דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:33 pm#101389
די חסידישע פרעסע: פרויען ווערן פארוואנדלט אין מענער
דאס אז חרדים זענען סענסיטיוו צו דער נושא פון פרויען איז אן אלטע מעשה, אבער די מעשה ווערט נתחדש בכל יום מיט פרישע באגרעניצונגען און אויפטוען וועלכע גרעניצן זיך מיט חולאת רוח און לויטער משוגעת. אין די לעצטע יארן האט מען אנגעהויבן א נייע גזירה אז מ'טאר חלילה נישט שרייבן קיין ערשטע נעמען פון נשים, מחיצות אין בתי מדרשים זענען געווארן העכער, ברייטער, טונקעלער, און הערמעטישער, מען האט זיך גענומען אפטיילן גראסעריס, גאסן, פארקס, און וואס נישט. טייל האבן אפילו אויפגעהערט שרייבן "אשת" פאר אלמנות אויף חתונה-בריוולעך נאר האבן זיך גענומען שרייבן דעם פיל איידעלערן "א'". אפילו דער שרעקליך-אומאיידעלער נאמען "לעידי פינגערס" פאר די געשמאקע פסח-קיכן איז געטוישט געווארן. ועוד ידם נטויה.
היימישער זשורנאליזם איז דאך דער ערשטער וואס ליידט פון די אלע קאפריזן, און מחמת פחד פון די קראנקהאפטיגע, מח-מסוכנ'דיגע "עסקנים" ווערן שרייבערס נאך פויבסטליכער פון די סטאדעס וויליאמסבורגער פויבסטן, און שטעלן צו פאר די לייענען האר-פון-קאפ-אויפשטעלנדע פארדרייענישן וועלכע ווייזן ווי פערווערטירט דער קאלעקטיווער חרדישער מח איז ליידער געווארן.
אין די לעצטע עטליכע יאר איז געווארן א נייע מאדע אין דער חסידישער מידיא אז דאס דערמאנען דעם מושג פון א פרוי, אפילו אן א נאמען, זאל מען פארמיידן ווי ווייט מעגליך. פאר דעם צוועק ווערן נייעסן אפט באריכטעט אויף אן אופן וואס די העלדן פון די געשיכטעס ווערט אויפגעטוישט פון א נקיבה צו א זכר! ווי אומגלויבליך עס קלינגט איז דאס א פאקט, און דאס זעט מען כסדר אין דער גאנצער חסידישער מידיא.
אן ארטיקל פון יוני 2011, האט דאקומענטירט עטליכע אזעלכע פעלער פון יענער תקופה. ווען די בארימטע אקטריסע נאטאשא ריטשארדסאן איז טראגעדיש געשטארבן, האט "דער בלאט" דערציילט די נייעס, אבער האט פארוואנדלט די נפטרת אין א מאן. ווען עס איז געשען א מאדנע געשיכטע אז א פרוי האט געפלאפלט אויף אן עמטרעק באן 16 שעה און א צי, האט "דער בלאט" אויך פארטוישט די געשיכטע צו א תשעה-קבינ'דיגן מאן.
די געשיכטע פון א פרוי וועלכע האט נאך אן אפעראציע באקומען אן איירישן אקצענט איז אויף "קול מבשר" דערציילט געווארן ווי כאילו עס איז געשען צו א מאן.
ווי געזאגט איז דאס מעשים בכל יום ממש. איך האב מיך יעצט דערמאנט צו שרייבן דערפון זעענדיג נאך צוויי אזעלכע פעלער אין אנדערע אויסגאבעס. אין פעברואר איז געווען אין די נייעס איבער א סטודענטקע פון תל-אביב וועמענ'ס קאר איז אוועקגעפירט געווארן נאכדעם וואס מוניציפאליטעטן האבן געפארבט ארום איר קאר אז דאס איז א פארקיר-ארט בלויז פאר אינוואלידן. א סטודענטקע האב איך געזאגט? אוי, טעות. "דער שטערן" ווייסט פון קראנטע מקורות אז עס האנדלט זיך גאר איבער א "סטודענט" וואס מ'האט געפארבט ארום "זיין" קאר.
אבער נישט נאר נייעסן ווערן פארדרייט, אפילו סיפורים פון אמאליגע גדולים טארן זיך שוין אויך נישט רעדן פון פרויען. עס איז פאראן א סיפור אויף רבי ישראל סאלאנטער ווי ער האט מוכיח געווען א פראסטן איד אז דער אויבערשטער דארף נישט ווייזן יעדן טאג אז ער קען מאכן ניסים, נאר השי"ת פארמאגט, כביכול, א דיפלאמע, די תורה, וואס איז מעיד אויף זיינע כוחות. ומעשה שהיה, אז דעם דארפסמאנ'ס טאכטערל האט באקומען א דיפלאמע אז זי איז אויסגעצייכנט אין זינגען. האט רבי ישראל איר געבעטן צו זינגען פאר אים כדי זי זאל באווייזן אז עס איז ווירקליך אמת. זי האט זיך אבער ארויסגעדרייט זאגנדיג, אז זי דארף נישט פאר יעדן זינגען כדי מ'זאל וויסן איבער אירע טאלאנטן, אויף דעם איז דאך געמאכט די דיפלאמע ווי איז אזוי מעיד. אויף דעם ארויף האט רבי ישראל פארגליכן צום אויבערשטן.
רבי ישראל האט געבעטן א מיידל צו זינגען? חלילה! הרב אשר לעווין האט א מסורה אז דא האט זיך אפגעשפילט גאר עפעס אנדערש. אין אן ארטיקל וואס ער האט געשריבן פאר'ן "לוח הציבור" ווייסט ער צו דערציילן אז דאס קינד וואס האט באקומען די דיפלאמע איז געווען א אינגל גאר!

- Beard.jpg (97.66 KiB) געזען געווארן 11785 מאל

- Baruch.jpg (172.96 KiB) געזען געווארן 11785 מאל

- Tzibur.JPG (148.61 KiB) געזען געווארן 11785 מאל