Under maintenance
הויפט זייט » סיפורים וועלכע זענען נגד השכל

סיפורים וועלכע זענען נגד השכל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #121
פרייטאג אפריל 17, 2015 7:05 am#266968
לעיקוואד האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:ניטאמאל איז בייגעפאלן פאר דעם צדיק אז "אהבת כלה משוש דודים" וואס מ'זינגט אונטער דער חופה זאל מיינען כפשוטו א חתן און א כלה!

נעה, זעהסט דאך עס איז עם יא איינגעפאלען.. אז נישט וואלט ער דאך גארנישט געזאגט.. די מליצה בן שיח שושן חוחים מסתמא האט טאקע עפעס א פשט על פי הכתוב כשושנה בין החוחים וגו'.

דער עיקר פון די מעשה איז די עניוות פון כ"ק אדמו"ר שליט"א (וועלכע? איך ווייס ס'איז נאר דא איינס, אבער וועלכע פון די דריי - הרנ"צ\הרב"צ\הרמ"ד?) אז ער האט פארציילט זיין געמיינע מחשבות אויף צו קענען דרוקען אינ'ם אויסגאבע.
אשר חלקינו וואס דער נשיא איז מודה על חטאיו, און פון דעם זעט מען אז קיין אנדערע זינד האט ער נישט געטוהן אין זיין לעבען, ווייל ווען יא וואלט ער דאך מגלה געווען ווייל ער שעמט זיך דאך נישט!
פרייטאג אפריל 17, 2015 7:22 am#266969
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

עס מאכט אונז אויסזען אפגעריסן מיטן איבער דערציילן אזא זינלאזע מעשה.
פרייטאג אפריל 17, 2015 7:54 am#266974
פרייוויליג האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

עס מאכט אונז אויסזען אפגעריסן מיטן איבער דערציילן אזא זינלאזע מעשה.

ס'איז א סכנה צו צענזארירען היסטאריע. אז ער האט אזוי געזאגט, דארף מען עס געדענקען, און אזוי וועט יעדער איינער וויסען וויאזוי אנצוקוקען די זאך.
פרייטאג אפריל 17, 2015 9:21 am#267008
חסיד האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:אפשר איז די מעשה געוועהן פארקערט. שינאווע רב האט זיך נישט געקענט מתגבר זיין אויף זיין יצר צו טרייען צו קאנטראלן אנדערע מענטשען מיט זיין שמאלע דעה , און האט געטרייט צו צווינגען הרב מאנישעוויץ צו טוהן קעגן די דעה פון גדולי הרבנים , און שינאווע רב איז נאכדעם נעבעך נפטר געווארן , ויהי לאות.

שומו שמים! אוי לעינים שכך ראו

אזוי שרייבט מען אפי' אויף א ווערטל אויף א קדוש עליון ווי דער הייליגער שיניאווער רב, חס מלהזכיר עפרא לפימייה, מלבין ת''ח ראשונים כמלאכים, אוי ווי נידריג קען מען דען פאלן!

ATUB @שמעקעדיג ATUB , איך האלט מיך איין.
פרייטאג אפריל 17, 2015 10:11 am#267029
פרייוויליג האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:רבי משה'לע דעעשער פלעגט זאגן "ווען א גוי זאל וויסן וואספארא נחת רוח ער איז גורם צו הקב"ה מיטן האבן א מפלה, וואלט ער זיך מאבד עצמו לדעת געווען". כך מובא בשם רבי ר' משה'לי, נו, וואס זאגט איר צו דעם?

עס מאכט אונז אויסזען אפגעריסן מיטן איבער דערציילן אזא זינלאזע מעשה.

מ'קען טאקע נישט פארציילן די מעשה ביי יעדע לחיים/מלוה מלכה אין ביהמ"ד. אבער אלס ר' משה'לע דעעשער אליינס דארף מען נוצען דעם משנה פון אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.
פרייטאג אפריל 17, 2015 10:18 am#267034
.
דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 11:50 pm#313860
פון ספר "בישישים חכמה"

יסופר מרבינו הקדוש הבעש"ט זי"ע, שפעם אחת באמצע התפלה עבר לפניו כומר אחד ויצא אליו החוצה ודיבר עמו ארוכות וקצרות ואח"כ שב חזרה לביהמ"ד וסיים התפלה, וסיפר לתלמידיו שהיה קטרוג בשמים ע"י הכומר הזה כי הוא בן שמונים ולא ראה טומאה מעולם, טען הסניגור ואמר שאין זה מפני שהוא נשמר אלא משום שלא עלה בלבו דבר כזה, ולכן הלך (הבעש"ט) ודיבר אתו בדברי מוסר מדוע אינו נושא אשה, השיב לו מה אתה מדבר? הלא הוא כומר ואסור לו, השיב לו הבעש"ט הלא לא תהו בראה לשבת יצרה ומחויב לישא אשה, ואמר לכומר, עשיר אתה, השלך את נזא הכומר וקח אשה, והתחיל להלל לפניו בת פריץ אחד בסביבה וכו' ופתאום הסריח האיש עד שלא יכלו לעמוד סביבותיו, ותיכף נכנס הבעש"ט לביהמ"ד, ובזה זכה הסניגור ובטל הקטרוג.
דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:55 pm#330414
.
דינסטאג אפריל 26, 2016 1:02 am#330645
שמעקעדיג האט געשריבן:.

אינטערעסאנט, קיינמאל געהערט פון א גלעזער פעטיש
זונטאג אוגוסט 07, 2016 8:26 am#344744
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
ווען איך האב געליינט די מעשה אויף טעלעגראם, האב איך גלייך געקוויט. ליינט מיט שפאנונג:

מצש"ק מעשה פאר מלוה מלכה:
ווען דער הייליגער ראפשיצער רב זצ"ל האט געהערט פון דעם
אז דער ישמח משה באנוצט זיך מיט קמיעות און דורכדעם
פועל'ט ער ישועות, האט ער געהאלטן אז דאס איז נישט
ריכטיג, ווייל ס'איז א נייער דרך וואס זיינע רבי'ס - דער
הייליגער חוזה מלובלין און אנדערע - האבן זיך נישט באנוצט
דערמיט, דעריבער האט דער ראפשיצער רב באשלאסן אז ער
וועט אפשרייבן א בריוו פאר'ן ישמח משה אז ער זאל דאס
נישט טאן.
ווי נאר דער ראפשיצער רב האט געענדיגט שרייבן דעם בריוו,
האט ער געוואלט נעמען דאס שיסל מיט זאמד און עס
אויסשפרייטן אויפ'ן בריוו (אמאליגע צייטן איז געווען דער
סדר, אז נאכ'ן ענדיגן שרייבן א בריוו מיט טינט פלעגט מען
ארויפגיסן דערויף זאמד, און דאס האט געמאכט אז די טינט
זאל זיך נישט צעווישן), אבער ער האט זיך טועה געווען, און
אנשטאט ארויפגיסן זאמד אויף די טינט, האט ער גענומען דאס
שיסל טינט און אויסגעגאסן אויפ'ן בריוו, דער ראפשיצער רב
האט זיך גלייך געזעצט שרייבן א צווייטן בריוו, אבער נאכ'ן
ענדיגן שרייבן דאס צווייטע בריוו האט פאסירט ממש דאס
זעלבע ווי דאס ערשטע מאל, ער האט אויסגעגאסן די טינט
אויפ'ן בריוו אנשטאט גיסן דאס זאמד.
דער ראפשיצער רב האט זיך מחזק געווען און האט אפגעשריבן
א דריטע בריוו, ווען ער האט געענדיגט שרייבן דעם בריוו, האט
ער אראפגענומען דעם פלעשל טינט פון טיש כדי נישט צו
מאכן נאכאמאל דעם טעות, און ווען ער האט אויפגעהויבן דאס
שיסל זאמד אויסצושפרייטן אויפ'ן בריוו, האט ער באמערקט
אז א קליין ווערימעל קריכט ארויס פונעם שיסל זאמד, און
נאכדעם זענען ארויסגעקראכן נאך ווערים, און פון די ווערים
זענען געווארן שלענג ביז דער גאנצער טיש איז געווארן פול
מיט די סארט שלענג
דער ראפשיצער רב האט זיך זייער דערשראקן דערפון, ער האט
געשפירט אז זיינע כוחות ווערן אפגעשוואכט, און נאך עטליכע
מינוט איז ער אראפגעפאלן אויף די ערד, ער האט גלייך
פארשטאנען אז דאס אלעס האט פאסירט צוליב דעם וואס ער
האט געשריבן דעם בריוו פאר'ן הייליגן ישמח משה קעגן דאס
שרייבן קמיעות, דעריבער האט ער זיך געוואלט אויפשטעלן
פון די ערד און גיין צום טיש און צורייסן דעם בריוו, אבער ער
האט געשפירט אז ער האט ממש נישט קיין כח זיך
אויפצושטעלן אויף זיינע פוס, אזוי ליגענדיג אויף דער ערד,
האט ער זיך געשטארקט און געשלעפט דעם טישטוך צו זיך,
כדי דער בריוו וועלכער איז געווען אויפ'ן טיש זאל אראפפאלן,
ווי נאר דער בריוו איז געווען אויף די ערד האט ער דאס גלייך
צוריסן, און תיכף דערנאך איז ער צוריקגעקומען צו זיינע כוחות
אזוי ווי בעפאר, און די שלענג זענען פארשוואונדן געווארן.
צוריקגעצויגן און געשריבן דברי חיזוק
דער ראפשיצער רב האט זיך גלייך נאכדעם געזעצט שרייבן
נאך א בריוו צום הייליגן ישמח משה מיט גרויס כבוד, ער האט
אים אראפגעשריבן די אויבנדערמאנטע מעשה, און ער האט
אויסגעפירט אז ער מעג ווייטער שרייבן די קמיעות, אדרבה
מ'האט אים יעצט מודיע געווען פון הימל אז דער ישמח משה
האט א ספעציעלע נשמה וואס איז אראפגעקומען אויף דער
וועלט צו הייליגן דעם באשעפערס נאמען דורכ'ן שרייבן
קמיעות, דער בריוו איז פארבליבן ביי די אייניקלעך פונעם
ישמח משה זי"ע
זונטאג אוגוסט 07, 2016 10:27 am#344750
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
דאכט זיך אז דאס איז א געבארגטע מעשה
די ארגינעלע מעשה גייט אויפן הפלאה אז ער האט געוואלט שרייבען א תשובה להיתר אויפן קליווער גט און די טינט האט זיך אויסגעגאסן אפאר מאל האט ער עס גענומען אלס א סימן מן השמים נישט צו שרייבען און שפעטער ווען פראנקפורט האט געזוכט א רב צו ממלא מקום זיין רבי אבישל וואס ער איז געווען פון די ראש האוסרים פונעם קליווער גט האבן זיי נישט געוואלט נעמען א רב פון די מתירים משום כבודו פון רבי אבישל און אדאנק וואס דער הפלאה האט למעשה נישט געשריבען די תשובה האט ער געקענט באקומען דעם פאסטן
זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:00 pm#344760
די מעשה איז ידוע, און אויב איז די קמיעות זעלבסט נישט נגד שכלך פארוואס איז די מעשה יא נגד השכל?
זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:01 pm#344766
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
קמיעות איז איין זאך, און ווערים וואס ווערן שלענג וכו וכו איז גאר עפעס אנדערש. דאס קומט פון א געזונטע אימעדשינעישען
זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:21 pm#344769
אדער א אמת'ע מעשה וואס נישט דו האסט מיטגעהאלטן...
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:04 pm#344777
געוואלדיג האט געשריבן:פון ספר "בישישים חכמה"

יסופר מרבינו הקדוש הבעש"ט זי"ע, שפעם אחת באמצע התפלה עבר לפניו כומר אחד ויצא אליו החוצה ודיבר עמו ארוכות וקצרות ואח"כ שב חזרה לביהמ"ד וסיים התפלה, וסיפר לתלמידיו שהיה קטרוג בשמים ע"י הכומר הזה כי הוא בן שמונים ולא ראה טומאה מעולם, טען הסניגור ואמר שאין זה מפני שהוא נשמר אלא משום שלא עלה בלבו דבר כזה, ולכן הלך (הבעש"ט) ודיבר אתו בדברי מוסר מדוע אינו נושא אשה, השיב לו מה אתה מדבר? הלא הוא כומר ואסור לו, השיב לו הבעש"ט הלא לא תהו בראה לשבת יצרה ומחויב לישא אשה, ואמר לכומר, עשיר אתה, השלך את נזא הכומר וקח אשה, והתחיל להלל לפניו בת פריץ אחד בסביבה וכו' ופתאום הסריח האיש עד שלא יכלו לעמוד סביבותיו, ותיכף נכנס הבעש"ט לביהמ"ד, ובזה זכה הסניגור ובטל הקטרוג.

