גאליציאנער האט געשריבן:news10 האט געשריבן:ברוב פאר והדר זענען געפראוועט געווארן די “חומש סעודות” פון די כתה א’ קינדער פון די צוויי באבוב’ער תלמיד תורה’ס, אין בארא פארק
דעם שבת שלח העעל"ט האבן אלע קלאר געזעהן דעם קליינעם חילוק צווישן די ביידע תלמוד תורה’ס,
סך הכל 9 כיתה א’ קלאסן צוזאמען
5 כיתות אין 48.
4 כיתות אין 45.
127 קינדער אין 48, בליעה”ר
102 קינדער אין 45, בליעה”ר. באמערקונג: זענען נאר קינדער פון אנשי שלומינו חסידי באבוב
.....רוח הקודש אומרת… כן ירבה וכן יפרוץ!!
אן ארייצוגיין און די אמת פון דיין תגובה, ווייל איך ווייס באמת נישט וויפיל קינדער ס'איז טאקע געווען ביי ביידע חומש סעודה'ס (אינטרעסאנט ווי אזוי די ווייסט יא). אבער איך וויל ארויסברענגען אן אנדערע נקודה.
וואס איז טאקע פשט און דער שינוי פון דער נארמאלע חילוק צווישען די צוויי תלמוד תורה'ס, ישיבה'ס, מתיבתא'ס, כוללים וכדו' וואס איז בערך מיט דאפעלט, און די האי יעריגער קלענערע חילוק וואס איר טענה'ט ס'איז דא. און די ראי' אז ס'איז טאקע נישט ווי געווענליך איז ווייל די אליינס פרייסט דיך און די שרייבסט תגובות מיט באלד אותיות, איז פשט אז ס'איז ביי דיר א גרויסע חידוש, און אנדערש ווי דער נארמאל.
נאר וואס דען, די יודעי דבר ווייסען דאך אז בשנת תשס"ה איז דאך די עיקר ציבור פון רמ"ד'ס מרידה געווען צווישען די גיל פון 16-20, וואס זענען דעמאלסט געווען בחורים און מתיבתא בשעת ס'האט געהערשט די טעראריסטישע אטמאספערא פון רודפ'ן די רב הצעיר'ס חסידים און אויף-פאמאפען רמ"ד בעיניהם פון די בחורים. ווער געדנקט נישט די פסק פון ברוך חנה גרינפעלד אז די בחורים דארפען נישט פאלגען די טאטע'ס צו וועליכע ישיבה זיי זאלען גיין.
אשר על כן, יעצט וואס דער ציבור זענען און דער עידש פון שוקען די קינדער און כתה א' אריין, קען זיין אז ס'איז דא א שינוי פון דער נארמאלע חילוק צווישען די צוויי כתה א'.
כאפ אריין עז לאנג עז איט לעסטס!
אגב, ס'איז מיך טאקע אינטרעסאנט פארוואס די האסט געפילט וויכטיג צו-צולייגען דיין באמערקונג "זענען נאר קינדער פון אנשי שלומינו חסידי באבוב" ס'קוקט אויס אז דער עולם וואלט נארמאל פארשטאנען אז פארקערט, און איך מיין אז דער עולם האלט ווייטער אזוי.
אוי נעבעך! עס האט דיר געכאפט אין פינטל!
עס איז נישט דער חידוש פון נאר דאס יאר, דער חשבון גייט שוין אן די לעצטע יארן, און זעלבע זעהט זיך שוין אזוי אהן ב"ה אין די קומענדיג קלאסן און יארן הבעל"ט, אפילו מיט מערערע קינדער בליעה"ר מיט נאך פאראלעלס.
אלע דיינע תירוצים און פשטליך ביאורים והסברים וועלן נישט טוישן די אמת'ע פאקטן, באבוב וואקסט לשם לתפארת ולתהלה בדרך רבותינו הקדושים זי"ע תחת נשיאות ממלא מקומם נכדו/חתנו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מבאבוב שליט"א עד ביאת גו"צ בב"א.
ווי שוין געשריבן, עס איז איבעריג יעדעס ווארט, עס רעדט פאר זיך אליין,
קאמענטאר אויף דיינע קלוגע רייד:
ווייל איך ווייס באמת נישט וויפיל קינדער ס'איז טאקע געווען ביי ביידע חומש סעודה'ס (אינטרעסאנט ווי אזוי די ווייסט יא]וואס איז אזוי אינטערסאנט אז דו פארשטייסט נעבעך נישט? און דו קענסט דאס נישט אויסרעכענן? (מען זעהט דאך אנדערע חשבונות האסט דו יא אויסגערעכנט, אפילו עס איז פאלש)
עס איז באקאנט אז די חומש סעודות ווערן געפראוועט בריש גלי שב"ק ביים פירות טיש, פאר א גרויסען ציבור ברבים, און עס קומען אויך זיידעס וואס דאווענען אין 48 צו שעפן נחת פון זייערע אייניקלעך וואס לערנען אין 45, און אזוי איז פארקערט, פון 45 גייען די זיידעס צו 48 חומש סעודה, און יעדער קען ציילן און פארציילן, דוק ותשכח!
דיין וואונטש איז:
כאפ אריין עז לאנג עז איט לעסטס!להתוודע ולהגלות! דיס איז היער טא סטעי ענד גראו!
THIS IS HERE TO STAY - AND GROW
EVEN AS YOUR PEOPLE DON'T LIKE IT