Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דער בריסקער מהלך הלימוד

דער בריסקער מהלך הלימוד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3409
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:12 pm#104011
לעיקוואוד האט געשריבן:אויב וואלט בריסק גענומען ערנסט זייער מהלך אז זיי פארשטיין בעסער פון אלע דורות און זיך נישט געעקשנט מיט א וויסטער אמונה אז דער רמב"ם און בכלל חז"ל והראשונים האבען אלס געוואוסט און מכוון געווען צו חידושי ר' חיים הלוי, וואלטן זיי געקענט אהערשטעלן זייער א שיינער לאגישער תורה אויסגעבויט. הגם איך פרעזענליך וואלט זיך נישט צוגעשטעלט צו דעם וועגן דער יסודישער פראבלעם וואס איך האב מיט אריינלייגען יעדער זאך אין א לעגאלער באקס.

אויף דעם מהלך וואלטן זיי געדארפט אוועקשניידן דריי פערטל תורה שבעל פה.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:16 pm#104014
מוח שליט האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:שטותים און לאקשן.
שמענו בשם נאמן וואס האט פערזענליך אנגעפרעגט דעם חזון איש הלמאי ער האט א נאמען געגעבן זיינע ספרים "חזון" ווי א נבואה. האט דער חזון איש געענטפערט" חלילה 'חזון' איז טייטש אן 'אויבערבליק', און ער געט נאר דעם אויבערבליק.
די מעשה איז מן הסתם נאך קיינמאל נישט נתפרסם געווארן.

איך פארשטיי נישט די פירכא. דו מיינסט אז די מעשה זאגט אז דער חזו"א האט זיך טאקע מתיימר געווען אויף נבואה? אדער דער בריסקער רב אויף זיין טאטען אלץ ראשון?


קיין פירכא. דער חזון איש האט זיך נישט אפגעגעבן מיט צושרייבן צו שער בלעטער, פעריאד.

כפי שמועתי, דוקא יא. שמעתי אז ער האט אמאל געשריבען אויף א פאפיר של פירסום אויף א הקהל וואס דער רבי מלובאוויטש פלעגט הייסן מאכען, אז עס איז אסור צו מאכן בזמה"ז. דאס איז אולי געווען זיין פאסיווער אגרעסיווער וועג פון מחאה.

עס איז זאגאר געדרוקט אין קובץ אגרות חלק א' אגרת רי.
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:25 pm#104018
לבי אומר לי אז ווען דער חזון איש האט געזוכט ביקורות אויף רבי חיים'ס דרך האט ער זיך נישט אנגעהאנגען אויף א נארישן נאמען וואס זיינע קינדער האבן געגעבן פאר'ן ספר.
און זיך אונטערשרייבן בן אאמו"ר רשכבה"ג מאכט יא סענס. איז רבי חיים געווען רשכבה"ג אין מארמאראש?
איז דא אין דער היסטאריע נאך אזא אונטערשריפט?
דאנערשטאג אפריל 11, 2013 10:44 pm#104067
הציץ ונפגע האט געשריבן:עס איז זאגאר געדרוקט אין קובץ אגרות חלק א' אגרת רי.

זעה איך יעצט אז החסיד מהיברוי באאקס האט נישט חלק א'...
זונטאג אפריל 14, 2013 9:42 pm#104747
מוח שליט האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:דו פארשטייסט טאקע נישט דעם ווארט? אויב נישט איז דאס א דוגמא חי' ווי וויכטיג עס איז מייחד צו זיין א שטיקל מוח פאר בריסקער הבנה.
קצת ביאור לדבריך הנחמדים. מען קען אפשר טאקע זאגן אז הלל איז נישט מער ווי דאס זאגן געוויסע קאפיטלעך תהלים מיט א ברכה פון פראנאויס. אבער מסתבר איז אז דאס איז מער פון דעם. נעם א דוגמא פון אלע גינוני מלכות, עס איז פשוט אז אלע אקטן דארט האבען א פונקטליכע פראטאקאל, און אויב ביי די חילופי שומרים בבית המלכות האט דער סאלדאט נישט אנגעהאט דעם ריכטיגען מונדיר, איז מעיקר הדין דארף מען איבערמאכן דעם צערעמאניע. דאס זעלבע ביי געזעצען, אויב האט דער שופט נישט געניצט דעם ריכטיגען לשון ביים אינטערשרייבען איז דער געזעץ נישט חל. ואין לך ראי' גדולה יותר פון אלע פארקינג טיקעטס, וואס אויב איז איין ווארט א טעות איז די טיקעט נישט חל. בקיצור הדבר, הלכות והליכות האבען פונקטליכע גדרים והגדרות.
לסבר את האוזן ביי די ענין פון הלל, העמיר זאגן אז ווען גאנץ כלל ישראל איז זיך קובע צו זאגען הלל דעם טאג, דעמאלט איז יעדער יחיד וואס זינגט הלל, א חלק פון דעם גרויסען הלל וואס געשעהט היינט. הלל איז א הגדרה פון הלל, נישט קאפיטלך תהלים מיט א פאר-ברכה.

שבת קיח:
"איני והאמר מר הקורא הלל בכל יום הרי זה מחרף ומגדף".
היסוד הזה שהבאת, ש'הלל' הוא רק כשיש תקנה לאומרה, ובאופן אחר הוא סתם אמירת פרקי תהלים עם ברכה לבטלה לפניה ולאחריה, לכאו' עפ"י הגמ' הנ"ל מוכח דאין הדבר כן.
פשוט ש'הלל' הוא אמירת פרקי תהילים ההם כתיקונם, עם הברכה לפניה, וכתקנתו התמידית. כשקואים אותו בזמנו, אין נאה ממנו, וכשקוראים אותו על חנם, זה נחשב כמחרף ומגדף. אבל 'הלל' הנהו.
זונטאג אפריל 14, 2013 11:59 pm#104817
א"ר יוסי יהא חלקי מגומרי הלל בכל יום, איני והאמר מר הקורא הלל בכל יום הרי זה מחרף ומגדף? כי קאמרינן בפסוקי דזמרא.

