Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » קאווע שטיבל • זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?

קאווע שטיבל • זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
77 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3710
דינסטאג מאי 07, 2013 4:16 pm#112768
זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?
עס קומט איצט פאר א גרויסער קאמפיין פאר דעם "מעמד 'הדר קבלוה'", וואס וועט פארקומען אין עטלעכע געגנטער אין ניו-יארק, וואו מ'וועט אנגעבלעך נאר מחזק זיין די 'תקנות' קעגן דעם אינטערנעט וועלכע זענען באשטעטיקט געווארן א יאר צוריק אין 'סיטיפיעלד' סטאדיום אין ניו-דזשערסי, ביי דעם 'כינוס כלל ישראל'.

אפיציעל זאגן די ארגאניזירער אז דער איצטיקער 'מעמד' וועט בלויז דינען אויף חזרה, פריש איבערצוגיין די 'תקנות' וועלכע מ'האט דאן מקבל געווען אויף זיך באהבה, שרייענדיק "רוצה אני!" אבער די פאקטן זענען גוט באקאנט אז דער איצטיקער צוזאמענקום איז א פרישע פראבע פון די 'עסקנים' און קלעריקאלן זיך ארויפצוזעצן אויף דעם ציבור און ארויפצווינגען אויף זיי זייערע דיקטאטן, נאכדעם וואס די ישועה וואס האט געזאלט קומען פון דער פאראיאריקער אסיפה איז געווען א קאלאסאלער דורכפאל.

נישט אז דער ציבור נוצט נישט קיין פילטערס – יעדער אנשטענדיקער מענטש פארשטייט אז מ'דארף היטן די קינדער פון שעדלעכע וועבזייטלעך און פארנאגראפיע. דער פראבלעם פון די עסקנים און קלעריקאלן איז נישט פארנאגראפיע, נאר דווקא דעם פרייען ווארט פון דעם אינטערנעט, דאס וואס מ'רופט 'פרי ספיטש'. א קעי-9 פילטער וואס ארבעט גוט אויסצורוימען דעם אינטערנעט פון שמוץ בלאקירט נישט דעם מענטש פון קענען זען דעות וואס זיי ווילן נישט אז דער דורכשניטלעכער מענטש זאל וויסן אז זיי עקסיסטירטן. זיי ווילן אז איר זאלט דווקא נוצן א פילטער פון א פירמע וואס איז אונטער זייער קאנטראל, אזוי זיי זאלן קענען אליין מחליט זיין וואס איר מעגט יא לייענען און וואס נישט.

ווי די שמועה לויטעט איז זייער עצה ארויפצוצווינגען עסקנים-קאנטראלירטע פילטערס דורך צווינגען עלטערן וואס האבן קינדער אין די מוסדות-התורה אריינצושיקן צו דער הנהלה א באשטעטיקונג פון אזא סארט פילטער-פירמע אז דער נעמלעכער פארמאגט טאקע זייערע באדינונגען. דאס הייסט אז די פירמע וועט באשטעטיקן, לכאורה מיטן שרייבן אייער קאנטע-נומער, וואספארא באדינונגען איר באקומט פון זיי. אזוי, האלטן זיי, וועלן זיי פארזיכערן אז יעדנס אינטערנעט-באנוץ און באנוץ פון פרייען ווארט וועט גענצלעך זיין קאנטראלירט דורך זיי.

דאס האט איר דאך אוודאי געוואוסט ביז איצט אז אויב איר נוצט אינטערנעט פון א היימישער פירמע קען די פירמע נאכקוקן אלעס וואס איר טוט אויפן וועלטלעכן געוועב. די בעלי-בתים און טייל ארבעטער פון דער פירמע קענען זען וואס איר שרייבט אויף 'קאווע שטיבל', 'אייוועלט' און 'וואס איז נייעס', וועלכע ווידעאס איר קוקט, וואס איז זוכט אויף 'גוגל', און אפילו וויפיל געלט איר האט אין באנק, אלע פראדוקטן וואס איר האט געזוכט און באשטעלט ביי 'אמאזאן', די סודות פון וואנעט איר באשטעלט סחורה פאר אייער ביזנעס, און אימעילס וואס איר שרייבט. איז עס לעגאל? ניין. אבער זינט ווען שטייען לעגאלע שטיינדלעך אין וועג פון א חרדישן ציל?

איצט, מיט דער קאלאבאראציע פון די הנהלות פון די מוסדות מיט בעלי-בתים פון די פילטער-פירמעס, ווערט אייער פריוואטקייט איבערגעגעבן אין די הענט פון אייערע קינדערס מנהלים. אז עס וועט זיך מאכן אן אומגינסטיקע שמועה אויף אייך, וועט דער מנהל האבן די פולע קאאפעראציע פון אוממאראלישע פילטער-פירמעס וועלכע וועלן ארויסגעבן א-ל-ע-ס איבער אייך. גארנישט איבער אייער פריוואטן לעבן און ביזנעס וועט בלייבן פארהוילן – איר וועט זיין אין פולן קאנטראל פון די היימישע פירמעס וועלכע קאלאבארירן מיט די בארבארישע קאנטראל-מייסטער. אייער זונס מנהל וועט וויסן וועלכע שעות פון טאג אדער נאכט איר פארברענגט אויפן אינטערנעט, וועלכע וועבזייטלעך איר באזוכט, וואספארא אינטימישע בגדים אדער חפצים איר האט באשטעלט אויף אמאזאן, און אייער גאנצער הלוך-ילך.

וואס איז די עצה? איך וואלט געהאפט אז די וואס פארשטייען צו דעם חילוק פון די פארשידנארטיקע היימישע פילטערס זאלן דא קומען ערקלערן וואס מ'קען טאן אויסצוקרויזן דעם בארבארישן קאנטראל. אבער דאס וויכטיקסטע איז: אויב איז מעגלעך, דערציילט נישט אז איר פארמאגט אינטערנעט. יא, לייקנט! זאגט ליגנט! פריוואטקייט איז אייער לעבן – קיינער קען דאס נישט אוועקנעמען פון אייך. אויב ליגנט איז דער פרייז וואס איר דארפט באצאלן כדי צו קענען באהאלטן די פארבארגנסטע חלקים פון אייער לעבן, טוט עס מיט א רואיקן געוויסן סיי מצד מענטשלעכקייט און סיי על-פי תורה.

אויב איר האט אינטערנעט אינדערהיים, קויפט אייך א ביליקן לעפטאפ וואס זאל גענוצט ווערן אן אינטערנעט – אין פאל די ראדיקאלן פארלאנגען פון אייך צו זען אויב אייער קאמפיוטער פארמאגט איבערבלייבענישן פון אינטערנעט-באנוץ. אויב זענט איר געצווינגען צו מודה זיין אז איר פארמאגט אינטערנעט, און איר זענט געצווינגען צו נוצן די באדינונגען פון די היימישע פירמעס, זאל איר נישט נוצן דעם אינטערנעט אויף סיי-וועלכע פון אייערע פריוואטע געברויכן. איר דארפט האבן נאך אן אינטערנעט-באדינונג און דאס נוצט צו קויפן אין אמאזאן, באצאלן אייערע בילס, אריינגיין אין אייער באנק קאנטע, שרייבן אויף סאציאלע וועבזייטלעך, און דאס-גלייכן.

