פארומס › נייע אייוועלט זומער אויסגאבע: מי מנוחות

נייע אייוועלט זומער אויסגאבע: מי מנוחות

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4115
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מיטוואך יוני 19, 2013 2:51 pm#126309
נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: m http://goo.gl/IdVg0 m
מיטוואך יוני 19, 2013 3:32 pm#126333
שיינע ארבעט געמאכט
מיטוואך יוני 19, 2013 3:37 pm#126335
ס'זעט אויס פיין, און ס'איז א חידוש אין דער אידישער מארק צו ארויסגעבן חומר סתם פאר אומזיסט.
אויב איינער איז נייגעריג וועל איך עס שבת אדורכליינען און קאמאנטירן לפי ראות עיני.
מיטוואך יוני 19, 2013 4:21 pm#126354
קנאת סופרים תרבה חכמה.

ווען קומען אונז ארויס מיט א אייגענע אויסגאבע?
מיטוואך יוני 19, 2013 4:25 pm#126356
פרעיג חזקיהו
מיטוואך יוני 19, 2013 4:27 pm#126357
מנהלים עצה'נען נישט צו ליינען דעם מי מנוחות (רמז לדבר, מ"י מנוחו"ת ינהלנ"ו)
מיטוואך יוני 19, 2013 10:48 pm#126520
שנאפס האט געשריבן:נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

שיינע ארבעט. ווער איז דער גראפיקער?
מיטוואך יוני 19, 2013 11:14 pm#126530
אינטרעסאנט דאס רופן זיי נישט יפה בעתו...
דאנערשטאג יוני 20, 2013 8:26 am#126583
יידל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:נייע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/IdVg0

שיינע ארבעט. ווער איז דער גראפיקער?

זייער שיינע ארבעט, היבש באלערנד!

עס שטייט דערויף אז דעזיין און לעיאוט איז געמאכט דורך'ן ניק "שמן למאור"
דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:47 am#126605
מ'דארף ארויסנעמען א שטארקע מוסר השכל פון דעם קונטרס, דער ענין פון הכרת הטוב, וואס די מנהלים ואחראים האבען צו די מיטגליגער אין שרייבערס אויף זייער וועטל, זיי פארגעסן נישט פון די אשכולות וואס זענען שוין פון לאנג אראפ אין תהום, אין געבן קרעדיט צו די ניקס.
איך גלייב שטארק און אונזער קאווע טרינקערס, אז מדארף זיך לערנען פון יעדע גוטע זאך, מיר קענען אויך באווייזען אזאנס, (אז מיר וואלטן זיך נישט אזוי שטארק אפגעגעבען אויף לשון הרע ורכילות ענדערש אויף מער זאכטליכע ענינים).
מיטוואך יולי 03, 2013 5:33 pm#130513
אייוועלט האט היינט ארויס געגעבען זייער צווייטע אויסגאבע
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20330 m
ליינט און האט הנאה
מיטוואך יולי 03, 2013 5:42 pm#130515
איך מיין מ'קען שוין ארויסגעבען דא ביי אונז א גוט'ס ס'איז דא שוין אין דעם יאר דא זאפטיגע זאכען..וואו איז לעמאן דשזוס?
מיטוואך יולי 03, 2013 5:59 pm#130522
אונז ווארטן נאך אויף ATUB @מאראנצןזאפט ATUB 'ס אנאליז אויף די ערשטע.
מיטוואך יולי 03, 2013 11:18 pm#130598
טעפל האט געשריבן:וואו איז לעמאן דזשוס?

ער האט גענומען א ברעיק פאר א האלב יאר...... נאכדעם וועט ער דעסיידען איזה דרך ישרה, צי ער זאל צוריקקומען צו פארבלייבן אין ביהמ"ד :(
פרייטאג יולי 05, 2013 8:50 am#130998
טעפל האט געשריבן:איך מיין מ'קען שוין ארויסגעבען דא ביי אונז א גוט'ס ס'איז דא שוין אין דעם יאר דא זאפטיגע זאכען..וואו איז לעמאן דשזוס?

