בערישגאלדזייער א גוטע קשיא, אבער דא איז דא אסאך גרעסערע ברענעדיגע קשיא, וואס מאכט דער קשיא א קינדער שפיל
די ברענעדיגע קשיא איז כדלהלן:
פארוואס איז דער רב פון די (צווייטע לכל הדעות) גרעסטע קהלה פון וומ"ב אויסגעשלאסן פון רעדן ביי א אסיפה וואס ברויך מ'קלאמפערשט זיין א "שטאטישע" אסיפה, בעת זייער קאנקורענץ רב מוז דייקא יא רעדן,
מיינט דאך דאס אז דאס איז נישט קיין "שטאטישע" אסיפה, נאר א "זאלי" אסיפה,
נו זאלן די זאליס מאכן זייער אסיפה און ראדני און לאז אנדערע מאכן א אסיפה פאר די גאנצע שטאט, די אנדערע פארשפרעכן דאך צו געבן די כבוד הראוי פאר יעדע קהלה וגם קהלות הזאלונים בתוכם,
ביסט זייער גערעכט מיטן ארויסברענגען יענעמס "לשם שמים" דיגע כוונות, אבער ביסטי נישט מודה אזא אזא רעספאנד ברענגט דיר אויך אראפ?
אויסדרוקליך נישט, און איך וועל מסביר זיין,
לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין וואס די גייט פאר,
דא איז איינער אויפגעקומען מיט א אייגנארטיגע המצאה, איך ווייס נישט פונקטליך ווער, נעמליך מ'גייט צאמנעמען גאנץ כלל ישראל אונטער איין דאך און מיטן כח פון אחדות גייט מען אינאיינעם באקעמפן די מגיפות הטכנלגיע.
מ'קען זיך דינגען אין דעם צו ס'עפעס א גרויסע תועלת, איך בין דערווייל נאך נישט געקומען צו די הכרה, אבער מהיכי תיתי, זאל זיין, פארוואס נישט, איך בין געווען ביי סיטיפיעלד איך האב זייער הנאה געהאט און געגעבן מיין בלעסינג,
יעצט איז געקומען די רייע פאר וומ"ב דהיינו, אויך די זעלביגע,
מגייט נישט בלויז יעדער און זיין שול מאכן א אסיפה, ניין דאס איז נישט גענוג גוט, מ'גייט דא אדאפטירן די סיטיפיעלד המצאה און מאכן א אחדות פון די גאנצע שטאט,
יעצט כל זמן די אסיפה האט קיין שום שמץ פון פאליטיק מחלוקת יעדער איז וועלקאם האט נאך א פשט,
אבער היות דער אסיפה איז געהיידשעקט דורך עקסטרעמע פארביסענע זאליס און בשאט נפש ציטרעטן זיי און ציקוועטשן מעגליך די גרעסטע קהלה פון די שטאט,
און נישט נאר זיי שליסן אויס די קהלה, נאר זיי האבו א אלטע היסטאריע פון אויסניצן אזאלעכע האקעלע ענינים צו זיך אפרעכענען מיט זייער קונקורענץ,
איז אטאמאטיש די אסיפה א לצינות און האט קיין שום פירוש, אפי' זאל נאר זיין איינס,
נאך מער, טראכט אריין וואס דא גייט פאר, די זאליס פירן דא א בלאפערישע קאמפיין,
ווייל זיי שלעפן אריין אנדערע קהלות, וואס האבן קיין ברעקל כח אין נערוון צו די גאנצע סאטמארע דרעק,
און אויב די זאליס זאגן זיי אז דאס איז די "שטאטישע" אסיפה גייען זיי זיך מיטאמאל דינגען דערויף, און תיכף זיין משבחים ואומרים, און ווער קען זיי בלעמען,
דאס מיינט זיי שלעפען אריין די גאנצע שטאט אין די סאטמארע דרעק,
בו ביום וואס דער זעלביגער אסיפה ברויך צו זיין א "אחדות" אסיפה,
ממילא אויב די גאנצע אסיפה איז פארוואנדעלט אין א ביליגע פאליטיק צו ציקוועטשן די גרעסטע (מעגליך) קהלה,
איז דאך עס שוין ממילא א ליצי לצנות, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז אינעם זעלבן טאג זאל זיין א אסיפה וואס פארשפרעכט יא צו זיי באחדות
זאלן כאטש די המון האבן א אלטערנאטיוו אסיפה ווי איידער צו זיין געצווינגן צו זיך אריינשלעפן און יענעמס דרעק,
בקיצור, דער זאלי אסיפה איז זיכער א לצנות אין האט זיכער קיין פירוש אויף דעם פארמאט,
די אהרונישע אסיפה קען נאך מעגליך יא זיין א אחדות'דיגע אסיפה,