Under maintenance
הויפט זייט » סיפורים וועלכע זענען נגד השכל

סיפורים וועלכע זענען נגד השכל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #121
זונטאג מערץ 11, 2012 12:33 am#958
סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
איך ווידמע דעם פאלגנדן אשכול פאר סיפורים וועלכע זענען נגד השכל. די כוונה איז צווייפאכיג, צוערשט סיפורים וועלכע לייגן זיך נישט אויפ'ן שכל אז זיי זאלן האבן פאסירט, צי ווייל די היסטארישע פרטים שטימען צי צוליב אנדערע סיבות. אזוי אויך סיפורים וואס אפילו אויב זיי זאלן יא זיין אמת, זענען זיי קעגן דעם מענטשליכן אינטעלעקט.
איך פאנג אן מיט אזא סארט סיפור.

דער פאלגנדער סיפור איז געברענגט געווארן אין דעם גליון "מבאר רבותינו", פ' תשא תשע"ב, גליון תרמ"ד, עמ' ב':
שמעתי מזקיני הגאון מראדימישעל זצ"ל כשהיה קטן הי' ילד שובב, ופ"א הי' רץ בחדר שישב הרה"ק מצאנז, והי' אז בן ח' ואחז אותו הרה"ק מצאנז, ושאל לו יונגעלע וואס לערענסטו, אמר תקפו כהן, שאל לו קושיא ענה לו תי', אמר גוט. ובשנה האחרת הי' ג"כ שאחז בו, ואמר לו יונגעלע אני רוצה לומר לך ג' דברים, א', שלא תלמוד לכתוב אפי' "אידיש", כי שמעתי אומרים שיש לך מח טוב, וזה מטמטם המח. ב', תתפלל בתוך סידור. ג', תציית לאמך, שלמה המלך ציית לאמו ונעשה מלך. כשנתמנה לרב (בחייו של הרה"ק הנ"ל), אמר עכשיו הוא מבין מה שאמר לו מלך, שהי' קשה לו למה אמר מלך, אמנם הלא מבואר מאן מלכי רבנן. (שיח זקנים ח"א דף ש"ט)
זונטאג מערץ 11, 2012 3:24 am#990
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
שמועסט עס אויס ר' יענקל. וואס פונקט באדערט אייך אין דעם מעשה?
זונטאג מערץ 11, 2012 11:15 am#1005
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
דאס איז א מעשה וואס איז קעגן דעם מענטשליכן אינטעלעקט. קוק די ווערטער וועלכע איך האב געמאכט באלד. דער צאנזער רב האט אנגעבליך געזאגט פאר'ן קינד: "שלא תלמוד לכתוב אפי' "אידיש", כי שמעתי אומרים שיש לך מח טוב, וזה מטמטם המח."
אויף וויפיל איך ווייס, און אויף וויפיל שטודיעס באשטעטיגן, טוט שרייבן דווקא אויסשארפן דעם מח. זאת ועוד, אז מ'קען שרייבן קען מען לייענען ווי עס דארף צו זיין, און מ'קען פארשטיין די ניואנסן פון דער כוונה פון דעם שרייבער.
זונטאג מערץ 11, 2012 1:51 pm#1033
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
יידל, איר זענט בלינד?! ער זאל נישט שרייבן ווייל עס איז מטמטם דעם מוח?!... איך האב אזא טעאריע אז אסאך פון די חסידישע מעשיות'לעך קומען פון די משכילים וואס האבן דאס געשריבן מיטן מטרה חוזק צו מאכן פון די חסידישע רביים, און תמימות'דיגע אידן האבן עס מיטן גאנצן נאיוואטעט אפגעקויפט נישט וויסנדיג מבחין צו זיין בין טוב ובין רע. אזא מעשה קען דינען אלץ קלאסישער דוגמא צו מיין טעאריע. דער משכיל האט געוואלט ארויסברענגן די נקודה אז ביי חסידים איז קענען שרייבן געווען אן אראפגעקוקטער זאך, עפעס וואס איז קעגן מענטשליכן נאטורליכען אינטואיציע, און ברענגט ארויס געלעכטער און וואונדער ביי איינעם וואס איז נישט באשאנקן מיט צופיל אמונת חכמים.
זונטאג מערץ 11, 2012 1:58 pm#1036
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
איך מיין אז איר נעמט אן די מעשה צו עקסטרעם. איך בין זיכער אז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט נישט געמיינט צו זאגן אז מ'זאל נישט קענען שרייבן, ער אליין האט דאך געשריבן חידושי תורה, נאר ער האט געמיינט צו זאגן אז אויב מ'לייגט זיך אריין די קאפ אין שרייבעריי קען מען חלילה פארכאפט ווערן אין השכלה וכדומה, ווי מ'האט געזען אין יענער תקופה. ווי יהושע ראקער שרייבט אין "דער צאנזער צדיק" אז גאר אסאך משכילישע שרייבערס האבן אנגעפאנגען זייער קאריערע אין דעם חסידישן "מחזיקי הדת". ואין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות, זעט מען אז ליגן אין שרייבעריי קען צוברענגען טמטום המח.
זונטאג מערץ 11, 2012 2:02 pm#1041
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
הרב פריעד, איר קענט אריינטייטשן פשט'לעך, אבער פשוט פשט איז אז ער האט אים געזאגט ער זאל זיין א האלבען אנאלפאבעט. איי, איר פרעגט דער צאנזער רב ז"ל האט אליינס געשריבן? נו, דאס איז נאר א ראיה לחזק את הטעאריע שלי הנ"ל.
זונטאג מערץ 11, 2012 2:45 pm#1056
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
אויף אזא זאך זאגט מען יש להקשות בדוחק...
זאגט, א אינגל פון אכט יאר קען טאקע נאכנישט שרייבן קיין אידיש? און אויב גייט ער זיך אפשטעלן ביי די אכט יאר און נישט לערנען ווייטער וויזוי צו שרייבן, גייט ער אויסוואקסן אנאלפאבעט?
און נאכמער, פארוואס האט ער אים געזאגט "שלא תלמוד לכתוב" ער האט זיך עס שוין לאאאנג געלערנט נאך פאר אכט יאר, ער וואלט אים געדארפט זאל "שלא תכתוב". אלא מאי..... ליינט יעצט איבער די תגובה פון חיים נחום.
און נאך איין נקודה, לייג דיר אריין ראשו ורבו אין די דעמאלטס'דיגע מציאות און נאכדעם ליין איבער די מעשה און זע וואס שטימט דיר נישט.
זונטאג מערץ 11, 2012 4:14 pm#1074
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?
זונטאג מערץ 11, 2012 4:39 pm#1080
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

דארף מען וויסן וועמען ער האט אינזין געהאט מיט "גוי" און אין וועלכן קאנטעקסט ער האט דאס געזאגט.
זונטאג מערץ 11, 2012 4:44 pm#1083
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
בכלליות, א גוי, יעדער גוי דארף האבן א מפלה
זונטאג מערץ 11, 2012 8:07 pm#1120
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

טא, פארוואס מאכט זיך דער רבוש״ע נישט אליינס א נחת רוח, און הרג׳עט אויס אלע עכו״ם?
זונטאג מערץ 11, 2012 8:33 pm#1126
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
יאנקל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

טא, פארוואס מאכט זיך דער רבוש״ע נישט אליינס א נחת רוח, און הרג׳עט אויס אלע עכו״ם?

נתעלמה ממנו גמרא מפורשת: מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?
זונטאג מערץ 18, 2012 2:39 pm#1888
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
אין דעם נייעם באבובער ספר "מגן אבות" האב איך געזען צוויי מעשיות וועלכע פאסן אריין אין דעם אשכול.

איינס,
דער צאנזער רב זצ"ל האט אמאל געוואלט אום שב"ק איבערדרייען דעם קאפל אלץ א סגולה פאר עין-הרע, ער האט אבער געהאט א שאלה צי מען מעג דאס טון וויבאלד דאס קען זיין א חשש פון רפואה בשבת.

