Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » פינקי, אן אריגינעל!

פינקי, אן אריגינעל!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
86 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 162 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3647
מיטוואך מאי 01, 2013 10:17 pm#110968
פינקי, אן אריגינעל!
שווער צו דעפיצינירן דעם פונקטליכן אפטייטש פון 'אריגינעל' אויף אידיש.

גיט א קוק למשל ביי אונז אין קאווע שטיבל, דא מאנגלט ב"ה נישט קיין אריגינעלע. מיר האבן דא אזא איינעם ווי לעיקוואד, א יונגערמאן מיט די שמונה בגדים, פעפעטע הויזן און א מעליצער ווייס-וועסטל ביז צו די קראגן, און דאך, א געדאנקענגאנג ווי א פיליזאף פונעם מיטל אלטער, א גלגול פון די דארק עידזשעס. דאס הייסט אריגינעל, עפעס וואס האט נישט קיין פארגייער, און געווענליך אויך נישט קיין נאכגייער.

אדער אונזער באליבטער קופערניקעס, ער איז דאך דער סאמער וועלטס איינציגער וואס האלט אן דעם פרעסטיזשפולן פאזיציע אלס שיבער ווישערשאפטלער, איז דאס נישט אריגינעל?! נישטא נאך אזאנס.

וכהנה וכהנה, אזא חיבור ווי נטעי משה געציל, אריגינעל! אזא יאנקל וואס אז ס'האט נאר גענעכטיגט אונטער דעם זעלבן לבנה וואס פיגורירט איבער דעם גרים-פארהאסטן 'סיסטעם', וועט ער שוין טרעפן א וועג דאס צו בעשן, אריגינעל!

און מאראנצןזאפט איז אויך אריגינעל. ער קען גארנישט און ווייסט גארנישט, און דאך נעמט ער זיך אזוי איידעלערהייט ארויס זיין חלק.

אין דער אמעריקאנער קולטור שטייען ארויס אסאך אריגינעלע. נעמט א משל די ביטעלס, זיי ווערן געקרוינט אלס היילי אריגינעל, זיי האבן געפארמט א פרישע 'ראק' סטיל מוזיק, און געשטעלט די גאנצע מוזיק אינדורסטרי פון ראק ענד ראל און אר ענד בי אויף נייע רעלסן.
און אין בארא פארק האבן מיר קאפי קעט, מיט זייער סלאגאן "איטס אריגינעל"!

אבער אין א ראפאגאש געזעלשאפט, וואו אלעס פארט ווי א פראגראמאטישער קאנוואויער בעלט, אז פונעם באגעבא ביז צום ענדגילטיגן מקום מנוחה אין קעי דזשעי דארף א מענטש נישט שטעלן קיין איין טריט, אלעס אלעס איז פונקטליך אויסגעשטעלט פאר אים, איז שווער צו באגעגענען עפס אריגינעל, אזא אומר הבא מן החדש'דיגער פארנעם. פרנסה גיט דער אייבערשטער, און אויב האט איר טאלאנטן זאלט איר אהערשטעלן שיינע נוי סוכה.

כלפי מה דברים אמורים:

כלל ישראל, און מער אזוי דעם וויליאמסבורגער עם בפני עצמן, איז באשאנקען געווארן פאר די לעצטע 3 צענדליג יאר מיט א מתנה טובה אונטערן נאמען ר' פנחס מרדכי וועבער.

פארשלייערט אין א רויטן קנאבל בארד, א ג' רבעיים ראק, און א טשאלנט טאפ, זיצט דארט באהאלטן א אידל, אן אריגינעל!

אן אריגינעל אין בדחנות, אין קאמפאזיציע, אין קאלעראטור, און אין הארמאניע.

קלאר ווי דער טאג אז די פארגוסס'טע חיים מענדל סטיל בדחנות פון גיין שיין ביין ליין מיין פיין דיין חן איין, וואלט אונטערגעגאנגען (און איז אין א געוויסן זין שוין אונטערגעגאנגען) ווען נישט פינקי. עס איז קלאר אז ביי א מצוה טאנץ, אדער איז עס פינקי סטייל למחצה לשליש ולרביע, אדער גארנישט.

פינקי האט אוועקגעשטעלט נייע סטאנדארטן אין בדחנות. אז דו קענסט דאס נאכקאפירן אדער כאטשיג נאשן אביסל דערפון איז גוט, און אז דו ביזט פון די אלטע, דעמאלט פאפט דער עולם אויף טערקיש. אויסער דעם מחותן אליין וואס מ'איז מספיד זיין אינטערעסירט נישט קיינעם וואס דו זאגסט, און דער עולם קוקט ארויס ווען זיינע פוס וועלן אפנויגן פונעם בענקל שפיץ.

ווער איז דאס דער לענגנדארער פינקי וועבער?

איך האב נישט קיין אנונג. ער דארף צו זיין א וויליאמסבורגער איד וואס וואוינט ערגעץ אין ראדני גלילות, ומצאתי סמוכין לזה בס' הק' מעומקא דליפא. ער איז א גראדואירטער פונעם נייטרער סעטלמענט פארם אינסטיטוציע וואו ער האט שטודירט מיט אזעלכע מוזיק ריזן ווי אייזיק האניג, און מאיר ברוך קאהן.

במעללין יתנכר נער, בוצין בוצין מקטפיה, שוין אלס יונג בחור'ל אין ישיבה האט ער פורים געגראמט אן א צעטל, נוסח זקן ורגיל. פאר ווער ס'ווייסט האט ער נישט געהאט קיין לייכט לעבן וואס דא איז נישט דער פלאץ, און דאך: וצדיק בשמחתו ובטאלאנטפלותו יחי'.

אונטערן 'רבי פנחס מרדכי' טיטל לערנט ער טעגליך פאר א שיעור אין ראדני. אלס שומר הפתח קען איך קלאר מעיד זיין אז ער קומט שוין דארט אן א גע'טובל'טער, די בארד טריפט אים שוין ביים טיר. פארוואס ער גייט ענדערש אין א צווייטער מקוה ווי ראדני לאזט זיך דאבאטירן. א סברא זאגט אז דאס איז אזא סארט סטאטוס, ווייל נעכטן האט מיר דער איד באצאלט א פינעווער פלאס איך זאל אים באזינגען, און דא טרעפט ער מיך מיט די לבנים ביים כשר זייף שיסל זוכן א גאנצע, ס'איז עפעס נישט פראקטיש.

