מורי ורבותי,
וואס זאלעך ענק זאגן, איך קען נישט דעסיידען צי זאל איך לאכן אדער וויינען, פאני איז אז כהאב אויסגע'פיגער'ט צו לאכען און צו וויינען אין די זעלביגע מאמענט, בשעת'ן לאכן וויל איך וויינען, נו הייבעך אן צו וויינען, אבער גלייך וויל איך מיר נעמען לאכן, עפעס נעמט זיך ציען א לאך צו טוהן, אבער פאר עפעס א סיבה קען איך מיך נישט דערמאנען פון קיין שום וויץ, ס'איז גארנישט פאני, אפילו פאר א ביטער געלעכטער טויג עס נישט, אבער ס'ציהט דאך אזוי שטארק, נאך א שטיק צייט זיין אזוי באזארגט האב איך מיר געכאפט אז ס'איז גאר עפעס אן אנדערע ענין, איך בין נישט דער פראבלעם, ס'איז עפעס א סינדראם וואס אלס קינד פלעגט מען רופן 'לאכעלע וויינעלע סינדראם'.
רבותי, איך בין פשוט אויסגעמוטשעט, און ווען איך בין אזוי לייד איך אויפן אויבן-דערמאנטן ענין. אבער למעשה אז מ'טראכט אריין אין דעם ענין זעמיר דא מיאוס געסקרוהט געווארן פון די וועד החינוך, מ'האט אונז פיין צוגעפיקסט. פייערוועקער רייסט זיך אויף אן פריערדיגע ווארענונג אז די פערפארמענס איז שייגעץ שטיק, אין ס'איז נישט רעקאמאנדירט פאר קינדער פון זייער סקול, נו, זאל נישט קומען צי וויינען הלמאי האט ער נישט געגעבן א שאנס צו ענטפערן איידער ער האט ארונטער גענעמען זיין רעקאמענדאציע, פון וואו זאל הצלה איבערלעבן דעם טאג אז מ'מאכט זיי ללעג ולקלס פארן כלל, ווייסט ער דען נישט אז מיט א קליין שוועבעלע צינדט מען אונטער א גאנצן וואלד פייער? וואס האבן זיי שוין געטוען, איז עס דען געווען אזוי געפערליך אז ממש מ'האט געמוזט מאכן א שארט-סטאפ און דרוקן דעים עמוירדזשענסי ברעיק אדער נוצן דעם נוקלעארע אפציע, אדער פייערווערקער האט מקבל געווען א געזונטע לשון הרע'לע וואס עפעס א ר'יש ש'ין ע'ין (אדער עינ'טע) האט א העץ געטאהן, אדער אפשר גאר קלאר ווייזער ענד קאמפאני, און ער האט נישט געקענט אריין טראכטן מיט זיין קאפ אז ער איז אויסגענוצט געווארן, און איז א לוזער, ווייל ליידער האט ער געהאט עפעס אן אנדערן אפוינטמענט בשעת'ן טיילן די מויצעס, גראדע איז ער א פיינער ינגערמאן אבער ווייט פון כיטרע, נו אז ס'איז אזוי געפערליך אזש אז כל באיה לא ישובון, כל הרואה מיד ניקרי, מוז מען דאך ארויסקומען תיכף ומיד איידער כלל ישראל גייט חלילה אונטער, נישט זיין קיין צועק לשעבר, מ'קען אפילו נישט דורכרעדן מיט די וועד הרבנים פטן הצלה וואס האבן געשטעלט א עינא פקיחא פין צוויי רעבעצין'ס, איינס פון דע געילע אין איין פאר דע גרינע שלא לבייש את מי שאין לו, און די נשים האבן נישט נאכגעלאזט קיין זיז כלשהוא, נישט מוותר געווען אפילו אויף די קוצקא פונעם יודעלע, איבערגעקוקט איינמאל און נאכאמאל, געקאט געפעיסט, איבער געארבעט, נישט געשוינט קיין געלט, אבי ס'אל זיין פונעם הייליגן סארט און זיין שוה לכל נפש, ס'זאגט זיך גרינג, אבער אהערצושטעלן אזוינס איז כמעט נישט מעגליך, ווייל די וועד וויל ס'זאל זיין ווי מער דומה צו די שובבי"ם תורה פון די געזונטע יארן, אדער אביסל מיקל זיין ווי די שיינע שיעורים פון פילאף אדער פונעם רב פון יאוואזשנע, שטייצעך אויך אז די נשים טענץ זאלען דערמאנען יעדן פון די זעקסטע הקפה, אז נישט איז עס אסור, מעיקרא דדינא פירכא, נישטא קיין שום היתר אויף גארנישט, ווידיא איז מותר אויסשליסליך נאר ביי רעבישע הויפן, ווייל זיי הייליגען עס אויס מיט מחשבות קדושות בלי שום הרהר חטא, אבל דעם המון עם איז געבליבן די אור-אלטע איסור פון ווידיא, וואס איז אגב די איינציגע געלונגענע אקציע, קיינער האט נישט קיין ווידיא מאשין, אפילו די ערלים האבען איינגעזען אז ס'טויג נישט מיט ווידיא, און האבען זיך גערוקט צום די.ווי.די. אדער צום יו טוב, יודן ווי גויים צוגלייך. אגב, די רבנים זענען אויך מפורסם דארטן, יעדע רעבעלע מיט א אייגענעם טשענל, אבער נאר מיט דע אויגען פארגלייזט, מיילע שאדט עס נישט.