צוויי,
אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג, האט דער באבובער רב ר' שלמה'לע זצ"ל זיך מסתפק געווען צי ער זאל זאגן פאר זיינע חסידים אז ער איז בעצם נישט ראוי אז מ'זאל פון אים כאפן שריים. למעשה האט ער מחליט געווען נישט צו זאגן, וויבאלד ער האט זיך געמאכט דעם חשבון אז עס איז זיכער נישט קיין עניוות צו זאגן וויבאלד דער טאטע, דער קדושת ציון זצ"ל, איז דאך געווען אן עניו, און ער האט גארנישט געזאגט, און ער האט זיכער אזוי געזען ביי זיין טאטן, דעם ערשטן רב זצ"ל, וועלכער האט זיכער אויך נישט געזאגט, און ער האט עס זיכער געזען ביים הייליגן דברי חיים זצ"ל, וועלכער איז געווען דער עניו מכל אדם, און ער האט אויך גארנישט געזאגט. זעט מען פון דעם אז מ'דארף נישט זאגן, און אז די חסידים גלייבן, דארף מען זיי נישט צעשטערן די אמונה.
(עס איז דא א סך צו קאמענטירן אויף דער מעשה, אבער איין זאך איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז דאס ערקלערט וויאזוי מופתים דרייען זיך ארום אויף רבי'ס בחיים חייתם, און זיי טוען גארנישט אפצושטעלן די טפשות'דיגע שמועות. זיי מאכן אקוראט דעם זעלבן חשבון: 'ביים טאטן האט מען אויך געזאגט מופתים און ער האט גארנישט געזאגט, ביים זיידן אויך... וכו', זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט צעשטערן די אמונה פון די חסידים.')
זונטאג מערץ 18, 2012 2:45 pm#1892
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
די ערשטע סיפור איז בכלל נישט נגד השכל. ער האט ווארשיינליך באמת געהאלטן אז דאס איבעדרייען דאס קאפעל טוט אויף.

לגבי די צווייטע סיפור - האסטו טאקע זייער א שיינע טעאריע וויאזוי זיך סיפורי מופתים לויפן אויף רבי'ס. די שאלה איז אבער -וועלכע חשבון האט דער ערשטער רבי אין די שושלת געמאכט?
מאנטאג מערץ 19, 2012 9:45 pm#2096
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
יאנקל האט געשריבן:דער צאנזער רב זצ"ל האט אמאל געוואלט אום שב"ק איבערדרייען דעם קאפל אלץ א סגולה פאר עין-הרע, ער האט אבער געהאט א שאלה צי מען מעג דאס טון וויבאלד דאס קען זיין א חשש פון רפואה בשבת.

וואס איז אזוי נגד השכל?

יאנקל האט געשריבן:אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג, האט דער באבובער רב ר' שלמה'לע זצ"ל זיך מסתפק געווען צי ער זאל זאגן פאר זיינע חסידים אז ער איז בעצם נישט ראוי אז מ'זאל פון אים כאפן שריים. למעשה האט ער מחליט געווען נישט צו זאגן, וויבאלד ער האט זיך געמאכט דעם חשבון אז עס איז זיכער נישט קיין עניוות צו זאגן וויבאלד דער טאטע, דער קדושת ציון זצ"ל, איז דאך געווען אן עניו, און ער האט גארנישט געזאגט, און ער האט זיכער אזוי געזען ביי זיין טאטן, דעם ערשטן רב זצ"ל, וועלכער האט זיכער אויך נישט געזאגט, און ער האט עס זיכער געזען ביים הייליגן דברי חיים זצ"ל, וועלכער איז געווען דער עניו מכל אדם, און ער האט אויך גארנישט געזאגט. זעט מען פון דעם אז מ'דארף נישט זאגן, און אז די חסידים גלייבן, דארף מען זיי נישט צעשטערן די אמונה.
(עס איז דא א סך צו קאמענטירן אויף דער מעשה, אבער איין זאך איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז דאס ערקלערט וויאזוי מופתים דרייען זיך ארום אויף רבי'ס בחיים חייתם, און זיי טוען גארנישט אפצושטעלן די טפשות'דיגע שמועות. זיי מאכן אקוראט דעם זעלבן חשבון: 'ביים טאטן האט מען אויך געזאגט מופתים און ער האט גארנישט געזאגט, ביים זיידן אויך... וכו', זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט צעשטערן די אמונה פון די חסידים.')

עס איז א שפרינג צו מאכן א כלל געבויט אויף עפעס וואס הגה"ק מבאבוב זי"ע האט געטראכט לגבי שיריים צו דעם ענין פון מופתים, ועוד ער וואלט אזא חשבון נישט געקענט מאכן ווייל שיריים איז דאך תלוי בלב האדם, משא"כ מופתים איז דאך א מציאות, און פריערדיגע צדיקים וואלטן נישט קיין ליגנט געזאגט אז זיי מאכן "נישט" קיין מופתים ווען דער מציאות איז געווען פארקערט.
זונטאג מערץ 25, 2012 6:51 pm#2719
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
קופערניקוס האט געשריבן:בכלליות, א גוי, יעדער גוי דארף האבן א מפלה

בכלליות יעדער איד איז א אונטערמענטש און דארף האבן א מפלה (אדאלף היטלער)
זונטאג מערץ 25, 2012 7:04 pm#2722
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

טא, פארוואס מאכט זיך דער רבוש״ע נישט אליינס א נחת רוח, און הרג׳עט אויס אלע עכו״ם?

נתעלמה ממנו גמרא מפורשת: מעשי ידי טובעים בים ואתם אומרים שירה?

לויט די המשך הגמרא איז "הוא אינו שש, אבל לאחרים הוא משיש". רצה הקב''ה לזכות את ישראל דערפאר לאזט ער עס איבער פאר אונז...
זונטאג מערץ 25, 2012 7:12 pm#2724
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער צאנזער רב זצ"ל האט אמאל געוואלט אום שב"ק איבערדרייען דעם קאפל אלץ א סגולה פאר עין-הרע, ער האט אבער געהאט א שאלה צי מען מעג דאס טון וויבאלד דאס קען זיין א חשש פון רפואה בשבת.

וואס איז אזוי נגד השכל?

יאנקל האט געשריבן:אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג, האט דער באבובער רב ר' שלמה'לע זצ"ל זיך מסתפק געווען צי ער זאל זאגן פאר זיינע חסידים אז ער איז בעצם נישט ראוי אז מ'זאל פון אים כאפן שריים. למעשה האט ער מחליט געווען נישט צו זאגן, וויבאלד ער האט זיך געמאכט דעם חשבון אז עס איז זיכער נישט קיין עניוות צו זאגן וויבאלד דער טאטע, דער קדושת ציון זצ"ל, איז דאך געווען אן עניו, און ער האט גארנישט געזאגט, און ער האט זיכער אזוי געזען ביי זיין טאטן, דעם ערשטן רב זצ"ל, וועלכער האט זיכער אויך נישט געזאגט, און ער האט עס זיכער געזען ביים הייליגן דברי חיים זצ"ל, וועלכער איז געווען דער עניו מכל אדם, און ער האט אויך גארנישט געזאגט. זעט מען פון דעם אז מ'דארף נישט זאגן, און אז די חסידים גלייבן, דארף מען זיי נישט צעשטערן די אמונה.
(עס איז דא א סך צו קאמענטירן אויף דער מעשה, אבער איין זאך איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז דאס ערקלערט וויאזוי מופתים דרייען זיך ארום אויף רבי'ס בחיים חייתם, און זיי טוען גארנישט אפצושטעלן די טפשות'דיגע שמועות. זיי מאכן אקוראט דעם זעלבן חשבון: 'ביים טאטן האט מען אויך געזאגט מופתים און ער האט גארנישט געזאגט, ביים זיידן אויך... וכו', זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט צעשטערן די אמונה פון די חסידים.')