צוריק צו זיין ביאגראפיע, פינקי האט אנגעהויבן זיין קאריערע מיט ארום 25 יאר צוריק אלס... א פשוטער וואן מען בענד! יא, איר הערט גוט, גארנישט מער ווי ליפא שטראלי און גארנישט ווייניגער.
מיט דער צייט האט ער דאס געלאזט לויפן און איז אריין אין בדחנות. ביז נאך א קורצע תקופה איז ער געקרוינט געווארן אלס מלך הבדחנים, א טיטל וועלכער ער טראגט מיט ווירדע שוין פאר לאנגע יארן.

פינקי איז אן אריגינעל אין פעלד פון בדחנות, פשוט מיט זיין וועג פון זאגן גראמען. ער האט מחדש געווען אזא מושג פון צוזאמצושטעלן 2 ווערטער גראמען, און געשאפן א נייער שניט אין בדחנות וואס ווערט ברייט קאפירט דורך אנדערע.
א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא במלאכת הליריקס ופינקי שמו, ולא שמע כזה אוזן מעולם. וכהנה וכהנה, 'קיינער וואגט נישט איבער האקט נישט' איז א טיפיקל פינקי גראם. אויסער די חידוש פון אזעלכע סארט גראמען, איז דאס אינטעלעקטועל און אינטערטענפול.

פינקי איז אן אריזשינעל אין דער וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א ניגון. קודם כל איז ער געבענטשט מיט א ריזן הארץ, ימ'ן פון געפיל און נשמה גיסן זיך ווען ער זינגט אזעלכע פשוט ווערטער ווי עיני אוי אוי עיני עיני ירדה מים כי נטל ממנו מנחם משיב נפשי. ווער ס'איז נאר א שטיקל בעל הרגש לעבט מיט די ווערטער. און בעיקר האט ער א גאנג פון זינגען און פארדרייען א ניגון מיט אזעלכע מאדנע בערישע קינצן-תנועות, אויף זייער אן אייגנארטיגן, העכסט אריגינעלן, הארציגן, געשמאקן, און אינטערעסאנטן אופן. ווען פינקי זינגט סיי וואספארא ניגון, ווערט עס באלד א נייער ניגון מיט פינקי פינגער אפדרוקן.

ווען עס קומט צו זיין קאלעראטור אין הארמאניע איז ער ממש א דזשעני, פינקי באזיסט א גאונות שניט אין הארמאניע, אזעלכע האלבע טרענספאזעס וואס איז שווער נאכצוזינגען. ווער ס'האט אים שוין אמאל געהערט ווייסט פון וואס איך רעד. אין צוגאב איז ער א חזן נישקשה, און ווען ער ציעט ארויף איז דא וואס צו הערן, און פון וואס צושטוינען.

פינקי איז א וועלט קאמפאזירער, און כמעט קיין איין היימישער טעיפ פון די לעצטערע יארן וואס זאל נישט האב א ניגון פון אים, פון מרדכי ביז ליפא און אלעס אינדערמיט. זיינע ניגונים זענען איינס גוט און איינס נאך בעסער. זיי ווערן געווענליך די היט פון דער טעיפ. זיין קאמפאזירונגען גייען שוין אן א שיינע פאר יאר, נאך פון פאר מיין בר מצוה. מרדכי'ס אלוקים צבקות שוב נא, איז פינקיס. און ווער געדענקט דען נישט דעם באבובער מייזעלס גארגלען פינקיס עד אנה תסתיר, אדער יואלי טייכמאן זינגען אולי יחוס עם עני ואביון.

הרב שוועקעוויטשעס גאנצער גדלות איז צו פארדאנקען פינקיס 'רחם', אני כשלעצמי האט עס אלץ אנגעקוקט ווי עפעס א מאכל בן דורסאי ניגון, די פעלער זענען אין מיינע אויגן נישט אינגאנצן געצייטיגט. אפשר גיט דאס צו צו פינקיס ארגיניעלקייט ארויסצוגעבן אזעלכע נא האלב געקאכטע קאמפאזיציעס. ווייטער, וועמען ס'קומט נאכנישט פון דער נאז פינקיס לעכטעלע ניגון, וואס איז טראנספארמירט געווארן אלס דער עקסקלוסיווער ניגון פאר א יום טוב'דיגן ממקומך, דער איז זיכער א גר צדק.

משפחה האט געהאט אן אינטערוויו מיט פינקי וואו זיי האבן נאכגעשריבן פאלשע אינפארמאציע פונעם עברית'שן וויקיפעדיע אז ליפא'ס 'געלט' ניגון אויפ'ן קאסעטע 'מי שאמר' איז פון פינקי. וויל איך יעצט מוסר ומודעה זיין: ליפא האט נישט קיין קאסעטע 'מי שאמר' נאר אזא 'ניגון' אויף 'בדרך', און 'געלט' איז קלאר נישט זיינס, נאר יוסי גרינס.

דאס אז פינקי אז א קאמפאזירער איז צו פארדאנקען ר' מיכאל'ן, ער האט אים דאס איינגערעדט... אין משפחה איז געשטאנען אז די ערשטע מאל ער האט געשריבן אידישע ניגונים איז געווען 10 ניגונים פאר מיכאל'ס נשמה פלאם. דאס איז ריין דאמירן בעלמא אויף א מילתא דעבידא לגילויא. פינקי האט נישט דארט קיין 10 ווייל די גאנצע קאסעטע האט נאר 9. און 3 זענען פון פינקי, דער בעל שם טוב, לעכטעלע, און דער ריזשינער ניגון. מיכאל איז טאקע געווען דער וואס האט אויסגעטראפן פניקיס אידישע ניגונים, אבער לאנג בעפאר נשמה פלאם, נאך אויף זיינע אמאליגע חתונה טעיפס.