פשוט דלא מיירי הש"ס בדין [ ;) ] הלל, רק בתוכנה, דקא עסיק בכל יום בהילול שבחו של מקום, וכדפרש"י: הרי זה מחרף ומגדף. שנביאים הראשונים תיקנו לומר בפרקים לשבח והודיה כדאמרינן בערבי פסחים (דף קיז.) וזה הקוראה תמיד בלא עתה אינו אלא כמזמר שיר ומתלוצץ, וכן מוכח ממסקנת הגמ' 'כי קאמרינן בפסוקי דזמרא', ופרש"י: פסוקי דזמרא. שני מזמורים של הילולים הללו את ה' מן השמים הללו אל בקדשו, הרי דקרי לה ר' יוסי לשני מזמורים הללו בשם הלל.

ולשמחת יו"ט: איינער האט געפרעגט דעם פאניוואש'ער רב אויב ער זאגט הלל, האט ער געזאגט ער מאכט א פשרה און טוט ווי בן גריון, נישט הלל און נישט תחנון...
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:17 am#106206
לאמיר אביסעל צושרייבען מיין בויך ווייטאג
א) עפ״י רוב די שפיץ געדאנק פון א שטיקעל ר׳ חיים אדער א שטיקעל רב קען מען שוין טרעפן פריער און אחרונים ס׳איז נאר דעם געשמאק און די סגנון וואס זיי לייגען צו.
ב) און די אנדערע ספרי אחרונים פארט בעיקר אויף די מהלך א סוגיא און חשבון הפלפול די שמחה ליגט און די ישוב הסוגיא משא״כ בריסק איז דע פאקעס פון לערנען איז די סברא די נשמה פון די זאך די גאנצע לערנען איז אהנצוקומען צו די געשמאק פונעם סוגיא
ג)בריסק מהלך איז גענומען פון קדשים קדשים איז געבויט אויף אוקימתות און גזיה״כ,און סקימט נישט אריין די מהלך העולם און פראקטישע שכל ס׳איז כולו גדרים,משא״כ נזיקין און דיני משפטים זענען נישט קיין טריקענע גדרים ס׳איז געבינדען מיט אסאך קאממאן סענס און אסאך כללי משא ומתן וקנינים און כללי משפטיים וואס איז אוועקגעשטעלט געווארען אויף די מענטשהייט סיסטעם און אריינברענגען דארט הארטע טריקענע גדרים איז נישט און פלאץ
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:27 pm#106482
@ישבב, לפי דבריך איז ממש נשט פארשטענדליך דער זאץ אז עס אז גאר קיין הלל נישט. אדרבה, עס איז א הלל, עס האט דעם תוקף פון א הלל און דער דין פון הלל, דער פראבלעם איז נאר די טיימינג.

@איינגעמיירעט, עס איז פשוט אז א דאורייתא, ווי אימער האט הגדרות כמסמרות נטועים, נישט קיין חילוק אין וועלכע ענין. דאס מיינט אז בבא קמא און בבא מציעא קען היבש גיין מיט דעם. ווידעראום דרבנן'ס, אזוי ווי רוב בבא בתרא, זענען מער ווייניגער פלעקסיבל געוואנדן לויטן מצב, און דערפאר איז לדעתי שווער צו זאגן אז אלע פרטים פאלאוען א פעטטערן א יסוד, נאר זיי זענען צוגעפאסט צום מציאות.
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:42 pm#106492
איך האלט אז דער בריסקער (און בכלל די ליטווישער) דרך הלימוד איז נשפע געווארן פון די השכלה. די פילאזאפישקייט האט זיך אריינגעכאפט ביי זיי. (איך מיין עס נישט אלס א חסרון)
פרייטאג אפריל 19, 2013 1:10 am#106579
דעת תורה האט געשריבן:@ישבב, לפי דבריך איז ממש נשט פארשטענדליך דער זאץ אז עס אז גאר קיין הלל נישט. אדרבה, עס איז א הלל, עס האט דעם תוקף פון א הלל און דער דין פון הלל, דער פראבלעם איז נאר די טיימינג.

אכן לזה בדיוק התכוונתי.
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:27 am#107529
@איינגעמיירעט, עס איז פשוט אז א דאורייתא, ווי אימער האט הגדרות כמסמרות נטועים, נישט קיין חילוק אין וועלכע ענין. דאס מיינט אז בבא קמא און בבא מציעא קען היבש גיין מיט דעם. ווידעראום דרבנן'ס, אזוי ווי רוב בבא בתרא, זענען מער ווייניגער פלעקסיבל געוואנדן לויטן מצב, און דערפאר איז לדעתי שווער צו זאגן אז אלע פרטים פאלאוען א פעטטערן א יסוד, נאר זיי זענען צוגעפאסט צום מציאות.[/quote]

בבא קמא הגדרות איז פיל מיט סברא,אנגעפאנגען מיט די חילוק פון רגל און קרן, די פטור פון רגל ברה״ר ווי די רא״ש און די רי״ף זענען שיין מסביר,פארשטייט זיך תם און מועד איז פיל מיט סברא וויאזוי מווערט א מועד.
בבא מציעא מיגו איז א סברא (פאר ר אלחנן׳ס תורה פון כח הטענה), המע״ה דיני תפיסה זענען געבויט אויף סברא פון הנהגה משפטיות, די ד׳ שומרים איז איין שטיק סברא,די חילוקים און די חיובים צווישען איין שומר און די צווייטע,און די מקומות וואס ווערען גערעכענט אלס שמור,
ווייטער קנינים איז אלעס געבויט אויף הסכמת בנ״א ווי די חת״ס איז מגדיר ביים סוגיא פון סימטותא
א רחמנות ווער סלערנט דיע מסכתא וויא א בריסקער he is missing the whole point
מאנטאג אפריל 22, 2013 9:24 am#107535
עסקן בדברים האט געשריבן:איך האלט אז דער בריסקער (און בכלל די ליטווישער) דרך הלימוד איז נשפע געווארן פון די השכלה. די פילאזאפישקייט האט זיך אריינגעכאפט ביי זיי. (איך מיין עס נישט אלס א חסרון)