עס איז א שפרינג צו מאכן א כלל געבויט אויף עפעס וואס הגה"ק מבאבוב זי"ע האט געטראכט לגבי שיריים צו דעם ענין פון מופתים, ועוד ער וואלט אזא חשבון נישט געקענט מאכן ווייל שיריים איז דאך תלוי בלב האדם, משא"כ מופתים איז דאך א מציאות, און פריערדיגע צדיקים וואלטן נישט קיין ליגנט געזאגט אז זיי מאכן "נישט" קיין מופתים ווען דער מציאות איז געווען פארקערט.

וויאזוי איז מופתים א מציאות? ווייל מענטשן זאגן ווערט עס שוין א מציאות? דער קאצקער רבי פלעגט זאגן אותות ומופתים באדמת בני חם, ער האט נישט געהאלטן פון קיין מופתים.
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:15 am#3067
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
אין "מעלות" חודש ניסן תשע"ב ווערט געברענגט א מעשה פון דעם רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק אז די קינדער זיינע האבן אים געפרעגט וויאזוי עס קען זיין אז דאס וואסער האט זיך געשפאלטן אין ים, האט ער זיי געבעטן צו ברענגען א בעקן וואסער, און דאס וואסער האט זיך געשפאלטן אין דעם בעקן. אזוי האבן די קינדער געזען ערשטהאנטיג וויאזוי דער באשעפער האט "געשפאלטן דעם ים פאר די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים."

אן אריינגיין צי די מעשה לייגט זיך יא אויפ'ן שכל צי נישט, לאמיר צוזאמען לייענען דאס וואס "מעלות" גיט אן אלץ דער מקור פון דער מעשה:
דינסטאג מערץ 27, 2012 12:20 am#3069
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
אשה פסולה לעדות, נאכדערצו א דינסט אויך.
דינסטאג אפריל 10, 2012 3:02 pm#4297
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
יאנקל האט געשריבן:דער פאלגנדער סיפור איז געברענגט געווארן אין דעם גליון "מבאר רבותינו", פ' תשא תשע"ב, גליון תרמ"ד, עמ' ב':
שמעתי מזקיני הגאון מראדימישעל זצ"ל כשהיה קטן הי' ילד שובב, ופ"א הי' רץ בחדר שישב הרה"ק מצאנז, והי' אז בן ח' ואחז אותו הרה"ק מצאנז, ושאל לו יונגעלע וואס לערענסטו, אמר תקפו כהן, שאל לו קושיא ענה לו תי', אמר גוט. ובשנה האחרת הי' ג"כ שאחז בו, ואמר לו יונגעלע אני רוצה לומר לך ג' דברים, א', שלא תלמוד לכתוב אפי' "אידיש", כי שמעתי אומרים שיש לך מח טוב, וזה מטמטם המח. ב', תתפלל בתוך סידור. ג', תציית לאמך, שלמה המלך ציית לאמו ונעשה מלך. כשנתמנה לרב (בחייו של הרה"ק הנ"ל), אמר עכשיו הוא מבין מה שאמר לו מלך, שהי' קשה לו למה אמר מלך, אמנם הלא מבואר מאן מלכי רבנן. (שיח זקנים ח"א דף ש"ט)

אין דעם פסח-גליון פון "באר רבותינו" ברענגט ער א פארקערטע מעשה:
בילד
זונטאג אפריל 15, 2012 9:44 am#4618
קארל האט געשריבן:אין "מעלות" חודש ניסן תשע"ב ווערט געברענגט א מעשה פון דעם רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק אז די קינדער זיינע האבן אים געפרעגט וויאזוי עס קען זיין אז דאס וואסער האט זיך געשפאלטן אין ים, האט ער זיי געבעטן צו ברענגען א בעקן וואסער, און דאס וואסער האט זיך געשפאלטן אין דעם בעקן. אזוי האבן די קינדער געזען ערשטהאנטיג וויאזוי דער באשעפער האט "געשפאלטן דעם ים פאר די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים."

אן אריינגיין צי די מעשה לייגט זיך יא אויפ'ן שכל צי נישט, לאמיר צוזאמען לייענען דאס וואס "מעלות" גיט אן אלץ דער מקור פון דער מעשה:

די מעשה איז אן אלטע און באקאנטע. גאנץ לעצטנס האט מען געטראפן א הגדה של פסח געדרוקט אין ליזענסק. דערינען איז געשטאנען, ביי דעם נס פון קריאת ים סוף, "אזוי אויך האט אונזער רבי נאכגעטון דעם נס ביי זיין סדר, אין א בעקן וואסער וואס מען האט געברענגט צום טיש." (בלה"ק).
זונטאג אפריל 15, 2012 11:12 am#4621
Re:
פינטאו האט געשריבן:גאנץ לעצטנס האט מען געטראפן א הגדה של פסח געדרוקט אין ליזענסק. דערינען איז געשטאנען, ביי דעם נס פון קריאת ים סוף, "אזוי אויך האט אונזער רבי נאכגעטון דעם נס ביי זיין סדר, אין א בעקן וואסער וואס מען האט געברענגט צום טיש." (בלה"ק).

זייער אינטערעסאנט. איך וואלט געוואלט הערן מער אינפארמאציע וועגן דעם הגדה. וועלכע יאר איז עס געדרוקט געווארן? צו איז עס אוועליעבל אנליין?
דינסטאג מאי 29, 2012 2:54 pm#14961
אין א פארזוך מסביר צו זיין פארוואס זייער קרייז האט זיך נישט באטייליגט ביי דעם "כינוס כלל ישראל", האבן די חסידי האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר ארויסגעגעבן א פאמפלעט מיט אויפקלערונג מאטעריאל. עס איז א פלא פארוואס זיי דארפן באשמוצן אזא אדם גדול ווי האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל כדי צו פארענטפערן זייער שריט. פאלגנד איז די מיאוס'ע מעשה וועלכע דער פאמפלעט שמירט ארויף אויף האדמו"ר מסאטמאר:

[עס] איז באקאנט א מעשה אמאל ווען דער רבי איז געזעסן בביתו נאוה קודש מיט א צאל נאנטע מקורבים, און רעדנדיג פון פארשידענע ענינים העומדים על הפרק האט זיך דער רבי מתמרמר געווען אז ער האט נישט געהעריג מיט וועמען צו גיין צום טיש, און אפילו זיינע אייגענע נאנטע מענטשן זענען אויך נישט אזוי ווי ער האט געוואלט.
האט זיך דארט אנגערופן הרה"ח ר' אברהם וואלף טירנויער ע"ה "וואס הייסט? דער רבי האט א גרויסן ציבור הסרים למשמעתו, און טוען אלעס וואס דער רבי וויל, און פאלגן אלעס וואס דער רבי הייסט, זיי זענען כל כולו דעם רבי'נס מענטשן" האט ער זיך אויסגעדרוקט.
אזוי תוך כדי דיבור האט ר' אברהם וואלף זיך אוועק געזעצט און ער האט זיך גענומען צו מאכן א רשימה פון די חשובי אנ"ש, די מתפללים אין ביהמ"ד וואס פלעגן קומען צו די טישן און זיך ווייקן ביים רבי'ן, און ער האט ביז עטליכע מינוט געהאט גרייט א גאנצע מגילה... און ער גיט דאס איבער פארן רבי'ן "דאס אלעס זענען דעם רבי'נס מענטשן"...
דער רבי נעמט די רשימה און באלד הייבט ער אן צו מעקן... ער שטרייכט אויס נעמען איינס נאכן צווייטן. ר' אברהם וואלף האט דערציילט: "פון אנהויב האב איך נאך געקענט פארשטיין, עס זענען געווען אידן וואס כאטש זיי זענען געווען דעם רבי'נס חסידים זענען אבער זייערע שטובער נישט געווען ווי דער רבי האט געוואלט, טייל בעניני צניעות, אנדערע בעניני חינוך, אבער ווען דער רבי האט אויסגעשטראכן א נאמען פון איינעם פון די גאר חשוב'ע חסידים, א ווארימער היימישער אינגערמאן, האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געפרעגט דעם רבי'ן "וואס איז שלעכט מיט דעם אינגערמאן?".
"ער דאווענט אין תורה ודעת, אז ער דאווענט דארט איז ער נישט מיינער"...
און לאמיר וויסן דעם אמת, דער איד האט געדאוונט אין "תורה ודעת" ווייל דארט איז געווען א מנין פרי, און בכלל נישט ווייל ער האט געזוכט יענע סביבה, און דער געדאנק פון 'תורה ודעת' פאר די יעניגע אידן איז ביים רבי'ן זיכער געווען זייער חשוב, אבער... אז ער דאווענט אין "תורה ודעת" קען ער שוין נישט זיין מיינער...
דינסטאג מאי 29, 2012 5:09 pm#14991
יאנקל האט געשריבן:אין דעם נייעם באבובער ספר "מגן אבות" האב איך געזען צוויי מעשיות וועלכע פאסן אריין אין דעם אשכול.