איר האט א גאט-געגעבענעם צלם-אלוקים, איר זענט א מענטש פאר זיך און איר קענט נישט לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז וואו רבנים און עסקנים קענען אבזערווירן יעדן ריר וואס איר גיט. דער אינטערנעט איז א חלק פון אונדזער היינטיקער לעבן, און פרטים פון אונדזער פריוואטן לעבן טארן נישט זיין הפקר!
דינסטאג מאי 07, 2013 4:41 pm#112775
וואס איז דאס "אינטערנעט"? עס קען זיין אז איך האב. איך ווייס דאך אבער, טאטע זיסער, נישט וואס דאס איז. פאראיאר האב איך געקויפט א מעדזשיק מארקער, איז אינעם פעקל מיטגעקומען א באנוס א פעקעלע "סטעישאנערי" פאפיר. זעסט, סטעישאנערי פאפיר ווייס איך וואס דאס איז; קען איך זאגן בפה מלא: יא, ביי מיר אינדערהיים געפינען זיך פון די דאזיגע פאפירלעך. אויב ווילט איר, חשוב'ע חברי הנהלה, וויסן צי איך האב אינטערנעט, דארפט איר מיר מסביר זיין וואס דאס איז. (אפשר איז עס געקומען צוזאמען מיט'ן בוש-מיקסער וואס כ'האב געקויפט לכבוד שבועות.)

א פאקס-מאשין האב איך אויך. והא ראי', איך שרייב אויף קאווע שטיבל. (איך ניץ דעם פאקס פאר נאך זאכן; אבער בעיקר האב איך עס געקויפט פאר קאווע שטיבל.)
דינסטאג מאי 07, 2013 4:42 pm#112776
עוצו עצה.
דינסטאג מאי 07, 2013 4:50 pm#112784
רב החובל האט געשריבן:עוצו עצה.

מען ווען גיין צו די נשים, די ווייבער פון די מענער-מנובלים.



דער חזון איש האט גע'פסקנט אז דאס אז א פרוי זאל זיין אונטער די השפעה און פירערשאפט פון א מאנס פערזאן איז יהרג ואל יעבור!
יא, דאס איז די סמך פאר די בארימטע יהרג ואל יעבור פסק ביי גיוס בנות, און דאס איז ביי בתולות, כל שכן הנוגע לעניננו.
ווער האט דא ערווענט די "תבעל להגמון תחלה?"
אה, לפי החזון איש, לאזן די ווייבער מיטארבעטן מיט די אנטי אינטערנעט מערכה איז יהרג ואל יעבור!
דינסטאג מאי 07, 2013 5:11 pm#112790
עס גלייבט זיך שווער מיט וואספארא נידערטרעכטיקע מיטלען מאנכע חלומ'ן צו קאנטראלירן דעם ציבור, ווי העצן ווייבער קעגן מענען, קינדער קעגן טאטעס אא"וו. מ'זעט בחוש ווי עס ווערט מקוים וואס שטייט אין משנה סוף סוטה וואס וועט זיין בעקבתא דמשיחא: נערים פני זקנים ילבינו, זקנים יעמדו מפני קטנים, בן מנוול אב, בת קמה באמה, כלה בחמותה, אויבי איש אנשי ביתו, פני הדור כפני הכלב, הבן אינו מתבייש מאביו. ועל מה יש לנו להשען? על אבינו שבשמים. אונזער עצה איז ווי חז"ל זאגן "השכם והערב עליהן והם כלין מעליהן" מיר דא וואס האלטן זיך אזוי שיין צוזאמען טאקע אויפן אינטערנעט איז די גרעסטע באווייז אז נצח ישראל לא ישקר, מען קען זיך באנוצן מיטן היינטיקע טעכנאלאגיע אויף א הערליך פארנעם. והעולה על רוחכם היו לא תהיה,די פלענער צו חאפן אונזערע ווייבער און קינדער אלץ משכונות וועט עקספלאקירן אין זייערע פנים'ער. לאמיר האפן אז ילמדו תועים בינה, איידער עס איז צו שפעט זאלן זיי קומען צום שכל.
דינסטאג מאי 07, 2013 5:20 pm#112792
זקנים עם נערים.
דינסטאג מאי 07, 2013 5:25 pm#112794
רבותי, אויב איז דאס טאקע כצעקתה ווי דער עולם שרייבט דא, דאן זענען אייערע תגובות דא נישט מער ווי גסיסה-שטויסלעך איידער איר מוזט פארמאכן אייערע אינטענט קאננעקשן. חוץ, אויב איר האט שוין חתונה גמאכט אלע אייערע קינדער.
דינסטאג מאי 07, 2013 5:40 pm#112798
סופר ומונה: דו רעדסט ווי א רוסישע איד פון די קעי דזש בי עפאכע. די ווענט האבן דראטן, די בתי מדרשים זענען אנגעפיקעוועט מיט אונטערהער אפאראטן, מען קוקט דיר נאך, מען לאקערט נאך דיין באנק אקאונט וכו' וכו' וכו'
דינסטאג מאי 07, 2013 6:59 pm#112828
שלשלת האט געשריבן:סופר ומונה: דו רעדסט ווי א רוסישע איד פון די קעי דזש בי עפאכע. די ווענט האבן דראטן, די בתי מדרשים זענען אנגעפיקעוועט מיט אונטערהער אפאראטן, מען קוקט דיר נאך, מען לאקערט נאך דיין באנק אקאונט וכו' וכו' וכו'


איך האב נישט ליב צו אטאקירן פערזענליך, אבער אדער האסטו נישט געלייענט וואס סופר'ל האט געשריבן, אדער ביזטו א גולם.
ווער רעדט פון אונטערהער אפאראטן? איז דען נישט וואר אז דיין ISP קען זעהן פונקטליך וועלכע סייט'ס דו באזוכטס און אלע דיין אינטער-געוועב אקטיוויטעטן? ביזטו ווירקליך אזוי טעכנאלאגיש-אומוויסנדיק אדער דו מאכסט זיך?

אז דיין ISP (און גוגל) קען און גיבט איבער די אינפארמאציע פאר די רעגירונג אויב זיי בעטן, אפילו אן א סורטש ווארענט, האסטו שוין געלייענט אין די לעצטע נייעס באריכטן? פארוואס קען א היימישער ISP עס נישט איבערגעבן צום מנהל אויפ'ן פארלאנג פון דיין קינד'ס מוסד? וואס וועסטו טוהן? אים אנקלאגן אין געריכט? דו מסור איינער! אדער קלאפן על חטא פאר'ן אויסלאכן סופר'ל ווי אן אויבער חכם?

וואס וועסטו דאן טוהן?
דינסטאג מאי 07, 2013 7:35 pm#112833
איך בין אויסטערליש צומישט,ווער האט אויסגעזאגט פאר די עסקנים אז די עולם האלט נישט איין די תקנות?? זיי באטראכטן דען יעדעמס פאן אלא מאי.....
דינסטאג מאי 07, 2013 8:27 pm#112850
וואס וויינט דא דער עולם מהאט דאך שוין פריער געשריבען אז מגייט האבען 2 אינטערנט סערוויסעס איינס פאר די מוסד און איינס פאר זיך צו ניצען ווי א מענטש, לענ״ד קען מען באצאלען די ערשטע מיט מעשר געלט
דינסטאג מאי 07, 2013 9:03 pm#112857
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:וואס איז דאס "אינטערנעט"? עס קען זיין אז איך האב. איך ווייס דאך אבער, טאטע זיסער, נישט וואס דאס איז. פאראיאר האב איך געקויפט א מעדזשיק מארקער, איז אינעם פעקל מיטגעקומען א באנוס א פעקעלע "סטעישאנערי" פאפיר. זעסט, סטעישאנערי פאפיר ווייס איך וואס דאס איז; קען איך זאגן בפה מלא: יא, ביי מיר אינדערהיים געפינען זיך פון די דאזיגע פאפירלעך. אויב ווילט איר, חשוב'ע חברי הנהלה, וויסן צי איך האב אינטערנעט, דארפט איר מיר מסביר זיין וואס דאס איז. (אפשר איז עס געקומען צוזאמען מיט'ן בוש-מיקסער וואס כ'האב געקויפט לכבוד שבועות.)

