פארומס › קאווע שטיבל • וואס איז אייער בעסטע פילם?

קאווע שטיבל • וואס איז אייער בעסטע פילם?

236 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #369
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג יאנואר 15, 2016 9:06 am#317597
איך ליב דיזני'ס "פארפרוירן". איך האט געוואכט עס זעקס צייטן.

♪ לאז ארויס, לאז ארויס.. איך בין הימל, אייז און ווינט.. לאז ארויס, לאז ארויס! זייער שטארק איז מיין געמיט! ♪

(אַנאַ איז צו זיס! זי מאכט מיר משוגע XD)
פרייטאג יאנואר 15, 2016 3:30 pm#317647
זי איז נישט נאמאנירט פאר אן אסקער

ווידער סינדערעלע איז נאמאנירט אונעם קאטאגאריע פון בעסטער פארשטעלעכטצער
מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:06 am#317663
Chuchem האט געשריבן:זי איז נישט נאמאנירט פאר אן אסקער

ווידער סינדערעלע איז נאמאנירט אונעם קאטאגאריע פון בעסטער פארשטעלעכטצער

ווער האט דאס געזאגט אין דאס אשכול? נישט מיר. איך האט בלויז געזאגט וואס איך ליב "פארפרוירן".

דער לייוו אקציע "סינדערעלא" פון 2015, אדער דער 1950 אנימירטער פילם? איך פארשטיי נישט וואס די שייכות איז צו מיין רעאקציע.
מאנטאג יאנואר 18, 2016 4:52 pm#317915
העי נאו האט געשריבן:א זייטיגע זאך, עס קען עפשר צוניצקומען פאר איינעם פון דא,.
איך ניץ כמעט נאר נעטפליקס צו וואטשן, איז אבער דא א פראבלעם אז די אויסוואל איז נישט צו גרויס, איז נעטפליקס האט אין יעדע לאנד רעכטן פאר אנדערע מאוויס אין טיווי שאוס, למשל דא אין די us טארען זיי נישט ווייזן שאוס וואס באלאנגט פאר showtime ווי למשל homeland, Dexter, וכד', אבער אין אנדערע לענדער ווייזן זיי יא די שאוס. איז ניץ איך א וועבסייט וואס הייסט Unblock-Us.com עס קאסט מיר טאקע נאך $4.99 א חודש אבער פאר מיר איז עס ווערט אלע געלטער, ווי אזוי דאס ארבעט איז אז מען טוישט די DNS צו זייער DNS וואס זיי געבען דיך, אין אויף זייער פראנט פעיטש האבן זיי די אפשען אנצושטעלן נעטפליקס אין וועלעכע לאנד די ווילסט, אין כמעט א יעדע לאנד האט נעטפליקס זאכן וואס זיי האבן נישט ערגעץ אנדערש.


נעטפליקס פארשפרעכט אפצושטעלן די גניבה:

Netflix, which now offers streaming service in some 190 nations, says it’s going to bring the hammer down on people who circumvent country-based content licensing restrictions using proxies or “unblockers.”

Within the next few weeks, Netflix subscribers using proxies and unblockers will only be able to access the service in the country where they are currently located, VP of content delivery architecture David Fullagar wrote in a blog post.

m http://variety.com/2016/digital/news/ne ... 201680010/ m
מאנטאג יאנואר 18, 2016 10:28 pm#317997
וואס גייט דאס אן פאר נעטפליקס?
דו בוסט דאך זייער קאסטומער, דו גנבסט נישט פון זיי.
פרייטאג יאנואר 22, 2016 1:40 am#318479
מיטוואך יאנואר 24, 2018 4:08 pm#394163
קאמפיאטער האט געשריבן:אפשר שוין גערעד דא ערגץ.

וויאזוי הייסט די מאווי פין די ארעסטאנט (צוויי..? ) וואס איז אנטלאפען פין די אינזעל תפיסה? ווייסט איינער וואס איך מיין?

איז עס עוועילעבעל פאר א דאוינלאויעד? אדער קען איינער מיר עס מזכה זיין?