געוואלדיג: זאלסטו וויסן א כלל. (איך, און א יעדער אויך) א יעדע מעשה וועלכע האט צו טון מיט עפעס א שמוציגע זאך אדער א דבר שקר, אדער א זאך וואס איז סותר דעם צדיק'ס התנהגות איז שקר מוחלט. די פאבריצירער פון די מעשיות האבן פארזען פשוט'ע, שכל'דיגע כללים. און דארט דערקענט זיך טאקע דער שקר.
איך 'עלל ברענגען נאר איין משל. ס'איז דא א באקאנטע מעשה וועלכע גייט ארום אויפ'ן הייליגן בארדיטשוב'ער צדיק וועלכער איז דאך געווען א מליץ יושר און מלמד זכות אויף אידן. אבער אין די זעלבע צייט איז ער אויך געווען א שטארקער מוכיח. אזוי ווייט אז אין זיין יוגנט איז ער געווען א רב אין א געוויסע שטאט. ווייל ער האט זיי שטארק געמוסר'ט האבן זיי איהם גערודפ'ט. און ער האט געמוזט פארלאזן די שטאט. ווערט דערציילט די פאלגנדע מעשה. אז ער איז אמאל שבת אינדערפריה ארויסגעגאנגען אין גאס אויפ'ן וועג צום ביהמ"ד און ער האט געזעהן א פושע ישראל רייכערן א ציגארעטל. רופט ער זיך אן צו איהם...רעב איד. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט יענער...ניין איך ווייס אז היינט איז שבת....איהר ווייסט זיכער נישט אז מ'טאר נישט רייכערן אום שבת...ניין. איך ווייס אז מ'טאר נישט רייכערן אום שבת...אפשר דארפט איהר דאס ציגארעטל פאר אייער געזונט...ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז רייכערן שאט פאר מיין געזונט. און דאך רייכער איך, ווייל איך וויל רייכערן אום שבת...רופט זיך אן דער בארדיטשוב'ער רב...רבונו של עולם, קוק וואס פארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען. איך געב איהם אלע תירוצים אין מויל אריין. און דאך וויל ער נישט זאגן ליגנט...!
אט די מעשה איז שקר מוחלט. ווייל דער בארדיטשוב'ער רב איז געווען א שטארקער מוכיח. און ער וואלט יענעם זיכער גוט אנגעשייגעצט פאר מחלל שבת זיין בפרהסיא...!
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:12 pm#344778
בערל, זאגסט זייער גוט.

זע דא [און אין די המשך התגובות], וויאזוי איך בין זיך מתייחס צום סתירה פונעם בארדיטשובער וואס איז געווען א גרויסער מוכיח, און דער בארימטער סניגורן של ישראל.
זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:25 pm#344779
אני מאמין באמונה שלימה שכל השלש מעשיות שלנו הם אמת לאמיתם!
ויה"ר מלפניך ה' אלוקי שתנחינו בדרך האמת. אמן
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:32 pm#344977
mevakesh האט געשריבן:דאכט זיך אז דאס איז א געבארגטע מעשה

פארוואס פארגינסטו נישט? מ'האט עס געדארפט באשאפן פאר ר' אבישל פראנקפורטער וועט מען עס באשאפען פאר'ן ישמח משה אויך
מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:09 pm#344983
טמיר האט געשריבן:קמיעות איז איין זאך, און ווערים וואס ווערן שלענג וכו וכו איז גאר עפעס אנדערש. דאס קומט פון א געזונטע אימעדשינעישען

די מעשה מיט די טינט, ביז די שלענג קען איך נאך גלייבן. נאר אז מ'פאנטאזירט שוין זאלל זיין כיד ה' הטובה עליו... :lol:
מיטוואך אפריל 26, 2017 11:56 am#369135
אינעם טעיפ 'א נקודה'לע פארציילט מיכאל דער באקאנטע מעשה מיטן רש"ש און דער שיסטער - א מעשה וואס דארף א צריך עיון גדול.

בילד

די מעשה בקיצור: ער האט געבארגט געלט פאר א שיסטער. דער שיסטער האט עס צוריק באצאלט בשעת דער רש"ש האט געהאלטן אינמיטן לערנען, און ער האט דאס געלייגט צווישן די בלעטער פון גמרא. און האט פארגעסן דערפון.

דער רש"ש האט זיך דערמאנט אז דער שיסטער האט קיינמאל באצאלט, און דער שיסטער האט געשריגן איך האב יא. די דיספיוט האט גורם געווען אז דער שיסטער האט פארלוירן די פרנסה און קיינער האט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט אים.

לימים האט דער רש"ש געטראפן די געלט, און גערופן דעם שיסטער אים איבערבעטן. דער שיסטער האט געוויינט: איך בין שוין פארשעמט איבעראל, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיך. האט אים דער רש"ש געגעבן זיין אייגן טאכטער..

1. דער שיסטער האט געשריגן אז איך האב באצאלט, וויאזוי האט דער רש"ש געקענט צו לאזן אז ער זאל פארשעמט ווערן?
2. אפילו דער רש"ש האט אים נישט געגעלייבט, פארוואס האט ער אים נישט געקענט מוחל זיין. אן ארומע שיסטער וואס וויינט אז ער האט אים שוין באצאלט?
3. וויאזוי האט דער רש"ש געקענט גורם זיין צו לייגן א מענטש אין דער ערד, וועגן א דיספיוטעט חוב?
4. נאכדעם ווען עס איז נתגלה געווארן אז ער איז גערעכט געווען. וויאזוי מעג ער געבן זיין טאכטער. אפשר האט ער געהאט אן אומפאסיגער זון. וואס איז די טאכטער שולדיג אז איר טאטע וויל זיך איבערבעטן מיט אים? די טאכטער איז עפעס אן עפל?