(שמעתי אז טייל פון די ניגונים וואס ווערן מיוחס צו פינקי ווי למשל דער אבינו אב הרחמן ניגון מיט'ן שיפל, און דער שמחת בית ירושלים ניגון, זענען באמת ליפא פעלדמאן'ס. אם כנים איז ליפא א קאמפאזירער פון דער ערשטער שורה און א שאד אז ער איז נישט ממשיך. די פעקעלע ניגון מיט ר' איציקל וואס איז שפעטער געווארן אביש בראדטס רבונו של עולם איז קלאר יא פינקיס, ליפא שמעלצער האט בלויז געשריבן די גראמען).

פינקי איז פארהייליגט אין וויליאמסבורג, הנקרא בלשון עם זר סעלעבריטי, און אויף יעדן אדעסי וואלט מען ווען געקענט ארויפשטעלן א באמפער סטיקער: דא זיצט א פינקי 'פען'. ווען אר.סי.סי.עס האט געדארפט אנפילן א זאל, וועמען האט מען געאנערט? פינקי! און ס'איז געווען די רייט מאוו, פינקי האט צוזאמברענגט אן עולם נישט סתם, און האט אראפגעלייגט א בונה ירושלים אז ס'איז געווען א נחת.

פינקי האט א כוח היצירה לעת הצורך, ער באשאפט ווערטער א יש מאין ממש. ווען איך דארף א גראם אויף 'וואסער', זאג איך נאסער אדער עשר תעשר; פינקי אבער: גאסער! איי ס'נאר דא גאסן אדער געסער, קיין פראבלעם, פינקי האט יעצט בארייכט דעם אידישן לעקיסקאן מיט א פרישן אויסשפריך!

פינקי קען אויך נעמען א שטאטער ניגון און דאס קונצליך פארוואנדלען אלס א שנעלער, אן דעם וואס איינער זאל אנמערקן. גיט א קוק ליפא'ס אל תסתר פניך ממנו, דער צווייטער פאל פון אל תטשינו, מיט'ן דריטן שנעלן פאל קוה אל ה' זענען אקוראט די זעלבע, נאר מיט א צווייטן רידהם, אויך אן אריגינעלקייט! אפילו זיין נאמען איז אריגינעל! קען איינער נאך א פינקי? כ'האב שוין געהערט פון פיני, פיניעלע, אפילו פינטי, אבער פינקי מיט א ק' איז דא נאר איינס.

פינקי הייסט א וויינער מאכער. איך פערזענליך האב נאך קיינמאל נישט געוויינט פון אים, אבער אויב וואלט איך אמאל געמוזט וויינען פון א בדחן ביי א מצוה טאנץ, וואלט איך זיכער ענדערש אויסגעוועלט פינקי ווי א צווייטן. ביי אזעלכע דעליקאטע פעלער ווען מ'דארף דעליווערן דמעות, א משל אז דער בעל דובר מישרים זי"ע מאכט חתונה דעם יונגסטן קינד, וועט מען אודאי באשטעלן פינקי. ער וועט שוין טון זיין ארבעט בנאמנות.

פינקי האט א געפיל צו פאעזיע, נישט קיין לעמאן דזשוס, אבער דאך נישט אוועקצומאכן. א ביישפיל: א קליינע הייזקע שווארץ און ווייסקע איז פאעטיש, ס'איז געשילדערט און געמאלן מיט קאלירטע פארבן. אדער די שול איז אנגעפילט ווייס איינגעהילט, ריין פאעזיע!

פינקיס גראמען אפילו ווען ס'איז נישט צוזאמגעשטעלט און נישט קיין נייער ווארט איז עס נאך אלץ אריגינעל. נעמט למשל אזא ווארט ווי 'געשמאקער', האט איינער א גראם דערפאר? ניין, א נארמאלע ווארט, נישט וואס דו טראכסט יעצט, דאס קען מען נישט זאגן ברבים... פינקי וועט זאגן פיאקער (אזא סארט באגי), דאס מיינט אריגינעל!

א פיצקעלע קריטיק, יוצא צו זיין דער רצון פון די יידל'עך וואס גלייכן. פינקי האט לכאורה נאכגעלאזט פונעם תוכן, די חומר איז מחותנסטע'דיג לעצטנס, און לדעתי זאגט מרדכי דוד עסטרייכער אביסל בעסער און האלט אן א העכערן ניווא, כאטש זיין דעליווערי איז קיין פארגלייך.

ווי ערווענט לערנט פינקי פאר א טעגליכן שיעור, משפחה שרייבט אז ער האט דארט 30 אידן. פון קראנטע מקורות אבער ווערט איבערגעגעבן אז ס'איז אביסל איבערגעטריבן. דורכאויס א העווי סעזאן וועלן די באטייליגטע ציילן ביז 6.

פינקי האט ארויסגעגעבן א ספר מיט'ן נאמען פירסומא ניסא, וואס האט אין זיך פארשידענע שיינע דרושים און פלפולים, ווי אויך סתם ענינים און ליקוטים איבער שמחת חתן וכלה. מיר וועלן דאס נישט באשרייבן ווייל מחברי ספרים איז דא בעסערע, דאס איז נישט זיין ספעציעליטעט. אזויפיל איז עס יא אריגינעל אז א בעל הבית זאל זיין א מחבר ספר, אויך נישט קיין אפטער ערשיינונג. אויך שרייבט ער פון צייט צו צייט מאמרים אין דער קובץ גינת ורדים וועלכער געהערט צו דער סאטמאר ראדני פראקציע.

ערנסט גערעדט, ר' פנחס מרדכי איז א איד וועמען מיר אלע טוען שטארק שעצן. א חסיד'ישער יונגערמאן א יודע ספר, דבוק צו ערליכע אידן (יש אומרים ער דרייט זיך צומאל ביי ר' דוד'ל לעלובער, לעיקוואד קענסט עס באשטעטיגן?) א לב טוב און מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות מיטן אן ענוות חן. דערצו איז ער א מולטי טאלאנטפולער פערזאן וואס נוצט אויס זיינע כשרונות ביז צו א מאקסימום צו משמח זיין און מהנה זיין דעם ציבור. פינקי מיר קוקן דיר ארויף, מיר דערקוויקן זיך מיט אייערע פרישע ווארע יעדן שני וחמישי, און מיר וואונטשן אייך לאנגע געזונטע יארן צו דערפרייען אידישע הערצער מתוך שמחה ונחת.