3 Alcatraz inmates survived 1962 escape, swam to land, letter suggests
m http://www.foxnews.com/us/2018/01/24/3- ... gests.html m
מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 6:03 pm#416257
chaims האט געשריבן:TWELVE ANGRY MEN

לשבחו יאמר אז עס האט בלויז מענער (אויסער די ערשטע מינוט וואס מען זעהט א ריכטערין)
און עס איז [דאך...] זייער אינטערסאנט
מיטוואך נאוועמבער 07, 2018 8:44 pm#416263
איש חזון האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:TWELVE ANGRY MEN

לשבחו יאמר אז עס האט בלויז מענער (אויסער די ערשטע מינוט וואס מען זעהט א ריכטערין)
און עס איז [דאך...] זייער אינטערסאנט
איך וואלט געזאגט אז דאס וואס סאיז אין איין צימער און נאר בלעק און ווייט אזוי אלט און נאכאלץ א העכסט אינטרעסאנט און אנציענדיג דאס איז די מעלה אויך די נקודה וואס ווערט ארויסגעברענגט נאר מענער איז אויך א מעלה אזוי קען מען עס ווייזן פאר די קינדער

Sent from my SM-G935V using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 1:34 pm#416288
איש חזון האט געשריבן:
chaims האט געשריבן:TWELVE ANGRY MEN

לשבחו יאמר אז עס האט בלויז מענער (אויסער די ערשטע מינוט וואס מען זעהט א ריכטערין)
און עס איז [דאך...] זייער אינטערסאנט


לשבחו?

מתוך שבחו אתה בא לגנותו...
זונטאג אפריל 26, 2020 5:23 am#446730
Inception (2010)
כאטש וואס איך האב נישט ליב סייענס פיקשן דאך איז עס פון מיינער בעסטע פילמען אלץ די טיפקייט פון די מעשה.
( און בכלל האב איך ליב נאלען'ס מהלך)



Shutter Island (2010)
אויכעט אלס די מיסטעריע מיט וואס מ'פארבלייבט (מיסטעריע / פסיכאלאגישע ת'רילער)
מאנטאג אפריל 27, 2020 3:37 pm#446831
נישט געזעהן קיין סאך פילמס, דאקומענטריס איז מיר די באליבסטע דזשאנער אין פילם.

די בעסטע סעריע? Desperate Housewives

ווי אויך Nikita און Leverage
זונטאג מאי 17, 2020 8:56 pm#448815
“Forrest Gump” was next level for me and my wife we laughed we cried! I go crazy for Tom Hanks I thought that’s really him that’s how good he act’s


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג יוני 26, 2022 10:07 pm#503052
שוין אפאר וואכן צירוק האב איך געזען צום ערשטן מאל דעם מייסטערהאפטיגן מאווי, טיטאניק, פון יאר 1997, מאנכע שרייבן שוין פאר יארן צירוק אז דאס איז זייערע בעסטע פילם, קוק נאר אויף די ערשטע בלאט פון דעם אשכול,
און איך נאכן דאס וואטשן מוז איך אויך זאגן אז אזא פילם האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען, עס איז טאקע איבער דריי שעה לאנג, אבער עס גיבט א עכטע לעבעדיגע געפיל פון וואס עס האט זיך אפגעטון בשעת די טיטאניק שיף האט געזינקן,
און עס האט אויך א (פיקטיווע) רימאנטישע מעשה, וואס ברענגט שטארק ארויס וואס עס מיינט עכטע ליבע,

עס איז שטארק רעקעמאנדירט, און אויב איז דא איינער וואס האט עס נאכנישט געזען דא, זאל עס שוין גיין קוקן,

דא איז עס אויף די מאווי וועלט טעלעגראם טשענעל,

https://t.me/movievelt/125714
מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am#503080
עצי שטים
Titanic
גם אני בחלומי, עס געזעהן קוים לעצטנס און באוויינט די טעג וואס איך האב נישט געוויסט פון דעם אור...
איך מיין גראדע אז די ראמאנס געשיכטע איז די עיקר פון די מאווי -
My heart will go on and on!!
מאנטאג יוני 27, 2022 12:58 pm#503092
עצי שטים
שוין אפאר וואכן צירוק האב איך געזען צום ערשטן מאל דעם מייסטערהאפטיגן מאווי, טיטאניק, פון יאר 1997, מאנכע שרייבן שוין פאר יארן צירוק אז דאס איז זייערע בעסטע פילם, קוק נאר אויף די ערשטע בלאט פון דעם אשכול,
און איך נאכן דאס וואטשן מוז איך אויך זאגן אז אזא פילם האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזען, עס איז טאקע איבער דריי שעה לאנג, אבער עס גיבט א עכטע לעבעדיגע געפיל פון וואס עס האט זיך אפגעטון בשעת די טיטאניק שיף האט געזינקן,
און עס האט אויך א (פיקטיווע) רימאנטישע מעשה, וואס ברענגט שטארק ארויס וואס עס מיינט עכטע ליבע,