די מעשה איז מעגליך געשען, אבער עס איז היבש געשעדיגט געווארן דורכאויס די יארן. בפשטות איז דא אסאך דעטאלן וואס מיר ווייסן נישט.
מיטוואך אפריל 26, 2017 2:44 pm#369172
בנוגע די מעשה מיטן רש"ש איז נישט אזא גרויסע חידוש בכלל. קודם כל מיכאל זז"ג האט עס ארויפגעשמירט אויפן מקובל האלקי רבי שלום שרעבי (וואס איז אויך באקאנט מיטן כינוי רש"ש) אבער אין אמת אריין האט דער מעשה פאסירט אין ווילנא ביי ר' שמואל שטראשון דער בעל הגהות וחידושים רש"ש וואס לויט די כותבי קורות העתים איז ער געווען א עושר און א מכובדיגע בעל הבית אין שטאט וואס האט אויך געקענט לערנען. און דער זון פונעם שוסטער איז געווען א תלמיד חכם און יודע ספר וואס האט געלערנט אין א ישיבה, און פארדעם האט אים ר' שמואל גענומען פאר א איידעם, והבן.
מיטוואך אפריל 26, 2017 3:01 pm#369176
פרייוויליג האט געשריבן:אינעם טעיפ 'א נקודה'לע פארציילט מיכאל דער באקאנטע מעשה מיטן רש"ש און דער שיסטער - א מעשה וואס דארף א צריך עיון גדול.

בילד

די מעשה בקיצור: ער האט געבארגט געלט פאר א שיסטער. דער שיסטער האט עס צוריק באצאלט בשעת דער רש"ש האט געהאלטן אינמיטן לערנען, און ער האט דאס געלייגט צווישן די בלעטער פון גמרא. און האט פארגעסן דערפון.

דער רש"ש האט זיך דערמאנט אז דער שיסטער האט קיינמאל באצאלט, און דער שיסטער האט געשריגן איך האב יא. די דיספיוט האט גורם געווען אז דער שיסטער האט פארלוירן די פרנסה און קיינער האט זיך נישט געוואלט משדך זיין מיט אים.

לימים האט דער רש"ש געטראפן די געלט, און גערופן דעם שיסטער אים איבערבעטן. דער שיסטער האט געוויינט: איך בין שוין פארשעמט איבעראל, קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט מיך. האט אים דער רש"ש געגעבן זיין אייגן טאכטער..

1. דער שיסטער האט געשריגן אז איך האב באצאלט, וויאזוי האט דער רש"ש געקענט צו לאזן אז ער זאל פארשעמט ווערן?
2. אפילו דער רש"ש האט אים נישט געגעלייבט, פארוואס האט ער אים נישט געקענט מוחל זיין. אן ארומע שיסטער וואס וויינט אז ער האט אים שוין באצאלט?
3. וויאזוי האט דער רש"ש געקענט גורם זיין צו לייגן א מענטש אין דער ערד, וועגן א דיספיוטעט חוב?
4. נאכדעם ווען עס איז נתגלה געווארן אז ער איז גערעכט געווען. וויאזוי מעג ער געבן זיין טאכטער. אפשר האט ער געהאט אן אומפאסיגער זון. וואס איז די טאכטער שולדיג אז איר טאטע וויל זיך איבערבעטן מיט אים? די טאכטער איז עפעס אן עפל?

די מעשה איז מעגליך געשען, אבער עס איז היבש געשעדיגט געווארן דורכאויס די יארן. בפשטות איז דא אסאך דעטאלן וואס מיר ווייסן נישט.

די מעשה האב איך געזען ברענגן אין א ספר פון ר' שלום שוואדראן'ס סיפורים, (אויך א 'רש"ש'...) וואס ער האט עס געהערט פון א איד וואס שטאמט פון דעם איידעם.
מיטוואך אפריל 26, 2017 3:07 pm#369177
פרייוויליג האט געשריבן:1. דער שיסטער האט געשריגן אז איך האב באצאלט, וויאזוי האט דער רש"ש געקענט צו לאזן אז ער זאל פארשעמט ווערן?

דאס געלט האט באלאנגט פאר די גמ"ח פון וועלכע ער פלעגט ארויסבארגן געלטער פאר אנדערע, ער האט געהאלטן אז ער האלט אויף ממון הרבים און מאכט שאדן פאר אנדערע אידן.
ער האט אים אבער קיינמאל פארשעמט חלילה, עס איז פשוט פארשפרייט געווארן די מעשה און די קנאים פון שטאט האבן אים פארשעמט, נישט חלילה דער רש"ש.
נאך איין הוספה: דער רש"ש האט אים געגעבן די אפציע פאר א שבועה און ער האט צוגעשטימט, אבער דער רש"ש האט אים נישט געלאזט שווערן אויס מורא פאר א שבועת שקר האט ער אים דעריבער מוחל געווען דאס געלט. די קנאים פון שטאט האבן זיך דעצו צוגעכאפט....

2. אפילו דער רש"ש האט אים נישט געגעלייבט, פארוואס האט ער אים נישט געקענט מוחל זיין. אן ארומע שיסטער וואס וויינט אז ער האט אים שוין באצאלט?

כנ"ל, דער רש"ש האט אים מוחל געווען כדי ער זאל נישט שווערן.

3. וויאזוי האט דער רש"ש געקענט גורם זיין צו לייגן א מענטש אין דער ערד, וועגן א דיספיוטעט חוב?

דער רש"ש האט עס נישט גורם געווען. די נקודה פון די מעשה איז אז די קנאים האבן צוגרינד געלייגט א איד פאר גארנישט, אפעציעל פארן כבוד פון רש"ש.

4. נאכדעם ווען עס איז נתגלה געווארן אז ער איז גערעכט געווען. וויאזוי מעג ער געבן זיין טאכטער. אפשר האט ער געהאט אן אומפאסיגער זון. וואס איז די טאכטער שולדיג אז איר טאטע וויל זיך איבערבעטן מיט אים? די טאכטער איז עפעס אן עפל?

דאס בלייבט טאקע שווער.

די מעשה איז מעגליך געשען, אבער עס איז היבש געשעדיגט געווארן דורכאויס די יארן. בפשטות איז דא אסאך דעטאלן וואס מיר ווייסן נישט.
מיטוואך אפריל 26, 2017 3:09 pm#369178
אברך משי האט געשריבן:בנוגע די מעשה מיטן רש"ש איז נישט אזא גרויסע חידוש בכלל. קודם כל מיכאל זז"ג האט עס ארויפגעשמירט אויפן מקובל האלקי רבי שלום שרעבי (וואס איז אויך באקאנט מיטן כינוי רש"ש) אבער אין אמת אריין האט דער מעשה פאסירט אין ווילנא ביי ר' שמואל שטראשון דער בעל הגהות וחידושים רש"ש וואס לויט די כותבי קורות העתים איז ער געווען א עושר און א מכובדיגע בעל הבית אין שטאט וואס האט אויך געקענט לערנען. און דער זון פונעם שוסטער איז געווען א תלמיד חכם און יודע ספר וואס האט געלערנט אין א ישיבה, און פארדעם האט אים ר' שמואל גענומען פאר א איידעם, והבן.