ר חיים אליינס האט דאך געזאגט אז סאיז א נייע דרך אנדערשט ווי זיינע עלטערן און רביס, ער מאכט עס פאר א מלחמה אנטקעגן די משכילם זה לעומת זה עשה,
וואס מיינסטו די ליטווישע? די גרא און חזו״א האלסטו אז סאיז אויך פון השכלה
מיטוואך מאי 22, 2013 2:25 am#116698
קינות גירושין האט געשריבן:וואס זאל איך טון,און א ר חיים פיל איך א געשמאק און אין שאגית ארי נישט, מיינסט אז איך וועל נישט באקומען שכר אויף דעם? סאיז גוט אן דעם אויך, איך האב כאטשיג עוה״ז, (ווי באקאנט האט אזוי געזאגט ר ישראל סאלאנטר/קדושת לוי,אויף נדרים מיט ר״ן)
למעשה זעט מען אז אלע ישיבת ברענגן אריין דעם דרך הלימוד די בחורים האבען דאס בעסער ליב,
אויך איז באקאנט אז ר חיים אליין האט געזאגט אז דאס איז א נייע דרך הלימוד, און נישט די עכטע מהלך,
סא די שאלה איז נאר צו מבקומט שכר אויף דעם,לענ״ד: יא סאיז זייער חשוב פאר גאט !

נישט דא קיין שכר אויף נישט לערנען
דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:52 am#132514
אסאך פון די חוקי המדינה גייען צו מיט טרוקענע דינים און חלות'ן, גיבט אבער א קוק וואסערע בריסק'ער איינגעשטעלטע די פאוסטל סערוויס האט געהאט אין די 20'ער יאהרן.

אין מאי פון 1920 האט דער Scientific American פארגעשטעלט א קאנטעסט: דער עולם זאל שרייבן מאמרים וואס שטעלן פאר פשוט און קלאר איינשטיין'ס טעאריע'ס, וואס זענען נאך דעמאלט'ס געווען 'רעלאטיוו' ניי, און דער געווינער באקומט 5000 דאלער [נו, בימים ההם וכו' האט דאך דער רבי שוין געזאגט...] - נדבת לבו פון Eugene Higgins, שפעטער איז עס געדוקט געווארן אין א בוך אונטערן נאמען Einstein's theories of relativity and gravitation.

עכ"פ, מר. היגינס האט פארגעשלאגן אז אויב וועלן די ריכטער זיך נישט קענען פאראייניגן אויף א געווינער זאל מען צוטיילן די $5000 צווישן די צוויי בעסטע און אזוי האט מען טאקע געשריבן אין דעם ערשטן אנאנס, איז אבער געקומען די פאוסטל סערוויס און גע'טענה'ט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ דין, פארוואס? אט הערט:

It had been Mr. Higgins' suggestion that in the very probable event of the Judges' inability to agree upon the winning essay, the prize might, at their discretion, be divided between the contributors of the best two essays.

This condition was actually printed in the first announcement, but the Post Office Department insisted upon its withdrawal, on the ground that with it in force the contestant would not know whether he were competing for $5,000 or for $2,500, and that this would introduce the "element of chance" which alone was necessary, under the Federal statutes, to make the contest a lottery.


אפשר האבן די גויאישע קעפ נאך געהאלטן פאר'ן פארשטאפט ווערן דורך מאוויס?...

ווי וויל נעווער קנאו...
פרייטאג יולי 19, 2013 1:19 am#134738
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.amazon.com/gp/product/9659155301/ref=s9_simh_gw_p14_d0_i1?pf_rd_m=ATVPDKIKX0DER&pf_rd_s=center-2&pf_rd_r=192T7KZJEQFFYJ9AFHSE&pf_rd_t=101&pf_rd_p=1389517282&pf_rd_i=507846

זעט אויס אינטערעסאנט. דו ווייסט אפשר מער פרטים?
פרייטאג יולי 19, 2013 1:34 am#134739
ניין.
זונטאג יולי 28, 2013 1:17 am#136646
ר' חיים [היינט נאכט איז זיין יאהרצייט] איז אמאל געפאהרן אויפן באן סוף זמן, זעהט ער א בחור אהיים-פאהרן פון ישיבה, פרעגט ער דעם בחור וואס ער האט געלערנט, זאגט דער בחור: שיעבוד.

ר"ח: נו, איז וואס האט מען געזאגט אין שיעבוד?

הייבט דער בחור אהן זאגן גאנצע מערכות.

ר"ח: אבער מיר דאכט זיך אז שיעבוד איז שיעבוד.

בחור: יא, אזוי האט מען אלעמאהל געלערנט, אבער לעצטענס איז דא אין בריסק א ר' חיים און ער האט מחדש געווען גאר א נייע מהלך אין לערנען וכו' וכו'

ר"ח: אבער מיר דאכט זיך נאכאלץ אז שיעבוד איז שיעבוד...
זונטאג יולי 28, 2013 1:53 am#136665
די מעשה גייט (מיט א נאמען - וואס איך געדענק אוודאי נישט) מיט א תלמיד פון ר' שמעון שקאפ, וועלכער האט זיך געטראפן מיט ר' חיים, און האט אים אנגעהויבן נאכצוזאגן ר' שמעון'ס תורות אויף שיעבוד, ווען ר' חיים האט נישט מסכים געווען, האט אים דער בחור אזוי ווי אוועקגעמאכט, נע, וואס פארשטייט אן אלטער איד אן דעם נייעם בריסקער דרך הלימוד...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 12:01 am#195601
דער טעם פארוואס מען נעמט לכתחילה די שיעור פון צוויי זיתים פאר אפיקומן איז ווייל עס איז א מחלוקת ראשונים צו דער אפיקומן איז א זכר פאר'ן פסח אדער פאר די מצה הנאכלת עם הפסח, נעמט מען צוויי לצאת ידי שניהם.

האב איך געזעהן אז דער ליובאוויטש'ער רבי ז"ל שרייבט אין זיין הגדה אז אויב קען מען נאר עסן איין כזית זאל מען זיך מתנה זיין אז עס איז א זכר לפי די שיטה שהלכה כמותה.

אין א בריסק'ער מאמענט קען מען חוקר זיין צו א 'זכר' [מצד עצם מהותה] לאזט זיך מאכן על תנאי...