איינס,
דער צאנזער רב זצ"ל האט אמאל געוואלט אום שב"ק איבערדרייען דעם קאפל אלץ א סגולה פאר עין-הרע, ער האט אבער געהאט א שאלה צי מען מעג דאס טון וויבאלד דאס קען זיין א חשש פון רפואה בשבת.

צוויי,
אין די ערשטע יארן נאכ'ן קריג, האט דער באבובער רב ר' שלמה'לע זצ"ל זיך מסתפק געווען צי ער זאל זאגן פאר זיינע חסידים אז ער איז בעצם נישט ראוי אז מ'זאל פון אים כאפן שריים. למעשה האט ער מחליט געווען נישט צו זאגן, וויבאלד ער האט זיך געמאכט דעם חשבון אז עס איז זיכער נישט קיין עניוות צו זאגן וויבאלד דער טאטע, דער קדושת ציון זצ"ל, איז דאך געווען אן עניו, און ער האט גארנישט געזאגט, און ער האט זיכער אזוי געזען ביי זיין טאטן, דעם ערשטן רב זצ"ל, וועלכער האט זיכער אויך נישט געזאגט, און ער האט עס זיכער געזען ביים הייליגן דברי חיים זצ"ל, וועלכער איז געווען דער עניו מכל אדם, און ער האט אויך גארנישט געזאגט. זעט מען פון דעם אז מ'דארף נישט זאגן, און אז די חסידים גלייבן, דארף מען זיי נישט צעשטערן די אמונה.(עס איז דא א סך צו קאמענטירן אויף דער מעשה, אבער איין זאך איז וויכטיג ארויסצוברענגען, אז דאס ערקלערט וויאזוי מופתים דרייען זיך ארום אויף רבי'ס בחיים חייתם, און זיי טוען גארנישט אפצושטעלן די טפשות'דיגע שמועות. זיי מאכן אקוראט דעם זעלבן חשבון: 'ביים טאטן האט מען אויך געזאגט מופתים און ער האט גארנישט געזאגט, ביים זיידן אויך... וכו', זעט מען פון דעם אז מען דארף נישט צעשטערן די אמונה פון די חסידים.')

הייסט באבובער רב האט געהאלטן אז צאנזער רב האט געטיילט שריים בלויז ווייל דאס איז מנהג אדמורות?
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:47 am#42403
אינעם תורה אפטיילונג פונעם 'איד' פרשת עקב, איז געווען איבערגעדרוקט א בריוו וואס דער לאנגיעריגער סאטמארער מנהל הרה"ח ר' זלמן בינער ז"ל האט געשריבן פאר א ידיד זיינעם איבער זיין שבת וואס ער האט מיטגעלעבט מיט האדמו"ר מ'סאטמאר אינעם קור ארט שולץ, שווייץ אום תשי"ט. דער רבי איז געווען אויפן' וועג צוריק פון אר"י קיין אמעריקע, ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע וואכן אין שולץ. ר' זלמן בינער איז דאן געווען מנהל פונעם סאטמאר'ן חדר אין אנטווערפן און ער איז געקומען מיטהאלטן דעם שבת.

דער בריוו איז געווען אין לשו"ק, און ווי דער באארבעטער ב. מאנדל שרייבט, איז עס אויך געווען געשריבן אין באגרעניצטע טערמינען. דעריבער האט ער (מאנדעל) "צוגעלייגט פוס-נאטיצן מ'זאל פארשטיין דעם בריוו און אין די זעלבע צייט זאל דער בריוו נישט פארלירן איר ארגינעלקייט".

אין איינע פון די נאטיצן שטייט אזא מעשה:
"ר' פרץ לעפקאוויטש פארציילט אין זיין ספר נפלאים מעשיך ח"ב אז איין פרייטאג בשעת דער רבי איז געפארן אין מקוה איז מיטגעפארן הגה"צ אבד"ק ראחוב זצ"ל, הרב ר' יוסף אשכנזי און - להבחל"ח - ר' פרץ שליט"א. ווי באקאנט איז אין שווייץ דער טאג נישט אזוי לאנג, און ווען מ'איז אנגעקומען קיין סענט-מאריץ איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג. דער רבי איז אריין אין האטעל וואו ער האט זיך רואיגערהייט געשניטן די נעגל לכ' שבת, און דערנאך גענומען קוויטלעך ביים דארטיגן עולם. דער ראחובע'ר רב ז"ל איז געווארן זייער באזארגט אז עס אי שוין שפעט און ווער ווייסט צי מ'וועט נאך אנקומען אויף שבת קיין שולץ, איז ער צוגעגאנגען צו ר' יוסף ז"ל און אויסגעדרוקט זיין זארג.

ווען מען איז ענדליך ארויסגעפארן צוריק קיין שולץ, האט דער ראחוב'ער רב זיך אנגערופן פאר'ן רבי'ן אז עס איז שוין שפעט און ווער ווייסט צי מ'וועט נאך אנקומען אויף שבת קיין שולץ. דער רבי האט גארנישט רעאגירט, נאר דערציילט עובדות פון קפיצת הדרך ביי זיינע הייליגע זיידעס מרן בעל ישמח משה, מרן בעל יט"ל, און פון אביו מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע. ביים ענדיגן די עובדות האט זיך דער רבי אנגערופען "מיינע עלטערן האבן געהאט קפיצת הדרך און זיי האבן געזעהן אז זיי האבן געהאט קפיצת הדרך, איך ווייס נאר אז איך האב געהאט קפיצת הדרך".

לא יאומן כי יסופר, אז ווי נאר דער רבי האט געענדיגט זיינע ווערטער האבן זיי געזען ווי זיי זענען אנגעקומען קיין שולץ, און עס איז געווען ממש קפיצת הדרך. -- ר' פרץ דערציילט וויאזוי זיי זענען געשטאנען געפלעפט, ווייל לויט אלע שאצונגען איז דער וועג אסאך לענגער, בפרט די שווייצער בערג וואו עס איז געדרייט און דא זענען זיי אנגעקומען בעוד היום גדול. זיי האבן געזען בחוש ווי דער רבי האט מעורר געווען דעם וואונדערליכן נס. -- ער גוט צו אז יעדעס מאל וואס דער ראחובע'ער רב האט אים באגעגענט פלעגט ער אים פרעגן צי ער געדענקט דעם קפיצת הדרך".
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:42 am#42405
און אגב (שוין גארנישט קיין "אגב"...) נעם איך ארויס נאך אן נקודה פון יענעם בריוו. שטריכן פון א ריכטיגן גדול הדור, צדיק אמת. זיין קנאות איז אזוי לש"ש געווען, נישט ווי א פריוואטע שיטה וואס מ'דארף דערויף זיך שלאגן ווייל אזוי האלט 'איך'. דער סאטמאר רב איז געווען העכער זיין קנאות א רעאליסט און אן אוהב ישראל.

