פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:44 am#53308
זר זהבמיר ברענגט עס יא א שמייכל, אויב וואלט יעדע פרוי אזוי אויסגעזעהן וואלט איך געהאט א רואיגערן לעבן 😮
איך האב אמאל געהאט א לענגערע וויכח מיט איינעם איבער די נושא,
איין צד איז געווען אז ווען מען זעט א פרוי גייט מיט אויגן רייסערישע קליידער - נישט שמאל קורץ אדער טייט, נאר קאליר און סטייל - דארף דער מוח קענען זאגען פארען מענטש, אז עס איז דאך נישט מער ווי די שטיקל סחורה אדער קאליר שיך וואס ציט דיר, נישט די עצם מענטש וואס האט עס אן, און פינקט ווי קיינער וועט נישט ווערען אויפגערייצט ארייגייענדיג און פרויען קליידער סטאר זענענדיג שיינע קליידער אדער שיך דארף ער נישט ווערען אויפגערייצט ווען ער זעט עס אויפן גאס, עס וואלט ניטאמאל געדארפט זיין א נסיון אז די אויגן זאלן עס נישט נאכגיין,
די אנדערע צד איז געווען אז ניין, עס איז נאך אלץ א נסיון, און מען טרעפט שוין און די פוסקים אז קליידער פון א פרוי קענענן זיי א פראבלעם פאר פרעמדע מענער אפילו ווען זיי האבן עס נישט אנגעטיען,