אמת. טאקע פאסירט מיטן רש"ש. דער זון איז אבער יא געווען א פוסטער שטריק.
מיטוואך אפריל 26, 2017 4:22 pm#369188
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
מ׳ברענגט היינטיגע מושגים פון הייראטונג און מ׳לייגט עס ארויף אויף מענטשען פון אן אנדערען לאנד, אן אנדערען תקופה מיט אנדערע באגריפען. אז א זוהן פון אן ארימע שוסטער קען ארויפטאנצען צו משפחת שטראשון איז עס איהם ווערט געווען א שידוך וואס פאסט אפשר נישט. און די טאכטער? טב למיתב טן דו איז אמאל א מציאות געווען, נישט א גלויבונג.

מ׳זאגט א תוספת צום מעשה, אז פון הימל האט מען די צוויי באשטימט אלס א זיווג, נאר ווי ווערט א שוסטער א מחותן מיט׳ן שטאט׳ס תורה וגדולה? די גטנצע געשיכטע איז נאר צוליעב דעם פארגעקומען. או כלך לדרך ההיפוך, עי׳ ערך הנביא הושע
מיטוואך אפריל 26, 2017 5:22 pm#369189

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 26, 2017 8:39 pm#369203
איך גיי דא פארציילן א מעשה וואס ס'איז מעגליך אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט.

מ'פארציילט אויפ'ן רבי'ן ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער אז ער האט געזעהן אין הימל אז אין א געוויסע שטאט איז דא א שניידער וועלכער האט מקיים געווען די מצוה פון פדיון שבויים מיט מסירות נפש. ווען ער האט אוועקגעגעבן זיין גאנצע געלט אויסצולייזן אן ארענדאר און זיין משפחה וועם דער פריץ האט געהאלטן געפאנגען. דער רבי ר' ברוכ'ל איז אזוי שטארק נתפעל געווארן פון דעם מענטש אז ער האט באשלאסן זיך משדך צו זיין מיט איהם. מ'האט מיט מזל געשלאסן שידוך. דעם רבינ'ס זוהן מיט דעם שניידער'ס טאכטער. און מ'האט באשטימט א זמן החתונה. ווען ס'איז געקומען דער באשטימטער טאג איז דער רבי ר' ברוכ'ל מיט זיין סוויטע געקומען צו פארן אין די שטאט וואו זיין מחותן דער אבי הכלה האט געוואוינט. מ'האט אהערגעשטעלט א קבלת פנים באזונדער פאר'ן חתן און באזונדער פאר די כלה, כנהוג.

די כלה איז געזיצן און געווארט אז דער חתן זאלל קומען באדעקן און מ'זאלל קענען גיין צו די חופה. ס'גייט אדורך א שעה. און נאך א שעה. און נאך 3 שעה. און דער חתן באווייזט זיך נישט. די כלה האט אנגעהויבן צו וויינען אז זי ווערט דא פארשעמט. ס'איז שוין באלד געווען חצות. 12 אזייגער ביינאכט. און די כלה מיט איהרע עלטערן האבן שוין געוואלט בלית ברירה אהיימגיין. פלוצלינג מאכט זיך אויף די טיהר פונ'ם צימער וואו דער רבי ר' ברוכ'ל איז געווען מיט'ן חתן. און ער קומט ארויס פרייליכערהייט און ער זאגט...נו, לאמיר גיין צו די חופה...! נאך די חופה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי שטארק פארזוימט און די כלה האט שוין געוואלט אפלאזן דעם שידוך און אהיימגיין. האט ער געענטפערט אז בשעת ער איז אנגעקומען אין שטאט צום קבלת פנים האט ער געווארט אז די אבות הקדושים זאללן זיך באווייזן צו איהם און אזוי ארום וועט ער גיין צו די חופה. זיין טאטע איז געקומען פונ'ם עולם האמת. אבער זיין זיידע דער בעש"ט האט זיך נישט באוויזן. האט ער געטראכט אפשר וועט ער זיך באלד באווייזן. אזוי האט ער געווארט די גאנצע צייט. ענדליך האט זיך דער בעש"ט הק' באוויזן צו איהם. און דאמאלס איז ער שוין גרייט געווען צו גיין צו די חופה....(עד כאן הסיפור.)

איך האב געהערט די מעשה אלס יונגל. איך וויל נישט זאגן וואס מיין רעאקציע איז געווען. פאר וועלכן קערעקטער/פראטאגאניסט איך האב געגעבן גערעכט. איך וויל אויסקלויבן א בית דין פון די 3 חשוב'סטע און אנגעזעענסטע חוקרים פון קאווע שטיבל. אז זיי זאללן ארויסזאגן זייער חוות דעת אויב די מעשה איז בכלל אמת. און אויב יא וואס זיי האלטן איבער די הנאדלונג פון ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער...!

די חשוב'ע חברי הבית דין הגדול זענען:...1) מושב זקנים: 2) הוגה: און 3) שבת אחים... איך וויל (צבי וחמיד ורגיג) זייער שטארק הערן זייער חוות דעת הקדושה איבער די מעשה'לע. און אויב ס'פארשטארקט אמונת צדיקים ביי די אידישע קינדערלעך...!
מיטוואך אפריל 26, 2017 8:55 pm#369204
א מעשה שהיה וואס איך האב געהערט פון א זוהן פון דער בעל-המעשה וואס האט געוואוינט אין ירושלים און האט עס מיר אליין דערציילט.

געווען איז עס, א איד אין אוקריינא מיט יארן צוריק, וועלכער איז נפטר געווארן און איבערגעלאזט א גרויסן הויז מיט צוויי טעכטער. איז איינער פון זיי א כלה געווארן בשעטומ"צ, און דער פלאן איז געווען אז דער פרישער פארל וועט וואוינען אינעם גרויסן הויז, אינאיינעם מיט די אנדערע שוועסטער וואס וועט אויך האבן אין דעם הויז פלאץ פאר איר (עס איז דאך אויך איר הויז...).

עס קומט פאר די חופה, און דער חתן וויל נישט צוגיין צו די חופה, ביז ווילאנג די יונגערע שוועסטער באפרייט דאס הויז און גייט אוועק פון דארט, ער וויל נישט וואוינען אין איין הויז מיט די שוועסטער, ער דארף די גאנצע הויז פאר זיך. עס איז געווארן א בהלה, ווייל די שוועסטער האט גע'טענה'עט אז די הויז איז פונקט אזוי אירע און זי האט נישט וואו צו גיין, אבער דער חתן האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער גייט נישט צו די חופה ביז ווילאנג דאס ווערט געטאן. דערווייל האט זיך די צייט גערוקט און דער עולם איז ארומגעגאנגען בהלה'דיג, נישט וויסנדיג וואס עס וועט זיך דא אויסקאכן.

