פארומס › ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

342 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3945
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 12:07 pm#355620
איך האב פארשטאנען זיין כוונה אז דער הבטחה צו א בוטח איז תלוי אויף זיין אלגעמיינער מדרגה, און בטחון אליינס איז נישט גענוג צו וויסען דער אויסקומפף פון זיין מעשים.
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:01 pm#355671
בילד
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:19 pm#355676
דאס האט דער רבי שליט''א מעורר געווען אינעם קליפ, אז אינדערהיים פלעגט מיט נישט גיין אראפ געלאזטע פיאות בכלל, ווייל די גוים האב געהאט א מנהג צו ציען אידישע פיאות.
דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:56 pm#355685
און היינטיגע צייטן גייען נישט די קינדער מין אראפגעלאזטע פיאות וועגן די מלמדים
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 4:27 pm#355779
בילד
מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 5:51 pm#355786
קען איך אינסטאלן א קעמרא אין מיין קאר אז יעדע מאל די באס ציט זיך נישט אריין און באס לעין נאר פיקט אויף די מענטשן אינמיטן די גאס אז איך זאל אים נישט קענען פעסן זאל די סיטי אים צושיקן א $250 טיקעט?
דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:37 am#355838
ירח בן יומו האט געשריבן:בילד

קען דאס איינער באשטעטיגן?
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 6:52 pm#359646
אז די פראדוצירער פונעם פילם ״בן-חור״ האבן זיך גלאט באנוצט מיט׳ן הימען פון חסידי הגר״ש אויערבאך ״ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה״ (בניגון חב״ד של הצמח צדק, נתפרסם לאחרונה ע״י בערי וועבער) עטליכע מאל דורכאויס דעם פילם.

אפאר דוגמאות:



ובמקור:


דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:03 am#359967
היינט במקרה געזען א מדרש אין פרשת וישב.

 ויקנהו פוטיפר איש מצרי גבר ערום ומה הוות ערימותיה אמר בכ"מ גרמני מוכר כושי וכאן כושי מוכר גרמני אין זה עבד אמר להם הביאו לי ערב ואין לשון מיד זה אלא ערב המד"א (בראשית מג) אנכי אערבנו וגו' על כן אמר מיד הישמעאלים א"ר לוי עבדא זבין ובר אמתא מזבין ובר חורין עבד לתרויהון:

קודם שטייט דא א פשטות אז א טונקעל הויטיגע דארף זיין א קנעכט צו די ווייס הויטיגע.
נאך שטייט דארט אז די ישמעאלים דארפען אויך זיין קנעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יאנואר 17, 2017 12:40 pm#359982
קלוגע יודל האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:בילד

קען דאס איינער באשטעטיגן?

אויב איינער קען דאס באשטעטיגן וואלט איך עפפרישיעיט
מיטוואך יאנואר 18, 2017 4:13 am#360063
דער פארפאסער פונ'ם מדרש הייסט אפשר לעבאוויטש. יואלי. אויף זיין ערשטן נאמען...?!
מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:40 am#360388
קוקט אויס ווי חמשה עשר, נישט אזוי?
מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:29 am#360393
החוקר: אבער ווער איז די רבי...?!
מאנטאג יאנואר 23, 2017 5:11 am#360399
דאס איז דער לעלאווער רבי פון בית שמש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 23, 2017 8:47 am#360404
הפצת מעינות כפשוטו
מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:49 pm#360703
IMG_20170125_174912.jpg
מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:56 pm#360705
IMG_20170125_175612.jpg
פרייטאג יאנואר 27, 2017 3:29 pm#360938
בחדרי חדרים האט קאפיס פון דער ספר פון הרמ"ד וואלי, א תלמיד חבר פון דער רמח"ל, ווי ער רעדט פון דער ענין פון רייכערין און שמעקען טאבאק.
m http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=114429 m