--------

אז מען רעדט:

אין שו"ע הרב [סי' תע"ז] שטייט:
בזמן שבית המקדש היה קיים היו אוכלין הפסח בסוף כל הסעודה, כדי שיהיה נאכל על השובע, דהיינו שהפסח יהא גמר כל השביעה, כדי שיהיו נהנין באכילתו ותחשב להם, שאכילת כל הקדשים צריך להיות דרך חשיבות וגדולה, שנאמר קדשי בני ישראל לך נתתים למשחה, כלומר לגדולה וחשיבות כדרך שהמלכים והגדולים אוכלים.

ואין מפטירין אחר הפסח אפיקומן, כלומר שלא יהיו נפטרין מאכילת הפסח באפיקומן (פירוש אפיקומן כלומר הוציאו והביאו מזונות ומאכלים על השולחן), דהיינו שלאחר אכילת הפסח לא יאכלו שום מין מזון ומאכל בעולם, שלא יעבור טעם הפסח מפיו על ידי טעם אותו מאכל.

דער פסח האט מען געגעסן סוף סעודה על השובע, דהיינו אז מיט'ן שטיקל פלייש ווערט ער זאט, דערנאך מעג מען שוין גארנישט עסן כדי די טעם הפסח זאל נישט אוועקגיין.

[דר"א, דער מרדכי סוף פסחים האלט אז בזמן המקדש האט מען געפראוועט די סעודה פאר די סדר, קודם האט מען געגעסן סעודת יו"ט און ערשט דערנאך האט מען געזאגט די הגדה, געטרינקן די כוסות און געגעסן פסח מצה ומרור].

אין רמב"ם שטייט אבער אן אנדערע סדר, אין פ"ח פון חו"מ שרייבט ער:
ואחר כך מברך ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הזבח ואוכל מבשר חגיגת ארבעה עשר תחלה. ומברך ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הפסח ואוכל מגופו של פסח.

ואחר כך נמשך בסעודה ואוכל כל מה שהוא רוצה לאכול ושותה כל מה שהוא רוצה לשתות. ובאחרונה אוכל מבשר הפסח אפילו כזית ואינו טועם אחריו כלל. ובזמן הזה אוכל כזית מצה ואינו טועם אחריה כלום. כדי שיהיה הפסק סעודתו וטעם בשר הפסח או המצה בפיו שאכילתן היא המצוה.

דהיינו, קודם עסט מען פון די חגיגה ביז מען איז כמעט זאט [וואס דאס איז דאך די סיבה פאר'ן ברענגען א חגיגה בכלל], דערנאך מאכט ער א ברכה על אכילת הפסח און ער עסט פונעם פסח, ערשט נאכדעם עסט מען די סעודה און צום סוף עסט מען נאך א כזית פונעם פסח און עסט גארנישט דערנאך כדי איהר טעם זאל בלייבן אין מויל.

עפ"י חשבון דארף אויסקומען אז לפי הרמב"ם איז די לעצטע כזית שוין געווען אן אכילה גסה, וואס איז שוין א שאלה צו מען איז יוצא [קודם געגעסן פונעם חגיגה ביז גמר שביעה ולא עד בכלל, דערנאך פונעם פסח און ערשט נאכדעם א סעודה].

לכאורה דארף מען זאגן אז דער רמב"ם טיילט עס טאקע אין צוויי עקסטערע זאכן [דינים?...], עס איז דא א חיוב אכילת הפסח, אכילה דוקא, דאס מוז זיין על השובע און נישט אן אכילה גסה און דאס איז מען מקיים פאר די סעודה מיט א ברכה על אכילת הפסח.

דערנאך איז דא א נייע ענין אז עס זאל בלייבן טעם מצוה בפיו, אויף דעם דארף ער עסן נאך א שטיקל פלייש צום סוף, און וויבאלד דאס איז שוין נישט קיין דין 'אכילה' קען עס זיין אן אכילה גסה אויך.

די ערשטע אכילה איז א מטרה, די צווייטע איז נאר אן אמצעי.

-----------------

אין שו"ע הרב [סימן תע"ח] שטייט:
אחר אכילת אפיקומן אסור לאכול שום מאכל בעולם חוץ ממצה שמורה משעת קצירה או משעת לישה כדי שלא יעבור מפיו טעם מצה שמורה של האפיקומן על ידי טעם אותו מאכל.

זאגט ער א חידוש אז מצה מעג מען עסן נאכ'ן אפיקומן.

במושכל ראשון האב איך געטראכט אז דאס איז מכח 'מאי חזית', ווער זאגט אז דוקא די ערשטע כזית איז געווען די אפיקומן, די לעצטע מצה וואס ער עסט איז דאך פונקט אזא מחותן, זאל ער זיין 'אפיקומן'.

וידוע די עצה פון דעם אבני נזר, אז אויב זעהט מען אז מען וועט נישט קענען אריינכאפן דעם אפיקומן פאר חצות, זאל מען עסן א כזית מצה פאר חצות על תנאי: אויב איז חצות מעכב דעמאלטס זאל דער כזית זיין לשם אפיקומן, און נאך חצות קען ער געהעריג עסן ווייל עס איז שוין נישט דער זמן הראוי פאר די מצוה [פונקט ווי מיר עסן דעם נעקסטן טאג], אבער אויב איז חצות נישט מעכב דעמאלטס עס איך דאס אלס א פשוט'ע שטיקל מצה - נישט לשם אפיקומן, און דער אפיקומן קען ער עסן נאך חצות.

האט דער בריסק'ער רב גע'טענה'עט אז מען דארף נישט בפי' אויסשמועסן דעם תנאי, ווייל אפיקומן איז נישט עפעס א חלות אויף א געוויסע שטיקל מצה, נאר וועלכע שטיקל מצה ער עסט די לעצטע [בתוך הזמן הראוי] איז אטאמאטיש 'אפיקומן'.

ועד"ז בענינינו.

למעשה, אויב וואלט ער דאס געמיינט וואלט ער לכאורה געדארפט אויסשמועסן אז לכתחילה זאל מען עס עסן אנגעליינט...

