דאנערשטאג אפריל 4, 2013 1:45 pm#101276
שעפטלאיך האב דעם ווינע רב'ס דרשה נאכנישט געליינט, סאו ווייסעך ניטש פונקטליך אויף וואס ער באציט זיך, און צו וועם ער רעדט, איך זעה נישט אז די צו וועם ער וויל כלומרשט רעדן זאלן האבן אפילו א טשאנס דאס צו ליינען.
אבער מיינע צוויי צענט וועל איך צוווארפן,
קודם דער אייבישטער זאל אונז אפהיטן מיר זאלן דאס נישט אדורך גיין, נישט קיין חילוק ווי ווייט. כמעט יעדער מענטש האט זיך זיינע גייד-ליינס און טאמער איינע פון זיינע קינדער ברעכן דאס אדורך באדערט עס אים שטארק.
און אזוי אויך ווילאנג איינער גייט דאס נישט אדורך איז זייער גרינג צו שרייען אזוי צו אזוי. מ'קען קיינעם נישט באשילדיגן.
יעצט איבער די רעדע אז עלטערן אליינס זענען שילדיג דערין, אינטערסאנט איז אז א טאטע קען האבן אכט זין און די ערשטע דריי זענען פיין. די פערטער האט געגליטשט, די נעקסטע דריי זענען ווידער גוט, און דער אכטער פארט שוין ווייטער אין אן אנדערע ריכטונג. פארוואס איז דאס? האט טאקע דער טאטע ביי די צוויי קינדער אריינגעלייגט עפעס אנדערשט ווי ביי די איבריגע זעקס?
(יא ס'קען אמאל זיין אז די צוויי האבן געהאט שוואכע קעפ, אדער אנדערע שוואכקייטן און מ'האט דאס נישט גוט געהאנדעלט, אבער למעשה זעהט מען עס אויך ביי גאר גוטע קינדער און פלוצים ביי די 16-17 כאפן זיי א גליטש)
צוריק צום נושא, ס'האט מיר אמאל א טאטע וואס איז דאס אדורך געזאגט, "מיין זון וויל נישט אננעמען וואס אונז האמער אים געלערנט, צו ס'באדערט מיר? יא! ס'פאסט מיר? זעכער נישט! אבער איט העפענס! זיץ אבער נישט ביי מיר אינדערהיים און טוה וואס דיין הארץ באגערט. ער איז א לוזער מליזער, האט נישט ווי זיך צודרייען, האלט נישט ביים ארבייטן, און ווען ער מאכט יא געלט שפענד ער דאס אויס אז ס'בלייבט אים נישט איבער פאר רענט פאר א צווייטע דירה, זיצט ער מיר ביי מיר אינדערהיים, עמי בבית אבער וויל טוהן וואס ער פארשטייט איז ריכטיג און קיינער טאר אים נישט איינטיילן! יא! ביי מיר אינדערהיים איז נישטא קיין הגדה סענדוויטש קוקיס פסח, איך גיי שוין נישט אריין אז ער זאל דאס נישט אריינברענגן, אבער אז דו ברענגסט שוין יא, פארוואס דארפסטו עס דייקא עסן אין קאך און אלע געשוויסטער זאלן דאס זעהן? יא! ביי מיר אינדערהיים וואטשט מען נישט קיין מאווי'ס, ווילסט דוקא יא? לאז נישט דיין די ווי די מאשין און אלע ערליי דיסקס זיך וואנדערן איבעראל!"
די געשריי פון דעם פאטער זאגט עפעס, צענדליגע בחורים און מיידלעך זיצן און פרעסן ביי זייערע עלטערן סאפערס, שבתים און ימים טובים און ווילן גאר אז אלעס זאל גיין לויט זייער געשמאק, דו בענאק! דו פארשטייסט אז יעדער מענטש איז אינטיידעלט צו טוהן וואס ער וויל? דיין פאטער איז נאך עני טיים אזוי אינטיידעלט צו פירן זיין שטוב -וואס ער צאלט און האלט אויס- ווי אזוי ער וויל. אדער שטעלסטו דיך צו אדער זיי מוחל פנו מקום!
ס'דא עלטערן וואס גייען דאס אדורל און דאך האלטן זיי אז ח"ו מ'טאר נישט סורקירן די קינדער, ווי לאנג זיי דרייען זיך נאך ביי דיר אין שטוב זענען די טשאנסן אז זיי וועלן נאך האלטן אסאך מער ווי זיי וואלטן ווען זיי מאכן ווען שבת פאר זיך. אבער זייער ווייטאג קען קיינער נישט פארשווייגן. צו זיצן אינדערהיים און שפאצירט זיך אריין א מחלל שבת שטינקענדיג פון ציגרעטליך (כ'בין אפשר געגאנגן צו ווייט...) צו ער הערט אפשר נאר אויס א געים אויפן קליינעם ראדיא זיינע, צו דאס קינד קומט סתם אהיים צו די סעודה און פארקויפט זיין אידילאגיע ווען ס'זיצן נאך אנדערע געשוויסטער, האט א טאטע אלע רעכטן צו זיין פארווייטאגט און אפילו שרייען!
איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, דער פון אויבן זאל אונז נישט פריווען דערמיט! אמן!
גוט געשריבן, אבער א נושא בפני עצמו,
שטוב פרינציפן איז א זאך וואס עלטערן מעגן אינפארסירן, דאס איז געזאגט געוווארן פאר גוים און אידן צוגלייך,
דאס האט גארנישט מיט די עצם פאקט אז ער איז אפגעפארן, נאר א באזונדערן פראבלעם פון איינפלוס,
עס ליגט אויפן טאטע אליינס צו באשליסן צו ער וויל אים האלטן אינדערהיים צו נישט,
און אויב יא אדער נישט, ליידן די אינסטינקטיווער קאנסקעווענצן, איין וועג אדער די אנדערע,