און יעצט א פערזענליכע טובה: טייערער ר' פינקי, מיר האבן שוין א שעידס אוו גרין, ס'איז שוין די העכסטע צייט פאר א שעידס אוו פינק. האסט נישט קיין אנונג וויפיל אידן קוקן ארויס דערויף און וואלטן זיך מחי' געווען דערמיט. האסט מורא ס'וועט נישט גיין? דאונט ווארי, איך זאג דיר צו איך וועל מאכן א קאפי!.

(שיק מיר אן אישי ווען דו ליינסט עס, און וואונדער דיך נישט ווער איך בין, ווייל מיר האבן זיך קיינמאל נישט געזען אויג אויף אויג).
מיטוואך מאי 01, 2013 10:29 pm#110976
וואו מאראנצןזאפט! אזוי גוט אראפגעלייגט, איך גלייך דיין פען! מורא'דיג מיט אלע דיטעילס. שכח. און יענע ניגון מיט'ן שיפ איז טאקע ליפא פעלדמאנ'ס, און אויב געדענקסטע האט מיכאל געהאט א ניגון אויף איינע פון זיינע טעיפס ''הטוב הטוב כי לא כלו רחמיך.. יענץ איז אויך פון ליפא פעלדמאן און ס'דא נאך. און נישט פארגעסן פון וועם פינקי איז א פען אין די בדחנות וועלט און וועם ער האלט פאר אן ארגינעלען.. און דאס איז ר' יקיר ברוין.
מיטוואך מאי 01, 2013 10:44 pm#110991
ייש"כ פאר דיין שיינע באשרייבונג.

א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא במלאכת הליריקס ופינקי שמו, ולא שמע כזה אוזן מעולם


דער רעיון איז גראדע יא אן אלטער, און מען זעהט עס אין גראמען פין הונדרעט יאר צוריק.
מיטוואך מאי 01, 2013 10:48 pm#110993
הערליך, אומגלויבליך! איך קען מעיד זיין אויף כמעט יעדן ווארט, ווארום איך בין גאנץ נאנט מיט ר' פינקי, און מ'האמיר שוין אסאך געשמועסט.
מיטוואך מאי 01, 2013 11:21 pm#111011
ייש"כ. הערליך, לאמיר בעטען פינקי זאל באזינגען מארנצען זאפט, אפשר וועט דאס גיין בערך אזוי:

לאמיר אלע זינגען און טאנצען
פאר ידידינו מורינו מארנאצען,
כי עבדך ערב האט געהאפט
אזוינע פיינע פרישע זאפט
המשך ...

פיקני איז אויך באליבט ביים אלגעמיינעם LOVE PINK באפעלקערונג.

מאראנצןזאפט האט געשריבן:א משל, בראשית גראמט מיט פלייש-איז, דאס איז ארגינעלע ווערק! מעשה ידי אומן נפלא

ג'הערט ענדליך:
אז מ'דערמאנט דעם זיידן פון ראפשיץ,
איך האב זכותים איך האב שוץ,
דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:54 am#111073
ישר כח מאראנצען זאפט זאפטיגע לשונות און תוכן׳דיג ביסט גערעכט מיט רוב וואס די שרייבסט לגבי פינקי ער איז מולטי טאלאנטעד פערזאן א וועלט קאמפאזירער א שטיק הארץ קנייטשט אריין אינעם ניגון אז די נשמה קען ארויספליען גג על גג הארמאניע ועל כולם האסט אויסגעלאזט א פרט זיין שטימע: ער האט א ריזן שטימע ער פילט אן דעם חלל הזאל הגם אינעם איידלקייט פונעם שטימע קען איך הערן אז מענטשן גלייכן נישט אזוי שטארק.

אבער צו לייגן זאכן אין פערספעקטיוו מוז איך צולייגען דאס פאלגענדע.

זיינע תוכן הגראמען איז נישט דאס בעסטע יוסף משה כהנא קען זיך עני טיים פארמעסטן מיט אים .שוין אפגערעדט פון יו״ט ערליך הגם דער עצם גראמען פון צוזאמשטעלן צוויי ווערטער צו איין ווארט ווי דיין משל מיט ״פלייש איז״ איז יא א פינקי חידוש .

זיינע ניגונים זענען טאקע זייער שיינע ווארימע ניגונים אבער דאך וועלן יודעי דבר און מבינים זאגן אז דער סיגנון הניגון איז א קלישעי טאקע נישט אזוי פראדיקטיבל ווי משה גאלדמאן אבער נעם למשל יוסי גרין, ער איז א גאון הגאונים. קיינער קען זיך צו אים נישט פארגלייכן זיינע טענער זענען אומאויסרעכנבאר זיינע Chord builders זענען מבהיל׳דיג. ״ער״ מעג קריגען דעם נאמען וועלט קאמפאזיטאר.

חזנות ער האט טאקע דער שטימע און דער קאלוטאר וואס פעלט זיך אויס אראפצולייגן א שטיקל אבער ער איז קיין חזן ער איז אפשר א שיינע בעל תפילה אויך צוליב זיין הארציגקייט און ער האט אן עולם וואס לויפט אים נאך ימים נוראים איך קען פארשטיין פארוואס.

אבער יעצט נאכאמאהל (yet again) ער איז ארגינעל ער איז א fusion פון זינגער גראמער קאמפאזירער הארציג בעל תפילה חזן פיאניסט ועוד... ווער קען זיך מיט אים פארגלייכן.
און נאכאמאהל ישר כח מאראנצען זאפט פארן אן אנאליז מיט טעם.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:00 am#111118
מאראנצן, מאראנצן, אוי טוהען זיי גלאנצן! (קרעדיט -קלמן רויזנגארטן'ס ערשטע קאסעטע).