א פאקס-מאשין האב איך אויך. והא ראי', איך שרייב אויף קאווע שטיבל. (איך ניץ דעם פאקס פאר נאך זאכן; אבער בעיקר האב איך עס געקויפט פאר קאווע שטיבל.)


דערמאנט מיך פון אן אמת'ע מעשה. דער מנהל האט אריינגעריפן א בחור און אים געזאגט אז ער האט געהערט אז ער טוט וואס מ'טאר נישט. דער בחור האט ארויפגעצויגן א תמימות'דיגע מינע און זיך געאייסערט, "כ'זאג צו פארן ראש ישיבה אז כ'האב קיינמאל נישט גערייכערט."
דינסטאג מאי 07, 2013 10:44 pm#112869
די פילטער גזירות זענען נאר א שפיל אקעגן די קומענדיגע גזירות, לויט ווי איך האב געהערט פון א ערשט האנטיג מקור, ארבעטן יעצט די עסקנים אויף א קאמפיוטער וואס וועט נישט אנטהאלטן מער ווי א סקרין און א קיעבאורד (terminal computer), גארנישט וועט נישט קענען אינסטאלירט אדער אריינגעלייגט ווערן לאקאל, ניטאמאל א סידי אדער קעמרע קארטל, אה, אחוץ איין זאך יא, א נעטווארק קעיבל! עס וועט זיין באהאפטן סטרעיט צו די עסקנים העדקוואטער'ס, און עני פראגראם וואס א מענטש וועט דארפן וועט מוזן אהינגעגעבן ווערן און נאר אויב זיי אינסטאלירן עס וועט עס דער מענטש קענען נוצן, פארשטייט זיך אז וועבזייטלעך וועט זיין אונטער זייער פולע קאנטראל.

דאס איז נישט קיין חלומות, זיי האבן שוין אינוועסטירט איבער 2 מיליאן דאלאר אין דעם פראיעקט, נדבת לבם פון עטליכע נגידים, מען האט פאר דעם צוועק געהייערט א גרופע טעקנישאנ'ס פון די גרעסטע קאמפיוטער מעניפעקטשורער'ס, און די ארבעט איז אין פולן שוואונג.

איין זאך וואס זיי ווייסן נאכנישט איז וואס אינטערנעט מיינט, און לאמיר זיך מסביר זיין, אינטערנעט איז איינע פון די חכמות וואס איז ערפונדן געווארן דורך די אמעריקאנער ארמיי, און איר איינציגער ציל איז צו בלייבן אייביג פארבינדן, בשעת די קאלטע קריג יארן ווען אמעריקע האט געציטערט פון א נוקלעארע אטאקע און די דעמאלטסטיגע וועג פון קאמיונקאציע איז געגאנגען דורך איינצעלנע דירעקטע ליניע'ס פון און צו געציילטע הויפט סטאנציע'ס אין געוויסע שטעט, די מיליטער האט געזארגט אז וואס וועט געשעהן ווען א נוקלעארע אטאקע וועט ח"ו אפווישן א גאנצע שטאט ערגעץ אינמיטן אמעריקע, וויאזוי וועלן די מערב גענעראלן זיך קענען פארבינדן מיט'ן פרעזידענט אין מזרח? דעמאלט איז אויסגעטראפן געווארן די אינטערנעט וואס איז געבויט אזוי זיך צו קענען פארבינדן דורך עטליכע סטאנציעס (היינט מיליאנען), אזוי אז אפילו איינס אדער מערערע גייט ארויס פון באנוץ טוט ער זיך זעלבסט צוריק פארבינדן דורך אנדערע וואס זענען יא אקטיוו, מיט די יארן האט עס די מיליטער ארויסגעגעבן פארן פובליק און איז היינט די שטערקסטע וועג פון קאמיוניקאציע, ווי גרעסער די אינטענעט באנוץ ווערט אלס שטערקער ווערט דער טעכנאלאגיע און אלס שווערער ווערט די מעגליכקייט פון ווערן אפגעהאקט.

אלנפאלס, די נקודה איז אז איינמאל ס'איז דא א קאנעקשן קען מען בויען דערויף גאנצע בנינים מיט פילטער'ס גארנישט וועט העלפן, אט קום איך מיט אביסל הילף פון גוגל-איז-דיין-חבר און איך מאך א קליין טאנעל (Tunneling בלע"ז) און איך בין ווייטער אפען, זיי די עסקנים פרובירן צו נעמען א זאך וואס איז דירעקט געבויט אויף א סיסטעם פון זיך פאבינדן ווי מער, און זיי ווילן עס פארמאכן, טו בעד עס קען אבער נישט גיין, איך האב שוין געבראכן אסאך פילטער'ס אריינגערעגנט געי-נעט און סאניקוואל, פאר אלעם איז געווען קלארע אינסטראקשענ'ס און טאקע אויף כשר'ע סייטס, פאר אלעם איז דא א וועג ווייל אינטערנעט בלייבט אינטערנעט.

ואדרבה, איך האף אז די 'טערמינאל קאמפיוטער' פראיעקט זאל זיך יא אויסארבעטן אזוי וועלן מיר שוין קענען האבן קאמפיוטער'ס אינדערהיים אן קיין פחד פון די אייגענע ווייב און קינדער, און מי יתן והי' אפשר וועלן עס נאך די נדבנים מנדב זיין, לאמיר טראכטן פאזיטיוו!.
דינסטאג מאי 07, 2013 11:34 pm#112877
המממ... איך גיב עס א קלענערע טשאנס ווי די KDC מערכה.
דינסטאג מאי 07, 2013 11:54 pm#112881
איך וואונטש זיי.
מיטוואך מאי 08, 2013 1:16 am#112919
כקען באשטיין צי שלאפן אין א גלאזנער שטוב אויב די וואס לייגן מיר אריין אונעם גלאזן שטוב גיען אויך אריין אין א גלאזנער שטוב און מיר קענען כסדר זען וואס דארט טוט זיך אפ.
נישט ווי די ווייבער שול גלאז מקען נאר זען איין וועג.
מיטוואך מאי 08, 2013 5:37 am#112939
כמיין דער עולם האט דא אומזינסטע נערווען, זיי גייען נישט קריכן אויף אינזער הינעראויג, ווייל סאיז גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד.
סה"כ וועט מען "אפשר" דארפן אנדייטן וועלכע פילטער מ'נעמט. די קאמפאניס גייען "קיינמאל" נישט ריסקן און ארויסגעבן אומלעגאלע אינפארמאציע פון א מעמבער, פאר א פשוט'ע חדר-ישיבה-פאליציאנט. מ'קען פאר דעם געסועט ווערן אויף מיליאנען דאלארן, און זיי ווילן נישט מארגן זיין אוט אף ביזנעס.
ווען איר סובסקרייבט צו א אינטערנעט פרוביידער, איז איינס פון די הונדערטע טערמ"ס ענד קאנדישענ"ס וואס איר און די קאמפאני עגריען, איז Data Protection Law,וועלכע איז מחייב די קאמפאני נישט צו ארויסגעבן אייערע אינפארמאציע צו קיינער אין די וועלט. (א חוץ אויב איז דא א חשד אז איר האט באגאנגן קריים, אויפן פארלאנג פון די יוסטיץ).
ממילא זעה איך נישט די גרויסע פחד. אה"נ מ'וועט מוזן אנדייטן א פילטער, אבער קיין אינפארמאציע וועט נישט ארויסגעגעבן ווערן....
מיטוואך מאי 08, 2013 7:43 am#112944
נישט ווען דער מאטא איז "לשם שמים", דעמאלטס האט מען "מסירת נפש" און מ'זאגט אז ענדערש זאל איך גיין זיצן אבי יענער זאל נישט זעהן וואס איך האלט אז ער טאר נישט.
מיטוואך מאי 08, 2013 8:30 am#112949
דער סופר טרייבט איבער.