איז געווען דארט א גברה, אן עסקן מיט ביינער, וועלכער האט צוגעקוקט וואס גייט דא פאר און באשלאסן אז דאס איז א רשעות שאין כדוגמתו, וויבאלד מען האט זיך קלאר אויסגענומען אז די שוועסטער וועט דארט בלייבן וואוינען און דא גייט מען בא'עולה'ען א אידיש קינד, ווי אויך צוקריגן צוויי שוועסטערס צווישן זיך און אנדרייען מחלוקת. דער עסקן האט געהאלטן אז מען דארף לערנען דעם חתן בלק.

איז ער ארויסגעגאנגען אין זאל, דארט זענען געווען פארזאמלט די בחורים, חברים פונעם חתן, וועלכע זענען געקומען משמח זיין. דער עסקן האט זיך ארויפגעשטעלט אויף א בענקל און אויסגערופן: "רבותי, וועל וויל חס זיין אויף די כבוד פון א אידישע טאכטער און מקדש זיין די כלה כדת משה וישראל און חתונה האבן מיט איר? - ווער וויל איבערנעמען דעם ארט פון דעם חתן דעם מושחת און גיין אונטער די חופה מיט די כלה, אזוי אז דער חתן זאל זיך אויסלערנען אז מען פירט זיך נישט אויף אזוי.

דארט איז געווען א בחור וואס האט תיכף מסכים געווען דערצו, מען איז אריבערגעגאנגען צו די כלה איבערפרעגן איר מיינונג און זי האט גערן איינגעשטימט.

דערווייל זיצט דער חתן אין צימער, ווארט צו הערן אנטוויקלונגען, ווען פלוצלינג הערט ער זינגען, "ויהי בישורין מלך בהסתאסף ראשי עם...", ער קומט ארויס פון צימער און גלויבט נישט וואס ער זעט...

רעשט איז היסטאריע.
מיטוואך אפריל 26, 2017 9:51 pm#369211
חכמת שלמה האט געשריבן:א מעשה שהיה וואס איך האב געהערט פון א זוהן פון דער בעל-המעשה וואס האט געוואוינט אין ירושלים און האט עס מיר אליין דערציילט.

מתוך דא"ח בספר ארזי דמיונות מאת כ"ק אדמו"ר ארז מלב טמא זקאקוי יגון ואנחה...
מיטוואך אפריל 26, 2017 11:27 pm#369225
איסר האטלקי האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:1. דער שיסטער האט געשריגן אז איך האב באצאלט, וויאזוי האט דער רש"ש געקענט צו לאזן אז ער זאל פארשעמט ווערן?

דאס געלט האט באלאנגט פאר די גמ"ח פון וועלכע ער פלעגט ארויסבארגן געלטער פאר אנדערע, ער האט געהאלטן אז ער האלט אויף ממון הרבים און מאכט שאדן פאר אנדערע אידן.
ער האט אים אבער קיינמאל פארשעמט חלילה, עס איז פשוט פארשפרייט געווארן די מעשה און די קנאים פון שטאט האבן אים פארשעמט, נישט חלילה דער רש"ש.
נאך איין הוספה: דער רש"ש האט אים געגעבן די אפציע פאר א שבועה און ער האט צוגעשטימט, אבער דער רש"ש האט אים נישט געלאזט שווערן אויס מורא פאר א שבועת שקר האט ער אים דעריבער מוחל געווען דאס געלט. די קנאים פון שטאט האבן זיך דעצו צוגעכאפט....

2. אפילו דער רש"ש האט אים נישט געגעלייבט, פארוואס האט ער אים נישט געקענט מוחל זיין. אן ארומע שיסטער וואס וויינט אז ער האט אים שוין באצאלט?

כנ"ל, דער רש"ש האט אים מוחל געווען כדי ער זאל נישט שווערן.

3. וויאזוי האט דער רש"ש געקענט גורם זיין צו לייגן א מענטש אין דער ערד, וועגן א דיספיוטעט חוב?

דער רש"ש האט עס נישט גורם געווען. די נקודה פון די מעשה איז אז די קנאים האבן צוגרינד געלייגט א איד פאר גארנישט, אפעציעל פארן כבוד פון רש"ש.

4. נאכדעם ווען עס איז נתגלה געווארן אז ער איז גערעכט געווען. וויאזוי מעג ער געבן זיין טאכטער. אפשר האט ער געהאט אן אומפאסיגער זון. וואס איז די טאכטער שולדיג אז איר טאטע וויל זיך איבערבעטן מיט אים? די טאכטער איז עפעס אן עפל?

דאס בלייבט טאקע שווער.

די מעשה איז מעגליך געשען, אבער עס איז היבש געשעדיגט געווארן דורכאויס די יארן. בפשטות איז דא אסאך דעטאלן וואס מיר ווייסן נישט.

אדער פשוט להד״מ. איך האב אויך געטראכט פון די תורה. און ווי געשריבן האב איך אז די מעשה לאזט אויס דעטאלן. אלענפאלס, דער רש״ש וואלט געדארפט ארויסגיין פון זיין וועג זיכער צו מאכן אז דער איד גייט נישט אונטער. אויסער אויב דאס איז נישט געווען רבי שמואל שטראשון זצ״ל. די מעשה איז געווארן פארוואונדעט וואנדערינג פון איין בוך צום צווייטן.

לויט אברך משי׳ס טעאריע שטומט פארוואס ער איז איינגעגאנגען אויף די שידוך. האלט מען שוין ערגעץ.
מיטוואך אפריל 26, 2017 11:40 pm#369226
קענסט ליינען די מעשה פון מקור ראשון וואס איז לכאורה ר' שלום שוואדרון, לויט ווי ער שרייבט.
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:44 am#369235
berlbalaguleh האט געשריבן:איך גיי דא פארציילן א מעשה וואס ס'איז מעגליך אז איך האב עס שוין אמאל פארציילט.