אלא מאי מיינט ער פראקטיש, אז מען עסט נאכ'ן אפיקומן נאך מצה נעמט עס נישט אוועק דעם ארגינעלן טעם מצת מצוה וואס ער האט פונעם אפיקומן, וואס האט מיר דערמאנט פון יאנקל'ס שיף...
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:19 pm#228182
היינט געלערנט אין פסחים קי"ז כמה שיטות ווען הלל איז נתקן געווארן, זאגט די גמ' אז עס איז מסתבר אז עס איז מימי משה ווייל 'אפשר ישראל שחטו את פסחיהן ונטלו לולביהן ולא אמרו שירה'?

קומט לכאורה אויס א נייע ווארט, לולב איז נישט א דין אין הלל, פארקערט, הלל איז א דין אין לולב - נטילת לולב ברענגט מיט זיך א חיוב אמירת הלל.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:26 pm#228186
ונבנתה העיר האט געשריבן:היינט געלערנט אין פסחים קי"ז כמה שיטות ווען הלל איז נתקן געווארן, זאגט די גמ' אז עס איז מסתבר אז עס איז מימי משה ווייל 'אפשר ישראל שחטו את פסחיהן ונטלו לולביהן ולא אמרו שירה'?

קומט לכאורה אויס א נייע ווארט, לולב איז נישט א דין אין הלל, פארקערט, הלל איז א דין אין לולב - נטילת לולב ברענגט מיט זיך א חיוב אמירת הלל.

ועיין ביאור הגר״א או״ח סי׳ כ״ב ס״ק א. דאין מברכים שהחיינו על ההלל דפסח וסוכה משום שההלל שייך למצה ולולב, עי״ש.
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:28 pm#228188
אך עיי׳ מ״ב סי׳ תרנ״ב ס״ק ד. וצ״ע.
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 8:50 am#228244
סיי פינעם גר''א און פינעם מ''ב תרנ''ד זעהט אויס אז די הלל איז א חלק פינעם נטילת לולב, קען מען זיך קלארער ארויסברענגען וואס עס דארף צו זיין א ראי' פינעם גר''א און מ''ב
מיטוואך אקטאבער 08, 2014 10:48 am#228254
גראדע אין מ״ב איז משמע אז דער לולב דארף דעם הלל נאר וועגן די נענועים, און נישט וועגן דעם הלל אליינס. ודוק.
פרייטאג יאנואר 16, 2015 2:30 am#248380
מען האט געפרעגט חיים דעם רב'ס פארוואס די סאלאווייציקס זענען נישט מחמיר זיך פודה צו זיין מספק אפשר זענען זיי נישט קיין לויים, האט ער גענטפערט: אויף יענעם צד זענען מיר אויך נישט קיין סאלאווייציקס...

----------

אלס קינד האט ער זיך אמאל געשלאגן מיט א ברודער, ווען דער טאטע איז געקומען זאגט ער איהם אז יענער האט קודם אנגעפאנגען, פרעגט איהם דער טאטע: פארוואס האט ער זיך נישט אנגעפאנגען מיט מיר? זאגט חיים: אלא מאי האב איך אנגעפאנגען? פארוואס האב 'איך' זיך נישט אנגעפאנגען מיט דיר?...
פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:34 pm#248430
ונבנתה העיר האט געשריבן:אלס קינד האט ער זיך אמאל געשלאגן מיט א ברודער, ווען דער טאטע איז געקומען זאגט ער איהם אז יענער האט קודם אנגעפאנגען, פרעגט איהם דער טאטע: פארוואס האט ער זיך נישט אנגעפאנגען מיט מיר? זאגט חיים: אלא מאי האב איך אנגעפאנגען? פארוואס האב 'איך' זיך נישט אנגעפאנגען מיט דיר?...

לא יאומן אז רבי חיים האט עס געזאגט. אויב יא, האט ער עס טאקע געזאגט אלץ קינד...

דער טאטע'ס כוונה איז נישט געוועהן צו דרינגען אז אלא מאי ר' חיים האט אנגעהויבן. דער טאטע האט געמיינט פארצוהאלטען רבי חיים הייתכן ער האט גורם געוועהן אונטערצורייצן דער ברודער זיך אנצוהייבן מיט איהם.
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:25 am#387052
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
איך וועק דא אויף די אשכול, ווייל ס׳איז בעסער ווי די אנדערע וואכע אשכולות וואס שפרינגען יעצט.

א. די היסטארישע טענה איז נישט אזוי זיכער. דער נתיבות המשפט רעדט אסאך זאכען ענדליך צו ר׳ חיים, און רעק"א רעדט נישט די זעלבע שפראך און די זעלבע סארט קשיאס ווי פריערדיגע. מיר זעט אויס אז לבא דאינשי אינשי, יעדער האט זיין וועג פון טראכטען און זיך אויסדרוקען, און ס׳איז קיינמאל נישט געווען קיין אייניגע דרך הלימוד. און פונקט ווי מענטשען טוישען זיך, אזוי אויך טוישען זיך דורות.

ב. ר׳ חיים׳ס מהלך איז נישט דאס דערגרונטעווען אין סברות צו הגדרות. דאס האבען אלע ליטווישע גדולים געטוהן. קוק אין חוט המשולש פון הגר"ח מוואלאזין און אין די ספרים פון זיין תלמידים. און דאס איז נישט נאר ליטווישע ספרים, נאר אנדערע אויך. זיין חידוש איז דאס גרונטעווען אין ד הגדרה אן די סברא פון דער זאך. אסאך פרעמדע באשולדיגען אלע ליטווישער מיט בריסק. עס איז נישט אזוי. דאס יא, אז ווען חסידישע ישיבות נעמען ליטווישע מגידי שיעור, נעמען זיי אפט די מער עקסטרעמע בריסקערס, א שטייגער פון ר׳ לייב גארעליק.