זיי קענען נישט זעהן וואס מען קויפט אויף אמאזאן, סך הכל קענען זיי זעהן אז מען איז דארט געוועהן. והוא הדין ק"ש.

לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.
מיטוואך מאי 08, 2013 9:24 am#112959
DotCom האט געשריבן:די פילטער גזירות זענען נאר א שפיל אקעגן די קומענדיגע גזירות, לויט ווי איך האב געהערט פון א ערשט האנטיג מקור, ארבעטן יעצט די עסקנים אויף א קאמפיוטער וואס וועט נישט אנטהאלטן מער ווי א סקרין און א קיעבאורד (terminal computer), גארנישט וועט נישט קענען אינסטאלירט אדער אריינגעלייגט ווערן לאקאל, ניטאמאל א סידי אדער קעמרע קארטל, אה, אחוץ איין זאך יא, א נעטווארק קעיבל! עס וועט זיין באהאפטן סטרעיט צו די עסקנים העדקוואטער'ס, און עני פראגראם וואס א מענטש וועט דארפן וועט מוזן אהינגעגעבן ווערן און נאר אויב זיי אינסטאלירן עס וועט עס דער מענטש קענען נוצן, פארשטייט זיך אז וועבזייטלעך וועט זיין אונטער זייער פולע קאנטראל.

דאס איז נישט קיין חלומות, זיי האבן שוין אינוועסטירט איבער 2 מיליאן דאלאר אין דעם פראיעקט, נדבת לבם פון עטליכע נגידים, מען האט פאר דעם צוועק געהייערט א גרופע טעקנישאנ'ס פון די גרעסטע קאמפיוטער מעניפעקטשורער'ס, און די ארבעט איז אין פולן שוואונג.

איין זאך וואס זיי ווייסן נאכנישט איז וואס אינטערנעט מיינט, און לאמיר זיך מסביר זיין, אינטערנעט איז איינע פון די חכמות וואס איז ערפונדן געווארן דורך די אמעריקאנער ארמיי, און איר איינציגער ציל איז צו בלייבן אייביג פארבינדן, בשעת די קאלטע קריג יארן ווען אמעריקע האט געציטערט פון א נוקלעארע אטאקע און די דעמאלטסטיגע וועג פון קאמיונקאציע איז געגאנגען דורך איינצעלנע דירעקטע ליניע'ס פון און צו געציילטע הויפט סטאנציע'ס אין געוויסע שטעט, די מיליטער האט געזארגט אז וואס וועט געשעהן ווען א נוקלעארע אטאקע וועט ח"ו אפווישן א גאנצע שטאט ערגעץ אינמיטן אמעריקע, וויאזוי וועלן די מערב גענעראלן זיך קענען פארבינדן מיט'ן פרעזידענט אין מזרח? דעמאלט איז אויסגעטראפן געווארן די אינטערנעט וואס איז געבויט אזוי זיך צו קענען פארבינדן דורך עטליכע סטאנציעס (היינט מיליאנען), אזוי אז אפילו איינס אדער מערערע גייט ארויס פון באנוץ טוט ער זיך זעלבסט צוריק פארבינדן דורך אנדערע וואס זענען יא אקטיוו, מיט די יארן האט עס די מיליטער ארויסגעגעבן פארן פובליק און איז היינט די שטערקסטע וועג פון קאמיוניקאציע, ווי גרעסער די אינטענעט באנוץ ווערט אלס שטערקער ווערט דער טעכנאלאגיע און אלס שווערער ווערט די מעגליכקייט פון ווערן אפגעהאקט.

אלנפאלס, די נקודה איז אז איינמאל ס'איז דא א קאנעקשן קען מען בויען דערויף גאנצע בנינים מיט פילטער'ס גארנישט וועט העלפן, אט קום איך מיט אביסל הילף פון גוגל-איז-דיין-חבר און איך מאך א קליין טאנעל (Tunneling בלע"ז) און איך בין ווייטער אפען, זיי די עסקנים פרובירן צו נעמען א זאך וואס איז דירעקט געבויט אויף א סיסטעם פון זיך פאבינדן ווי מער, און זיי ווילן עס פארמאכן, טו בעד עס קען אבער נישט גיין, איך האב שוין געבראכן אסאך פילטער'ס אריינגערעגנט געי-נעט און סאניקוואל, פאר אלעם איז געווען קלארע אינסטראקשענ'ס און טאקע אויף כשר'ע סייטס, פאר אלעם איז דא א וועג ווייל אינטערנעט בלייבט אינטערנעט.

ואדרבה, איך האף אז די 'טערמינאל קאמפיוטער' פראיעקט זאל זיך יא אויסארבעטן אזוי וועלן מיר שוין קענען האבן קאמפיוטער'ס אינדערהיים אן קיין פחד פון די אייגענע ווייב און קינדער, און מי יתן והי' אפשר וועלן עס נאך די נדבנים מנדב זיין, לאמיר טראכטן פאזיטיוו!.

איך האב שוין געשריבן דערוועגן דא אין שטיבל א צייט צוריק. מען האט גאר אסאך אינוועסטירט דערין. פארט גלייב איך נישט אז זיי וועלן גיין ווייטער דערמיט.
מיטוואך מאי 08, 2013 9:39 am#112968
געבט נאר א קוק!
מיטוואך מאי 08, 2013 9:59 am#112974
איחוד פעלד האט געשריבן:דער סופר טרייבט איבער.

זיי קענען נישט זעהן וואס מען קויפט אויף אמאזאן, סך הכל קענען זיי זעהן אז מען איז דארט געוועהן. והוא הדין ק"ש.

דיין ISP קען זען יעדע HTTP Packet וואס ווערט געשיקט פון\צו דיר און די אינטערנעט, אבער פארשטייט זיך אז ס'לוינט נישט פאר זיי צו לאג'ן אלעס ווייל ס'וועט אויפנעמען אסאך סטארידזש, ממילא האלטן זיי נאר א URL log, ממילא קענען זיי זען, אויב זיי זענען שטארק אינטערעסירט, אז 9:56 בין איך געווען אין די גלאזערנע שלאף צימער אשכול, 9:57 בין איך געווען אין די רעדאגיר פעידזש פון די אויבענדערמאנטער אשכול, און 9:59 האב איך געדרוקט "שיק".
דאס איז אלעס ביי די גרויסע ISPs, אבער אויב איז דא א היימישער ISP וואס מיין קינדס מנהל האט א חשד אויף מיר אז איך קויף אומצניעותדיגע וויבראטארן, איז נישט דא גארנישט וואס האלט עם צוריק פון אריינקוקן אין יעדע packet און זען פונקטליך וואס איך טייפ בשעת מעשה.
איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.

די סלאט מנדב צו זיין אן SSL סערטיפיקעט איז נאך אפען, קענסט מנדב זיין לע"נ דיין זיידע.
מיטוואך מאי 08, 2013 10:03 am#112976
Atgan האט געשריבן: די קאמפאניס גייען "קיינמאל" נישט ריסקן און ארויסגעבן אומלעגאלע אינפארמאציע פון א מעמבער, פאר א פשוט'ע חדר-ישיבה-פאליציאנט. מ'קען פאר דעם געסועט ווערן אויף מיליאנען דאלארן, און זיי ווילן נישט מארגן זיין אוט אף ביזנעס.

די עלטערן וועלן "קיינמאל" נישט ריסקן און סוען די קאמפאניס, ווייל זיי ווילן נישט מ'זאל ארויסווארפן זייערע קינדער פון די מוסדות.
מיטוואך מאי 08, 2013 10:08 am#112979
די פאקט איז אז רוב מענטשען חרידישע אידן ווילן מ'זאל זיי קאנטרעלירן אפי' אין בעדרום.
סא פארוואס זאלן זיי דאס נישט באקומען.
מיטוואך מאי 08, 2013 10:13 am#112982
ביסט גערעכט. איך האב שוין געהאט אסאך מאל וואס מענטשן האבן מיר געבעטן צו קומען קאנטראלירן זייערע בעדרום.
מיטוואך מאי 08, 2013 9:55 pm#113240
געפילטע פיש האט געשריבן:די סלאט מנדב צו זיין אן SSL סערטיפיקעט איז נאך אפען, קענסט מנדב זיין לע"נ דיין זיידע.