ר' זלמן בינער שרייבט אין זיין בריוו ווי פאלגענד: "אויך האב איך געפרעגט דעם רבי'ן, וואסערע שטעלונג זאלן מיר נעמען (אין אנטווערפן) בנוגע די תלמידים וואס זייערע עלטערן שיקן זיי צו די "אגודה קעמפ" און זיי קומען צוריק פון דארט מיט אן אנדערע מיינונג איבער די תלמוד תורה, דעריבער אויב מיר וואלטן נישט געמוזט צוקומען צו די פינאנציעלע שטיצע פון די שטאט וואלטן מיר געקענט ארויפצוואונגען אונזער מהלך אויף זיי, ווייל פארוואס זאלן מיר זיך פלאגן מיט אזעלכע תלמידים וועלכע וועלן נאך מעגליך זיין אונזערע שונאים?!?!

אבער דער רבי האט אונז מסביר געווען
"אז אפילו אויב מיר וועלן נישט מוזן צוקומען צו די פינאנציעלע שטיצע פון די שטאט קענען מיר נישט ארויפוואונגען אונזער מיינונג אין דעם, ווייל אויב די עלטערן פון די קינדער ווילן שיקן זייערע קינדער צו די אגודה קעמפ האבן זיי זיכער אזעלכע רבי'ס און זיי טוען ממלא (ערפילן) זיין זייער באפעל, און מען טאר נישט מדחה זיין קיין נפשות!!
דער עיקר איז אויב וויל א טאטע שיקן זיין זון צום סאטמארן מוסד איז ער שוין נאנט צו אונזער דעה, און אויב עס וועט אים נישט געפעלן אונזער חינוך וועט ער ממילא נישט פארבלייבן, און מיר טארן נישט מדחה זיין בידים".

(הלוואי ווען די סאטמארע מנהלים זאלן דאס אפלייענען פאר זיי שיקן ארויס א לא נתקבל פאר א בחור)
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:21 am#42413
קארל האט געשריבן:אין "מעלות" חודש ניסן תשע"ב ווערט געברענגט א מעשה פון דעם רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק אז די קינדער זיינע האבן אים געפרעגט וויאזוי עס קען זיין אז דאס וואסער האט זיך געשפאלטן אין ים, האט ער זיי געבעטן צו ברענגען א בעקן וואסער, און דאס וואסער האט זיך געשפאלטן אין דעם בעקן. אזוי האבן די קינדער געזען ערשטהאנטיג וויאזוי דער באשעפער האט "געשפאלטן דעם ים פאר די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים."

אן אריינגיין צי די מעשה לייגט זיך יא אויפ'ן שכל צי נישט, לאמיר צוזאמען לייענען דאס וואס "מעלות" גיט אן אלץ דער מקור פון דער מעשה:

דער מעשה ווערט געברענגט אין י"ג אורות ח"ב סיפורי קודש מהאדמו"ר ר"י מפשעווארסק זצ"ל בשם זיין שווער רבי איציקיל וואס האט עס געהערט פון קאלשיצ'ער רב בשם הרה"צ רבי אשר מגלונא (נכד הרבי רבי אלימלך) בשם זקינתו שהיתה בין הנוכחים שמה
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:12 am#42422
על המחיה האט געשריבן:

דער מעשה מאכט אזוי פיל סענס ווי קריעת ים סוף אליין.
אזעלכע כופרים דא?
מען קען נישט האבען אביסעל אמונת צדיקים?
מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:45 am#42428
יאנקל האט געשריבן:אין ספר "הליכות הסופר - עובדות והנהגות מרן החתם סופר זיע"א" ווערט געברענגט דעם לשון פון הג"מ עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל ווי ער דערציילט באריכות איבער פייערדיגע דיבורים פון דעם חתם סופר וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן צוזאמען מיט זיין פאטער. דער פראבלעם איז נאר אז ר' עקיבא יוסף איז געבוירן געווארן כסליו תקצ"ז און דער חתם סופר איז נפטר געווארן צוויי און א האלב יאר שפעטער, תשרי ת"ר.
וויאזוי פראצעסירט מען אזא פראבלעם? פאלגנד איז וויאזוי דער ספר קאמענטירט:
chs.JPG

m http://www.huffingtonpost.com/2012/05/1 ... 09772.html m

אם בעוברי רצונו כך...
מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:28 pm#46761
דער משמש פון דעם דברי חיים מצאנז ז"ל, ר' רפאל צימענטבוים ז"ל, האט ארויסגעגעבן דעם ספר "דרכי חיים" פון הנהגות פון זיין רבי'ן. עס איז באקאנט דער מאמר פון דעם גארליצער רב ז"ל אז "דער ספר איז נישט 'דרכי חיים', נאר 'דרכי רפאל'," האלטנדיג אז דער פשוט'ער משמש האט נישט משיג געווען די הנהגות פון זיין פאטער. אויך איז באקאנט אז דער באבובער רב ר' שלמה הראשון ז"ל האט אויף דעם רעאגירט אז עס איז "'דרכי חיים' עפ"י 'דרכי רפאל'" - אין אנדערע ווערטער, דער ספר איז נאמן ווי די הנהגות פון דעם דברי חיים, אבער בלויז לויט די השגות פון דעם פשוט'ן משמש.
אין ספר "דברי ברוך" ברענגט דער מחבר די דערמאנטע באקאנטע מאמרים פון די רבני גארליץ און באבוב, און ער ברענגט צו פון האדמו"ר מציעשינוב אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, דען דער "דרכי חיים" איז ערשינען אין יאר תרפ"ג ווען סיי דער גארליצער רב און סיי באבובער רב זענען שוין געווען בעולם האמת...
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:42 am#55940
יארן צוריק ווען עס איז געווען די טרויעריג-בארימטע מערכה קעגן האדמו"ר מניקלשבורג ר' מעכל לעבאוויטש, פלעגט מען זיך וויצלען איבער א מופת נורא וואס האט פאסירט ביים רבי'ן. ס'איז געקומען א מאדערנע פרוי זיך באקלאגן איבער א מחלה פון וואס זי ליידט, און געבעטן פון ניקלשבורגער רבי'ן א הבטחה אויף א רפואה מהירה. נאכן זיך פאר'מח'ן האט דער רבי געפרעגט אויב זי פארמאגט א טעלעוויזיע אין שטוב. ווען זי האט געענטפערט אז יא, האט דער רבי געזאגט אז אויב זי וועט ארויסווארפן די טעלעוויזיע איז ער מבטיח אז זי וועט אויסגעהיילט ווערן.

דער "פאנטש-ליין" פון דער וויץ איז געגאנגען: זי האט נישט ארויסגעווארפן די טעלעוויזיע פון שטוב, און זי איז טאקע נישט אויסגעהיילט געווארן...

ווי קאמיש איז עס געווען ווען איך האב געלייענט אין דעם אזוי-באליבטן גליון "מבאר רבותינו" (לך לך תשע"ג) גענוי אזא מעשה, און נאך מיט אן ערנסטקייט... אט לייענט:
image.jpg
image.jpg (55.98 KiB) געזען געווארן 3486 מאל
זונטאג אקטאבער 28, 2012 1:36 am#55953
ס'דערמאנט אן ענליכע מעשה וואס מ'דערציילט אויף כ"ק הרה"צ הגה"ק רבי אביש מספינקא שליט"א. (איך פערסאנעלי גלייב עס נישט) -- אין א שיינעם טאג האט ער שפאצירט מיט א הייפעלע חסידים און מ'האט ארומגערעדט רזה דרזין ווען אינדערמיט האט אן עראפלאן וועלכע איז געפלויגן אין דער הייעך געמאכט א גרויסער גערודער און געשטערט די חסידים פון הערן וואס די רבי זאגט. האט זיך הרה"צ רבי אביש געבייזערט, און ארויסגעזאגט פון מויל אז דער פליגער זאל אוועקפאלן!