עההה.. וואס רעטיר?... א שטייגער קאווע שטיבל? סישוין דא לרחצה...
מענדעלע.... שאלעמ... חייעמ נאכמענ... און נאך...
שטויבט אפ די אלע פאסקונדן און לופטערט זיי פון זייער פארביאלעטן קעלער גערוך, און האפ!... "מי מלוחות"
דערעוילעם וועט אפלאדירן סעט גאייען א רויעך!!!
דינסטאג יולי 09, 2013 4:32 am#131754
מאנדלבאום
ס'קוקט אויס ווי דו האלסט אז דו האסט א מצוה פון זיך דרייען אין קאווע שטיבל צווישן די משכילים און לאכן פון זיי ??
אנטלויף פון דא גיך ווייל דו קענסט פארכאפט ווערן, קיינער איז נישט פארזיכערט!
דינסטאג יולי 09, 2013 4:44 am#131755
@דייטל,
יא, איך דריי מיך דא ווייל איך בין שטארק מחולק מיט קאווע שטיבל אין פיל זאכן.
איך וויל זאגן מיין מיינוג, נישט פון דרויסן נאר אינעוווענדיג ווי ס'פאסט פאר "קאווע שטיבל" וואס מ'לאזט זאגן מיינוגען לויז און דעמאקראטיש.
וואס איז, מ'טאר נישט זיין אין אן אפאזיציע שטעללונג?
אבער האב קיין מורא, די הנהלה גייט מיר עניוועי ארויס טראסקענען פון דא בקרוב.

אגב,
האט איר אבער צו זאגן זאכליך אויף מיינע ווערטער? אדרבא! איך בין אפען מיינדעט, אזוי ווייט אפילו קעגן קאווע שטיבל!
דינסטאג יולי 09, 2013 4:50 am#131756
וואס שייך זאכליך?
וואס איז דיין ציל? ממ"נ איז קאווע שטיבל טרייף וואס זוכסטו דא? איז עס כשר וואס האקסטו, איך פארשטיי דיך באמת נישט..
דינסטאג יולי 09, 2013 4:54 am#131757
דייטל האט געשריבן:וואס שייך זאכליך?
וואס איז דיין ציל? ממ"נ איז קאווע שטיבל טרייף וואס זוכסטו דא? איז עס כשר וואס האקסטו, איך פארשטיי דיך באמת נישט..

הוספתי כמה מילים עי' בתגובה לפנינו
דינסטאג יולי 09, 2013 5:00 am#131758
איך כשלעצמי האב כלל נישט קיין פראבלעם מיט דיין דא זיין, יערב לך, אבער לשיטתך פארשטיי איך נישט, ווייל אז קאווע שטיבל איז פונקט ווי שאלעמ אלייכעם וכו' האט דאך נישט קיין זין איר זאלט נעמען א שאלעמ אלייכעם אין די האנט, אפשר יא? איך בין אייך נישט חושד אין אזאנס..
אלא מאי וואס איז דיין ציל? און וואס האלט איר באמת איבער קאווע שטיבל? מעג מען דא זיין ? מעג מען לייענען? אויב דער תירוץ איז ניין, וואס טוסטו דא? ווילסט ראטעווען אנדערע? אויף דעם האב איך געזאגט אז דו וועסט ענדערש פארכאפט ווערן, און חייך קודמין, האב איך רעכט?
בכלל, ווי עס שיינט פון אייערע ווערטער אז איר ערווארט א קאפע אויף ארויס, איז נישט מסתבר אז איר זענט דא פאר מיינונגען אדער דיסקוסיעס..
דינסטאג יולי 09, 2013 5:36 am#131759
מיין ציל איז געווען אז די נאיווע וואס דרייען זיך דא זאל זעהן נאך עפעס און נישט קויפן אלעס וואס ס'גיסט זיך דא אן קאנטראל.
איך האב געהאפט אז איר האט פארשטאנען דעם צושטעל צו אלייכעמ, און נישט זיך אן כאפן אויפן משל.
איך האב נישט ערווארט א קאפע ארויס, נאר די הנהלה האט מיר גע'טענה'עט דברים וואס איך פארשטיי אז מ'טאר נישט קומען בלויז קריטיקירן, ממילא גיי איך בקרוב פליען פון דאנען.

בנוגע צו ס'וועט מיר מזיק זיין?
איר האט א אמת'ע טענה, נישט ווייל איך האב זייער מורא פון די 'דברי חכמה' שבהם, נאר ווייל חזקה אויף דברים אסורים אז זיי שאטן, חוץ אויב ווען ס'איז לתועלת (כמובן מיט א תנאי אז מ טאר נישט זיין נאיוו)
וויבאלד אבער אז לכאורה גייט נישט געשעהן אזאנס, ווייל איך האב פארבינדענע הענט מצד די הנהלה, איז אויב איך וועל נישט קענען שרייבן וואס איך האב צו שרייבן, וועל איך אוודאי נישט אריין בליקן אפילו פון א מייל ווייט.

