פארומס › כאצימאטידית

כאצימאטידית

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3334
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך אפריל 3, 2013 12:48 pm#100888
כאצימאטידית
וואס האלט דער עולם דא, ס'קען עס מאכן? און בכלל וואלט דא איינער דאס פארטרויעט? וואס פארא טייפ איז דאס? זאל מען עס אננעמען ערענסט?
מיטוואך אפריל 3, 2013 1:25 pm#100901
וואס איז דאס?
מיטוואך אפריל 3, 2013 1:27 pm#100902
ס'עפעס א זאך וואס אטעמט, ס'לויפט, און ס'האט איינרעדענישן. געסט עס אפילו א טשאנס?
מיטוואך אפריל 3, 2013 1:45 pm#100909
פארוואס א פרישע אשכול? מען דעבאטירט דאך שוין דעם נושא דא.
מיטוואך אפריל 3, 2013 1:47 pm#100910
LOL... וואס פאלטער ביי? בכלל נישט. האסט מיר אבער גוט דערשראקן, כאגעמיינט העסט לינקן צו אן אנדערן אשכול וואו מ'דעבאטירט שוין יא אפשר די נושא אביסעלע, אבער איך האלט דאך אז כאצימאטידית פארדינט אן עקסטערע אפהאנדלונג.
מיטוואך אפריל 3, 2013 3:42 pm#100957
דער עולם מאכט ליצנות. איך האב דאס פארגעזען, טאקע דערפאר האב איך עס געלייגט אין די פארום. ס'אבער - ווי יאנקל זאגט (אבער ליידער אויך אין א סארקאסטישן וועג) - גאר קיין וויץ נישט, באמת!

און איך ווארט צו הערן וואס דער עולם האט צו זאגן איבער כאצימאטידית, ביטע.
מיטוואך אפריל 3, 2013 3:47 pm#100960
דוכט זיך אז דא אין אמעריקע שרייבט מען 'כאצימאטידיס'.
מיטוואך אפריל 3, 2013 4:12 pm#100973
פאר א שווארץ יאר קען איינער זאגען וואס דעיס איז?
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 2:07 pm#101288
איז דא עפעס אפדעיטס? עפעס אנאליזן?
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 2:24 pm#101295
ס'ארא שגעון דא. וואט דע העק איז דאס?
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 2:36 pm#101302
ברעיקינג! מ'האטעס גע'הרג'ט!
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 5:15 pm#101382
שקויעח שעפטל...
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 5:17 pm#101383
ס'לעבט און לאכט. סארי
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 5:33 pm#101390
זר טשעק איבער די פאקטן, עפעס א טוויטערל האט געשריבן ס'איז נישט קאנפירמט. קוק יעצט אלע נייעס וועבזייטלעך. כ'האבעס יעצט געהערט אויף קול מבשר
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 6:14 pm#101413
ומחה ה' דמעה ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
דאנערשטאג אפריל 4, 2013 8:56 pm#101474
כאצימאטידית שרעקט זיך נישט פון סקאנדאלן
פרייטאג אפריל 5, 2013 12:04 am#101549
ס'קאפערירט מיט געזעץ פארסירער
פרייטאג אפריל 5, 2013 12:49 am#101586
גאווערנער קאומא האט נארוואס קאנפירמד אז ס'איז אויס מיט די גאנצע זאך, וחסל.
פרייטאג אפריל 5, 2013 12:54 am#101588
סארי אבער קאומא האט נישט קיין ווארט דא, ס'א ריין לאקאלע אנגעלעגענהייט. און וואס א טאג מער ס'גייט אדורך הייבט עס אן אויסזעהן מער און מער א רעאליטעט.
פרייטאג אפריל 5, 2013 10:24 am#101631
היינט אין מקוה שריי אריבער צי דעם אלץ ווייסער ' נא וואס טוט זיך מיט כאצימאטעדית'?
ער קוק מיר מיט צוויי גרויסע אויגן,וואס?
כהאב נישט געוויסט וואס עם צי ענטפערן. זאג איך עם סאיז אלל אווער די מידיע.
פרעגט ער וואס? כהאב נישט געוואלט זאגן אויך קאווע שטיבל רעדט מען דערפון, זיי וואלטן אריינגעווארפן מיינע אלע וועש אין בור.
כהאב אדאפטעד די פרומקייט פין נישט רעדן אין מקוה. כזאג נא נו אהא.
זר כזאג מער נישט נאך זיינע זאכן.
פרייטאג אפריל 5, 2013 10:38 am#101635
יענער איז ווייט פון אן 'אלץ-ווייסער'. דארפסט טוישן מקוה
פרייטאג אפריל 5, 2013 12:05 pm#101673
איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה, ער האט געמאכט ריסוירטש און ער זאגט אז ס'נישט קין דזשאוקס, ס'האט אים גענומען אביסעלע צייט אבער ער ארויפגעקומען אויף די שפורן און ער טענהט אז כאצימאטידית איז ריעל, אמת, שטארק, און באוואפענט מיט די גרינע, ער זעהט נישט א וועג ארויס.
פרייטאג אפריל 5, 2013 1:45 pm#101738
זר זהב
איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה,