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 28, 2017 4:44 pm#367342
פארוואס הייסט א מעסער פון שחיטה א חלף?
יעצט געזען פון ר׳ עקיבא איגר
בילד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 28, 2017 4:58 pm#367348
ס'איז נאך היינט דא ווער ס'שחט מיט די פארצייטישע מתנגדישע סכינים ?
מיר דאכט זיך אז היינט עסט שוין ליידער יעדער איינער פון שחיטות וואס זענען גענוצט געווארן די סכינים וואס די רשעים האבן ממציא געווען.
דינסטאג מערץ 28, 2017 5:27 pm#367354
איך קען נישט דער נושא, אבער פארוואס הייסט׳ס מתנגדישע סכינים? ספרדים האבען עס נישט גענוצט? אלע האבען עס גענוצט ביז די מתחדשים זענען אנגעקומען.

טאמער איינער האט א לינק צו א באשרייבונג אויף דער נושא פון סכינים, וואלט איך געווען דאנקבאר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 28, 2017 6:03 pm#367358
איך האב געזעהן איבער דעם שוין לאנג צוריק ממילא קען זיין אז איך מאך טעותים, אבער וויפיל איך געדענק האט דער בעל התניא לויטן באפעל פונעם גרויסן מגיד באויפטראגט געווארן צו טוען איבער די נייע סכינים.
צום סוף פון שו"ע הרב יו"ד איז געדרוקט עטליכע בריעוו איבער דעם ענין.
דוכט זיך מיר אז דער ערוך השולחן רעדט אויך פון די מחלוקה. בעיסיקלי זענען די נייע סכינים געווארן געמאכט מיט געגאסענע אייזן ווי איידער מיט אראפגעהאקטע. דאס האט ערמעגליכט צו מאכן שארפע דינע מעסערס ווי איידער די פארצייטישע נישט שארפע הגם גלאטע מעסערס. די נייע מעסערס זענען פארשטייט זיך געווען מער פראקטיש ווי אויך לכאורה מער מהודר ווייל די פגימות זענען געווארן גרינגער צו באמערקן.
פון די אנדערע זייט האט אבער נישט פאר די מתנגדישע רבנים געשמעקט אז אט די פאלקישע באוועגונג פירט איין נייע זאכן. אויך האבן די נייע מעסערס געברענגט דערצו אז די אופן הבדיקה אבישרא איז בטל געווארן צוליב די שארפקייט פון די סכינים און מ'איז געבליבן מיט די בדיקה אטיפרא, און לויט די פשטות הלכה פאדערט זיך ביידע. בכל אופן היינט ווייס איך נישט צו מ'וואלט אפילו צוגעלאזט שחיטה מיט די פארצייטישע סכינים.
דינסטאג מערץ 28, 2017 6:07 pm#367360
איך האב אויך פארשטאנען אז די נייע מעסערס ווערען שנעלער נפגם.

מסתמא נוצט מען היינט נישט דאס און נישט דאס, נאר א דריטע זאך.

פון רעק"א׳ס בריוו זעט זיך אויס אז מ׳האט געהאלטען אז דער כת נוצט די נייע סכינים כאדרת שער למען כחש, אוועק צו שלעפען אידען פון תורה, און אזוי האט ירבעם בן נבט געטוהן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 28, 2017 6:13 pm#367362
מסתמא איז עס גאר א דריטע זאך ???
דידן נצח איי איי יאדידאם.
דינסטאג מערץ 28, 2017 6:14 pm#367363
די מציאות האלט זיך אין איין טוישען, און מ׳פאבריצירט נישט אייזען די זעלבע ווי אמאל, ופשוט.