עס איז שטארק רעקעמאנדירט, און אויב איז דא איינער וואס האט עס נאכנישט געזען דא, זאל עס שוין גיין קוקן,

דא איז עס אויף די מאווי וועלט טעלעגראם טשענעל,

https://t.me/movievelt/125714
איינער האט מיר געבעטן אין אישי אויסצוקלארן, אז די מאווי האט א נאוד סיען (אזוי ווי רוב מאוויס) איז טאמער זענט איר מקפיד דערויף, דאן איז דאס נישט פאר אייך,

וואס איך האב געוואלט זאגן דא איז, אז איינער וואס קוקט ממילא, זאל כאטש קוקן עפעס וואס איז מלא וגדיש מיט תוכן, ווי איידער עפעס וואס מען וועט פילן נאכדעם אז עס איז געווען סתם א שאד די צייט
(א זאך וואס מאכט זיך גאנץ אפט צו מיר, אפילו שוין נאכן זיכער מאכן פארדעם צו קוקן רעוויוס וכדומה)
מאנטאג יוני 27, 2022 4:26 pm#503108
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
Once upon a time in America
And all the other films by producer Sergio Leon:
Duck you sucker
The good the bad and the ugly
Once upon a time in the west
און פארשטייט זיך The Godfather

אויך ווייס איך דאס יעדע מאווי וואס Ennio Morricone קאמפאזירט די מוזיק איז ווערט צו זען
Combat TV series
מאנטאג יוני 27, 2022 4:28 pm#503109
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
The seventh seal
זונטאג דעצעמבער 11, 2022 9:07 pm#513647
לעצטנס זיך אנגעשטוסן אין א טערקישער TV show פון וואס מיר האבן זייער הנאה געהאט.
yeter רעדט זיך איבער א פרוי וואס איז געפאלן אין ליבע און געהייראט א הויכגעשעצטע כירורג, אבער אין די זעלבע צייט א ביטערע נארסיסיסט וואס מאכט איר חרוב דאס לעבן, זי פרובירט זיך ארויסצוזען פון די מעריזש דורך די הילף פון יוגנט פריינט, אבער אלע פלענער ווערן צושטערט דורך זיינע פסיכאלאגישע מאניפולאציעס...

אויף סדרות איז עס דא מיט עברית סובטייטלס. (אין עברית: נישואים אפלים)

די שאו גיט אן ארומנעמנדער אריינבליק אין א גענצליכער פרעמדער קולטור און לאנד - איינס פון די סיבות פארוואס מיר האבן אזוי הנאה געהאט דערפון.
די שאו איז זייער רואיג און סאליד אן קיין גראפישע ווילדע אדער געשלעכטליכע סצענעס.
מיטוואך פעברואר 8, 2023 4:35 pm#516751
קען מיר איינער זאגן מער איבער İstanbullu Gelin (הכלה מאיסטנבול)?
זונטאג אפריל 2, 2023 8:03 pm#520410
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
זונטאג אפריל 2, 2023 8:18 pm#520419
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
שכוח פאר די רעקאמענדאציע
פארוואס נישט קוקן אויף וויקיפעדיע פארדעם? ספוילערס?
זונטאג אפריל 2, 2023 8:21 pm#520420
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
טראפעלע
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
שכוח פאר די רעקאמענדאציע
פארוואס נישט קוקן אויף וויקיפעדיע פארדעם? ספוילערס?
בעסער ווען מען האט נישט קיין איינונג וואס דא גייט פאר....

