שרייבעראקעי קאנפירמד
נעכטן נאכט האט רז"ל אריבערגערופן עטליכע ראשי ישיבות צו זיך און געוויינט פארוואס מען לאזט אים ארויס פון פראטעסט, די האבן געעפענט אויף אים א קיתון של שופכים וויסנדיג ווער ס'איז דער שלעפער די לעצטע צוויי חדשים, למעשה האט רז"ל געזאגט ער וויל זיך צושטעלן ער האט אבער א תנאי
וואס איז די ריזיגע תנאי?
איצא גליק דארף זיין דער יו"ר
האבן זיי געענטפערט, פון די תנאי האט מען שוין גערעדט א חודש צוריק, און מהר"א האט שוין לאנג מסכים געווען.
אקעי, האט ער געבעטן ער האט נאך א תנאי, ר' בערל כ"ץ דארף אויפטרעטן
די ראשי ישיבות האבן גערופן פרעגן בבית מהר"א, און דער רבי האט געענטפערט 'בכבוד גדול קען ער רעדן'.
איז געבליבן נעכטן נאכט אז מען גייט
אבער ווי האט יאסעלע פריד געשריבן? דט"פ
בוקר ויודע ה' את אשר לו
היינט צופרי האבן זיך זאכן צוריק אנגעהויבן צו פארהאנקערן, יעצט קומט פאר נאכאמאל א ריזיגע מיטינג בבית הרשכבה"ז, עמיר זען וואס די נעקסטע תנאי וועט זיין
ממש קאנפירמד? ווער זענען די ראשי ישיבות? יאנקל ווייס?
און פארוואס האט ער געדארפט פלוצלינג וויכטיג "אריבעררופן" (נישט אויפן טעלעפאן) אנגעזעענע עלטערע ראשי ישיבות? פאר גאלאנטער רב האט ער עס נישט געקענט זאגן? ווען איצא איז געגאנגען צו דיין רבי'ן נעכטן האט ע ר עס נישט געקענט פערזענליך זאגן?
איך האב נישט קיין טענות צו דיר, איך וויס אז דו האסט עס נישט אליינס אויסגעטראכט. די טענה איז פארוואס דו גלייבסט עס.
איזהו שוטה הקונה מה שמוכרים לו.