וואס איז דער דידן נצח? מ׳רעדט היינט פון סכינים בכלל?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 28, 2017 6:16 pm#367364
די קריטיק פון די מתנגדים גילט שוין נישט היינט, יא אדער ניין ?
דינסטאג מערץ 28, 2017 6:38 pm#367365
איך האב ערשט היינט באקומען מיין קאפי פון חסידים ומתנגדים (זוך אויף עמעזאן פאר chassidim umisnagdim און קויף דיינס) איך וועל זע׳ען וואס מ׳האט דעמאלס געהאלטען און נאך דעם וויסען צו היינט איז אזוי ווי דעמאלס צו נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 28, 2017 7:29 pm#367369
לויט ווי איך זעה יעצט אין ערוך השולחן איז שוין בימיו אפגעקילט געווארן די מחלוקה עד כדי כך די ערוך השולחן דרוקט זיך אויס אז אלו ואלו דברי אלקים חיים.
פון די תשובה פון הגר"ז זעט מען אז די המצאה איז געווען צו לייזן א הלכהדיגע פראבלעם. די אלטע מעסערס האבן געקענט זיין אדערזייער גלאט אבער נישט אזוי שארף, אדער האט מען עס טאקע געקענט מאכן שארף אבער דעמאלטס האט מען געמוזט מפשר זיין אויף די גלאטקייט נישט אז עס זאל זיין פראבלעמאטיש מדינא דאס הייסט א פגימה האוגרת וואס האנקערט, נאר א פגימה וואס מ'איז מחמיר לכתחלה מכח אין אנו בקיאין. מיט דיי נייע מעסערס האט מען געקענט אהערשטעלן ביידע בתכלית ההידור. די טענות פון די מתנגדים זענען מסתם טאקע געווען מערערע, צי וואס כ'האב אויבן דערמאנט צו אז די חסידים זענען זיך מתחסד און מוציא לעז אויף די פריערדיגע. די בעל התניא שטעלט אבער קלאר אז מדינא זענען די אלטע מעסערס כשר בלי שום פקפוק.
דינסטאג מערץ 28, 2017 8:58 pm#367374
אז דער רמב"ם האלט, אז אוריה החתי איז נישט געווען קיין איד נאר א גר תושב (מעם החתים), און וועגן דעם האט דוד המלך אפילו נישט געזינדיגט מיטן איר הייראטן. זיין חטא איז נאר געווען אז ער האט עס געטון אויף אן אומפאסיגער וועג.

וז"ל רבינו אברהם בן הרמב"ם בתשובותיו סי' כ"ה: "ואבא מארי זצו"ל היה סובר שאוריה החתי גר תושב".


זע אויך דא א לענגערע שיינע אפהאנדלונג איבער די פרשה פון דוד ובת שבע.
מאנטאג אפריל 03, 2017 12:33 am#367985
אז די טיפע נושא פון "קוקוריקו" פארנעמט גאנצע צוויי בלעטער פשטים אין פורום אוצר החכמה... m http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=12103#p12103 m
דינסטאג מאי 09, 2017 11:32 pm#370420
וויכטיגע מעלדונג...
מיטוואך מאי 10, 2017 6:53 pm#370525
ריכטיג האט געשריבן:וויכטיגע מעלדונג...


פונקט אזוי וויכטיג און ריכטיג ווי מפרסם זיין הכרת הטוב פאר אוצר הספרים פון ר' פישלע אדער א צווייטער קאלעקטאר פון הארד קאפי'ס ס'נאר מענטשליכקייט. אין די סעקולער וועלט איז זייער שטרענג צו סייטען א יעדע סאורס אפי' ביז די לעצטע וועבסייט דיטעיל.

נאר די צווייטע פערעגרעף, ואיני רוצה לפרטם כי רבים הם, מעיקס נאו סענס... פארוואס זאל ער נישט וועלען, ואינו יכול כצ"ל, וכן הוא נוסח המליצה. חוץ אז ער באהאלט עפעס ובאמת "אינו רוצה".

