Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » בריוו צו די רעדאקציע

בריוו צו די רעדאקציע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 114 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3452
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:40 pm#237850
וואס זאגט איר צו דעם בריוו?
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 2:49 pm#237852
ס'זעט אויס ווי א טראָיאַנער פערד. אבער ס'מוז נישט זיין.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:52 pm#237869
איך זעה נישט וואסי שלעכט מיטן בולעטין בריוו. פארשטייט זיך איך אידענטיציפיר נישט מיט זיינע דיעות (און דער שמועס מיטן מגי''ש איז ל''ד פארגעקומען) אבער דאס ווייסט יעדער אז עס זענען פארהאן סאטמארע (עקסטרעמיסטע) אידן מיט אזוינע דיעות.
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:54 pm#237870
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'פירט זיך צו ווינטשן "א גוטן דאקטאר".

צ''ל א גוטן דאטקער פאר דעם רעדאקטאר .סגראמט אפילו..
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 4:30 pm#237877
פלאוויוס האט געשריבן:ס'זעט אויס ווי א טראָיאַנער פערד. אבער ס'מוז נישט זיין.

פלאוויוס: יעצט זיי מסביר פאר אנשי שלומנו, טאקע דעי מענטשן וואס זעען נישט גארנישט און הערן נישט גארנישט און ווייסן נישט, אדער ווילן נישט וויסן פון גארנישט, וואס א "טראיאנער פערד" איז. או.קעי. א פערד ווייסט א יעדער וואס ס'איז. אבער, א טראיאנער. אפשר א באיאנער, וואלט ער שוין געוואוסט. ניין , דאס אויכעט נישט ווייל דער טאטע האט עים "פראטעקטעד" פון וויסן פון אנדערע שיכטן און קרייזן... :roll:
מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:25 pm#237936
מילא ער װיל נישט זײנע קינדער זאלן זען א ציוני אקעי זאל זײן. אבער האבן א פראבלעים מיט אנדערע אידן? פרומע אידן, אפגעהיטענע
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)
דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 4:01 am#237966
petergrifin האט געשריבן:מילא ער װיל נישט זײנע קינדער זאלן זען א ציוני אקעי זאל זײן. אבער האבן א פראבלעים מיט אנדערע אידן? פרומע אידן, אפגעהיטענע
אידן װאס זעהן נישט אויס װי סאטמערע? איך מײן אז עס פעלט איהם אביסל אהבת ישראל. (און שכל)

דעיס איז דאך געווען די באהאלטענע אגענדא אין יענע ק"ק,. דאס ווערט דארט אנגערופן מיט דעם שיינעם נאמען. "תורת התבדלות"...!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:28 pm#241023
כ'האב דאס געפינען אין מיינע ארכיוון פון א צייט צוריק (איבער א יאר), כ'מיין עס איז נאכנישט געווארן ארויפגעשטעלט.

.
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 5:32 pm#241026
וואס איז עס אנדערש פון יישר כח, נישט דא פארוואס?
אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך

(שמעקעדיג פליז שיק צריק מיין תשובה צו די בלאט אפיס) טענק יו די קענסט ענטפערן נאו פראבלעם אז די ווילסט!
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:56 pm#241046
די פראבלעם מיט די נארישע בריוון זענען צווייפאכיג,
די וועלט זאגט, נישט אלעס וואס דו טראכסט זאלסטו שרייבן, און נישט אלעס וואס דו שרייבסט זאלסטו אפדרוקן...
די ערשטע פראבלעם דא איז קודם כל א פלא אז א מענטש האט בכלל אזעלכע מאדנע דאגות נעבעך, ס'קומט געווענליך פון צופיל ליידיגגיין, אבער שוין, טראכט וואס דו ווילסט, אבער שרייב עס נישט!
והשנית והיא העיקר, אז יענער ש.א.ל. (עפעס מיט די נייע מאדע שאלן?..) האט שוין יא געשריבן וואס ער האט געטראכט, ווי איז די שכל פון די רעדאקציע עס צו דרוקן?
מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 7:44 pm#241055
קאם אן שמעקי זאג מיר נישט אז דו מיינסט באמת אז איינער שיקט אריין די בריוון צום הויכגעשעצטער בלאט רעדאקטער ,איין באורד נישט צו קליגע בחור'ל זיצט און שרייבט כמעט אלע פון זיי.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:09 am#241146
שמעקעדיג האט געשריבן:די וועלט זאגט, נישט אלעס וואס דו טראכסט זאלסטו שרייבן, און נישט אלעס וואס דו שרייבסט זאלסטו אפדרוקן...