מאראנצן, נאך אזא גוט אראפגעלייגטן ארטיקל בין איך געקומען צום מסקנה איר זענט מאראנצןזאפט .Not from Concentrate

איך הגם אלס נישט וויליאמסבורגער איינוואוינער, און הגם איך טרייב נישט קיין אדעסי, בין א שטארקע פען פון ערעב פינקי, ספעציעל איבער זיינע ניגונים, און זינגעריי.
איינע פון זיינע טאלאנטן איז ער קען מאכן הארציגע גראמען וואס האט נישט קיין שום האף און זין, און נאך אלץ ארויסווישן זאפאסן טרערן נאך פון די חיים מענדל איבערלעבער וועלעכע קומען זיך מייסטענס צונויף אויפצומארגנס איבער א פרישטאג אין גרינס פיצא געשעפט, און קייען איבער די התרגשות העכער ווי הויעך איבער א טעלער זופ.

נעם למשל דעם רירענדע לעכטעלע ניגון, וואס האט שוין מערערע מאל ארויסגעשלעפט טרערן פון מיר, און איז פאראנטווארטליך פאר צאללאזע אידישע טרערן, און זאג מיר דעם צוזאמשטעל.
"לעכטעלע, לעכטעלע דו שיינסט און די ברענסט, בעהטן פאר מיר אין הימל דו קענסט, ווייל דו ביזט דער איינציגסטער זאך וואס איך פארמאג".
הייסט דאס נאך א מזל זי האט דעם לעכטל, ווייל טאקע נאר ער קען בעהטן אין הימל, און טאקע נאר ווייל ער איז די איינציגסטע זאך וואס דער צובראכענער פרוי פארמאגט. כהיינו קען איך דיר געבן צענדליגע משלים.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:03 am#111119
יואב האט געשריבן:מאראנצן, נאך אזא גוט אראפגעלייגטן ארטיקל בין איך געקומען צום מסקנה איר זענט מאראנצןזאפט .Not from Concentrate
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:09 am#111120
זר, יקיר איז אן אויסערגעווענליכער בדחן, אבער ער זאגט קלאר אז דאס צוזאמשטעלן ווערטער ווי פינקי קען ער נישט.
מאטי, דער ארטיקל איז איבער פינקי נישט איבער יוסי. איך האב אויך אביסל קריטקירט זיין תוכן, אבער בעיקר האב איך געזוכט צו גיין פאזיטיוו.
איחוד, ס'איז קלאר אז פינקי איז א מחדש אין דעם הינזיכט, און זיינע אינטערעסאנטע צוזאמשטעלן האבן נישט קיין פארגלייך, אפילו מ'האט אמאל געקענט זאגן אזא ווארט.
יואב. אויב ביזט נייגעריג צואוויסן, די אינטרא פאר די לעכטעלע ניגון איז גע'גנב'ט פון ספילבערגס האלאקאוסט פילם שינדלערס ליסט.
ייש"כ פאר די אלע וואס האבן זיך גענומען די מי צו קאמפלימענטירן, דא און אין אישי, א שיינעם דאנק.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:11 am#111121
באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:15 am#111122
איך אויך האט געשריבן:באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

און די פארגאנגענהייט איז מאראנצן שוין באשולדיגט געווארן אלס שמעון ראלינסקי, הרב שפילמאן, און יעצט הייסט עס ער איז פינקי.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:16 am#111123
און יאיר טענה'ט אז איך בין רבי מאטל זילבער :lol:
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:31 am#111124
מוז מען זאגן ביזט אזוי מאלטי-טעלענטעד ווי פינקי אליינס!
דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:02 am#111131
איך אויך האט געשריבן:באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

איך האב גלייך אזוי געקלערט ליינענדיג די שורות
דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:06 am#111132
איך אויך האט געשריבן:באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

שטעטעלע
געבעטעלע
מאראנצען זאפטעלע
פינקי׳לע :lol: :lol:
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:38 am#111162
שרייבער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:באלד עט נאך אויפקומען א סומאטוכע אז מאראנצןזאפט איז פינקי אליינס (ס'גראמט אויף עפעס א אופן?) סטעי טונד!

איך האב גלייך אזוי געקלערט ליינענדיג די שורות

קענסטו ווען פינקי וואלסטו נישט געקלערט אזוי, עס אינטערסירט איהם א הויקער מען זאל רעדן פון איהם.

מאראנצן, הערליך שיין באשריבן!!
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:38 am#111163
ווען כ'האב באקומען מאראנצנס אישי, האב איך געטראכט. נו... ער דארף נאך א לייק. לאמיך אים איך אים עס געבן.
יעצט דאנק איך גאט פאר דעם געטרייען פרייען סערוויס, פון אישי'ען אויף אזעלכע פארבלופקנאקעדיגע (אליין פארבריצירט יעצט) ארטיקלען. (אדער אפשר אויטאביאגראפיע..)
"איך אויך" האב געטראכט אזוי, אז דער "שרייבער" קען פילייכט זיין ער אליין.
מ'דארף ערפונדן א אפציע צו קענען לייקן א הודעה פרטית.. עבאוט טיים.
אויב וואלט עמיצער מיר געבעטן כ'זאל ווייזן א סעמפל פון א 'מבין אויף זיך אליין' וואלט איך רוהיג געקענט זאגן "מאראנצן זאפטעלע"
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:39 am#111165
מ'דארף טוישן דעם קעפל אויף מארנצעןזאפט, אן אריגינעל! פינקי איז ארגינעל? דו ביסט ארגינעל, אזאנס ארפצושרייבען מיט אלע פיטשיווקעס און נישט וואו קיין פארסמטע אדעסי -פינקי פען האסט דיך דערוואגט צו שרייבען אויך קריטיק, ס'איזארויס געוואלדיג! ארגינעל!!
בדרך אגב בין איך א פייערדיגע פען פון זיינע גראמען, כ'האב יעצט געהערט פון יידל מאנדעל'ס זוהן'ס בר מצוה, ער לייגט אראפ דארט ריזיג ווי מ'דארף נאך אן אמבולנס, ארגינעל!
און אויף דעם ניגון לעכטעלע, האב איך געהאט א ריזן ויכוח מיט איינער וואס האט מיר געטענט אז די ניגון איז פון פארן קריג!!!
דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:43 am#111169
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אונטערן 'רבי פנחס מרדכי' טיטל לערנט ער טעגליך פאר א שיעור אין ראדני. אלס שומר הפתח קען איך קלאר מעיד זיין אז ער קומט שוין דארט אן א גע'טובל'טער, די בארד טריפט אים שוין ביים טיר. פארוואס ער גייט ענדערש אין א צווייטער מקוה ווי ראדני לאזט זיך דאבאטירן. א סברא זאגט אז דאס איז אזא סארט סטאטוס, ווייל נעכטן האט מיר דער איד באצאלט א פינעווער פלאס איך זאל אים באזינגען, און דא טרעפט ער מיך מיט די לבנים ביים כשר זייף שיסל זוכן א גאנצע, ס'איז עפעס נישט פראקטיש.