ווער האט רחמנות געהאט?
פרייטאג אפריל 5, 2013 1:52 pm#101745
כ'פארשטיי פון וואו דיין טעות קען קומען. ליסטען, איך רעד נישט דא פון קליינע שרצים'ליך, ס'סיריעס סטאפף.
פרייטאג אפריל 5, 2013 2:01 pm#101749
לעמיל
זר זהב
איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה,

ווער האט רחמנות געהאט?

הסבר ביטע
פרייטאג אפריל 5, 2013 2:40 pm#101762
ס'איז הארטברעיקינג, אין א פלאץ וואו אזויפיל חכמים, נבונים, ידענים דרייען זיך ארום, אויף אלעס און אלעמען האט מען א ידיעה און א מיינונג, א סברא לכאן ולכן, א פירכא אן הוכחה אא"וו. אבער ווען ס'קומט צו אזא אימפארטענט זאך ווי כאצימאטידית וואס דאס קען אפעקטן רוב רובו ליינערס דא, מאכט מען א ליצנות און געשפאט. דער זאגט אז ס'עקזיסטירט נישט, יענער זאגט מ'האט עס שוין געהארגעט, ס'א שרץ אד"ג.

הערטס אויף! אז עטץ ווייסט נישט רעדסט נישט! סתם קאלט מאכן האט נישט קיין זין און ס'וועט אפהאלטן אפשר אנדערע פון זאגן וואס זיי ווייסן און האלטן.

שוין 2 טעג וואס איך בעט מיר פאר אן אנאליז, א ידיעה, אן אפיניאן. פליז לאמיר עס האלטן ערנסט און אויף א הויעכן ניווא, און ווער עס ווייסט עפעס איבער כאצימאטידית זאל ביטע מיטטיילן, ותשועה ברוב יועץ, איש את רעהו יעזורי.
מוצ"ש אפריל 6, 2013 10:20 pm#101836
א שטיקל אפעדעיט: ס'האט געזאגט שבת אז אויב ס'לעגאל איז עס נישט אנ-עטיקעל.
זונטאג אפריל 7, 2013 1:01 pm#101989
ס'איז א גריכישער. וועט פאר עס געשען א נס חנוכה, אדער וועלן מיר געראטעוועט ווערן דערפון?
מאנטאג אפריל 8, 2013 2:18 am#102381
זר, דו האסט כאטש א ווארד-פייל מיט'ן כאצימאטידית גרייט אויף קאפי-פעיסט? כ'האף אז דו גייסט נישט נאכקוקען די ספעלינג יעדעס מאל עקסטער...
מאנטאג אפריל 8, 2013 10:50 am#102409
עפעס חדשות מיט דעם כאצי?

עפעס הער איך אז עס גלייכט זייער אוויאציע.
דינסטאג אפריל 9, 2013 1:09 am#102768
יעצט געזען א באמבער סטיקער 'כאצימאטידית'. א שחור דרייווד די קאר. וואסי פשט
דינסטאג אפריל 9, 2013 2:09 am#102796
פשט איז, אז עס באקומט א שטיקל מאוומענט.
דינסטאג אפריל 9, 2013 3:02 pm#102967
איך מייו עס איז פין די זעלבע משפחה ווי פייוויש פין OORHA
דינסטאג אפריל 9, 2013 9:59 pm#103084
רבותי, דער זר'ל דא שרעקט מיך געפערליך אן מיט דעם כאצימאטידית, און דער פאקט אז עס איז פארהוילן אונטער אזא מיסטעריע מאכט עס נאר ערגער. איך האב געקלערט אריינצומישן די עף בי איי דא, (אין שטערן האבן איך אמאל געליינט אן ארטיקל וועגן זיי, כ'מיין אז דורך דעם אפיס פון דער שטערן קען מען אנקומען צו די עף בי איי), אבער זר טענה'ט דאך אז עס איז א ריין לאקאלער זאך, נו וואס האב איך פון אריינמישן די פעדעראלע עף בי איי. אבער דער שרעק נעמט מיך איבער.