Sent from my Pixel using Tapatalk
דינסטאג אפריל 4, 2023 4:44 am#520657
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
כאב עס געזעהן און כבין אוועק זייער צעמישט, וואס איז די פוינט פון די מאווי?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
דינסטאג אפריל 4, 2023 5:03 am#520660
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
שערי יושר
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן

Sent from my Pixel using Tapatalk
כאב עס געזעהן און כבין אוועק זייער צעמישט, וואס איז די פוינט פון די מאווי?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
דאס איז די פאינט!
עס הייסט א "psychological thriller".
מיטוואך אפריל 5, 2023 12:05 pm#520814
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
א שטיקל הסברה לגבי די סוף....
https://youtu.be/1SiNL_02StY

אגב די פלאן פון די מאווי איז געווען אז יעדער גייט עס איבערקוקן צוויי מאל
https://www.reddit.com/r/movies/comments/mgq6lf/shutter_island_2010_was_made_to_be_watched_twice/?utm_source=share&utm_medium=android_app&utm_name=androidcss&utm_term=1&utm_content=share_button

Sent from my Pixel using Tapatalk
זונטאג אפריל 9, 2023 5:59 pm#520928
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איינער מיט עפעס א אלטערנאטיווע פאר בלעקליסט?
גוגל סוירטשעס האט מיר נישט צופיל געהאלפן, אלעס לויפט אויף די זעלבע שניט, איך דארף עפעס פריש, עפעס וואס העט מיר אראפ שמידן פאר עטליכע חדשים…
זונטאג אפריל 9, 2023 6:37 pm#520930
נעקסט לעוועל
איינער מיט עפעס א אלטערנאטיווע פאר בלעקליסט?
גוגל סוירטשעס האט מיר נישט צופיל געהאלפן, אלעס לויפט אויף די זעלבע שניט, איך דארף עפעס פריש, עפעס וואס העט מיר אראפ שמידן פאר עטליכע חדשים…
דאס איז א טיווי שאו נישט קיין פילם. פרעג דא
מאנטאג אפריל 10, 2023 12:56 am#520972
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן
שכח פארן רעקאמענדירן, כ'האב עס נארוואס פארענדיגט. אוי פארדרייט עס דעם קאפ. עס האט מיר געהאלטן געשפאנט ביז צום סאמען ענדע!
מאנטאג אפריל 10, 2023 1:08 am#520986
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
שמן למאור
Cheim
איך וואלט שטארק רעקאמענדירט די באקאנטע shutter island ממש א לייף טשענגער
נישט נאכקוקן קיין וויקיפעדיע פארן וואטשן
שכח פארן רעקאמענדירן, כ'האב עס נארוואס פארענדיגט. אוי פארדרייט עס דעם קאפ. עס האט מיר געהאלטן געשפאנט ביז צום סאמען ענדע!
נו וואס איז די סוף איז האט מען עם טאקע פארדרייט א קאפ אדער איז טאקע דער דאקטער?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
מיטוואך מאי 24, 2023 5:47 pm#526011
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
די סוף איז אז ער איז משוגע געווארן אין פראדוצירט א מעשה כדי זיך אליינס צו פארענטפערן....
קוק איבער א צווייטע מאל נאכ'ן כאפן די טוויסט

Sent from my Pixel using Tapatalk
מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 12:12 am#535417
RED 2010 איז זייער געשמאק צו וואטשן... ווי אויך די צווייטע RED 2 2013

גוטע אקטיארן, און אייזענע קאמעדי!
מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:32 am#549244
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
1923Das Alte Gesetz
מאנטאג פעברואר 12, 2024 12:35 am#549245
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
פרנס החודש #
1923Das Alte Gesetz
איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס דער עולם זאגט דערצו
מען קען עס זען אויף יו טוב. עס האט פראצויזיש און דייטשע אונטערטיטלען עס ברויך נישט זיין שווער צו פארשטיין… מען קען גאר טענה׳ען אז עס איז אויף אידיש. עס איז א שטילע פילם אזויווי אלע גאר אלטע פילמען.
מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:47 pm#549319
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די ענטעבי פילם אויפן געוועב?
מאנטאג פעברואר 12, 2024 9:46 pm#549384
Re: וואס איז אייער בעסטע פילם?
חכם עתיק #
איז דא ערגעץ ווי מען קען זעהן די ענטעבי פילם אויפן געוועב?
Telegram