וואס איז דאס א SSL CERTIFICATE? וואס טוט עס אויף?
אויב טוט עס אויף אז די אינטערנעט פראוויידער זאל נישט קענען נאכקוקן וואס מען טוט, איז די פראגע צו עמעזאן אדער עני אנדערע סייט וואס פארקויפט אזעלכע "וויבראטורן" וכדומה, האט נישט א SSL?

-----

באופן כללי, אפשר ווייסט איינער צו סדא א חילוק אין דעם הינזיכט צווישן איין היימישע פראוויידער פון פילטערד אינטערנעט צום צווייטן. ווער איז מער קראנט און טראסטעד? ווער איז מער ביזנעס מיינדעד ווי פארטיי מיינדעד? אדער ווי אנדערע זאגן, וועלכע פון די היימישע קאמפאניס האבן א בעל הבית וואס האט שוין געענדיגט חתונה מאכן די קינדער, און איז שוין נישט אנגעוויזן אויף די גוטהייסונג פון זיין קינדס מוסד?
דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:26 am#113283
Fake VosIzNies vosiznieh
Boro Park – Rabbonim met before Internet Asifa plan New Takuna all Shuls Not to Let Daven for Umid if No have Filter.


Fake VosIzNies ‏@vosiznies
Monsey – Rabbonim plan New Takuna at Internet Asifa all Mosdos Must Inspect Parents Computer to Accept Kid in School.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:03 pm#113366
נחום ראזענבערג איז חושש יעדעם איינעם אלץ א טשייל מאלעסטער
סקולענער רבי'ס זוהן איז חושש יעדער איינער אלץ פאורן קוקער
דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:45 pm#113404
איז דא עפעס א אופן צו וויסן אויב די קאמפיוטער איז געלאגט און צו די נעטווארק אדמיניסטראטאר קען מיטהאלטן פונקטלעך אלעס וואס ווערט געטייפט אריינגערעכענט פעסווארדס און אנדערע פריוואטע דיג'יטס?
די אשכול האט מיר עטוואס אפגעשראקן
דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:44 pm#113467
שלשלת האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די סלאט מנדב צו זיין אן SSL סערטיפיקעט איז נאך אפען, קענסט מנדב זיין לע"נ דיין זיידע.

וואס איז דאס א SSL CERTIFICATE? וואס טוט עס אויף?
אויב טוט עס אויף אז די אינטערנעט פראוויידער זאל נישט קענען נאכקוקן וואס מען טוט, איז די פראגע צו עמעזאן אדער עני אנדערע סייט וואס פארקויפט אזעלכע "וויבראטורן" וכדומה, האט נישט א SSL?

SSL סערטיפיקעט איז וואס דיין בראוזער נוצט צו איידענטיפייען א https פעידזש אז ס'איז טאקע סעקיור, עמעזאן האט https נאר ביי די לאג-אין און די טשעק אוט פעידזשעס, אבער נישט ווען דו קוקסט ארום ביי די אייטעמס.
איחוד האט פארגעשלאגן אז קאווע שטיבל זאל אויך זיין סעקיור האב איך עם געזאגט אז ס'קאסט געלט, און נדבנים זענען (איך שטעל מיט פאר) וועלקאם.
שלשלת האט געשריבן:באופן כללי, אפשר ווייסט איינער צו סדא א חילוק אין דעם הינזיכט צווישן איין היימישע פראוויידער פון פילטערד אינטערנעט צום צווייטן. ווער איז מער קראנט און טראסטעד? ווער איז מער ביזנעס מיינדעד ווי פארטיי מיינדעד? אדער ווי אנדערע זאגן, וועלכע פון די היימישע קאמפאניס האבן א בעל הבית וואס האט שוין געענדיגט חתונה מאכן די קינדער, און איז שוין נישט אנגעוויזן אויף די גוטהייסונג פון זיין קינדס מוסד?

די מערסטע סעקיור איז איינס וואס די קאנעקשען גייט נישט דורך זיי, א שטייגער ווי דזשעי נעט און ישיבה נעט, וואס זיי זענען דיינע פראוויידערס. אויב האסטו דיין אייגענע קאנעקשען, און זיי לייגן נאר א סאפטווער פילטער, אדער א דיווייס אזוי ווי די iBoss וואס ליגט ביי דיר אינדערהיים.
ענן כבד האט געשריבן:איז דא עפעס א אופן צו וויסן אויב די קאמפיוטער איז געלאגט און צו די נעטווארק אדמיניסטראטאר קען מיטהאלטן פונקטלעך אלעס וואס ווערט געטייפט אריינגערעכענט פעסווארדס און אנדערע פריוואטע דיג'יטס?
די אשכול האט מיר עטוואס אפגעשראקן

דו מיינסט אין די ארבעט? טאמער וויל ער קען ער זען פונקטליך וואו דו גייסט ווען, און ער קען אויך האבן א key logger וואס זעט אלעס וואס דו טייפסט, דאס מיינט אבער נישט אז יעדע אדמיניסטראטאר איז אינטערסירט צו זען, און האט צייט און נערווען דערצו, אבער מעגליך איז עס.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:04 pm#113479
האמיר א שטיקל פשרה צווישן א שטוב פון גלאז און א שטוב פון דרייוואל. א חבר זאגט מיר יעצט אז ער וואלט געגליכן צו שלאפן אין א שטוב פון שפיגל.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:18 pm#113539
כעין זה?
בילד
דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:30 pm#113565
געפילטע פיש האט געשריבן:
ענן כבד האט געשריבן:איז דא עפעס א אופן צו וויסן אויב די קאמפיוטער איז געלאגט און צו די נעטווארק אדמיניסטראטאר קען מיטהאלטן פונקטלעך אלעס וואס ווערט געטייפט אריינגערעכענט פעסווארדס און אנדערע פריוואטע דיג'יטס?
די אשכול האט מיר עטוואס אפגעשראקן

דו מיינסט אין די ארבעט? טאמער וויל ער קען ער זען פונקטליך וואו דו גייסט ווען, און ער קען אויך האבן א key logger וואס זעט אלעס וואס דו טייפסט, דאס מיינט אבער נישט אז יעדע אדמיניסטראטאר איז אינטערסירט צו זען, און האט צייט און נערווען דערצו, אבער מעגליך איז עס.

כ'פארשטיי אז אויב וויל ער קען ער, וואס כ'וויל וויסן איז אויב עס איז דא א וועג וואס איך קען זעהן אויף למעשה צו עס איז טאקע דא א Key logger.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:57 pm#113581
ס'דא וועגן וואס סתם א יוזער וועט דאס קיינמאל נישט טרעפן.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:16 pm#113593
איחוד פעלד האט געשריבן:דער סופר טרייבט איבער.

זיי קענען נישט זעהן וואס מען קויפט אויף אמאזאן, סך הכל קענען זיי זעהן אז מען איז דארט געוועהן. והוא הדין ק"ש.

לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.


זיי קענען זעהן אלעס, און זיי "זעהן" אלעס.

אפילו מיט א סעקיור קאנעקשען קענען זיי אויכט זעהן אלעס, רוב גוטע פילטער'ס נוצן די man-in-the-middle technology צו ליינען סעקיור קאנעקשענס.
עס וועט נישט שאדן צו מנדב זיין אן SSL Certificate פאר קאווע שטיבל וואס קאסט נישט מער $69. אבער קיינער זאל זיך נישט פילן 100% זיכער.