אגב וואס איז אייער מיינוג אויף קאווע שטיבל? (מעג מען פרעגן לויט די געזעצן?)
דינסטאג יולי 09, 2013 7:08 am#131766
און דו דייטל ווואס ווילסטו פון עם? וואס איז דיין ציל? מ.י.א.ב. זאגט מען ביי אונז.
דינסטאג יולי 09, 2013 7:46 am#131768
איין וויכטיגע פונקט!
אין מיין קיינעם אבער ממש קיינעם נישט פערזענליך, איך מיין דעם מהלך.
דינסטאג יולי 09, 2013 7:51 am#131769
איך אויך האט געשריבן:און דו דייטל ווואס ווילסטו פון עם? וואס איז דיין ציל? מ.י.א.ב. זאגט מען ביי אונז.

נעה, לאז דיין צוויי ווייטער שמועסן... זייער אינטערעסאנט...
יא קאווע שטיבל, נישט קאווע שטיבל, טריפה כשר... אפענע קאפ, פארמאכטע קאפ, אהער און אהין...

רעדט נישט אזויפיל "וועגן" שרייבן. שרייבט!
דינסטאג יולי 09, 2013 9:56 am#131781
ATUB @מאנדלבאום ATUB עס שטייט משנכנס אב ממעטין בשמחה. דיין תגובות מאכן מיר לאכן. ביטע קום צוריק אדר.
דינסטאג יולי 9, 2013 10:51 am#131789
מ י א ב ?
דינסטאג יולי 9, 2013 10:57 am#131790
Mind
Your
Own
Business
מיטוואך יולי 17, 2013 4:52 pm#134294
מי מנוחות-#3
יא עס איז א פאקט אייוועלט האט היינט ארויס געגעבען זייער דריטע אויסגאבע מי מנוחות
<a class="postlink" href="http://goo.gl/HwtBi">http://goo.gl/HwtBi</a> ליינט און האט הנאה
דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 9:14 pm#147907
פינפטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, (103
זייטן) ליינט און האט הנאה: <a class="postlink" href="http://goo.gl/fX9aqF">http://goo.gl/fX9aqF</a>
מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:48 pm#165213
זעקסטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: <a class="postlink" href="http://goo.gl/GhMKz1">http://goo.gl/GhMKz1</a>
מיטוואך מערץ 12, 2014 10:17 am#190254
זיבעטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: <a class="postlink" href="http://goo.gl/RecLh5">http://goo.gl/RecLh5</a>
מיטוואך מערץ 12, 2014 11:27 am#190266
לעמיל
זיבעטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: <a class="postlink" href="http://goo.gl/RecLh5">http://goo.gl/RecLh5</a>

מהיכי תיתי. מ'האט שוין געזעהן אזאנס.

נ.ב. לי עוועניו פאטא צאלט אויס פאר א גראפיקער? נישט שלעכט. (הערסט פישל'ע? גיי שנארער געלט פאר דיינע קאווע בלעטער! עניוועי, ווער נוצט נאך וואורד היינטיגע טעג? 😉 )
מיטוואך מערץ 12, 2014 1:24 pm#190289
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.
מיטוואך מערץ 12, 2014 1:59 pm#190296
I'm back
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.


????
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:36 pm#241192
זיי זאגען אז אויף חנוכה געט מען ארויס א פרישע.
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:43 pm#241194
אזוי? אוי וואו איז מיין גארטל? איי ייי ייי לשם יחוד
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:29 pm#241344
I'm back
ביטע נישט לינקען צו קיין סייטס ווי עס שרייבן שונאי ישראל.

😂 🙄 😉 😮
דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 11:42 pm#241347
ב"ה מיין פילטער לאזט נישט דורך צו יענעם סייט הידוע, אויב איינער האט עקסעס אהין זאל ער ביטע לאדענען אויף קאפי.קאם.
#נגעצרעתוכו'
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:37 am#241645
<a class="postlink" href="http://goo.gl/vzeEyB">http://goo.gl/vzeEyB</a>
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:44 am#241646
מנחם
ב"ה מיין פילטער לאזט נישט דורך צו יענעם סייט הידוע, אויב איינער האט עקסעס אהין זאל ער ביטע לאדענען אויף קאפי.קאם.
#נגעצרעתוכו'