ער גייט יעדען טאג און צעלים מקוה אויף ראדני קענסט אים דארט הערען איבער זאגען די וויצען וואס ער האט געזאגט א טאג פריער ביי מצוה טאנץ

שמעקעדיג האט געשריבן:הערליך, אומגלויבליך! איך קען מעיד זיין אויף כמעט יעדן ווארט, ווארום איך בין גאנץ נאנט מיט ר' פינקי, און מ'האמיר שוין אסאך געשמועסט.

גם אני מצטרף

דרך אגב ער דאווענט שבת און נייטרא און ער זיצט אויף איין טיש מיט אייזיק האניג
דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:06 pm#111242
מאראנצןזאפט האט געשריבן:איחוד, ס'איז קלאר אז פינקי איז א מחדש אין דעם הינזיכט, און זיינע אינטערעסאנטע צוזאמשטעלן האבן נישט קיין פארגלייך, אפילו מ'האט אמאל געקענט זאגן אזא ווארט.

דאס מין גראם פון וואס דו רעדסט הייסט Mosaic Rhyme, אז איין מאלטי סיליבעל ווארט גראמט מיט א צוזאמשטעל פון אפאר קלענער ווערטער, און פינקי איז זיכער נישט די ערשטע וואס נוצט, אפשר אין אידישע מוזיק. אין אלעגמיינע מוזיק איז עמינעם א גאון אין גראמען בכלל, און אין מאסעיק גראמען בפרט.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:16 pm#111244
העיקר שכחתי, א הערליכן דזשאב תפוח זהב, מאטי הונדערט און זיבן האט שוין שטארקע קאמפעטישען אין די הספדים ביזנעס.

מיר גראדע האט ער שוין באוויזן צו ברענגן צו טרערן מער ווי איין מאל, א ווארימע קול, געניאלע איידיעס, און ווי איינער האט שוין געזאגט, ער קען צאמהאקן שטותים מיט לאקשן און דיר מרגש זיין עד דכדוכה של נפש, דאס איז א קונץ.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:55 pm#111265
איך ווייס נישט אויף וואס צו קאמענטירן ערשט, אויף די ארטיקל אדער אויפן שרייבער. אלענפאלס זייער פיין באשריבן, און זייער גוט ארויסגעברענגט.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:56 pm#111266
יא יעדער טראכט דאס זעלבע. דער עולם איז פלעבערגעסטעט נאכ'ן ליינען אזא סארט ארטיקל.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:30 pm#111285
דער ארטיקל - ווי אלע ארטיקלן וואס קומען ארויס פון מאראנצן זאפט'ס פעדער - איז עפעס געוואלדיג, זיך צו באלעקן.

נאר צוויי מינדערוויכטיגע הערות - דו שרייבסט וועגן א שעיד אף פינק, מיר דוכט זיך אז עס איז שוין דא א טעיפ פון דודי קאליש דעדיקעיטעט צו פינקי'ס לחנים, אויב מיין זכרון נערט מיר נישט הייסט עס "שמע ישראל" מיט א בילד פון א איד איינגעהילט אין א טלית אויפן דעקל (און אין ארץ ישראל האט זיך עס פארקויפט אונטער'ן נאמען "התרגשות - מיטב ניגוני הרה"ח פנחס מרדכי וועבער")

צווייטנס, כאטש פינקי איז העכסט אריגינעל אין גראמען, האלט איך אז ליפא שמעלצער איז דער מלך ווען עס קומט צו גראמען. איך בין א גרויסער מתנגד פון ליפא אין אלגעמיין. כ'גלייך נישט זיינע קאמפאזיציעס, כ'ווער נישט משוגע פאר זיין קול און זיינע קאנצערטן זענען בכלל נישט מיין טעיסט. אבער איך גיי גאגא פאר זיינע גראמען. איך האב נישט יעצט קיין איינע פון זיינע גראמען לנגד עיני, אבער איך וועל ברענגן וואס איך געדענק. נעם די "כי הם חיינו" ניגון אויף א פשוט'ע איד.
הא הא גופא קושיא,
גמרא תוספות רש"י
לימא, ואי תימא, היינו היינו הך.
אין אין הכי נמי,
דברי תנא קמא,
ואיבעית אימא, רמז ראיה סמך.

דאס זעצן די ווערטער, אזוי אז עס זינגט זיך נאטורליך אז א געוואלטיגע טאלאנט פון ליפא שמעלצער, און לענ"ד קומט קיינער נישט אן לקרסולי רגליו אין דעם נקודה. נאך א ניגון וואס כ'דערמאן זיך יעצט איז ליפא'ס גראמען אויף יוסי גרין'ס התו השמיני (The Eighth Note) ווי ער זינגט אפ די נעמען פון גרינ'ס פאפולערע קאמפאזיציעס אין א גראם.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 3:29 pm#111309
:like :like :like
הפלא ופלא וואס צוויי גאט געבענטשטע הענט און א פליסיגן מח זענען אומשטאנד צו פראדעצירן! פינקי ארויף פינקי אראפ, מאראנצןזאפט! זה הא!
מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:59 am#179458
אוי פינקי אוי פינקי די שיינסט און די ברענסט,
אזויפיל טאלאנט פאר אונז אהערשטעלן די קענסט,
ווייל די ביסט דער איינציגסטער אמת הארץ וואס מיר פארמאגן,

וכו' וכו'

אוי פינקי, די ביסט געוואלדיג אזויפיל טאלאנט, אזויפיל הארץ, אזויפיל חידושים אין איין מענטש, דאס איז ממש הפלא ופלא. אבער א נקודה וואס מען האט נאך נישט ארויס געברענגט דא, איז, די חידושים וואס ער קומט אויף ביי יעדע גראמען, די מעשיות, די משלים, עס איז עפעס צום באווינדערן, אפגערעדט אז ער קען א געוואלד מיט מעשיות און משלים (וואס לכאורה מאכט ער אליין) , אבער פון קענען אסאך מעשיות האט מען גארנישט, די חידוש איז, ווי שיין ער שטעלט א יעדע זאך צו צום ענין, אזוי הערליך און שיין אז עס שטימט א מחי'.

