בפני אדם רשע. מ'קען אפשר דן זיין אז א בילד איז אנדערש, אבער א שטיקל מקור האט עס כאטש.
און וויאזוי האט סקווירער רבי זיך געטראפן מיט קלינטאן און אים געקוקט גראד אין פנים אריין? און אלע גדולי מאורי הדורות פון אלע יארן האבן זיך אלץ געטראפן און געארבעט מיט גוים, חלילה צו מקטרג זיין אויף זיי.
ווער האט מקטרג געווען?דו האסט שוין געזען דיין טאטן קוקן אויפ'ן הימל, בשעת ער רעדט צו זיין גוישן ארבעטער אדער דעליווערי מאן? אויב נישט, פארוואס ווערט עס ערגער אין א צייטונג.
די ווייסט טאקע נישט פארוואס ס'איז ערגער? אויב עפעס, איז א בילד נאר נאך גרינגער
גרינגער? אזוי גאר? און וואס איז מיט די רוח הטומאה וואס איז דא אויף בילדער? און וואס איז מיט די איסור צו קוקן די בילדער או"ח ש"ז סיעף ט"ז? (פונקט ווי סדא וואס זאגן לגבי הערן א קול פון א פרוי נישט לייוו , זענען דא וואס האלטן לגבי א בילד אז עס הייסט נישט ווי עכט
ווער האלט אזוי? אפשר מעג איך וויסן?).
אויב אפילו די רעבע ז"ל
ביסט קיוט ווען די שרייבסט רעבע? האט זיך געטראפן מיט'ן פראנצויזישן קייזער, פארוואס טאר איך נישט קוקן אויף א בילד פון אים?
חוזר על קיאו? פארוואס זענען די צייטונגען הארבער?
חוזר על קיאו? נאר פאר איין סיבה: ווייל דארט קענען די ארבעסטלאזע ראדיקאלן באלבאטעוון און לייגן דרוק
דיינע שארפע לשונות באשטעטיגן דיינע ווערטער?. אדער ווייל די רעדאקטארן זענען איבערגעטריבענע פחדנים און אויב איין משוגענער
איין משוגענער, איין משוגענער, חזר עס, ביז יעדער וועט מיינען אז די אלע רבנים וואס האבן געהאקט דעראויף איז נישט מער ווי איין משוגענער זאגט עפעס, פאלגט מען. אוודאי קען דער צייטונג אייגנטימער ענדערש באשטיין צו נאכגעבן דעם פארלאנג פון פארדעקן די גויאישע פנימ'ער, ווי נאכגעבן דעם פארלאנג פון גוטע ארטיקלעך. עס איז סאך גרינגער...
עס איז א בושה ווי די מנהיגי הדור האבן זיך נאכנישט געכאפט
ווער האט זיך נישט געכאפט? אז מען מוז אנהייבן מאכן פריאריטעטן און נישט זיין פארנומען מיט דידזשיטעל קאמערעס און אזעלכע פרישע חומרות
פרישע חומרות, חחח, אהבה מקלקלת השורה ווי פארדעקן גואישע פנימער, נאר קודם מיט'ן איי-פאון
שרגא פארשטייט אז אייפאון איז ערגער ווי גוישע פנימ'ער
נו גיי ארום צו אלע רבנים און קלער זיי אויף, דערווייל פארשטייען זיי אנדערש ווי דיר. און די אנדערע דעווייסעס וואס בחור'לעך און יונגעלייטלעך טראגן זיך ארום.
די איינציגסטע זאך איז אפשר טאקע אן אדם רשע (לכ' אפילו א איד אויך?), למשל פון היטלער אדער סטאלין, אבער מאדנע איז אז די זעלבע
מקור? וויפיל איך ווייס איז עס נישט נאר נישט די זעלבע, נאר אנדערע עקסטרעם מענטשן מסתמא וואס זענען די וואס ווילן פארדעקן יעדן גוי'שן פנים אין צייטונג, וועלן נישט האבן קיין פראבלעם זיך צו טרעפן מיט אכמאדינעדזשאד. זעט אויס קוקן א בילד פון א גוי טאר מען נישט, אבער זיך האלזן מעג מען יא...
פארשטייסט טאקע נישט די חילוק? דער אסור להסתכל אויב עפעס מיינט טאקע "הסתכלות", זיך איינקוקן און באטראכטן, וואס דאס גענוי טוען זיי
אה! עפעס פאנגט ער שוין אן צו כאפן, אחילוק פון ראי' און הסתכלות, זאג נאר ביים זיך האלצן קוקט מען מער ווי אויף א בילד אדער ס'איז א קל וחומר? אויב ס'איז א ק"ו איז עס מופרך, ווייל 2 ראנג דאסנט מעיק 1 רייט..
אגב, טראכט איך אויך אז מ'קען נישט סתם זאגן אז א גוי איז אסור
ניין? מ'קען נישט? וואס זאל מען אבער טוהן אז די גמ' זאגט יא אזוי? און א טמא'נע זאך צו קוקן, ווייל מען זעט דאך אז חזל האבן אפילו באשטימט א ברכה ווען "מ'זעט" א קעניג, אדער אפילו ווען "מ'זעט" א חכם. סאו ווי קען מען עפ"י הלכה מאכן א ברכה אויב מ'געט נישט א קוק אויף דעם גוישן חכם?...
א שווערע קשי', איך מיין זאלסט קוקן אין די מפרשים פאר די ציסט דא א מסקנה אז מ'מעג יא און גראדע וועלן די צייטונגען געווענליך ברענגען נישט סתם א בילד פון דזשאני סמיט נאר פון קעניגן, חכמים און העלדן,
על אלה אני בוכיה וואס אויף זיי איז גאר אפשר א מצוה צו קוקן,
אזוי גאר? או7יב זיי זענען פון די חסידי אומות העולם האבן זיי דאך (עכ"פ לויט טייל) א חלק אין עולם הבא
און אז?. נאך מער, עס איז אפילו דא א ברכה אויב מען זעט אילנות טובות אדער "בריות נאות", יא שטייט קלאר אפילו א "גוי", דארף מען מאכן א "ברכה"
חוזר חזרה. איר הערט גוט, מאכט א ברכה: בא"י שככה לו בעולמו! יעצט פרעג איך דיר!
וואס פרעגסטו?