אבער הצלה מאכט נישט קיין שום חשבונות זיי קיקן זיך צי ווי קיינער איז נישט מוחה אויף בוני עולם אדער ארסי סיעס אין אנדערע פארטיס פינעם שווענדערישען סארט וואס האט יא פין די אסורדיגע ווידיא אין פרויערישע טענץ, אין פייערווערקער וחבריו זעיען נישט גארנישט זיי לייגען אינדע זייט זייערע לופעס אין מייקראסקפס מיט וואס זיי קיקען דורך הצלה'ס פראגראם, סינישטא קיין וועד חינוך איוואלווד אין אוודאי נישט קיין השגחה מיט א משגיח תמידי פאר יעדע חסידות באזינדער מיט א מורהדיגע אחדות וואס מזעיט נישט ביי קיין שום אנדערע דבר שבקדישה למשל קעמפס, מצה בעקעריי, וגם פלייש געשעפט, איבעראל איז מעסער שטעך מיט מסורה אויבן אן, נישט אזוי איז ווען סקימט מבזה צי זיין די איינציגסטע אלל וואלענטיר ארגענעזאציא וואס האט אויסגעשטרעקט זייערע העלזער ציפרידן צישטעלן דעי בייזע מענער מיט די אויסגעשטרעקטע חרב וחנית, וואס ווערן אויפגערעיגט פין אפאר וויסטע פרויסבילן וואס קימען אהער ליל ראשון פינעם פראגראם שפיונירן אין רייצען אן די וועדאין וועים נאך מקען, אין סיהעלפט נישט קיין תירוץ מה נשתנה הלילה הזה פין ווען די וועד האטעס איבערגעקיקט סאטצעך דאך גארנישט געטוישט, מיזמן טרעפען עפעס א דוחק חיליק אז איינע פין די טאנצערנס איז געוועין א אנדערקאווער גויטע, דהיינו זי האט אויסגעזעין פינקט ווי א יודישקע אבער ווען די פרויען מיט די לעכטיגע אויגען וואס האבען א ריח קדושה האבען דערשפירט אז עפעס איז פעה, האבען זיי געמאכט א גרינטליכע אינטערזיכינג אין טאקע דערגאנען אז רחמנה ליצלן זי איניש מזרע ישראל מצד האב אין הורתה ולידתה איז מסתמה שלא בקדושה, מיילע איז אראף מיט די השגחה, מקען נישט מער מתקן זיין, למשל אויב העט מען נעמען א יודישע נשמה אנשטאץ העלפט שוין נישט ווייל די נישט יודישקע אידאך געוועין א דבר המעמד אין קעניש בטל ווערן סידאך א בפירישע הלכה, אויך קענמען נישט קיקן אויף חילול השם אין אזא צייט ווייל כוח הרבים איז דאך ממש פארקערט סיז א קידוש השם אין א זכיה מקדש שם שמים זיין ברבים אין איר דם איז דומה צי קרבן כליל ועולה, סוועט איהר גערעכנט ווערן בעלמה דקשוט, אין מהאי טעמה משום מצות חינוך האטמען געלייגט גרויס דריק אויף מרס ניימאן וואס האטעס אראנדזירט שלא על מנת לקבל פרס אז זי זאל מבטל זיין די גאנצע פארשטעלינג, אין טעל. ריפען פין וויזניצע מנהלת פאר די מיידלעך וואס זענען פין יענע מיידל סקול אז היות ליל ראשון איז גיוועין א נגע טמא אלזא ליל שני קען מען מיר נישט פראפארמען אפילו מאטזעך געגרייט אויף דעים מאמענט פאר חדשים לאנג, אין אז מאט שוין אנגעוועקסלט די פרוי מיט א אשה כשרה וואס איז געטויבלט געווארן בפני שני עדים מיט חקירה ודרישה, קיין שום געוויינעריי האט נישט געקענט אפשטילן דעם חרון אף, קיין שום סכום פין דם התמצית איז נישט געניג געוועין צי שטילן ס'דארשט פין די שומרי חומתינו,
אבער ווען עס האטזעך באוויזען ליל שני האב זיך אנפלעקט א מורהדיגע מראה נורא נישט מער אין נישט ווייניגער אז סיז דא צעינליגער טאזענטער רעפארטערס פין פרויען יעדער איינער איז גיקימען אן אויסנאם זעין מיט די אייגענע אויגען דאס קלקל הדת אזש אז מהאט אנגעפילט צוויי מאל די זייל עד כדי פי צלוחית אז א נאדעל האט נישט געהאט קיין פלאץ, ווי קען זיין אזא מרודה אין די בייזליכע לעיני השמש זיי האבען דאך קלאר געמאכט ווי די טאג אין יעדען אוועק גענימען אלא ספיקות אז סיז אסור בתכלית, אין קיינער איז נישט מקבל, וואס קימט דא פאר, נאר וואדען סיז קלאר אז דער עולם איז נישט משוגע כלל ישראל איז נישט הפקר סיז נתגלה געווארן קלונם ברבים אז רוב ריבם איז נישט סרים לשגיונם אין מקענישט פארקויפן דעם עולם לאקשען, רוב ריבם זענען מקירי טובה, אין ווען הצלה ריפט איין מאל א יאהר גייט מען אן קיין חשבונות, אין אפילו א קאץ קען געוועינטליך יא שאדן מאכן איז דא א אויסנאם, אין יעדע פרוי וואס האט זיך באטייליגט אין ארויסגעוויזן הכרות הטוב פאר דעי הייליגע ארגענעזאציא האט תיכף גאהאט מתן שכרה בצדה א הערליך שיינע אויסגעהאלטענע פראגראם וואס איז געוועין אפראווד ביי אלע אפענע אין פארמאכטע מוחות, אלע בייזע אין פרייליכע, אלע מנהלים מיט זייערע מנהלת'טעת, רבנים ורבניטשקעס, דיינים ודיינות, אלזא נאכען זעין אזא מראה איז מער אראפ א שטיין פון האלז, לא אלמן ישראל.