אבער דאס וואס איך חידוש מיר די מערסטע איז, אז מ'קען כמעט נישט געפונען אז ער זאל איבער זאגן א איידיע, א מעשה, א משל, מער ווי איין מאל, איר כאפט וואס דאס מיינט? יעדע נאכט גראמען, שוין פאר צענדליגע יאר'ן, און אלס האבן פרישע סחורה און פרישע געדאנקען?, קען זיין איך מאך א טעות, אבער איך האב שוין געהערט פון איהם א געוואלד מיט חתונות, און איך געדענק נישט אז איך זאל האבן אמאל איבער געהערט א מעשה, משל וכדו,'
פינקי קיפ אפ יאר גוד ווארק!! די ביסט א master peace !
מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:08 am#179459
חלום חלמתי
מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:05 pm#179498
עפעס וואלט געדארפט געשריבן ווערן איבער זיין טעכניק פון נוצן שטארבן צוצולייגן וואג און דראמא צו סיי וועלכע משל אדער נמשל.

די מאמע האט געזאגט שלהמהלע.... וכו... און די מאמע איז געשטארבן.

די בלינדע טאטע האט געזאגט מיין קינד דו זונגזט דאך מלא חן אזוי שיין, און די טאטע איז געשטארבן ערב יו"כי.

כקען אפשר צינדן א ליכטל פארן שטארבן?

כקען דוכנען פארן שטארבן?

ועוד רבות כאלה

דוק ותשכח,רובא דרובא פון זיינע מאנאלאגן ווערן געפירט אויפן קראנקן בעט פארן שטארבן, דערנאך געט יענער א שטארב אפ אלץ עקסלעמעישאן מארק.

לעומת זה ר' יום טוב ערליך וואס איז א אמתע זשעני געווען, האט געקענט ערצייגן דראמאטישע מאמענטן אן שטארבן.
מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:24 pm#179507
דאס רעדט אבער גלייך צום הארץ.
מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:26 pm#179509
טעפל האט געשריבן:דאס רעדט אבער גלייך צום הארץ.


צוקער רעדט גלייך צו דיינע טעיסט באדס, אבער א מייסטער שעף נוצט עס אין מאדעראציע.
מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:29 pm#179566
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עס 'רינט' טרערן
פינקי שמועסט מיט'ן טרערל און זאגט אים רין נאר רין.
מלשון קום נאר קום.
און עס גראמט מיט איך בין.
איי סגעוואלדיג.

אז די קענסט דאס אזוי שיין מסביר זיין אפשר קענסטו מיר שוין מגלה זיין צו סאיז דא נאך אזעלעכע וואס ריפן זיך אדער הייסן הארש'לע
און וואס איז דאס עפעס א עצה פון לייגען כאטש איין פרשה'לע תפילין גייט דאס נישט אריין אין די איסור פון לא תגרע???



הארשל'ע כאפ איך נישט וואס דו פרעגסט. אויב האט מען א גוטע גראם איז דער כלל אז ממעג אביסל קוועטשן און פארטוישן דאס קלאנג פון א ווארט.
איין תפילין הייסט נישט קיין בל תגרע, ווייל תפילין של יד ושל ראש זענען צוויי מצות און ווען מהאט נאר איינס לייגט מען איינס, אבער ווי קומט עס דא אריין מעג איך וויסן?

מיין שאלה איז פארוואס דארף ער באשאפען נעמען און נאכדעם זיך מיטשענען מיט א גראם אויף דעם מה לו לצרה הזאת איך למשל וואלט געזאגט:
די האסט געלאכט מיט דיין חבר זבילין
די טאטע איז געשטאנען און געבעטן לייג כאטש איינמאל תפילין

און בנוגע די ענין פון בל תגרע, פינקי טענה'ט דארט אז די טאטע איז געשטאנען און געבעטן אז מרדכילע זאל כאטש לייגען איין פרשעלע דיין תשובה ווערט מיר נישט פארענטפערט
פליז עקספלעינען
מאנטאג יאנואר 27, 2014 3:45 pm#179568
רבותי
ס'איז נישטא אין די וועלט ציבאקימען א קליפ די בוני עולם מצווה טאנץ פון פינקי 2009
וואס לויט אלעמען איז דאס די HIT פון פינקי פאר די לעצטע צענדליגע יארן, די לייבן שטימע די מייסטערהאפטיגע גראמען און די געלונגענע הארמעניס און די חידוש פון דעם איז אז עס איז אהן מוזיק וואס דאס דארף מען שוין טאקע קענען באוויזען
פליז איך וואוין אין די מרחקים ווען איך וואוין דארט וואלט איך זיכער געמאכט דאס צי אויפכאפען און מהנה זיין די עולם
סא פליז קען איינער א טובה טון און זיכער מאכן גלייך צו אויכאפען דעם מעמד און די פרעזענטעישאן און אינז אלעמען מחיה זיין
פאר די אלע מאמעס וואס האבן א טרער אויפן פנים
אויסבעטן פאר זיי א נחמה
ותפקוד לכל חשיכי בנים
בזרע של קיימא
איינמאל פאר אלעמאל
אחת ואחת
ישמע בבתי כל ישראל
א קול פון יודיש נחת
דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:07 am#179748
נעכטען ביים בוני עולם די איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס #פינקי מיט זיין זון האבען אינאיינעם געגראמט,


