Under maintenance
הויפט זייט » האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?

האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3548
מאנטאג אפריל 22, 2013 7:59 pm#107774
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?
וויפיל פון אייך האבן שוין אנגערופן די עלטערן היינט און זיך אינטרעסירט וואס זיי מאכן? איך גלויב אז א סך האבן שוין אנגערופן, כ'האף אזוי, און אויב חלילה נישט דאן רופט'ס אן די עלטערן און זייטס מקיים כיבוד אב ואם. די מצוה פון כיבוד אב ואם איז זייער גרויס, טאקע דערפאר פארלייגט זיך דער בעל דבר אויף דעם און ער וויל נישט צו לאזן אז איר זאלט מקיים זיין די גרויסע מצוה.

כ'האב געזען די אויסגאבע "לוח הציבור" וואס קומט ארויס יעדן צופרי אין בארא פארק, ווערט דארט יעדן טאג געדרוקט איין שורה אין א באזונדער קעסטל וואס ליינט זיך אזוי: "האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט"??
מיט דעם טוען די ארויסגעבער פונעם אויבנדערמאנטן אויסגאבע א געוואלדיגע זאך, עס מאנט און פאדערט פונעם ציבור מקיים צו זיין אט די געוואלדיגע מצוה.
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:00 pm#107775
:לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:22 pm#107781
זר זהב האט געשריבן::לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן

און דיין זון וועט דיך אויך אנרופן פרעגן צו דו האסט שוין אאנגערופן דיין טאטן,
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:22 pm#107782
זר זהב האט געשריבן::לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן

און דיין זון וועט דיך אויך אנרופן פרעגן צו דו האסט שוין אאנגערופן דיין טאטן,
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:22 pm#107783
זר זהב האט געשריבן::לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן

און דיין זון וועט דיך אויך אנרופן פרעגן צו דו האסט שוין אאנגערופן דיין טאטן,
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:25 pm#107785
פון ווי ווייסטע איך האב דריי זון?..
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:40 pm#107788
ענטפער עם דריי מאל וועט ער מיינען האסט ניין זוהן.
מאנטאג אפריל 22, 2013 8:43 pm#107790
זר זהב האט געשריבן::לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן

קענסטעך רופן דיין זיידן. און זאגן אדי רופסט אין שליחות פון דיין טאטן.
מאנטאג אפריל 22, 2013 10:45 pm#107819
דאס וואס איר זעט די זעלבע הודעה 3 מאל איז נישט מיין חטא דאס איז די תוצאה פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, איך האב מיך שוין געוואנדן צור פאר אירע וועגן דעם פראבלעם, דהייינו, אז איך גיי א דורך שבעה מדורי גהינם ווען איך שרייב הודעה מיט'ן סעלפאון, איך קאן נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי כ'האב דעמאלטס נישט ווייניג געלט פאר דעם ,סעלפאון און באקומען האב איך א הויקער, איך בין עס תולה אין מיינע חטאים, נאר וועגן מיינע חטאים פאסירן אזאנע זאכן צו מיר, ווער ס'קאן מיך ארויסהעלפן מיט די דאזיגע פראבלעם "איז מאר דען וועלקאם"
מאנטאג אפריל 22, 2013 10:49 pm#107820
דאס וואס איר זעט די זעלבע הודעה 3 מאל איז נישט מיין חטא דאס איז די תוצאה פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, איך האב מיך שוין געוואנדן צו א פאר אירע וועגן דעם פראבלעם, דהייינו, אז איך גיי א דורך שבעה מדורי גהינם ווען איך שרייב הודעות צו קאווע שטיבל מיט'ן סעלפאון, איך קאן נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי כ'האב נישט ווייניג געלט געצאלט פאר דעם סעלפאון און באקומען האב איך א הויקער, איך בין עס תולה אין מיינע חטאים, נאר וועגן מיינע חטאים פאסירן אזאנע זאכן צו מיר, ווער ס'קאן מיך ארויסהעלפן מיט די דאזיגע פראבלעם "איז מאר דען וועלקאם"
מאנטאג אפריל 22, 2013 10:49 pm#107821
דאס וואס איר זעט די זעלבע הודעה 3 מאל איז נישט מיין חטא דאס איז די תוצאה פון די היינטיגע טעכנאלאגיע, איך האב מיך שוין געוואנדן צו א פאר אירע וועגן דעם פראבלעם, דהייינו, אז איך גיי א דורך שבעה מדורי גהינם ווען איך שרייב הודעות צו קאווע שטיבל מיט'ן סעלפאון, איך קאן נישט פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי כ'האב נישט ווייניג געלט געצאלט פאר דעם סעלפאון און באקומען האב איך א הויקער, איך בין עס תולה אין מיינע חטאים, נאר וועגן מיינע חטאים פאסירן אזאנע זאכן צו מיר, ווער ס'קאן מיך ארויסהעלפן מיט די דאזיגע פראבלעם "איז מאר דען וועלקאם"
מאנטאג אפריל 22, 2013 10:50 pm#107822
שוין ווייטער, אוי, ס'איז צרות ווי א בארג
מאנטאג אפריל 22, 2013 11:11 pm#107830
די זאך איז אזוי, מיט מיין מאמע האב איך א קליינע פראבלעם, איך קאלל, כ'דארף נאר זאגן העללא ! און זי פאנג אן צו רעדן מיט אירע תשעה קבים און זי ענדיגט נישט ביז איך רוף חוצפית המתורגמן און ער מיט מיך שרייען צוזאמען עמוד! עמוד!
אבער מיט מיין טאטע האב איך א גרויסע פראבלעם. דארט גייט די מעשה אביסל אנדערש. איך קאלל. איך זאג העללא. זאג ער צוריק העללאו. ס'דאכט זיך מיר אז איך הער א ווידער קול, זאג איך נאך אמאל העללא. זאגט ער נאכאמאל העללא. פרעג איך וואס איז נייעס ? ענפערט ער זאג דו וואס איז נייעס (כ'הער ווי ער זאגט זיך אונטער: כ'מיין דו האסט געקאלט נישט איך) ? זאג איך ב"ה. שוין דא זעמער ביידע שטיל פאר צוויי מינוט. דער פראבלעם איז אז ער ווערט נישט נערוועז פון די שטילקייט און איך יא. און יעדע סקונדע וואס לויפט פארביי ווער איך מער און מער נערוועז. מיין מח זוכט עפעס פון וואס צו רעדן. איך ווער בלענק. זאג איך איין מינוט כ'האב א ביפ. איך פרעג מיין ווייב: רחל, וואס טוה איך דא. זאגט זי מיר זאג אים עפעס אויפן פרשה. פאנג איך אים אן צו זאגןעפעס א תורה פונעם זרע קודש, יעצט ווערט ער נערוועז און אומגעדילדיג און שטייצעך פלוצלונג באקומט ער א ביפ, און ער קומט קיינמאל נישט צוריק פינעם ביפ. אזוי גייט עס וואך איין וואך אויס. כ'ווייס זיך נישט ווי אזוי אן עצה צו געבן, אז איינער האט עפעס א מהלך ווי אזוי מען רעדט מיט אן אב זקן בא בשנים, וואס איך און ער זענען אפגערוקט ת"ק דורות, וואלט איך הנאה געהאט צו הערן. ותודה מראש.
דינסטאג אפריל 23, 2013 12:27 am#107853
לכבוד ר' בנימין, המכונה "בענדשזאמין פרענקלין" יעך האב א עצה פאר דיר, פרעג דיין טאטען וועגן דער אלטער היים, וועגן צדיקים וואס ער האט געקענט, פרעג עם וועגן מנהגים וכדומה. פרעג עם אויס וועגן זיין רבי'ן זצ"ל, דאן וועסטו שוין נישט האבן קיין פראבלעם וואס צו שמועסן מיט עם, אז דו ווילסט דוקא קען זיך דער שמועס ציען פון דא ביז קאנארסי, אדרבא זאג מיר אויב בין איך נישט גערעכט,
דינסטאג אפריל 23, 2013 12:51 am#107870
איך ווייס נישט וואס דו קענסט אים פרעגן, אבער איך לאך דא אז מיין טאטע הערט מיך שוין באלד
דינסטאג אפריל 23, 2013 12:58 am#107872
שעפטל האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו קענסט אים פרעגן, אבער איך לאך דא אז מיין טאטע הערט מיך שוין באלד

