פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:18 am#164088
לעמיל[ציטאט אראפגענומען]
קיינמאל נישט געוויסט
==געוואוסט
יישר כח
לעמיל[ציטאט אראפגענומען]
קיינמאל נישט געוויסט
==געוואוסט
יישר כח
שמעקעדיגא גרייז וואס איך טרעף אפט, אפילו אין פראפעסיאנאלע אויסגאבעס.
דער חילוק צווישן ווערט / ווערד
ווערט איז פשוט, א יונגל ווערט א בחור, א בחור ווערט א טאטע,
ווערד (worth) איז "וויפיל איז דאס ווערד"?
רוב שרייבן אלץ מיט א ט', וויפיל איז עס ווערט? דאס איז א טעות.
דייטלנהורא נפישאדייטל
צ"ל אלס.
צ"ל זיי דיך.
צ"ל אריינגערעכנט
די שטומע הא"ס, איינשטימיג צי נישט, אזוי שרייבן היינט רוב מנין ובנין פון גוטע שרייבער, מ'האט אפיציעל געדראפט דעם איבעריגן דייטשן ה"א, ס'נאריש זיך צו עקשנ'ן דערויף. אפגערעדט צי ס'איז גערעכט צי נישט.
צ"ל אלנפאלס.
צ"ל דער עיקר ביי
צ"ל גראמאטיק.
ותן לחכם ויחכם עוד
גראמאטיג לדוגמא איז געווען א טעות סופר
אגב איך פלעג אסאך ליינען דעם אלגעמיינער זשורנאל ( די זשעקאבסאהנס זענען באגאבטע שרייבער) מיר דוכט ( דאכט) זיך אז ביי זיי שרייבט מען "אלטץ"
נאך א חילוק פון אונזער יידיש (אידיש) און די רוסישע, זיי שרייבן ליידיק אנשטאטס ליידיג, רוהיק אנשטאטס רואיג, וכדומה
איבער "זייט" ביזטו גערעכט אבער ס'ווערט למעשה ברייט באנוצט היינט צוטאגס, אמאל פלעגט עס אויך באדייטן ווי היינט "זענט"
וואלטס דיר (זיך?) געקענט שטעלן אויף "דיך" און זאגן צ"ל דיר
איבער "דער עיקר איז" בין איך מסכים
דאס איבריגע (איבריקע) בין איך לאו דוקא מסכים
גראדע יעצט נאכקוקענדיג האב איך געפינען אז סיי די אלגעמיינער און סיי די פארווערטס שרייבן "אלס" אנשטאט "אלטץ"
"זייט" איז בוודאי א ווארט, נאר אין איר ריכטיגן ארט.
מ'קען זאגן ווי @דער פינטעל איד האט געשריבן אויבן - "זייט אייך" [נישט מייאש], אבער ווען מ'נוצט נישט דעם ערנפולע "אייך". נאר אנשטאט, דעם פראסטן "דו". פאסט צו שרייבן "זיי דו".
נאך א באדייט פאר די ווארט "זייט" איז דאס וואס מ'נוצט היינט "זייט" אנשטאט "זינט".
און אז דו רעדסט פון אלטע שרייבער, קענסטו אויך שרייבן "ביזסטו" ווייל אזוי קומט דאס ווארט אריגינאל אזוי ווי קענסטו, מעגסטו, הערסטו, זעסטו, האסטו, וכו' וכו'. די זי"ן ווערנדיג נבלע אינ'ם ווארט פאלט דאס ארויס.
==לאו דווקא. ביסטו איז אויך קארעקט.
די דיך\דיר\זיך סוגי' איז נישט אנגעקומען צו א קלארער גאנג צווישן די שרייבער ועולם כמנהגו נוהג, יעדער לויט ווי אים שמעקט.
==דיך איז אקוזאטיוו (ווען די פעולה האט א דירעקטן עפעקט); דיר - דאטיוו (ווען ס'איז נוגע נאר אומדירעקט צו יענס/יענעם).
==זייט זיך ניצט מען אזוי ווי זייט אייך. אויך בלשון יחיד: זיי זיך.
