דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:08 pm#124712
איך וואונטש דער פארפאלק א הארציגע מזל טוב, זאלן זיי זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל, א שטוב פול מיט שמחה און אלע גוטע השפעות.
אויך וואונטש איך זיי lots of luck. זיי וועלן דאס דארפן בשעת ווען זיי ציען אויף א שטוב מיט טונקעל הויטיגע יונגלעך און מיידלעך אין אן אינוויראמענט ווי עס זענען דא שרעקליכע ראסיסטישע נייגונגען אקעגן שווארצער, און שטארקע דיסקרימינאציע אקעגן אלע גרים און בעלי תשובה און זייערע קינדער און אייניקלעך (אפגעזעהן זייער הויט קאליר). אויב וואלט דער וואס האט זיי מגייר געווען עס געמיינט לשם שמים, וואלט ער זיי מדריך געווען לכיוון חב''ד אדער א מאדערנע קהלה וואו עס איז דא שטערקערע acceptance .
חוץ מזה, די גאנצע סצענע דא מאכט מיר ברעכן. וואו קומט דא אריין שטריימל און ווייסע זאקן? יעדער בר דעת פארשטייט אז ווי מער פארפרומט דער פארפאלק שטעלט זיך אהער אלץ שווערער וועט זייער לעבן זיין, און אלץ גרעסער איז די שאנס אז זיי קענען צוריק פאלען. מילא אונז, מיר מעגן נישט משנה זיין פון די ''הייליגע מסורה'', אבער פארוואס איז דאס וויכטיג פאר אים? האט ער איינגעזעהן דאס אמת'דיגקייט און שיינקייט פון אידישקייט, אדער די שיינקייט פונעם שטריימל? סתם נקודות למחשבה.
On a lighter note, פון זיין טאנצען זעהט מיר אויס אז ער האט ambitions צו ווערן א גרויסע רבי איין טאג. היות 'מילקשעיק' איז שוין פארנומען, אפשר זאל מען אים רופן אדמו''ר מ'קאפעטשינאו..... 😂