ביטע זיי'זשעט מסביר וואס איר שרייבט דא,
דינסטאג אפריל 23, 2013 1:00 am#107873
ר' בנימין'ס תגובה האט מיך פשוט דערמאנט אינעם וועכענטליכע פאון קאל צום זיידן זזגא"ש, ס'האט מיר געקאסט א שטארקע אויסשיס
דינסטאג אפריל 23, 2013 10:51 am#107920
אינטערסנט אלץ בחור פלעג איך האבן א שפראך מיט מיין טאטען עמו"ש איך האב ליב געהאט וועם ער האט ליב געהאט, איך האב פיינט געהאט וועם ער האט פיינט געהאט, אבער לעצטנס איז געפערליך אונז רעדן קום קום אמאל אמאל אין ווען יא ענדיגט זיך די שמועס מיט מלחמת גוג ומוגג. איך ווייס נישט וואס צוטוהן ? זאל איך שטיין ווייט?
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:09 am#107924
בעל הבית האט געשריבן:אינטערסנט אלץ בחור פלעג איך האבן א שפראך מיט מיין טאטען עמו"ש איך האב ליב געהאט וועם ער האט ליב געהאט, איך האב פיינט געהאט וועם ער האט פיינט געהאט, אבער לעצטנס איז געפערליך אונז רעדן קום קום אמאל אמאל אין ווען יא ענדיגט זיך די שמועס מיט מלחמת גוג ומוגג. איך ווייס נישט וואס צוטוהן ? זאל איך שטיין ווייט?

ניין פארקערט רעד מער מיט איהם עסטו צוריק כאפען דעם אלטן קשר.
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:12 am#107925
ניין איך קוק אראפ זיין מהלך החיים איך פלאץ פין עם. אין איך פליק עם אריין ווי א געזונטע מחוצף
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:12 am#107927
שעפטל האט געשריבן:ר' בנימין'ס תגובה האט מיך פשוט דערמאנט אינעם וועכענטליכע פאון קאל צום זיידן זזגא"ש, ס'האט מיר געקאסט א שטארקע אויסשיס

עיין כאן
w www.youtube.com/watch?v=_bmQ9DDsrjg w ‏
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:15 am#107929
אפשר ביסטו אונז מסביר אביסל דעם חילוק צווישן אמאל און היינט? פון וועלכע נושאים האט מען אמאל געשמועסט, און וועלכע היינט?
(אפשר פרובירסטו צו מאכן דיין טאטן פאר א אויפגעקלערטן "קאווע שטיבל סטיל" טראכטער, און דאס באדערט אים?..)
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:31 am#107937
איך האבדי זעלבע פראבלעם, איך רוף מיין טאטן צוויי מאל א וואך (וואס איז ווייט פון גענוג), און דעמאלס ברעך איך אויך קאפ וואס צו רעדן
אפשר קען מען דא געבן עפעס גיטע הצעות וואס מ׳ קען רעדן און מקיים זיין די מצוה בשלימות
דינסטאג אפריל 23, 2013 11:39 am#107940
כ'האף אז דער עולם דא אין "קאווע שטיבל " פארקריכט נישט פון די טעמע וואס מיר האבן דא געוואלט באטאנען, כ'וויל באטאנען נאך א זאך אז אויף הייבן א טעלפאון צו זיידע באבע איז אויך א מצוה, בפרט נאך ווען דער זיידע איז רח"ל א אלמן, אדער די באבע איז רח"ל א אלמנה ה"י, דאס וואס ס'קומט אן שווער צו רופן דעם טאטען אדער די מאמען נו, דאס איז דאך א חלק פון די מצוה, טאקע ווייל ס'איז שווער איז די שכר א סך גרעסער
דינסטאג אפריל 23, 2013 6:17 pm#108149
מיין טאטע רופט מיך כמעט יעדן טאג, א טובה דא און א טובה דארט, און מיין מאמע בערך איין מאל א וואך אבער קען קען נעמען 2 שעה
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:07 pm#108507
איך האב איין זין וואס ריפט מיך א יעדען טאג, אין איין זין וואס ריפט מיך איינמאל א וואך, מיט דעם וואס ריפט איינמאל א וואך בין איך מער ציפרידען, אקיצור נישט אלע קינדער זענען דאס זעלבע אין נישט אלע טאטעס זענען דאס זעלבע, עס איז נישט גלייך פין איינעם צים צווייטען, ביי איינעם איז בעסער אז מ'ריפט אין ביי איינען איז בעסער אז נישט, י
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:15 pm#108513
ביסט מער צופרידן מיט איהם בעצם? אדער ביסט מער צופרידן מיט דעם פרט אז ער רופט בלויז איינמאל א וואך אנשטאט יעדן טאג?
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:50 pm#108526
שמעקעדיג האט געשריבן:ביסט מער צופרידן מיט איהם בעצם? אדער ביסט מער צופרידן מיט דעם פרט אז ער רופט בלויז איינמאל א וואך אנשטאט יעדן טאג?


