דער נושא איבער "אלקסיי" דער קוטשער פונעם אור שבעת הימים הבעש"ט נבג"מ, דארף טאקע ווערן שטודירט.
דאס איז זיכער אז דער נאמען פון דעם באקאנטן בעל עגלה ווערט נישט דערמאנט אין די פריעדיגע חסידישע באשרייבונגען אין זיכער נישט אין די ספרים, כאטש דער "שבחי הבעש"ט" דערמאנט איבער דער 'קריסטליכע משרת' פונעם בעש"ט וואס פלעגט כסדר מיט פארן מיטן בעש"ט (אין אויך אז איינמאהל האט ער אפילו געוואלט הרג'ענען דעם בעש"ט) אבער זיין נאמען ווערט נאך אלס נישט דערמאנט אין דער נאמען פון דער קריסטליכע משרת איז פארהוילען.
דאס ערשטע מאהל וואס מיר טרעפן דערמאנט דעם נאמען קומט פון דער משכיל'ישע שרייבערס. דאס איז ווען דער באקאנטע משכיל יוסף פערל דערמאנט צום ערשטן מאהל "דער קריסטליכע קוטשער אלכסיי", אין זיין בוך מיטן נאמען
Uiber das Wesen der Sekte Chassidim,
דאס אז עס איז אנטפלעקט געווארן צו אונז א רמז צום נעמען אלעקסיי אין משכילישע ספר 'נקיות ופרישות' געשריבען בשנת תקע"ה דורך א גאליציאנ'ער משכיל בשם שמשון הלוי בלאך (באקאנט מיט זיין ספר שבילי עולם), מאכט דאס דער ערשטע אין פריעסטע מקור אין וואס דער נישט-אידישע בעל עגלה-משרת ווערט איידענטפצירט מיטן נאמען 'אלעקסיי'. ס'ערשט שפעטער בשנת תר"כ ווי מ'טרעפט אלעקסיי דערמאנט ביי זיין נאמען אין חסידישע מקורות.
דאס גיבט צו טראכטען אז דער מקור פון דער נאמען קומט פון משכילשע שרייבעריי אין איז געווארען שפעוטער מיט די יארןם אדאפטירט אויך צו אונזערע חסידישע מעשה ביכלעך.
אין דאס לאזט אונז איבער איינער פון די צוויי אפשרות:
א) אלעקסיי (דער נאמען) איז בשורשו געוועהן א משכילישע המצאה, וואס האט זיך שפעטער אריין געשמוגלט געווארען אין חסידישע לייען מאנטריאל.
ב) דער האט טאקע געהייסען אלעקסיי, חסידים האבען אלעמאהל געוויסט דעם נאמען פון דעם בעל עגלה איז געוועהן אלעקסיי, אין אזוי איז דאס געגאנגען מפה לאוזן במסורה פון שנת תק"י ביז עס איז ערשט געווארען געדריקט בשנת תר"כ, נאר דער משכילים זענען געווען פשוט דער ערשטע דאס צו דריקן מיט 45 יאר פריער.
(קרעדיט: דוד אסף)