ווער עס האט די פילטער פון די מוסדות זאל וויסן, אז זיי ווייסן און זעהן אלעס.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:21 pm#113597
די מוסדות' פילטער - עטליעסט משומר - לאזט סייווי נישט אנקומען צו קיין שום פלאץ וואס די מוסדות זאל אנגיין אז איינער איז דארט געווען, אריין גערעכנט קאווע שטיבל. סאו מען דארף נישט מורא האבן אלס די פרייוועסי אישו.
דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:31 pm#113604
דעת תורה האט געשריבן:די מוסדות' פילטער - עטליעסט משומר - לאזט סייווי נישט אנקומען צו קיין שום פלאץ וואס די מוסדות זאל אנגיין אז איינער איז דארט געווען, אריין גערעכנט קאווע שטיבל. סאו מען דארף נישט מורא האבן אלס די פרייוועסי אישו.


און וואס מיט די זאכן וואס זיי לאזן יא?
דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:11 pm#113630
דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:05 pm#113652
@איינער, א סערטיפיקעט פאר קאווע שטיבל איז נישט נאר פאר פילטערינג, נאר סתם פאר עני אנסעקיור ווייפיי קאנעקשען וכדו', וואס יעדע שמויגער קען אויסהערן די טרעפיק און זען די פעסווארד אין פלעין טעקסט.

@לעיקוואד, איך קען נישט די VCF פילטער, אבער איך מיין אז זיי נוצן א פראקסי, ד"ה אז זיי שיקן אלע דיינע טרעפיק דורך זיי, וואס דעמאלס קענען זיי זען אלעס פונקט ווי ווען זי זענען דיין ISP.

אויב זיי טוען עס בפועל? איך בין א אפטימיסט, און איך גלייב נישט אז זיי וועלן זיך וועלן פארשפילן מיט די געזעץ, ספעציעל די גרעסערע קאמפאניס, ווייסט איינער פאר א פאקט אז נישט? (איך טראכט יעצט, אויב האבן זיי נישט קיין פרייוועסי פאליסי, אפשר איז עס נישט אומלעגאל צו שערן דיין אינפארמעישען?)
דאנערשטאג מאי 09, 2013 9:57 pm#113673
געפילטע
זיי זאגען אז מדארף אינסטאלן א פראגרעם ביי דיר אין קאמפיאטער און מקען עס נישט אראפנעמן נאר דורך זיי, מיינט דאס נישט אז זיי באקומען א שליסל אריין אין דיין קאמפיאטער בכלל?

(למעשה גלייב איך אז סנישטא אזא זאך, ברגע וואס א זאך איז א פראגרעם אויף דיין מאשין איז דא פשוטע וועגן עס אראפונעמן, אפילו אז זיי לייגען אויף דעם א שלאס צו עפעס).
דאנערשטאג מאי 09, 2013 10:01 pm#113676
ובנוגע צו זיי וועלן עס טוהן, איך וייס נישט אויב באופן קבוע, אבער ברגע וואס סווערט עפעס א נושא, שטעלן אונזערע עסקנים זיך נישט אפ ביי גארנישט. איך ווייס פרעזענליך פון אפאר יונגעלייט וואס מהאט זיך אריינעבראכען אין זייערע קאמפיאטערס אינמיטען נאכט זיכען אויב זיי טוהן נישט עפעס וואס געפעהלט נישט פאר איינער. (פארשטייט זיך מדארף זיין קלוג און סזאל נישט זיין וואס צו טרעפן..)
פרייטאג מאי 10, 2013 12:10 am#113713
געפילטע פיש האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.

די סלאט מנדב צו זיין אן SSL סערטיפיקעט איז נאך אפען, קענסט מנדב זיין לע"נ דיין זיידע.



אה יא? עס קאסט געלט? גענוי וויפיל? זייט ווען?
פרייטאג מאי 10, 2013 1:06 am#113726
לעיקוואד האט געשריבן:ובנוגע צו זיי וועלן עס טוהן, איך וייס נישט אויב באופן קבוע, אבער ברגע וואס סווערט עפעס א נושא, שטעלן אונזערע עסקנים זיך נישט אפ ביי גארנישט.


דא איז זייער טרעפליך סאקמיר רב'ס ווארט: אויב מ'וויל זעהן, קען מען זעהן. און אויב מ'קעהן זעהן, זעהט מען טאקע.
פרייטאג מאי 10, 2013 1:16 am#113729
לעיקוואד האט געשריבן:געפילטע
זיי זאגען אז מדארף אינסטאלן א פראגרעם ביי דיר אין קאמפיאטער און מקען עס נישט אראפנעמן נאר דורך זיי, מיינט דאס נישט אז זיי באקומען א שליסל אריין אין דיין קאמפיאטער בכלל?

(למעשה גלייב איך אז סנישטא אזא זאך, ברגע וואס א זאך איז א פראגרעם אויף דיין מאשין איז דא פשוטע וועגן עס אראפונעמן, אפילו אז זיי לייגען אויף דעם א שלאס צו עפעס).

ניין, ס'מיינט נישט אז זיי האבן פולע עקסעס צום קאמפיוטער זעלבסט, נאר אז כדי ארויסצונעמען די פראגראם דארף מען א פעסווארד צו וואס.
ביזט גערעכט, ס'אלעמאל דא וועגן דאס ארויסצונעמען.
לעיקוואד האט געשריבן:ובנוגע צו זיי וועלן עס טוהן, איך וייס נישט אויב באופן קבוע, אבער ברגע וואס סווערט עפעס א נושא, שטעלן אונזערע עסקנים זיך נישט אפ ביי גארנישט. איך ווייס פרעזענליך פון אפאר יונגעלייט וואס מהאט זיך אריינעבראכען אין זייערע קאמפיאטערס אינמיטען נאכט זיכען אויב זיי טוהן נישט עפעס וואס געפעהלט נישט פאר איינער. (פארשטייט זיך מדארף זיין קלוג און סזאל נישט זיין וואס צו טרעפן..)

ביזט גערעכט אויף איינצעלנע פעלער, אבער באופן קבוע, צו האלטן יעדעמ'ס גאנצע היסטארי (די גאנצע טרעפיק, נישט נאר די URL log) נעמט אויף גאר אסאך סטארידזש, און סטארידזש איז טייער. יא, ווען זיי ווילן איינעם נאכקוקן קענען זיי יא מעגליך נאכקוקן יעדע קוצו של יוד.
איחוד פעלד האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:לכאורה קענען זיי נישט זעהן וואס דיין ניק איז, און דער אמת אז מען וואלט שוין געמעגט דא מאכען א סעקיור קאננעקשין, אז זיי זאלען גארנישט קענען זעהן.

די סלאט מנדב צו זיין אן SSL סערטיפיקעט איז נאך אפען, קענסט מנדב זיין לע"נ דיין זיידע.

אה יא? עס קאסט געלט? גענוי וויפיל? זייט ווען?

איך האף איר האט עס נישט גענומען ווי אן אטאקע, ווייל כ'האב דאס בכלל נישט געמיינט.
אן SSL סערטיפיקעט קענסטו אליינס מאכן פאר פרי, אבער כדי מיין, דיין, און יעדענס בראוזער זאל דאס טראסטן דארף מען באקומען א סערטיפיקעט פון איינער פון די גרויסע קאמפאניס וואס האבן Root certificates.
ס'איז א ברייטע נושא וואס מ'קען נישט מסביר זיין אויף איין פוס, אבער יא, די רעגיסטרירטע סערטיפיקעסט קאסטן געלט פער יאר.
פרייטאג מאי 10, 2013 12:52 pm#113862
געפילטע פיש האט געשריבן:@איינער, א סערטיפיקעט פאר קאווע שטיבל איז נישט נאר פאר פילטערינג, נאר סתם פאר עני אנסעקיור ווייפיי קאנעקשען וכדו', וואס יעדע שמויגער קען אויסהערן די טרעפיק און זען די פעסווארד אין פלעין טעקסט.