==אלץ - אלעס. אלס - ווי.
צו וועלכע איבעריגע ביסטו נישט מסכים? נא לפרט.
דייטלנהורא נפישא@דייטל קוקסט מיר אויס צו זיין א מומחה אינעם געביט פון גראמאטיק.
not really, רעלאטיוו.
וואלט איך געוואלט פרעגן איבער די-דער-דאס וואס זייער באנוץ ווענדט זיך צו דער שם עצם אדער שם תואר איז פונעם מענערישען אדער ווייבערישען מין אדער פלוראל, איז טאקע אין יידיש אזויווי דויטש און נאך שפראכן (ספאניש, פראנצוזיש, אלט-ענגליש, העברעאיש, אראביש, און נאך) פארהאן אויף נישט לעבעדיגע אביעקטן אדער באגריפן אז ס'זאל זיין אדער פונעם מענערישען אדער פונעם ווייבערישען מין ? און אז יא וויאזוי דערקענט מען זיי ?
ס'איז פארהאן, וויאזוי מ'דערקענט זיי איז איינע פון די שווערסטע שאלות, בעצם איז נישטא וואס צו דערקענען אין א זאך וואס איז נישט לעבעדיג, נאר דאס איז זעט אויס הסכמת השפות ווי דער אבן עזרא זאגט בפ' ויצא כל דבר שאין בו רוח חיים זכרהו ונקבהו, ברויך מען דאן אזוי צו טון.
ס'דא וואס ווילן זאגן אז מ'דערקענט עס מצורת האות נישט פונ'ם אביעקט, שטימט עס אבער נישט דווקא.
די שאלה - וואס איז וואס? איז א ברענעדיגע. איינער הייסט קוקן לויט לשון הקודש, אן אנדערער לויט דייטש, דער לעצטער האט ווארשיינליך מער רעכט.
==ווענדט זיך ווי אזוי ס'איז נתגלגל געווארן דאס ווארט אין אידיש, צי דורך דייטש, צי דורך סלאווישע שפראכן (רוסיש, פויליש וכו'), וואס דעמאלט האט עס איבערגענומען דעם מין פון יענער שפראך אויך אויב דער ערשטער מקור איז דייטש.
די פשוט'סטע וועג איז צו קוקן אין ווערטער-ביכער וואס האבן אנגעצייכנט נעבן א noun אויב ס'איז ז' אדער נ'.
"אזויווי" "וויאזוי" שרייבט מען טאקע אזוי ?
אויב דו מיינסט צו פרעגן צי מ'שרייבט עס אין איין ווארט אדער צוויי ? די גוטע שרייבער שרייבן עס אין צוויי ווערטער כזה "ווי אזוי".
אויב דו מיינסט צו פרעגן עפעס אנדערש נא לפרש, בעצם איז דאס ווארט "אזוי" איבעריג, און אין געוויסע מקומות [אזוי] ווי אין אר"י לאזט מען גענצליך אויס, מ'הערט זיי פרעגן פראגעס "ווי הייסטו"? "ווי פאסט עס" "ווי איז דער דין".
ווען מ'וויל מדמה זיין צוויי זאכן קענסטו זען אז מ'זאגט "דאס איז פונקט [אזוי] ווי דאס". מיר שרייבן יא כסדר "אזוי". סיי ביי "ווי אזוי" און סיי ביי "אזוי ווי".
קען מען שרייבן "פלוראליסטיש" אנשטאטס "אין פלוראל"
פלוראליסטיש מיין איך איז א פיליזאפישע אויסדרוק, און טייטשט נישט ריכטיג אפ דאס באדייט פון לשון רבים אין שפראך.
אגב קען זיין אז כ'האב אריינגעווארפן אפאר איבריגע עי"ןס
מודים דרבנן היינו שבחייהו! i admire you for being humble
"אלנפאלס" איז טאקע א לשון קצרה א סינאנים פאר דעם איז דא "אין איעדנספאל" (אדער אין יעדנספאל)
געפילטע פישוואס איז די חילוק צווישן then און at that time?
ברסלבערווייסט איינער דער חילוק פון 'דאן' און 'דעמאלט'?