איך בין מער ציפרידען מיט דעם וואס ריפט איינמאל א וואך, ווייל בעצם בין איך טאקע מיט עם מער ציפרידן, דאס איז אמת, קען זיין ווייל ער קען מיך אין פארשטייט מיך וועגען דעם ריפט ער נאר איינמאל א וואך, וואס דער אנדערער זין פארשטייט נישט, אין וועגען דעם ריפט ער איעדען טאג, אבער פין מיר איז נישט קיין ראיה צי אנדערע טאטעס, י
פרייטאג אפריל 26, 2013 4:18 pm#109089
כ' וויל דערמאנען דעם עולם אז מ'זאל אנרופן די עלטערן און זאגן א גוט שבת, יא, איך ווייס אז די הויט ברענט אייך, יא, איך ווייס אז איר זענט אנגעצויגן ווי א בין, אבער א זאך וואס דו האסט שטארק חשק וועסטו יא טאן אבער נאך ווי, ממילא וויל איך אייך זאגן נארט אייך נישט, נאר נעמט אייך טאן צו די זאך, אומר ועושה. א גוט שבת
זונטאג אפריל 28, 2013 11:18 am#109277
כ'קלער מיר אזוי צו וואס ווארטן ביז שפעט נאכמיטאג אדער פארנאכטס פרעגן דעם עולם צו "האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? ??, כ'וועל גלייך ביים אנהויב טאג דערמאנען דעם עלם אז מ'זאל רופן די עלטערן היינט, ס'וואלט געווען א גוטע פלאן מ'זאל האבן א סיסטעם ווי דער ציבור זאל זיך קענען איינשרייבן צום "כיבוד אב ואם" האטליין אדער "כיבוד הורים" האטליין און דער סיסטעם וועט 2 אדער 3 מאל א טאג דערמאנען דעם ציבור עוסק צו זיין אין כיבוד אב ואם, כ'וויל בעטן פונעם עולם אויב האט איר עפעס גוטע המצאות ווי אזוי דער סיסטעם זאל ארבעטן, ביטע דאס פארלייגן דא אין קאווע שטיבל. א ישר כח
זונטאג אפריל 28, 2013 11:29 am#109278
שוין גערופען היינט צופרי.
זונטאג אפריל 28, 2013 11:33 am#109281
איז א text אויך גוט?
זונטאג אפריל 28, 2013 12:23 pm#109298
א 'גיט' האט גראף פאטאצקי געהאט, די ווארט איז 'גוט'.
זונטאג אפריל 28, 2013 4:40 pm#109435
איך אויך האט געשריבן:א 'גיט' האט גראף פאטאצקי געהאט, די ווארט איז 'גוט'.

וואס איז אויב איינער האט א "גוטע" "גיט" און ער ציט חיונה פון דעם "גיט" און ער האט פרנסה בשפע ?
זונטאג אפריל 28, 2013 4:48 pm#109447
בעל הבית האט געשריבן:איז א text אויך גוט?

א text איז זייער א גוטע זאך , נאר ס'דארף זיין מיט 2 תנאים. 1)מ'זאל קענען בלייבן אנאנים.
2) מ'זאל ווייטער בלייבן דא אין "קאווע שטיבל " מ'זאל נישט גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער.
זונטאג אפריל 28, 2013 5:45 pm#109481
דו זוכסט צו בלייבן אנאנים פון דיינע עלטערן? אוי וויי.
זונטאג אפריל 28, 2013 10:56 pm#109645
בעל הבית האט געשריבן:איז א text אויך גוט?

וואס מיינסטו מיט די שאלה? צו מ'זאל דערמאנען דעם עולם צו רופן די עלטערן דורך text ?
מאנטאג אפריל 29, 2013 4:21 pm#109912
נו, רבותי, רופט'ס אן אייערע עלטערן
מאנטאג אפריל 29, 2013 5:28 pm#109939
איך זאג דיר האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:איז א text אויך גוט?