ג. דער רמב"ם רעדט הלכות פסוקות, נאר אין זייער א מדוקדק׳דיגע לשון. אז דער רמב"ם האט נישט אויסגערעדט די הגדרנ בלשונו איז קיין קשיא נישט, ווייל דאס איז נישט זיין ציל. ר׳ חיים זאגט אונז וואס איז די הגדרה אונטער די הלכה. וויאזוי איז דאס נסתר פון דער רמב"ם.
נעמט׳ס א משל פון דער שו"ע הרב. יעדער וואס האט געלערנט א סוגיא און איז דערנאך צוגעגאנגען צו דער שו"ע הרב קען אנמערקען זיין געוואלדיגע דקדוק. ער ענטפערט קשיא׳ס און ברענגט ראיות בקיצור לשונו, און דער וואס הייבט אן ביי אחהם וואלט עס קיינמאל נישט באמערקט. דער רמב"ם האט אזוי געטוהן מיט די הגדרות, נאר דער וואס טראכט נישט הגדרה׳דיג וועט עס נישט באמערקען (דער קלות ראש צו זאגען אז ׳דער רמב"ם האט ניטאמאל געדענקט אז ער האט געשריבען אזא ווארט איז אויך נישט אין פלאץ)

ד. דער חסרון פון דער חידושי הגר"ח הלוי איז אז ער כאפט אן גאר א קליינער חלק פון די סוגיא. דערמיט אבער זאגט ער א הגדרה וואס שיינט אומעטום. דער וואס לערנט ר׳ חיים וועט בלייבען אן ע"ה. דער וואס נוצט ר׳ חיים צו פארשטייען די סוגיא, האט דער תועלת פון ר׳ חיים. נישט בלייבען סטאק ביי דער רמב"ם, נאר אריינציען אין דער טושו"ע ונו"כ. די פראבלעם איז אז מ׳רעדט זיך איין אז בחוריש׳ע לערנען איז דער סה"כ פון לערנען און פארשטייען, מ׳זוכט ניטאמאל צו שטייגען אין הבנת הלימוד שפעטער. אדער בלייבט מען מיט א טינעידזש פארשטאנד, אדער לויפט מען גענצליך אוועק פון הבנת התורה און מ׳לויפט צו הלכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:23 pm#387077
בדרך אגב,
איז דא היינט צו טאג ליטווישע מורה הוראות וואס ניצען לומדות פין ר' חיים אדער ר' שמעון, צו ווער עס זאל נאר זיין, אין הלכה?
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 12:32 pm#387080
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
מורי הוראות זענען נישט די וואס זענען קובע פסק. נאר תלמידי חכמים מופלגים וואס צו זיי קומען די נייע שאלות וואס דארפען א שיקול הדעת.

און זיי נוצען די הגדרות און למדות פון די סוגיא צו פסקנ׳ן. ר׳ חיים באהאנדעלט ווייניגער סוגיות, דעריבער וועסטו ווייניג זע׳ען זיין נאמען דערמאנט. אבער די חילוקים פון די סברות זענען בראש הסוגיות.

סתם אזוי, באופן כללי זענען די מורי הוראות ביי די ליטווישע געווענדליך די שוואכערער לומדים און בעלי כשרונות. איינער וואס געלונגט איהם נישט אין בית המדרש לויפט צו די פסק חבורות, און נעמט שימוש ביי תלמידי תלמידי ר׳ חצקל ראטה. די וואס קענען גוט לערנען קוקען נישט ארויף צו זיי, נאר צומאל דארף מען זיי נוצען, פאר שמאטעס וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 2:00 pm#387098
היוצא מדבריך

א. תלמידי חכמים מופלגים זענען קובע די נייע שאלות.

ב. נאר נייע שאלות דארפען א שיקול הדעת.

ג. מורה הוראות זענען די ארויסגעפאלענע לומדים.

ד. עס איז דא גאנץ ווייניג געווענליכע שאלות וואס דארפען שיקול הדעת.

ה. א מורה הוראה ניצט מען נאר פאר שמאטעס.

ו. אפילו מען בויט נישט אויס פסקים פין ר' חיים דירעקט, איז עס באזירט אויף זיינע יסודות וויאזוי מען דארף מאכען חילוקים און הגדרות.

בין איך גוט דערווייל?
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 2:15 pm#387099
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
א. יא

ב. נאר נייע שאלות נוצען א שיקול הדעת. די אלטע פארלאזט מען זיך אויף אנדערע. צו אזוי דארף זיין זאג איך נישט, אבער אזוי איז.

ג. יא, ביי אונז.

ד. כנ"ל אות ב.

ה. אדער ביי די וואס ווייסען נישט וויאזוי נאכצוקוקען, אדער ביי די שוואכע עלעמענט פון לומדים.

ו. אמאל בויעט מען אויף איהם דירעקט, אמאל אויף זיין יסודות און אמאל אויף זיין מהלך, ווענדט זיך אויף די אומשטענדען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:55 am#387160
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב. ר׳ חיים׳ס מהלך איז נישט דאס דערגרונטעווען אין סברות צו הגדרות. דאס האבען אלע ליטווישע גדולים געטוהן. קוק אין חוט המשולש פון הגר"ח מוואלאזין און אין די ספרים פון זיין תלמידים. און דאס איז נישט נאר ליטווישע ספרים, נאר אנדערע אויך. זיין חידוש איז דאס גרונטעווען אין ד הגדרה אן די סברא פון דער זאך. אסאך פרעמדע באשולדיגען אלע ליטווישער מיט בריסק. עס איז נישט אזוי. דאס יא, אז ווען חסידישע ישיבות נעמען ליטווישע מגידי שיעור, נעמען זיי אפט די מער עקסטרעמע בריסקערס, א שטייגער פון ר׳ לייב גארעליק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק, זיי מוחל זיי מסביר אויף יודיוש וואס די מיינסט.

תפוס לשון אחרון?
מוצ"ש אקטאבער 21, 2017 8:36 pm#387203
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
איך זוך א משל דאס ארויס צו ברענגען. הרב חיים בריסקער האט זיך דערווייטערט פון סיי וועלכע סברא, נאר די הגדרה. פאר איהם, האט מען געהאנדעלט ביידער, די הגדרה מיט די סברא אינאיינעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 22, 2017 1:45 am#387221
מן הסתם מיינסטו צו זאגן אז אויב מ'קריכט מיט סברות בעלמא מוז עס נישט זיין אמת'דיגע און תורה'דיג אפי' דער רעיון איז קלאר און אויסגערעכנט. ס'מיז קומען נאר פון דער מהלך אז מ'זוכט בעיקר א הגדרה וואס דעמאלטס טרעפט מען א סברה נאר אין מציאות.

