Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
105 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 363 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3945
פרייטאג מאי 01, 2020 5:24 pm#447414
אז וכל אדם לא יהי' באוהל מועד, גייט אן אגאנץ יאר בשעת הקטרת הקטורת.
זונטאג מאי 03, 2020 1:20 pm#447555
תוס' (ר' אלחנן) און מנחות (ט ע''ב) טראכט: אז פארדעם האט מען ''בר הי הי'' און ''בן בג בג'' געריפן אזוי, ווייל זיי זענען געווען גרים, ''בני אברהם ושרה'', וואס האבן ביידע צוגעלייגט א ''הי'' צו זייער נאמען, אין די זעלבע איז מיט ב-ג וואס איז = ה. (לדעתי איז עס אקעדעמיש אויסגעהאלטן)
מאנטאג מאי 04, 2020 9:22 am#447623
די אימגעשריבענע ים געזעץ.
ביז 1852: איז געווען אנגענימען די כלל אז בשעת די רעטונג פון אַ זינקענדע שיף אז: "יעדער מענטש פאר זיך". אבער די זינקונג פון די ''HMS Birkenhead'', איינס פון די ערשטע אייז'נע שיפן און די בריטישע ים פלאטע, אין יענע יאר האט געבראכט א ענדערונג.
ווען די שיף האט אנגעהויבן צו זינקען, ביי א מיסיע צו ברענגן טרופן צו ''Algoa Bay'' (דרום אפריקע), האבענדיג אויף זיך 643 פאסאנזשירען, כולל 20 ווייבער און קינדער, האט דער שיפס קאפיטאן מודיע געווען, ווי דער כלל לויט: "יעדער מענטש פאר זיך", אָבער די הויפט אפיציר, אלעקסאנדער שטיין, האט איבערגענימען די ארדענונג און באפוילען די מענטשן צו זיך האלטן צו סדר און דיסעפלין.
ער האט געהייסן שטעלן די ווייבער און קינדער ערשט, ''Women and children first'', און דאס איז שוין געבליבן די מאראלישע קאוד ביי יעדע נויטפאל סטואציע.

450 מענטשן זענען דעטראנקען געווארן אין די אומגליק, אבער א דאנק די עקשנות פון די אפיציר זענען געראטעוועט געווארן אלע ווייבער און קינדער.
דינסטאג יוני 02, 2020 9:48 am#450254
איך האב היינט דאס באמערקט אין דער ספר לפרקים פון הרב יחיאל יעקב וויינברג
אוצר החכמה_600766.jpg
דינסטאג יוני 02, 2020 7:40 pm#450332
במדבר האט געשריבן:ביז 1852: איז געווען אנגענימען די כלל אז בשעת די רעטונג פון אַ זינקענדע שיף אז: "יעדער מענטש פאר זיך". אבער די זינקונג פון די ''HMS Birkenhead'', איינס פון די ערשטע אייז'נע שיפן און די בריטישע ים פלאטע, אין יענע יאר האט געבראכט א ענדערונג.

סארא Sexist...