מ'פארציילט אויפ'ן רבי'ן ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער אז ער האט געזעהן אין הימל אז אין א געוויסע שטאט איז דא א שניידער וועלכער האט מקיים געווען די מצוה פון פדיון שבויים מיט מסירות נפש. ווען ער האט אוועקגעגעבן זיין גאנצע געלט אויסצולייזן אן ארענדאר און זיין משפחה וועם דער פריץ האט געהאלטן געפאנגען. דער רבי ר' ברוכ'ל איז אזוי שטארק נתפעל געווארן פון דעם מענטש אז ער האט באשלאסן זיך משדך צו זיין מיט איהם. מ'האט מיט מזל געשלאסן שידוך. דעם רבינ'ס זוהן מיט דעם שניידער'ס טאכטער. און מ'האט באשטימט א זמן החתונה. ווען ס'איז געקומען דער באשטימטער טאג איז דער רבי ר' ברוכ'ל מיט זיין סוויטע געקומען צו פארן אין די שטאט וואו זיין מחותן דער אבי הכלה האט געוואוינט. מ'האט אהערגעשטעלט א קבלת פנים באזונדער פאר'ן חתן און באזונדער פאר די כלה, כנהוג.

די כלה איז געזיצן און געווארט אז דער חתן זאלל קומען באדעקן און מ'זאלל קענען גיין צו די חופה. ס'גייט אדורך א שעה. און נאך א שעה. און נאך 3 שעה. און דער חתן באווייזט זיך נישט. די כלה האט אנגעהויבן צו וויינען אז זי ווערט דא פארשעמט. ס'איז שוין באלד געווען חצות. 12 אזייגער ביינאכט. און די כלה מיט איהרע עלטערן האבן שוין געוואלט בלית ברירה אהיימגיין. פלוצלינג מאכט זיך אויף די טיהר פונ'ם צימער וואו דער רבי ר' ברוכ'ל איז געווען מיט'ן חתן. און ער קומט ארויס פרייליכערהייט און ער זאגט...נו, לאמיר גיין צו די חופה...! נאך די חופה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי שטארק פארזוימט און די כלה האט שוין געוואלט אפלאזן דעם שידוך און אהיימגיין. האט ער געענטפערט אז בשעת ער איז אנגעקומען אין שטאט צום קבלת פנים האט ער געווארט אז די אבות הקדושים זאללן זיך באווייזן צו איהם און אזוי ארום וועט ער גיין צו די חופה. זיין טאטע איז געקומען פונ'ם עולם האמת. אבער זיין זיידע דער בעש"ט האט זיך נישט באוויזן. האט ער געטראכט אפשר וועט ער זיך באלד באווייזן. אזוי האט ער געווארט די גאנצע צייט. ענדליך האט זיך דער בעש"ט הק' באוויזן צו איהם. און דאמאלס איז ער שוין גרייט געווען צו גיין צו די חופה....(עד כאן הסיפור.)

איך האב געהערט די מעשה אלס יונגל. איך וויל נישט זאגן וואס מיין רעאקציע איז געווען. פאר וועלכן קערעקטער/פראטאגאניסט איך האב געגעבן גערעכט. איך וויל אויסקלויבן א בית דין פון די 3 חשוב'סטע און אנגעזעענסטע חוקרים פון קאווע שטיבל. אז זיי זאללן ארויסזאגן זייער חוות דעת אויב די מעשה איז בכלל אמת. און אויב יא וואס זיי האלטן איבער די הנאדלונג פון ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער...!

די חשוב'ע חברי הבית דין הגדול זענען:...1) מושב זקנים: 2) הוגה: און 3) שבת אחים... איך וויל (צבי וחמיד ורגיג) זייער שטארק הערן זייער חוות דעת הקדושה איבער די מעשה'לע. און אויב ס'פארשטארקט אמונת צדיקים ביי די אידישע קינדערלעך...!

ווען איך בין דארט גיב איך אים דער פייקע און דער בעל שם טוב קומט פריער.

ב.ד.וו אמאהל איז א חופה געוועהן אין מיטען טאג, און די לייגסט אראפ דער מעשה אזוי ווי מען מאכט חתונה דא אין אמעריקא.
דאנערשטאג אפריל 27, 2017 11:29 am#369264
אישתישבי: ייש"כ. אבער איך פערזענליך גלייב נישט די מעשה אזוי ווי ס'ווערט פארציילט. אדער איז עס בכלל נישט אמת. ווייל דאס ווייזט אויף גרויס אכזריות מצד ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער. אויך איז דאס וואס פאסט פאר א היינטצייטיגן בנש"ק. אפגעזעהן פון וועלכע שעה אין טאג מ'האט געמאכט די חתונה...!
זונטאג אפריל 30, 2017 11:29 am#369437
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
יודישע שרייבער האט געשריבן:
חכמת שלמה האט געשריבן:א מעשה שהיה וואס איך האב געהערט פון א זוהן פון דער בעל-המעשה וואס האט געוואוינט אין ירושלים און האט עס מיר אליין דערציילט.

געווען איז עס, א איד אין אוקריינא מיט יארן צוריק, וועלכער איז נפטר געווארן און איבערגעלאזט א גרויסן הויז מיט צוויי טעכטער. איז איינער פון זיי א כלה געווארן בשעטומ"צ, און דער פלאן איז געווען אז דער פרישער פארל וועט וואוינען אינעם גרויסן הויז, אינאיינעם מיט די אנדערע שוועסטער וואס וועט אויך האבן אין דעם הויז פלאץ פאר איר (עס איז דאך אויך איר הויז...).

עס קומט פאר די חופה, און דער חתן וויל נישט צוגיין צו די חופה, ביז ווילאנג די יונגערע שוועסטער באפרייט דאס הויז און גייט אוועק פון דארט, ער וויל נישט וואוינען אין איין הויז מיט די שוועסטער, ער דארף די גאנצע הויז פאר זיך. עס איז געווארן א בהלה, ווייל די שוועסטער האט גע'טענה'עט אז די הויז איז פונקט אזוי אירע און זי האט נישט וואו צו גיין, אבער דער חתן האט זיך גע'עקשנ'ט אז ער גייט נישט צו די חופה ביז ווילאנג דאס ווערט געטאן. דערווייל האט זיך די צייט גערוקט און דער עולם איז ארומגעגאנגען בהלה'דיג, נישט וויסנדיג וואס עס וועט זיך דא אויסקאכן.

איז געווען דארט א גברה, אן עסקן מיט ביינער, וועלכער האט צוגעקוקט וואס גייט דא פאר און באשלאסן אז דאס איז א רשעות שאין כדוגמתו, וויבאלד מען האט זיך קלאר אויסגענומען אז די שוועסטער וועט דארט בלייבן וואוינען און דא גייט מען בא'עולה'ען א אידיש קינד, ווי אויך צוקריגן צוויי שוועסטערס צווישן זיך און אנדרייען מחלוקת. דער עסקן האט געהאלטן אז מען דארף לערנען דעם חתן בלק.