בקיצור, ס'דא א מושג פון קראנטע שטותים אויך וואס זענען למעשה נאר אפינאן, מ'דארף אבער זען אז ס'זאל נאר פאקטועל, און דערנאך קען מען האבן טעם.
זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:44 am#387225
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
ס׳איז נישט ממש אזוי. דאס גייט שוין ווייטער ווי דעם. אפילו ווען די הגדרה איז יא קלאר, ווילען זיי נישט די סברא פון דער דין, נאר די הגדרה. איך מוז אפיר זוכען א ריכטיגע משל פון א בריסקער ווארט דאס צו קענען ארויס ברענגען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אקטאבער 22, 2017 9:12 am#387241
דער הגדרה אויף ר' חיים'ס הגדרה איז ברייט באקאנט, מיט נאך א נקודה, אז אפילו דער סברה איז נישט א מענטשליכע סברה, נאר א סברה מתוך דער תורה'דיגע (עכט זיין אייגענע) הגדרה.

למשל, ווען ר' חיים איז מחדש אז השבתתו בכל דבר איז א חיוב גברא, לעומת אויב מען האלט השבתתו בשריפה איז עס א חיוב חפצא, דאס איז די תורה'דיגע הגדרה אין תשביתו, און די השלכות זענען אז אויב השבתתו בכל דבר איז עס נישט א לאו הניתק לעשה.

כלומר ער'ט גענומען דער חיוב תשביתו און מגדיר געוועהן.

עס איז באקאנט אז דער מנחת חינוך קלערט אויף אן ענלעכן אופן, פארשטייט זיך אויף זיין שטייגער, מיט מער אותיות, אבער אויך אויב דער חיוב תשביתו איז בקום ועשה, אדער בשלילה אזוי ווי ציצית. אן אנדערע חקירה אין די הגדרה, אבער אויך א הגדרה. און אויב איז עס א שלילה זאגט אויך דער מנחת חינוך איז עס נישט א לאו הניתק לעשה.

האט מען צוויי תירוצים אויף א רמב"ם צו מאכען תשביתו אויס לאו הניתק לעשה דורך הגדרות אין תשביתו.

ווען מען וואלט געארבעט מיט סברא וואלט מען פראבירט מיט סברא מיישב צו זיין ווי די חכם צבי, וואס ענטפערט אז עס איז נישט א לאו הניתק, ווייל במשהה לאחר המועד איז די עשה שוין נישטא. טרעפט ער א מציאות וואס דעמאלס איז עס נישט ניתק לעשה, און ער ברויך מאכען א אוקימתא.

דאס האט נישט די זעלבע שטארקייט ווי די אחרונים וואס מאכען הגדרות אין די מצוה פין תשביתו, או לאור זה זענען זיי מחדש א סברא אז בכהאי גוונא איז נישטא קיין לאו הניתק לעשה.
מאנטאג אקטאבער 23, 2017 2:22 am#387332
יע יע איר זאגט שטארקע רייד ר' איש תישבי. דארף מען הערן וואס דער ישיבעמאן רב אונגאר האט צו ריידען.

איין הערה צו אייער משל. די מנחת חינוך'ס הגדרה איז לכאורה מער הגדרה אן סברא ווי ר' חיים'ענס, ווייל גברא חפצא פארזיך איז שוין א שטיקל סברא
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 7:22 pm#391447
איינער זאגט מיר אז זיין זיצן א האלבע שעה ביי די מנורה (ווילאנג עס דארף ברענען) איז אלס דין שומר אויפן פייער שלא תצא ותזיק.
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 7:24 pm#391448
Re: דער בריסקער מהלך הלימוד
איך האב באמערקט נאכ׳ן צינדע די דריטע נאכט, אז עס איז געווען פונקט א בעזים אין צימער. דער אשכול דערמאנט עס מיר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 7:42 pm#391450
ונבנתה העיר האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז זיין זיצן א האלבע שעה ביי די מנורה (ווילאנג עס דארף ברענען) איז אלס דין שומר אויפן פייער שלא תצא ותזיק.


הייבט זיך אן יעצט רייד אין די אשו משום ממנו אדער חציו מיט די באוויסטע שיטת נימוקי יוסף אויב דער גאנצער ברענען איז כאילו ס'איז אפגעטון פון די ערשטע מינוט, ציגעשטעלט צום דין אז מ'קען צינדען חנוכה לעכט ערב שבת וכו' וכו' כידוע, קומט אויס אז זיין מצוה האט ער אפגעטוהן לגמרי אין די ערשטע מינוט, ממילא איז ער נישט קיין שליחי מצוה שאינו ניזוקין, דארף ער טאקע זיצען א האלבע שעה צו זיין א שומר אז ס'זאל נישט ארויס קומען קיין הזיקות...
מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 11:56 am#391496
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב באמערקט נאכ׳ן צינדע די דריטע נאכט, אז עס איז געווען פונקט א בעזים אין צימער. דער אשכול דערמאנט עס מיר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

און ביי די פערטע נאכט האסט עס יא ארויסגעטראגן, אדער שוין דוקא געלאזט דארט ?
דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 10:54 pm#420097
איינער האט אמאל משוגע געמאכט דעם חזון איש (כ'הער אז למעשה איז ער נישט משוגע געווארן), צי דער ווארט פון ביכורים איז אז ס'זאל געברענגט ווערן, אדער ס'איז א דין הבאה אזא.

זאגט אים דער חזו"א, נאך א מזל אז דו קענסט נאר צוויי שפראכן...
מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 12:08 am#420107
ונבנתה העיר האט געשריבן:איינער האט אמאל משוגע געמאכט דעם חזון איש (כ'הער אז למעשה איז ער נישט משוגע געווארן), צי דער ווארט פון ביכורים איז אז ס'זאל געברענגט ווערן, אדער ס'איז א דין הבאה אזא.

זאגט אים דער חזו"א, נאך א מזל אז דו קענסט נאר צוויי שפראכן...


בפירוש'ער פסוק, "כי" תבא אל הארץ וגו', דהיינו "אויב" די וועסט ברענגען. דאס הייסט "א הבאה אזא"....

נאר מיט דאס שטימט נישט מעשה, היות כי משמש "בארבע" לשונות, און פיר איז מער ווי צוויי שפראכן.