אין די היינטיגער וועלט דרוקט מען גלייך יעדער געדאנק נאך פאר מ'טאראכט צו עס איז אויזסהאלטען
היינט זאגט מען שוין פארקערט "נישט אלס וואס מ'דרוקט דארף מען ליינען, נישט אלס וואס מ'ליינט דארף מען נאכזאגען"
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:38 am#241346
לכבוד "דער בלאט"


שוין א לענגערע צייט וואס עס האט זיך אריינגעריסן א פרישע מאדע במחנינו, נעמליך די אינגעלייט און בחורים בעלי קוראים ליינען ווי גאנצע פרעפעסארן דריקענדיג פונקטליך אויף יעדן טעם און נקודה ח"ו נישט פארטוישן בטעות קיין "מרכה" מיט א "טיפחה".

אלטס לאנגיעריגע בעל קורא וואס האט נאך געהאט די זכיה צו ליינען כמה פעמים אין סענדז סטריט, שפיר איך פאר א פליכט אויסצודריקן די טיפסטע מחאה אויף דעם וואס די אויבנדערמאנטע שלא קראו ולא שנו ניצן די הייליגע תורה ווי א קרדום פאר זייער טאלאנט! ווער געדענקט נישט ווי דער רבי זי"ע האט געליינט דעם "דרגא תביר" ווי א "מהפך פשטא"? איז דען איינעם איינגעפאלן אז די טראפן זענען בכלל מעכב? און ווער רעדט נאך פון די נעלאגישע פונקטליכקייט מיט וואס מען ליינט איר!

לולא דמוסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס נעמט זיך בכלל נישט פון די דקדוק בהלכה, נאר ליבערשט פון די אומגלויבליכע רוח ה'אויפגעקלערטקייט און חוצפה וואס הערשט ביים אינגן דור אפצושפעטן מכל הקודש לנו, ודו"ק כי קצרתי.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:35 pm#241838
אין קאנעטיקוט וויל מען אידיש. וואס טוט מען? וואס וועט יעצט זיין cool?

Turning to Yiddish.jpg
Turning to Yiddish.jpg (106.53 KiB) געזען געווארן 3071 מאל
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 11:33 am#253152
סימפטאמען פון וואטסע-פעטעיטעס
קוקט אויס ווי דער ל.ג. (ליידיג-גייער?) פון ב"פ קוקט גענוי ווילאנג יענעמ'ס שמו"ע געדויערט, און וואס יענער טוט,

א מינוט, כ'פארשטיי נישט. דעם בריוו שרייבער'ס שמו"ע נעמט לענגער? דאן ווי אזוי ווייסט ער פונקטליך ווילאנג יענעם למדנ'ס שמו"ע געדויערט און וואס ער טוט דערנאך?
כ'האב מורא כ'האב אים געפאקט ביי די מעשה!! ער קוקט ארויס אינמיטן שמונה עשרה רח"ל..!!!
.
דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:51 pm#253192
די איינגערעדטע לצים פרובירן צו זיין אזוי קיל און פאלקסיש מיטן שרייבן יעדע וואך די ווארט ''וואטסעפפ'', אפשר וועט עס זיי ברענגען נאך א לעלו אינגערמאן ליינער...
מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:04 pm#255518
.
מאנטאג מערץ 09, 2015 4:44 pm#257644
א מאמע בעהט זיך צום בלאט (אוצר אפטיילונג)

.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:44 pm#321850
אין ליכט פון די דרשה וואס איז ארומגעפארן פון מהר"א אנטקעגן די לעמפעלעך און אנדערע נארישקייטן ביי די נסיעה פון מוהרז"ל, האט א "לייענער" אריינגעשריבן דעם פאלגענדן בריוו אין "דער איד":

.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 1:57 pm#321854
שאשא טייטלבוים קרית יואל.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:38 pm#321868
משמע אז ער זעהט יא איין די טיפע ערנסטקייט פון די לעמפעלך, אפשר נעמט ער די מיה צו מסביר זיין פאר מיר קליין קינד די וויכטיגקייט און ערנסטקייט דערפון, אפשר וועט ער מצליח זיין מיר צו איבערצייגן אליין צו ארום גיין מיט לעמפעלעך.
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 5:07 pm#321880
IMG_20160218_155549.jpg

עטליכע קורצקעפיגע בלאט ליינער מופן אוועק פון ווילי
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:37 pm#321940
א געזונטער לץ האט עס געשריבען און זײ דרוקן עס נאך..
דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:40 pm#321941
דער שרייבער און דער דרוקער זענען איין מענטש
פרייטאג פעברואר 19, 2016 12:25 am#321956
Re: בריוו צו די רעדאקציע
בילד

Sent from my Fire Phone using Tapatalk