א חסיד האט זיך אנגערופן: ''רבי רבי ס'גאנץ מעגליך דא אידן אויפ'ן פליגער''!! דער רבי האט זיך פארטראכט און געזאגט: זאל דער פליגער נישט אוועקפאלן. און כך הוה, חסידים פארציילן אז יענער ספעציפישער פליגער האט געלאנדעט בשלום. ויהי לפלא!
זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:20 am#55998
זר זהב האט געשריבן:אינעם תורה אפטיילונג פונעם 'איד' פרשת עקב, איז געווען איבערגעדרוקט א בריוו וואס דער לאנגיעריגער סאטמארער מנהל הרה"ח ר' זלמן בינער ז"ל האט געשריבן פאר א ידיד זיינעם איבער זיין שבת וואס ער האט מיטגעלעבט מיט האדמו"ר ור אינעם קור ארט שולץ, שווייץ אום תשי"ט. דער רבי איז געווען אויפן' וועג צוריק פון אר"י קיין אמעריקע, ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע וואכן אין שולץ. ר' זלמן בינער איז דאן געווען מנהל פונעם סאטמאר'ן חדר אין אנטווערפן און ער איז געקומען מיטהאלטן דעם שבת.

דער בריוו איז געווען אין לשו"ק, און ווי דער באארבעטער ב. מאנדל שרייבט, איז עס אויך געווען געשריבן אין באגרעניצטע טערמינען. דעריבער האט ער (מאנדעל) "צוגעלייגט פוס-נאטיצן מ'זאל פארשטיין דעם בריוו און אין די זעלבע צייט זאל דער בריוו נישט פארלירן איר ארגינעלקייט".

אין איינע פון די נאטיצן שטייט אזא מעשה:
"ר' פרץ לעפקאוויטש פארציילט אין זיין ספר נפלאים מעשיך ח"ב אז איין פרייטאג בשעת דער רבי איז געפארן אין מקוה איז מיטגעפארן הגה"צ אבד"ק ראחוב זצ"ל, הרב ר' יוסף אשכנזי און - להבחל"ח - ר' פרץ שליט"א. ווי באקאנט איז אין שווייץ דער טאג נישט אזוי לאנג, און ווען מ'איז אנגעקומען קיין סענט-מאריץ איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג. דער רבי איז אריין אין האטעל וואו ער האט זיך רואיגערהייט געשניטן די נעגל לכ' שבת, און דערנאך גענומען קוויטלעך ביים דארטיגן עולם. דער ראחובע'ר רב ז"ל איז געווארן זייער באזארגט אז עס אי שוין שפעט און ווער ווייסט צי מ'וועט נאך אנקומען אויף שבת קיין שולץ, איז ער צוגעגאנגען צו ר' יוסף ז"ל און אויסגעדרוקט זיין זארג.

ווען מען איז ענדליך ארויסגעפארן צוריק קיין שולץ, האט דער ראחוב'ער רב זיך אנגערופן פאר'ן רבי'ן אז עס איז שוין שפעט און ווער ווייסט צי מ'וועט נאך אנקומען אויף שבת קיין שולץ. דער רבי האט גארנישט רעאגירט, נאר דערציילט עובדות פון קפיצת הדרך ביי זיינע הייליגע זיידעס מרן בעל ישמח משה, מרן בעל יט"ל, און פון אביו מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע. ביים ענדיגן די עובדות האט זיך דער רבי אנגערופען "מיינע עלטערן האבן געהאט קפיצת הדרך און זיי האבן געזעהן אז זיי האבן געהאט קפיצת הדרך, איך ווייס נאר אז איך האב געהאט קפיצת הדרך".

לא יאומן כי יסופר, אז ווי נאר דער רבי האט געענדיגט זיינע ווערטער האבן זיי געזען ווי זיי זענען אנגעקומען קיין שולץ, און עס איז געווען ממש קפיצת הדרך. -- ר' פרץ דערציילט וויאזוי זיי זענען געשטאנען געפלעפט, ווייל לויט אלע שאצונגען איז דער וועג אסאך לענגער, בפרט די שווייצער בערג וואו עס איז געדרייט און דא זענען זיי אנגעקומען בעוד היום גדול. זיי האבן געזען בחוש ווי דער רבי האט מעורר געווען דעם וואונדערליכן נס. -- ער גוט צו אז יעדעס מאל וואס דער ראחובע'ער רב האט אים באגעגענט פלעגט ער אים פרעגן צי ער געדענקט דעם קפיצת הדרך".

הרב ווערצבערגער, ראש הקהל בקהלת מהרח"י סאטמאר מאנסי, האט א פלאותדיגע מעשה אין שעראן ספרינגס, ערב שבת. אויפן וועג אהיים פון מקוה, מעין קפיצת הדרך.
מען קען עס הערן פון א לעבעדיגע מענטש, מען דארף נישט ווארטן עד אחר אריכות ימיו ושנותיו
זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:23 am#56004
א מעשה פון רבי'ן אדער פון אים? פארצייל עס
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:12 pm#56016
א מעשה מיטן רבין. מען איז געווען אויפן וועג אהיים פון מקוה, און עס איז געווען טרעפיק, און די רבי האט אים געהייסן פארן ראנג וועי, און ער איז אזוי געפארן די גאנצע וועג בלי שום פגע ומכשול.
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:14 pm#56019
יאנקל האט געשריבן:ווי קאמיש איז עס געווען ווען איך האב געלייענט אין דעם אזוי-באליבטן גליון "מבאר רבותינו" (לך לך תשע"ג) גענוי אזא מעשה, און נאך מיט אן ערנסטקייט... אט לייענט:
image.jpg

געהערט פון א מקור מוסמך אז א טאג נאך וואס די מעשה איז נתפרסם געווארן בדפוס, האט דאס פרוי געגעבן בורט פאר א מיידעלע.

איינצעלע טעג שפעטער האב איך באקומען אן הודעה:
מאנטאג נאכמיטאג 3 אזייגער: אין ווייטערדיגע באריכט איבער די פרוי וואס האט געברוין א קינד דורך די ברכה פונעם רבי'ן. - עסקנים אויפן פלאץ געבען איבער, אז ס'איז פעסט געשטעלט געווארן, אז דאס פרוי האט צום זיך יא געבראכן, און געשוירען די האר כדת (ישמח)משה וישראל!
גייט צוריק צו נומער 4 וועט איר הערן אן אינטערוויאו מיט --- די חב"ד רב פונעם געגענט.
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:16 pm#56023
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:א מעשה מיטן רבין. מען איז געווען אויפן וועג אהיים פון מקוה, און עס איז געווען טרעפיק, און די רבי האט אים געהייסן פארן ראנג וועי, און ער איז אזוי געפארן די גאנצע וועג בלי שום פגע ומכשול.

was not the only time that he took the wrong way
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:28 pm#56030
But its the first time that it went 'bli pega', there were no zionists blocking the roads
זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:20 pm#56297
הספור המחריד המפורסם על תושבי בית החומה בפוזנא, ששמעו קול נפץ וטלטול עולים ממרתפיו. ביקש אדם ליכנס לאותו מרתף ונמצא מוטל מת על מפתנו. איש לא ראה את הרוצח. והיה הדבר לסוד ולפלא ולתמהון. לשנים עלו הרוחות לשכון בחדרי הבית והשחיתו המאכלים שהוכנו לכבוד שבת. היש מנין לשדים ולרוחות? בסימן ס"ח יספר בעל המחבר על שתי הזונות שבאו במשפטן לפני שלמה המלך, מחלת ולילית, לראשונה תע"ח כתות שדים ולאחרת – תפ"ו, כמנין שמותיהן... כן, המרתף בפוזנא. המרתף! לימים גברה חוצפתם של החיצונים וחדרו יותר ויותר למעונות והפילו מנורות וכלי-זכוכית על ראשי דייריהם. כל שבידם עשו הקלה והרבנים בפוזנא לסילוק הרוחות – וללא הועיל. ואז שלחה הקהלה שליח מיוחד לזאמושץ אל ר' יואל בעל-שם-טוב, שמיהר לפוזנא להשביע הרוחות בשמות הקדושים, שיאמרו לו מה מלאכתם כאן, שהרי בידוע שאסור להם לדור במקום ישוב בני אדם אלא במקום הטינוף או במדבר. אך הרוחות טענו, שרשות להם לדור בבית הזה והם דורשים דין תורה. דין תורה הם דורשים!