ביים זיך גרייטען מיט #המזמרים מיט די שפילער טובי טעסלער,
image.jpg
הה
image.jpg (128.02 KiB) געזען געווארן 3714 מאל


ביים גראמען/זינגען, זיין זון שטייט ביי די בימה,
דינסטאג יאנואר 28, 2014 8:25 am#179749
א קליפ פליז
דינסטאג יאנואר 28, 2014 10:47 am#179760
וויאזוי איז עס געוועהן מיט זיין זוהן??
דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:02 am#179764
הערליך איז נישט די ווארט
דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:09 am#179765
לעמיל האט געשריבן:הערליך איז נישט די ווארט

עפעס מער ר' לעמילע.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:51 pm#180561
קוקט אויס אז דער היי יעריגע בוני עולם פרעזינטעישאן איז נישט געווען אזוי געלונגען ווי די פריעדיגע
ווייל אויב יא טא פארוואס איז שוין אריבער דריי טעג און מ'הערט גארנישט
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 10:40 pm#180598
פלעין יודיש האט געשריבן:קוקט אויס אז דער היי יעריגע בוני עולם פרעזינטעישאן איז נישט געווען אזוי געלונגען ווי די פריעדיגע
ווייל אויב יא טא פארוואס איז שוין אריבער דריי טעג און מ'הערט גארנישט
עס איז יא דא צו הערן, און ביזט טאקע גערעכט. עס קומט נישט צו צו די פאריגע פינקי-בוני עולם סחורה, די עיקר באדערט מיך ווי מ'הערט די עולם פלאפלט אוועק, קוקט אויס אז ער האט נישט געהאט די זאל אין הענט, אבער ער זאגט פיין, פינקי איז פינקי...
אל הנער הזה.....
פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:30 am#180625
בוני עולם און ארסיסיעס האבן ביידע געמאכט דינערס די וואך? פארוואס פון ארסיסיסעס פארט ארום אסאך קליפס און פרעזענטאציעס און פון בוני עולם איז פארשפרייט זילטש? #סתםנייגעריג
פרייטאג יאנואר 31, 2014 9:07 am#180659
לך לך האט געשריבן:
פלעין יודיש האט געשריבן:קוקט אויס אז דער היי יעריגע בוני עולם פרעזינטעישאן איז נישט געווען אזוי געלונגען ווי די פריעדיגע
ווייל אויב יא טא פארוואס איז שוין אריבער דריי טעג און מ'הערט גארנישט
עס איז יא דא צו הערן, און ביזט טאקע גערעכט. עס קומט נישט צו צו די פאריגע פינקי-בוני עולם סחורה, די עיקר באדערט מיך ווי מ'הערט די עולם פלאפלט אוועק, קוקט אויס אז ער האט נישט געהאט די זאל אין הענט, אבער ער זאגט פיין, פינקי איז פינקי...
אל הנער הזה.....

א נייע מעשה, עס דארף זיין שטיל ווען א זינגער גארגלט זיך...

ווייל אפאר אינגלייטלעך גייען משוגע פאר פינקי דארף די גאנצע זאל זיין שטיל? ווען די אינגעלייט וועלן זיין שטיל ביי א דרשה, וועט מען קענען דעבאטירן צו מען דארף זיין שטיל ווען פינקי זינגט.....
פרייטאג יאנואר 31, 2014 10:09 am#180661
דארפן דארף מען צאלן שטייער.
געווענליך ווען אזאך איז אינטערעסאנט איז שטיל.
משולם, האסט פארגעסן דיין קאווע זעט אויס.
מוצ"ש פעברואר 01, 2014 8:35 pm#180722
אבי גערעדט האט געשריבן:בוני עולם און ארסיסיעס האבן ביידע געמאכט דינערס די וואך? פארוואס פון ארסיסיסעס פארט ארום אסאך קליפס און פרעזענטאציעס און פון בוני עולם איז פארשפרייט זילטש? #סתםנייגעריג


ס'איז לכאורה דא זאכן וואס מ'דארף פאררעכטן
בד"א כ'הער פון אסאך אז פינקי איז טאקע גוט געווען שיינע ניגונים שיין געזונגען אבער די ס'איז נישט געווען מוראדיג ווי אויך די אינהאלט איז נישט עפעס ווייסאיכוואס
זונטאג פעברואר 02, 2014 7:55 am#180812
מ'רעדט און רעדט
און ס'איז נאכאלס גארנישט דא ווי מ'קען עס הערן
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:49 pm#182097
[quote="סאשי פיש"]נעכטען ביים בוני עולם די איז געווען די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס #פינקי מיט זיין זון האבען אינאיינעם געגראמט,


זאגטס מיר דער פינקי junior טויגט אויף עפעס,וויפוהל קילא ניצט ער למשל אויף נעעעעעהי בכי תמרורים אזוי ווי דער טאטע אדער לפחות בדומה, ווייל איוב נישט ברויכט מען שיקען אויף נאך אפאהר יאהר שטודירען
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:01 pm#182123
דערווייל איז נישט קיין סאך ארימגערעדט געווארן וועגן די חלק פון פינקי'ס חוש און אראפלייגען א גיטען JOKE וואס בעצם דאס האט קיינע שייכות מיט די חוש פון גראמען
מאראנצען זאפט איך ווארט זאלסט אצינד מרחיב זיין בדיבור, איך באדינוג זיך מיטן צילייגן א קליפ.
[youtube]http://http://www.youtube.com/watch?v=seTGeJhOej0[/youtube]
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:01 pm#182124
דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 9:19 pm#182134
זאגן וויצן איז נישט פון זיינע שטארקע טאלאנטן
מאנטאג מערץ 03, 2014 7:36 pm#188229
עפעס פרישע סחורה???
מאנטאג מערץ 03, 2014 7:55 pm#188234
פלעין יודיש האט געשריבן:עפעס פרישע סחורה???

ווילסט טאקע וויסן אדער האסט פלעין שוין זייער שטארק געוואלט ווערן א ידיד השטיבל האסטו געפרעגט די שאלה ?