גערעכט, וועגן דעם האב איך געזאגט אז עס וועט נישט שאדן.
פרייטאג מאי 24, 2013 2:53 am#117541
פארשטייט זיך אז די ענין וואס סופר ומונה ברענגט דא ארויס איז א קריטישע פוינט. אונז אלע זענען עהרליכע יודן און קיינער פון אונז וויל נישט נכשל ווערן. אבער צו צווינגען צו נעמען היימישע פילטער'ס איז ממש קרימינאל. עס איז א פאקט אז די באלעבאטים פון ארבייטער'ס פון היימישע פילטערינג קאמפעניס קענען זעהן אלעס וואס מ'טוט אנליין, און אז ביי היימישע יודן איז בכלל נישט דא קיין קאוד פון עטיקס, וואס זאגט אז מ'טאר נישט קוקן וואס טוט זיך ביי יענעם.

דאס האט "בעל דעת" געשריבן אין אייוועלט:

בעל דעת האט געשריבן:איך וויל שוין זייער לאנג שרייבען וועגען דע משומר פילטער נאר איך האלט מיר צירוק פשוט ווייל איך וויל נישט ח"ו נישט שוואך מאכען דע עסקנים וואס ארבערטען ריין לשם שמים מיט דע איינע ציהל פאר קדושת ישראל
איך וויל קלאר מאכן איך בין נישט פין דע וואס זאגען איש כל הישר ביעניו יעשה און קיינער זאל מיר נישט איינטיילען מה תעשה , פינק פארקערט איך האלט קהלות ברויך'ן האבען תקנות נאר אזוי וועט כלל ישראל האבן א קיים
אזוי אויך האלט איך אז זיי זענען בארעכטיג צי בעטען פאר דיעם געלט ווייל דאס איז סאך וויכטיגער ווי א סאך מצות וואס כלל ישראל לאזט זיך קאסטען

דע סיבה פארוואס איך שרייב איז איין זאך איך שפיר פשוט אז דע עסקנים זענען תפסת מרובה און זיי דארפען וויסען וואס דא גייט פאר און מען קען ח"ו אלס אנווערען
איך האב אסאך געטיען און משומר פילטער חלק און אסאך גערעדט מיט מיינע גיטע פריינד -וואס אלע זענען באמת ערענסטע בע"ב און זייערע קימעדיגע דורות איז ביי זיי נאמבער איינס - וועגען דיעם
אלע שרייען אז קענען זיך נישט ערלויבן אז א פאר יונגעלייט זאל האבען פינקליך קאנטראל אויף זיי ווי זיי גייען און קימען עס איז פינק ווי מען זאל פארלאנגען א אז מען וויל האבען א אויג און דיין דיינינג רום (נישט און שלאף שטיב) פארשטייט יעדער איינער אז קיינער וואלט דאס נישט געוואלט ווייל קיינער וויל נישט אז איינער זאל וויסען ווען איך לערן און ווען קריג מיך און ווען בין נישט א גיטער מאד אד"ג
דע זעלבע זאך איז ביי אינטערנעט וויל קיינער נישט אז מען זאל וויסען ווי מען גייט און וואס ער קויפט ביי עמזאן און וואס פארא מעדעצין ער מאכט ריסערטש און וואס אים אינטערסירט צי ליינען,
חוץ מזה קיינער ווייסט נישט מה יולד יום און וועמענס הענט דע אינפארמאציע קען אריין פאלען און איינעמס הענט וואס וועט האבען מיט דיר א געשעפט וד"ל

ווילסט ארויס קימען מיט א גיטע פילטער אדרבה ואדרבה, אבער דאס טאר נישט קאנטראלירט ווערן ביי דע קהלה, דאס קען נישט ארבערטען אפילו עס וועט זיי געלאנגען צי אריבער שלעפן קען דע מהלך נישט האבן קיין קיום
וואס וועט זיין למעשה האב איך שטארק מורא אז יעדער וועט האבען א קאמפיאטער וואס וועט זיין אינגעהאקט מיט משומר און א צווייטע וואס ער וועט ניצען לעת הצורך אויב מען וועט גיין מיט דע מהלך

איך האב געשריבען זייער קורץ איך ביעט דע וואס האלטען איך מאך טעות זאלן זיך לאזען הערן, אבער ביטע נישט פארקריכען אויף אנדערע נושא'ס
יש"כ

פארשטייט זיך אז לויט די פסק וואס איז ארויסגעקומען פאריאר ביי די כינוס איז אייוועלט אסור בתכלית האיסור. עס איז נישט דא קיין שום היתר צו שרייבן סתם אויף די אינטערנעט אהן די צורך פון פרנסה. אבער ווי די היפאקריטען וואס זיי זענען שפילן זיי פרום און פארדאמען די גאנצע וועלט. נאר זיי זענען כשר וישר.
W.JPG
W.JPG (14.17 KiB) געזען געווארן 1274 מאל

הרב וואזנער'ס פסק

די מענטשן פון אייוועלט דארפן פארשטייט זיך וויזן א כשר חזיר פיסל און זיך אננעמען פאר די היימישע פילטערינג קאמפעניס. א מנהל דארטען פארפירט אז מ'דארף יא טראסטן די היימישע פילטערינג קאמפעניס, ווייל די ארבייטער'ס ווייסן אז זיי גייען פארלירן די זשאב אויב זיי געבן ארויס אינפארמעישען. די פאקט איז אבער אז מ'רעדט דא פון קאמפעניס וואס קאלאברירן מיט מנהלים פון מוסדות און אוודאי קען מען זיי נישט טראסטן קיין איין טראפ. זייער ביזנעס איז תלוי אין באקומען די אפראוועל פון די מנהלים און עסקנים, און עס איז דא א ריזיגע חשש אז זיי גייען ארויסגעבן אינפארמעישען.

נאך מער פון דעם, ווי "על דא ועל הא" האט דארטען קלאר געמאכט, איז נישט דא קיין שום וועג צוריקצוהאלטען די בעלי בתים פון די היימישע פירמעס נאכצוקוקן אלעס וואס איר טוהט אנליין. אויב מ'טראגט זיי אן א שידוך איינער פון זייערע קאסטעמער'ס טראכט איר איין רגע אז זיי גייען זיך צוריקהאלטן פון קוקן וואס איר טוהט אנליין?

פארשטייט זיך אז פאר עהרליכע יודן איז טאקע גענוג צו נוצן די פילטער'ס פון די גרויסע גוי'אישע פירמעס, וואס מ'קען נאך דערצו אנשטעלן זייער שטרענג. איך למשל נוץ קעי9, און איך האב א ווייטליסט. דער מנהל פון מיין זוהנ'ס מוסד זאגט אז מ'מוז עס מאכן ביי א היימישע פילטערינג. אבער פארשטייט זיך אז איך גיי דאס קיינמאל נישט טוהן. פאר'ן באשעפער און פאר די תורה האב איך יוצא געוועהן מיט א שטרענגע קעי9 פילטער, נאר וואס דען? זיי ווילן זיין אין פולן קאנטראל, און קענען מברר זיין יעדן ריר וואס איך געב מיך.