Are you for real??
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:29 am#241703
איך האב געכאפט א בליק אין די אויסגאבע, עס איז דא גוטע זאכן צו זעהן דארט. איין שטיקל זעהט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן ארגינעל פאר קאווע שטיבל און עס איז בטעות אריינגעפאלן אהין. דער שרייבער ברענגט ארויס די חשיבות פון איי וועלט אז דארט קען מען ריכטיג ארויסהאבן די קולטור פון אונזער פאלק, ער שרייבט אז פון די צייטונגען און אויסגאבעס קען מען דאס נישט וויסן, ווייל "נאך אלעם האט יעדע צייטונג און מאגעזין א רעאדקטער און א שטאב. אלץ ווערט איבערגע'חשבון'ט, איבערגערעכנט, און איבערגעטראכט. מען זיפט אלץ דורך, מען שטופט אגענדעס, און מען באשליסט מיטונגען וואס און וויאזוי מען זאל מעלדן און שרייבן. עס שפיגלט טאקע אפ דאס קולטור פונעם פאלק, ריכטיג, אבער עס שפיגלט נישט אפ דעם ספאנטאנעם געדאנקען גאנג, דעם משכול ראשון פונעם פאלק, דעם לויזן וועג פון טראכטן, נאך די אלע באראטונגען און חשבונות וועט איר דאס קיינמאל נישט טרעפן. אויב זיכט איר דאס, דאן זיכט עס נישט אין געשעפט, זוכט אייוועלט..."
און איך מיין אז די דריי פינטעלעך צום סוף זענען זייער גוט אין פלאץ...
📎 1.JPG
📎 2.JPG
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:43 am#241711
חחחחח ס'טע געהערט אזא באלאני??? רוב ספאנטאנע געדאנקען ווערן ספאנטאן פארמעקט אין אייוועלט... חחח ליצים!!
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:57 am#241716
פישעלע דארף צוריק אנהייבן מיט זיינע בלעטלעך.
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:40 am#241966
איך בין נישט קיין שרייבער ביי אייוועלט איך האב גארנישט מיט זיי
אבער וואס האט ענק אלע אזוי שטארק אקעגן אייוועלט

איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......

בקיצור האקסט נישט אויף יענעם יעדע זאל קוקען ביי זוך
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 9:30 am#241977
התם ומתמם עם תמימים


איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......


ווער האלט דיך צוריק פון אהין גיין?

זינגט אלע צוזאמען כי בשמחה תצאו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל...
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 10:17 am#241981
התם ומתמם עם תמימים
איך בין נישט קיין שרייבער ביי אייוועלט איך האב גארנישט מיט זיי
אבער וואס האט ענק אלע אזוי שטארק אקעגן אייוועלט

בעפאר מיר האבן געהאט קעגן זיי האבן זיי קודם געהאט עפעס קעגן אונז..
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:42 am#241996
תם כהאב נאך נישט געזעהן אזא היפאקראטישקייט אין מיין לעבן ווי דער וועב זייטל הנקרא איבל"ט . יא סדא דארטן צו ליינען אסאך גוטע באשרייבונגען איבערהויפט אלטע. אבער ווען ער הייבט אן צו זיין פרום כאפט עס א גרויל עד דכדוכה של נפש. ער ליגט אינעם שמאלץ טאפ פונען השחתה די אינטערנעט און ער שפילט פרום. חוץ וואס רוב טעגליכע שרייבער מאכן זיך ווי גלייך זיי זענען עפעס אזוי צוריקגעשטאנען און קינדעריש איין שטיק שקר און צביעות. בקיצור עס איבעל"ט. משא"כ דא אויף ק"ש זעמער אויטענטיש און צו דער זאך א ערליכע פארום וואס פירט זיך דורך נארמאלע מענטשן אן קיין פאלטשקייט און אן קיין פלאטשיקייט. און דאס איז אונזער שטארקייט. ואידך זיל גמור
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:00 pm#241999
איך זע נישט וואס די געברויך אראפצורייסן אייוועלט נאכאנאנד.

אמת קאווע שטיבל איז אויף א פיל העכערן ניווא, אבער דאס כסדר'דיגע אוועקמאכן אייוועלט נידערט נאר אונזער קוואליטעט.

אמת זיי זענען 'פרום', צומאל געשפילט, אבער די עצם געדאנק פון אן אויסגעהאלטענע (לויט זייער פארשטאנד און סטאנדארט) זייטל אויפן 'טמא'נעם' אינטערנעט איז כלל נישט היפאקריטיש. אידן זענען אויפן געוועב, דאס איז די מציאות, אן אוטלעט פאר אינגעלייט, אפי' פארפרומטע איז די פארשטענדליכע זאך.
פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:09 pm#242000
* זייט נישט קיין עניו, לייגט ווען אימער צו א תגובה אפילו איר האלט אז אייער צוגאבע איז פילייכט נישט אזוי אינטערסאנט. 


* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע. 
מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:22 am#242295
סאשי פיש האט געשריבן:
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:
איך דווקא זעה איך נאר גוט דארט גראדע מער אויס געהאלטן ווי דא ......


ווער האלט דיך צוריק פון אהין גיין?

זינגט אלע צוזאמען כי בשמחה תצאו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רינה וכל...


וואס הייסט צירוק גיין ווען למעשה בין איך קיינמאל קיין שרייבער נישט דארט געוועהן
נאר געזעהן דא ווי מען האקט אויף זיי האב איך נאכגעקוקט דארטן פארשטיי איך נישט דער רודעריי אקעגן זיי