שוין. גענוג פילאפאסירט פאר איין טאג.
מיטוואך מאי 10, 2017 8:44 pm#370542
הכרת הטוב איז א זייער א שיינע זאך, ס'האט מיר נאר געברענגט א שמייכל דער נוסח דערפון דורך לאזן מעלדן עומק כוונתו אין דעם ווארט "מצאתי", עפעס אזא סארט "שמעתי ממורי" געדאנק.
מיטוואך מאי 10, 2017 11:18 pm#370573
אזוי ווי מ'זאגט אויפ'ן תוא"י רבי אז ווען ער זאגט נאך פון תלמידי בעל שם מיינט עס דער אמרי חיים זי"ע...
מיטוואך מאי 10, 2017 11:32 pm#370574
וואלווי האט געשריבן:אזוי ווי מ'זאגט אויפ'ן תוא"י רבי אז ווען ער זאגט נאך פון תלמידי בעל שם מיינט עס דער אמרי חיים זי"ע...

יאסל קרויזער דערציילט אז ווען רבי עובדיה יוסף איז אוועק, האט אים איינער נאכגעזאגט בשם המגיד רבי אשר ווייס, אז זינט דער רמב"ם איז נאכנישט געווען אזא גדול בתורה ווי רבי עובדיה.
ווען דער תולדות אברהם יצחק רבי האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען: "וואס הייסט? ער ווייסט נישט אז עס איז געווען אן אמרי חיים?..."
מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 9:34 pm#386446
IMG_20171014_213201.jpg
בילד

פאראינטערעסירטע ביטע רופט
מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:03 pm#386447
אויב איינער האט גאטס זיך צו אמפערען מיט א דזשאיש מאדער אין לאו קוואליפייד ער אלס א דזשו מיט גאטס?
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 9:17 am#390163
פונקט געזען היינט נאכגעברענגט אין א ספר בשם דער מהרי"ץ חיות אין יבמות, און איך האב עס נאכגעקוקט.
מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 9:14 pm#390214
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:32 am#390296
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.


לכאורה נישט קיין עמקות, דאס איז די פשטות פון יבום להקים שם לאחיו, דאכצעך די נשמה קומט צירוק אינ'ם בן הנולד
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:34 am#390297
האסט מקיים געווען דעם ראוי לפרסמו עיי"ש. אז וועסטעס טון פערציג טעג קענסטו געהאלפן ווערן אויך...
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 9:36 am#390308
און איך האב נאך אמאל געמיינט אז ''בנו מ''מ'' וואס אלע קהילות שרייבן מיינט בנו ממלא מקומו...
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 11:33 am#390315
געוואלדיג האט געשריבן:און איך האב נאך אמאל געמיינט אז ''בנו מ''מ'' וואס אלע קהילות שרייבן מיינט בנו ממלא מקומו...


מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.


שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.....
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:32 pm#390321
לאו דווקא, מפוזרי רעדט אין הלכות יבום וחליצה אין איך רעד אין הלכות חסידות והמסתעף...
פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:55 pm#390322
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 8:14 pm#390330
וואלווי האט געשריבן:
מפוזרי האט געשריבן:געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.


לכאורה נישט קיין עמקות, דאס איז די פשטות פון יבום להקים שם לאחיו, דאכצעך די נשמה קומט צירוק אינ'ם בן הנולד


לכאורה יא אן עמקות...
מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 10:22 pm#390338
מפוזרי האט געשריבן: געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.
מוצ"ש דעצעמבער 02, 2017 10:49 pm#390339
די אבן עזרא ברענגט אז ס'זענען דא וואס זאגן אז "גיד הנשה" איז גאר די אבר תשמיש

בגיד הנשה - ידוע כאשר העתיקו קדמונינו ז"ל ואין בו ספק כי אם לחסרי הדעת ותולדות שמפרשים שהוא האבר ויפרשו הנשה, מגזרת נשים. לדעת זה המלאך שנראה ליעקב שהוא גוף יתבאר לך אם השם יפקח את לבבך בפרשת כי שמי בקרבו:
זונטאג דעצעמבער 03, 2017 6:36 am#390364
יא יא, חסרי הדעת רעדען אזוי.