הנה הם יושבים, הרבנים, לדין ומאזינים לקול הרוח ולטענותיה, אך דמותה בל ייראה. וזה אשר סיפרה הרוח:

...לפני שנים דר בכאן יהודי צורף-זהב, בעל לאשה ואב לילדים, אך היהודי חי גם עם שידה וילדה לו "בנים זרים ובנים משחיתים". ואהוב אהב היהודי את השידה על אשתו, ועתים נאלץ היה להפסיק תפילתו ולצאת מבית הכנסת כדי למלא תאוותה. ופעם אחת בליל הסדר אירע הדבר, נפנה ויצא לחוץ למלא צרכיו כביכול, ובושש לשוב. יוצאת האשה אחריו, מחפשתו בזה ובזה, ובפתע היא מציצה בחור המנעול – ועיניה קמות:

במקום בית הכבוד אולם מהודר ורחב-ידים, שולחן ערוך במאכלי-תאווה, וליד השולחן מיטה מוצעת הדר – ועליה אשה עירומה, יפה להפליא, ובעלה – בעלה שזה עתה הסב לסדר – מתעלס עמה באהבים...

אחר שעה קלה חזר הבעל והמשיך בסדר. היא לא אמרה לו דבר, אך למחרת היום סיפרה המאורע לרב העיר שפטיל הורוביץ בעל "ווי העמודים". הרב שנחרד שלח מיד לקרא לבעל, וזה התוודה לפניו על כל מעשיו – דבר לא העלים, והרב נתן לו קמיע שהסיר מלבו האהבה הטמאה.

אך בערוב ימיו באה אליו, לאותו יהודי, השידה בבכי ובתחנונים לבל יניחנה עם ילדיה בלא גג לראשם. שיחקה לפניו והתרפקה עליו בנשיקות ובלטיפות, והוא לא עמד בפניה וציווה לה אחריו את המרתף בביתו. אולם מיד פרצה המלחמה הגדולה, בעל הבית ובניו ניספו בשואת הדמים והבית עבר, איפוא, בירושת עולם לרוחות השוכנים בו. כנגד זה טענו דרי הבית, כי הם קנוהו בכסף מלא מקרוביו של צורף הזהב המנוח. בית הדין ביטל את תביעת הרוחות, ור' יואל בעל-שם-טוב אילצם בהשבעות לעקור מתוכו וגירשם למדבריות רחוקים
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 11:36 am#56434
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:א מעשה מיטן רבין. מען איז געווען אויפן וועג אהיים פון מקוה, און עס איז געווען טרעפיק, און די רבי האט אים געהייסן פארן ראנג וועי, און ער איז אזוי געפארן די גאנצע וועג בלי שום פגע ומכשול.

די מעשה האב איך געהערט פין ר' סנדר ענגל ע"ה נאך אין תשכ"ב, עס איז באקאנט אז ר' סנדר איז געווען דעם רבין'ס דרייווער וואס האט געהאט א ספעציעלע קאר נאר פארן רבי'ן, אין דאס איז געווען אויפן וועג צי שערענס ספרינגס, אויף דע שמאלע וועגען, וואס מ'מעג נישט פעס'ן אפילו ווען עס קימט נישט א קעגין א קאר, אין עס איז געווען טרעפיק אויף זייער זייט, האט דער רבי האט געפרעגט ר' סנדר'ן? פאר וואס פארסטע נישט? האט ר' סנדר געזאגט ווייל עס איז אהגעלייגט אין מ'קען נישט פארין, האט דע רבי געזען אז אויף פארקערטע ריכטונג איז ליידיג, זאגט דע רבי, אבער אויף דער זייט איז ליידוג, איז ר' סנדר געפארן אויף דע פארקערטע ריכטונג, אזוי האט ר' סנדר דערציילט, ר' סנדר האט נאך ציגעזאגט אז א פוליס האט עם נישט אפגעשטעלט
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:05 pm#71951
אין גליון פניני תורה וחסידות ברענגט ער אראפ די וואך אז דער ראפשיצער רב האט געהאט אנגעזאגט אז מען זאל נישט דרוקן זיינע ספרים, און ער ענדיגט צו מיטן פאלגענדן סיפור:
ואולם מקובל הדבר שאותו מדפיס ראשון שהוציא לאור ספה"ק "זרע קודש" לא הוציא שנתו רח"ל, וכשבאו וסיפרו זאת להרה"ק מצאנז, נענה ואמר "ידעתי מכבר שדבר זה ישתלם בנפשות ועכ"ז כדאי היה".
מיר איז אינטערעסאנט אז דער צאנזער רב זאל האבן געזאגט אז עס איז ווערט געווען א איד'ס לעבן אז דער זרע קודש זאל געדרוקט ווערן. איך ווייס נישט צו מען קען עס אריינלייגן אין דעם "וחי בהם", אבער א פסוק אויף פארקערט האב איך נישט געפונען.
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:10 pm#71952
קען זיין אז לכתחילה וואלט ער עס נישט געזאגט, אבער איינמאל דער איד האט שוין ממילא נישט געלעבט און די זאך איז שוין געווען לאחר המעשה, האט ער געזאגט עז עס איז ווערד געווען למפרע (קען אפשר זיין אז דער איד וואס איז נסתלק געווארן האט געהאט א גרויסער תיקון ועילוי נשמתו מיט דעם וואס ער האט מזכה געווען אזויפיל אידן. ומי יבין בסוד קדושים).
מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:52 pm#71962
דוכט זיך אז דער צאנזער רב איז געווען דער וואס האט מתיר געווען צו דרוקן דעם זרע קודש. די מעשה קען נישט זיין אמת צוליב מערערע סיבות, איינע פון זיי: אויב איינער וואלט געדארפט שטארבן צוליב'ן דרוקן וואלט עס ענדערש געדארפט זיין דער צאנזער רב ווי איידער דער דרוקער וועלכער האט תמימות'דיג געפאלגט זיין פסק.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:36 am#71981
יאנקל האט געשריבן:דוכט זיך אז דער צאנזער רב איז געווען דער וואס האט מתיר געווען צו דרוקן דעם זרע קודש. די מעשה קען נישט זיין אמת צוליב מערערע סיבות, איינע פון זיי: אויב איינער וואלט געדארפט שטארבן צוליב'ן דרוקן וואלט עס ענדערש געדארפט זיין דער צאנזער רב ווי איידער דער דרוקער וועלכער האט תמימות'דיג געפאלגט זיין פסק.

מהיכי תיתי?

האלטען זי דען אז דער מהלך פין מען וועט שמייסען דער בעל מכשיר איז ריכטיג??

איך מיין אז מען האט נאך נישט איבערגעדריקט דער זרע קודש מיט א נייע זעץ, מיט הערות און מילואים, אזויווי אלע חסידישע ספרים, וועגען דער קפידא פין אמאהל.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:49 am#71983
איחוד פעלד האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דוכט זיך אז דער צאנזער רב איז געווען דער וואס האט מתיר געווען צו דרוקן דעם זרע קודש. די מעשה קען נישט זיין אמת צוליב מערערע סיבות, איינע פון זיי: אויב איינער וואלט געדארפט שטארבן צוליב'ן דרוקן וואלט עס ענדערש געדארפט זיין דער צאנזער רב ווי איידער דער דרוקער וועלכער האט תמימות'דיג געפאלגט זיין פסק.