איך האב שוין אנגעהויבן קלערן פון אנטלויפן פשוט פון אמעריקא, אדער לפחות פון דעם גאנצן ניו יארקער אומגעגענט. פשוט דער כאצימאטידית הערט זיך אזוי שרעקעדיג, אז איך ווייס פלעין נישט וואס צו טוהן דערוועגן. אויב אנטלויפן, ווייס איך נישט וואואהין, און אויב בלייבן מאכט מיך די שרעק צודרייט, סאו וואס טוט מען.

ערשט יעצט טראכט איך גאר, אז אפשר איז עס א קאנספיראציע קעגן אונז, און אפשר גאר איז די עף בי איי אליינס א טייל פון די קאנספיראציע...

יוי, איך ציטער
דינסטאג אפריל 9, 2013 10:15 pm#103089
לויט אלע אנגעבליכע סימנים רעדט זר זהב גאר פון דעם מעיאר קאנדידאט פאר ניו יארק, קאסטימידיות
דינסטאג אפריל 9, 2013 10:17 pm#103090
מיין מיינונג
לויט אלע אנגעבליכע סימנים רעדט זר זהב גאר פון דעם מעיאר קאנדידאט פאר ניו יארק, קאסטימידיות

יעצט האסטו גע'הרג'ט די זאך, עס איז אזוי גוט געפארן, וואס האסטו געדארפט מגלה זיין דעם אמת...
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:35 am#103163
זר, אפשר ביסטו מגלה ווי אזוי מ'פראנאונסט דעם ברי'? די 'ת' איז מיט א פינטל צו אן?
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:43 am#103165
אן
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:46 am#103167
דא האסטע אים

א בושה אז איך האב נישט געקענט אפילו איינעם קאנווינסן פאר א שטיקעלע אנאליסיס, חיזוק, אפיניאן אד"ג.

איך בין אזוי פארפיינטעט דא אין שטיבל?

סוי בי איט. איי דאונט קער.

http://www.youtube.com/watch?v=k0iunjwVFJI
מיטוואך אפריל 10, 2013 1:50 am#103168
דא אנאונסט ער אז ער לויפט

http://www.youtube.com/watch?v=25V_J5pswhI
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:59 pm#103983
Brooklyn GOP Chairman Craig Eton Backs John Catsimatidis
ס'ווערט ערנסט 😞

<a class="postlink" href="http://www.nydailynews.com/blogs/dailypolitics/2013/04/brooklyn-gop-chairman-craig-eaton-on-board-with-john-catsimatidis-for-mayor">http://www.nydailynews.com/blogs/dailyp ... -for-mayor</a>
מיטוואך מאי 8, 2013 12:19 pm#113013
היינט אויף 710 האט מארק סימאן שטארק ארום גרעדט פון זר"ס פרענד כאצימאטידית, ער געט עם שטארקע האפענונג צו ווערן מעיאר ,

זר איך פארשטיי ער וועט דיך געבען א שיינע פאזיציע, ווייל די ביסט געווען פון די עשרה ראשונים וואס האבן עם אזוי ווארים אויפגענומען,
דאנערשטאג מאי 9, 2013 11:45 am#113364
ווי איך הער רישט זיך אונזער מיליאנער - מאיאר קאנדידאט כאצימאטידית צו לאנטשען א ערענסטען קאמפיין, ער וויל לייגען זיין געלט צו זיין סערוויס, ערשטע שריט אין דעם קאמפיין: 1. ווער ס'שטימט פאר אים באקומט הונדערט דאללער, 2. ווער ס'קען ארויסזאגען זיין נאמען באקומט צוויי הונדערט..
דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:27 pm#115138
קאמפיינט אין גרויסן..
📎 image.jpg
מאנטאג יוני 10, 2013 2:10 pm#123635
הער איך ס'האצעך נעכטן אריינגעכאפט ביים פראטעסט און אלע ארומיגע האט מען געדארפט פארשיקן..
מיטוואך אוגוסט 7, 2013 11:22 pm#139618
אויב וואלט איך היינט געווינען די לאטערי וואלט איך אויך געקענט לויפן פאר מעיאר פונקט ווי כאצעמיטאדיס
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:07 am#139632
אפשר האסטו טאקע געווינען? טשעק דיין טיקעט.
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:14 am#139637
געטשעקט. קיין איין נומער נישט ריכטיג
דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:34 am#139711
סעים העיר. די שאלה איז צי דו וואלסט געפילט בעסער ווען פיר נומערן זענען יא די ריכטיגע..