Go Figure...
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:00 pm#458435
בנוגע די שאלה פון די פותח האשכול, לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט.

עס איז באקאנט אז דער רמב''ם (עכ''פ אין זיינע ספרי הלכה), איז געגאנגען גאר שטארק מיט מסורה מיט אן אויסגעטרעטנע מהלך אין פסק. והעד: רוב פון זיינע פסקים זענען געבויט אויפן רי''ף, און נאך א ראיה: די פאר מאל וואס ער ברענגט זיינע אייגענע סברות (''נראה לי'') זענען גאר געציילטע.

ממילא נניח אז דער רמב''ם איז ניטאמאל אריינגעגאנגען אין די סברות פון זיין פסק, נאר ענדערש מלקט געווען פסקים לויט מקובל'דיגע כללים [וואס אזוי זעט זיך באמת אויס דורכאויס זיין חיבור (ער ברענגט דאך נישט כמעט קיין סברות צו זיין פסק)], איז אבער נישט שווער אויף ר' חיים אז דער רמב''ם האט נישט געפסקנט צוליב די סברא, וויבאלד דער רמב''ם האט בכלל נישט נחות געווען צו סברות, נאר צוזאמענגענומען פסקים לויט זיין מקובל'דיגע כללים, אבער די כללים דארפן נאך שטימען, פארוואס דער רמב''ם האט געהאט די מסורה אין פסק ווען עס איז זיך סותר צו אן אנדערע מסורה זיינע. ודו''ק.

און רעדנדיג וועגען די נאמען ''חידושי רבינו חיים הלוי'' וואס דער חזון איש האט זיך כלומפירשט אויסגעדריקט אז רבינו איז א לשון וואס מבאטיטלט ראשונים, איז אינטערעסאנט צו דערמאנען אן אנדערע מחבר וועלכע האט באטיטלט זיין ספר מיט א נאמען וועלכע איז בלי שום ספק דומה צו א ראשונימ'דיגע, און עס געט די איינדרוג אז דער מחבר האט עס בדוקא געטון, דאס איז די גאונישע ספר ''רידב''ז'' אויפן ירושלמי, פונעם גרויסן אויסגעשפראכנע גאון הרב יעקב דוד וילובסקי. בפרט אז עס איז געווען א ראשון מיט אן ענדליכע נאמען הרדב''ז. ווייסט איינער אן ערקלערונג?
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 10:27 pm#458437
כרם זית האט געשריבן:אינטערעסאנט צו דערמאנען אן אנדערע מחבר וועלכע האט באטיטלט זיין ספר מיט א נאמען וועלכע איז בלי שום ספק דומה צו א ראשונימ'דיגע, און עס געט די איינדרוג אז דער מחבר האט עס בדוקא געטון, דאס איז די גאונישע ספר ''רידב''ז'' אויפן ירושלמי, פונעם גרויסן אויסגעשפראכנע גאון הרב יעקב דוד וילובסקי. בפרט אז עס איז געווען א ראשון מיט אן ענדליכע נאמען הרדב''ז. ווייסט איינער אן ערקלערונג?

וואס זאל ער טון אז אזוי האט ער געהייסן?
דיין שאלה איז בעסער אויף די חלק וואס הייסט "תוספות הרי"ד".

נישט עכט שווער, ער האט גענומען אזא שם המושאל.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:27 pm#458438
דאס האב איך געמיינט, און דיין תירץ געפעלט מיר נישט ווייל אזא נאמען געט א שטארקע איינדרוג אז ער האט געווילט געבן א ראשונ'ימדיגע נאמען.
מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:52 pm#458440
און די ספר וואס הייסט "ספר יהושע"? צו "חדושי וכללות הרז"ה"?
זיי האבן א נאמען געגעבן וואס הערט זיך גוט און קיינער טראכט נישט אז דאס איז יהושע בן נון אדער רבינו זרחיה הלוי. דיר איז אויך נישט בייגעפאלן אז איך האב אפשר א זון נחשון...

די טענה -אויב ס'איז געווען- מיט'ן רבינו אז עס געט צו אזא סאבקאנשיס סטאטוס פון ראשון.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:53 am#458446
אז מ'האט ווידער אויפגעוועקט, וועל איך זיך צוריק אריין טאנצן.

יאיר ברענגט א משל פון דער ר' חיים אויף שטרך בידי מאי בעית. אין אלגעמיין וואלט מען געזאגט אז מ'קען נישט זאגן פרעתי ווען דער מלוה האלט א שטר, ווייל דער מלוה האט א בארעכטיגטע טענה, "ווען דו וואלטסט מיר טאקע געצאלט, פארוואס האסטו געלאזט די שטר ביי מיר? אלא מאי האסטו מיר נישט געצאלט, און ממילא דארפסטו מיר צאלן"
ר' חיים זאגט, מיט ראיות, אז דאס איז נישט די פשט. די פשט איז אן אנדערע. איך פארשטיי עס אזוי: ווען דער לוה גיבט א שטר פאר'ן מלוה, האט ער אויפגעגעבן זיין רעכט אויף זיין געלט, פון יעצט קען דער מלוה פון אים ארויס נעמן געלט, קעגן זיין מיינונג און ווילונג. הייסט'ס נישט נאר אז ער איז שולדיג די געלט צוליעב די הלוואה, נאר אז פאר די הלוואה האט ער אויפגעגעבן די רעכטן צו זיין א מוחזק אויף זיין געלט (לויט וויפיל ער האט געבארגט). ממילא, כל זמן די שטר ליגט ביים מלוה, האט ער נישט קיין כח זיך אויסצודרייען. און אפילו אין פעלער וואס ער קען זיך פארענטפערן פארוואס ער האט געלאזט די שטר ביי די מלוה, פון דעסטוועגן גילט די טענה פון 'שטרך בידי מאי בעית', ווייל די שטר און נאמנות איז ביים מלוה.

דאס איז א הגדרה, מיט א שטיקל סברא. נאר ר' חיים קימערט זיך נישט מיט די סברא, כדרכו בקודש. ער זאגט נאר אז די כח און זכות פון פרעתי האט ער אוועק געגעבן מיט די שטר.
דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:44 am#458449
דער רדב"ז איז אויך נישט קיין ראשון.