אבער אין אייוועלט פראבירט מען צו פארוואסערן די אלע פאקטן. זיי ווילן עס פארגלייכן צו דור ישרים וואס האט אויך פריוואטע אינפארמאציע איבער אונז. דער אמת איז אבער אז ס'איז הימל און ערד א חילוק. א') דור ישרים קען וויסן אויב מ'האט א דזשין וואס אויב די ווייב האט אויך די דזשין איז עס א סכנה. דאס איז בכלל נישט אזא שעדליכע אינפארמאציע, און פאר דעם טאקע זענען זיי אוועקגעשטעלט זיכער צו מאכן אז די פארפאלק האבן נישט ביידע די דזשין. ב') אינפארמאציע איבער א קרענק איז בכלל נישט אזוי געפערליך ווי אינפארמאציע איבער וואס די טוסט אגאנצן טאג אויף די אינטערנעט!! ג') דור ישרים האט נאר א נאמבער פאר יעדעם, און רעקארדירט טאקע נישט די נעמען!

מיר געפעלט אבער די מערסטע ווי א דארטיגע מנהל נעמט זיך אהן פאר די היימישע פילטערינג קאמפעני'ס. דער מנהל דארטען שרייבט אז מ'קען יא טראסטן די פילטערינג קאמפעניס, און מ'קען זיי נאך מער טראסטן ווי גוי'אישע קאמפעניס. און איך קוק מיך צו דא ווער עס רעדט. יענע מנהל איז גראדע א נייע מנהל דארטען, און איך וויל אים נישט באשולדיגן אויף וואס איז אמאל פארגעגאנגען, און וואס גייט היינט פאר ווייס איך נישט. אבער אייוועלט איז א פלאץ וואס ווייזט דיך פינקטליך וואס מ'דארף מורא האבן פון טראסטן היימישע מענטשן מיט די אייגענע אינפארמעישען. זיי האבן דארטען זייער שטרענגע ווארענונגען וועגן "גילוי" - דאס הייסט ארויסגעבן אינפארמעישען וועגן ניק'ס וואס שרייבן דארטן, אבער למעשה איז דארטן פארגעגאנגען א גאנצע אינדאסטרי פון ארויסגעבן אינפארמעישאן אויף מענטשן וואס האבן דארט געשריבן. די מנהלים האבן אלע געשמועסט וועגן ניק'ס, זיי האבן געהאט זייערע פרענד'ס וואס זיי האבן פערזענליך געקענט, און מ'האט דורכגעטוהן יעדע ניק, ווער ער איז, וואס זיינע אנדערע אייוועלט ניקס זענען, און די אינפארמעישען איז געפארן ווייטער און ווייטער.

איך האב מיטגעהאלטן מער פון פינף ליעקס ווי די אידענטיטעט פון ניקס איז באקאנט געווארן, און אין אלע פעלער איז עס געוועהן די מנהלים וואס זענען געליגן אין דעם ראשם ורובם, צו גרובלען אויסצוגעפינען ווער יעדער איז, און דערנאך האבן זיי עס ווייטער געפויקט. געוויסע מענטשן האבן געשריבן פריוואטע זאכן, אבער האבן געמאכט פאר דעם א עקסטערע ניק ווייל זיי האבן נישט געוואלט אז מ'זאל כאפן ווער זיי זענען. די מנהלים האבן קיינמאל נישט דערציילט אז זיי קענען זעהן יעדעמ'ס IP אדרעס, און קענען צאמשטעלן יעדעמ'ס ניק. פארקערט, אפאר מאל האבן ניק'ס געפרעגט אויב די מנהלים קענען זעהן IP אדרעס, און זיי האבן נישט נאר נישט געענטפערט, נאר זיי האבן אינגאנצן פארמעקט די פראגע!!

יעצט קומט א מנהל פון אזא פלאץ און הייבט אהן פארענטפערן די ווערטשאפט פון היימישע קאמפעניס וואס ארבייטן צוזאמען מיט מנהלים פון מוסדות, און ער דרוקט אויס "זיכערקייט" אז מ'קען זיי טראסטען... וואספארא דזשאוק!! עטץ ווייסטס גאנץ גוט וואס דאס הייסט גרובלען אין יענעמ'ס לעבן, עטץ ווייסט גאנץ גוט אז ווען מ'זיצט אויף יענעמ'ס אינפארמעישען האט עטץ נישט געהאט קיין שום מאראלישע צוריקהאלט פון נאכגיין און דערגיין. מאך דיך נישט אזוי תמ'עוואטע!

רבותי, עס איז נישט קיין פראבלעם דוקא פון היימישע יודן, נאר מ'טאר נישט טראסטן קיין מענטשן פון די אייגענע קאמיוניטי פאר וועם דיין פריוואטע אינפארמעישען קען זיין ווערטפול און אינטערעסאנט. דו ווילסט נישט אז איין מענטש זאל זיין ביכולת צו קענען וויסן פונקטליך וויפיל מינוט אין טאג דו ביסט אנליין, יעדע וועבסייט וואס דו באזוכסט, אלע קליידער, כלים, עסנווארג, וכו', וואס דו קויפסט פון איבעי, עמעזאן, אייכלער'ס, דן'ס דילס, וכו' וכו', און אפילו יעדע אימעיל וואס דו שרייבסט. יא, זיי האבן די מעגליכקייט עס צו זעהן, און עס איז ברור אז ווען איינער וועט האבן אן אינטערעס דיך נאכצוקוקן וועט ער דיר נאכקוקן יעדע אנליין ריר!! מענטשן זענען בכלליות נישט טראסטבאר! און אוודאי נישט מענטשן וואס זייער ביזנעס איז תלוי אין די הסכמה פון די "עסקנים" וואס זייער איינציגסטע ציל איז אונז צו קענען אינגאנצן קאנטראלירן.

מיר דארפן זיין עהרליכע יודן, און מיר קענען זיין עהרליכע יודן אהן לאזן אונזערע שמוץ וועש עוועילעבל פאר יעדן "מחנך" און עסקן און ארבעטער אין די פילטער קאמפעני. זיי דארפען נישט וויסן וואס איר שרייבט און קאמענטירט, זיי טארן נישט וויסן וואס איר קויפט איין. אייער לעבן דארף זיין פריוואט, און ניין, מ'קען נישט טראסטן קיין היימישע מענטשן פון די אייגענע קאמיוניטי.
מאנטאג מאי 27, 2013 1:33 am#118305
זייער גוט ארויסגעברענגט, זיידעטשקע. נאך א נקודה, א געמיינדע וואס אנערקענט בכלל נישט אז סיי וואספארא עטישע התחייבות וואס איז נישט מקורו בספרות יהדות קען בכלל מחייב זיין, קען מען נישט ערווארטן צו אנערקענען דעם מאדערנעם באגריף פון אינדיווידועלער אויטאנאמיע און פרייוועסי. ברגע וואס א מנהל אדער רב וועט זיך פאר'חשק'ן נאכצוגיין איינעמ'ס אנליין אקטיוויטעטן, וועט די תורה באלד אנגאזשירט ווערן דאס צו פארפליכטן פאר דער פירמע, און אלעס איבער יענעם וועט גיין ווייטער. דאס איז חוץ דעם פאקט אז א גרויס טייל חרדישע אידן - ובכללם די בעלי בתים פון די היימישע פילטער פירמעס - אנערקענען נישט קיין שום עטיק וואס איז אויסערהאלב דער תורה און שולחן-ערוך, און וועלן זייער מעגליך נישט טראכטן קיין צוויי פאר'ן נאכקוקן א צווייטן.
מאנטאג מאי 27, 2013 9:42 am#118361
אויב איינער האט נאך א ספק אז ביי חרדים איז דא אזא מושג פרייוועסי, פרעגט אייך נאך וואס איז די מעשה מיט "תוכנת אגרון".
מאנטאג מאי 27, 2013 10:18 am#118378
וואו זאל איך זיך נאכפרעגן? אפשר קען איך פרעגן ביי דיר? פתח פיך...
מאנטאג מאי 27, 2013 11:23 am#118403
אט האט איר א הלכה'שע דיון איבער דעם:

[
m http://www.din.org.il/2011/08/22/%D7%AA ... %91%D7%94/ m