וואס מיינסטו מיט די שאלה? צו מ'זאל דערמאנען דעם עולם צו רופן די עלטערן דורך text ?


איך פרעג צו מען מוז רופן, אדער שיקן א טעקסט איז אויך פיין?
מאנטאג אפריל 29, 2013 5:51 pm#109946
שוין גערופן.
מיטוואך מאי 08, 2013 2:21 pm#113042
נו, רבותי רופט'ס אייערע עלטערן היינט, און אויך מארגן, און א יעדן טאג, נישט נאר fathers day אדער mother's day אזוי ווי די גוים
מיטוואך מאי 08, 2013 2:37 pm#113043
יישר כח פארן דערמאנען. איך גיי יעצט רופן.
מיטוואך מאי 08, 2013 2:38 pm#113044
געלאזט א מעסעדזש...
מיטוואך מאי 08, 2013 3:18 pm#113072
נו.... אפשר איז 'איך זאג דיר' טאקע גערעכט אז עס פאסט צו רופן זיך אינטרעסירן וואס די עלטערן מאכן

קלונג איך אפ מיין מוטער זאל זיין געזונט, איך פרעג איר אויס וואס מאכסטו, וואס טוהט זיך, וואס קאכט זיך, וואס באקט זיך, אזוי אריבער צושטיפן צייט, און מקיים זיין כיבוד אם, והדרת פני זקנה, אם הבנים שמחה,

אבער דא הערט זי פלוצלינג מיין איין יעריג מיידל זיך צופלאפלען, און זיצענדיג דארט מיט די שפין געוועב אין האנט, נאכן אפזאגן אלע תפלות, האט איר געכאפט א רייץ צו הערן מיין טאכטערל ארומפלאפלען, זאגט זי מיר לייג ביטע צו דעם טעלעפאון נעבן איר, לאמיר הערן אנגעהארעוועטע אידיש נחת

שטיי איך דארט אזוי נאך א שווערן טאג ארבעט, מיטן טעלעפאון אין האנט נאנט צו מיין טאכטער און איך ווארט זי זאל פלאפלען... אבער אין קול ואין עונה, זאג איך מיין מוטער, זי איז נישט אין די מאד יעצט פון רעדן, 'יא יא שעפעלע זי רוהט זיך יעצט אפ, דאס איז די נאטור פון א קינד... געב עס א מינוט זי וועט שוין רעדן' געבט זי מיר צו פארשטיין

איז אזוי בסך הכל, האב איך גערעדט צו מיין מוטער צוויי און א האלב מינוט און געהאלטן די טעלעפאון אין די לופט פאר ניין מינוט  

דאס איז איין ביישפיל, אזוי כהנה וכהנה, יעדעס מאל מיט א צווייטע משוגעת אנצופולן איר לאנגווייליגקייט

אשר על כן, האב איך מיר מיישב געווען, איך רוף איר יעדע וואך, צוויי מינוט פאר זמן הדלקת הנרות, קען מען דאך נישט רעדן מער ווי צוויי מינוט, והכל על מקומו יבא בשלום 
דינסטאג יוני 17, 2014 2:58 pm#206448
שוין גערופן.
איר אויכעט?
דינסטאג יוני 17, 2014 3:02 pm#206450
נאכנישט
דינסטאג יוני 17, 2014 3:04 pm#206451
ניין ביי אונז ארבעט פארקערט מיין מאמע רופט מיר יעדן טאג וואס איך מאך, זי האט מיך שוין גערופן היינט.
מיטוואך יוני 18, 2014 2:20 am#206593
זר זהב האט געשריבן::לייק
וועליך אנרופן מיין טאט'ן אים פרעגן צי ער האט שוין גערופן זיין טאטן

גאר א געלונגענע טרעפליכע ווערטעל!!!
מילא אונז וואס זיצען בתוככי הקאווע שטיבל דערמאנט׳מען אנצורופען די עלטערען אבער אונזער עלטערען האבן נישט קיין השגה אין קאווע שטיבל ממילא פון וי זאל זיי איינפאלען אזעלכע מיני גידאנקען אין קאפ?
מאנטאג מערץ 23, 2015 9:08 pm#260964
.
דינסטאג מערץ 31, 2015 4:33 pm#263231