מהיכי תיתי?

האלטען זי דען אז דער מהלך פין מען וועט שמייסען דער בעל מכשיר איז ריכטיג??

איך מיין אז מען האט נאך נישט איבערגעדריקט דער זרע קודש מיט א נייע זעץ, מיט הערות און מילואים, אזויווי אלע חסידישע ספרים, וועגען דער קפידא פין אמאהל.

גראדע איז עס שוין יא איבערגעדרוקט געווארן דורך די קלאגסבאלד׳ס, אין א הערליכע אויפלאגע

איך ווייס נישט צו הערות ומילואים
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:10 am#72003
יאנקל האט געשריבן:דוכט זיך אז דער צאנזער רב איז געווען דער וואס האט מתיר געווען צו דרוקן דעם זרע קודש. די מעשה קען נישט זיין אמת צוליב מערערע סיבות, איינע פון זיי: אויב איינער וואלט געדארפט שטארבן צוליב'ן דרוקן וואלט עס ענדערש געדארפט זיין דער צאנזער רב ווי איידער דער דרוקער וועלכער האט תמימות'דיג געפאלגט זיין פסק.

חסידים ואנשי מעשה פלעגן איבערגעבן בסוד סודות אז וועגן דעם איז דער צאנזער רב טאקע צום סוף נפטר געווארן ל"ע און נישט דערלעבט משיח'ן.
זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:10 am#73817
״מרוב דחקותו וחיי לחץ של הרה״ק הרבי ר׳ זושא זי״ע ידוע ע״ז כמה סיפורים מיסורי עניות ורעב שהיה למנת חלקו, ופעם בא עד כדי סכנה נפשות שלא יגווע מרעבון, ונעשה נס שנבראו לו ב׳ דדים שמשם היה לו חלב ודבש״. (פניני תורה וחסידות-ויחי).
די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל מחמת כמה טעמים, אבע״א קרא;

תנו רבנן: מעשה באחד שמתה אשתו והניחה בן לינק, ולא היה לו שכר מניקה ליתן, ונעשה לו נס ונפתחו לו דדין כשני דדי אשה והניק את בנו. אמר רב יוסף: בא וראה כמה גדול אדם זה, שנעשה לו נס כזה! אמר לו אביי: אדרבה, כמה גרוע אדם זה שנשתנו לו סדרי בראשית! אמר רב יהודה: בא וראה כמה קשים מזונותיו של אדם, שנשתנו עליו סדרי בראשית. אמר רב נחמן: תדע, דמתרחיש ניסא ולא אברו מזוני. (שבת נג:)

ואבע״א סברא;
נניח אז מען נעמט יא אן ווי רב יוסף -הגם די מסקנת הגמ׳ איז לכאו׳ ווי אביי- איז א חילוק פארוואס מען דארף די דדים. ווען מען דארף עס פאר א ניי געבוירן קינד, וואס זיין מאמע איז אים געשטארבן, איז עס א טובה פארן קינד אז ער זאל קענען ווייטער האבן די זעלבע מילך ווי ער האט געהאט ביז יעצט. אבער פאר א ערוואקסענעם?! דאכט זיך מיר אז עס איז בכלל נישט בדרך כבוד אז מען זאל יונק זיין די אייגענע מילך.

ועוד, שטעלט אייך פאר איר ערוועקט אייך איין אינדערפרי מיט דדים, וואלט איר זיך געשפירט דערהויבן צו גיין אין מקוה יעדער זאל וואס פאר א נסים עס געשעט צו אייך, צו איר וואלט זיך פארשטעקט אין ווינקל פאר בזיונות... איך לכשעצמי וואלט אויסגעקליבן די צווייטע אפציע.
זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:37 pm#73835
משה געציל האט געשריבן:״מרוב דחקותו וחיי לחץ של הרה״ק הרבי ר׳ זושא זי״ע ידוע ע״ז כמה סיפורים מיסורי עניות ורעב שהיה למנת חלקו, ופעם בא עד כדי סכנה נפשות שלא יגווע מרעבון, ונעשה נס שנבראו לו ב׳ דדים שמשם היה לו חלב ודבש״. (פניני תורה וחסידות-ויחי).
................
ועוד, שטעלט אייך פאר איר ערוועקט אייך איין אינדערפרי מיט דדים, וואלט איר זיך געשפירט דערהויבן צו גיין אין מקוה יעדער זאל וואס פאר א נסים עס געשעט צו אייך, צו איר וואלט זיך פארשטעקט אין ווינקל פאר בזיונות... איך לכשעצמי וואלט אויסגעקליבן די צווייטע אפציע.

אינטרעסאנט, אז מיר ליגט אין זכרון אז די מעשה גייט אז ער האט יונק געוועהן פין צוויי ציינער איינס חלב, און די אנדערע דבש..

דיינע קשיות ווערען פארענטפערט האלבוועגס.

בכלל וואלסט די געקענט פרעגען אז מען קען במציאות נישט יונק זיין פין די אייגינע דדים, חוץ טאמער מען רעדט פין דדים פין עוג מלך הבשן (אויב וואלט ער געהאט דער נס), אבער תוס' זאגט דאך שוין אז לאו בהכי מיתשיל.
זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:51 pm#73839
משה געציל האט געשריבן:״מרוב דחקותו וחיי לחץ של הרה״ק הרבי ר׳ זושא זי״ע ידוע ע״ז כמה סיפורים מיסורי עניות ורעב שהיה למנת חלקו, ופעם בא עד כדי סכנה נפשות שלא יגווע מרעבון, ונעשה נס שנבראו לו ב׳ דדים שמשם היה לו חלב ודבש״. (פניני תורה וחסידות-ויחי).
די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל מחמת כמה טעמים, אבע״א קרא;

תנו רבנן: מעשה באחד שמתה אשתו והניחה בן לינק, ולא היה לו שכר מניקה ליתן, ונעשה לו נס ונפתחו לו דדין כשני דדי אשה והניק את בנו. אמר רב יוסף: בא וראה כמה גדול אדם זה, שנעשה לו נס כזה! אמר לו אביי: אדרבה, כמה גרוע אדם זה שנשתנו לו סדרי בראשית! אמר רב יהודה: בא וראה כמה קשים מזונותיו של אדם, שנשתנו עליו סדרי בראשית. אמר רב נחמן: תדע, דמתרחיש ניסא ולא אברו מזוני. (שבת נג:)

ואבע״א סברא;
נניח אז מען נעמט יא אן ווי רב יוסף -הגם די מסקנת הגמ׳ איז לכאו׳ ווי אביי- איז א חילוק פארוואס מען דארף די דדים. ווען מען דארף עס פאר א ניי געבוירן קינד, וואס זיין מאמע איז אים געשטארבן, איז עס א טובה פארן קינד אז ער זאל קענען ווייטער האבן די זעלבע מילך ווי ער האט געהאט ביז יעצט. אבער פאר א ערוואקסענעם?! דאכט זיך מיר אז עס איז בכלל נישט בדרך כבוד אז מען זאל יונק זיין די אייגענע מילך.

ועוד, שטעלט אייך פאר איר ערוועקט אייך איין אינדערפרי מיט דדים, וואלט איר זיך געשפירט דערהויבן צו גיין אין מקוה יעדער זאל וואס פאר א נסים עס געשעט צו אייך, צו איר וואלט זיך פארשטעקט אין ווינקל פאר בזיונות... איך לכשעצמי וואלט אויסגעקליבן די צווייטע אפציע.

איך געדענק עפעס אז די מעשה איז געגאנגען אז ס'איז איהם גערונען פון די ציינער נישט פון דדים.