איז ער ארויסגעגאנגען אין זאל, דארט זענען געווען פארזאמלט די בחורים, חברים פונעם חתן, וועלכע זענען געקומען משמח זיין. דער עסקן האט זיך ארויפגעשטעלט אויף א בענקל און אויסגערופן: "רבותי, וועל וויל חס זיין אויף די כבוד פון א אידישע טאכטער און מקדש זיין די כלה כדת משה וישראל און חתונה האבן מיט איר? - ווער וויל איבערנעמען דעם ארט פון דעם חתן דעם מושחת און גיין אונטער די חופה מיט די כלה, אזוי אז דער חתן זאל זיך אויסלערנען אז מען פירט זיך נישט אויף אזוי.

דארט איז געווען א בחור וואס האט תיכף מסכים געווען דערצו, מען איז אריבערגעגאנגען צו די כלה איבערפרעגן איר מיינונג און זי האט גערן איינגעשטימט.

דערווייל זיצט דער חתן אין צימער, ווארט צו הערן אנטוויקלונגען, ווען פלוצלינג הערט ער זינגען, "ויהי בישורין מלך בהסתאסף ראשי עם...", ער קומט ארויס פון צימער און גלויבט נישט וואס ער זעט...

רעשט איז היסטאריע.

מתוך דא"ח בספר ארזי דמיונות מאת כ"ק אדמו"ר ארז מלב טמא זקאקוי יגון ואנחה...

האסט א פראבלעם מיטן שרייבער? ברעך עס אויס אינעם אשכול ווי עס באלאנגט.
איך האב שוין אויך געהערט פון די מעשה, איך זעה נאר נישט אז עס זאל זיין נגד השכל, מיט אזא רשע ווי דער חתן, דארף מען נישט אנדערש טוהן.
מען דארף זיך אויס לערנען דא אפצוטיילן, צווישן דער שרייבער, און דאס געשריבענע.
ובזה יצאתי
זונטאג אפריל 30, 2017 3:04 pm#369470
פארוואס איז דער חתן א רשע ווען ער וויל נישט אז זיין שוועגערין זאל וואוינען מיט אים אין איין שטוב שנה ראשונה? וואלסטו יא געוואלט זי זאל אריינשפאצירן בשעת מעשה די דריטע וואך נאך די חתונה?
א גרויסע הויז בימים ההם האט געקענט מיינען דריי צימערן וזהו.
זונטאג אפריל 30, 2017 3:28 pm#369475
Re: סיפורים וועלכע זענען נגד השכל
ווייל ווען ער איז א חתן געווארן האט ער געוואוסט פונעם אפמאך, נאר ער האט געווארט ביז אזא צייט ווען ער וועט עס קענען אינפארסן, האט מען עם גוט גוט צוגעפיקסט.
מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 11:17 pm#392038
טעמפא האט געשריבן:איך האב אזא טעאריע אז אסאך פון די חסידישע מעשיות'לעך קומען פון די משכילים וואס האבן דאס געשריבן מיטן מטרה חוזק צו מאכן פון די חסידישע רביים, און תמימות'דיגע אידן האבן עס מיטן גאנצן נאיוואטעט אפגעקויפט נישט וויסנדיג מבחין צו זיין בין טוב ובין רע. אזא מעשה קען דינען אלץ קלאסישער דוגמא צו מיין טעאריע. דער משכיל האט געוואלט ארויסברענגן די נקודה אז ביי חסידים איז קענען שרייבן געווען אן אראפגעקוקטער זאך, עפעס וואס איז קעגן מענטשליכן נאטורליכען אינטואיציע, און ברענגט ארויס געלעכטער און וואונדער ביי איינעם וואס איז נישט באשאנקן מיט צופיל אמונת חכמים.

דאכצעך מיר אז איך האב לעצנס געזען א גאנצע ביכל מיט אזעלכע מעשיות, ס'איז געווען זאפטיג...
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 2:25 am#392064
א איד: איך בין מסכים מיט דיר 100%. נאר איך האב געהאט אן אנדערע עצה פאר די פארשעמטע כלה ביי די מעשה מיט ר' ברוכ'ל מעזשיבוזשער. (אויב די מעשה איז אמת). אז ווען דער חתן איז שוין ענדלעך ארויסגעקומען פון שטוב גרייט צו גיין צו די חופה וואלט די כלה געדארפט זיך איינפאקן די פעקלעך און גיין אהיים.זאגנדיג צום חתן און זיין טאטן...."מוחל טובות. קענסט אליינס גיין צו די חופה. איך גיי אהיים...!
מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:40 am#394818
,
מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:42 am#394819
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
טעמפא האט געשריבן:איך האב אזא טעאריע אז אסאך פון די חסידישע מעשיות'לעך קומען פון די משכילים וואס האבן דאס געשריבן מיטן מטרה חוזק צו מאכן פון די חסידישע רביים, און תמימות'דיגע אידן האבן עס מיטן גאנצן נאיוואטעט אפגעקויפט נישט וויסנדיג מבחין צו זיין בין טוב ובין רע. אזא מעשה קען דינען אלץ קלאסישער דוגמא צו מיין טעאריע. דער משכיל האט געוואלט ארויסברענגן די נקודה אז ביי חסידים איז קענען שרייבן געווען אן אראפגעקוקטער זאך, עפעס וואס איז קעגן מענטשליכן נאטורליכען אינטואיציע, און ברענגט ארויס געלעכטער און וואונדער ביי איינעם וואס איז נישט באשאנקן מיט צופיל אמונת חכמים.

דאכצעך מיר אז איך האב לעצנס געזען א גאנצע ביכל מיט אזעלכע מעשיות, ס'איז געווען זאפטיג...

דא האט איר: m https://tomerpersico.com/2015/08/10/meir_perl/ m

זע די שטיקל וואס ער ברענגט אראפ, צוקער זיס!!

m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%99%D7%9F m
מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:56 am#394827
און דא האט איר נאך איינס.
דיסקלעימער: כ'האב נאכנישט געליינט די ארטיקל אינ'ם וועקער און די אשכול, אבער פון דעם טעמע זעט דאס אויס די זעלבע. (אפגעזען צו ס'איז עפעס שלעכט מיט דעם צו נישט).