אפטעמיסטאיך האב נעכטן געפענט אן אשכול לזיכוי הרבים, מיטן נאמען "דער מצוה אשכול". ביים שרייבן דעם קעפל בין איך נישט געוועהן זיכער צי כ'זאל שרייבן אזוי, אדער שרייבן "די מצוה אשכול". כ'האב אפגעמאכט אז דאס ווארט "דער" באציט זיך אויף דאס ווארט "אשכול" און כ'האב דעריבער געשריבן "דער" נישט "די". בין איך גערעכט אדער מ'דארף שרייבן "די" און ס'גייט ארויף אויף דאס ווארט "מצוה"?
מאראנצןזאפטווי איך פארשטיי איז אשכול א לשון נקיבה, והראי' אז מ'זאגט אשכולות און נישט אשכולים, און דעריבער וואלט מען געדארפט שרייבן די מצוה אשכול.
דאכט מיר אז @אנאנים נעמט אויך אן אזוי, ואין מהרהרין אחריו.
@יואב פון וואו נעמסטו דיין הנחה מיט אזא זיכערקייט?
מאראנצןזאפטווי איך פארשטיי איז אשכול א לשון נקיבה, והראי' אז מ'זאגט אשכולות און נישט אשכולים, און דעריבער וואלט מען געדארפט שרייבן די מצוה אשכול
אפטעמיסטאיך האב נעכטן געפענט אן אשכול לזיכוי הרבים, מיטן נאמען "דער מצוה אשכול". ביים שרייבן דעם קעפל בין איך נישט געוועהן זיכער צי כ'זאל שרייבן אזוי, אדער שרייבן "די מצוה אשכול". כ'האב אפגעמאכט אז דאס ווארט "דער" באציט זיך אויף דאס ווארט "אשכול" און כ'האב דעריבער געשריבן "דער" נישט "די". בין איך גערעכט אדער מ'דארף שרייבן "די" און ס'גייט ארויף אויף דאס ווארט "מצוה"?
דער (פינטעל) אידזאגט מען ''ווי'' אדער ''פון''? למשל מ'זאגט ''איך בין א גרעסערע נערוון קריכער פון עם''. מ'זאגט ''איך בין מער אויפגעקלערט פון יענעם'', ''איך קען שנעלער עסן גיד הנשה פון יענעם'' (אלעס משלים, איך עס נישט גיד הנשה אפילו ווען איך בין פונקט מיט מיינע אויפגעקלערטע חברים און זיי עסן יא, ס'נישט פון מיינע תאוות).
דא אבער שטימט עס נישט: ''איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי יענער'' ס'שטימט מער ''איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי פון יענעם''. אדער ווען מ'פרעגט איינעם ''שרייבט דיין חבר בעסער ווי דיר'' אדער זאגט מען ''שרייבט דיין חבר בעסער פון דיר''?
דער (פינטעל) אידא וואס?
זאג איך האב מער לייקס פון דיר אדער דו האסט מער לייקס ווי מיר?
ישובניקדער (פינטעל) אידא וואס?
זאג איך האב מער לייקס פון דיר אדער דו האסט מער לייקס ווי מיר?
מער לייקס פון דיר איז ריכטיג
אזוי אויך מער לייקס ווי איך [האב]
נישט מער ווי מיר, וואס וואלט באדייט -- ווי מיר (ל' רבים) האבן.
ונבנתה העיראיך זעה עפעס נישט אן אשכול אנצופרעגן ווי אזוי מען ספעלט א ווארט.
וואס טוהט מען ווען א ווארט הייבט זיך אהן מיט די זעלבע אותיות ווי די שימוש וואס מען וויל צו איהר צולייגן?
ער האט זיך געשטופט צוצוקומען, ער האט זיך נישט געיאגט צוצולייגן, וכדומה.
רויטע וואנצעספיל אדער פול? למשל פילע קאסע, אדער פולע קאסע?
אפטעמיסטאנגעפילט (הגם וואס דער שורש איז "פול"). פיל= אסאך.
יואבפול - (Full (adjective
פיל - (Fill (verb